וואס איז די מקור פון די ווארט.....

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג מארטש 06, 2018 5:40 pm

אנטשולדיג מיינט אנט-שולדיג. דהיינו, באשולדיג מיר נישט פאר'ן דיר שטערן אבער כ'וויל דורכגיין.

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » דאנארשטאג יוני 21, 2018 10:51 pm

פרייע איבערזעצונג

וואס פריי, ווען פריי, וואו פריי, וואס איז די פרייקייט דא?

כ'מיין אויף ענגליש איז אויך אזוי: Free Translation
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג יוני 21, 2018 11:46 pm

גין-גאלד האט געשריבן:פרייע איבערזעצונג

וואס פריי, ווען פריי, וואו פריי, וואס איז די פרייקייט דא?

כ'מיין אויף ענגליש איז אויך אזוי: Free Translation

עס מיינט א איבערטייטש פריי פון זיין צוגעבינדען צו דער פארעם און ווערטער פון דער מקור. איבערטייטשן וואס יענער שרייבט אבער נישט פונקטליך וויאזוי ער שרייבט עס.

דער פארקערטע (נישט פרייע) דערפון איז literal translation וואס איז ווארט ביי ווארט.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

ODOM
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » זונטאג יולי 01, 2018 9:07 am

גין-גאלד האט געשריבן:פרייע איבערזעצונג

וואס פריי, ווען פריי, וואו פריי, וואס איז די פרייקייט דא?

כ'מיין אויף ענגליש איז אויך אזוי: Free Translation


דאס מיינט אז דער איבערזעצער זעהט זיך פריי צו שרייבין א ביסעלע אנדערש ווי דער ארגינאל, ער ערלויבט זיך פוצען און דרייען ס'זאל זיין שיין אויף די איבערגעזעצטע שפראך.
ווער ס'וועט פראבירען איבערזעצען פונקטליך, טריט נאך טריט נאך דעם ארגינאל, ווערט גוט פארשטיין פאר וואס איז דאס פריי.
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט