שאלות/הערות/קושיות אויף דעם לימוד פון "חבורת הוראה"

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4236
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג אוקטובער 18, 2015 2:09 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:ביי א דרבנן איז קיין נפק''מ צו מען האט עס געקאכט פארדעם צו נישט (נאר ביי מראית עין לויטן ש''ך וכנ''ל).

א, דאורייתא.
ב, דרבנן.
ג, איז נאר מותר בביצים.
ד, איז די זעלבע ווי ג' ס'ווענט זיך אין די שיטות.


סא איר זאגט אז פאר א חולה וואס דארף עסן בשר עוף בחלב, איז ב' פונקט אזוי חמור ווי ד'.

דאן וואס איז די הסבר ביי ביצים מעורות יא מחחק צו זיין? לכאורה ווייל מעיקרא כך תקנו חכמים בביצים. ריכטיג?

ניין ב' האבן די חכמים גוזר געווען אטו א דאורייתא, אבער ד' איז נאר א הרחקה , אדער וועגן די שמנונות פון די פלייש וואס איז געבליבן אין מויל (שיטת רש"י), אדער משום בשר בין השניים (רמב"ם) (עיין בזה ריש סי' פ"ט).

ביצים מעורות איז פלייש להלכה אבער נישט אין מציאות, דהיינו עס האט א דין פלייש לגבי נישט עסן מיט חלב, אבער לגבי ווארטן 6 שעה איז עס נישט פלייש, ווייל די חשש פון שמנונות אדער בין השניים איז נישטא,

זייער שיינע הסבר אז די מציאות פון ביצים איז אנדערש. איינע פון די אחרונים איז דאס מסביר?עס גייט אפשר אריין אין די שאלה פון "תבשיל" של בשר וכדומה. (גראדע מיין שאלה איז גווען לגבי קינוח והדחה וואס איז לכאורה הארבער ווי ווארטען 6 שעה).

כ'האב נישט געזעהן איינער זאל עס זאגן קלאר.
יא, לויט דעם איז עס אזוי ווי תבשיל של בשר.
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:ש"ך ס"ק ז' זאגט אז מראית העין איז נאר ביי אכילה און נישט ביי בישול, וואס איז די הסבר?

שווערע ש"ך.. די אמרי ברוך פרעגט אויף דעם ש"ך און ער בלייבט שווער עיי"ש.
הק' איש ימיני

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג אוקטובער 18, 2015 2:42 pm

איבער'חזר'נדיג דעם שיעור אום שב"ק, איז מיר שווער געווארן אויף דאס וואס דער טו"ז סק"ה זאגט אז בשר בחלב אשה איז אסור צו קאכן, און אפילו בשר עוף, "אבער לצורך גדול כגון לרפואה מותר".

לכאורה איז שווער וואס מיינט דאס קאכן לצורך רפואה איז מותר, ממ"נ, מעג ער עס עסן (לצורך רפואה), מעג מען דאך קאכן אויך, און אויב נישט צו וואס קאכט ער דאס.

איבערקוקנדיג דעם שיעור היינט אין דעם שו"ע המבואר פון עוז והדר, האב איך געזעהן אז זיי לערנען בפשטות אז מען רעדט פון קאכן כדי מען זאל עס אנשמירן אויף א מכה וכדו', וואס בהנאה איז עס דאך מותר, כמבואר בסוף סעיף א', נאר עס וואלט געווען א שאלה פון בישול כמבואר ברמ"א, זאגט דער טו"ז אז עס איז מותר בהאי גונא, אפילו לחולה שאב"ס.

ודוק כי הדברים פשוטים.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט