וואס איז טייטש ויושע ה׳?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

משתוקק
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 29, 2013 9:53 am

וואס איז טייטש ויושע ה׳?

תגובהדורך משתוקק » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 1:07 pm

אין חדר טייטש מען און דער אייבישטער האט געהאלפן.

די תרגום טייטש ופרק ה׳ דער אייבישטער האט אויסגעלייזט.

און די מוסף רש״י ברענגט ער א רש״י אין ע״ז ד. ויושע לשון פדיון.

ווייסט איינער פון א מפרש וואס טייטש געהאלפן?

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2603
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 3:13 pm

די פשוט'ע טייטש איז דאך "געהאלפן", וואס ברויכסט א מפרש?

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 3:16 pm

מלשון ישועה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 3:24 pm

די הילף איז געווען די אויסלייז, אבער ויושע איז געהאלפן.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

משתוקק
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 29, 2013 9:53 am

תגובהדורך משתוקק » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 3:27 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:די פשוט'ע טייטש איז דאך "געהאלפן", וואס ברויכסט א מפרש?


ס׳איז מיר אינטערסאנט אז סיי די תרגום און סיי רש״י זאגן אן אנדערע טייטש.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 3:33 pm

פון מיינע ארכיוון, געשריבן אויף פרשת תצא ווען פארשלאפן האט נאך געהאט צייט, אם איני טועה האב איך לבסוף עס נישט אהערגעשטעלט בבית מדרשינו.

וואס איז דער ריכטיגער אפטייטש פון ישועה – מושיע?

אין חדר פלעגט מען טייטשן א יעדעס ווארט פון לשון ישועה אלס העלפן, כפי הנראה שטימט דאס נישט, ערשטנס מ'טרעפט נישט דעם לשון סתם אויף ארויסהעלפן איינער דעם אנדערן, דאס איז לשון עזרה, די לשון ישועה טרעפט מען נאר ביים ארוסהעלפן נאכן בעטן.

דער תרגום דא אין פרשת תצא טייטשט עס פורקן דאס איז שוין טייטש אויסלייזן נישט העלפן.

רש''י הק' אין מסכת ע''ז [ד' ע"א] טייטשט אויף דעם פסוק אין איוב ל' פסוק כ''ד; אם בפידו להן שוע, להם שוע. אני נותן להם פדיון כמו (שמות יד) ויושע ופרק וכמו (ב"ק דף פ.) ישוע הבן פדיון:, זעהט לכאורה אויס אז רש''י לערנט ווי דער תרגום.

דער רד''ק אין שרש ישע זאגט; ואדוני אבי ז"ל פירוש מזה הענין "אם בפידו להן שוע, פירוש בפיד שהוא יום המיתה להן תשועה לאותן שהן יגיעי כח בחיים כמו שאמר ושם ינוחי יגיעי כוח, "ויהי' שוע מן ישע בחסרון הפ"א כמו בול הרים שהוא כמו יבול חסר הפ"א".

און אין שרש שוע זאגט ער; וכן כתבו אדוני אבי ז"ל בספר הגלוי [?]"ואמר כי ענין תשועה בלשון ערבי א"ל נאת"ה והוא קבול שועה".
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2603
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 4:58 pm

אויף ענגליש איז ישועה salvation.

Salvation from Webster

something that saves someone or something from danger or a difficult situation

ערגעץ צווישן ראטעווען און הילף.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5063
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 5:43 pm

משתוקק האט געשריבן:אין חדר טייטש מען און דער אייבישטער האט געהאלפן.

די תרגום טייטש ופרק ה׳ דער אייבישטער האט אויסגעלייזט.

און די מוסף רש״י ברענגט ער א רש״י אין ע״ז ד. ויושע לשון פדיון.

ווייסט איינער פון א מפרש וואס טייטש געהאלפן?

קוק אין בני יששכר אויף חנוכה מאמר ד' הלל והודאה זאגט ער אז על הניסים ועל הפורקן פרקן איז די ארמית ווארט פון ישועה,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2020
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 7:42 pm

דער אפטייטש פונעם ווארט ויושע ה' איז "און דער אויבערשטער האט געהאלפן", אבער דער דאן שטימט נישט דער קשר צו "מיד מצרים". "העלפן" איז א דירעקטער פעולה צווישן דער "העלפער" און דער "געהאלפענער"; אויב מישט מען אריין דעם רודף איז מער פראקטיש צו ניצן דעם טערמין "ראטעווען" אדער "אויסלייזן". אבער אנשטאט וואס די תורה זאל מאריך זיין און שרייבן " ויושע השם ביום ההוא את ישראל, ויצילם מיד מצרים", ליגט שוין אלעס באהאלטן אין דעם "ויושע". אונקלוס, כדרכו, איז נישט אלץ מפרש דעם ריכטיגן טייטש; פילע מאל וועט ער פארטייטשן דעם ווארט לפי הענין. דערפאר ווען ער טייטשט דעם פסוק שרייבט ער "ופרַק השם".
כ"ז בדרך אפשר.
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג פאברואר 10, 2017 12:13 am

עזרה = הילף - אונטערשטיצונג
הצלה = ראטעווען - פון א מצב פון סכנה
ישועה = א טאטאלע לעזונג - קעמפלעט ארויסנעמען פון א פראבלעם
פדיון = אויסלייזן - פון באטריגער/געפענגעניש
הגנה = באשיצן - נישט צו ווערן אנגעגריפן

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג פאברואר 10, 2017 8:48 am

מיללער האט געשריבן:עזרה = הילף - אונטערשטיצונג
הצלה = ראטעווען - פון א מצב פון סכנה
ישועה = א טאטאלע לעזונג - קעמפלעט ארויסנעמען פון א פראבלעם
פדיון = אויסלייזן - פון באטריגער/געפענגעניש
הגנה = באשיצן - נישט צו ווערן אנגעגריפן

מקורות בספרי קודש ביטע, א דאנק פון פראנהויס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5063
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג פאברואר 10, 2017 9:49 am

farshlufen האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:עזרה = הילף - אונטערשטיצונג
הצלה = ראטעווען - פון א מצב פון סכנה
ישועה = א טאטאלע לעזונג - קעמפלעט ארויסנעמען פון א פראבלעם
פדיון = אויסלייזן - פון באטריגער/געפענגעניש
הגנה = באשיצן - נישט צו ווערן אנגעגריפן

מקורות בספרי קודש ביטע, א דאנק פון פראנהויס.

עזרה" איז ווען מען העלפט א מענטש אן בעטן.
ישועה" איז ווען מען העלפט אים נאך דעם וואס ער בעט,
וזה לשון בני יששכר
ועל התשועות — כבר קדם מאמרינו החילוק בין עזרה לישועה ישועה הוא דוקא אחר הבקשה והצעקה שצעק האדם שיושיעו לו מן הצרה, והבעל יכולת עושה מבוקשו ומצילו מיד צר, זה נקרא ישועה [כעניין שכתוב: "צעקה הנערה המאורשה ואין מושיע לה" (דברים כב כז), אלמא שהישועה היא אחר הצעקה]. מה שאין כן עזרה הוא כשהבעל יכולת עוזר להמצטרך מבלי צעקה ומבוקש [כעניין "אורו מרוז וכו' כי לא באו לעזרת" וכו' (שופטים ה כג) מבלי מבוקש, הבן [הפטורה דעי וואך].
פדיון און הגנה איז פשוט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 11:12 pm

רעדענדיג מיט א יוד דעם שבת האט ער מיר מעיר געווען פון 'ולעמך ישראל עשית 'תשועה' גדולה ו'פורקן' כהיום הזה' ווי מען זעהט לכאורה אז עס איז צוויי זאכן, אבער באמת איז דאס לכאורה א מחלוקת רש"י אין תוס' אין מס' ב"ק דף פ. ברש"י ד"ה ישוע הבן ובגליון הש"ס שם, און לגבי 'תשועה' גדולה ו'פורקן' האב איך געטראפען אז דער בני יששכר אויף חנוכה מאמר הלל והודאה אות פ"א פרעגט די קושיא.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט