"נייע" ווערטער וואס קומען אריין אין אונזער לעקסיקאן

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

"נייע" ווערטער וואס קומען אריין אין אונזער לעקסיקאן

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 9:11 pm

אין די גוישע וועלט איז דא יעדעס יאר מען לייגט צו נייע ווערטער צום דיקשענערי.

די ווערטער זענען אמאל א נייע צוזאמשטעל פון צוויי ווערטער, א משל וואס כ'טראכט יעצט "סטעי'קעישאן" א וויקעשאן וואס מען נעמט אינדערהיים, נישט אז מען פארט אוועק ערגעץ, נאר מען בלייבט אינדערהיים, נער מען נעמט אראפ פון די ארבייט זיך אפצוריען. דאס איז געווארן אין סטייל די לעצטערע יארן צוליב די שווערע רעסעסיע.

דערנאך איז נייע ווערטער אינגאנצן "גוגלען" מיינט אויפזיכען אויפן אינטערנעט, אפגעזעהן צו מען נוצט גוגל, בינג אדער יאהו (מען ניצט יאהו...חחחחח.... דאס איז א גוטס!!!)

אין היימישן אידיש איז דא ווערטער וואס קומען אריין אין די שפראך צוליב די נייעס אדער א געשעניש.

צום ביישפיל די ווארט "צונאמי"! ווער האט געוויסט פון די ווארט אמאל? היינט הערט מען כסדר "עס איז געווען א ערד ציטערניש, און עס איז דא א "צונאמי" ווארענונג. און מען האט עס אנגעהויבן נוצן אויך אין קאנטאקסט פון "זייער אסאך". "א צונאמי פון מענטשן" וכדו'.

גראדע מיין איך אז אין די גוישע וועלט איז עס אויך געווארן מער באנוצט נאך די גרויסע צונאמי.

איז אזעלעכע ווערטער קומען כסדר אויף.

יעצט לעצטענס זינט עס איז דא די פראבלעמען מיטן די נפטרים אין לאנדן, איז אריינגעקומען אין יעדען טאגיגע שפראך "די קארענער". ווער האט אמאל געוויסט אזא ווארט.

צוליב די דעבאטע, ווען דער צופידעלטער טרומפייטער פויקט אין קאפ (האסט געכאפט וואס כ'האב דא געטאן....) איז אריינגעקומען א נייע ווארט "לאו ענערזשי"! "נע, דער איז געפעליך "לאו ענערזשי".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

מייקל סעוועדזש
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 05, 2015 8:24 pm

תגובהדורך מייקל סעוועדזש » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 9:16 pm

האסט אבער געשריבן צוויי אנדערע זאכן צוזאמען. דאס וואס די גוישע וועלט טוט יעדע יאר איז אפיציעל דערקלערן נייע ווערטער פארן דיקשינערי. נישט סתם ווערטער וואס ווערן מער פאפולער אדער אויסדרוקן וואס מ'האט אנגעהויבן נוצן מער.
כ'וויל סתם אויסקלארן.
צייכן מיינע ווערטער: טראמפ און קרוז גייען קיינמאל נישט זיין פרעזידענט!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 9:18 pm

ריכטיג.

איבערדעם האב איך געלייגט גענזען פיסלעך אויף די ווארט "נייע".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 9:30 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
דערנאך איז נייע ווערטער אינגאנצן "גוגלען" מיינט אויפזיכען אויפן אינטערנעט, אפגעזעהן צו מען נוצט גוגל, בינג אדער יאהו (מען ניצט יאהו...חחחחח.... דאס איז א גוטס!!!)
.

בדוו אז דו רעדסט פון יאהו האט מער איינער געזאגט אז די ווארט יאהו מיינט נישט עפעס אנדערשט ווי להבדל אא״ה די שם הוי״ה ב״ה. במילוי, אזוי די כהן גדול האט עס ארויסגעזאגט יום כיפור. און מהי טעמא ביי זייער אדוועטיזמענט ביי די ווארט ״יאהו״ זינגען זיי עס ענדליך צו (להבדל) די קלויזטער ניגונים.
דער איד זאגט מיר ער איז טאקע מקפיד צו זאגן ״יאקו״ אנשטאט ״יאהו״
אויכעט זאגט ער מיר אז די אריינגעביסענע עפל פון די באקאנטע פירמע ״עפל״ רעפעזענטירט גאר די עץ הדעת (מקור החכמה) וואס איז לויט א טייל געווען א עפל בוים.
גיי ווייס צו דער איד ווייסט וואס ער רעדט?!?

home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 20, 2012 10:23 pm

תגובהדורך home » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 10:02 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אין די גוישע וועלט איז דא יעדעס יאר מען לייגט צו נייע ווערטער צום דיקשענערי

דערנאך איז נייע ווערטער אינגאנצן "גוגלען" מיינט אויפזיכען אויפן אינטערנעט, אפגעזעהן צו מען נוצט גוגל, בינג אדער יאהו (מען ניצט יאהו...חחחחח.... דאס איז א גוטס!!!)
.

עס איז נישט גיט פאר גוגל
ווייל אויב ווערט עס א נאמען קען עס נישט זיין א טרעדמארק

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 10:09 pm

אפשר וועגן דעם האבן זיי געפענט די אלפאבעט קאמפאני …
משנכנס אדר מרבים בשמחה

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 10:28 pm

לעצטענ'ס הער איך אסאך א נייע ווארט אין אידיש, כ'ווייס (נישט) דער באדייט "איי נאו"
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 11:25 pm

''וואס איז ''''נייעס'''''
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 12:47 am

גיי שוין גיי האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
דערנאך איז נייע ווערטער אינגאנצן "גוגלען" מיינט אויפזיכען אויפן אינטערנעט, אפגעזעהן צו מען נוצט גוגל, בינג אדער יאהו (מען ניצט יאהו...חחחחח.... דאס איז א גוטס!!!)
.

בדוו אז דו רעדסט פון יאהו האט מער איינער געזאגט אז די ווארט יאהו מיינט נישט עפעס אנדערשט ווי להבדל אא״ה די שם הוי״ה ב״ה. במילוי, אזוי די כהן גדול האט עס ארויסגעזאגט יום כיפור. און מהי טעמא ביי זייער אדוועטיזמענט ביי די ווארט ״יאהו״ זינגען זיי עס ענדליך צו (להבדל) די קלויזטער ניגונים.
דער איד זאגט מיר ער איז טאקע מקפיד צו זאגן ״יאקו״ אנשטאט ״יאהו״
אויכעט זאגט ער מיר אז די אריינגעביסענע עפל פון די באקאנטע פירמע ״עפל״ רעפעזענטירט גאר די עץ הדעת (מקור החכמה) וואס איז לויט א טייל געווען א עפל בוים.
גיי ווייס צו דער איד ווייסט וואס ער רעדט?!?

לגבי יאהו איז עס זעכער נישט אמת. עס איז א אלטע ווארט. בנוגע עפל, זענען געווען וואס האבן געוואלט אזוי זאגן, אבער לויט דער וואס האט עס דיזיינט איז עס בכלל נישט דאס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 12:51 am

ya·hoo
Origin

mid 18th century: from the name of an imaginary race of brutish creatures in Swift's Gulliver's Travels (1726).

ya·hoo
yäˈho͞o/Submit
noun informal
a rude, noisy, or violent person.
synonyms: redneck, boor, lout, oaf; More

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:57 am

'אייוועלט' איז א 'נייע' טערמין אינעם אידישן לעקסיקאן, איך פלעגט נאך ביז לעצטענס זאגן 'אידישע וועלט' אבער די אינגווארג ניוצט שוין דעם קילערן 'אייוועלט'

אמאל האמיר געהאט אן אשכול איבער די 'קרעטשמע לעקסיקאן' א רשימה פון ווערטער וואס זענען דאהי געבוירן און פארשפרייט געווארן, יבואו המלנקקים וילנקקו.

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 8:27 am

מיללער האט געשריבן: יבואו המלנקקים וילנקקו.

נייע ווערטער

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 10:44 am

א גענצליך נייע ווארט, ווען מען שיקט א מעסעזש מיט טוויטער רופט מען עס געטוויט, צובש״פ:


״כלהעולם האט יעצט געטוויט איבער א פרישע טעראר אטאקע און א״י קיינע פארוואונדטע״
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 11:53 am

פון דא:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:די ווארט GIF האט געווינען צו זיין די נייע "ווארט פונעם יאר" אינעם אקספארד דיקשענערי.

עס האט געווינען קעגען אזעלעכע ווערטער ווי: "יוראגעדען" (Eurogeddon) וואס דארף ארויסברענגען די חורבן פון די יורא וואלוטע, א שפיל אויף די ווערטער "ארמעגעדדאן".

"סופער פעק" (Super PAC), די ארגענעזאציעס וואב האבן געשפילט אזא וויכטיגע ראלע אין די וואלען.

"סופערסטארם" (Superstorm) א ווארט וואס מען ניצט לעצטענס אויף גאר גרויסע שטורעמעס.

"נאמעפאביע" (Nomophobia) די פאביע שרעק, פון בלייבן אן א סעלפאון!!!

"היגס באסען" (Higgs boson) א געוויסע פארטיקל (פארטיקל'ס זענען די חלקים פון וואס א אטאם איז צוזאם געשטעלט), וואס די סייענטיסטען זיכען שוין זייער לאנג ארום, צו באשטעטיגען געוויסע חשבונות וואס זיי האבן אין די טבע, און לעצטענס האבן זיי געלאזט וויסען אז זיי האבן עס געטראפן, אבער עס איז נישט זיכער.

"יאלא" (YOLO) די ר"ת פון "you only live once", וואס איז די תירוץ פאר אלע שוואולטאג פון די גוי'שע וועלט.

"MOOC" וואס איז ר"ת "massive open online course", אזוי ווערט גערופן א נייע סטייל פון געבן קורסעס אויף די אינטערנעט, מיט זייער אסאך צוהערער, סאך מער ווי עס איז מעגליך אין א געהעריגע קאלידזש.

און אז איר פרעגט וועל איך אייך זאגן! GIF טוט אקספארד דיקשענערי באשטעטיגן, קען מען זאען אויף צוויי וועגן, און ביידע זענען ריכטיג, אדער "דזשיף", אדער "גיף"! סא, נעקסטע מאל איר זאגט "גיף" און איינער מאכט חוזק אז איר קענט נישט קיין ענגליש, זאגט אים אז "ערעס אן אמהורעץ".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 11:55 am

פארבינדן, דא האסטו פון דא:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:די ווארט "טוויט" (פון טוויטער) איז אזוי פאפיולער, אז אקספארד דיקשענערי האט געבראכען איר רול אז נאר א ווארט וואס איז אין באנוץ פאר צען יאר, קען ווערן א "עמטליכער נייע ווארט". און זאקספארד האט אריינגעלייגט די ווארט "טוויט" אלס א "נייע ווארט", ווען גאנץ טוויטער בכלל איז נאר 7 יאר אלט.

אינטערעסאנט צו הערן, ווייל איך האב אייביג געמיינט אז "טוויט" איז פשוט טייטש טשיפטשענען, און איך האב עס כמה פעמים געזעהן אויף אנדערע פלעצער וואס האבן מיט טוויטער קיינע שייכות!

ביז יעצט איז עס געווען א שם פועל, יעצט איז עס א שם דבר.

(אויף היימישע שפראך, ביז יעצט איז עס געווען א ווערב (VERB) אצינד איז עס א נאון (NOUN))
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 11:59 am

פון דא:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:דאס יאריגע "נייע ווארט" פון אקספארד איז "סעלפי" (selfie) וואס באדייט כאפן א בילד פון זיך זעלבסט.

עס איז געווארן זייער פאפיולער אין סאשעל סייטס, ווי איינער גייט ערגעץ, אדער איז אין א פלאץ, און ער שטרעקט אויס די הענט צו כאפן א בילד פון זיך אליין. אגב די זילבערנע רינג אדער קעסטעלע וואס איז דא אויף די גליגע טעלעפאונען נעבן די קעמרע לענס, איז פאר דעם געמאכט, מען זאל קענען זעהן וואס די קעמרע זעהט.

אנדערע קאנדידאטן זענען געווען "שמיעט" (סינטעטישע - עוואקסען אין א לעב - פלייש), ביטקוין, שאורומינג (showrooming אריין גיין אין א געהעריגע געשעפט אויסצוטשעקן סחורה וואס מען וויל קויפן אנליין) ועוד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 12:18 pm

מיללער האט געשריבן:'אייוועלט' איז א 'נייע' טערמין אינעם אידישן לעקסיקאן, איך פלעגט נאך ביז לעצטענס זאגן 'אידישע וועלט' אבער די אינגווארג ניוצט שוין דעם קילערן 'אייוועלט'

אמאל האמיר געהאט אן אשכול איבער די 'קרעטשמע לעקסיקאן' א רשימה פון ווערטער וואס זענען דאהי געבוירן און פארשפרייט געווארן, יבואו המלנקקים וילנקקו.


אייוועלט קאודס

אדער נאך עלטער מימי זארעכ www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=991

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 12:25 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
גיי שוין גיי האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
דערנאך איז נייע ווערטער אינגאנצן "גוגלען" מיינט אויפזיכען אויפן אינטערנעט, אפגעזעהן צו מען נוצט גוגל, בינג אדער יאהו (מען ניצט יאהו...חחחחח.... דאס איז א גוטס!!!)
.

בדוו אז דו רעדסט פון יאהו האט מער איינער געזאגט אז די ווארט יאהו מיינט נישט עפעס אנדערשט ווי להבדל אא״ה די שם הוי״ה ב״ה. במילוי, אזוי די כהן גדול האט עס ארויסגעזאגט יום כיפור. און מהי טעמא ביי זייער אדוועטיזמענט ביי די ווארט ״יאהו״ זינגען זיי עס ענדליך צו (להבדל) די קלויזטער ניגונים.
דער איד זאגט מיר ער איז טאקע מקפיד צו זאגן ״יאקו״ אנשטאט ״יאהו״
אויכעט זאגט ער מיר אז די אריינגעביסענע עפל פון די באקאנטע פירמע ״עפל״ רעפעזענטירט גאר די עץ הדעת (מקור החכמה) וואס איז לויט א טייל געווען א עפל בוים.
גיי ווייס צו דער איד ווייסט וואס ער רעדט?!?

לגבי יאהו איז עס זעכער נישט אמת. עס איז א אלטע ווארט. בנוגע עפל, זענען געווען וואס האבן געוואלט אזוי זאגן, אבער לויט דער וואס האט עס דיזיינט איז עס בכלל נישט דאס.

אויב אזוי שטעל זיך א פרעגע,
אויב איז דעס וויאזוי מען זאגט ארויס די שם השם במילוי. צו מעג מען עס ארויס זאגן ווען מען רעד פון חול. ??
און פרשת משפטים ווייסען אלע קינדער ״והגישו אדוניו אל האלהים ... צום בי״ד ״ ווייל מען רעדט פון חול.
די שאלה איז נאר צו ביים שם הוי״ה ברך הוא. מעג מען אויכעט ארויס זאגן ממש ווי די כהן גדול, וויבאלד מען מיינט א טעק. קאמפעני?
(#אריין און ידיעות התורה אפטיילונג)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 12:43 pm

עס איז נישט וויאזוי מען זאגט עס ארויס אפי' ביי די גוים.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

Efroiach
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 12:59 pm

תגובהדורך Efroiach » מאנטאג יוני 05, 2017 9:22 am

Covfefe


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט