לעילוי נשמת נוסח

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

לעילוי נשמת נוסח

תגובהדורך קאץ און מויז » דינסטאג ינואר 22, 2019 6:29 pm

ווען מען שרייבט לע"נ א מאן מיט א ווייב שרייבט מען
לע"נ יצחק ב"ר אברהם ז"ל וזוגתו מרת רבקה ב"ר משה ז"ל

וואס שרייבט מען ווען די פרוי איז אוועק קודם און די מאן האט נאכאמאל חתונה געהאט און דערנאך אויך אוועק (די 2טע ווייב לעבט נאך)
שרייבט מען אויך וזגתו אדער נישט?

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג ינואר 22, 2019 6:57 pm

קאץ און מויז האט געשריבן:ווען מען שרייבט לע"נ א מאן מיט א ווייב שרייבט מען
לע"נ יצחק ב"ר אברהם ז"ל וזוגתו מרת רבקה ב"ר משה ז"ל

וואס שרייבט מען ווען די פרוי איז אוועק קודם און די מאן האט נאכאמאל חתונה געהאט און דערנאך אויך אוועק (די 2טע ווייב לעבט נאך)
שרייבט מען אויך וזגתו אדער נישט?

ביי זיוויג שני האט מען שוין גארנישט מיטן ערשטן. אפילו נישט לאחר 120.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » דינסטאג ינואר 22, 2019 7:00 pm

nmi האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:ווען מען שרייבט לע"נ א מאן מיט א ווייב שרייבט מען
לע"נ יצחק ב"ר אברהם ז"ל וזוגתו מרת רבקה ב"ר משה ז"ל

וואס שרייבט מען ווען די פרוי איז אוועק קודם און די מאן האט נאכאמאל חתונה געהאט און דערנאך אויך אוועק (די 2טע ווייב לעבט נאך)
שרייבט מען אויך וזגתו אדער נישט?

ביי זיוויג שני האט מען שוין גארנישט מיטן ערשטן. אפילו נישט לאחר 120.

אבער ער איז געווען איר מאן זי האט נישט געהאט קיין 2טע

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג ינואר 22, 2019 7:09 pm

ווען א מאן האט חתונה גייט אריין א חלק פון זיין נשמה אין די עזר כנגדו (וועגן דעם זענען דא פרויען וואס אויב די מאן איז אוועק ווילן זיי נישט נאכאמאל חתונה האבן). און אויב איינער גייט אוועק פון די וועלט ל"ע און דער צווייטער האט נאכאמאל חתונה מיט א צווייטן פירט מען זיך ביי די היימישע קרייזן אז מ'האט גארנישט מיטן ערשטן נישט גיין צום קבר נישט צינדן ליכט לע"נ וכו' ווייל די נשמה קען זיך נוקם זיין. צו מ'מעג שרייבן ביידע לע"נ צוזאמען פרעג אן א שאלת חכם. דעם רבין שרייבט מען אויך כמעט/קיינמאל נישט צוזאמען מיט די ערשטע רעביצין
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג ינואר 22, 2019 7:13 pm

אויב שרייבט מען דעם נדבן'ס נאמען, קען מען שרייבן לע"נ אביו ר' וכו', ולע"נ אמו מרת וכו', ומדומני שכן כותבין עפי"ר.

veltsman
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

תגובהדורך veltsman » דינסטאג ינואר 22, 2019 11:42 pm

ראיתי כמה פעמים ולע״נ זוגתו בזו״ר
אויך האב איך געזעהן לעצטענס א איד וואס מ׳האט אים געלייגט נעבן זוגתו בזווג״ר

דביר ביתך
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 11:24 am

תגובהדורך דביר ביתך » מיטוואך ינואר 23, 2019 9:37 am

סאיז א ספר בתים לבדים (צוויי דיקע בענדער) וואס איז מאריך אין די ענינים בנגלה ובנסתר ס'איז נישט אזוי פשוט

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:45 pm

און וויאזוי שרייבט מען ווען מ'באשרייבט א פרוי וואס האט געהאט 2 מענער, און ביידע לעבן שוין נישט?

אוועטאר
הגאון
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:11 am

תגובהדורך הגאון » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:52 pm

nmi האט געשריבן:דעם רבין שרייבט מען אויך כמעט/קיינמאל נישט צוזאמען מיט די ערשטע רעביצין


ביים רבי'ן שרייבט מען געווענדליך לע"נ דעם רבי'נס טעכטער, און דערנאך שרייבט מען ולע"נ אמם הרבנית הצדיקת
אבער איך האב שוין אויך געזעהן שרייבן לע"נ הרבנית הצדיקת .... אשת חבר בזיוו"ר ....

ביים עולם איז איינגעפירט ביי די אלע וואס האבן ל"ע פארלוירן א מאן/ווייב ביים קריג צו שרייבן אויפן מציבה אין די בעק, לזכרון עולם אשתו/בעלה בזיוו"ר
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.

אוועטאר
טרעוולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

תגובהדורך טרעוולער » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 1:02 pm

nmi האט געשריבן:ווען א מאן האט חתונה גייט אריין א חלק פון זיין נשמה אין די עזר כנגדו (וועגן דעם זענען דא פרויען וואס אויב די מאן איז אוועק ווילן זיי נישט נאכאמאל חתונה האבן). און אויב איינער גייט אוועק פון די וועלט ל"ע און דער צווייטער האט נאכאמאל חתונה מיט א צווייטן פירט מען זיך ביי די היימישע קרייזן אז מ'האט גארנישט מיטן ערשטן נישט גיין צום קבר נישט צינדן ליכט לע"נ וכו' ווייל די נשמה קען זיך נוקם זיין. צו מ'מעג שרייבן ביידע לע"נ צוזאמען פרעג אן א שאלת חכם. דעם רבין שרייבט מען אויך כמעט/קיינמאל נישט צוזאמען מיט די ערשטע רעביצין

דאס איז טאקע נאר אין סאטמאר...

ווילאנג די צווייטע רעבעצין האט געלעבט האט מען מפני כבודה נישט געשריבן זיווג ראשון.

און ס'טאקע אינטערסאנט אזוי צו שרייבן.

דוק ותשכח.

ODOM
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » מוצ"ש ינואר 26, 2019 5:11 pm

מען קען שרייבן דעם נאמען און ס'איז נישט נויטיג דערמאנען אז זי איז געווען זין פרוי, און ווער ס'ווייס וועט פארשטיין אליין.
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט