רוימישע נומערן - Roman numerals

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

רומישע נומערן

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 7:06 pm

רומישע נומערן זענען אַ סיסטעם פון נומערישע סימבאלן געניצט דורך די רוימער. זיי זענען א אדאטיוו (און סובטראַקטיווע) סיסטעם אין וואָס אותיות זענען געניצט צו אנצייכענען געוויסע הויפט נומערן. ווייניג איז באקאנט וועגן דער אָנהייב פון די רוימער ציפער סיסטעם.
rps20160809_185334.jpg


למשל, די נומער 1732 וועט זיין דינאוטאד MDCCXXXII אין רומישע נומערן. אָבער, רוימער נומערן זענען נישט אַ ריין אַדאַטיוו נומער סיסטעם. אין באַזונדער, אַנשטאָט ניצן פיר סימבאָלן צו פאָרשטעלן אַ 4, 40, 9, 90, אאז"ו  (ד"ה, IIII, XXXX, VIIII, LXXXX, אאז"וו), אזאליכע נומערן זענען אנשטאט דינאוטאד דורך פאראויס גייענדיגע סימבאָלן פֿאַר 5, 50, 10, 100, אאז"ו ו, מיט אַ סימבאל צייגענדיג א סובסטראקציע. למשל, 4 איז דינאָוטאַד IV

,  IX 9

, XL 40
, אאז"וו אבער, די כלל איז  נישט נאכגעגאנגען אויף די זייגערס , וואו IIII איז געווענליך אויפגעטוישט אנשטאט IV. דערצו, די כלל פון לייגן קלענערער נומערן איידער גרויסע, וואס איז אמאל געווען אנציווייזן א מיינוס פון ווערט, איז קוים געניצט געווארן דורך רוימער און איז געקומען אין פאפולאריטעט אין אייראָפּע נאָך די דערפינדונג פון דרוקעריי. 

rps20160809_184727.jpg


פאר גרעסערע נומערן, האבן די רוימער געשטעלט א ח פורם ארום נומערן (אפען פון הינטען), וואס  האט אנגעוויזן אַז די  נומער אינעם ח פורם איז געווען, צו זיין געמערט אויף 100,000. אין שפעטער יארן זענען די סטראקעס  צומאל געשריבן נאָר אויף די זייטן, למשל, IXI. עס זאָל אויך זיין אנגעוויזן אַז די רוימער האבן  קיינמאָל געשריבן M פאר 1000, אָבער אַנשטאָט געשריבן (I) פאר 1000, (I) (I) פאר 2000, אאז"ו ו, און אויך טייל מאָל געשריבן IM, IIM, אאז"וו. אָבער, אין די מיטל עלטער, איז די נוצן פון M געווארן מער אפט. די רוימער האבן צמאל געניצט מערערע רינגעלעך-פערענטיסיס צו דינאוטן  אדאטיוו'ס דורך 10, (I) פאר 1000, ((I)) פאר 10,000, (((I))) פאר 100,000, אאז"וו. 
צוגעלייגטע
rps20160809_185554.jpg

אוועטאר
קונדיטון
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

רוימישע נומערן - Roman numerals

תגובהדורך קונדיטון » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 1:06 pm

מ'זעט דאס אויף די ריזיגע זייגער אין ביהמ"ד, האט איר זיך שוין אמאל געווינדערט וואס דאס איז?

ס'איז פארהאן פארשידענע סארט נומערן סיסטעמען (Numeral Systems), ווי למשל 123... וואס מיר זענען צוגעוואינט (באקאנט אלס (Hindu -) Arabic Numerals), אדער להבדיל אבגד...., און אזוי איז דא די ראמעין נומערן (Roman Numerals) וואס איז צוזאמען געשטעלט פון די בוכשטאטן I,V,X,L C,D,M.

צוליב וואס עס איז זייער אנגענומען אין די מאדערענע וועלט צומאל זיך צובאנוצן מיט די ראמעין נומערס, ובפרט אין לעגאלע סארט דאקומענטן, האב איך געקלערט אז ס'קען זיין אינטרעסאנט דאס אראפ צושרייבן.

די מערסט באוויסט זענען די I V X ווי פאלגענד.
I = 1
V = 5
X = 10

מ'לייגט אויס די קערעקטערס וואס טוט רעפרעזעטירן א נומער פון לינקס צו רעכטס, ווי למשל II פאר צוויי, III פאר דריי VI פאר זעקס (5+1) VII פאר זיבן (5+1+1), אבער כדי צופארקורצערן די נומבערס האט מען אויסגעשטעלט אז אנשטאט צו שרייבן פאר א פיר IIII (אדער 4X1), שרייבט מען IV (אדער 5-1) אין פאר א ניין שרייבט מען IX (אדער 10-1).

XI = 11 (אדער 10+1)
XIV = 14 (אדער 10-1+5)
XX = 20
א.א.וו.

אזויווי די צען ווערט ארויסגעשריבן מיט א באזונדערע קערעקטער, נישט ווי ביי אונז וואס איז א צוזאמענשטעל פון איינס מיט זירא, איז נישט דא קיין קערעקטער פאר די זירא.

מער זעלטן וועט איר טרעפן:
L = 50
XL = 40 (אדער 50-10)
LX = 60
C = 100
XC = 90 (אדער 100-10)
D = 500
CD = 400 (אדער 500-100)
M = 1,000
CM = 900 (אדער 1,000-900)

ואידך פירושא זיל גמור, תן לחכם ויחכם עוד.

איך האף אז איך האב געמאכט א גוטע התחלה, און איך האב קלאר ארויסגעברענגט, אויב ס'וועלן זיין פאראינטרעסירטע וועל איך בעזהשי"ת ממשיך זיין מיט די סארט ארטיקלען.

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1210
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 1:11 pm

א שיינעם דאנק.

פארוואס האבן די טראדיציאנאלע נומער שלעסער די רוימישע נומערן ?

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

תגובהדורך קיטשי » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 1:12 pm

שטייט אויף יעדן דאלאר MDCCLXXVI
ווער קען אויסליינען?
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אויב עס קען איינעם וויי טון סעיוו עס אין דרעפטס און דו וועסט האבן גרייט א בוך מיט זכותים
.

אוועטאר
קונדיטון
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

תגובהדורך קונדיטון » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 1:24 pm

1776
1000+500+100+100+60+16

דאס איז די יאר וואס די דעקלערעשען אף אינדיפענדענס איז ערקלערט געווארן.
אינטרעסאנט, איך האב טאקע נישט געדענקט דערפון.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 1:25 pm


טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 1:29 pm

שכוח קונדיטון! ס'האט מיר אלס אינטערסירט די המשך פון די רוימישע נומערן (פון די 10 און ווייטער), יעצט האסטו מיר דאס אראפגעלייגט כשולחן ערוך בטוב טעם ודעת.

איך ווארט צו זעהן נאך, שכוח!

אוועטאר
קונדיטון
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

תגובהדורך קונדיטון » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 1:29 pm

בענקעל האט געשריבן:.

ריכטיג, איך האב געזוכט אויב ס'איז שוין באשריבן געווארן, און איך האב נישט געהאט געפונען.
:-(
ביטע אנטשולדיגען.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 1:31 pm

גאר אינטערסאנט, איך האב נאר געוויסט פון די פינף נאמבער וואס א שלאס האט.

ברענג נאך, מיר האבן הנאה.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 1:32 pm

אפשר קענען די מנהלים דאס צאמשמעלצען?

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 1:38 pm

קונדיטון האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:.

ריכטיג, איך האב געזוכט אויב ס'איז שוין באשריבן געווארן, און איך האב נישט געהאט געפונען.
:-(
ביטע אנטשולדיגען.

חלילה. זעהסט ווי מען האט הנאה. צוויי מאהל שאדט נישט. דו האסט א באזונדער רייכע פעדער. גיי אהן, מען קען אלעמאל פארשטיין א צווייטענ'ס שפראך בעסער.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט