בלאט 29 פון 35

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 3:05 pm
דורך בעאבאכטער
יענקל פאטאש האט געשריבן:וואס מיינט "טשאמקען" ביים עסען?

to champ
עסן מיט געפילדער.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:54 pm
דורך לכאורה
ביי אונז אין די משפחה רופט מען דאס "שמאצען" (מיט א פת"ח א')

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 5:54 pm
דורך בעאבאכטער
דאס איז בוודאי אויך ריכטיג,
ביי די אויבערלענדישע ויו"ח זאגט מען אזוי, schmatzen בלע"ז (דויטש)

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 6:27 pm
דורך לכאורה
יישר כח, נישט געוואוסט דער ווארט עקזיסטירט (די אור-עלטערן שטאמען טאקע פון דייטשלאנד/אויבערלאנד)

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 6:35 pm
דורך קיקיון
בעאבאכטער האט געשריבן:
יענקל פאטאש האט געשריבן:וואס מיינט "טשאמקען" ביים עסען?

to champ
עסן מיט געפילדער.

ביסט אן ענגלענדער ? אין USA זאגט מען CHOMP

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 7:07 pm
דורך בעאבאכטער
אין USA האבן די אינגלעך געווארפן שאלעכץ אויפן טיטשער, טא פון וואנען זאלן מען קעען ספעלן?...

איטערעסאנט, אויף chomp האט נישט דער דויטש דעם אפטייטשט הנ"ל.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 10:26 pm
דורך קיקיון
בעאבאכטער האט געשריבן:אין USA האבן די אינגלעך געווארפן שאלעכץ אויפן טיטשער, טא פון וואנען זאלן מען קעען ספעלן?...

איטערעסאנט, אויף chomp האט נישט דער דויטש דעם אפטייטשט הנ"ל.

http://en.bab.la/dictionary/english-german/chomp
https://en.pons.com/translate/english-german/chomp

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 9:19 am
דורך ראפאט קראמפלי
איך האב פארפאסט די באס,
ווער האט פארפאסט דעם חרוז?

שרייבט מען ביידע די זעלבע?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 9:42 am
דורך קיקיון
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:איך האב פארפאסט די באס,
ווער האט פארפאסט דעם חרוז?

שרייבט מען ביידע די זעלבע?

די ביסט געווארען מיין מגי' ?
צום פינטעל פון דיין שאלה
פערפּאסט דעם אויטאבוס verpasst
פערפאסט דעם חרוז verfasst

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 9:52 am
דורך farshlufen
יש"כ, לא שמתי לב לזה.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 12:08 pm
דורך ראפאט קראמפלי
קיקיון האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:איך האב פארפאסט די באס,
ווער האט פארפאסט דעם חרוז?

שרייבט מען ביידע די זעלבע?

די ביסט געווארען מיין מגי' ?
צום פינטעל פון דיין שאלה
פערפּאסט דעם אויטאבוס verpasst
פערפאסט דעם חרוז verfasst

איך בין זיך אליינס מגי', איך האב געזען אז דו ענטפערסט נישט אויף וואס איך האב געמיינט צו פרעגן האב איך פארשטאנען אז איך האב נישט ריכטיג געשריבן.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 2:41 pm
דורך מיין שטעלונג
און וואס איז מיטן קינד וואס מען שיקט "אויפפאסן" צו מען פארפאסט נישט דעם באס?

זעלבע לשון?

צו דען איז א חילוק?

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 30, 2017 11:25 am
דורך קוגל מאכער
צו דען איז א חילוק? ווען מען טייטשט לדוגמא די ווארט כאשר עשו : אזוי ווי זיי האבן געטוהן. אדער - אזוי ווי זיי האבן געמאכט.
אין איין ווארט איז דא א חילוק צווישן טוהן אדער מאכן, אדער יעדער מלמד האט געטוהן / געמאכט, ווי אים געפעלט.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 07, 2017 12:00 pm
דורך בעאבאכטער
קוגל מאכער האט געשריבן:צו דען איז א חילוק? ווען מען טייטשט לדוגמא די ווארט כאשר עשו : אזוי ווי זיי האבן געטוהן. אדער - אזוי ווי זיי האבן געמאכט.
אין איין ווארט איז דא א חילוק צווישן טוהן אדער מאכן, אדער יעדער מלמד האט געטוהן / געמאכט, ווי אים געפעלט.

טוהן = Do,
טוהן א פעולה "מען טאר נישט 'טוהן' אזוי"

מאכן =Make,
מאכן א מציאות "האסט גע'מאכט' א פיין ארבייט"
א מלאכה "מאכט" מען, א פעולה "טוהט" מען.


ובקיצור:
"ער טוהט [אויף] גרויסע זאכן" - דורך זיין 'טוהן' ווערט גרויסע זאכן,
"ער מאכט (אויף) גרויסע זאכן" - די זאכן וואס ער 'מאכט' זענען גרויס.
ודו"ק.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 27, 2017 4:50 pm
דורך קוגל מאכער
איך האב געזעהן איינעם טייטשן מצאתי חן "האב איך געפונען גענאדע".
צו דען איז גענאדע א לשון פון חן, חונן, וכדו' אדער א לשון פון חסד אדער רחמים?

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 28, 2017 7:20 am
דורך מיללער
קוגל מאכער האט געשריבן:איך האב געזעהן איינעם טייטשן מצאתי חן "האב איך געפונען גענאדע".
צו דען איז גענאדע א לשון פון חן, חונן, וכדו' אדער א לשון פון חסד אדער רחמים?

גענאדע איז חסד, חן איז לייטזעליגקייט

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 28, 2017 7:29 am
דורך שטאלצער יוד
אין חומש שפה ברורה ווערט געטייטשט חן-ליבשאפט

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 28, 2017 9:10 am
דורך farshlufen
שטאלצער יוד האט געשריבן:אין חומש שפה ברורה ווערט געטייטשט חן-ליבשאפט

ימחול לי אבער ס'האט קיין הענט און פיס, נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.

אדרבה, פרובירט אזוי צו טייטשן אלע פארמען פון ווערטער פונעם שורש חנן און איר וועט האבן רעדי א זאק מיט פורים תורות.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 28, 2017 9:26 am
דורך קאזאבלאנקא
די משמעות פון חן לויט וואו ס'שטייט אין חז"ל איז, אז דער מענטש, חפץ, מצב, געפעלט, אן א ספעציעלע סיבה

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 28, 2017 9:50 am
דורך קוגל מאכער
אפשר קען מען טייטשן איינגענמענקייט, (עס זאל זיך לאזן טייטשן פאר די קינדער) ?

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 28, 2017 9:54 am
דורך קיקיון
farshlufen האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:אין חומש שפה ברורה ווערט געטייטשט חן-ליבשאפט

ימחול לי אבער ס'האט קיין הענט און פיס, נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.

אדרבה, פרובירט אזוי צו טייטשן אלע פארמען פון ווערטער פונעם שורש חנן און איר וועט האבן רעדי א זאק מיט פורים תורות.


......אשר חנן .. את עבדיך
אין אבן עזרא
חנן – כמו 'נתן', וכמוהו: "חנונו אותם" (שופטים כא, כב); גם "חנם" כמו הם:

און אין מצודות אויף חנונו אותם
"חנונו" - ענין רחמנות וחמלה וכן (שם ד ב) חנני ושמע תפלתי רצה לומר חננו וחמלו למענינו את בני בנימן ודוגמתו (שמואל ב יח ה)לאט לי לנער ורצונו לומר לאט למעני לנער

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 28, 2017 10:19 am
דורך קיקיון
קוגל מאכער האט געשריבן:אפשר קען מען טייטשן איינגענמענקייט, (עס זאל זיך לאזן טייטשן פאר די קינדער) ?

Your search - איינגענמענקייט - did not match any document
די מיינסט אן אנגענענעמער מצב ?
ווי אזוי שרייבט מעו עס טאקע?
אויף דעם היינטיגען שפראך וואלט איך געניצט עס איז געווען זייער בעטעמט אין הויז

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 28, 2017 11:19 am
דורך קוגל מאכער
זייער פשוט.
אנגענעמקייט, מיינט אנגענעם צו זעהן, דאס איז טייטש חן.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 28, 2017 11:28 am
דורך farshlufen
ס'איז נישט דער ריכטיגער אפטייטש און שטימט נישט איבעראל.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 28, 2017 1:03 pm
דורך מיסטעריעז
ווידעראום לייטזעליגקייט שטימט אויף אלעם, אויך אויף אחשתרנים בני הרמכים...