וואס באדייט די ווארט?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 3:45 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:ווייבער שוהל איז קיין טעות, אמאל פלעגן נאר פארהייראטע פרויען קומען אין שוהל.

"ווייב" מיינט נישט א פארהייראטע פרוי, פונקט ווי "פעטער" מיינט נישט איינער וואס האט נעפיוס. עס ווערט נאר גענוצט אין באציאונג צו איר מאן.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 3:58 pm

ס'איז נישט ריכטיג, ביידע ווערן גענוצט ביידע וועגן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 4:08 pm

OOPS

אוועטאר
קוגל מאכער
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

תגובהדורך קוגל מאכער » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 4:44 pm

farshlufen האט געשריבן:ס'איז נישט ריכטיג, ביידע ווערן גענוצט ביידע וועגן.

אונטערשטע שורה, וואס איז די חילוק פון פרוי צו ווייב, אונז האבן נישט באקומען א קלארע תשובה.
אפשר "פארשלאפן" וועט אונז אויפוועקן מיט א קלארע זאך. :grin:
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

אוועטאר
קוגל מאכער
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

איש אדער אדם

תגובהדורך קוגל מאכער » זונטאג אוגוסט 27, 2017 9:22 am

צו דען ניצט מען די ווארט "איש", ווען מען איז שולל א אשה, אדער נישט?
אויב נישט וואס איז דער חילוק פון איש מיט "אדם"???
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

לייבל שטילער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

תגובהדורך לייבל שטילער » זונטאג אוגוסט 27, 2017 11:46 am

די משמעות אין חז"ל איז ווי די זאגסט
סייג לחכמה שתיקה....

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5056
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג אוגוסט 27, 2017 11:50 am

איש מיינט א מאן,
אדם מיינט א מענטש
א מאן ניצט מען כלפי א פרוי אדער ווען מען וויל ניצען איינער וואס איז א בעל בית אזוי ד' איש מלחמה
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
קוגל מאכער
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

תגובהדורך קוגל מאכער » זונטאג אוגוסט 27, 2017 11:51 am

לייבל שטילער האט געשריבן:די משמעות אין חז"ל איז ווי די זאגסט

ס' איז אבער דא אסאך פלעצער אין חז"ל וואס די תורה רעדט נישט נאר צו א מאן און ס' שטייט "איש". אזוי ווי מאת כל איש אשר ידבנו לבו,
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

לייבל שטילער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

תגובהדורך לייבל שטילער » זונטאג אוגוסט 27, 2017 11:54 am

האסט גוט געפרעגט און מ'דארף זיכן תירוצים, אבער אסאר מער מאל שטייט איש און חז"ל לערנען ולא אשה, און די גרעסטע הוכחה: לעצטע וואך איו די פר' "איש או אשה" #הכרח.
סייג לחכמה שתיקה....

אוועטאר
קוגל מאכער
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

תגובהדורך קוגל מאכער » זונטאג אוגוסט 27, 2017 12:01 pm

נאר מאידך גיסא, דרשנ'ט מען אויך איש ולא קטן, דאס מיינט אז ס'מיינט נישט נאר א מאן.
אבער למעשה בין איך מסכים צו דיר.
איך האב זיך צופיל אנגעטראפן מיט מאלן וואס ס'האט נישט געשטימט.
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

לייבל שטילער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

תגובהדורך לייבל שטילער » זונטאג אוגוסט 27, 2017 12:05 pm

קוגל מאכער האט געשריבן:נאר מאידך גיסא, דרשנ'ט מען אויך איש ולא קטן, דאס מיינט אז ס'מיינט נישט נאר א מאן.
אבער למעשה בין איך מסכים צו דיר.
איך האב זיך צופיל אנגעטראפן מיט מאלן וואס ס'האט נישט געשטימט.

איש פרעזענטירט נישט א מאן כלפי די יחס צום ווייב וואס אויף דעם נוצט מען די ווארט בעל, און אויך נישט דער מין וואס אויף דעם איז דא דער ווארט זכר
    איש פרעזענטירט אן ערוואקסענעם זכר, אפילן א גרוש אדער בודד.
    לעצט פאראכטן דורך לייבל שטילער אום זונטאג אוגוסט 27, 2017 12:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
    סייג לחכמה שתיקה....

    אוועטאר
    קוגל מאכער
    שר מאה
    תגובות: 137
    זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

    תגובהדורך קוגל מאכער » זונטאג אוגוסט 27, 2017 12:07 pm

    דברי פי חכם, חן,
    יישר כח.
    טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

    לדעתי
    שר חמישים ומאתים
    תגובות: 322
    זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

    תגובהדורך לדעתי » זונטאג אוגוסט 27, 2017 12:13 pm

    מענין לענין שלא באותו ענין:

    איין פלאץ שטייט, וַיִּמְצָאֵהוּ "אִישׁ": פרש"י זה גבריאל:
    אן אנדערס מאל שטייט, וַיֵּאָבֵק "אִישׁ" עִמּוֹ: פרש"י ופירשו רז"ל שהוא שרו של עשו:

    איז שווער, ווען איז עס גבריאל און ווען איז עס שרו של עשו?
    די תירץ איז:
    אויב העלף ער א איד פון זיין מצב, איז ער מלאך גבריאל.
    אויב דארף ער פונקט דעמאלטס גיין דאווענען, איז ער שרו של עשו.

    לייבל שטילער
    שר מאה
    תגובות: 238
    זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

    תגובהדורך לייבל שטילער » זונטאג אוגוסט 27, 2017 12:16 pm

    10 +
    סייג לחכמה שתיקה....

    אוועטאר
    קוגל מאכער
    שר מאה
    תגובות: 137
    זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

    תגובהדורך קוגל מאכער » זונטאג אוגוסט 27, 2017 12:28 pm

    א גוט ווארט.
    טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

    אוועטאר
    אנעים זמירות
    שר שלשת אלפים
    תגובות: 3821
    זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
    לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

    תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג אוגוסט 27, 2017 5:02 pm

    קוגל מאכער האט געשריבן:
    farshlufen האט געשריבן:ס'איז נישט ריכטיג, ביידע ווערן גענוצט ביידע וועגן.

    אונטערשטע שורה, וואס איז די חילוק פון פרוי צו ווייב, אונז האבן נישט באקומען א קלארע תשובה.
    אפשר "פארשלאפן" וועט אונז אויפוועקן מיט א קלארע זאך. :grin:

    ווייב איז ווי דער ענגלישע wife (ביידע שטאמען פון איין שורש), און עס מיינט א פארהייראטע פרוי. בעסער געזאגט, 'די פרוי פון' - למשל מיין ווייב.

    פרוי איז א דערוואקסענע נקבה מענטש. אין אלגעמיין זענען מיר מחלק צווישען א בתולה וועלכע איז א מיידעל און א בעולה וועלכע מיר רופען פרוי. דער טיטעל פרוי פאסט אבער אויך יעדע דערוואקסענע (עדאלט) נקבה.
    יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
    די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

    לייבל שטילער
    שר מאה
    תגובות: 238
    זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

    תגובהדורך לייבל שטילער » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:01 am

    אנעים זמירות האט געשריבן:

    ביי בעסער געזאגט, האסטו טאקע בעסער געזאגט ווי אין אנהייב ווייל סיי ווייב און סיי wife מיינען נישט קיין פארהייראטע פרוי אין אלגעמיין (אזויווי בעולה), נאר ווען מרעדט ביחס צום מאן, ודו"ק
    סייג לחכמה שתיקה....

    אוועטאר
    בעאבאכטער
    שר האלף
    תגובות: 1947
    זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

    תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:56 am

    אנעים זמירות האט געשריבן:
    קוגל מאכער האט געשריבן:
    farshlufen האט געשריבן:ס'איז נישט ריכטיג, ביידע ווערן גענוצט ביידע וועגן.

    אונטערשטע שורה, וואס איז די חילוק פון פרוי צו ווייב, אונז האבן נישט באקומען א קלארע תשובה.
    אפשר "פארשלאפן" וועט אונז אויפוועקן מיט א קלארע זאך. :grin:

    ווייב איז ווי דער ענגלישע wife (ביידע שטאמען פון איין שורש), און עס מיינט א פארהייראטע פרוי. בעסער געזאגט, 'די פרוי פון' - למשל מיין ווייב.

    פרוי איז א דערוואקסענע נקבה מענטש. אין אלגעמיין זענען מיר מחלק צווישען א בתולה וועלכע איז א מיידעל און א בעולה וועלכע מיר רופען פרוי. דער טיטעל פרוי פאסט אבער אויך יעדע דערוואקסענע (עדאלט) נקבה.

    אינטערעסאנט נאר, דער דויטש האט די "Frauen" זייט, און איז געהייראט מיט זיין "Frau", לאפוקי דער עננגליש רעדנדער וואס האט א "wife" און א מחיצה פאר "Women".

    אוועטאר
    מיסטעריעז
    שר שבעת אלפים
    תגובות: 7359
    זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

    תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 10:01 am

    woman איז frau (פרוי-אשה), women איז frauen (פרויען-נשים). אויף אידיש קען מען אויך זאגן "געהייראט זיין פרוי". געהייראט זיין ווייב זאגט מען אויך, נשא את אשתו. יעצט, איינמאל ער איז פארהייראט איז זי זיכער זיין "ווייב" (wife), זעה איך אויף גוגל אז אויף דייטש הייסט א ווייב ehefrau. אבער ehe איז א לשון ווי heirat, אלזא איז עס פאקטיש א צאמגעשטעלטע ווארט, משא"כ wife/ווייב.

    ואחרי ככלות הכל טרעף איך אז עס איז יא דא אויף דייטש... weib

    אוועטאר
    אנעים זמירות
    שר שלשת אלפים
    תגובות: 3821
    זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
    לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

    תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 8:59 pm

    אריינטראכטענדיג דערין האב איך זיך געכאפט אז אין ענגליש פלעגט דער ווארט wife האבען אן אפטייטש 'פרוי', נאר יענע זין איז היינט ארויס פון באנוץ. עס איז אבער נאך געבליבען אינ'ם אויסדרוק old wives' tale, וואס באדייט 'באבע מעשות'.

    אויב אזוי איז גאנץ מעגליך אז אויך אין יודיש האט ווייב אן אפטייטש פון פרוי, און אנדערש פון ענגליש איז דער זין געבליבען עד היום.
    לעצט פאראכטן דורך אנעים זמירות אום מיטוואך אוגוסט 30, 2017 8:26 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
    יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
    די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

    לייבל שטילער
    שר מאה
    תגובות: 238
    זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

    תגובהדורך לייבל שטילער » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 9:54 pm

    מיין השערה איז אז די ווארט ווייב איז באשאפען געווארן צוזאמען מיט די איקעל רייטס עפאכע, ווייל ביז דיין האט א מאן געהייסען בעל, וואס מיינט בעה'ב און די פרוי האט מען סה"כ גערופן מיטן נאמען וואס זי איז , מיין פרוי, ווייל איהר גאנצע עקזיסטענץ אחז בטל צום מאן, ודוק כי קצרתי בגלל הבעטארי שעומד לכיבוי.
    סייג לחכמה שתיקה....

    אוועטאר
    קלאָצקאָפּ
    שר האלפיים
    תגובות: 2562
    זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

    תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 10:03 pm

    לייבל שטילער האט געשריבן:מיין השערה איז אז די ווארט ווייב איז באשאפען געווארן צוזאמען מיט די איקעל רייטס עפאכע, ווייל ביז דיין האט א מאן געהייסען בעל, וואס מיינט בעה'ב און די פרוי האט מען סה"כ גערופן מיטן נאמען וואס זי איז , מיין פרוי, ווייל איהר גאנצע עקזיסטענץ אחז בטל צום מאן, ודוק כי קצרתי בגלל הבעטארי שעומד לכיבוי.

    כבר כתבתי לעיל כעי"ז.
    קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

    מיין אבזערוואציע ווינקל

    יענקל פאטאש
    שר האלף
    תגובות: 1096
    זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

    תגובהדורך יענקל פאטאש » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 2:33 pm

    וואס מיינט "טשאמקען" ביים עסען?

    SPUSMN
    שר עשרת אלפים
    תגובות: 12854
    זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
    לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

    תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 3:00 pm

    עסען און צוקייען זייער הויעך.

    אין ענגליש איז עס chomp

    chomp
    /CHämp,CHômp/
    verb

    verb: chomp; 3rd person present: chomps; past tense: chomped; past participle: chomped; gerund or present participle: chomping

    1.
    munch or chew vigorously and noisily

    "he chomped on his sandwich"

    synonyms: munch, crunch, chew, bite; champ
    "I could hear him chomping on the celery"
    עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

    SPUSMN
    שר עשרת אלפים
    תגובות: 12854
    זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
    לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

    תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 3:04 pm

    א אלטע דזאוק, איינער זאגט פאר זייך חבר, די ווייסט יענקל; גנבים זענען אריין געקומען אין שטוב און אלעס ארויס געטראגען, און דער גאנצער משפחה איז געווען אין דער היים!

    ווי קען זיין פרעגט יענקל; דער גאנצע משפחה, און קיינער זאל נישט הערען?

    יא יענקל, קיינער האט נישט געהערט, דער גאנצע משפחה האט געהאלטען אין מיטען עסען די זופ.
    עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

    צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

    ווער איז אונליין

    באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט