וואס באדייט די ווארט?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קוגל מאכער
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

תגובהדורך קוגל מאכער » מוצ"ש דעצמבער 02, 2017 6:30 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:ווידעראום לייטזעליגקייט שטימט אויף אלעם, אויך אויף אחשתרנים בני הרמכים...

אבער וואס זאל מען טוהן אז היינטיגע דורות, איז זייער שווער צו ניצן די מיני ווערטער,
איז דען נישט דא נאך א ווארט וואס איז מער אין יודיש'ן באניץ, און איז נאך אלץ א ריכטיגע טייטש???
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » זונטאג דעצמבער 03, 2017 1:31 pm

דער תרגום זאגט איבעראל רחמין דאס זעלבע וואס ווערט אויך באנוצט אין ארמיש אויף ליבשאפט, מיינט נאך נישט אז עס פאסט זיך אריין אין אונזער אידיש.

אין די ת"ת ווי רב טקסט איז א מקרי דרדקי זענען די קינדער איינגעוואוינט צו טייטשן ליבשאפט פון די פריערדיגע מלמדים זייערע, ואני הק' טייטש עס פשוט מיטן לשון קדש ווארט חן - חן, ווייל אין אונזער אידיש ווען מען רעדט דערפון רופט מען עס מיטן לשה"ק ווארט חן.

לייטזעלגקייט געפעלט מיר נישט אינגאנצן ווייל חנון פלעגט מען אויך טייטשן לייטזעליגער, און כ'מיין אז כאטש עס איז אלס איין שרש זענען אבער די באגריפן אין אונזערע פראסטע מוחות צוויי אנדערע זאכן.

די איינציגע אידישע ווארט וואס כ'וואלט סובל געווען צו טייטשן איז: געפעליגקייט.

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » זונטאג דעצמבער 03, 2017 7:05 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:
קוגל מאכער האט געשריבן:צו דען איז א חילוק? ווען מען טייטשט לדוגמא די ווארט כאשר עשו : אזוי ווי זיי האבן געטוהן. אדער - אזוי ווי זיי האבן געמאכט.
אין איין ווארט איז דא א חילוק צווישן טוהן אדער מאכן, אדער יעדער מלמד האט געטוהן / געמאכט, ווי אים געפעלט.

טוהן = Do,
טוהן א פעולה "מען טאר נישט 'טוהן' אזוי"

מאכן =Make,
מאכן א מציאות "האסט גע'מאכט' א פיין ארבייט"
א מלאכה "מאכט" מען, א פעולה "טוהט" מען.


ובקיצור:
"ער טוהט [אויף] גרויסע זאכן" - דורך זיין 'טוהן' ווערט גרויסע זאכן,
"ער מאכט (אויף) גרויסע זאכן" - די זאכן וואס ער 'מאכט' זענען גרויס.
ודו"ק.

;l;p-
זייער ריכטיג
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 1:54 pm

והיינו דאמרי אינשי - ער מאכט מיט די הענט!

דוראק
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 21, 2018 6:20 pm

תגובהדורך דוראק » מאנטאג ינואר 29, 2018 1:37 pm

קוגל מאכער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:
צרורות = "שטיינער" באלאנגט נישט אהער ס'איז נישט לשון קודש נאר לשון משנה.

כבוד הרב, תמחול לי אלף פעמים, "והכית בצור".

לעניות דעתי, קען זיין אז ס'איז צוויי ווערטער, צור און צרור, צור מיינט א שטערקער, פעלזן שטיין אין דעם פסוק וואס דו ברענגסט, וואס דאס איז א שטארקע שטיין, צרור מאידך איז א לשון אבן בעלמא, (בדרך אפשר).

אפשר איז עס גאר מלשון "והיתה נפש אדוני צרורה בצרור החיים"?

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 6:35 pm

וואס באדייט "נצחו אראלים את המצוקים?
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 10:04 pm

אראלים זענען די מלאכים, מצוקים זענען די צדיקים. דאס האט בר קפרא געזאגט ווען די רבנן האבן אים געשיקט זען וואס איז מיט רבי, און ער האט געזען רבי איז שוין נסתלק געווארן, איז ער צוריק געקומען און געזאגט פאר די רבנן אז די מלאכים האבן באזיגט די צדיקים. (כמדומה דאס שטייט ערגעץ אין כתובות).

מצוקים איז טייטשט עמודים, דאס זענען צדיקים ווייל זיי זענען די עמודי עולם.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » פרייטאג פאברואר 09, 2018 12:08 am

כתובות קד.PNG
כתובות קד.PNG (502.81 KiB) געזעהן 2177 מאל

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » זונטאג פאברואר 11, 2018 5:07 am

וואס איז דאס "סעסיא"?
ביים איצטיגן סעסיא באהאלט וכו'.....
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג פאברואר 11, 2018 8:38 am

זענדל האט געשריבן:וואס איז דאס "סעסיא"?
ביים איצטיגן סעסיא באהאלט וכו'.....


זיצונג, מושב ,

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20296
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג פאברואר 11, 2018 9:37 am

סעסיע = session
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » זונטאג פאברואר 11, 2018 10:53 am

farshlufen האט געשריבן:סעסיע = session

אידיש, ביטע!

האב איך שוין געהערט פון קיקאיון...
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג פאברואר 11, 2018 10:58 am

זענדל האט געשריבן:וואס איז דאס "סעסיא"?
ביים איצטיגן סעסיא באהאלט וכו'.....

https://translate.google.com/?hl=en&tab ... iw/session

איך פארשטיי נישט דיין משל. אפשר מיינסטו סצענע?

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מאנטאג פאברואר 12, 2018 12:41 am

ווען דו לאגסט אריין אין אייוועלט האסטו א אויסווייל:
"ביי איצטעריגן סעסיע באהאלט אז מען זאל נישט זעהן אז איך ביו דא" :grin:,
דאס די גאנצע
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

יענקל פאטאש
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » פרייטאג מארטש 09, 2018 9:45 am

וואס מיינט לאפעווען? :roll:

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג מארטש 09, 2018 10:05 am

יענקל פאטאש האט געשריבן:וואס מיינט לאפעווען? :roll:

א לאפע ווייסט די יא וואס דאס איז?
מן הסתם האט דער שרייבער\רעדנער געמיינט ארום ארבייטען מיט די לאפעס

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג מארטש 13, 2018 12:21 am

וואס פונקטליך מיינט "פראווען"? "דער רבי גייט פראווען"
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » דינסטאג מארטש 13, 2018 1:56 am

דאכט זיך אז ס'איז א שם הכולל פאר אלע סארט רבישע עבודה'ס
מקרב זיין אידישע קינדער צום בוכ"ע, פירן טיש, ליינען קוויטלעך, גלגול שלג, וכו'
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » דינסטאג מארטש 13, 2018 1:17 pm

פלאחותיך האט געשריבן:דאכט זיך אז ס'איז א שם הכולל פאר אלע סארט רבישע עבודה'ס
מקרב זיין אידישע קינדער צום בוכ"ע, פירן טיש, ליינען קוויטלעך, גלגול שלג, וכו'

און איך מיין אז עריכה אדר עסק מיינט פראווען
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג מארטש 13, 2018 1:41 pm

זענדל האט געשריבן:
פלאחותיך האט געשריבן:דאכט זיך אז ס'איז א שם הכולל פאר אלע סארט רבישע עבודה'ס
מקרב זיין אידישע קינדער צום בוכ"ע, פירן טיש, ליינען קוויטלעך, גלגול שלג, וכו'

און איך מיין אז עריכה אדר עסק מיינט פראווען


לאו דוקא רבי'ש
א פשוטער בעה"ב פראוועט דעם סדר פראוועט א שמחה א קינד'ס חתונה וכ' וכ'


גיב א קוק דא search.php?keywords=%D7%A4%D7%A8%D7%90%D7%95%D7%95%D7%A2%D7%A0%D7%A2%D7%9F

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » דינסטאג מארטש 13, 2018 9:08 pm

זענדל האט געשריבן:
פלאחותיך האט געשריבן:דאכט זיך אז ס'איז א שם הכולל פאר אלע סארט רבישע עבודה'ס
מקרב זיין אידישע קינדער צום בוכ"ע, פירן טיש, ליינען קוויטלעך, גלגול שלג, וכו'

און איך מיין אז עריכה אדר עסק מיינט פראווען


עריכה זעהט טאקע אויס צו זיין די ריכטיגע ווארט וואס "פראווען" איז זיין אפטייטש

אפרעכטן איז זייער אן ענדליכע ווארט אבער נישט אינגאנצן ממש, אפרעכטן א ליל הסדר, אפרעכטן א דאווענען, אפרעכטן די הייליגע טישן, און אפילו אפרעכטן א שמחה גייט נאך מיט

אבער דער רבי טוט פראווענען קוויטלעך, דער רבי פראוועט מופתים, אויף דעם ניצט מען שוין נישט "אפרעכטן"
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5954
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך מארטש 28, 2018 11:29 am

און ס'איז לאו דוקא אויף דברים שבקדושה.

מ'קען פראווען א בארביקיו אויך [ס'נאר מער איינגעפירט עס צו נוצן דארט]
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » מיטוואך מארטש 28, 2018 2:11 pm

וואס מיינט פאטאש, למשל איך וועל מאכן פון די פאטאש?
האט איר א איבריגע מיניט? פירט אויס א שידוך דורך לזווג http://lezaveg.com

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » זונטאג אפריל 22, 2018 7:02 pm

איז פארהאן א חילוק צווישן "ערפאלג" און "סוקסעס"?
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג אפריל 22, 2018 7:36 pm

"ערפאלג" איז אידיש", און "סוקסעס" איז ענגליש. דער באדייט איז די זעלבע. (אין לשה"ק "הצלחה")
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 5 געסט