איך קום פון "די" בראנקס

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

איך קום פון "די" בראנקס

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2011 6:08 pm

פארוואס האט [די] בראנקס זוכה געווען צו די עקסטרע "די"?

טייל נוצן עס אויך פאר [די] איסט סייד.

איך וואלט געזאגט עס איז א אידיש-אובערלענדישע אויסשפריך, אבער מען הערט עס אויך פון ענגליש רעדענדע פולע מאל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2011 6:12 pm

אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2011 6:23 pm

חייקל אלצווייסער האט שוין מאריך געווען אין די סוגיא.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4296
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2011 10:16 pm

און ס'זעלבע פאר "די" באוריע גאס אין מאנהעטאן אויף ענגליש:
The Bowery.

די גאס הייסט Bowery דוכציך אן קיין "עוו, סט.". אבער רופן רופט מען'ס "the Bowery".
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2011 11:27 pm

און פארוואס רופן אונזערע שרייבער און די צייטונגען די שטאט שווייץ "אין דער שווייץ"? וואס איז דער "דער"????
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2011 11:32 pm

איך ווייס נישט וואס חייקל האט געשריבן, און איך האב אויך נישט נאכגעקוקט יענעם לינק, אבער איך האב שוין יארן צוריק געפרעגט די קשיא פון אלדטיים בראנקסער, און זיי האבן מיר געענטפערט פשוט, אז די בראנקס האט אמאל געהערט פאר א פריוואטן מענטש, און די גאנצע מעשה איז געווען איין עסטעיט, און דער עסטעיט האט געהייסן "די בראנקס" (א שטייגער ווי מען זעהט אסאך מאל אויף די אלטע אפארטמענט הייזער אז זיי האבן א נאמען), און דעריבער איז עס געבליבן אלס "די בראנקס" אפילו ווען עס איז געווארן אויס עסטעיט.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2011 11:37 pm

פליגל האט געשריבן:און ס'זעלבע פאר "די" באוריע גאס אין מאנהעטאן אויף ענגליש:
The Bowery.

די גאס הייסט Bowery דוכציך אן קיין "עוו, סט.". אבער רופן רופט מען'ס "the Bowery".

Broadway הייסט אויך נאר בראדוועי אן קיין סטריט אדער עוועניו, און מען רופט עס נישט די בראדוועי.

דרך אגב, בראדוועי איז די פאפולערסטע נאמען פאר א גאס אין אמעריקע, נאך מער ווי מעין סטריט.

-------
טהור׳ל האקט.
קוק יא אין די לינק וועסטו זעהן אז נישט דאס איז די ריכטיגע סיבה. .
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2011 11:43 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:און ס'זעלבע פאר "די" באוריע גאס אין מאנהעטאן אויף ענגליש:
The Bowery.

די גאס הייסט Bowery דוכציך אן קיין "עוו, סט.". אבער רופן רופט מען'ס "the Bowery".

Broadway הייסט אויך נאר בראדוועי אן קיין סטריט אדער עוועניו, און מען רופט עס נישט די בראדוועי.

דרך אגב, בראדוועי איז די פאפולערסטע נאמען פאר א גאס אין אמעריקע, נאך מער ווי מעין סטריט.

-------
טהור׳ל האקט.
קוק יא אין די לינק וועסטו זעהן אז נישט דאס איז די ריכטיגע סיבה. .


באטל, דיר שוין צוליב געטון און געליינט, אבער לויט דעם וואלט ראמאפא (אוואו מאנסי געפונט זיך) אויך געדארפט הייסן "די ראמאפא".
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג דעצמבער 23, 2011 9:26 am

זיינע עלטערן האבן געוואונט אין די בראנקס, זיי האבן אים געשיקט לערנען אין די מיר און צום סוף איז ער געווארן אן איידעם אין די שווייץ.

gamyuchad
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 01, 2011 9:38 pm

תגובהדורך gamyuchad » פרייטאג דעצמבער 23, 2011 10:04 am

מיללער האט געשריבן:זיינע עלטערן האבן געוואונט אין די בראנקס, זיי האבן אים געשיקט לערנען אין די מיר און צום סוף איז ער געווארן אן איידעם אין די שווייץ.



;l;p-

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג דעצמבער 23, 2011 10:20 am

סאדע_באטל האט געשריבן:http://www.nytimes.com/1993/05/09/realestate/l-why-the-bronx-865793.html

יעצט דערמאן איך זיך שוין אמאל געלעזט א ענליכער ארטיקל, קען זיך נישט דערמאנען וואנעט.

דא זאגן זיי אויך ענליך http://www.answerbag.com/q_view/1853714
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21571
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג דעצמבער 23, 2011 10:51 am

וכן זאגט מען אין ענגליש אויף "לאנג איילענד" "די איילענד".

באוערי איז א געהעריגע סטריעט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » פרייטאג דעצמבער 23, 2011 12:18 pm

אויב מ'מעג זאגן... מען רופט דאס אזוי ווייל דער פלאץ האט זיך קונה געווען אלץ שם דבר '...ס'פילט זיך דא ממש ווי אין די בראנקס'.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4296
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » פרייטאג דעצמבער 23, 2011 1:13 pm

farshlufen האט געשריבן:...

באוערי איז א געהעריגע סטריעט.

טאקע, אבער די אידן וואס פלעגן ארבייטן אין מאנהעטען (ווער געדענקט?) פלעגן זיי רעדן אז אין "די באורי" האט מען דאס געקויפט יענץ געטראפן פאר א מציאה וכו'
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 27, 2011 9:40 am

farshlufen האט געשריבן:וכן זאגט מען אין ענגליש אויף "לאנג איילענד" "די איילענד".


דאס איז דאך קיין פראגע, 'די איילענד' הייסט 'דאס אינזל' איז דאס א שם-דבר נישט קיין נאמען ווי בראנקס און שווייץ.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » פרייטאג יוני 15, 2012 1:32 pm

און וואס טוט זיך מיט, "ער וואוינט אין 'די פראדזשעקטס'"?....

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2586
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » פרייטאג יוני 15, 2012 1:49 pm

איך האב אלץ געהאט די זעלבע קשיא להבדיל מ'זאגט ביים לערנען "רש"י האלט אזוי און די ר"ן האלט אזוי" און זעלבע איז מיט די רשב"א און אויף די מינוט וויפיל ראשונים איך געדענק איז אזוי אנדערש ווי רש"י

אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » פרייטאג יוני 15, 2012 3:12 pm

די דיימאנט דיסטריקט
yield the right of way

אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

תגובהדורך חסידישער יוד » זונטאג פאברואר 15, 2015 9:21 pm

די איסט סייד איז פשוט.
...כי אם ליראה וגו'

ריכטיק
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2013 11:10 pm

תגובהדורך ריכטיק » זונטאג פאברואר 15, 2015 9:48 pm

אינטרעסאנט אז די נומערן פון די גאסן אין מאנהעטן לויפן ווייטער אין די בראנקס ווי כאילו דער וואסער אינדערמיטן עקזעסטירט נישט און עס איז די זעלבע שטאט. ווייסט איינער פשט דערינען?

אני מאמין
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 3:38 pm
לאקאציע: אין סידור, נאך תפילת שחרית.

תגובהדורך אני מאמין » מאנטאג פאברואר 16, 2015 1:06 am

אינטערסאנט אז קיינער ערווענט נישט וואס מ'הערט פון יעדן איד העכער די זעכציג ווען ער רעדט פון סאנז סט. 'ווער חיים משה? ער האט דאך געלערנט מיט מיר אין די ישיבה!'
אני מאמין איך גלייב - אני מאמין איך וויל גלייבן - אני מאמין באשעפער העלף איך זאל קענען גלייבן! (קרעדיט: ר' דוד וועבער)

אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

ער קומט פון "די" אונגארען ?!

תגובהדורך שופר » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 5:11 pm

הערט (אייגענטליך ליינט) אן אינטרעסאנטע (הממ.. דאס וועט עטס שוין זאגן) מעשה, וואס וואלט ווען געקענט פאסירען

שמועסענדיג אזוי אמאל מיט א חבר, לאמיר זאגן ער האט געהייסען בערל (ווייסט שוין פין וועם מ'רעדט, אמת ? ) געט ער מיר א פרעג "זאג נאר שופר, פין וואו איז דיין זיידע פין אינדערהיים ?"

"וואס הייסט פין וואו, פין די אונגארען אזוי ווי כמעט אלע זיידעס" ענטפער איך אים

"פין וואו ?!" פרעגט ער איבער, מיך אנקוקענדיג וואו איך קום פין די לבנה

"הערסט אפשר נישט גוט ?" פרעג איך אים צירוק "כ'האדיר שוין געזאגט פין די אונגארען"

"קענסט אפשר רעדן ווי א נארמאלער מענטש ?" ווערט שוין זיין טאן עטוואס בייז

כ'פרוביר צו כאפן וואס שטערט אים "אפשר זאגסט מיר וואס דיין פראבלעם איז ?" פרעג איך אים מיט וואונדער

"ביסט אפשר היינט געבוירען געווארן ?" זידעלט ער מיך אן "וואסארע ווערטער איז פין "די" אונגארען, זאג פין אונגארען און פארטיג"

"איימינוט" זאג איך אים "אפשר זאגסטו מיר וואו האט דער חפץ חיים געוואוינט ?"

"ווילסט פאדרייען דעם שמועס" פאפירט ער

"כ'פאדריי נישט גאנישט" זאגעך אים "ענטפער וואס כ'הא געפרעגט

"אקעי" ענטפערט ער שוין מיט אביסל א נדריגערן טאן "יעדע חדר יונגעל ווייסט דער חפץ חיים האט געוואוינט אין די ליטא"

"וואו האט ער געוואוינט ?" ענטפער איך אים צירוק מיט די זעלבע טאן ווי ער האט מיך פריער באוואשען

און שוין חוזר חלילה איר קענט איבערליינען די גאנצע שמועס נאר פארקערט....

למעשה זענען מיר געבליבען מיט אן ערענסטע פראבלעם, וואס איז טאקע פשט, וואס עפעס האט ליטא עפעס זוכה געווען אז דווקא ביי איר לייגט מען צו "די", בעת איר וועט קיינמאל נישט הערן "די אונגארען, די פוילען אא"וו", ווער עס קען ביטע לעזן דעם מיסטעריע, זאל זיך ביטע נישט שעמען, נאר זאגן הויעך וואס ער האט צוזאגען

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3177
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 5:27 pm

כמו "די" בראנקס.
"די" ברוקלין?

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 5:43 pm

דערמאנט מיר פון: ווען איך האב געלערענט אין די ישיבה....
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

תגובהדורך שופר » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 5:58 pm

ייש"כ הרב בענקעל און הרב לכאורה פארן צולייגען נאך
בשעת'ן שרייבען האביך געדענקט אז ס'דאך נאך א פלאץ ווי מ'זאגט אזוי, אבער כ'האמיך נישט געקענט דערמאנען וועלכע, הרב בענקעל האט צוגעטראפען דאס איז די בראנקס


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט