וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דינסטאג יוני 26, 2018 9:09 am

שמו האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען אין אידיש (און ווי אזוי זאגט מען דאס אין אידישע ענגליש)

בעלי כושר שיכנוע?

בעאיינפלוסן

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19984
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 26, 2018 9:10 am

איך מיין אז בלשונינו המדוברת וואלט מען געזאגט "בעלי השפעה".
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דינסטאג יוני 26, 2018 11:50 am

eligible, qualified
תכלית הידוע שלא נדע

אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

תגובהדורך אוי וויי טאטע » דינסטאג יוני 26, 2018 3:52 pm

farshlufen האט געשריבן:איך מיין אז בלשונינו המדוברת וואלט מען געזאגט "בעלי השפעה".

"השפעה" איז נישט דווקא אויף א קעגנגעזעצטע מיינונג, משא"כ "שיכנוע" איז איבערצייגן א מענטש אנדערש ווי זיין מושכל ראשון.
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12538
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג יוני 26, 2018 4:25 pm

ווייסעך וואס האט געשריבן:eligible, qualified

ELIGIBLE = בארעכטיגט
QUALIFIED = אויף דייטש qualifiziert
איך מיין אז אויף אידיש קלינגט זיך בעסער קאמפעטענט

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג יוני 26, 2018 5:21 pm

בראשית ברא ייש"כ
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג יוני 26, 2018 5:29 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:"כדי" איז איין ווארט, און "כדאי" הוא ר"ש איז אן אנדערע ווארט.

און דאס לעצטע טייטשט מען "ווערד".

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג יוני 26, 2018 5:31 pm

קיקיון האט געשריבן:
ווייסעך וואס האט געשריבן:eligible, qualified

ELIGIBLE = בארעכטיגט
QUALIFIED = אויף דייטש qualifiziert
איך מיין אז אויף אידיש קלינגט זיך בעסער קאמפעטענט

כ'ווייס נישט וואס ס'מיינט "ס'קלינגט זיך בעסער", אבער קאמפענטענט וואלט קיינער נישט פארשטאנען וואס דאס מיינט, משא"כ קוואליפיצירט.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12538
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג יוני 26, 2018 5:44 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואס ס'מיינט "ס'קלינגט זיך בעסער", אבער קאמפענטענט וואלט קיינער נישט פארשטאנען וואס דאס מיינט, משא"כ קוואליפיצירט.

viewtopic.php?p=1236911#p1236911,

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 8#p1515388

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג יוני 26, 2018 5:46 pm

כ'צי צוריק.

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » דינסטאג יוני 26, 2018 7:10 pm

פאר'מוח'ט האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען דאס ווארט "כדי" (כגון 'כדי' ר"ש לסמוך עליו) אין אידיש?

כדאי (ר' שמעון) - ס'איז ווערד
כדי (לקיים מה שנאמר) - אז (ער זאל קענען מקיים זיין...)
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12538
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג יוני 26, 2018 7:17 pm

נוץ דאס וועסט די זעהן ווי די ווערטער ווערען געניצט אין כתבי קודש און משניות

פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מיטוואך יוני 27, 2018 5:17 am

יאיר גאלד האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען דאס ווארט "כדי" (כגון 'כדי' ר"ש לסמוך עליו) אין אידיש?

כדאי (ר' שמעון) - ס'איז ווערד
כדי (לקיים מה שנאמר) - אז (ער זאל קענען מקיים זיין...)

ביזט גערעכט איך האב געמיינט צו פרעגן איבער דאס צווייטע ווארט - כדי, אבער דאס מיינט נישט 'אז', לדוגמה" כדי דו זאלסט פארשטיין דו סוגיא לערן .... ווי אזוי זאגט מען דאס אין אידיש?

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מיטוואך יוני 27, 2018 7:43 am

אין ענגליש ווען מ'רעדט פון משפחה-קאזינס וואס זענען אפגערוקט מיט א דור איז דא א מושג פון: removed
second cousin, once removed
אדער first cousin, twice removed

אבער כ'האב קיינמאל געהערט זאגן אין א שמועס אויף אידיש, ער איז מיין ערשטע קאזין איין מאל פארריקט (חוץ באופן וויץ)
איז אין אידיש בכלל דא דער מושג, ס'איז דא א ווארט פאר דעם?
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12538
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך יוני 27, 2018 8:57 am

פלאחותיך האט געשריבן:אין ענגליש ווען מ'רעדט פון משפחה-קאזינס וואס זענען אפגערוקט מיט א דור איז דא א מושג פון: removed
second cousin, once removed
אדער first cousin, twice removed

אבער כ'האב קיינמאל געהערט זאגן אין א שמועס אויף אידיש, ער איז מיין ערשטע קאזין איין מאל פארריקט (חוץ באופן וויץ)
איז אין אידיש בכלל דא דער מושג, ס'איז דא א ווארט פאר דעם?


אפגערוקט האב איך שוין געהערט
אין הלכות עדות
ראשון בראשון = ברידער
שני בשני קוזין
שלישי בשלישי SECOND COUSIN
שני בשלישי first cousin once removed

איך האב דאס שוין געהערט ניצען אין אידיש מערערע מאל

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » מיטוואך יוני 27, 2018 10:33 am

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
יאיר גאלד האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען דאס ווארט "כדי" (כגון 'כדי' ר"ש לסמוך עליו) אין אידיש?

כדאי (ר' שמעון) - ס'איז ווערד
כדי (לקיים מה שנאמר) - אז (ער זאל קענען מקיים זיין...)

ביזט גערעכט איך האב געמיינט צו פרעגן איבער דאס צווייטע ווארט - כדי, אבער דאס מיינט נישט 'אז', לדוגמה" כדי דו זאלסט פארשטיין דו סוגיא לערן .... ווי אזוי זאגט מען דאס אין אידיש?

שווער צו טרעפן אן אלטערנאטיוו, אבער 'אז' קומט נאכאלץ אריין. אז דו זאלסט פארשטיין די סוגיא, לערן פלייסיג.

בעסער: אויב דו ווילסט פארשטיין, דארפסטו לערנען.
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך יוני 27, 2018 10:39 am

google טרענסעלייט דאס : צו
צו פארשטיין די גמרא לערן...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

געוואלדיג
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » מיטוואך יוני 27, 2018 6:47 pm

וויאזוי זאגט מען מהות אויף אידיש?

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מיטוואך יוני 27, 2018 6:54 pm

צ/ק
וויאזוי זאגט מען WOW?




איך מיין מזל טוב / אדער דארף מען פרעגן 'מזל מדיע'
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך יוני 27, 2018 6:59 pm

געוואלדיג האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען מהות אויף אידיש?

מ'זאגט דאס נישט, ס'איז א מציאות, נישט קיין טייטש

ערנסט גערעדט, מיין איך ס'נישט דא קיין ריכטיגע אפטייטש אויף מהות.

מ'קען שרייבן זיין וועזן וכדו' אבער ס'איז נישט מדויק.
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך יוני 27, 2018 7:21 pm

שמו האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען מהות אויף אידיש?

מ'זאגט דאס נישט, ס'איז א מציאות, נישט קיין טייטש

ערנסט גערעדט, מיין איך ס'נישט דא קיין ריכטיגע אפטייטש אויף מהות.

מ'קען שרייבן זיין וועזן וכדו' אבער ס'איז נישט מדויק.

פארוואס איז וועזן נישט מדויק?

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך יוני 27, 2018 7:23 pm

לבי אומר לי עפעס אומ'רואיג מיט די הגדרה
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9026
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יוני 27, 2018 9:42 pm

שמו האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען מהות אויף אידיש?

מ'זאגט דאס נישט, ס'איז א מציאות, נישט קיין טייטש

ערנסט גערעדט, מיין איך ס'נישט דא קיין ריכטיגע אפטייטש אויף מהות.

מ'קען שרייבן זיין וועזן וכדו' אבער ס'איז נישט מדויק.

נישט כאראקטער?
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

תגובהדורך אוי וויי טאטע » מיטוואך יוני 27, 2018 10:04 pm

'כאראקטער' איז עפעס מער אויף 'הרגשים', "מהות-וועזן" איז מער אויפן עצם מציאות,
אזוי טראכט איך...
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג יוני 28, 2018 3:07 pm

נאכן איבערטראכטן, בין איך געקומען צום אויספיר, אז וועזן איז יא מדויק
כשמ"ו כן הוא


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט