דער, די, דעם, דאס

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

Anonymous

דער, די, דעם, דאס

תגובהדורך Anonymous » מוצ"ש אפריל 21, 2007 3:35 pm

טייערע לייענער,

אינעם קורצן צייט פון מיין מיטגלידערשאפט אין היימישן קרעטשמע, בין איך שלעכט באיינדריקט געווארן פון דער מאנגל אין קוואפליוויצירטע אידיש גראמאטיק וויסנשאפטליכע, און ווענד אייער אויפמערקזאמקייט צום דריגענדן נויט אין דאס אריינווארג און צושטייער פון ספעסיאליסטן אינעם אידישן שפראך צו אט דעם וועבזייטל.

איך פאררוף אייער אויפמערק צו די פאלגענדע קאמפלעצירטע טעמע. איך האב זיך דערין אסאך געספק'ט אבער האב דאך נישט באגליקט קלאר מאכן די כללים. אלזא:

וואס זיינען די גראמאטישער געזעצן פונעם "דער, די, דעם און דאס" פאמיליע. די באוואוסטע כללים - ווי איינצאל/מערצאל, מאן/פרוי און דעם נייטראלן - שאפן זיך נאר מיט א קליין צאל ווערטער.

עס איז ביי מיר קיין צווייפל אז די שרייבער וואס וועלן אונז דערלייכטן די אויגן און קלאר מאכן די כללים וויאזוי רעכט צו נוצן יעדן איינס פון די אויבענדערמאנטע ווערטער, וועט דערהאלטן דעם אייביגן דאנקשאפט פון אונזערע חשובע לייענער.

נ.ב.: מיר זוכן נאר אינהאלט-רייכע ענטפערס. ביטע דערקוטשעט נישט מיט אומוויכטיגע באמערקונגען אדער אומגעראטענע זאצן ווי "איך ווייס אבער איך קען נישט מסביר זיין" א.ד.ג. אזא דיסקוסיע באליידיגט די אינטעליגענץ פון די לייענער און דערנידערט די קוואליטעט פונעם אשכול. א דאנק.

תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

Re: דער, די, דעם, דאס

תגובהדורך תהוובהו » מוצ"ש אפריל 21, 2007 10:28 pm

האלב טויט האט געשריבן:טייערע לייענער,

האלב טויט,

זעענדיג דיין שטארקן התלהבות צו דער אידישער שפראך, וויל איך מאכן עטליכע באמערקונגען איבער געוויסע ווערטער וואס דו האסט נישט גוט אויסגעלייגט, ווי אויך עטליכע גראמאטישע פראבלעמען. (עס זענען דא נאך, אבער איך ברענג נאר די ארויסשטארנדע.)

דער ריכטיגער אויסלייג איז 'באאיינדרוקט', אנשטאט באיינדריקט
פון 'דעם' מאנגל, אנשטאט פון 'דער' מאנגל
'קוואליפיצירטע', אנשטאט 'קוואפליוויצירטע'
'דרינגענדן', אנשטאט 'דריגענדן'
'ספעציאליסטן', אנשטאט 'ספעסיאליסטן'
'קאמפליצירטע, אנשטאט 'קאמפלעצירטע'
גע'ספק'ט, אנשטאט געספק'ט
די 'גראמאטישע' געזעצן, אנשטאט די 'גראמאטישער' געזעצן
'פון' "דער, אנשטאט 'פונעם' "דער
מאן/פרוי 'אדער' נייטראל, אנשטאט מאן/פרוי 'און דעם נייטראלן' (לכאורה
'יעדע איינע' פון די אויבנדערמאנטע, אנשטאט 'יעדן איינס' פון די אויבנדערמאנטע

אויב איז דאס געווען אין כלל פון וואס דו האסט געמיינט ביים בעטן "ביטע דערקוטשעט נישט מיט אומוויכטיגע באמערקונגען אדער אומגעראטענע זאצן", דאן בעט איך מחילה.
די וואך אין פרק:
רבי אליעזר אומר: יהי כבוד חברך חביב עליך כשלך, ואל תהי נוח לכעוס וכו'
רבי טרפון אומר: היום קצר והמלאכה מרובה והפועלים עצלים והשכר הרבה ובעל הבית דוחק

Anonymous

Re: דער, די, דעם, דאס

תגובהדורך Anonymous » מוצ"ש אפריל 21, 2007 11:07 pm

תהוובהו האט געשריבן:דער ריכטיגער אויסלייג איז 'באאיינדרוקט', אנשטאט באיינדריקט
פון 'דעם' מאנגל, אנשטאט פון 'דער' מאנגל
'קוואליפיצירטע', אנשטאט 'קוואפליוויצירטע'
'דרינגענדן', אנשטאט 'דריגענדן'
'ספעציאליסטן', אנשטאט 'ספעסיאליסטן'
'קאמפליצירטע, אנשטאט 'קאמפלעצירטע'
גע'ספק'ט, אנשטאט געספק'ט
די 'גראמאטישע' געזעצן, אנשטאט די 'גראמאטישער' געזעצן
'פון' "דער, אנשטאט 'פונעם' "דער
מאן/פרוי 'אדער' נייטראל, אנשטאט מאן/פרוי 'און דעם נייטראלן' (לכאורה
'יעדע איינע' פון די אויבנדערמאנטע, אנשטאט 'יעדן איינס' פון די אויבנדערמאנטע

אויב איז דאס געווען אין כלל פון וואס דו האסט געמיינט ביים בעטן "ביטע דערקוטשעט נישט מיט אומוויכטיגע באמערקונגען אדער אומגעראטענע זאצן", דאן בעט איך מחילה.

תהו ובהו

איך נעם אן מיט גרויס פרייד און, יא, מיט התלהבות, אייערע חשובע באמערקונגען. איך בין מסכים מיט רוב תיקונים. די גרייזן זיינען מיינסטנס שגיאות דפוס מיינע. (איך בין אבער אין ספק בנוגע די לעצטע צוויי הערות).

ווי אויך נעם איך אן מיט ליבע דעם באהאלטענעם שטעך אינעם לעצטן זאץ אייערע.

איך בין שטארק נייגעריק צו וויסן וואס די אנדערע גרייזן אין מיין הודעה זיינען (דו שרייבסט "עס איז דא נאך"). ולא הביישן למד.

א דאנק און א גוטע וואך
לעצט פאראכטן דורך Anonymous אום מוצ"ש אפריל 21, 2007 11:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Anonymous

Re: דער, די, דעם, דאס

תגובהדורך Anonymous » מוצ"ש אפריל 21, 2007 11:16 pm

תהוובהו האט געשריבן:'פון' "דער, אנשטאט 'פונעם' "דער

נאך א קליין הערה'לע: "פון די 'דער, די, דעם און דאס' פאמיליע".

תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

תגובהדורך תהוובהו » זונטאג אפריל 22, 2007 12:04 am

האלב טויט (=האלב לעבעדיג)

אה, האסט אנגענומען די באמערקונגען מיט פארשטאנד, עס איז דא מיט וועם צו גיין צום טיש.

(די אנדערע גרייזן האב איך נישט געשריבן ווייל עס וואלט זיך פארלאנגט א הסבר, ווי למשל "אינעם קורצן צייט" איז נישט אויסגעהאלטן עפ"י כללי הדקדוק, וכדומה. אויך וואלט מען נאך געקענט סתם צימבלען און מדייק זיין אויף עטליכע זאכן.)

יעצט לאמיר גיין ווייטער:
איך מיין אז עס קומט "מייסטנס", אנשטאט "מיינסטנס".
דער 'באהאלטענער' שטעך, אנשטאט דער 'באהאלטענע'
באהאלטענער 'שטאך', אנשטאט באהאלטענע 'שטעך' (לכאורה
איך וואלט געשריבן 'זענען' אנשטאט 'זיינען', אבער דאס איז נישט קיין טעות, איר זענט פשוט מעבר לים (ווארשיינליך).

איבער די קליינע הערה'לע וואס דו האסט צוגעלייגט לגבי "פון די 'דער, די, דעם און דאס' פאמיליע" ביסטו לכאורה גערעכט. (אדער וואלט מען דארט בכלל געדארפט ענדערש נוצן עפעס אנדערע ווערטער אנשטאט)

ולא הקפדן מלמד...
די וואך אין פרק:

רבי אליעזר אומר: יהי כבוד חברך חביב עליך כשלך, ואל תהי נוח לכעוס וכו'

רבי טרפון אומר: היום קצר והמלאכה מרובה והפועלים עצלים והשכר הרבה ובעל הבית דוחק

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אפריל 22, 2007 2:40 pm

"מיינסטנס" איז ריכטיגער ווי "מייסטנס" (עי' דויטש).

Anonymous

מיינסטנסט

תגובהדורך Anonymous » מאנטאג אפריל 23, 2007 3:11 am

קרעמער האט געשריבן:"מיינסטנס" איז ריכטיגער ווי "מייסטנס" (עי' דויטש).

קרעמער,
איהר זייט גערעכט. אריאל וויינרייך נוצט מיינסטנס און נישט מייסטנס

Anonymous

זיינען-זענען

תגובהדורך Anonymous » מאנטאג אפריל 23, 2007 3:34 am

תהוובהו האט געשריבן:איך וואלט געשריבן 'זענען' אנשטאט 'זיינען', אבער דאס איז נישט קיין טעות, איר זענט פשוט מעבר לים (ווארשיינליך).

מיר קומט אויס אז עס איז ריכטיגער צו נוצן 'זיינען', נאר אין די "בימים האלה" שפראך - און בפרט ביי די וואס נוצן נישט די ירושלים/רוסישע/ליטווישע דיאלעקט - האט דאס אות "ע" איבערגענומען די ראלע פון די "יי" אין אסאך ווערטער.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

Re: מיינסטנסט

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אפריל 23, 2007 5:36 pm

האלב טויט האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:"מיינסטנס" איז ריכטיגער ווי "מייסטנס" (עי' דויטש).

קרעמער,
איהר זייט גערעכט. אריאל וויינרייך נוצט מיינסטנס און נישט מייסטנס

יישר כח. כ'ווייס נישט ווער וויינרייך איז, אבער איך ווייס אז אין דויטש זאגט מען "מיין" אנשטאט וואס מיר זאגן "מער", אלזא "מערסטנס" זאגט זיך "מיינסטנס".

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג אפריל 23, 2007 5:51 pm

אוריא-ל וויינריך. ער האט ארויסגעגעבן עטליכע ווערטער-ביכער, און ווערט פאררעכנט אלס דער אויטאריטעט אין די אידישע שפראך.

Anonymous

Re: מיינסטנסט

תגובהדורך Anonymous » מאנטאג אפריל 23, 2007 5:58 pm

קרעמער האט געשריבן:יישר כח. כ'ווייס נישט ווער וויינרייך איז

אריאל וויינרייך איז געווען פון די גרויסע עקספערטן אינעם אידישן שפראך.

ער האט מחבר געווען דאס ווערטערבוך "מאדערן ענגליש-יידיש, יידיש-ענגליש". ער האט אבער נישט זוכה געווען צו זעהן זיין ספר אין דריק ווייל ער איז אוועק מיט פערציג יאהר צוריק ווען דער ווערטערבוך איז נאך געווען אין כתב יד. "ייווא" האט עס נאכער געדריקט מיט די הסכמה פון בני משפחתו.

ער האט געהארעוועט און געווידמעט יארן צו פארשפרייטן דעם אידישן שפראך. ער איז געווען אינגאנצן איין און פערציג יאהר ביי זיין פטירה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אפריל 23, 2007 11:55 pm

יישר כח האלב טויט פאר די אינפארמאציע.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג אפריל 26, 2007 2:42 pm

האלב טויט

דא האסטו א קורצע, אבער קלארע, ערקלערונג איבער דיזע ענינים

די ערקלערונג איז אונז איבערגעגעבן געווארן דורך אונזערס אן עקספערט, מר. דיזע ערצעלונג.

דא האט איר צוויי וועב-זייטליך, וועלכע גיבן אראפ מער פונקטליכע דעטאלען, איבער די יודישע גראמאטיק:
1] יידיש דיקשאנערי אן ליין
2] יידיש גראמאטיק -וויקיפעדיע (די נישט אויסגעהאלטענע...)

(BTW אז איך רעד שוין צו אייך. זאגט נאר, דער צווייטער העלפט איז אינגאנצן טויט אדער אינגאנצן לעבעדיג? :wink: )

Anonymous

Gevald, Yiden! A Problem! Kent Ir Bite Helfn?

תגובהדורך Anonymous » מיטוואך מאי 02, 2007 1:55 am

äòøè, çáøä!
àéê áéï ãà à áøé' çãùä, àåï äàáï äàá àéê àæà ôøàáìòí:
àéê áéï ãàê àï àìèòø ôøòðº, ååàñ æéöè ðàê îéè à ååéðãàåñ 98. )ôøòâè ðéùè, à ºùéà àåéó à
îòùä!(
ðå, äàá àéê ãà ãòí âéäðåí îéèï ùøééáï ãà àéï àéãéùò àåúéåú. àéê ºòï áìåéæ ùøééáï àéï òðâìéùò
áåëùèàáï.
àéæ àôùø ôàøàï ãà òîéöòø, à èòëðéùòø îàï, à çåùá îçùáåú, ååòìëòø ååééñ ååé îòï âéè æéê àï
òöä ãòøîéè åëéåöà áå?
à äàøöéâï ééùø-ëç àééê ôåï ôàøàåéñ,
îéñèòø àéãéù

)àâá, àåéá à ðñ ôàñéøè, àåï àéø æòè ãàñ àåéáðâòùøéáòðò ãåºà àéï àéãéùò àåúéåú, àéæ æééè
ååéñï àæ ñ'àéæ âòùøéáï âòååàøï àéï àï àðãòø ôøàâøàí, àåï ë'äàá òñ àéîôàøèéøè ãà àøééï,
àáòø ãà àéðòååééðéâ ùøééáè æéê òñ òôòñ ðéùè àåéó àéãéù.(

Hi,
I don't know whether you'll be able to read the above, or get just a lot of strange characters. I'm having trouble writing in Hebrew letters here, still using the old Win 98. If someone knows how - if at all possible - to do that, could you please help?
Thanks in advance!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מאי 02, 2007 10:24 am

With windows 98, you must have the hebrew edition of windows in order to be able to use Hebrew characters.
In addition, you have to download the Hebrew fonts for Internet Explorer.

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » מיטוואך מאי 02, 2007 4:47 pm

Aha!,
Thanks. Helpful.
Mr. Yiddish

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך מאי 02, 2007 5:33 pm

I think you shall better upgrade to XP or Vista. It's worth it to be able writing in the Kretchme. We're all waiting for you.
איבערזעצונג אין אידיש: כ'מיין אז דו זאלסט אפגרעידען (אידיש???) צו ווינדאוס עקס פי, אדער וויסטא. ס'לוינט זיך כדי צו קענען שרייבן אין די קרעטשמע. מיר אלע ווארטן אויף אייך.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

תגובהדורך תהוובהו » זונטאג מאי 06, 2007 12:46 am

איר זענט טאקע לכאורה גערעכט מיט "מיינסטנס" ענדערש ווי "מייסטנס", אבער למעשה יעצט ווען איך האב נאכגעקוקט דאס ווארט, זע איך אין א הארקאווי ווערטער-בוך ווי ער שרייבט יא "מייסנטס". און ער ברענגט אויך "מייסט" פאר "mostly". וצ"ע. אנדערע זאגן טאקע יא "מיינסטנס".
די וואך אין פרק:

רבי אליעזר אומר: יהי כבוד חברך חביב עליך כשלך, ואל תהי נוח לכעוס וכו'

רבי טרפון אומר: היום קצר והמלאכה מרובה והפועלים עצלים והשכר הרבה ובעל הבית דוחק

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג מאי 10, 2007 12:44 am

מיינסטנס קומט פון ענגלישן ווארט: MOST, אדער פון דייטשן ווארט:, "מערסט", נאר דער ר' האט פליטה געמאכט
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג מאי 14, 2007 3:09 pm

דער וויינרייך איז געווען א רעלעגיעזער?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 04, 2008 6:21 pm

דער אנדערשוואו-דערמאנטער הינטערויו אויף קול-פון-וואסער 44# רעדט פון דעם נושא אויך, אבער איז נישט צופיל מאריך דערין.

(אויב האלב-טויט איז נאך האלב לעבעדיג, און תהוובהו איז נאך על פני תהום..............)

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

"די" אדער "דער"

תגובהדורך וויל זיין גוט » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 12:04 am

דורכאויס אלע יארן ביז לעצטנס, ווען איך פלעג ליינען די אלטע אידישע ליין מאטריאל, פלעגט מען ליינען 'דער' רבי, 'דער' מענטש, און נאך אזעלכע ענליכע ווי למשל: אן אומערפארענער מענטש, אן אומערפארענע פרוי, א נארמאלער מענטש און א נארמאלע פרוי, אן ערליכער איד, און אן ערליכע פרוי, א זכר האט באקומען א ריש צום סוף.

לעצטע יארן איז חל געווארן א שינוי, און איך מיין אז עס קומט פון עטליכע אומערפארענע שרייבער, אז זכרים זענען געווארן 'די', די רבי האט געזאגט, די צדיק איז אריינגעקומען, די מענטש איז נישט מיט אלעמען, א.ד.ג.

איך וויל וויסן צי איך בין גערעכט אדער נישט, צי איז ריכטיג דער אלטער וועג, אדער דער נייער וועג.

אגב א יעדעס מאל איך זעה די 'די'ס נישט אין פלאץ מאכט מיר עס נערוועז.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 12:06 am

די איז אויך ביי א רבים. קען זיין ווייל די רבי איז א רבי פאר א רבים...
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 12:08 am

דער רבי איז זייער שווער צוליב וואס די צוויי ריש'ס רייבן זיך אריין. הגם וואס עס איז דער ריכטיגער וועג. "דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין", עס זינגט זיך שווער...
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2601
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 10:21 am

הער עס נאר איבער פון אברעימעלע, ער מאכט פון די צוויי ריש'ן אזא געזונטע רוסישע קעפיטאל רררריש.

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט