פירוש המילות = לשון הקודש

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 11, 2008 11:22 pm

פיין, גוט האסטו געטאהן, אגב זעה איך אז יענס לויפט אויפן אר"י זייגער אפי' עס איז אויף ענגליש אזוי אז דו האסט שוין געשריבען דיי קאמענט 6:15 מארגן פארטאגס, נו עפעס מעג מען דאך לערנען פארן דאווענען.....

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 11, 2008 11:24 pm

חחח, יעצט בין איך שוין אבער 'סטאק' דארטן, עס איז צו שטארק 'מיין' טאפיק די סארט זאכן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 11, 2008 11:26 pm

יעע, ער איז שוין אין מיינע בוק-מארקס (פעיוואריטס בלע"ז)

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דינסטאג אוגוסט 12, 2008 11:05 am

די וואך האב איך באגעגענט א רש"י ווי ער זאגט אז דאס לשון "נגבה" אויף דרום איז ווייל דארט איז שטענדיג הייס און טרוקן, הייסט דאס "נגבה" פון לשון טרוקן.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג אוגוסט 12, 2008 1:12 pm

קרעמער האט געשריבן:חחח, יעצט בין איך שוין אבער 'סטאק' דארטן, עס איז צו שטארק 'מיין' טאפיק די סארט זאכן.

מיללער האט געשריבן:יעע, ער איז שוין אין מיינע בוק-מארקס (פעיוואריטס בלע"ז)

קרעמער, מיללער.
כ'האב הנאה כ'האב ענק געקענט מהנה זיין.
עס איז מיר נאר א שאד אז סע'איז מיר נישט בייעפאלען צי שטעלען דעם לינק פריער.
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 12, 2008 4:09 pm

טאקע פארגעסן ארויסצוברענגען, יישר-כח ר' שמחה, איר האט מיך מהנה געווען 'עטימאלאגיע' איז עפעס וואס איך גלייך זייער.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג אוגוסט 12, 2008 4:29 pm

מיללער האט געשריבן:...'עטימאלאגיע' איז עפעס וואס איך גלייך זייער.

דענמאלטס וועט איר הנאה האבען פון דעם פירוש אויף חומש פון ר' שמשון רפאל הירש ז"ל.
ער האט אסאך דארט
the SCY is the limit

יואליש
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 2:51 pm

תגובהדורך יואליש » מאנטאג נובעמבער 17, 2008 1:05 pm

וואס טייטשט אים ירצה השם (אי"ה) מיטן אייבירשטען הילף? אדער אויב דער אייבישטער וועט וועלן?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג נובעמבער 17, 2008 2:35 pm

טייטשן טייטשט עס, אויב דער אייבישטער וועט וועלן, ניצן ניצט מען דאס ווען מ'וויל זאגן ביידע פון די אויסדרוקן. הגם ס'איז דא אן אויסדרוק 'בעזרת השם', אבער דאך דער המון עם, ניצט ענדערש פון געוואוינהייט אם ירצה השם.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 17, 2008 3:01 pm

יואליש האט געשריבן:וואס טייטשט אים ירצה השם (אי"ה) מיטן אייבירשטען הילף? אדער אויב דער אייבישטער וועט וועלן?


איך פארשטיי נישט די קשיא.

יואליש
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 2:51 pm

תגובהדורך יואליש » מאנטאג נובעמבער 17, 2008 3:11 pm

איך הער האט יא פארשטאנען! (נישט פערסאנעל)

אוועטאר
הכל בכל מכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 01, 2008 10:11 pm
לאקאציע: ווען ער זיכט א צווייטן

תגובהדורך הכל בכל מכל » מאנטאג נובעמבער 17, 2008 3:38 pm

מיללער האט געשריבן:טאקע פארגעסן ארויסצוברענגען, יישר-כח ר' שמחה, איר האט מיך מהנה געווען 'עטימאלאגיע' איז עפעס וואס איך גלייך זייער.

וואס מיינט עטימילאגיע
גם רציתי לדעת מה זה שבאמצע הפארום התחילו לכתוב בלשון אידיש הלא על זה כבר צווחי קמאי (זארעכפעפער ועוד) ולמה לא הגיבו לתקן א"ז
בא נראה מי יוכל לתרץ לי על שניהם כאחד
יא יא הכל בכל מכל איז נאר דא איין באשעפער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 17, 2008 3:46 pm

על ראשון ראשון,
'עטימילאגיע' איז דער לימוד פון די היסטאריע פון א ווארט, וויאזוי די ווארט איז צושטאנד געקומען, 'פילאלאגיע' איז ווען מען פרובירט צוזאמענצושטעלן צוויי פרעמדע ווערטער אז זיי שטאמען פון איין שורש וכדו'.

ועל השנות האשכול, האמת אגיד מי אנכי לתרץ הוויות ולפרק שברים, אבל כמדומני שיש אשכול אחר שמיוחד ללשון הק' וזה האשכול הניחו רק לדון ולפרש מלות זרות בלשה"ק וכדו', וזה יכול להיות אפי' באידיש.

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » מיטוואך אוגוסט 05, 2009 3:05 pm

איך ווייס נישט אויב איך פרעג עס אין די ריכטיגע אשכול און אז נישט קען מען עס לייגן ווי עס באלאנגט..

ווי אזוי זאגט מען געשוויסטער (נישט ברודער אדער שוועסטער...) אויף לשוה"ק?
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מיטוואך אוגוסט 05, 2009 11:52 pm

יואליש האט געשריבן:וואס טייטשט אים ירצה השם (אי"ה) מיטן אייבירשטען הילף? אדער אויב דער אייבישטער וועט וועלן?

טייטשן טייטשט עס אויב דער אייבערשטער וועט וועלן , דאס לכאורה איז נישט אפן פאר קיין דעבאטע , וואס איך וואלט געפרעגט איז ווען ניצט מען וואס,
ווען באשליסט מען אז דער השם וויל שוין נאר מען דארף זיין הילף,און ווען דיסייד מען אז מען דארף נאך זיין הסכמה?? איך מיין נישט צו זיין סארקאסטיש,איך בין פשוט צומישט , און אסאך מאהל קומט מיר פשוט צום לאכן זעענדיג ווי כעוורע מאכן זייערע באשלוסן ,אא"ו . עס דערמאנט מיר א גוט ווארט אויף דער חילוק אין די נוסח התפילה צווישן נוסח אשכנז און נוסח פוילן , ביי ק-ל ארך אפים , נוסח אשכנז איז בתוך הדברים "אל באפך תוכיחינו", וואודערום ביי די נוסח פולין זאגט מען דארט "אל תסתר פניך ממנו",זענען זיי מסביר די חילוק אזוי די יעקעס טוען געשעפטן געוועהנליך יעקישערהייט מיט א פונקטליכקייט,מיט א פלאן,מיט א סדר, הכי קרא שמם יעקעס?אלא על שם היעקישקייט שבם ! בלייבט זיי איבער נאר צו בעטן ביים רבוש"ע "אל באפך תוכיחינו",מיש דיך נישט אריין אין מיינע געשעפטן, לאז געמאכט, שטראף מיך נישט, פארדריי נישט מיין פלאן , ענד איי וויל בי אלרייט, ווידער דער פוילישער איז דאך אזוי פארדרייט און צופארן ,די גאנצע געשעפט הענגט אויף א האר , בעט ער זיך צום אייבערשטן "אל תסתר פניך ממנו",פארמאך נישט קיין אויג פון מיר אויף א רגע ווייל אן דיר בין איך קאפוט,
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 12:17 am

זייער גוט און פרייליך! ברוכים הבאים אייך נאר בשמחה, פרייליכערהייט.

די צוויי נוסחאות פונעם קל-ארך איז שוין אויף מיין אלטע ליסטע פון זאכען וואס איך פארשטיי נישט פארוואס פונקט דארט האבן זיך ביידע איינגעקשנט אריינצורוקען זייער נוסח אין יעדן סודר'ל פון 'נוסח ספרד', אתמהה?

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 11:12 am

הרב מיללער, וואס נאך איז אויף דעי שווארצע ליסטע , שמועס דיך אויס, לאז דיך נישט ווערן געבאדערט, אפשר וועט איינער קענען פותר זיין דיין איבעי'
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 1:44 pm

איך ווייס נישט געוויס אז עס באלאנגט דא, אבער אז איר פרעגט נאדיר נאך עטליכע;
* 'אם יש לו פנאי' ביי קריאת הקרבנות י"ג מדות, מ'האט מיך נאך קיינמאל נישט געפרעגט מיין פנאי-סטאטוס און דאך לייענט מען יעדעס מאל דאס קונצע קונטרס'ל מיט א גלייכגילטיגקייט.
* דאס קענען בעטן אויף איינס פון די דריי זאכען ווען דער חזן איז מאירך ביי 'איה' אין די הייליגע טעג, מיין חזן איז אזוי נישט מאריך אז איך קען קוים געניצען דענסמאל.
* ווי שטייט דער ענין פון צייגען מיט די קליינע פינקי-פינגער צום ס"ת ביי הגבה?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 2:01 pm

מיללער, מיין שאלה איז אביסעלע אנדערש:

פארוואס ביי פארנט און ביי מנחה קרבנות שטייט נישט אם אין לו פנאי יתחיל הודו - ידיד נפש - מזמור לדוד?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוגוסט 16, 2009 10:35 am

היינט איז מיר אויסגעקומען צו הערן הרב החסיד שדב"ק ר' שלמה מנשה פאלאקאוויטש ז"ל פארלערנען דעם חק שיעור, האב איך געהערט אז ער טייטשט "מי תותים" "אראנדזשען זאפט" דאס איז מיר א חידוש, אזוי האט מען געטייטשט אינדערהיים?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוגוסט 16, 2009 3:18 pm

אויף העברעאיש איז 'תותים' סטראבעריס און מאראנצען איז 'תפוזים' אבער די צווייטע איז זיכער אויפגעטראכט פון 'תפוחים' פאר עפל, אבער איך גלייב שווער אז אראנזשען זאל עפעס האבן מיט תותים.

דוד משמש
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 12:29 am

שיעורים

תגובהדורך דוד משמש » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 11:48 pm

די מקור פון די ווארט צו "שיעורי" תורה
איז דאס לשון הקודש - ווערט עס דערמאנט און חז"ל אויף לימור התורה

ישר כח למפרע

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 28, 2009 9:49 am

דוד משמש האט געשריבן:די מקור פון די ווארט צו "שיעורי" תורה
איז דאס לשון הקודש - ווערט עס דערמאנט און חז"ל אויף לימור התורה

ישר כח למפרע


כבוד ר' דוד משב"ק,
דער מקור פונעם ווארט 'שיעור' אויף א סדר הלימוד איז ווייל איינער וואס איז קובע עתים לתורה אדער א ישיבה וואס ארבעט מיט א וועכענטליכע אדער טעגליכע סיסטעם אויף זיינע לימודים, דאס הייסט אז די ישיבה גיט ארויס א 'מאס' וויפיל מען לערנט די וואך, א 'מאס' אויף לשה"ק [אראמיש] איז א 'שיעור', און פון דעם איז שוין געווארן א מהות פון 'לימוד התורה ברבים' וכדו'.

אליהו
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

תגובהדורך אליהו » זונטאג אוגוסט 30, 2009 12:22 pm

תות איז זיכער נישט ארנדש.
און איב אין הלכות שבת ביי הלכות סחיטה
וועט ער טייטשען אזוי איז זייער ניש גוט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוגוסט 30, 2009 2:40 pm

איך בין נייגעריג אויב די שורש פון סוכה, סכך, איז די זעלבע פון כסה, כיסוי.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט