מנהלים, עס גרילצט!

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

מנהלים, עס גרילצט!

תגובהדורך ירוחם » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:04 pm

זאלן "אשכולות מיט שלעכטע ווערטער און גראמאטיק ... געלייגט ווערן אין פארברענגען פארום?" שרייט דער קעפל פון אן אשכול, געעפענט דורך איינער פון די חשוב'ע אחראים פון וועלטל. עס איז דאך א דבר פשוט עד מאוד. אז מ'שרייבט אויף א סייט וואס האט זאגאר דעם שפראך פונעם סייט אלס א טייל פונעם סייט'ס נאמען, איז דאך נישט מער ווי אויסגעהאלטן אז די שרייבער זאלן זיך האלטן צו די סאמע פשוט'סטע גראמאטישע יסודות פונעם שפראך. נישט אזוי? אודאי אזוי.

אבער איין תגובה אינעם אויבן-צוגעלינקטער אשכול האט מיר געמאכט טראכטן...

געשמאקער האט געשריבן:דרך אגב כ'זעה אז די סייט אליין האט אסאך טעותים
למשל "סך הכול שטימען: "
דאכצעך אז ס'דארף שטיין "הכל" אן א " ו "


איז עס דען נישט איראניש? אינעם אשכול איבער זיך האלטן צו גוטע ווערטער און גראמאטיק, ערשיינט מטעם ההנהלה א שיינע פאר ווערטער וועלכע זענען נישט גוט אויסגעלייגט אדער זענען גראמאטיש פעלערהאפטיג. פאר געוויסע גייט דאס זיכער אן אין די לינקע פאה. פאר אנדערע, וגם אני הצבא"י בתוכם, גרילצט (יא, גרילצט) עס אין די אויערן! אלזא, מכאן הקריאה יוצאת צו די מנהלים: ביטע האלט אייך צו (לכה"פ) די זעלבע סטאנדארטן וועלכע איר ערווארט פון אייערע שרייבער. פארוואס דארף איך יעדן צופרי אויפשטיין און זען "וועלקאם צו די אידישע וועלט פארומס", און "איצטערט איז מיטוואך וכו'..."? כ'ווייס אז די ווערטער זענען גוט אויסגעלייגט אבער איז דען אזוי שווער צו נוצן "ברוכים הבאים" אנשטאט "וועלקאם"? אדער "יעצט" אנשטאט "איצטערט"? פארוואס ווען איך וויל זיך איינשרייבן ווער איך אנשטאט געפירט צום אויפשרייבן פעידזש? פארוואס ווערן די עמאודזשיס גערופן "שמייכלען"? וואס מיינט "אנטערשריפטן"? פארוואס זענען די אפציעס אין posting.php געשריבן אלע בגוף שני ("פארלעש", "לייג צו דיין אונטערשריפט", וכו'), חוץ די לעצטע וועלכע איז געשריבן בגוף ראשון ("לאז מיך וויסן")? איז א search א "זוך" ("די זוך האט געפונען 333 רעזולטאטן") אדער א "זוכעניש" ("גיי צו פארגעשריטענע זוכעניש")? פארוואס איז די anchor text פונעם לינק אין שנעלע לינקס צום באניצער ליסטע "באנוצער" און נישט באניצער (זע דא)? דאס זענען בלויז עטליכע פלעצער אין וועלכע כ'שטויס מיך אן טעגליך און א קליינער טויש וואלט אסאך אויפגעטון.

יעצט, איך ווייס און פארשטיי אז די מנהלים פירן דעם סייט שלא על מנת לקבל פרס און אז זיי לייגן אריין איבערמידליכע כוחות און צייט שוין אזוי אויך. דעריבער איז מיין פארשלאג צו די מנהלים ווי פאלגנד: לאמיר דאס מאכן אן open-source פראיעקט! די מנהלים קענען ארויפלייגן דא די רעלעוואנטע language פיילס און דער עולם (עכ"פ די וועלכע גלייכן שפראך און גראמאטיק) וועלן זיך מחיה זיין צו פארריכטן, טוישן, און דעבאטירן. נאך א שטיק צייט קען די הנהלה מחליט זיין אויב זיי ווילן נוצן די פארשלאגן פונעם עולם, אדער זיך האלטן מיט די אלטע.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:15 pm

גא"מ לדברי ירוחם, עס גרילצט מיר אויך היפש די אויבערדעמאנטע,

און מיר מיינען ח"ו נישט צו קריטיקירן אין די וועלט אריין נאר אויב מעגליך צו טוישן די פאר ווערטער,

א דאנק פון פאראויס.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:21 pm

שוין דא א אכשול אפפס אשכול פאר דעם http://ns2.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1261663#p1261663

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:30 pm

יענקל פאטאש האט געשריבן:שוין דא א אכשול אפפס אשכול פאר דעם http://ns2.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1261663#p1261663

כ'האב געוואלט מציע זיין די open source געדאנק מיט גרעסערע פאמפע...
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6336
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:32 pm

די נאכט אזוי שטיל
מען הערט נישט קיין גריל

שטעלט זיך די פראגע פארוואס איז דער עולם איבערמידליך?
(דער עולם אין די קראקס איז 'איבערמוטיג,' לכתחילה איז 'אומערמידליך.')

איך ווייס נישט צי 'שמייכלען' איז דאס ריכטיג ווארט, אבער 'עמאודזשיס' גרילצט אין די ווירטואלע אויערן.

דאכט זיך מיר אז פילע פון די דערמאנטע טעותים שטאמען פון די אפדעיט און זענען נישט אזוי געווען פארדעם.

איך האלט זייער פון דיין פארשלאג איבער אן open-source פראיעקט. עס איז נישט קיין גרויסע אפמוטשעניש מצד די מנהלים, די וואס זענען אינטערעסירט דערין וועלן הנאה האבן צו מאכן די אויסבעסערונגען און דער אלגעמיינער ליינער וועט האבן א ערגענצטע 'דערהיינטיגטע' וועבזייטל.
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2184
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:35 pm

רט פאר 'אפענע סאורס'

(סארי, איך האב נישט קיין אידישע ווארט אויף 'מקור')
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:59 pm

א געוואלדיגע איינפאל, מיר שטערט אויך די פילע גרייזן דא.

הלואי זאל זיך דער ארענדער אויפוועקן...


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט