דער אל-געמיינער זשונראל האט געשריבן:וועגן אידיש און יידיש
הירשע=דוד כ”ץ
ווער, וואָס און ווען: די שרייבונגען "יוד" און "יודיש"; "ייד" און "יידיש"; "ייִד" און ייִדיש"; "איד" און "אידיש"זייער געשיכטע און זייער סימבאָלישער מהותאַ סברא אַז קיינער וועט ניט קומען לייקענען, אַז אין דער אידישער שפּראַך זיינען "איד" און "אידיש" יסודותדיקע ווערטער. און דאַמאָלסט אַז ווערטער וואָס טראָגן מיט זיך אַזאַ מין חשיבות שרייבן זיך ממש פאַרשיידן, ביי פאַרשיידענע גרופּעס וואָס באַנוצן זיך ביי היינטיקן טאָג מיט אָטאָ דער שפּראַך, דאַמאָלסט איז עס מדעיקרא אַ טשיקאַווע פּרשה וואָס ציט צו זיך צו. אַ פּרשה, וואָס רופט בפירוש אַרויס, מ'זאָל זיך צוקוקן נעענטער. ניט חלילה אויף צו משפּטן מעשה פּוסק-אחרון, "ווער איז גערעכט?" אָדער "ווער איז אַ שוגג?", נאָר וואָדען, ווי ס'פּאַסט ביי פאַראַנענע נוסחאות אין דער קולטור געשיכטע פון אַוועלכן ניט איז פאָלק: צו באַטראַכטן און אַנאַליזירן דיאָ אונטערשיידן, זיי שטעלן אין זייער געהעריקן קולטור-היסטאָרישן קאָנטעקסט; פאַרשטיין פון וואַנעט זיי שטאַמען אָפּעט, און דער עיקר, משיג זיין, וואָס פאַראַ סימבאָלישן באַדייט זיי האָבן סוף-כל-סוף אָנגענומען אין פאַרשיידענע סביבות, אין פאַרשיידענע מקומות און תקופות.
און לאָמיר כסדר האַלטן פאַרן אויג, אַז די פראַגע וועגן דעם אָפּשטאַם פון אַ יש קען אָפטמאָל זיין גאָר אַן אַנדער עסק, איידער די פראַגע וועגן דעם, וואָס פאַר אַ סימבאָל דער יש איז נוטה צו ווערן אין גאַנג פון דער צייט.
דאָ רעדט זיך אגב וועגן אַ גאָר אינטערעסאַנטן תחום פונעם אַלגעמיינעם מענטשלעכן וויסן: די "סימבאָלאָגיע" פון דער מענטשלעכער שריפט. וועגן אָט דעם געביט האָט אין 1919 אַרויסגעלאָזן אַ מערקווערדיקן ווערק (אויף דער דייטשישער שפּראַך) דער גרויסער אידישער פילאָלאָג פון גאַליציע, מתתיהו מיזעס (ביי היימישע גאַליצישע אידן: מאַטיס מיזיש). ער איז געבאָרן געוואָרן אין פּשעמישל אין 1885 און איז אומגעקומען ביי די דייטשן אין 1945, אונטערוועגנס קיין אוישוויץ. הי"ד.
אַכלל, די אויספאָרשונג פון דער שריפט, און פונעם אויסלייג דעריין, איז איינער פון די צינורות אויף צו באַנעמען דעם מהות פון אַ פאָלק און זיינע שבטים, בפרט ווען ס'איז באַשיימפּערלעך קלאָר, אַז די פאַראַנענע וואַריאַציעס שטעלן מיט זיך פאָר ניט קיין "צופאַלן" אין ניט קיין "גרייזן". (דאָס איז אַלצדינג לחלוטין אַן אַנדער ענין איידער די פראַגע וועגן דעם, וואָס ביים שרייבן אַוועלכע ניט איז שפּראַך, זאָל מען האָבן דעם נייטיקן דרך-ארץ אַכטלייגן, מ'זאָל שרייבן אויסגעהאַלטן, און ניט דערלאָזן ס'זאָל אַראָפּפאַלן צום מעמד פונעם "לית דין ולית דיין", ווי ס'טרעפט אַמאָל, בעוונותינו, בנוגע צו אונדזער אידיש.)
וואָס אַן אמת, איז דאָס מער אַ פאָרשונג וועגן דעם, וואָס ו ו ע ר ט אַ סימבאָל, איידער דאָס וואָס איז "ביסודו אַזוי", מחמת סיי אַן אלף און סיי אַ יוד, לאָמיר אָנכאַפּן, זיינען "שיין" און "היימיש". דאָ וויל מען דערגיין: וואָס איז די געשיכטע פון די "קאַלטע פאַקטן", און וואָס איז, על-פּי סימבאָלאָגיע, אויסגעוואַקסן אינעם תחום פון די "הייסע סימבאָלן"?
ווי ס'טרעפט גאָרניט זעלטן אויפן געביט פון אידיש, איז די וואַריאַציע אַ בולט-שאַרפע, ניט עפּעס אַ קלייניקייט וואָס איז פאַררוקט ערגעצוואו אין די פּרטי-פּרטים. ס'האַנדלט זיך, ניט מער און ניט ווייניקער, אין די עצם נעמען פון דער שפּראַך גופא, און פונעם פאָלק וואָס רעדט אויף דער שפּראַך, און פון די קרובהשע ווערטער: "איד" (אידן, אידענע, אידענעס); "אידיש", סיי אינעם זין פון דער שפּראַך, און סיי אַלס תואר צום וואָרט "איד", למשל אין אַזעלכע יסודותדיקע באַגריפן ווי: דאָס אידישע פאָלק, אַ אידישער מענטש, (זי איז אַ) אידישקע; אַ אידישע מעשה, אַ אידישער געדאַנק; אינעם באַליבטן שם-עצם אידישקייט וואָס דריקט אויס אַזויפל מיר ווי אַשטייגער "יודאַאיזם"; און דערצו נאָך אַזעלכע אַדווערבן ווי "אידישלעך" (ריידן אידישלעך). גענוג דאָ צו דערמאָנען ווי אַזוי אַ אידישע מאַמע זאָגט אַריינעט אַ קינד וואָס האָט זיך אויפגעפירט ניט ווי ס'דאַרף צו זיין: "ס'ניט אידיש", און שוין...
*
שיער ניט אַלע עקספּערטן איבער דער געשיכטע פון דער אידישער שפּראַך זיינען מסכים (דערויף דאַרף מען גלייך אויף אַן אָרט מאַכן אַ שהחיינו, ווייל ס'טרעפט ניט זייער אָפט, אַז מ'איז בכלל וועגן עפּעס מסכים), אַז אין אַמאָליקן, אַלטן אשכנז, האָט מען אַרויסגערעדט די ווערטער "איד" און "אידיש": yid און yidish (מיט אַ לאַנגן i). אַזוי איז דער וואָקאַל עד היום אין אַלע אידישע דיאַלעקטן, פּונקט ווי ביים וואָרט "טיף" (ניט ווי ביי אַזעלכע ווערטער ווי "בוך" וואו ס'איז u אין איין דיאַלעקט און i אין אַ צווייטן).
בלייבן בלייבט אָבער דערביי אַ שטיקל קשיא: פאַרוואָס-זשע האָט מען אין משך פון הונדערטער און הונדערטער יאָרן געשריבן דיאָ ווערטער: "יוד" און "יודיש" (צי "יודש"), בפירוש מיט אַ ו' און ניט מיט קיין י'? פאַרוואָס האָט מען ניט געשריבן "ייד" און "יידיש"? ביזן היינטיקן טאָג איז ניטאָ קיין זיכערער ענטפער. נאָר געוואָרנטערהייט מעג מען אַרויסרוקן אַן השערה. ביים שרייבן אידיש, איז פּשוט ניט געווען קיין טראַדיציע פון צוויי-יודן אָ נ ה י י ב וואָרט; צוויי-יודן איז געווען אַ דבר נהוג אינמיטן וואָרט, אויף פאַרשיידענע קלאַנגען (סיי אין "קליין" און סיי אין "היינט" למשל). די קלאַנגען-קאָמבינאַציע yi האָט זיך בכלל זייער זעלטן געטראָפן אָנהייב וואָרט, און אין די עטלעכע פאַלן וואו ס'האָט זיך געטראָפן, האָט מען זיך באַנוגנט מיט אַ "דייטש-מעסיקן" סטיל, און געשריבן "יו".
פאַראַן אויך אַ מיינונג, אַז אין אַזאַ פרומער, טראַדיציאָנאַליסטישער ציוויליזאַציע ווי עס איז די אשכנזישע, האָט מען זיך געקווענקלט אָנווענדן צוויי-יודן אָנהייב וואָרט ווייל ס'איז אויך איינער פון די באַצייכענונגען פאַרן אייבערשטן, בפרט אין סידורים און מחזורים אַלס וואָרט פאַר-זיך, בשעת ווען אינמיטן וואָרט האָט עס ניט געשטערט (אינמיטן וואָרט טרעפט זיך אַ סך מאָל צוויי-יודן אין לשון הגמרא — דייקא, קיימא לן, תרוייהו, וכו').
ווי ס'זאָל ניט זיין, איז אין משך פון אַ סך הונדערטער יאָרן געווען אָנגענומען צו שרייבן "יוד" און "יודיש". דאָס זעט מען ביזן היינטיקן טאָג אין איבערדרוקן פון טייטש-חומש, פון תנ"ך מיט עברי-טייטש, פון דער "צאינה-וראינה" וכדומה. דער וואָס קען אידיש לייענט דאָ i און ניט u און שוין. וואו שטייט דען געשריבן אַז יעדער וואָרט אין אַ שפּראַך מוז געשריבן ווערן "פאָנעטיש"? טראַדיציאָנעלע אָרטאָגראַפיעס טרעפט מען איבער דער גאָרער וועלט.
*
ס'טרעפן זיך אָבער "איבערבראָכן". דאָס זעט מען דאַמאָלסט, ווען אַ סך פון די וואָס גיבן זיך אָפּ מיט שרייבן, דערשפּירן מיטן חוש אַז עפּעס וואָס איז אַלט און טראַדיציאָנעל טויג שוין ניט "צו דער איצטיקער צייט", און מ'נעמט אַריינפירן חידושים, און די חידושים ווערט אָנגענומען ביי אַן אָנזעעוודיקן ציבור, ווען ניט ווען ביי אַלעמען. דאָס קען אַמאָל זיין די פּעולה אַפילו פון אַ יחיד אַ בעל-השפּעה.
די מאָדערנע אידישע ליטעראַטור, וואָס איז אויפגעקומען דער עיקר אין שפּעטערדיקן ניינצעטן יאָרהונדערט אין מזרח אייראָפּע, האָט אין משך פון די ערשטע יאָרן אירע זיך באַנוגנט טאַקע מיט די שרייבונגען "יוד" און "יודיש". אַזוי אַרום האָט שלום-עליכם אין 1888 גענומען אַרויסגעבן זיין "יודישע פאָלקס-ביבליאָטהעק" אין קיעוו. אין 1899 האָט דער ציוניסטישער פאַרלאַג "אחיאסף" גענומען אַרויסגעבן די צייטונג: "דער יוד". י. ל. פּרצעס זאַמלביכער מיטן נאָמען "יודיש" זיינען געוואָרן אַ שם-דבר אין 1910, און אין 1914 איז אין וואַרשע אַרויס די ערשטע אויפלאַגע פון זלמן רייזענס מייסטערישער ענציקלאָפּעדיע פון אידישער שרייבער. אָטאָ די ערשטע אויפלאַגע האָט געהייסן: "לעקסיקאָן פון דער יודישער ליטעראַטור און פּרעסע".
פאַרוואָס איז אָט אַזויאָ ניט געבליבן? אַחוץ דעם, וואָס היסטאָרישע, ניט אינגאַנצן פאָנעטישע אויסלייגן טרעפט זיך אין אַזויפל פאַרשיידנאַרטיקע שפּראַכן איבער גאָר דער וועלט, און ס'שטערט קיינעם ניט, איז פאַראַן נאָך אַ זאַך וואָס וואָלט "געדאַרפט" גורם זיין אַז אַזוי זאָל בלייבן. נאָכאַלעמען: דער גרעסטער פּראָצענט אידן וועלכע האָבן גערעדט (און וועלכע ריידן היינט) אידיש זיינען "דרומדיקע" (פון אונגאַרן, אוקראַינע, גאַליציע, פּוילן און די שכנותדיקע לענדער), און ביי זיי אַלעמען איז סיי ווי סיי דער דין, אַז אַ ו' לייענט זיך אין מערסטע פאַלן ווי אַן i, (למשל: אַ קורצער i אין "די ז ו ן וואָס שיינט אין הימל" און אַ לאַנגער i אַז ס'גייט די רייד וועגן "מיין ז ו ן"). ביים דרומדיקן רוב, לייענט מען עד היום "יהודה" און "יהודית" מיט אַן i און ס'שאַט קיינעם ניט צום שידוך.
*
אַז מ'קוקט זיך אָבער אַרומעט, זעט מען אַז די נייע (און דאַמאָלסט: געוואַגטע, העזהדיקע, ראַדיקאַלע, אַנטי-טראַדיציאָנעלע!) שרייבונגען "איד" און "אידיש", האָבן גאָר אַריינגעפירט אין אידיש ליטוואַקעס, אַלמאַי, זיי, ווי ליטוואַקעס, איז ניט געווען ניחא אַ ו' וואָס לייענט זיך ווי אַ חיריק. ביי זיי איז דער דין "ו' = u" און אָפּגעפאַרטיקט אַן עסק. דער גרויסער אידישער פילאָלאָג יודל מאַרק (1897 — 1975) האָט אינעם ערשטן באַנד פון זיין (און יודאַ יאָפעס) "גרויסן ווערטערבוך פון דער אידישער שפּראַך" אָנגעוויזן, אַז די שרייבונגען "איד" און "אידיש" האָבן אָנגעהויבן נוצן די דרוקן אין ווילנע אין ערשטן חלק פון ניינצעטן יאָרהונדערט. פאַרן סאַמע ערשטן באַקאַנטן מקור ברענגט ער משה מאַרקוזיס "עזר ישראל" פון 1789, וואו מ'טרעפט די שרייבונג "אידעש"; אַ סימן האָבן מיר, אַז דער שרייבער אָדער בחור-הזעצער איז געווען, פון שטאַנדפּונקט פון זיין שפּראַך — אַ ליטוואַק.
*
שפּעטער צו, ערגיץ מיט אַ יאָר הונדערט צוריק אומגעפער, איז צו זען, אַז די שרייבונגען "איד" און "אידיש" האָבן זיך שטאַרק פאַרשפּרייט אין דער אידישער פּרעסע אין אַמעריקע, און דערנאָכדעם אויך אין אייראָפּע. דער עיקר וועט דאָס הייסן ראַדיקאַלע, סאָציאַליסטישע, סעקולאַריסטישע צייטונגען. פאַרוואָס? אַפּנים ווייל אַ צאָל פון די וויכטיקסטע רעדאַקטאָרן זייערע, צווישן זיי אויך אַב. קאַהאַן (1860 — 1951(, דער גרינדער פונעם "פאָרווערטס", זיינען געווען — ליטוואַקעס (קאַהאַן איז געבאָרן געוואָרן אין פּאַבערזשע, ניט ווייט פון ווילנע).
און נאָכמער: אין די מערסטע נוסחאות פונעם ליטווישן אידיש טרעפט מען בכלל ניט קען yi קלאַנג אָנהייב וואָרט! דער ליטוואַק זאָגט ניט yidish נאָר טאַקע: idish (און אין טייל מקומות: idesh). אַזוי אַרומעט, אַז די שרייבונגען "איד" און "אידיש" זיינען געווען ניט נאָר ראַדיקאַל, געוואַגט, מאָדערניסטיש, רעוואָלוציאָנעריש, זיי זיינען אויך "צופעליק" געווען זייער באַקוועם פאַר די ליטווישע רעדאַקטאָרן. זיי איז געוואָרן מיאוס קוקן אויפן ו' אין "יוד" און "יודיש". (פאַראַנען אגב נאָך אַ פּאָר ווערטער וואָס גייען אַריין אין דער סעריע, און וואָס זייער "עמאָציאָנעלע ווירדע" איז אָן אַ שיעור קלענער: דער עיקר, "אינגל" און "אינגער".)
די שרייבונגען "איד" און "אידיש" זיינען פונדעסטוועגן ניט געוואָרן קיין סימבאָל פון עפּעס אַ "ליטוואַקישן שטאָלץ". ניין, און דאָ איז אַזוי טשיקאַווע די סימבאָלאָגיע, וואָס שפּירט נאָך, וואָסערע סימבאָלן קומען אויף, און וועלכע באַדייטן זיי נ ע מ ע ן אָ ן, אין גאַנג פון דער צייט. דיאָ שרייבונגען מיטן א' זיינען גאָר געוואָרן סימבאָלן פאַר: מאָדערנער ליטעראַטור אויף אידיש, ראַדיקאַלן, סאָציאַליסטן, פּריידיקער פון "וועלטלעכקייט" און פון "וועלטלעכער בילדונג" און אין אַ סך פאַלן פּראָסט און פּשוט, במחילה — אַפּיקורסות.
אין די פריאיקע יאָרן פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, האָבן טראַדיציאָנעל-פרומע פאַרלאַגן און צייטשריפטן און ביכער זיך מערסטנטייל געהאַלטן ביי די שרייבונגען "יוד" און "יודיש", אַזוי ווי אויף אידיש איז געווען פון דור-דורות די ירושה שבכתב, בשעת ווען "איד" און "אידיש" זיינען געווען די שרייבונגען וואָס האָבן געדינט אַלס סימבאָל פון ראַדיקאַליזם, וועלטלעכקייט און מרידה ווי אויך, מיט דער צייט: פאַר אַ סימבאָל פון דער נייער קולטור און ליטעראַטור וואָס אויף אידיש. אַז מ'האָט אָנהייב צוואַנציקער יאָרן גענומען אַרויסגעבן דעם גאַנצן גאַנג ווערק פון שלום-עליכמען, איז שוין געווען קאָנסעקווענט דער א'...
דרומדיקע אידן (פון אוקראַינע, פּוילן וכו') האָט עס אַפּנים ניט שטאַרק געשטערט וואָס זיי ריידן אַרויס yi אין די ווערטער "איד" און "אידיש", און שרייבן שרייבט מען i. אויב מ'האָט בכלל געטראַכט וועגן דעם, איז עס געווען אַ ניט איבעריקס וויכטיקע איינצלהייט, אַ זאַך וואָס שטערט קיינעם ניט.
בשעת מעשה האָבן די שרייבונגען "יוד" און "יודיש" (און נאָכמער אינעם נייעם, פון-דייטש-אימפּאָרטירטן וואָרט, "יודענטום") גענומען שמעקן מיט דייטשמעריזם, אין אַ תקופה ווען די באַוואוסטזיניקייט בנוגע צו דער אידישער שפּראַך איז געשטיגן אין-לשער. די שרייבונגען וואָס זיינען הונדערטער יאָרן געווען היימיש זיינען אין אַ העלן פרימאָרגן (אויב ריידן היסטאָריש-סימבאָליש), געוואָרן: "עפּעס ניט אַזוי היימיש"...
וואָסאַמאָל מער, זיינען די נייע שרייבונגען, "איד" און "אידיש" געוואָרן אויך אַ סימבאָל פון דער אידישער פּרעסע, סיי אין מזרח אייראָפּע און סיי אין אַמעריקע, און זיי זיינען אַריינגעדרונגען אויך צו פרומע, טראַדיציאָנאַליסטישע צייטונגען און זשורנאַלן וואָס זיינען אַריבער פון "יוד" און "יודיש" אויף — "איד" און "אידיש". מ'האָט זיך דאַמאָלסט אַפילו געקענט משער זיין, אַז אַלע "סעקטאָרן" וואָס באַנוצן זיך מיט אידיש זיינען רואיקערהייט אַריבער אויף דער נייער שרייבונג מיט א'. נאָר פון "געקענט זיין" ביז "געווען" איז פאָרט אַ מהלך.
*
וואָס קען זיך טרעפן! אין אָט דער צייט האָט זיך גראַדע גענומען אין וועג אַריין אַ נ י י ע איבערקערעניש ביי די סעקולערע קעמפער פאַר אידיש. מ'קען זיי לכל-הדעות צו יענער צייט, האַרט פאַר דער ערשטער וועלט מלחמה בדיעבד שוין אָנרופן "אידישיסטן". ביי אַ וואַקסנדיקער צאָל, איז די אידישע שפּראַך און ליטעראַטור געווען, גייסטיק גערעדט, אַ יש שוין פאַר-זיך.
און ביי זיי, די בלב ונפש איבערגעגעבענע אידישיסטן, וועלכע האָבן אָקערשט געהאַט אָנגענומען "אידיש מיט אַן אלף" (אַרויסוואַרפנדיק "יודיש" מיט י' + ו'), האָט ניט זייער לאַנג געדויערט (היסטאָריש גערעדט: פון אסתר תענית ביז פּורים, ממש), און "אידיש מיט אַן אלף" האָבן זיי אויך גענומען אַרויסוואַרפן, פאַלנדיק אויף אַן המצאה וואָס איז געווען אין מזרח אייראָפּע שפּאָגל ניי.
וואָס פאַר אַן המצאה איז דאָס געווען?
דער גרינדער פון דער נייער אידישער פילאָלאָגיע — די וויסנשאַפט פון אידיש — איז געווען, ווי מיר האָבן שוין אין אַ פריערדיקן "איגרתל" געזען, בער באָראָכאָוו (1881 — 1917), וועלכער האָט אויך מיסד געווען די פילאָסאָפיע פונעם פּועלי-ציוניזם. זיין עסיי אין 1913, וואָס מיט איר האָט ער בפירוש געגרינדעט די מאָדערנע אידישע פילאָלאָגיע, האָט זיך געדרוקט מיט אָט וועלכן קעפּל (אות באות): "די אויפגאַבן פון דער יידישער פילאָלאָגיע". דער זאַמלבוך אין וועלכן ס'האָט זיך געדרוקט האָט דורכאויס גענוצט "יוד" און "יודיש" אָבער דער רעדאַקטאָר, ש. ניגער (1883 — 1955), האָט געמאַכט אַן אויסנאַם פאַר באָראָכאָווס אַרבעטן, לויט זיין פאַרלאַנג. באָראָכאָווס צוויי ווערק וואָס אין דעם באַנד זיינען געדרוקט געוואָרן מיט זיין פאָרגעשלאָגענעם רעפאָרמירטן אויסלייג (לויט וועלכן מ'האָט אין די מערסטע פאַלן אויך אַרויסגעוואָרפן דעם "שטומען ע'" און דעם "שטומען ה'", דאָס איז אָבער שייך צו אַן אַנדער איגרתל...). באָראָכאָוו האָט אַפילו געשריבן "ייך" אויף "איך", נאָר דאָס האָט זיך כידוע ניט אָנגענומען ביי קיינעם.
(אגב אורחא: די דאָזיקע צוויי-יודן אָנהייב וואָרט האָט מען יאָ ווען ניט ווען פריער באַנוצט, גראַדע ביי די "בערלינער משכילים" אין דייטשלאַנד, פון שפּעטן אַכצעטן און דורכן גאַנצן ניינצעטן יאָהונדערט; מ'טרעפט עס ניט אַזוי אויף אידיש גופא ווי אויף דייטש (אָדער אויף אַן אינגאַנצן פאַרדייטשטן אידיש), וואָס מ'האָט געשריבן יענע יאָרן אין דייטשלאַנד מיט אידישע אותיות. אַזאַ מין נוסח האָבן די "בערלינער" באַנוצט ווי אַן "איבערגאַנגס-מיטל" אויף צו לערנען מיטן עולם די דייטשישע שפּראַך, און מיט דער האָפענונג אַז פון אידישע אותיות וועט מען אויף די דייטשישע אַריבער וואָס גיכער. די צוויי-יודן האָבן זיך דאָרט אָפטמאָל באַוויזן אין נייע דרוקן מיט דייטשמעריזירטע איבעראַרבעטונגען פון עלטערע רעליגיעזע ביכלעך פאַרן עולם דייטשישע אידן.)
באַלד נאָך דער ערשטער מלחמה, אין 1920, האָט דער גרויסער אידישער פילאָלאָג זלמן רייזען (1887 — בערך 1940) קאָדיפיצירט כמעט אַלע וויכטיקע רעפאָרמען וואָס באָראָכאָוו האָט געהאַט פאָרגעשלאָגן אין 1913. דאָס איז געווען אין רייזענס "גראַמאַטיק פון דער יידישער שפּראַך" (טאַקע "יידישער" מיט צוויי-יודן), וואָס איז דאָ אין ווילנע דערשינען. דאָס האָט אָנגענומען אין יענעם יאָר אויך אַ וויכטיקע קאָנפערענץ פון די נייע אידישסטישע שולן אין דער פּוילישער רעפּובליק, און מ'האָט גענומען לערנען "ייד" און "יידיש" אין דיאָ שולן, אין אַ סך ערטער אין מזרח אייראָפּע און שפּעטער צו אין צפון אַמעריקע און אַנדערשוואו.
איז וואָס איז געווען דער סוף: די צוויי-יודן אין "ייד" און "יידיש", אין די יאָרן באַלד נאָך דער ערשטער וועלט מלחמה, זיינען געוואָרן "אַפילו נאָכמער נייע" סימבאָלן פאַר דער מאָדערנער, וועלטלעכער אידישער שפּראַך באַוועגונג, ניט נאָר אין די שולן, נאָר אויך אין ביכער, זשורנאַלן און פאַרשיידענע אינסטיטוציעס, ביי די בעסטע אידישע פילאָלאָגן און אין די מוסדות וואָס זיי האָבן אויפגעשטעלט. אין דער ערשטער ריי איז געשטאַנען דער ייוואָ, וואָס דער געניאַלער היסטאָריקער פון דער אידישער שפּראַך, מאַקס וויינרייך (1894 — 1969), האָט געגרינדעט אין ווילנע בשותפות מיט אַנדערע געלערנטע אין 1925. נאָכמער: אין אַ פּרשה וואָס נעמט אַריין אַ גאָר פּיצינקע צאָל אידישע ווערטער (די ווערטער מיט yi אָנהייב וואָרט), איז דאָס וואָרט "ייוואָ" גופא, אַ ראשי-תיבות פונעם "יידישן וויסנשאַפטלעכן אינסטיטוט", תיכף ומיד אַליין אַריין אין אָטאָ דער סעריע ווערטער! דאָס אַליין איז פאַר-זיך אויכעט געוואָרן אַ — סימבאָל.
שיער ניט צום גלייבן ווי אַ וועלט קערט זיך איבער! די סעקולערע אידישיסטן (און אַלעמערשטנס אין דער ליטווישער ווילנע וואו מ'רעדט סיי ווי אַרויס id און idish), זיינען אַריבער אויף שרייבן "ייד" און "יידיש". בעת מעשה האָבן דיאָ שרייבונגען געדינט פאַר שטאָלצע סימבאָלן פון דער מאָדערנער "פּרינציפּיעל-סעקולערער" קולטור וואָס אויף אידיש. זיי האָבן אויך געדינט פאַר אַ סימבאָל פון "צייט-גייסט": די אידישע קולטור וואָס האָט זיך אַזוי שעפעריש באַנייט נאָך דער ערשטער וועלט מלחמה. און דאָס איז ווידער געווען געקניפּט מיטן ברייטערן אַטמאָספער אין דער דעמאָלטיקער מזרח אייראָפּע: אַ גייסט פון באַנייאונג און וואוקס, בפרט ביי קלענערע פעלקער און שפּראַכן וואָס האָבן פאַר דער מלחמה געמוזט לעבן "אין שאָטן" פון רוסיש אָדער דייטש, די לשונות פון די צוויי ביז-מלחמהדיקע אימפּעריעס אין יענע מקומות.
פונדעסטוועגן, זיינען די אידישע צייטונגען געבליבן ביי "איד" און "אידיש". דאָס האָט זיך אויף אַזויפל געהאַט אָנגענומען אין אַ ל ע קרייזן פון דער אידישער פּרעסע, און די שרייבונגען מיטן א' זיינען געוואָרן באַליבט ביים אידישן פאָלק. וויפל די אידישיסטישע אינטעליגענץ אין פּוילן (און שפּעטער צו אין אַמעריקע און אַנדערשוואו) האָט ניט געמאָנט ביי די צייטונגען, זיי זאָלן אַריבערגיין אויף די צום-צווייטן-מאָל-אין-אַ-קורצער-צייט רעפאָרמירטע שרייבונגען פון "איד" און "אידיש", האָבן די צייטונגען ניט געפאָלגט (אויסער אין סאָוועטנפאַרבאַנד וואו ס'איז געוואָרן דינא דמלכותא — וועגן דעם וועט באַלד גיין די רייד).
קיצור פון דער זאַך: בשעת ווען די אַנטי-רעליגיעזע סעקולאַריסטן האָבן אין זייערע שולן און אינסטיטוציעס אַרויסגעוואָרפן די שרייבונגען "איד" און "אידיש", וואָס זיינען "דאָ ניט לאַנג" פאַר-זיך געווען די סאַמעראָדנע "מאָדערניסטיש-סעקולאַריסטישע" סימבאָלן, האַרט נאָכן אַוועקוואַרפן "יוד" און "יודיש", האָבן פּשוטע פרומע אידן איבער דער וועלט, פון רבנים און גדולים בדור, אַזש ביז עמך, גענומען זיך מחיה זיין מיט "איד" און "אידיש" אַלס שיינע, היימישע שרייבונגען. מערקווערדיק: אין משך פון עטלעכע צענדליקער יאָרן, איז דער סימבאָליזם פון אָטאָ דעם אלף אַריבער פון "סעקולאַריזם" אויף — היימישקייט!
אין דער פרומער וועלט פון דער טראַדיציאָנעלער אידישקייט זיינען די שרייבונגען "איד" און "אידיש" (ניט נאָר ביי די ליטוואַקעס, חלילה, נאָר שיער ניט ביי אַלעמען), געוואָרן מעכטיקע סימבאָלן פון דער עכטער, ריכטיקער, דור-דורותדיקער אידישקייט, אַ ק ע ג ן די צוויי-יודן וואָס זיינען געוואָרן אַ סימבאָל פון דאַמאָלסדיקן, אַנטי-רעליגיעזן סעקולאַריסטישן "וועלטלעכן יידישיזם".
און אינעם בפירוש יסודותדיקן וואָרט "אידישקייט", האָט זיך אָנגעהויבן איינגלידערן אַ צעצווייאונג אינעם עצם פּירוש-המילות. בעת "אידישקייט" איז עלול צו באַדייטן די טראַדיציאָנעל-פרומע אידישקייט ביי היימישע אידן, האָט "יידישקייט" ביי די סעקולאַריסטן הדרגהווייז באַקומען אַ גאָר נייעם באַדייט פון "אָנגעהעריקייט אין דער וועלטלעכער קולטור באַוועגונג וואָס בויט זיך אויף דער אידישער שפּראַך". דאָס זעט זיך אגב בולט אַרויס ביי היינטיקן טאָג אין אַמעריקע, ווען די וואָס גריבלען זיך מיט אידיש, דער עיקר אויף ענגליש, האָבן זייער ליב צו נוצן (מערסטנטייל מיט ענגלישע אותיות, נאַטירלעך) דעם טערמין "יידישקייט". נאָר אַ היימישן אידן פון אַ גאַנץ יאָר, קומט עד היום אויס ווילד-משונה, אַז ער טרעפט זיך מיט אַ אידן, וואָס קען קיין שייטל עברי ניט אַדורכקריכן, און לערנט מיטן עולם זינגען מיט כוונה "טשירי-בים, טשירי-באָם", און האַלט זיך פאַר אַ "לערער פון יידישקייט". פאַר אַ לערער פון "אידישקייט" קען אָטאָ דער מענטש זיך ניט האַלטן.
*
ס'קען זיך דאַכטן, אַז ביי אַ מעשה וואָס איז אַזוי ווייט פאַרקראָכן, איז מען דערגאַנגען צום סוף-פּסוק. ס'איז אָבער: לא דובים ולא יער...
אינעם סאָוועטנפאַרבאַנד, וואו ס'איז געגאַנגען אין לעבן די פירנדיקע אידישע קאָמוניסטן, די "יעווסעקעס", די אידישע שפּראַך אין אַלע אירע פּרטים (ווערטער, קאָנסטרוקציעס, אויסלייג) צו דערפירן וואָס ווייטער פון אידישקייט, זיינען די שרייבונגען "ייד" און "יידיש" געווען, ווי זאָל מען עס זאָגן, ניט גענוג ראַדיקאַל פאַרן קאָמוניסטישן אויג! און דאָ איז טאַקע צו זען, ווי עס איז צום שטוינען, ביים באַקלערן דעם מערקווערדיקן סימבאָליזם וואָס די שריפט-געשיכטע קען מיט זיך פאָרשטעלן.
די סאָוועטישע אידישע קאָמוניסטן, אין זייער פּרואוו צו מאַכן אידיש מער "וועלטלעך" און "אייראָפּעאיש", האָבן אַרויסגעשלעפּט — ניט מער און ניט ווייניקער, "טויזנט-איין נאַכט", פון חומש און פון סידור! — דעם חיריק, און גענומען פאַרלאַנגען אַז "מ'מוז" שרייבן "ייִד" און "ייִדיש" מיט אַ חיריק, הגם ס'איז נאָך עד-היום ניט געבאָרן געוואָרן דער מענטש וואָס דער דאָזיקער חיריק קען אים העלפן! ס'איז ממש אין דער בחינה פון "אָדער ס'העלפט ניט, אָדער מ'דאַרף ניט". ווער ס'קען דיאָ ווערטער ניט לייענען אָן דעם חיריק, וועט אים דאָס פּינטעלע העלפן ווי אַ טויטן באַנקעס. און ווער ס'קען לייענען די שפּראַך נייטיקט זיך אינעם פּינטל אויף גאַנצע 777 כפּרות. אָבער אין סאָוועטן-לאַנד איז עס סוף צוואַנציקער יאָרן געוואָרן אַ רעגירונגס-געזעץ! מ'האָט געקענט פאַר קיינעם ניט געדאַכט אַריינזעצן אין תפיסה אַ אידן פאַרן מורד-במלכות זיין מיט "ייד" און "יידיש", און על אחת כמה וכמה, מיט "איד" און "אידיש", וואָס האָבן שוין פאַר מלכות געשמעקט מיט חדר, בית-מדרש און ישיבה, ניט קוקנדיק וואָס ראַדיקאַלן האָבן די דאָזיקע שרייבונגען געהאַט פאַרשפּרייט אַ קורצע צייט פאַרדעם. (בשעת מעשה האָבן די אידישע קאָמוניסטן אויך מאָביליזירט דעם מלאפּום, און אים אָנגעווענדט דאָרטן וואו זיי האָבן אַרויסגעוואָרפן דעם מחיצה-אלף, עלעהיי אין "וווּ" און "צוּוווּקס"; דאָס איז אָבער אויף אַן אַנדער איגרתל).
און דאָ גייט שוין אין אַן ענין וואָס צווישן די אידישיסטן אין די פרייע לענדער און די אינטעליגענטן אינעם דעמאָלטיקן סאָוועטנפאַרבאַנד. נאָר וואָס: טייל פון די סאָוועטישע המצאות זיינען געוואָרן וואָסאַמאָל מער פּאָפּולער אויך אין די לינקע קרייזן פון דער אידישיסטישער באַוועגונג אויף יענער זייט גרעניץ: אין דער פּוילישער רעפּובליק. אין די מיטן דרייסיקער יאָרן, האָט אויך דער ווילנער ייוואָ, וואָס האָט לכתחילה אַרויסגעלאָזן זיינע אַלע ווערק מיט "ייד" און "יידיש", גענומען אַרויסלאָזן "תקנות", אַז ס'מוז זיין "ייִד" און "ייִדיש" מיטן חיריק אונטערן צווייטן י'. דאָס איז שוין ווייטער אויך געווען אַן ענין פון "צייט-גייסט", בפרט דעמאָלט, אין די מיטן דרייסיקער יאָרן, אַז ס'האָט זיך שאַרפער גענומען שפּירן דער דייטש-פאַשיסטיש אינספּירירטער אַנטיסעמיטיזם אין פּוילן, און די אידישע סימפּאַטיע צו סאָוועט-רוסלאַנד איז שטאַרק געוואַקסן.
יאָ, אין דער געשיכטע פון אידיש אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, האָבן אַ סך "קליינינקע ענינים פונעם שפּראַך-באַנוץ" אַ גוואַלדיקע סימבאָלישע באַדייטונג.
*
און וואו-זשע האַלט מען אין אַמעריקע (און אַנדערשוואו) אין משך פון די לעצטע עטלעכע צענדליקער יאָרן, און ביזן היינטיקן טאָג? ווי האָט עס אַמאָל געזאָגט אַ איד: "מ'האַלט אין מסכת מחלוקת"...
אין משך פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט האָבן אַלע אידישע צייטונגען, סיי פרומע און סיי פרייע, סיי לינקע און סיי רעכטע, זיך געהאַלטן ביי "איד" און "אידיש" (פון דער לינקער "פרייהייט" און ביזקל דעם סאַטמאַרער "איד"). אין די קרייזן פון וועלטלעכן אידישיזם האָט מען זיך שטרענג געהאַלטן ביי "ייד" און "יידיש" פון אַן ערן מיטן יאָרהונדערט (פריער אין די ערנסטע ליטעראַרישע זשורנאַלן, שפּעטער צו אין די אידישיסטישע שולן). ביים קליינינקן קרייז "שפּראַך-פּוריסטן" אין ניו-יאָרק, האָט מען אָבער ווייטער געפּרעדיקט און מ'פּרעדיקט נאָך היינט, אַז ס'מוז זיין "ייִד" און "ייִדיש" מיטן פּינטל, אַז ניט איז מען אַ כופר בעיקר (איז אַזאָכנוויי צו אַזעלכע עיקרים...). אין 1997, דאָס הייסט ממש אין די סאַמע לעצטע יאָרן פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, דאָ ניט לאַנג, איז אויך די לעצטע לעבן-געבליבענע סעקולערע אידישע צייטונג אין אַמעריקע אַריבער דערויף, ווען "די קאָמיסיע דורכצופירן דעם איינהייטלעכן ייִדישן אויסלייג" האָט מיט 'דעם תנאי דערלאַנגט אַ שיינע מטבע, און אין דער צייט ווען מ'האָט שוין געמוזט אויסזוכן שרייבער און רעדאַקטאָרן דער עיקר פון צווישן די געוועזענע מיטאַַבעטער פון אהרן ווערגעליסעס זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". ווי זאָגט זיך אַן אַלט אידיש ווערטל: מ'ווייס קיינמאָל ניט, וואו אַ דריידל וועט שטיין בלייבן.
*
דער גאַנצער אידיש-ריידנדיקער חרדישער עולם — די איינציקע סביבה וואו אידיש לעבט ווי אַ נאָרמאַלע גערעדטע שפּראַך אין דער היים און אויף דער גאַס — בלייבט ביי "איד" און "אידיש", וואָס זיינען ג ע ו ו אָ ר ן סימבאָלן פון טראַדיציאָנלער אידישקייט, ניט קוקנדיק וואָס מיט הונדערט יאָר צוריק, זיינען דיאָ שרייבונגען אויף דער ברייטער וועלט אָנגעקומען ווי סימבאָלן פון די ראַדיקאַלע, סעקולערע באַוועגונגען, און זיינען לכתחילה ניחא געווען נאָר ביי ליטוואַקעס. דער וועלטלעכער עולם וואָס שטודירט די אידישע ליטעראַטור בלייבט ביי "ייד" און "יידיש", און ביי אַ גאַנצער ריי לערער פון אידיש, דער עיקר אין אַמעריקע, איז עס פּרינציפּיעל נאָר און בלויז: "ייִד" און "ייִדיש".
ווען ניט ווען זיינען פאַראַן דורכרייסן, למשל אינעם ספרל "השפה הקדושה יידיש" פון הרב דוד קאהן (אַרויס אין ברוקלין, תשס"ד \ 2004). וואָס אַן אמת איז דאָס אַ בוך אויף לשון-קודש ו ו ע ג ן אידיש. און פאַר דער מלחמה אין פּוילן האָט דער טראַדיציאָנעל-פרומער גאונותדיקער פאָרשער פון אידיש, שלמה בירנבוים (1891 — 1989) אַריינגעפירט די צוויי-יודן אין אַ ספּעציעלן "פּויליש-פרומען" אויסלייג וואָס איז געווען ביזן חורבן איינגעפירט אין די "בית-יעקב" שולן.
אין אַלגעמיין, אָבער, איז דער גורל פון "ייד" (צי "ייִד" מיט אַ פּינטל) און "יידיש" (צי "ייִדיש" מיט אַ פּינטל) געקניפּט און געבונדן מיטן גורל פון דער וועלטלעכער אידישיסטישער באַוועגונג. ווי אַ מאַסן-באַוועגונג איז זי אונטערגעגאַנגען פּשוט צוליבן דוחק אין אינגערע כוחות דאַמאָלסט אַז דער עלטערער דור האָט גענומען פאַרשוואונדן ווערן. די-אָ שרייבונגען לעבן אָבער ווייטער ביי די קליינע קרייזן פאָרשער, קענער און לערער פון אידיש, דער עיקר אין די סביבות פון קורסן פון אידיש אין די אוניווערסיטעטן. זיי לעבן אין אַ גאַנצער ריי אַקאַדעמישע פּובליקאַציעס. זיי לעבן אויך ביי דעם קליינעם און חשובן קרייז טוער און אַקטיוויסטן געבאָרענע נאָך דער מלחמה אין אַמעריקע. דאָס זיינען זעלטן איבערגעגעבענע און הויך-געבילדעטע מענטשן וואָס טוען אויף בפירוש אַ סך. טייל רעדן און שרייבן אָבער אויף אַ מוראדיק געקינצלטן אידיש, און דער סימבן מובהק איז, וואָס מ'האַלט זיך ניט פאַר "אידישע שרייבער" (צי "יידישע שרייבער"), נאָר פאַר "ייִדיש-שרייבערס". אָט דער לעצטער טערמין, וואָס גרילצט אין די אויערן פון אידיש ריידנדיקן עולם, איז געוואָרן אַ טרויעריקער סימבאָל פאַר דעם, ווי ווייט ס'איז דערגאַנגען, און וואָס ס'איז געבליבן פון אַן אויסערגעוויינלעכער וועלט-ליטעראַטור אין דער סעקולערער סביבה.
*
אַ פראַגע אויף להבא: צי וועט דער (טראַגישער) אונטערגאַנג פון דעם וועלטלעך-סעקולערן אידיש-סעקטאָר אַלס מאַסן-באַוועגונג (און זי איז בפירוש געווען אַ מאַסן-באַוועגונג, לאָמיר דאָס ניט פאַרגעסן), מיט דער צייט אומדירעקט "כשרן" די שרייבונגען מיט צוויי-יודן ביים היימישן, חרדישן עולם, וואו עס וואַקסן אויסעט מיט אימפּעט נייע דורות אידיש-ריידנדיקע אידן? אָדער פאַרקערט, די צוויי-יודן וועלן ווערן אַ סימבאָל פון אונטערגעגאַנגענעם גערעדטן אידיש ביי די סעקולערע (און פאַרשטייט זיך בלייבן אינעם באַנוץ פון פּראָפעסאָרן, לערער, קלובן וכו'), בעת ווען דער אלף נעמט אויפשווימען אַלס מעכטיקער סימבאָל פון אידיש-ריידנדיקן חרדישן אידנטום?
ביי היינטיקן טאָג, איז די אידישע שפּראַך אַ לעבעדיק, שפּרודלדיק לשון וואָס ווערט גערעדט אין אמתע אידישע קהילות, מיט גאַסן, חדרים, שולעס, ישיבות, און אַלמערשטן אין דער היים, נאָר און בלויז ביי חרדים און דער עיקר — חסידים. ביי אָטאָ די היימישיע אידן, איז די שפּראַך ניט קיין אָפּגעזונדערטע "באַוועגונג" נאָר פּשוט אַ קאָמפּאָנענט פונעם המשך פונעם אידישן לעבן גענומען גאַנצערהייט. ניט אין סאַטמאַר און ניט איז בעלז "שטערט דאָס" וואָס די שרייבונגען "איד" און "אידיש" זיינען אויפגעקומען דורך ליטוואַקעס און פאַרשפּרייט געוואָרן דורך ראַדיקאַלן און סאָציאַליסטן!
די סימבאָלאָגיע, וואָס פאָרשט דעם מקור און לכתחילהדיקן באַדייט פון אַוועלכן ניט איז חידוש, פאָרשט אויך אויס די גילגולים וואָס קומען אויפעט, און דערין, גראַדע אין דער "תולדה", איז צום געפינען דאָס וואָס איז אַמערסטנס אינטערעסאַנט.
*
ריידנדיק דורכן טעלעפאָן מיט אַ ניו-יאָרקער לערער פון אידיש אַנומלטן, האָט מיר יענער אַ זאָג געטאָן, אַז ער וועט ניט נעמען אין האַנט אַריין דעם "אַלגעמיינעם זשורנאַל" ווייל "זיי שרייבן אידיש מיט אַן אלף".
ס'האָט זיך אים געוואָלט אַ זאָג טאָן, אַז דער הויפּט-שאַפער פון יענעם גענויען "ייוואָ-אויסלייג", וואָס איז ביי אים אַזוי הייליק, דער גרויסער פילאָלאָג מאַקס וויינרייך, האָט אַלע זיינע יאָרן געשריבן פאַר די אידישע צייטונגען וואו ס'איז "אידיש מיט אַן אלף". אים וואָלט אין לעבן ניט איינפאַלן לייענען אָדער ניט לייענען אַ בלאַט אויף אָטאָ ד ע ם סמך.
ס'האָט זיך דעם לערער געוואָלט זאָגן, אַז אַלע חובבי אידיש דאַרפן זיין אין זיבעטן הימל וואָס די אידישע שפּראַך שפּרודלט און וואַקסט ביים טראַדיציאָנעל-פרומען עולם, און אַז ס'איז גאָר זיין חוב אַלס לערער צו באַקענען זיינע סטודענטן מיטן אמתן גערעדטן אידיש פון אונדזער צייט.
און אחרון אחרון: ס'האָט זיך אים געוואָלט זאָגן, אַז דאָס איז סתם אַ שטות, אַ סימן פון זעלבסט-באַגרענעצונג, אומטאָלעראַנץ און קליינשטעטלדיקייט, נאָכמער ווען ער און זיינע חברה שרייבן כסדר בריוולעך דורכן אינערנעט אויפן "אי-מעיל", נוצנדיק אידיש מיט לאַטיינישע אותיות. אָדאָס איז כשר וישר, בשען ווען, קאַפּויער אַ וועלט, אידיש מיט אַן אלף איז אים טרייף-פּסול. מיט אַזעלכע השגות, איז אַזאָכנויי צום לימוד פון אידיש ביי היינטיקן טאָג.
כ'האָב זיך פונדעסטוועגן איינגעהאַלטן, און אים געענפטערט מיט צוויי קורצע אידישע ווערטער, וואָס דער ערשטער פון זיי הייבט זיך גראַדע אָנעט (לכל הדעות), מיט אַן אלף:
"איז נישט..."