זיך לערנען פראנצויזיש - הילף ביטע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

זיך לערנען פראנצויזיש - הילף ביטע

תגובהדורך זיבען און אייכציג » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 8:55 am

שלום עליכם טייערע ברודער,

איך דארף מיך אויסלערנען די פראנצויזישע שפראך פאר פרנסה געלעגענהייטען. איך שטעל מיך פאר עס זענען פארהאן דא אינגעלייט וואס האבען זיך שוין געלערנט פראנצויזיש. עס וואלט מיר געווען א גרויסע טובה צו הערן אנדערע מענטשען'ס עקספירעיענס בנוגע זיך לערנען פראנצויזיש; וואו אזוי האט איר זיך געלערנט, וואס האט איר זיך אויסגעלערנט, וואס זענען די שוועריקייטען, וואו אזוי קען מען עס שנעלער קונה זיין. אא''וו.

נ.ב. איך וואוין אין מאנטריאל.

ביטע אויך מיט טיילען אייער יעצטיגע לעוועל כדי מ'זאל פארשטיין וואו איר האלט.

ווארט מיר.

ייש''כ
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 9:13 am

שלום עליכם!

קען איך נישט פראנצוזיש, אבער אידיש שרייבן קענט איר גאר גוט! ס'ממש נישט בנמצא אז א ערשטע תגובה זאל זיין אזוי גוט געשריבן מיט די ריכטיגע גרעמער און סימני הפיסוק.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 11:24 am

ל'מי ל'טוט ל'פעין'לע.
ס'איז זייער גרינג.
עסצי שזאפא לאפראנסע, קאמאסאווא? באנזשו.

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 12:26 pm

ייש''כ נא_שכל.

שרייבען אין אידיש ענדעלט אין שרייבען ענגליש? איך שרייב אפט אין ענגליש.

בענקעל, איך פארשטיי נישט כמעט קיין איין ווארט וואס איר שרייבט. ס'קוקט מיר נישט אויס אז איר שרייבט דא פראנצויזיש. אויב האט איר יא א ברייטערע ידיעה אין פראנצויזיש און איר קענט עס מיטיילען וואלט עס געווען א גרויסע טובה.
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 12:34 pm

דו דארפסט דיך לערנען ליינען אדער רעדן?
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 1:02 pm

הערן, רעדן און שרייבען. איך דארף אנהייבען מיט פארשטיין אנדערע רעדן (ליסעטענינג קאמפריהענטשין).

מיין לערנען ביז יעצט. איך האב אויסגעהערט דרייסיג לעסענס פון מישעל טהאמעס (מעטאד) וואס האט מיך אויסגעלערנט אסאך בעסיק פראנצויזישע קאנווערסאציע ווערטער, סענטענסעס, און וויכטיגע פראנצויזיש שפראך יסודות. אויך, האב איך אויסגעהערט זעכציג לעסענס פון ''פימסלער'' וואס האט מיך געגעבן א ברייטערע ווערטער באנוץ און געלערנט אביסעל וואו אזוי צו ליינען -עקספערסן- אין פראנצויזיש. הגם איך קען שוין אסאך ווערטער און סענטענסעס קען איך נאך נישט פארשטיין ווען אנדערע רעדן שנעל וואו למשל אויב איך פראביר הערן די ראדי-א. אויך, קען איך נישט ליינען מערסטענס פאראגראפען אין פראנצויזיש אין צייטונגען וכדו'. איך וויל וויסען וואס קען מיך נעמען צו די נעקסטע לעוועל. (איך האב נאך בערך פערציג לעסענס פון ''פימסלער'' וואס איך האף און פלאן צו אויסהערן אין די קומענדיגע טעג).
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2605
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 3:18 pm

איך מיין אז די בעסטע וועג אנצוקומען צו ברייטעשפראך קענטעניס, איז הערן און ליינען אסאך.

מיין ענגליש קומט בלויז פון דעם.

ליבעריל קויבעק
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 08, 2014 2:43 pm

תגובהדורך ליבעריל קויבעק » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 3:51 pm

וועלקאם טו מאנטריאל!
אויב איר קענט מיר זאגען ווי איר האט באקומען די שיעורים
ש'כח

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3154
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 3:58 pm

באנג'ור.
רעדן אין פראנצעיזיש הייבט זיך אן ביים אויסהערן אן אקטיון שמועס און אויפכאפען די טאן אין וואס עס ווערט גערעדט. זעהר פיהל פון די ווערטער זיינען אינטערנאציאנאלע ווערטער, וואס סיי (ריין) אידיש און סיי ענגליש בענוצען זיך דערמיט. און קענענדיג די באזע ווערטער, און צושטעלן די איבעריקע ווערטער וואס מען האט נישט פערשטאנען, קען מען פרעגן איינעם דארט און פערשטיין נאך א ווארט און נאך א ווארט
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
אמצעי
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 4:53 pm

תגובהדורך אמצעי » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 4:10 pm

עס איז דא א ספרדישע איד david ben shabbat
דע בעל הבית פון טשאקאלעד עקסעלענס, ער לערנט פריוואט. איך האב מיך כמעט נישט ציגעלערנט, דע עיקר וואס איך קען היינט איז פון עס פרעקטיסען בשעת דע ארבייט אבער ווען איך גיי צי דע באנק.
איך קען גאנץ שוואך אבער איך קוועטש ארויס א קאנווערסעישאן.
אין דע פעלד וואס די ארבייסט וועסטו שנעל אויפכאפען דע בעסיקס.
סך הכל אויפכאפען א שפראך אין א קורצע צייט איז זייער שווער, אבער דע אויבענדערמאנטע זאכן העלפט מיך.
הערן פראנצויזישע ראדיאו קען אויך העלפן
איידער די ענטפערסט גיב מיר די 1% טשאנס אז אפשר בין איך גערעכט

j718
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm

תגובהדורך j718 » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 4:18 pm

ווי קען איך באקימען פימזלער זאכן?

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 4:21 pm

פראנצויזיש האט פיל אקסענטס וואס זענען נישט פארהאן אין אידיש/ענגליש, צוליב דעם פרוביר איך ערשט הערן און רעדן די שפראך וואו ליינען. איך פארשטיי אויב מ'ליינט פאר מ'ווייסט וואו צו ארויסזאגען די ווערטער קען מיך זיך אויסלערנען זיי ארויסזאגען נישט ריכטיג און עס קען זיין זייער שווער שפעטער צו טוישען און ליינען/רעדן ריכטיג. אזוי וואו ווען איינער לערנט זיך אויס א ניגון אומריכטיג איז זייער שווער צו שפעטער טוישען און זיך לערנען עס צו זינגען ריכטיג.

ליינען, רעדן, און הערן זענען אלע וויכטיג צו לערנען א נייע שפראך. עס איז אבער זייער א לאנגע וועג. איך זיך צו זיך לערנען אויף א שנעלער'ן וועג. איך וויל דייקא הערן פון די וואס האבען זיך שוין געלערנט וואס האט זיי געהאלפען; טיפ'ס, טול'ס, מעטאדן, וכדו'.

איך מיין אז פאר מערסטענס פון אונז איז לערנען פראנצויזיש זייער אנדערש פון זיך לערנען ענגליש. פאר רוב פון אונז איז אונזער מח עקספאוסד צו די ענגלישע שפראך פון די אינגווארג אויס און אפילו אז מ'נוצט נישט די שפראך האט מען אבער א געוויסע באקאנטשאפט מיט דעם פון; עלטערן, געשוויסטער, ארבעטער, דאקטורים, אין געשעפטען, אא''וו וואס דאס מאכט עס אסאך גרינגער זיך צו לערנען די שפראך בעסער. פראנצויזיש אבער איז אינגאנצען א פרעמדע זאך פאר אונז וואס אינזער מח האט קיינמאל נישט אריינגענומען וועגן דעם איז עס אסאך שווערער זיך צו לערנען. די מח דארף אנהייבען ארייננעמען און אריינלאזען א גאנצע נייע ''קאוד סיסטעם''.
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 4:34 pm

איך האב באקומען די שיעורים פון חבירים.

צו געזונט, באנגו'ר מעסיאא. פיל ווערטער זענען טאקע די זעלבע אין פראנצויזיש וואו אין ענגליש נאר געטוישט אביסעל, למשל די ווערטער אין ענגליש וואס ענדיגט זיך מיט ly לייגט מען אין פראנצויזיש אנשטאט ment. ענגליש- exactly פראנצויזיש - exactlement.

אמצעי, איך פרוביר הערן רדיו און איך פארשטיי ממש נישט. איך הער ממילא אויס אביסעל ווייל איך האלט אז עס עקסערסייזד מיין מח צו אויפכאפען די שפראך. איר פארשטייט יא? וואס האט אייך געהאלפען אנקומען דארט.
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3154
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 5:06 pm

ליינענדיג די MENT וואס דו שרייבסט, איז אויך וויכטיג צו בעטוינען אז דאס ווערט געזאגט אנדערש אוואו געליינט. די ווארט Exactlement ווערט געזאגט עקזעקטימיווא און צוויי LL'ס זאגען זיך אוואו א Y, צ.ב.ש Meilleur וואס דאס מיינע גוט/בעסט ווערט געזאגט מייאר מיט א קמץ אונטער די א'.
בוי זיך זעלבסט

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 2:56 pm

צו געזונט, ריכטיג. דאס אז מזאגט אנדערש ארויס די ווערטער איז איינע פון די זאכען וואס מאכט זיך לערנען פראנצויזיש גאר שווער.
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3154
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 8:51 pm

איך וואונטשט דיר גרויס הצלחה. עס דערמאנט מיך ווען איך האב מיך דאס געלערנט, אבער גאר בעל כורחי
בוי זיך זעלבסט

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 11:45 pm

אויב איר האט אינטערעסע אין געוויסע נושאים קען א פאדקאסט זיין אינטרעסאנט, עס איז א שמועס, נישט אזוי שנעל און מ'הערט געווענטליך פיל נייע ווערטער.

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 11:58 pm

איז דא א ספעציפישע ''פאדקעסט" וואס איר וואלט רעקאמענדירט?
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 12:14 am

נישט עכט, ווייל איך בין נישט געגאנגען ווייטער ווי די בעיסיקס, אבער דאס פלעג איך צוהערן צו הערן די אקצענט און פארשטיין וויאזוי ווערטער ווערן ארויסגעזאגט, די מעלה איז אז עס האט א טרענסקריפט און מ'קען מיטליינען און אז ס'איז נישט צו לאנג.

איך האב אויך געהערט פון lingq.com אבער ס'איז מיר נאכנישט אויסגעקומען עס צו נוצן.

הצלחה

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 12:18 am

אויב איך מעג אריינרעדן אפילו עס קומט נישט עכט אריין יעצט. עס איז פארהאן א געוויסער חוש ביי א מענטש פון זיך לערנען און אויפכאפן א שפראך.
געווענליך, דער וואס האט א גוטן אידיש און לשוה"ק פון קליינווייז אן דער כאפט אויף ענגליש פיל לייכטער און שנעלער. דעריבער על פי דברי 'נא שכל' וועט אייך עס נישט אנקומען אזוי שווער:
נא_שכל האט געשריבן:שלום עליכם!

קען איך נישט פראנצוזיש, אבער אידיש שרייבן קענט איר גאר גוט! ס'ממש נישט בנמצא אז א ערשטע תגובה זאל זיין אזוי גוט געשריבן מיט די ריכטיגע גרעמער און סימני הפיסוק.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2605
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 8:15 am

איסר האטלקי האט געשריבן:אויב איך מעג אריינרעדן אפילו עס קומט נישט עכט אריין יעצט. עס איז פארהאן א געוויסער חוש ביי א מענטש פון זיך לערנען און אויפכאפן א שפראך.
געווענליך, דער וואס האט א גוטן אידיש און לשוה"ק פון קליינווייז אן דער כאפט אויף ענגליש פיל לייכטער און שנעלער.

I can relate to that

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:00 am

שאהן הענניטי האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:אויב איך מעג אריינרעדן אפילו עס קומט נישט עכט אריין יעצט. עס איז פארהאן א געוויסער חוש ביי א מענטש פון זיך לערנען און אויפכאפן א שפראך.
געווענליך, דער וואס האט א גוטן אידיש און לשוה"ק פון קליינווייז אן דער כאפט אויף ענגליש פיל לייכטער און שנעלער.

I can relate to that


א גרויסען דאנק צו אייך אלע פאר די דברי עידוד.

מיט פיל ארבייט האב איך שוין ב''ה קונה געווען אסאך פראנצויזיש. איך פערזענליך טראכט אבער נישט אז איך האב א ספעציעלע חוש אויפצוכאפען שפראך בעסער וואו אנדערע מענטשען. למעשה, שפירט ממילא גוט צו הערן חיזוק/ עידוד פון אנדערע.
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:44 am

'רעזעטע סטאון' האט איר פראבירט? זיי זאגן צו פלאות

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:47 am

יש ברירה האט געשריבן:'רעזעטע סטאון' האט איר פראבירט? זיי זאגן צו פלאות

אבער די מציאות איז אז ס'נעמט צייט און געדולד

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:50 am

זיי זאגן עפעס אז זיי לערנען אויס די נייע שפראך אויפן זעלבן מהלך וואס איר האט זיך געלערנט אייער ערשטע שפראך.

טא יא עס נעמט לכו' צייט אבער ווי זיי לייגן עס אראפ לוינט עס

איך האב עס קיינמאל נישט געניצט אבער געהערט פין אנדערע אז עס טועט ווינדער


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט