שמות אנשים ונשים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

גאלדגרוב
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » דאנארשטאג יולי 19, 2018 2:44 pm

סידיראם האט געשריבן:ווי אויך האב איך געהערט אמאל פון אחד מחסידי אדמו"ר מלב טהור (ער האט געזאגט אז ער שטאמט פון אשכנזים) אז זיין רבי'ס נאמען העלבראנץ איז די זעלבע נאמען ווי היילברוין, נאר עס האט זיך פארטוישט לויט די הברה פון פארשידענע מדינות.

איך האב געוואוסט אז העלבראנץ איז פארדרייט פון זיין אריגינעלן ספרדישן נאמען אל-ברנס

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג יולי 19, 2018 2:46 pm

זיס האט געשריבן:בנוגע דער נאמען אלימלך:

עס דרייט זיך ארום א ווארט אז צווישן אלימלך פון רות און דער רבי אלימלך איז קיין אלימלך נישט געווען.

פארט האבן מיר געפינען עטליכע אלימלכ'ס: אין דבר שמואל אויף גיטין ברענגט ער דעם נאמען אלס כינוי, און אין שו"ת מהרי ווייל שרייבט ער אויך צו איינעם א אלימלך.

אויסער דעם איז פאראן אין ספר הזכרונות פונעם מריי"ץ מיליובאוויטש א אלימלך, אבער פון דארט איז נישט קיין ראי', כידוע.


יתכן אז מען קען פארענטפערן, אז די נאמען אלימלך אן א כינוי איז נישט געווען ביז דער רבי ר' אלימלך, דהיינו אז אויב עס איז יא געווען איז דאס נאר געווען א שם כינוי וואס מען האט מוסיף געווען אויף א שם העצם. אדער אפילו דאס איז יא געווען א שם העצם איז דאס נאר געווען א שם נוסף, משא"כ דער רבי ר' אלימלך האט געהייסן נאר אזוי. כן יש ליישב בדוחק.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

תגובהדורך שמואלישעי » דאנארשטאג יולי 19, 2018 8:39 pm

וואס פאר א נאמען איז העזיל
צוגעלייגטע
CNV000018 (6).JPG
CNV000018 (6).JPG (83.29 KiB) געזעהן 1252 מאל

קאטשקע אויפן וואסער
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » דאנארשטאג יולי 19, 2018 10:42 pm

שמואלישעי האט געשריבן:וואס פאר א נאמען איז העזיל

אין נחלת שבעה (סי' מו, שמות אנשים, מהדו"ב) ווערט שוין געברענגט: "יוסף המכונה האז או העזל".
איז משמע אז 'האזיל' איז א שם ילדות פאר 'האז'.
אינטערעסאנט, וואס האט עס שייכות מיט 'יוסף'?
מיט א סוירטש אין אוצה"ח קען מען טרעפן עטליכע וואס האבן געהייסן 'שמואל העזיל', כפי שהבאת מהמצבה הנ"ל.
עוד על השם 'העזיל' ראה שו"ת קול מבשר חלק א סי' לא.

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » דאנארשטאג יולי 19, 2018 11:51 pm

הענדל או הענדיל איז היינט כמעט נאר באנוצט אלס א שם נשים
אבער דער בעש"ט האט געהאט א תלמיד ר' הענדיל
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

תגובהדורך שמואלישעי » דאנארשטאג יולי 19, 2018 11:53 pm

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
שמואלישעי האט געשריבן:וואס פאר א נאמען איז העזיל

אין נחלת שבעה (סי' מו, שמות אנשים, מהדו"ב) ווערט שוין געברענגט: "יוסף המכונה האז או העזל".
איז משמע אז 'האזיל' איז א שם ילדות פאר 'האז'.
אינטערעסאנט, וואס האט עס שייכות מיט 'יוסף'?
מיט א סוירטש אין אוצה"ח קען מען טרעפן עטליכע וואס האבן געהייסן 'שמואל העזיל', כפי שהבאת מהמצבה הנ"ל.
עוד על השם 'העזיל' ראה שו"ת קול מבשר חלק א סי' לא.


איז משמע אז א כינו פאר יוסף

קאטשקע אויפן וואסער
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » דאנארשטאג יולי 19, 2018 11:57 pm

שמואלישעי האט געשריבן:
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
שמואלישעי האט געשריבן:וואס פאר א נאמען איז העזיל

אין נחלת שבעה (סי' מו, שמות אנשים, מהדו"ב) ווערט שוין געברענגט: "יוסף המכונה האז או העזל".
איז משמע אז 'העזיל' איז א שם ילדות פאר 'האז'.
אינטערעסאנט, וואס האט עס שייכות מיט 'יוסף'?
מיט א סוירטש אין אוצה"ח קען מען טרעפן עטליכע וואס האבן געהייסן 'שמואל העזיל', כפי שהבאת מהמצבה הנ"ל.
עוד על השם 'העזיל' ראה שו"ת קול מבשר חלק א סי' לא.


איז משמע אז א כינו פאר יוסף

איך זאג אזוי:
דער נאמען: יוסף.
דער כינוי: האז.
דער שם ילדות/געגוע: העזיל.
קומט אויס כמו שכתבתי: העזיל איז א שם ילדות פאר האז; האז איז א כינוי פאר יוסף.
ביים ברית רופט מען אים יוסף, אין שטוב רופט מען אים יונגערהייט העזיל. ווען ער ווערט עלטער דארף זיך עס טוישן צו האז. אבער אפטמאל בלייבט עס ביים שם ילדות.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג יולי 20, 2018 5:37 am

פלאחותיך האט געשריבן:הענדל או הענדיל איז היינט כמעט נאר באנוצט אלס א שם נשים
אבער דער בעש"ט האט געהאט א תלמיד ר' הענדיל


און ווי אזוי האט דער חכמת מנוח געהייסן?

איטשע
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג יולי 20, 2018 5:39 am

סידיראם האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
מייזעלס-מייזליש - כפי הנלע"ד איז דאס פון די סעריע פון; חנליש, סורקיש, עברילס. די נעמען זענען היינט אדער פארדרייעט אדער נישט באקאנט אבער אין די ערשטע יארען פון משפחה נעמען איז דאס געווען גאר פאפולער אז מ'האט גענומען די מוטער'ס נאמען אדער דעם פאטער'ס נאמען אלס א משפחה-נאמען (סורקיש איז אזוי ווי שרה'קאס) אויך באקאנט דער גביר פון קראקא ר' אייזיק ר' יעקלס.

הגם איך ווייס נישט וויאזוי מסביר צו זיין דעם 'מייז' פון מייזליש איז דאס אבער זייער מסתבר לויט די צוויי באזונדערע אויסלייגען מיט א ס' אדער א ש' וואס מ'זעהט ביי די סארט נעמען.

עוד חזון למועד.


יעצט אריינגעוואנדערט אין דעים הערליכן אשכול. די נאמען מייזעלס - לויט ווי איך האב געהערט פון ר' נתן יוסף ז"ל - שטאמט פון א שטאט אין פוילן וואס הייסט מייזעלס. איך ווייס נישט ווי די שטאט געפינט זיך אבער אזוי האט ער געזאגט. עס האט אבער נישט מיט קיין מייזל צו טוהן.

יעצט איז די שאלה פארוואס יענע שטאט האט געהייסן אזוי? (און בכלל ווי איז די שטאט).

במח״ג, ער איז נישט גערעכט , מייזל איז א כינוי פון מרדכי, זיי שטאמען זיגער פון אז זיידע וואס האט געהייסן מרדכי מייזל

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » פרייטאג יולי 20, 2018 11:45 am

איך פארצייל דיר וואס ר' נתן יוסף האט מיר אמאל פארציילט ברבים זיצנדיג ביי א קידוש אין זיין בית מדרש שבת אינדערפרי, ער האט דאן געזאגט אז אין ווארשע (צו אין קראקא) איז דא א גאס מיט די נאמען מייזעלסע על שם די נאמען פון די שטאט. לכאורה אלס איינער וואס האט געטראגן דעים נאמען מייזעלס וואלט ער בעסער געוויסט די מקור פון די נאמען.

פארוואס איז מייזעל א כינוי פאר מרדכי?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

איטשע
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג יולי 23, 2018 7:44 am

אין קראקא איז דא א גאס מיט׳ן נאמען Beera Meiselsa, ע״ש דער קראקאווער און שפעטער ווארשערווער רב הג״ר בעריש מייזלש - נישט קיין שטאט.
אין פראג איז דא גאס מיט׳ן נאמען Maiselova, ע״ש דער מייזל שוהל וואס געפונט זיך דארט.
גראדע איז אין וויען אןיך דא א Meiselstraße.

למיטב ידיעתי איז נישטא קיין שטאט מיט׳ן נאמען מייזלש.
איי ר׳ נתן יוסף האט געזאגט, נו, וואס זאל איך עם טוען.

ארוואס מייזל איז א גינויפאר מרדכי איז א גוטע פראגע, אבער עי׳ בספרי שמות גיטין.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג יולי 23, 2018 10:48 am

סתם פאר די נייגעריגקייט, פון ווי נעמסטו אז די סיבה פארוואס מען האט געגעבן די נאמען מייזעלס פאר די גאס אין קראקא איז על שם דער קראקאווער רב?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

ידאת\יראת

תגובהדורך נחוניא » זונטאג אוגוסט 05, 2018 2:38 pm

אינעם ספר "משפחות ק"ק פראג" ווערט עטליכע מאל דערמאנט א נאמען וואס אמאל שטייט עס "ידאת" מיט א ד' און אמאל שטייט עס "יראת" מיט א ר'.
טרעפט מען ערגעץ אזא נאמען אין די ספרים פון שמות גיטין?

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » זונטאג אוגוסט 05, 2018 6:27 pm

עיי' בטיב גיטין. יראת שם אשה

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג אוגוסט 05, 2018 7:58 pm

איטשע האט געשריבן:אין קראקא איז דא א גאס מיט׳ן נאמען Beera Meiselsa, ע״ש דער קראקאווער און שפעטער ווארשערווער רב הג״ר בעריש מייזלש - נישט קיין שטאט.
אין פראג איז דא גאס מיט׳ן נאמען Maiselova, ע״ש דער מייזל שוהל וואס געפונט זיך דארט.
גראדע איז אין וויען אןיך דא א Meiselstraße.

למיטב ידיעתי איז נישטא קיין שטאט מיט׳ן נאמען מייזלש.
איי ר׳ נתן יוסף האט געזאגט, נו, וואס זאל איך עם טוען.

ארוואס מייזל איז א גינויפאר מרדכי איז א גוטע פראגע, אבער עי׳ בספרי שמות גיטין.



Ancestry האט עפעס א הסבר אויפן נאמען, די שאלה איז נאר צו זיי ווייסן וואס זיי רעדן

Maisel Name Meaning
German and Jewish (Ashkenazic): variant spelling of Meisel. This surname is widespread in eastern and central Europe. French: from Old French maisel ‘slaughterhouse’, ‘butcher’s shop’, hence a topographic name for someone who lived by a butcher’s shop or who worked in one.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג אוגוסט 05, 2018 8:03 pm

סידיראם האט געשריבן:סתם פאר די נייגעריגקייט, פון ווי נעמסטו אז די סיבה פארוואס מען האט געגעבן די נאמען מייזעלס פאר די גאס אין קראקא איז על שם דער קראקאווער רב?

כ'האב עס געהערט פון הרה"ק ר' יאנקעלע מפשעווארסק זצ"ל אמאל אויף א טעיפ

איטשע
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 8:57 am

סידיראם האט געשריבן:סתם פאר די נייגעריגקייט, פון ווי נעמסטו אז די סיבה פארוואס מען האט געגעבן די נאמען מייזעלס פאר די גאס אין קראקא איז על שם דער קראקאווער רב?


קאמאן סענס!
דער רב האט געהייסן ר׳ ׳בער מייזלי‎שׂ׳
דער גאסט הייסט ׳בעערא מייזעלסא׳

וואץ
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2015 9:41 pm

תגובהדורך וואץ » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 2:02 pm

סידיראם האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:בנוגע דער נאמען אלימלך:

עס דרייט זיך ארום א ווארט אז צווישן אלימלך פון רות און דער רבי אלימלך איז קיין אלימלך נישט געווען.

פארט האבן מיר געפינען עטליכע אלימלכ'ס: אין דבר שמואל אויף גיטין ברענגט ער דעם נאמען אלס כינוי, און אין שו"ת מהרי ווייל שרייבט ער אויך צו איינעם א אלימלך.

אויסער דעם איז פאראן אין ספר הזכרונות פונעם מריי"ץ מיליובאוויטש א אלימלך, אבער פון דארט איז נישט קיין ראי', כידוע.


יתכן אז מען קען פארענטפערן, אז די נאמען אלימלך אן א כינוי איז נישט געווען ביז דער רבי ר' אלימלך, דהיינו אז אויב עס איז יא געווען איז דאס נאר געווען א שם כינוי וואס מען האט מוסיף געווען אויף א שם העצם. אדער אפילו דאס איז יא געווען א שם העצם איז דאס נאר געווען א שם נוסף, משא"כ דער רבי ר' אלימלך האט געהייסן נאר אזוי. כן יש ליישב בדוחק.

כמה אלימלך'ס היו בשוקי. לדוגמא וכהנ''ל וראה בספר אבני אש [וואכשטיין. ווינה תרפ''ב] עמ' 48 ט''ז שבט תק''ח .. בן הקדוש מוה''ר אלימלך ז''ל. שמעתי אז דער ווארט גייט אז קיין אדם גדול מיטן נאמען אלימלך איז נישט געווען.
ויש להקשות ע''ז מספרו של וואכשטיין שהבאתי שמוזכר בתואר קדוש ויכול להיות שנהרג על קידוש שמו יתברך .

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 3:20 pm

וואץ, ט"ז שבט תק"ח איז שוין געווען לאאנג נאכדעים וואס דער רבי ר' אלימלך איז געווען געבוירן. רבי אלימלך איז נפטר געווארן בשנת תקמ"ז, און איז שוין געווען איבער די 60 צו נאך מער, ממילא פון יענע קדוש רבי אלימלך וואס די ברענגסט איז נישט אזוי שווער.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

וואץ
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2015 9:41 pm

תגובהדורך וואץ » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 3:40 pm

סידיראם האט געשריבן:וואץ, ט"ז שבט תק"ח איז שוין געווען לאאנג נאכדעים וואס דער רבי ר' אלימלך איז געווען געבוירן. רבי אלימלך איז נפטר געווארן בשנת תקמ"ז, און איז שוין געווען איבער די 60 צו נאך מער, ממילא פון יענע קדוש רבי אלימלך וואס די ברענגסט איז נישט אזוי שווער.

הוא היה לכל הפחות בן גילו של הרה''ק הרבי רבי אלימלך זיע''א שנולד בשנת תע''ז או מבוגר ממנו.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 8:26 am

רבותי איר מיינט עס ערענסט????
שוין לאנג נישט געזעהן אזא וואסער געקייעכסט אויף אזא פארנעם.

אט דאס ווארט: ״צווישן אלימלך פון רות און דער רבי אלימלך איז קיין אלימלך נישט געווען.״ איז הוילע שטותים און פוסטע דמיונות וואס אן ערשט קלאסיגע עם הארץ און אנאלפאבעט האט פאנטאזירט.

עפענט א בית שמואל, וועלכע איז געווען פאר׳ן רבי׳ן ר׳ מלך, און דארט פיגורירט שיין דער נאמען.
אבער לאמיר אייך ברענגען בעסער אן אלימלך וואס מען האט גערופען מלך, ער ווערט דערמאנט אין שו״ת איתן האזרחי סי׳ כ״ב.

יעצט לאמיר דוחק זעהן צו פארענטפערן די הארבע שיטה לא נודע למי, אפשר האט דער רבי ר׳ מלך געלעבט צוויי הונדערט יאר....

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 7:45 pm

סידיראם האט געשריבן:פארוואס איז מייזעל א כינוי פאר מרדכי?

כמדומה לי דבבית שמואל אות מ' כתוב כן, עיי"ש ובד"ח.
(ובטעמא דמילתא שמעתי דקשה לחקור בזה, כמו שקשה להסביר למה בזמנינו 'מאטי' כינוי ל'מרדכי', ודו"ק).

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

שמואל זאנוויל

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג אוקטובער 21, 2018 2:17 pm

די נאמען שמואל זאנוויל.
פון וואו שטאמט די דאזיגע כינוי?

וואץ
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2015 9:41 pm

תגובהדורך וואץ » זונטאג אוקטובער 21, 2018 2:37 pm

מונאוויטש האט געשריבן:די נאמען שמואל זאנוויל.
פון וואו שטאמט די דאזיגע כינוי?

זנביל ר''ת זה נביא לד' כי שמואל היה נביא.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג אוקטובער 21, 2018 3:14 pm

וואץ האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:די נאמען שמואל זאנוויל.
פון וואו שטאמט די דאזיגע כינוי?

זנביל ר''ת זה נביא לד' כי שמואל היה נביא.

חידוש עצום!
מקור?


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט