יאנטשי/קיוט, שטארי/קלעסי (שפראך?.....)

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

יאנטשי/קיוט, שטארי/קלעסי (שפראך?.....)

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יוני 21, 2007 3:03 pm

קען זיין דאס באלאנגט אין די ווייבער שול פון די קרעטשמע, אבער שפראך הוא וללמוד אני צריך, וזה החלי:

וויפיל איך זאל מיך פרובירן צו דערגרינטעווען אין די עמקות פון די אפטייטש פון די אויבנדערמאנטע ווערטער און סלאגאנען, איז עס ממש א און א בחינה פון 'ארוכה מיאנטשי מדה ורחבה מני קלעסי'

למשל יאנטשי קען ארויפגיין אויף א מענטש, מלבוש, געדאנק און וואס נישט, שוין א חידוש פון א ווארט, וויל איך עס אפטייטשן דורך איר אנטאנים (פאר די וואס ווייסן נישט, און שפראך איז דא סינאנים'ס און אנטאנים'ס די ערשטע איז צוויי ווערטער מיט'ן זעלבען כוונה למשל שיין,הערליך,וואונדערבאר און אנטאנים'ס זענען דבר והפיכו אזויווי גרויס/קליין ארעם/רייך) קען איך הערן אזוי:

-יענטי איז יאנטשי, אבער איר שוועסטער סערי איז גראדע יא קיוט

לפי"ז הער איך אז יאנטשי איז די פארקערטע פון קיוט, מיין איך אוודאי אז איך באזיץ שוין דעם הועך-באשפריצטער וואקעביולערי, ווי-וואס א נעכטיגען טאג, אפאר מוניט שפעטער הער איך,

-יענקל האסטו פארפאסט מעכי האט יעצט געמאכט אזא יאנטשי פעיס איך וואלט אים אויפגעגעסן!

קלאפ איך מיך קאפ אין וואנט, רבוש"ע, פארפאסט?! ברוך ה' פאר דעם, יאנטשי זאל איך נאך אויך זעהן? איך פריי מיך ווען זיי זענען קיוט אבער יאנטשי! מאן דכר שמיה?

און אזוי ווער איך געטריבען פון קלעסי צו שטארי (נאך קיינמאל נישט געהערט? גיי ארויס ביי די גאבליין סירקלס) ווען איך פיהל שוין באקוועם מיט איין מהלך ווער איך תיכף איבערן דראנג געווארפן מיט א צווייטער פונקט קאפויער אפטייטש.

יעצט א עצה טובה מוטשעט אייך נישט צופיל אויף די חקירה ווייל ס'איז הלכה ל'דוואשע' מאונגארן ואין משיבין עליה


-----------
לאו'ס, לאמיר עפעס בויען אינאיינעם

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג יוני 21, 2007 3:11 pm

קודם כל, פאר אלעם, פותחין בכבוד אכסניא, מיללער, כ'זאג דיר, ביסט גוט!, זהו זה!

נאכדעם איבער דיין חקירה, כ'וועל טאקע נישט צופיל ארייגיין דערין, אבער די משל וואס די געסט אן, קען מען מייניך פארשטיין, ווייל אפילו יאנטשי מיינט נישט גוט, און קיוט מיינט יא גוט, שטימט נאך אלץ די סטעיטמענט, ווייל ווען מעכי מאכט א פאקס, נישט קיין חילוק וואס, איז עס קיוט, מעג ער מאכן א פאקס וואס ווען איך מאך עס איז עס שרעקליך יאנטשי, אבער אנדעש איז עס ווען מעכי מאכט עס, די יאנטשי פאקס איז קיוט, והדברים ידיעים לכל, און אזוי גייט עס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יוני 21, 2007 6:21 pm

יאנטשי = צופלויגן, אומ'מסודר'דיג, צוריקגעבליבן, אלטמאדיש, שלאטכיש.
קיוט (גענומען פון באבילאן) = Cuteness is a delicate and attractive kind of beauty commonly associated with youth, innocence, and helplessness.
קלעסי (ווידעראמאל גענומען פון באבילאן) = Possessing elegance, the attribute of being tastefully designed, decorated and maintaining refined grace and dignified propriety
שטארי = גלייב איך אז פונעם ווארט "שטארט" ארויס, אויפפאלענד, וכדומה.

ניין
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 16, 2007 10:14 pm

תגובהדורך ניין » דאנארשטאג יוני 21, 2007 11:34 pm

מילער

"שטארי" פארשטיי איך נישט ווען דו קענסט עס הערן אלס א פונקט קאפויער אפטייטש. עס האט איין איינציגע וועג ווען מ'נוצט עס, ווי ווייט איך האב געהערט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 22, 2007 10:08 am

קרעמער טענקס עי מיליאן!

ניין, ניין און נאכאמאל ניין, אפי' איך ווייס דעם יסודות'דיגען אפטייטש פון די ווערטער, מיט דעם אלעם גייען די מפטפטין'ס אלץ איבער די גבולים, מיט די רעכט פון די תשעה קבין וואס זיי האבן אזוי בייזוויליג פארכאפט, די לעצטע אויסגעדראשענע קב וואס איז פארבליבען פאר אונז אויף די אנדערע זייט פארטראגט נישט אזויפיל פשטים אין איין ווארט.


---------
האט איר פראבלעמען מיט אייער אפלייענעסעס? רופט שפילמאן'ס

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יוני 22, 2007 11:40 am

אגב, אויף די ווארט CUTE טייטשט באבילאן איבער אין אידיש "טשאטשקע"... יעצט וועסטו וויסן וואס עס מיינט ביי אינפארמאציע "דער איז דאך א טשאטשקע פון א בחור"...

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » זונטאג נובעמבער 13, 2016 10:08 am

כעין זה א נייע ווארט באשאפן אין עזרת נשים.

סלאאו!!!, (slow) בלע'ז
ארויסגעזאגט מיט אזא אויסגעצויגענע תנועה

געניצט להיפך פונעם ארגינעלעם משמעות
(צוריקגעבליבן, יאנשי, נעבעכ'דיג)
נאר אנשטאט קיוט, הערליך שיין, וכו'

די בילדער וואס חנה'לע האט געמאלן, ס'איז סלאאו!!!

די אואט-פיט וואס יענקעלע האט אנגהאט
ער האט אויסגעזעהן סלאאו!!!

ווער האט געמאכט דיין האר צו די חתונה, ס'איז סלאאו !!!

עוד כעין זה איז געווען ביים פריערדיגן דור א ווארט אבער נישט אזוי פאפיולער

"יאגעלע" מיט א פתח אויפן אלף
לעצט פאראכטן דורך פלאחותיך אום זונטאג נובעמבער 13, 2016 10:32 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג נובעמבער 13, 2016 10:13 am

א חתן אין שבע ברכות האט אויף זיין רעביצין׳ס פראגע צו איר קלייד איז קיוט, געענטפערט, ס׳איז אזוי יאנטשי!

זי האט געמיינט אז ער מאכט א בחור׳ישע טשעפע, אבער ווען דאס האט אנגעהאלטן אפאר וואכן האט זי אים איידל אויפמערקזאם געמאכט אז עס שטערט איר אביסל...

דער אינגערמאן האט זיך געוואונדערט, פארוואס שטערט דיר עס? דו קענסט נישט עסן קיין קאמפלימענטן? איך האב אלעמאל געהערט ווי מיינע שוועסטער זאגן אויף זייערע נייע שיינע קליידער ״ס׳איז אזוי יאנטשי!״...


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט