הערה לבעל קורא: פקודי - מונח המסולסל

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

בעל קורא
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2012 11:42 am

הערה לבעל קורא: פקודי - מונח המסולסל

תגובהדורך בעל קורא » דאנארשטאג מארטש 07, 2013 12:57 pm

אנהויב פרשת פקודי, אלה פקודי המשכן מיט מונח מהפך פשטא.
יעדער וואס קען אביסל די טעמים ווי אזוי מליינט אין אונזערע קהלות ווייסט אז ווען עס קומט א מונח פאר א מהפך פשטא זינגט מען עס, מיט א שיינעם ניגון, וואס איז נישט ממש מחבר די ווארט מיטן המשך.
און אזוי טוט מען ביי א מונח פאר א מרכא פשטא, דרגא תביר, מרכא תביר, מונח זקף קטן. ויש מוסיפים פאר א אזלא גרש, גרשיים. ויש מוסיפים נאך עטליכע.

לערנענדיג די ספרי הקדמונים אויף די טעמים זעהט מען אז זיי שטעלן אוועק אז די צורה פונעם מונח איז באמת 4 אנדערע טעמים, דהיינו עס קען זיין א מונח, א עילוי, א מכרבל, און א לגרמיה. פון די אלע 4 איז נאר דער לגרמיה א מפסיק, און א יעדע לגרמיה האט נאך זיך א פסיק מודיע צו זיין אז עס איז א לגרמיה, ממילא צום ערשטן איז קלאר אז דער מונח אויף די אלע דערמאנטע אופנים זענען נישט קיין מפסיקים, און ווי מ'זעהט פון די משמעות הדברים אין די פסוקים אז עס קומט נישט אריין דארט א מפסיק, ווי למשל שא נא חטאתי (ר"פ בא) במונח מהפך פשטא, אדער שור נגח הוא (פ' משפטים) במונח מרכא פשטא, אדער פשע אחיך וחטאתם (ס"פ ויחי) במונח מהפך פשטא, אדער שמן זית זך (ר"פ תצוה) במונח מרכא תביר.
און אזוי האביך געהערט בשם הג"ר יעקב קאמנעצקי ז"ל אז מזאל אכטונג געבן אויף די סארט מונח'ס צו זינגען אויף א אופן וואס סזאל נישט ארויסברענגען קיין הפסק.

און יעצט לאמיר צוגיין צו די כלל ווען מדארף טאקע זינגען דעם מונח, כפי הנראה איז דאס זינגען געבויט אויף א הנחה אז דאס איז די מכרבל, און אזוי האט עס ר' זלמן הענא קלאר אפגעלערנט ווי מוועלמיר אי"ה זעהן ווייטער. נו וואו קומט דער מכרבל, לויט די קדמונים איז דער מכרבל נאר משרת פאר די זקף קטן, דהיינו ווען עס איז דא 2 מונח'ס פאר א זק"ק איז די ערשטע א מכרבל, און אויב איז נאר דא איין מונח פאר'ן זק"ק אויב איז עס אויף די ערשטע אות פונעם ווארט איז עס אויך א מכרבל (אויב די ווארט פארדעם איז נישט מוקף צו דעם ווארט).

אויב אזוי פון וואו קומט אונזער מנהג צו זינגען די אלע דערמאנטע מונח'ס?
רז"ה שרייבט שוין אין בנין שלמה (פעידז' 212 אין די פייל פון היברו-בוקס) ז"ל וצ"ל שגם המונח שלפני מהפך הוא מכברל כמו ליל שמורים הוא (שמות י"ב, ונ"ב שם הוא לפני מרכא), את החמשים ומאתים (במדבר ט"ז), ונגינתו מעיד עליו ותמהתי שלא דברו מזה המדקדקים. עכ"ל. און אזוי חזר'ט ער איבער אין שערי זמרה אנהויב שער החמישי ז"ל ובספר בנין שלמה העליתי שגם הבא לפני מהפך הוא מכרבל וכן מנהג האשכנזי בנגינותו. עכ"ל.
אבער דער אמת איז אז די קדמונים ה"ה בעל טעמי המקרא הקדמון (המיוחס להר"י בן בלעם), רבינו תם בשיר המתחיל אלקים לי מגן, ר' משה הנקדן בשער הנגינות (וידמה גם ר' שמשון הנקדן בחבור הקונים - ספר השמשוני), און שפעטער ר' קלונימוס בתשלום מקנה אברם והבחור בספר טוב טעם זאגן קלאר אז דער מכרבל קומט נאר פאר א זקף קטן, אויף די דערמאנטע אופנים. און ווי כ'האב אנגעהויבן אז די צורת המונח ווערט גענוצט פאר 4 טעמים, זעהט מען טאקע אז די קדמונים רופן עס בכלל נישט מונח נאר מכרבל, און ווען זיי רעדן פון די מחבר וואס קומט פאר די מהפך פשטא, מרכא פשטא, דרגא תביר, מרכא תביר, גרש, גרשיים, זאגן זיי אלע אז דארט קומט א מונח וואס דאס מיינט בלשונם א פשוטע מונח און נישט קיין מכרבל.

מסברא וואלט מען געקענט זאגן אז דאס ליינען יענע מונח'ס ווי א מכרבל קומט פון איינער וואס האט געזעהן אין ספר טוב טעם פון ר' אליה בחור (כקען עס נישט טרעפן יעצט) אז דער מכרבל קומט געווענליך אנהויב ווארט און וועגן דעם הייסט עס אזוי, אזוי ווי דער כרבלתא דתרנגולא וואס איז אויפן קאפ. ממילא האט יענער אפגעלערנט אז יעדע מונח וואס קומט נאר ווען עס איז אויפן אנהויב ווארט איז א מכרבל, און די אלע דערמאנטע מונח'ס קומען טאקע נאר אנהויב ווארט, ווען עס איז נישט אנהויב ווארט קומט א קדמא אנשטאט די מונח*.

האבעך אבער יא געטראפן א שטיקל סמך אין א ראשון צו אונזער דרך צו ליינען די אלע מונח'ס ווי א מכרבל, אין קרית ספר להמאירי פ' בראשית אויפן פסוק אלה תולדות השמים שרייבט ער ז"ל והתי"ו רפויה מפני שטעם ואלה הוא שופר ישר ואינו מפסיק. איז די שאלה וואס איז די הוה אמינא אנדערש, יעדער זעהט דאך אז עס איז א טעם מחבר. אבער לפי אונזער מנהג אז מ'זינגט די מונח אין אזעלכע פלעצער (עס איז דא פאר א דרגא תביר), און נאך מיט א נגינה מפסקת, פארשטייט מען גוט פ"וו ער דארף אויסרעדן אז עס איז נישט מפסיק. און אזוי זעהען מיר אז דער רד"ק אין ספר מכלול (דו"ק דף ק"ז ע"א) רעדט אויס אויף די תלשיא קטנה און אויפן מרכא כפולה אז כאטש עס האט א נעימה איז עס נישט מפסיק.
(לויט דעם וואלט דער מאירי עס געקענט אויסרעדן איין פסוק פריער אויף כי בו שבת, ווי דער מונח איז פאר א מהפך פשטא, און די בי"ת פון בו איז רפה וועגן דעם זעלבן טעם).

ובסוף, דער חת"ס אין תורת משה פרשת שמיני אין די צווייטע דיבור המתחיל זאת החיה איז זיך סומך אויפן מנהג העולם - קבלת מקומותינו צו ליינען דעם מונח באריכות, און באופן מפסיק פאר א מרכא תביר, עיי"ש מש"כ לפרש ההפסק.
(ווידער אין תורת משה פרשת צו ד"ה היא העולה זעהט מען ער האט דן געווען א מונח פאר א מחבר, ופשוט אז נאר די וואס מ'זינגט כמנהגנו האט ער דן געווען פאר א מפסיק).

___________
* א חוץ אין איין פלאץ לויט געוויסע מסורות, אין מגלת אסתר בפסוק ויקהלו היהודים אשר בשושן גם ביום ארבעה עשר, דער ביום האט אין רוב ספרים א מונח כאטש עס איז נישט אנהויב ווארט, ואכהמ"ל.

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מאנטאג אפריל 29, 2013 10:56 am

ישר כח בעל קורא.
איך האב יעצט געוואלט עפענען אן אשכול אנצופרעגן איבער דעם מונח, ווען זינגט מען דאס און ווען כאפט מען דאס צוזאם מיט'ן קומענדיגן טראפ. אבער איידער מען עפנט אן אשכול פירט מען דורך א זוך-אקציע און פארשטייט זיך אז עס איז שוין אויסגעשמועסט.
יעצט וועל מיר דאס ארויספרינטן אויף לכשירחיב.
און ווידעראמאל א דאנק.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מאנטאג אפריל 29, 2013 10:58 am

איין הערה'לע איידער איך גיי ווייטער:
באלאנגט דאס נישט ליבערשט אין בית המדרש דקהלתינו>ידיעות התורה?
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20286
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אפריל 29, 2013 11:52 am

viewtopic.php?f=5&t=5455#p151768
יואל ווייס האט געשריבן:איין הערה'לע איידער איך גיי ווייטער:
באלאנגט דאס נישט ליבערשט אין בית המדרש דקהלתינו>ידיעות התורה?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג פאברואר 06, 2018 7:20 am

ווען ס'איז דא צוויי מונח'ס איינס נאכן צווייטן, נישט בעפאר א ז"ק, און נישט מיט א פסיק, וויאזוי הייסט דאס? פאריגע וואך סוף סדרה געווען אזאנס.
ס'איז דא פלעצער ווי מ'זינגט אביסל ביים ערשטן מונח.

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דינסטאג פאברואר 06, 2018 7:58 am

די כללי המונח, לויט די קדמונים, זענען ווי פלגענד:

1. א מונח פאר א אתנחתא, זרקא, זקף קטן, איז א מונח עילוי. מען דרייט נישט מיט א לאנגע נגינה, אבער עס האט עפעס געשמאקע קנייטש.
    ווען עס איז דא צוויי מונח'ס פאר אתנחתא, זענען ביידע עילויים.
    ווען עס איז דא צוויי פאר א זרקא, אויב איז די צווייטע אנהויב ווארט, זענען ביידע עילויים, אויב נישט איז נאר די צווייטע א עילוי און די ערשטע איז א פשוטע מונח.
    ווען עס איז דא צוויי פאר א זקף קטן, איז די ערשטע א מכרבל, וואס מען זינגט אויס, און די צווייטע א עילוי.
    דאס איז אפילו אויב די צווייטע איז אנהויב ווארט, וואס געווענליך אנהויב ווארט איז די מונח פאר א זקף קטן א מכרבל.

2. פאר א זקף קטן, אויב איז די מונח אנהויב ווארט, און עס האט נישט נאך א מונח פריערט, איז עס א מכרבל. ווען נישט איז עס א עילוי. ווי אויבן געשריבן.

3. די מונח נאך א זרקא, פאר די סגול, (אדערפאר די רביע אין די אין פלאץ וואו עס קומט א רביע נאך א זרקא), איז אויך א עילוי.
    אויב איז דא דארט צוויי מונח'ס זענען ביידע עילויים.
אלע אנדערע מונח'ס, זענען פשוטע מונח'ס.
פארשטייט זיך אז מען רעדט נישט דא פון די לגרמיה, וואס זיינע כללים זענען שיין אדורכגעטאן געווארן דורך 'הסרפד' און 'בעל קורא' ארומגערעדט אין דעם געהענגל.

און אדרבה, א משרת וואס קומט פאר א משרת און נישט גלייך פאר די מפסיק, ווערט געליינט שוואכער, און אביסל מער געיאגט!

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג פאברואר 06, 2018 9:28 am

א גרויסן דאנק


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: SPUSMN און 4 געסט