וואס איז טייטש? - סליחות, פיוטים ויוצרות

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 4:08 am

פומפדותא האט געשריבן:זאגענדיג דעם שמיני עצרת ביי תפילת גשם די פיוט פון "זכור אב נמשך אחריך כמים" האט מיר געווינדערט פארוואס דער פייטן רעכנט אויס אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, און לאזט אויס יוסף און דוד?
יוסף קען מען זאגן איז אין כלל פון "זכור שנים עשר שבטים" אבער פארוואס לאזט ער אויס דוד?

מיין שכן אין ביהמ"ד גראדע א איד א תלמיד חכם האט געוואלט זאגן א סברה אז עס איז גאנץ מעגליך אז ארגינעל איז די פיוט געוועהן לענגער, און מען זעהט אסאך מאל אז דרוקערס האבן ארויס געשניטן שטיקלעך פון פיוטים.

למעשה אויב איינער האט א גוטן תירוץ וואלט איך זייער הנאה געהאט צו הערן.

אויב מעג מען זאגן עפעס, זענען די צוויי יוסף דוד די צוויי משיחים, משיח בן יוסף ומשיח בן דוד, מיר בעטן טאקע בזכות האבות מים אלס ביזן קרעטשמע א טרינק ברוינפן, אבער זיי וואס זענען משיח העתיד לבוא במהרה בימינו דערמאנט מען נישט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19984
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 9:05 am

פומפדותא האט געשריבן:זאגענדיג דעם שמיני עצרת ביי תפילת גשם די פיוט פון "זכור אב נמשך אחריך כמים" האט מיר געווינדערט פארוואס דער פייטן רעכנט אויס אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, און לאזט אויס יוסף און דוד?
יוסף קען מען זאגן איז אין כלל פון "זכור שנים עשר שבטים" אבער פארוואס לאזט ער אויס דוד?

מיין שכן אין ביהמ"ד גראדע א איד א תלמיד חכם האט געוואלט זאגן א סברה אז עס איז גאנץ מעגליך אז ארגינעל איז די פיוט געוועהן לענגער, און מען זעהט אסאך מאל אז דרוקערס האבן ארויס געשניטן שטיקלעך פון פיוטים.

למעשה אויב איינער האט א גוטן תירוץ וואלט איך זייער הנאה געהאט צו הערן.

כ'פערשטיי נישט די קשיא, פארוואס עפעס זאל ער דערמאנען יוסף און דוד?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 1:50 pm

farshlufen האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:זאגענדיג דעם שמיני עצרת ביי תפילת גשם די פיוט פון "זכור אב נמשך אחריך כמים" האט מיר געווינדערט פארוואס דער פייטן רעכנט אויס אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, און לאזט אויס יוסף און דוד?
יוסף קען מען זאגן איז אין כלל פון "זכור שנים עשר שבטים" אבער פארוואס לאזט ער אויס דוד?

מיין שכן אין ביהמ"ד גראדע א איד א תלמיד חכם האט געוואלט זאגן א סברה אז עס איז גאנץ מעגליך אז ארגינעל איז די פיוט געוועהן לענגער, און מען זעהט אסאך מאל אז דרוקערס האבן ארויס געשניטן שטיקלעך פון פיוטים.

למעשה אויב איינער האט א גוטן תירוץ וואלט איך זייער הנאה געהאט צו הערן.

כ'פערשטיי נישט די קשיא, פארוואס עפעס זאל ער דערמאנען יוסף און דוד?

עס זעהט אויס וואו דער פייטן גייט אויף די סדר פון די שבעה רועים.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19984
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 2:30 pm

וואס עפעס?

שנים עשר שבטים שהעברת וכו' מיינט דאך גאנץ כלל ישראל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:46 pm

farshlufen האט געשריבן:שנים עשר שבטים שהעברת וכו' מיינט דאך גאנץ כלל ישראל.

און פארוואס דעמאלטס רעכנט ער אויס עקסטער משה און אהרן זיי זענען דאך אויך אין כלל פון "שנים עשר שבטים שהעברת בגזרי מים".

(דוד המלך איז נישט געוועהן ביים ים סוף און נישט ביי די מים המרים)

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 12:08 am

האבן נישט אלע וואס ער רעכנט אויס געהאט עפעס מיט וואסער? משא"כ יוסף אין דוד

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4897
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מוצ"ש אוקטובער 21, 2017 8:42 pm

איך מיין אז די תירץ איז ווייל ער האט נאר געוואלט מאכן פאר די 22 אלף בית.
אבער מים שאר קען מען טרעפן
למשל
זכור הנשלך בבור אין בו מים [וישב]
איחיו כלכל בלחם ומים, [ויגש]
עצמיותיו הוצאת מהמים. [מדרש]
בזכותו בקע הים ויעבורם המים. [הים ראה וינוס ארונו של יוסף]
בעבורו על תמנע מים

זכור ששפכת לב לפניך כמים [פלגי מים לב מלך ביד ה']
שפרצת איוביו כפרץ מים [שמואל ב' פרק ה']
ואמר מי ישקינו מים. [פרק כ"ג]
הרעב כלה עד ניתך המים [פרק כ"א]
בצדקו חון חשרת מים.

וכדו'
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2479
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מוצ"ש אוקטובער 21, 2017 10:42 pm

Nice!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 12:54 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:זכור הנשלך בבור אין בו מים [וישב]
איחיו כלכל בלחם ומים, [ויגש]
עצמיותיו הוצאת מהמים. [מדרש]
בזכותו בקע הים ויעבורם המים. [הים ראה וינוס ארונו של יוסף]
בעבורו על תמנע מים

זכור ששפכת לב לפניך כמים [פלגי מים לב מלך ביד ה']
שפרצת איוביו כפרץ מים [שמואל ב' פרק ה']
ואמר מי ישקינו מים. [פרק כ"ג]
הרעב כלה עד ניתך המים [פרק כ"א]
בצדקו חון חשרת מים.

וכדו'

גוט!!!!!
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
ישראלי
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 1:02 pm

פונקט ווי אמאליגע פייטנים, אויך ידע עצום אין כל מכמני התורה און אויך א גוטע גראם.
זייער שיין סאדאם חוסעין!!!
ארץ הצבי מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו אף ארץ ישראל בזמן שיושבין עליה רווחא ובזמן שאין יושבין עליה גמדא..
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 12:40 am

ווארטן מיר נאר אויף א פיוט אויף די ראשי תיבות סאדאם חוסעין.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 8:22 pm

זאגנדיג היינט יוכ"ק האב איך באמערקט אז ביי די לעצטע שטיקל פונעם פזמון "בת עמי" שטימט עפעס נישט געהעריג די גראמען. איז עס אמאל דורך א צענזור? אויב יא, וואס איז די אריגינעלע נוסח?

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm
לאקאציע: איך געפין זיך? דער עולם געפינט זיך ביי מיר.

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 8:48 pm

אפשר איז "סדר" נישט פון די גראמען, דעמאלטס שטימט עס, (סדר האט א צירי משא"כ פדר חדר)
ס'איז ביידע, איך זיץ ביים 'מחשב', אבער איך פרוביר אביסעלע צו ניצן דעם קאפ אויכעט...

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 12:12 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:זאגנדיג היינט יוכ"ק האב איך באמערקט אז ביי די לעצטע שטיקל פונעם פזמון "בת עמי" שטימט עפעס נישט געהעריג די גראמען. איז עס אמאל דורך א צענזור? אויב יא, וואס איז די אריגינעלע נוסח?

מ'ברויך וויסן וואו צו פינטלען..
צוגעלייגטע
20180810_001030.jpg
20180810_001030.jpg (105.98 KiB) געזעהן 582 מאל

השפעות
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:53 am

תגובהדורך השפעות » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 12:42 am

גלאזער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:זאגנדיג היינט יוכ"ק האב איך באמערקט אז ביי די לעצטע שטיקל פונעם פזמון "בת עמי" שטימט עפעס נישט געהעריג די גראמען. איז עס אמאל דורך א צענזור? אויב יא, וואס איז די אריגינעלע נוסח?

מ'ברויך וויסן וואו צו פינטלען..


קודם פאר אלעם - לויט די אונגארישע,ליטווישע, סקווירא הברה, מיין איך אז ס'שטימט.

ODOM
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 12:58 am

ווי באווסט אין די פיוטים מאכט זיך אז דער גראמען פאסט נישט מיט דעם טייטש, און אין אוואו לויט די גראמען איז א אפשטעל (א הפסק) איז לויט דעם טייטש באהעפט און צו געקלעבט איינס צו די אנדערע.
אין דעם אויבענדערמאנטען פזמון, איז איין געטיילט יעדער חרוז אין צוויי, דער הויפט טיילונג איז: תראה, באי, במראה, יראי. אוין יעדער חרוז איז איין געטיילט אויף צווי מיט די ווערטער: פדר, סדר, בחדר.
פארשטייט זיך אז דער ווארט "באי", איז א ענדע פון דער גראם, אבער אין טייטש איז דאס באהעפט מין די ווערטער היכל חדר בחדר.
אזוי איז דא אין פהיל פיוטים או זמירות.
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

השפעות
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:53 am

תגובהדורך השפעות » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:01 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:זאגנדיג היינט יוכ"ק האב איך באמערקט אז ביי די לעצטע שטיקל פונעם פזמון "בת עמי" שטימט עפעס נישט געהעריג די גראמען. איז עס אמאל דורך א צענזור? אויב יא, וואס איז די אריגינעלע נוסח?


מיר האבן עס אויסגעשטעלט אויף דעם אופן.
ס'זעהט אויס אז די ערשטע האלב פון די פערטע שורה, איז די גראם אויף צווייטע האלב פון יעדע שורה, למשל:
אֵיתָנַי,
תַּחֲנוּנַי,
קָרְבָּנַי,
בַּה'
די חילוק פון קמ"ץ מיט די פת"ח, איז נישט מעכב
און טאקע די לעצטע שטיקל איז אביסל אינטרעסאנט אויסגעשטעלט, אז אינמיטן די שטיקל איז די גראם.

בַּת עַמִי לֹא תֶחֱשֶׁה, וְלֹא תִשְׁקוֹט בִּזְעָקָה,
וּבִמְקוֹם עוֹלָה וְאִשֶּׁה, תָּכִין תַּחַן חוּקָה:

נְשִֹיא אֱלֹהִים הַנֶּאֱמָן, רֹאשׁ צוּרִים אֵיתָנַי,
הִשְׁכִּים שַׁחַר וּזְמָן, עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ תַּחֲנוּנַי,
בִּמְקוֹם תָּמִיד מְיוּמָן, לְשַׁחֵר עַל קָרְבָּנַי,
וְכִי הֶאֱמִין בַּה', וַיַּחְשְׁבֶהָ לּוֹ צְדָקָה.

יְחִידוֹ לְמֵאָה נֶחֱנַן, וְעָקוּד בְּמִזְבַּח אֲבָנָיו,
לִפְנוֹת עֶרֶב חָנַן, וְהָאֵל נָשָֹא פָנָיו,
לִתְמִיד עֶרֶב מְכוֹנָן, לְהִתְרַצּוֹת פְּנֵי אֲדוֹנָיו,
כְּאִישׁ לָקַח מְלֹא חָפְנָיו, קְטוֹרֶת סַמִּים דַּקָּה.

מְפַלֵּל יוֹשֵׁב אֹהֶל, הַלָן בִּמְקוֹם מְשֻׁבָּח,
לְרִבּוּי פְּדָרִים יָהֵל, בְּהִתְקָרֵב בְּבֵית זֶבַח,
וְאִם אֵין קָרְבָּן לְיַחֵל, תְּמוּרָם אֶעֱרוֹךְ שֶׁבַח,
וְנִבְחַר לַיהֹוָה מִזֶּבַח, עֲשֵֹה מִשְׁפָּט וּצְדָקָה.

נֶאֱלַמְתִּי דוּמִיָּה, מֵאֵין עֲבוֹדַת כֹּהֲנִים,
וְאֵיךְ אָשִׁיר בַּשִּׁבְיָה, וְאָסְפוּ לְוִיַּי אֱמוּנִים,
וְעַל כָּל זֹאת אוֹדֶה יָהּ, כִּי הוּא נַעֲלֶה בְדִינִים,
לָנוּ בּשֶׁת הַפָּנִים, וּלְךָ הַצְּדָקָה.

חֵלֶף קָרְבְּנוֹת פֶּדֶר, תְּפִלָּתִי תֵרָאֶה,
בְּזָכְרִי עַל הַסֵּדֶר, עֲבוֹדַת מְשָׁרְתִים בָּאֵי
הֵיכָל חֶדֶר בְּחֶדֶר, וְשָׁמְעוּ מְבַשֵּר בְּמַרְאֶה,
וְזָרְחָה לָכֶם יִרְאֵי, שְׁמִי שֶׁמֶשׁ צְדָקָה:

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:27 am

ODOM האט געשריבן:ווי באווסט אין די פיוטים מאכט זיך אז דער גראמען פאסט נישט מיט דעם טייטש, און אין אוואו לויט די גראמען איז א אפשטעל (א הפסק) איז לויט דעם טייטש באהעפט און צו געקלעבט איינס צו די אנדערע.
אין דעם אויבענדערמאנטען פזמון, איז איין געטיילט יעדער חרוז אין צוויי, דער הויפט טיילונג איז: תראה, באי, במראה, יראי. אוין יעדער חרוז איז איין געטיילט אויף צווי מיט די ווערטער: פדר, סדר, בחדר.
פארשטייט זיך אז דער ווארט "באי", איז א ענדע פון דער גראם, אבער אין טייטש איז דאס באהעפט מין די ווערטער היכל חדר בחדר.
אזוי איז דא אין פהיל פיוטים או זמירות.

די לעצטיגע איז א דרייכפאכיגער גראם, משולב, אה, אי, דר.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג אוגוסט 12, 2018 1:41 pm

יישר כח פאר אלע!
ס'איז מיר פשוט נישט בייגעפאלן אז "באי" קען גראמען מיט "תראה" און "במראה", נאך דערצו אז די מדפיסי הסידורים מאכן נישט קיין שטרעכל דארט.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » זונטאג אוגוסט 12, 2018 3:49 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:יישר כח פאר אלע!
ס'איז מיר פשוט נישט בייגעפאלן אז "באי" קען גראמען מיט "תראה" און "במראה", נאך דערצו אז די מדפיסי הסידורים מאכן נישט קיין שטרעכל דארט.

ניין!
באי גראמט נאר מיט יראי.
כ' זאג דאך ס'איז דרייפאכיג

חֵלֶף קָרְבְּנוֹת פֶּדֶר

תְּפִלָּתִי תֵרָאֶה

בְּזָכְרִי עַל הַסֵּדֶר

עֲבוֹדַת מְשָׁרְתִים בָּאֵי

הֵיכָל חֶדֶר בְּחֶדֶר

וְשָׁמְעוּ מְבַשֵּר בְּמַרְאֶה

וְזָרְחָה לָכֶם יִרְאֵי

שְׁמִי שֶׁמֶשׁ צְדָקָה:

ODOM
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 9:57 am

גלאזער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:יישר כח פאר אלע!
ס'איז מיר פשוט נישט בייגעפאלן אז "באי" קען גראמען מיט "תראה" און "במראה", נאך דערצו אז די מדפיסי הסידורים מאכן נישט קיין שטרעכל דארט.

ניין!
באי גראמט נאר מיט יראי.
כ' זאג דאך ס'איז דרייפאכיג

חֵלֶף קָרְבְּנוֹת פֶּדֶר

תְּפִלָּתִי תֵרָאֶה

בְּזָכְרִי עַל הַסֵּדֶר

עֲבוֹדַת מְשָׁרְתִים בָּאֵי

הֵיכָל חֶדֶר בְּחֶדֶר

וְשָׁמְעוּ מְבַשֵּר בְּמַרְאֶה

וְזָרְחָה לָכֶם יִרְאֵי

שְׁמִי שֶׁמֶשׁ צְדָקָה:


כ'מיין נישט אזוי. דער לעצטער פאל גראמט זיך אזוי ווי דער גאנצער פזמון, דריי שורות וואס זענען איינגעטיילט אויף צווי, דער מיטן פון די דריי גראמט זיך, און דיא ענדע פון די דריי גראמען זיך, און דער מיטן פון די פערטע שורה גראמט זיך מיט די ענדע פון די ערשטע דריי און ס'ענדיגט מיט א פסוק.
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט