ווער גייט לויפן אין די וואלן, זומער ס"ט?

די קומענדיגע וואלן וועלן אי"ה פארקומען חנוכה תשס"ט

אחראי: אחראי

ווער גייט לויפן אין די וואלן, זומער ס"ט?

10
14%
10
14%
8
11%
7
10%
4
6%
2
3%
1
1%
5
7%
1
1%
1
1%
6
8%
1
1%
6
8%
2
3%
2
3%
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
2
3%
2
3%
2
3%
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
 
סך הכול שטימען: 72

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מאי 25, 2009 1:25 pm

מאשקע, גוט.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג מאי 25, 2009 1:28 pm

זאג, ס'גייט בכלל זיין וואל-פיש?
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מאי 25, 2009 3:06 pm

אפשר טאקע נישט. איך הער (יא די ניק, אוודאי די ניק) אז מ'האט נישט אריינגעגעבן די פאפירן גענוג צייטליך, ממש מיט 23 מינוט שפעט!

איז עס אמת? הו קעירס.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » מאנטאג מאי 25, 2009 3:09 pm

מאשקע האט געשריבן:אפשר טאקע נישט. איך הער (יא די ניק, אוודאי די ניק) אז מ'האט נישט אריינגעגעבן די פאפירן גענוג צייטליך, ממש מיט 23 מינוט שפעט!

איז עס אמת? הו קעירס.


מיט דעם האסטו אויך געמיינט די ניק?
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מאי 25, 2009 4:26 pm

אםםםם ניין.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מאי 25, 2009 4:39 pm

מאשקע?! די פלאנסט באמת צו לויפן??? כככככ'מיין, וואס איז דייין פלאן בכלל? אויף וואס בויסטו דיינע שאנסן ?...

סתם אנצומאכן א חורבן און נישט לאזן די אנדערע געווינען דאס ברויך מען דאך נישט דא, מיר זיכן איינער וואס איז דייקא יא באהאווענט און האט אויסזיכטן צו געווינען, אזא איינער זאל לויפן, אבער נישט סתם אבי (נישט די ניק) ווער..

קומסט מיר פאר ווי יענער וואס איז ארויסגעקומען פון זיין הויז ווען ס'האט געגאסן און נישט געהאט קיין שורעם.. לענינינו.. עמממ... וואס האב איך נאר געוואלט? יא, קעגן וועמען לויפסטו בכלל? האסט שוין אפגעשמיסט מיט א ווארק-מעיד קעגן וועמען צו לויפן??

הא האהאהאאא.... קענסט נאך בלייבן אליין אויפן וואסער, קיינער וועט נישט לויפן קעגן דיר און וועסט בלייבן די ראש הקה.. כ'מיין די נאר פון שטאט.

מאשקע, גיב אובאכט ווי די טרעט'סט! האנדל דיר איין נייע באָצעס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מאי 25, 2009 4:42 pm

אקעי צייטליך. איך קען מיך נישט עמטליך שלאגן מיט דיר. כ'וועל מיר עפענען א נייע ניק און זיך נעמען האקן רעכטס און לינקס! פארגעס, כ'האב דיך געווארנט!
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מאי 25, 2009 5:09 pm

אהא מאשקע, יעצט גייסטו פירן א שמוציגע קאמפיין קעגן מיר אינטער א פורהאנג?? און וואס וועסטו טוען ווען דער פורהאנג פאלט ??..

און אז מ'רעדט שוין פון "מאשקע" מיט "וואלן" איז אינטערסאנט צו וויסן וואס איז געבליבן נאך די וואלן איבער זיין ארטיקל פון די צען טויזענסטע תגובה??????

ער האט געלאזט יעדן זאגן א מיינונג און נאכדעם געלאזט פייפן דעם ציבור..

היש לך לצנות גדולה מזו?! רבן דקרו!!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג מאי 25, 2009 5:09 pm

דער מצב הייבט אן צו ווערן ערנסט....

כ'דערמאן מיר א מעשה, וואס קומט דא אריין פונקט ווי אחשורוש קומט אריין אין זאקן, וואס יענער (סאכדעס, ווער איז יענער?) האט דערציילט, אז ווען דער יצר הרע מיטן יצר טוב האבן זיך געשלאגן איבער אים, צו ער זאל אויפשטיין פארטאגס אדער נישט, דער יצר הרע האט געזאגט ניין, דער יצר טוב האט געזאגט יא, דער יצר טוב האט געזאגט יא, דער יצר הרע האט געזאגט ניין...



בום בום.. ווער שרייט דארט? ארויס פון דא!



עניוועי, זאגט ער, כ'האב נישט געהאט קיין כח צו זייערע געשלעגערייען, האבעך זיי שיינערהייט געזאגט, חברה, שטערט נישט מיין שלאף, גייט ארויס אין קאך, און הרג'עט ענק ארום.

זיי זענען ארויס געגאנגען, און זיך גע'הרג'עט ביי די קעפ...און וואס מיינט עטס? ווער האט אויסגעפירט? דער יצר טוב! אכט שעה האבן זיי זיך ארום געשלאגן דארט! און דער יצר טוב האט געזיגט!

קעגן וואס דערצייל איך עס? וויל כ'וויל עטס זאלטס עס וויסן....


צייטליך מיט מאשקע, הרג'עטס ענק ביי די קעפ... און דערווייל לאטס מיר ווערן ראש הקהל....




------
דיסקלעימער: כ'ווייס נאכנישט צו כ'לויף
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מאי 25, 2009 5:35 pm

שמערי, ס'איז מיר באמת א חידוש אז נאך דיין דורכגעפאלענע קאמפיין קומסטו ווייטער פראבירן דיין לאק און לויפן דא. וואס מיינסטו? דער עולם זעט נישט וואס דיין ציל איז?? (מאשקע, ווארט א מינוט, איך קום שוין צוריק צו דיר, כאנישט פארגעסן..)

קומט דער שמערי, - איך געדענקעס נאך פון די פאריגע וואלן - ער לייגט דא אן א טוץ מיט ארטיקלן, דער עולם רייסט זיך ביי די זייטן און ער פראבירט דערמיט אפצוקויפן דעם עולם.

מיינסט אז מ'זעט נישט וואס די ווילסט? וועמען נארסטו? מיר זענען טאקע פערדן אבער מיר פארמאגן נישט קיין שוויין-פלו.

מ'קען נישט קומען מיט אפאר ארטיקלן, מאכן לאכן דעם עולם און דורך דעם ווערן ראש הקהל? א ראש הקהל דארף זיין איינער וואס איז פעאיג דערצו! און ווער איז נאך אזוי פעאיג ווי מיר??? און די גרעסטע ראיה דערצו אז איך בין דער איינציגסטער וואס איז געווארן ראש הקהל אין די לעצטע זעקס חדשים!!

(באמערקונג: אין בין בטבע א שטארקער ענוותן און שפל ברך/דרך/רח, נאר כדאי שלא יאמר מדשתקי רבנן שמע מינה דאיתמחי גברא מיז איך איינמאל נאך אלעמאל ארויסקומען בשער בן רבים אז דער עולם זאל פארשטיין און וויסן דער חילוק מה בני לבן חמותי ודפח"ח, ואכמ"ל עכ"פ לע"ע, וד"ל. היל"ת!!)

צו מאכן א לענגערע זאך נאך לענגער האב איך געקלערט דא צו דערציילן די מעשה מיט די שלשה אחים, אבער וויבאלד עס קומט נישט דא אריין און בכלל האבן זיי זיך שוין ציקרוקט וועל איך דאס איבערלאזן פאר א צווייט מאל.

שמערי; ראו הזהרנו!

בלוט איז נישט קיין וואסער און טונא איז נישט קיין אייער!
(דער איינציגסטער וואס איז מחולק דערמיט איז דער אלטער באבע אונעם רעסטוראנט וואס האט מיר היינט אריינגעלייגט אייער אונעם טונא סענדוויטש, זאל זי וואויל באקומען)


------
דיסקלעימער (וועא"מ): כ'ווייס נאכנישט צו כ'לויף
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19264
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מאי 25, 2009 6:45 pm

רבותי.. ס'קומען גוטע טעג... חחחחח...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 25, 2009 7:02 pm

ויבא זיידעניו ער איז דא: ווי דא? יא דא! זיכער? וואס פרעגסטו אזויפיל?.
איך הייב אן פון די הינטן ביז ארויף.

-----
דיסק-לעמאן
איך ווייס נישט אויב כ'לויף

און איצטערט צום פוינט פון האסטו געוואוסט אז כ'מיין טאקע א אליעזר פוינט ני"ו ער שיינט אין די אויגן פון דער געווינער און מען שיסט אויס אין פינטל אריין.

צייטליך טענה'ט אז ער איז טאקע א סוס ווי אזוי איז עס מעגליך, צו האבן א ראש הקהל א פערד כ'מיין א איך וויל נישט זאגן וואס, יא ענק האבן עס אליינס גענומען באלעקס עס דערמיט (כידוע איז דעם געקומען די שוויין פלו מליקוקת האף ע"ע אימעיל'ס) אבער נעווער אגען מיר וועלן נישט נאכאמאל מאכן דעם מאראסטישן טעות און ווער עס וועט נאר וועלן לויפן קעגן דיר וועט מען מאכן זיכער ער זאל אריינבאוינסן אין דיר מאכן א העד ספלעש און וועסט קיין הוים ראן קיינמאל נישט אנקומען, ראו עוררתיך.

מאשקע טענה'ט אז זיין קאפ איז א קאפ (יא מיטן ניגון) ניין זאגט ער מיר..., ער איז שוין געלאפן און אנגעיושב'ט דער ציבור מלטאטע לאייעלע, ער האט אלע גוטע חברה אריינגעשלעפט אין מוזיק פורים און מיט זיינע גוט'סלעך וויל ער אונז נאכאמאל איבער קוצקענען טו וועי, מיר וועלן זיך נישט לאזן אויפגראבן, מיר וועלן פארן ביז די לעצטע זיבול, און קער נעמען דערפון ראו לחכתיך.

----
שמערי בערי איך האב מיר דערמאנט פון א געוויסע קאמפיין און כ'שרייב נישט ווייטער עס מאכט מיר לאכן....

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » מאנטאג מאי 25, 2009 7:23 pm

ס'שוין עכט שמוציג דא.. :!:

שמערי, לאז דיך נישט.. :twisted:
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19264
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מאי 25, 2009 7:35 pm

אכטונג אכטונג!!! די טראק מיט בלעכענע הויזן, איז דא אינדרויסן.. ס'וועט זיין א סעיל א גאנצע וואך...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מאי 25, 2009 7:54 pm

איך ציטער פאר די בעפארשטייענדע וואלן! לויט די טאן פון די קאמפיינען קען מען ערווארטן ערנסטע ראיאטן ווי נאר די רעזולטאטן וועלן געמאלדן ווערן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מאי 25, 2009 7:59 pm

רבותי האלטס אן, כ'פארגעס שוין באלד אז מ'האלט ממש פאר שבועות, ס'שיינט ווי פאר פורים...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מאי 25, 2009 10:45 pm

דיס-קלעי-מאאר: איך בין שוין כמעט זיכער אז איך לויף (נישט אוועק). רעזולטאטן וועלן נאכפאלגן. (הלוואי זאלן מיינע קינדער מיך אזוי פאלגן)

וויכטיג, כ'בין דיר מוחל די בלעכענע הויזן-טרעגער. כ'ווארט וויכטיג אויף די קאלטע באנאנעס.

שמערצי, דו ביזט דאך שוין געווען ראה"ק די פארגאנגענע זעקס חדשים. לאז עפעס איבער פאר א צווייטן.

מאחורי הפרדס הערט מען אז אויך דער זיידענער העמעדל וועט לויפן פאר'ן אמט. צייטליך, געמיר פסוקים פליז צו דעסקרייבען דעם מצב. אנשים חחים חחחנו האב איך שוין גענוצט אמאל ביי א פראטעסט אין מענדעלסאן וויזניץ גארטן (פרדס ב'לייז). געמיר עפעס בעסערס...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » דינסטאג מאי 26, 2009 12:34 am

ער איז דאך אזא ליגנער דער, שעהמם זיך נישט ברבים צו זאגן אזא לאנגע ליגענט..

הערסטו וואס גייט פאר? גיב נאר א קוק ער פרעגט ווער ס'גייט לויפן! און איינער זאגט/שרייבט/וואוט/טראכט/קלערט/שיקט/געוואלט/אפשר נישט? אז איך גיי(עיין לעיל)לויפן?!
ווער האט אים געזאגט? ס'פאלט אים איין?
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מאי 26, 2009 1:37 am

ווער שרייט דא? צייטליך וואס איז די געשרייעכצער מיט אזוי א הויכן טאן ?
דו מיינסט ווער ס'שרייט העכער דער געווינט? אזוי איז אמאל געווען היינט איז שוין גאנץ אנדערע צייטן, נשתנו הפיטם.

בענינים העומדים על הנייגעריג, וועל איך ענק זאגן קלאר און טייטליך איינמאל נאך אלעמאל...
איך גיי יא נישט לויפן !! אקעי, איך גיי נישט לויפן ! פאזיטיוו. [עכט איז עס נעגאטיוו. שוין, לאמיר עס לאזן אויף 'נעגאשיעבל'...]
פאצ'ט פאצ'ט פאצ'ט.... אייביג אין אזוינע מצבים דערמאן איך מיך פון דעם געשמאקן איזראעלי, וויזוי האט ער נאר געהייסן דער? איי א שאד ער איז נישט דא מיט אונז היינט. דער וואלט דאך געווינען מיט א פאררוקטע ערד. (לענדסלייד)

באמת'ן ארויס, דער עולם האט מיך געבעטן, כ'אב נישט געקענט אפזאגן, ס'קומט מיר אן שווער ס'יז געווען פאר יום טוב, נישט געהאט קיין צייט, כ'אב געהאט 374 ברית'ן און 774 סידרי קידושין, אויך איז צוגעקומען א 14 גיטין ל"ע, כ'אב קיין צייט נישט געהאט, אבער אז מ'האט מיך שטארק געבעטן האב געהאט דערפון אסאך כבוד און א באזונדערע הנאה ווי מען בעט זיך ביי מיר, האב איך באשלאסן נישט אפזאגן דאס מאל און יא ארויסקומען עפענטליך מיט א מעלדונג בשער בן רבים.

מה נאמר ומה נדבר, אבותנו חטאו ואינם.
נאך אזא דורכפאל ווי לעצטן מאל ווען כ'אב אנגעצויגן די מעכטיגע סומע פון איין שטימע, פאסט מיר פשוט נישט צו פרובירן נאכאמאל, ווייל וואס טו איך אויב איך געווין.. כ'הער נישט.
ווי האט על גאור געזאגט, עטס זענטס נישט ראוי דערצו.

מ'שטיינס געזאגט, אין ריעל לייף בין איך שוין אויפגענומען געווארן אלס ראש הקהל דא ביינונז אין ביהמד, דאס בייכל האט שוין אינקריעסד, איך זוץ שוין ביי מזרח וואנט, מיין שטימע איז שוין געווארן באסאוו'יש. דער שמש וועקט מיך די ערשטע צו סליחות.. איך קריג צוויי פארציאנען קוגל, כ'בין עולה ביי שישי יעדע וואך (בערך דעמאלטס קום איך אן..). טא וואס פעלט מיר דען.

און עטס רייסטס ענק ביי די פיאות, אבער געדענקט, ניצט נישט קיין קעמל, בלויז קאפרי..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מאי 26, 2009 6:53 am

שוועמל האט געשריבן:ווער שרייט דא? צייטליך וואס איז די געשרייעכצער מיט אזוי א הויכן טאן ?
דו מיינסט ווער ס'שרייט העכער דער געווינט? אזוי איז אמאל געווען היינט איז שוין גאנץ אנדערע צייטן, נשתנו הפיטם.

בענינים העומדים על הנייגעריג, וועל איך ענק זאגן קלאר און טייטליך איינמאל נאך אלעמאל...
איך גיי יא נישט לויפן !! אקעי, איך גיי נישט לויפן ! פאזיטיוו. [עכט איז עס נעגאטיוו. שוין, לאמיר עס לאזן אויף 'נעגאשיעבל'...]
פאצ'ט פאצ'ט פאצ'ט.... אייביג אין אזוינע מצבים דערמאן איך מיך פון דעם געשמאקן איזראעלי, וויזוי האט ער נאר געהייסן דער? איי א שאד ער איז נישט דא מיט אונז היינט. דער וואלט דאך געווינען מיט א פאררוקטע ערד. (לענדסלייד)

באמת'ן ארויס, דער עולם האט מיך געבעטן, כ'אב נישט געקענט אפזאגן, ס'קומט מיר אן שווער ס'יז געווען פאר יום טוב, נישט געהאט קיין צייט, כ'אב געהאט 374 ברית'ן און 774 סידרי קידושין, אויך איז צוגעקומען א 14 גיטין ל"ע, כ'אב קיין צייט נישט געהאט, אבער אז מ'האט מיך שטארק געבעטן האב געהאט דערפון אסאך כבוד און א באזונדערע הנאה ווי מען בעט זיך ביי מיר, האב איך באשלאסן נישט אפזאגן דאס מאל און יא ארויסקומען עפענטליך מיט א מעלדונג בשער בן רבים.

מה נאמר ומה נדבר, אבותנו חטאו ואינם.
נאך אזא דורכפאל ווי לעצטן מאל ווען כ'אב אנגעצויגן די מעכטיגע סומע פון איין שטימע, פאסט מיר פשוט נישט צו פרובירן נאכאמאל, ווייל וואס טו איך אויב איך געווין.. כ'הער נישט.
ווי האט על גאור געזאגט, עטס זענטס נישט ראוי דערצו.

מ'שטיינס געזאגט, אין ריעל לייף בין איך שוין אויפגענומען געווארן אלס ראש הקהל דא ביינונז אין ביהמד, דאס בייכל האט שוין אינקריעסד, איך זוץ שוין ביי מזרח וואנט, מיין שטימע איז שוין געווארן באסאוו'יש. דער שמש וועקט מיך די ערשטע צו סליחות.. איך קריג צוויי פארציאנען קוגל, כ'בין עולה ביי שישי יעדע וואך (בערך דעמאלטס קום איך אן..). טא וואס פעלט מיר דען.

און עטס רייסטס ענק ביי די פיאות, אבער געדענקט, ניצט נישט קיין קעמל, בלויז קאפרי..

גמזו... ווער געדענקט... נאסטאלגיע

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מאי 26, 2009 9:16 am

שוועמל, ראה"ק וועסטו אפשר נישט ווערן, אבער א גוטער שרייבער וועסטו בלייבן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מאי 26, 2009 10:02 am

יא יא גמזו

ווער קען אים אהער דעליווערן?

עס וואלט געווען א ישועה כללית
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » דינסטאג מאי 26, 2009 10:50 am

א משוגענע זאך דאס, מ'לווווויפט... יעדער לוווויפט...

יא יא, אזוי קוקט עס אויס די היינטיגע יונגווארג, וואו האט מען דאס אמאל בכלל געזען, אדרבא, זאג דו מיר, האסט שוין אמאל געזען דיין זיידן לויפן?...

בכלל, צייטליך איז מיר די גרעסטע וואונדער, ער איז דאך שוין געלאפן, און אנגעקומען, יעצט וואו לויפט ער נאכאמאל?... זאג מיר נישט אז דו ביסט צוריקגעגאנגען ביזן אנהייב דזשאסט צו קענען נאכאמאל לויפן... ביסט אינגאנצן משוגע?... כ'מיין, כהאב געוואוסט אז דו ביסט א משוגענער, אבער כ'האנישט געוואוסט אז דו ביסט אינ.... עה, ווייסט וואס כעדער זאגן, כ'האב פעסט געוואוסט...

און מאשקע, דער אנדערער חכם, וואס האסטו צו לויפן? א מענטש לויפט? כ'פרעג דיך, א מענטש לויפט? וואס קוקסטו אזוי אויף דיין סילי פוטי, כ'רעד דאך צו דיר, כ'פרעג דיך, א מענטש לויפט?... א פערד לויפט ווייסעך... אבער א מענטש?... אה, ביסטאך גערעכט, א פערד לויפט יא.

לויפן, לווווווויפן....

לווווווווווווווווויפן!.....

זאל איך אויך לויפן?...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מאי 26, 2009 11:12 am

אקעי, דער פיקטשער הייבט זיך אן צוזאמשטעלן. מ'קען שוין זעהן ווער עס גייט לויפן און ווער עס גייט נישט געווינען..

זיידעניו,איך טראכט אויב איך זאל לאזן די הענט-שוך אדער דאס אויסטוען, כ'העל דיר זאגן מיין קאנסוירן פון אלע צדדים.

מצד החתן איז שווער צואגן פאר א איד אין די עידזש, כ'מיין די וועטער אז מ'זאל אנטוען הענטשוך, ס'איז געמאכט פאר א קאלטער וועטער וווען דער שניי גייט אינדרויסן און מ'וויל א שאוועל טוען פאר ס'הויז און דאס הענט גייט געפרוירן זענען די חכמי הטבע אויפגעקומען מיט א נייער אנצוג הנקרא "הענטשוך" וואס דאס ווארעמט אביסל דאס הענט בכדאי צו קענען שאוולען און שארן אנע שטער. אזוי קלערעך.

ווידעראום מצד הכלה האב איך נישט געקענט קוקען, אבער וויפיל נחום זאגט גייט ער איבעדרייען דעם טעיפ אויף ס'אנדערע זייט, אזוי אז עס וועט זיין גענוג און נאך פלאץ אויך פאר די מענטשן וואס ווילן בלייבן מיט די הענטשוך.

בכל אופן. קיין דיסישאן איז נאכנישט געפאסט געווארן דורך קיין שום קאנדידאט, אבער לויט לעצטיגע אנעליסטן וועט זיין א רזיגער מאראטאן סטיל געלויף..

ווידעראום שוומעל זעה איך שוין אז וווער ווייסט וואס איז גוט פאר אום און ער האט שוין אפגענומען זיינע ביזיונות פארגאנגענע וואלן, ער וועט נישט ווארטן ווי די אנדערע קאנדידטאן דאס צו נעמען הערשט די נאכט פון די וואלן, נו, זכה לו!

לאז מיך נאר ווידערהאלן מיין סטעיטמענט. (מיס קעלנער – נישט דאס איז דער סטעיטמענט פון מיין קאמפיין! איך ווייס בכלל נישט צו איך לויף)

איר קענט אייך איבערצייגן שווארץ אויף ליכטיג-בלוי. איך בין דער איינציגסטער קאנדידאט וואס האלט שוין אן מיין בענקעל (פארשטייצעך מיט גרויסע שווארצע גארד'ס אין שיינע אנצוגן) די לעצטע זעקס חדשים!

קיין איינע פון די קאנדידאטן האבן נישט געהאט די קוראדזש אין כח זיך אריינצוריקן אין די קהלה זינט איך בין דא. נו, איר ברויכט עפעס בעסער ווי דאס ?! פרעג איך ענק.


לא יריע ולא ישחיתו בכל הר!!

---------


אההההה, יענטאאש האט זיך אריינגעריקט דא. די ווילסט לויפן??????

איין מינוט, איך קום שוין...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » דינסטאג מאי 26, 2009 11:14 am

יענאטש ווייל דו האסט שוין אפגעלויפן נעמסטע אוועק יעדעם דעם אפעטיט??

איך מיין זאלטס טאקע (נישט) לויפן..

-------------
צייטליך האט אריינגעהאקט.
לעצט פאראכטן דורך אלחנן אום דינסטאג מאי 26, 2009 11:18 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..


צוריק צו “שטים בודקע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט