חדר-טייטש ווערטער און זייער באדייט

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3067
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג אפריל 27, 2010 3:40 am

אינטעליגענט האט געשריבן:אז מ'האט שוין אריינגעהאקט מיטן נושא פון אומפארשטענדליכע טייטש, וועל איך דערמאנען א טייטש וועלכע איך האב מיך געפלאגט אין חדר צו דערגיין דעם באדייט, אבער אן ערפאלג.
ובני ישראל פרו וישרצו
פרו – זיי האבן זיך געטוען פרוכטבארן...
............

און באמת, דאס ווארט "פרו" זאגט טאקע דאס. "פרו" איז דאך פון שרש "פרי", דהיינו, זיי זענען געווען פרוכטבאר.
אבער אזוי אז מ'קוקט די לשון הפסוקים "פרו וישרצו", און "ויפרו" שיינט עס דאך יא צו זיין א לשון פעולה. נו, וואס וועלן מיר דאן טייטשן? "פרו - זיי האבן זיך געפרוכטעט"?
ווייסעך נישט.


לפענ"ד ביסטו כשר גערעכט. בנוגע די ריכטיגע אפטייטש, וואלט מען ווארשיינליך געדארפט זאגן "געפרוכטיגט".
אט זעה איך דא אז דער זאגט אויך געפרוכטיגט. נישט אז אידישע ליכט שרייבערס זענען א קראנטע מקור, אבער פארט.
..."האבן ווידער פעלדער געפרוכטיגט און בוימער געבליט."

אין יענעם ארטיקל שרייבט דער "לאזאוויק" מערערע ווערטער וועלכע זענען ארויס פון היינטיגע צירקולאציע.
"איבערגעריסן זיין שטענדיגן הו־הא און געווירבל", "איז א פארווארלאזטער מדבר", "און אונערטרעגליכסטע מדבר־באדינגונגען"...

ועוד, כאשר תחזינה אייערע זעהבארע אויגן. לעהזט'זשע ביטע די לעהזבארע און נעמט אן די אננעמבארע רייד.

שלומוביץ
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 11:26 am

תגובהדורך שלומוביץ » דינסטאג אפריל 27, 2010 7:48 am

די ריכטיגע אויסדרוק דארף זיין "געפרוכטפערט" - און ס'איז מיט די צייט געטוישט געווארן אויף געפרוכטבארט אנשטאטס געפרוכטפערט

בכלל פארשטיי איך נישט די גרויסע "עליהום" אויף די מלמדים, אוודאי געוויס דארף מען זען די קינדער זאלן פארשטיין אן דעם הייבט זיך נישט אן, אבער זענען זיי דען מחויב אויס צו מעקן ווערטער פון יידיש, ווי "פלוין" און "בארער" וכדו' וכדו' נאר ווייל אין אמעריקע איז דאס געווארן נשתכח, אין עטליכע יאר ארום וועט "פענסטער" כמעט נישט ווערן געהערט נאר "ווינדאו", נו וועלן די מלמדים מוזען אזוי טייטשן?, אין די זעלבע מיט "טרעפ"-"סטעפס" "מאנטל"-"קאוט" וכדומה וכדומה וכדומה. (די אלע ווערטער (ע"פ רוב) וואס זענען אויבן אדורך געשמועסט געווארן, זענען אמת'ע יידישע ווערטער וואס מען נוצט אנשטאטס דעם ענגליש). אדרבה, דער מלמד זאל ווייטער טייטשן דאס וואס ס'קומט, נאר ער זאל זיך נעמען די מי און מסביר זיין פאר די קינדער וואס דאס איז, אדער אז דעי ווארט איז דאס אידישע ווארט אויף דעם וואס אונז זאגן אין ענגליש, אדרבה ואדרבה עס וועט נאר בארייכערן די אוצר המלים פון די קינדער (ענליך צו דעם איז שוין אויבן דערמאנט געווארן)
,

שלומוביץ
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 11:26 am

תגובהדורך שלומוביץ » דינסטאג אפריל 27, 2010 8:24 am

און נאך עפעס,
אין אמת'ן קען מען איינטיילן די אומפארשטענדליכע ווערטער פון "מלמדים=שפראך" אין צוויי. 1) ווערטער וועלכע מען ניצט היינט אינגאנצן נאר ענגליש (ווי מרצע - "באָרער"="דריל", 2) ווערטער וועלכע אין צוגאב צו נומ. 1 זענען זיי אזעלכע וואס איז נישט אין טאג-טעגליכע באנוץ פון שפראך, און אוודאי נישט אין דעם קינדס וועלטל, ווי למשל "פלוין" וואס א קינד באגעגנט זיך נישט צו נוצן דערמיט אין זיינע באגריפן, וואס אין אמת'ן איז דער אפטייטש דערפון PLANE אדער PLAZA אדער SQUARE (אזוי ווי TIME SQUARE), און נעמט למשל דאס ווארט "שלייער" וואס איך גלייב אויך אז קינדער, בעיקר יונגע, וועלן נישט וויסן וואס דאס מיינט, נו אלזא דאס איז טאקע דער ארבעט פון דעם מלמד, אזעלכע ווערטער מסביר זיין פאר די קינדער און עפענען זייערע מוחות און פארברייטערן זייערע באגריפן - אבער נישט "אויסרייסן" די ווערטער און "באגרעניצן" זייערע באגריפן

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דינסטאג אפריל 27, 2010 10:00 am

קרעמער האט געשריבן:
אינטעליגענט האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:מלא חפניו = זיין פולע "הויפן"

מלא קומצו = זיין פולע "גויפן"

אזוי האבן מיינע מלמדים געטייטשט

מיר ליגט אויך עפעס אזוי אין קאפ, אבער כ'פארשטיי נישט דעם חילוק. ווייל לכאורה האבן זיי ביידע איין באדייט, דהיינו, אן אנגעפילטע האנט, אנעם לעצטן פינגער.
נאר דארט וואו עס שטייט וקמץ, וועלכע מיינט צוזאם נעמען אין א קליינע הויפן, שטייט שוין אגב מלא קומצו, וועלכע זאל מיינען וויפיל ער קען מקמץ זיין אין זיין האנט. אויב אזוי דארפן זיי האבן איין טייטש.
נישט אזוי?

חפניו באדייט צוויי אפענע הענט בינעזאם, און האט קיין שייכות מיטן קומץ וואס מען טייטשט איבער גויפן (איני יודע מאיזה שפה נובע מלה זו).

ביסט גערעכט, סתם אמעראצעס פון מיין זייט.

אבער וואס בלייבט מיר נאך אומקלאר איז, אויב חפניו מיינט די אינהאלט פון זיין הענט, אויב אזוי וואס איז פשט אין דעם איבערזעצונג פון "הויפן"? ס'איז נישט זיין הויפן, ס'זענען זיינע הענט וואו עס גייט אריין א באשטימטע מאס. [בשלמא גויפן ווע"מ, איז דער באדייט פונעם ספעיס וואס גייט אריין אין זיין האנט. משא"כ הויפן וואס באצייכנט נישט דוקא א הויפן אויף די הענט].
מעגליך איז פשוט נישטא קיין בעסערע טייטש.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דינסטאג אפריל 27, 2010 10:10 am

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:
אינטעליגענט האט געשריבן:אז מ'האט שוין אריינגעהאקט מיטן נושא פון אומפארשטענדליכע טייטש, וועל איך דערמאנען א טייטש וועלכע איך האב מיך געפלאגט אין חדר צו דערגיין דעם באדייט, אבער אן ערפאלג.
ובני ישראל פרו וישרצו
פרו – זיי האבן זיך געטוען פרוכטבארן...
............

און באמת, דאס ווארט "פרו" זאגט טאקע דאס. "פרו" איז דאך פון שרש "פרי", דהיינו, זיי זענען געווען פרוכטבאר.
אבער אזוי אז מ'קוקט די לשון הפסוקים "פרו וישרצו", און "ויפרו" שיינט עס דאך יא צו זיין א לשון פעולה. נו, וואס וועלן מיר דאן טייטשן? "פרו - זיי האבן זיך געפרוכטעט"?
ווייסעך נישט.


לפענ"ד ביסטו כשר גערעכט. בנוגע די ריכטיגע אפטייטש, וואלט מען ווארשיינליך געדארפט זאגן "געפרוכטיגט".
אט זעה איך דא אז דער זאגט אויך געפרוכטיגט. נישט אז אידישע ליכט שרייבערס זענען א קראנטע מקור, אבער פארט.
..."האבן ווידער פעלדער געפרוכטיגט און בוימער געבליט."

אין יענעם ארטיקל שרייבט דער "לאזאוויק" מערערע ווערטער וועלכע זענען ארויס פון היינטיגע צירקולאציע.
"איבערגעריסן זיין שטענדיגן הו־הא און געווירבל", "איז א פארווארלאזטער מדבר", "און אונערטרעגליכסטע מדבר־באדינגונגען"...

ועוד, כאשר תחזינה אייערע זעהבארע אויגן. לעהזט'זשע ביטע די לעהזבארע און נעמט אן די אננעמבארע רייד.


א דאנק פאר דעם לינק, ס'איז מחיה נפשות.
אך.. וואו נעמט דעם פארצייטישן געשמאק, רייך און פאעטיש..

דאס וואס דו שרייבסט אז די ווערטער פארווארלאזטער און אונערטרעגליכסטע זענען ארויס פון באנוץ. מיין איך ס'איז נישט פונקט אזוי.
פארווארלאזטער איז עפעס אן אנדער ווערסיע פון "פארלאזטער", אדער גאר א ריינער גרייז.
און אונערטרעגליכסטע איז "אומדערטרעגליכסטע" [אדער ריכטיגער אונערטרעגליכסטע] אין היינטיגן שפראך.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מארטש 29, 2015 12:47 am

זיך דערמאנט פוו חדר-טייטש אויף 'פרדה' = 'מויל-אייזל', נאך איינער געדענקט אזא ווארט? וואס איז דער באדייט דערפון און וועלכע מויל?

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » זונטאג מארטש 29, 2015 3:28 am

דאס מין הייסט מאל-מויל ובלעז mule

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מארטש 29, 2015 8:04 am

צושויער האט געשריבן:דאס מין הייסט מאל-מויל ובלעז mule

יישר כח, א נייע ידיעה צוגעקומען:

http://en.m.wikipedia.org/wiki/Mule

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » זונטאג מארטש 29, 2015 8:54 am

שכח ביידע פון אייך.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

לבונה - ווארעך

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 08, 2015 4:03 pm

לבונה פלעגט מען טייטשן אין חדר "ווארעך", ווייסט איינער וואס דאס איז?

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » מיטוואך אפריל 08, 2015 4:44 pm


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך אפריל 08, 2015 4:55 pm

מיללער האט געשריבן:לבונה פלעגט מען טייטשן אין חדר "ווארעך", ווייסט איינער וואס דאס איז?

artscroll טייטשט לבונה Frankincense וואס אויף דייטש איז Weihrauch וואס קומט פון דעם BOSWELIA בוים
בילד
בילד

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » מיטוואך אפריל 08, 2015 5:14 pm

ס'דא עכט באזונדערע אשכולות פאר די שמועסן אבער אז מ'רעדט שוין, בליקנדיג אביסל אין נושאי כלים טרעפט מען כסדר אן די פוסקים טייטשן די לשון קודש ווערטער צו אונזער שפראך.
עטליכע, לפת בוריקעס, לוז העזעל-נוס

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 08, 2015 6:02 pm

יישר כח הרב קיקיון

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

ווארעך

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » מיטוואך אפריל 08, 2015 6:15 pm

גאר פיינע ווארע[ך]

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך אפריל 08, 2015 7:06 pm

קיקיון האט געשריבן:דערמאננסט מיר פון מיין חברותא און חדר פריש אנגעקומען פון לוגענע שווייץ
זיין מלמד דארט האט געטייטשט מזבח = אלטאר
כאילו אז דעם ווארט וועלען די קינדער גרינגער ממחיש זיין

איך געדענק נישט ווי אלט מיר זענען געווען ווען דער ערל און נעקסטען הויף
פון באבובער חדר אויף ברוקלין עוועניו האט געבראטען פלייש אויף א געבויטען גריל
און פאר איינעם איז איינגעפאלען אז דאס איז א מזבח פאר עבודה זרה און ער איז א מכשף
אונזער מלמד האט אינז געדארפט באראויגען אז דער כח פון כישוף איז בטל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 10, 2015 1:29 am

אין חדר האט מען געטייטשט 'אשרה = א לינדענבוים" אשרה איז א בוים וואס די געצנדינער פלעגן דינען דערצו, א לינדענבוים איז א סארט בוים, איז,דא מקור אז,זיי פלעגן דוקא נוצן דעם לינדענבוים אלס אשרה? אדער איז די ווארט נישט לינדענבוים?

אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 11:04 am

תגובהדורך אוודאי » פרייטאג יולי 10, 2015 1:51 am

מיללער האט געשריבן:אין חדר האט מען געטייטשט 'אשרה = א לינדענבוים" אשרה איז א בוים וואס די געצנדינער פלעגן דינען דערצו, א לינדענבוים איז א סארט בוים, איז,דא מקור אז,זיי פלעגן דוקא נוצן דעם לינדענבוים אלס אשרה? אדער איז די ווארט נישט לינדענבוים?

אן אשכול דערויף.
viewtopic.php?f=5&t=14783

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 10, 2015 8:51 am

אוודאי האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אין חדר האט מען געטייטשט 'אשרה = א לינדענבוים" אשרה איז א בוים וואס די געצנדינער פלעגן דינען דערצו, א לינדענבוים איז א סארט בוים, איז,דא מקור אז,זיי פלעגן דוקא נוצן דעם לינדענבוים אלס אשרה? אדער איז די ווארט נישט לינדענבוים?

אן אשכול דערויף.
viewtopic.php?f=5&t=14783

יישר כח

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1899
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

לבונה - ווארעך

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג מאי 17, 2018 12:25 am

קיקיון האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:לבונה פלעגט מען טייטשן אין חדר "ווארעך", ווייסט איינער וואס דאס איז?

artscroll טייטשט לבונה Frankincense וואס אויף דייטש איז Weihrauch וואס קומט פון דעם BOSWELIA בוים
בילד
בילד


שוין איינמאל פאר אלעמאל געוואלט וויסן וואס דאס איז 'לבונה' וויירויך
לעצטנס לערנענדיג די גמרא סוטה, לא יתן עליה שמן ולבונה, האבעך באשלאסן איינמאל פאר אלעמאל כ'מוז זיך איינשאפן לבונה, און ווייזן פאר מיינע בנים דאס איז 'לבונה', דאס האט מען געלייגט אין די קטורת אין א מנחה און אויפן שולחן מיט די לחם הפנים, יגעתי ומצאתי, מברר געווען אין די ספרים, זענען מיר אויפגעקומען טאקע אז דאז איז עס טאקע, און כ'האב מיר איינגעהאנדלט עטליכע אנסעס דערפון, ס'איז היינט ב"ה אנגעקומען אין די פאסט!
http://www.ebay.com/itm/321003999797
יעצט דמיון איך ווי אזוי מען האט פון דעם גענוצט פאר א מנחה, עס געלייגט אויפן קומץ און ארויף אויפן מזבח
הרחמן הוא יחזיר לנו עבודת בית המקדש למקומה במהרה בימינו


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט