אונטער די קוליסן

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג דעצמבער 20, 2016 3:50 pm

מחלוק.
איך שרייב שוין יארן, דאס איז נישט ריכטיג.
פארוואס האלטסטו אז ענגליש שפילט דא א ראלע אין די א-ה גראמאטיק?
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג דעצמבער 20, 2016 3:59 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:מחלוק.
איך שרייב שוין יארן, דאס איז נישט ריכטיג.
פארוואס האלטסטו אז ענגליש שפילט דא א ראלע אין די א-ה גראמאטיק?

ווייל ס'איז די זעלבע אויסדריק.

אונטער'ן רוקן איז under his back.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג דעצמבער 20, 2016 6:21 pm

די חילוק ביי ענגליש איז: behind vs underneath
אונטער - הינטער

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג דעצמבער 20, 2016 8:40 pm

שמעלקא טענה'ט מיר אין אישי אז כ'האב נאכנישט געברענגט קיין באווייז צו מיינע ווערטער, איז לאמיר נאכאמאל טרייען, דאס מאל מיט פלעינע לאגיק.

'אונטערן' רוקן איז די פיס. 'הינטערן' רוקן טוט מען זאכן וואס מען וויל נישט אז דער באטרעפנדער זאל זען.

נישט געזען די פלעי דערווייל, אבער טאמער איז די נושא דארט מענטשליכע פיס, דאן איז דער נאמען 'אונטערן רוקן', אויב רעדט זיך עס פון א באהאלטענע plot וכדו', דאן איז עס 'הינטערן רוקן'.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 3:27 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:מחלוק.
איך שרייב שוין יארן, דאס איז נישט ריכטיג.
פארוואס האלטסטו אז ענגליש שפילט דא א ראלע אין די א-ה גראמאטיק?

איך קען מענטשן וואס שרייבן יארן מיט טעותים, יארן שפילט דא נישט קיין ראלע

הונטערן רוקן איז ריכטיג

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 4:22 pm

מיללער האט געשריבן:הונטערן רוקן איז ריכטיג

מיט א ווא''ו אדער יו''ד?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 7:36 pm

ווישוואש האט געשריבן:מיט א ווא''ו אדער יו''ד?

מיט א ווא"ו,
(מיין באבע ע"ה פלעגט דאס זאגן ווי ביי אונז מיט א קמץ.)
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג פאברואר 19, 2017 5:10 pm

מיללער האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:מחלוק.
איך שרייב שוין יארן, דאס איז נישט ריכטיג.
פארוואס האלטסטו אז ענגליש שפילט דא א ראלע אין די א-ה גראמאטיק?

איך קען מענטשן וואס שרייבן יארן מיט טעותים, יארן שפילט דא נישט קיין ראלע



הונטערן רוקן איז ריכטיג

סברי כמאן דאמר שכיון שחזר ל' שנה "יומם השמש לא יבבה" הרי זה נכון...

הרב פארשלאפן האט אהער געשיקט
בעאבאכטער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
verveist האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:זיכער אזוי. ווען איך שטיי "הונטער" דיין רוקן איז עס "הונטער", און ווען דו זיצסט אויף א בענקל איז דער בענקל "אונטער" דיר.

im kabula hi ekabil

גארניט מיט קבלה, פשוטו של מקרא. אזוי האבן מיר געלערנט אין חדר.

איז דאס פאלגענדע נישט קיין ראי' לדבריך?
אחורי=הונטער=Behind, Hind אין דויטש=Hinten, הונ(ד)טער.
תחת=אונטער=Under, אין דויטש= Unter, אונ(ד)טער.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט