"איבער הויפט". און "פארלויפיק".

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 06, 2008 8:24 am

"איבער הויפט". און "פארלויפיק".

תגובהדורך israel » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2008 7:49 am

שלום צו די אלע שפרך-וויסנשאפטלערס

איך האב דא צוויי ווערטער וואס איך וויל וויסן זייער באדייטונג. "איבער הויפט". און "פארלויפיק".
און דא זיינען זי זאצן וואס בלאנגען צו די ווערטער.
און דאס איז גאנץ נאטורלעך, דען דער נייער דור וועלכער איז אבסאלוט אפגעפרעמדעט פון דער תורה, פארשטייט עס "איבער הויפּט" נישט צו וואס מען דארף תורה.
יידן דארפן האבן ארץ ישראל און זיי האבן עס "פארלויפיק" נאך נישט.
אפילו אין די מדינות וואס זיינען נאך "פארלויפיק" לפי שעה אימשטאנד צו געבן געלט.
ישראל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2008 10:29 am

ר' ישראל,

קודם, מיר וועלן זיך ברויכן צוגעוואונען צו אייער דיאלעקט און אויסלייג, דען עס איז נישט אינגאנצן אייניג צו אונזער 'היימיש-יידיש' ווי מען רופט עס.

צו פארשטיין געבן די אפטייטש פון די צוויי דערמאנטע טערמינען וועלכע מען שרייבט אין אונזערע קרייזן 'איבערהויפט' און 'פארלייפיג' וועל אייך עס געבן אין לשה"ק און און ענגליש.

איבערהויפט = ESPECIALLY = (בבטח)
פארלייפיג = דערווייל - לעת-עתה - SO FAR

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2008 11:44 pm

איך וואלט עס אנדערש איבערגעטייטשט:

איבערהויפט = בפרט
פארלייפיג = לכאורה

israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 06, 2008 8:24 am

תגובהדורך israel » פרייטאג נובעמבער 21, 2008 8:29 am

יישר כח אוף אייער ענטפער.
מיר זעט אויס וואס ר' יעקב מילער האט געשריבן. עס גייט אריין בעסער אין די ווערטער.
מיין אויסלייג און דיאלעקט איז א ביסל אנדערש פון אייך. ווייל איך האב אליין געלערענט יידיש. איך רעד נישט יידיש פון שטוב.
מיין זיידע געווען א פוילישער און האט געוואוינט אין אמעריקע ברוקלין. און בין געוואקסן אין ארץ ישראל. איך רעד העברעיש (מאמע לשון) יידיש אליין געלערענט פון ספרים. אין ענגליש רעד איך א ביסל, און פארשטיי מער פון וואס איך רעד.
ישראל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג נובעמבער 21, 2008 10:05 am

קרעמער'ל,
'לכאורה' איז 'אויבנאויף' ווי שוין געשריבען אינעם עקסטערן אשכול דערויף, פארלייפיג, האט גארנישט מיט לכאורה, עס איז דוקא א ווארט וואס מ'נוצט אויף 'לעת עתה', 'איבערהויפט' אלס 'בפרט' איז א גוטע צושטעל.

ישראל,
אייער זיידע האט נאך געוואונט אין אמעריקא פאר די קריג?

israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 06, 2008 8:24 am

תגובהדורך israel » זונטאג נובעמבער 23, 2008 8:30 am

ר' יעקב

יא, מיין זיידע איז געקומען קיין אמעריקע פאר דער קריג. ער איז געקומען אלס בר מצוה בחור מיט זיי פאמיליע פון לאדז.
דאס איז געווען אין אן ערך פון אכציק יאר צוריק.
ער האט געהייסן שלמה יוסף רויטמאן. ער האט געהאט א בת יחידה, דאס איז מיין מאמע שתחי'. זי איז ארויף קיין ארץ ישראל נאך איר חתונה, איך בין געווען דעמאלסט 2 יאר אלט.
ישראל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג נובעמבער 23, 2008 12:44 pm

ישראל'טשע,
דאס איז משפחה מיט חזן רויטמאן?
איז דער זיידע ר' שלמה יוסף פון לאדז, געווען א חסידישער איד?

israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 06, 2008 8:24 am

תגובהדורך israel » מאנטאג נובעמבער 24, 2008 4:30 pm

איך ווייס נישט ווער איז חזן רויטמאן. איך ווייס נאר אז נאר דער קריג זיין טאטע ר' ברוך האט געזוכט די איבערבלייבן פון זיין משפחה. און איך האב נישט געהערט אז מיין מאמע האט דערמאנט א קרוב בשם חזן רויטמאן. (אויב דער חזן רויטמאן שטאמט פון לאדז אדער פון ראדאם וואס פון דארטן שטאמן די פאמיליע רויטמאן פון מיין זיידן, איז ווערט מברר צו זיין)

מיין זיידע איז געווען א חסידעשער ייד, ער האט מיר דערציילט (סוף ימיו ער האט געוואוינט אין ארץ ישראל) אז זיין טאטע געווען אין פוילן אן אפטער חסיד. אין אמעריקע לויט מיין געדאנק ער פלעגט דאווענען (איך ווייס נישט וויפיל יארן ) אין באבאב. דאך זיך מיר בארא פארק.
ישראל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 24, 2008 5:41 pm

ר' ישראל,

יישר כחך פאר די נוצליכע אינפארמאציע,

איך זוך אינפארמאציע אויף די ברודער הרבנים ר' משה פערלמוטער דומ"ץ לאדז און ר' אברהם צבי פערלמוטער אב"ד ראדאם וראב"ד ווארשא, דאס איז גענוי די צוויי שטעט וואס איר דערמאנט אלס אן אפשטאמיגער, אפשר קענט איר מברר זיין עפעס אויף די דערמאנטע רבנים.

[דער אשכול פארפארט אביסל, פילייכט וועלן מיר שפעטער מאכן סדר]

אוועטאר
הכל בכל מכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 01, 2008 10:11 pm
לאקאציע: ווען ער זיכט א צווייטן

תגובהדורך הכל בכל מכל » מאנטאג נובעמבער 24, 2008 9:28 pm

צום הויכגעשעצטן סקרענטאנער רב
אויבן אויף איז נישט די גאנצע אפטייטש פון לכאורא
לכאורא מיינט אויך ווארשיינליך
יא יא הכל בכל מכל איז נאר דא איין באשעפער

אוועטאר
הכל בכל מכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 01, 2008 10:11 pm
לאקאציע: ווען ער זיכט א צווייטן

תגובהדורך הכל בכל מכל » מאנטאג נובעמבער 24, 2008 9:31 pm

אין וועלכן אשכול?
יא יא הכל בכל מכל איז נאר דא איין באשעפער

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » מאנטאג נובעמבער 24, 2008 9:37 pm

מיללער האט געשריבן:דאס איז משפחה מיט חזן רויטמאן?

israel האט געשריבן:איך ווייס נישט ווער איז חזן רויטמאן. איך ווייס נאר אז נאר דער קריג זיין טאטע ר' ברוך האט געזוכט די איבערבלייבן פון זיין משפחה. און איך האב נישט געהערט אז מיין מאמע האט דערמאנט א קרוב בשם חזן רויטמאן. (אויב דער חזן רויטמאן שטאמט פון לאדז אדער פון ראדאם וואס פון דארטן שטאמן די פאמיליע רויטמאן פון מיין זיידן, איז ווערט מברר צו זיין)

דער חזן רויטמאן [דוד רויטמאן] איז געבוירן און אויפגעוואקסן אין א שטעטל אין רוסלאנד דרעזשנקע נאנט צו אדעסא, זיין פאטע איז געווען א טאלנער חסיד, און דער נאמען דוד איז טאקע נאך ר' דוד טאלנער זצ"ל.

אוועטאר
הכל בכל מכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 01, 2008 10:11 pm
לאקאציע: ווען ער זיכט א צווייטן

תגובהדורך הכל בכל מכל » מאנטאג נובעמבער 24, 2008 11:40 pm

ביזט זיכער אז סאיז אין רוסלאנד?

איך וויס פון א שטאט דערעשקא לעבן אדעסא אבער נישט אין רוסלאנד נאר צווישן אונגארן אין רומעניען
יא יא הכל בכל מכל איז נאר דא איין באשעפער

israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 06, 2008 8:24 am

תגובהדורך israel » דינסטאג נובעמבער 25, 2008 3:48 pm

ר ' יעקב
איך ווייס נישט וועגן די צוויי רבנים. איך בין נישט בקי אין נעמען און ק"ו אין ביאגראפיע פון רבנים.
איך האב געזוכט א ביסל אין דעם אינטערנעט. איך האב געפונען דעם לינק. קען זיין דו האסט שוין געזען דאס.

http://www.algemeiner.com/generic.asp?p ... ue&id=2053
ישראל

israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 06, 2008 8:24 am

איבערהויפט

תגובהדורך israel » דינסטאג נובעמבער 25, 2008 3:58 pm

איך האב געפונען אין א ספר אויף יידיש דאס שטיקל, וואס דארט דערשיינט צוויי מאל דאס ווארט "איבערהויפט.

פאר ימים נוראים, דארף מען זיך אנהייבן צו-גרייטן מיט תשובה און מעשים טובים. – דער חזן, איבערהויפט זיינע משוררים הייבן זיך אן מסדר זיין די תפלות, מיט זייער געזאנג, מיט אכט וואכן פאר ימים נוראים. און פאר וועמען איז ער זיך מסדר? געוויס נישט בלויז פאר גאט, נאר איבערהויפט פאר מענטשן היינט אז ער איז זיך אזוי מסדר פשר מענטשן, ביי זיי אויסצונעמען.

דער טייטש דארטן קען זיין ווי קערמער: בפרט. און ווי מילער: לבטח. אדער מ'קען טייטשן בעיקר.
ישראל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג נובעמבער 25, 2008 6:38 pm

א הארציגען דארנק ר' ישראל פאר די ארטיקל פונעם אלעגמיינער.

אוועטאר
הכל בכל מכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 01, 2008 10:11 pm
לאקאציע: ווען ער זיכט א צווייטן

תגובהדורך הכל בכל מכל » דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:01 pm

israel האט געשריבן:
דער טייטש דארטן קען זיין ווי קערמער: בפרט. און ווי מילער: לבטח. אדער מ'קען טייטשן בעיקר.


בפרט און בעיקר לגבי דעם וואס דו ווילסט צושטעלן איז לכאורה די זעלבע
יא יא הכל בכל מכל איז נאר דא איין באשעפער

דוראק
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 21, 2018 6:20 pm

תגובהדורך דוראק » מאנטאג ינואר 22, 2018 3:28 pm

מיללער האט געשריבן:איבערהויפט = ESPECIALLY = (בבטח)

עס איז גאר מעגליך אז דאס איז דער באדייט פונעם ווארט אין אייער דיאלעקט, אבער אין אונזער רייסנער דיאלעקט מיינט עס "בכלל" (דער מיין איז ניט "בכלל" ווי "אין אלגעמיין", נאר "בכלל" ווי דעם ענגלישן "at all". ווי צום ביישפּיל "ער ווייסט איבערהויפט ניט וואס ער רעדט").

אזוי זעהט אויס דער באדייט אויך אינעם זאץ וואס דער עפענער פון דיעזער אשכול האט ציטירט.

מיללער האט געשריבן:קרעמער'ל,
'לכאורה' איז 'אויבנאויף'

בא אונז קאן מען אויך זאגן "אין פלוג", אדער פּראסט "לכאורה"...

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג ינואר 22, 2018 4:42 pm

ביי אונז שרייבט מען "ביי", נישט "בא".

(אדער - אין אייוועלט - ביינונז)

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » מאנטאג ינואר 22, 2018 4:52 pm

לכאורה = ווארשיינליך

דוראק
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 21, 2018 6:20 pm

תגובהדורך דוראק » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 7:27 am

ווארשיינליך = מן הסתם.

קלאצקאפ, איך האב געשריבן אז איך בין א רייסנער, דערפאר אז איך שרייב "בא אונז" קאן א יעדער פארשטיין ווער עס זיינען די "אונז". אבער איך ווייס דאך ניט פון וואנעט דו שטאמסט, בין איך נייגעריק צו וויסן וועמען מיינסטו מיט "אונז".

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג ינואר 28, 2018 4:44 pm

איך ווייס נישט וואס איז דאס א רייסנער.

דוראק
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 21, 2018 6:20 pm

תגובהדורך דוראק » מאנטאג ינואר 29, 2018 1:06 pm

איינער וואס שטאמט פון רײַסן...
מיר רעדן א דיאלעקט פונעם ליטווישן אידיש, און מיר זאגן און שרײַבן על פי רוב "בא".

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » מאנטאג ינואר 29, 2018 1:39 pm

דוראק האט געשריבן:ווארשיינליך = מן הסתם.


מן הסתם = געוויס.
לכאורה =ווארשיינליך.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט