השלמה - תשלומין

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

השלמה - תשלומין

תגובהדורך דרךהמלך » דאנארשטאג יוני 30, 2016 1:05 pm

איז די שורש פון שלימות די זעלבע פון תשלומין - באצאלן?
למשל ישלימנו/ישלמנו

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 30, 2016 2:59 pm

ניין, א באזונדער ענין.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

תגובהדורך גאנץ פשוט » דאנארשטאג יוני 30, 2016 3:02 pm

די שאלה האט מיט פ"ק דב"ק, ריכטיג?

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דאנארשטאג יוני 30, 2016 3:05 pm

גאנץ פשוט האט געשריבן:די שאלה האט מיט פ"ק דב"ק, ריכטיג?

ווייס איך נישט
איך האלט נישט דארט
farshlufen האט געשריבן:ניין, א באזונדער ענין.

אפשר קענסטו מיר מציין זיין א מראה מקום

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 30, 2016 3:13 pm

דרךהמלך האט געשריבן:אפשר קענסטו מיר מציין זיין א מראה מקום

שרש שלם
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דאנארשטאג יוני 30, 2016 3:19 pm

farshlufen האט געשריבן:
דרךהמלך האט געשריבן:אפשר קענסטו מיר מציין זיין א מראה מקום

שרש שלם

ייש"כ

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג יוני 30, 2016 4:05 pm

farshlufen האט געשריבן:ניין, א באזונדער ענין.

א באזונדער טייטש, אבער שרשם אחד, ״שלום״ קומט אויך אריין אין זעלבן שורש, והבן.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 30, 2016 4:12 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ניין, א באזונדער ענין.

א באזונדער טייטש, אבער שרשם אחד, ״שלום״ קומט אויך אריין אין זעלבן שורש, והבן.

הרד"ק האט געשריבן:וע"א (וענין אחר)
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » פרייטאג יולי 01, 2016 8:47 am

לא באתי לחלוק על הרד"ק חלילה. "ענין אחר" מיינט נישט שורש אחר, עס קאן פשוט נישט געמאלט זיין.
עס מיינט אז עס ווערט גענוצט לענין אחר. והבן.

אין מיין אז אויף ענין התיבות בשורשם איז נאך נישט דא א פליגל בבית מדרשנו, אפשר א געדאנק דא א געדאנק דארט, ממש אויפן שפיץ גאפל.
שוין צייט מער בהרחבה ארום די פלאי פלאות ביסודות לשון קודש.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יולי 01, 2016 11:54 am

נאכאמאל, אביסל הסברה, איין שרש אין רד"ק האט קיין שום באדייטענדע שייכות לגבי דעם אפטייטש, אויסער אז זיי ווערן דאס זעלבע ארויסגעשריבן, ער צוטיילט יעדע באדייט אין א שרש לויט ענינים, די ערשטע וכו' דאן שרייבט ער וע"א און צומאל אפילו ביז צען פארשידענארטיגע באדייטן ולא פגע ולא נגע איינס צום צווייטן.

---

דאס ווארט "ענין" אליין איז א שווער ווארט, רש"י הק' טייטש עס "מנהג".
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג יולי 03, 2016 10:01 am

ובכן, לא פליגנן אהדדי.
איך האב געמיינט בשורש, דהיינו אויב איז דאס פון די זעלבע אויתיות איז דאס בהכרח שורש אחד און מען מוז טרעפן דעם מכנה המשותף.
וכן מצאנו דרשות חז"ל במשמעות התיבה כאטש וואס דער פשטות הטייטש איז אנדערש.
דוגמא א: ישלמנה - ישלימנה, די וועג צו מקשר זיין בין השניים איז נישט צו שווער.
דוגמא ב: ויחד יתדו, דער טייטש איז לשון שמחה, "תחדהו בשמחה את פניך", קומען חכמינו ז"ל און דערציילן אונז נאך א טייטש אין דעם משמעות המילה "ויחד" מלשון "ולשונם חרב חדה", און אין אנדערע ווערטער, ווען די תוה"ק האט אונז ערציילט "ויחד" יתרו, מיינט דאס "ויחד", מיט אלע באדייטן.
ויש עוד להאריך בזה, ואכ"מ.

איט'ס מיי מיסטעיק, נישט דאס איז געוועהן כוונת השואל, דעם שואל האט איר געענטפערט ריכטיג.


=====
יישר כחכם פארן נ.ב.
פשיהא, קיינמאהל זיך אפגעשטעלט אויף "ענין", וואס פאר מין ווארט איז דאס? צייגט מיר ביטע דעם רש"י הק'.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יולי 03, 2016 10:04 am

בעאבאכטער האט געשריבן:שורש אחד און מען מוז טרעפן דעם מכנה המשותף.

זו מניין לך?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יולי 03, 2016 10:10 am

בעאבאכטער האט געשריבן:
פשיהא, קיינמאהל זיך אפגעשטעלט אויף "ענין", וואס פאר מין ווארט איז דאס? צייגט מיר ביטע דעם רש"י הק'.

קהלת
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג יולי 03, 2016 10:22 am

farshlufen האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:שורש אחד און מען מוז טרעפן דעם מכנה המשותף.

זו מניין לך?

איך געדענק נישט מאמענטאל אייך צייגן א מפורש'ן "פסוק", אבער שוין פיל יאהרן פון ווען איך בין אויפגעקומען אויף דעם יסוד, איז מיר פיל זאכן ליכטיג און פארשטענדליך.
[על אחת כמה וכמה ווען מיר ווייס אז לשון קודש ווערט געבויט פון די אותיות וצירופיהן. (מנין זו לי?...)]

ווילאנג איך ברענג אייך נישט קיין בפירוש'ע ראי', ידי על התחתונה, אבער למיחש מבעי...
farshlufen האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:
פשיהא, קיינמאהל זיך אפגעשטעלט אויף "ענין", וואס פאר מין ווארט איז דאס? צייגט מיר ביטע דעם רש"י הק'.

קהלת
יישר כח, ופירושו מובן מתוך העני"ן.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג יולי 03, 2016 10:46 am

נאך א ביישפיל מזכרוני וואס לפי יסוד הנ"ל. בגד מעיל. בגידה מעילה.

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 4:47 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:נאך א ביישפיל מזכרוני וואס לפי יסוד הנ"ל. בגד מעיל. בגידה מעילה.

wow
דאס איז זייער גוט, קיינמאל נישט געטראכט פון דעם. א שנעלער זוך ווייזט מיר אז דער אבן עזרא שטעלט באמת צוזאם די צוויי ווערטער בשורשם, און ממילא איז לכאורה נישט קיין ראי' פון דא אז אלעמאל זענען ענליכע ווערטער אנגעבינדן אין זייער מיינונג. אבער זע די רייד פונעם מלבי"ם בשם דעם אבן עזרא אין ספר מאזניים:

כי תמעול מעל: הר' אברהם בן עזרא כתב דבר שנתכסה עליו, מגזרת 'מעיל'. ודבריו טובים מאד. כי 'מעילה' ו'בגידה' הם פעלים נרדפים ושניהם משותפים ללבושי האדם שיקראו גם כן בשם 'מעיל' ו'בגד'. וזה מבואר כי השמות המשותפים ימצא יחוס ביניהם בצד מה, וכמו שכתב הראב"ע בספר מאזנים (דף מא). ולכן הדרוש יהפך האחד לחברו לפעמים, כמו שאמרו "בבגדו בה"-- כיון שבגד בה. "בבגדו בה"-- כיון שפירש טליתו עליה (קידושין דף ?). כי פעל 'בגד' משותף לבגידה וללבוש.

וטעם השיתוף הזה כי כמו שהבגד יתכסה בו האדם עד שלא יתראה עצמו ובשרו, כן יעטיף הבוגד בגידתו ומכסהו מחברו; יתראה כאוהב ותחתיו איבה, כאיש מכסה ערותו על ידי בגדו. וכבר השתמשה המליצה על כזה בפעל 'כיסוי' -- מכסה שנאה, כוסה דעת, כוסה קלון, כסוי חטאה, מכסה פשעיו, מכסה דבר על כל פשעים, תכסה אהבה, וכסה חמס על לבושו.



ייש"כ פאר דעם חידוש
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

תגובהדורך גאנץ פשוט » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 5:17 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:נאך א ביישפיל מזכרוני וואס לפי יסוד הנ"ל. בגד מעיל. בגידה מעילה.

מטה שבט.

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 5:41 pm

גאנץ פשוט האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:נאך א ביישפיל מזכרוני וואס לפי יסוד הנ"ל. בגד מעיל. בגידה מעילה.

מטה שבט.


ריכטיג. געווען אמאל א שמועס דא
viewtopic.php?p=1091921#p1091921
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט