הוראה חבורה אויף אייוועלט

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 8:53 pm

חסדי, אומגערישט! געוואלדיג! השי"ת זאל דיר באצאלן כפלי כפלים!

איין קליינע הערה איך מיין אז קומענדיגע זונטאג ערב ראש השנה איז טאקע זייער א פאסיגע צייט אנצוהייבן, אבער נישט מער פון א פערטל פון א געווענליכע שיעור
און בכלל ביז נאך סוכות זאל מען זיך רעכענען אז די ערבי ימים טובים זענען עכ"פ נישט ערגער פון א געווענליכע פרייטאג, ודיה לבוא מן הדין להיות כנידון
און אויך אויב שייך די איבעריגע טעג געבן קלענער שיעורים פון געווענליך

נאך א קליינע הערה אויב קען מען מאכן א גוגל גרופ אדער א גוגל טשעט גרופ וואלט עס אסאך פארגרינגערט מיטצוהאלטן די אפדעיטס

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 11:12 pm

געוואלדיגע רעיונות ר' נישט, איך בין מסכים צו א גוגעל גרופע, און צו קורצערע ערבי שבתות וימים טובים שיעורים
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2015 1:48 am

לכאורה האט געשריבן:געוואלדיגע רעיונות ר' נישט, איך בין מסכים צו א גוגעל גרופע, און צו קורצערע ערבי שבתות וימים טובים שיעורים

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

אפדעיט

תגובהדורך חסדי אבות » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2015 7:09 pm

מען האלט נאך אינמיטן מסדר זיין א קאנפערנץ נומער. איך פארשטיי אז עס איז שוין אביסל שפעט, איך האף אז די חברי הקבוצה וועלן אריינקומען אהער היינט נאכט אדער מארגן צופרי, זיך צו דערוויסן די נומער און מיטהאלטן מיטן שיעור.

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 2:56 am

וויבאלד די צייט איז שפעט, האבן מיר געמאכט פארן ערשטן שיעור א צייטווייליגע נומער. מיר שטעלן עס דא ארויף פארן ציבור מיטצוהאלטן, די קומענדיגע שיעורים וועלן זיין פריוואט, בלויז פאר די חברי הקבוצה.

דער נומער איז:
347.436.7000
דערנאך דארף מען אריינלייגן די פין - 1234

דער שיעור הכנה וועט פארגעלערנט ווערן מוצאי שבת אום צען אזייגער.

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 10:37 am

מיר זוכן א וועג ווי אזוי צו רעקארדירן די שיעור. אויב איינער קען בייהילפיג זיין דערמיט, קען זיך פארבינדן מיט מיר אין אישי.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 11:58 am

דאס בעסטע וואלט געווען ווען דער מגיד שיעור זאל זיך אליין רעקארדירן, ווייל אויב עס ווערט רעקארדירט דורך א טעלעפאן וועט אויך מיטקומען אלע סארט גערודער.

בכלל דארף מען לכאורה אנזאגען דעם עולם צו גיין אויף MUTE
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:04 pm

בדרך כלל האבן די קאנפרענס ליינס א ספעציעליע אפשען פון ריקארדירן די קאל. אויב דער ספעציפישע קאמפעני האט עס נישט, קען איך עס דערווייל ריקארדירן מעניועלי.
לאמיך וויסן.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:28 pm

יא ביטע

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 10:07 pm

ארבעט נישט

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 10:07 pm

נו, וואס טוהט זיך מיטן לייוו קאנפערענץ? עס איז דא א גרויסער עולם וואס זיצט אויפן ליניע און ווארט
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 10:10 pm

אה, מ'רעדט שוין
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 10:16 pm

איך ווער אפגעהאקט!

איך לייג די פין, און ס'האקט זיך אפ

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 10:17 pm

הערליך!

איך נעם נאטיצן
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 10:17 pm

גוגל האט געשריבן:איך ווער אפגעהאקט!

איך לייג די פין, און ס'האקט זיך אפ
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 10:19 pm

דער שיעור איז פארטיג, איך גיי בקרוב ארויפשטעלן די נאטיצן בקיצור, און לאחר זמן אי"ה באריכות
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 10:20 pm

גוגל האט געשריבן:איך ווער אפגעהאקט!

איך לייג די פין, און ס'האקט זיך אפ


ביי מיר אויך... איך בין ליידער נישט זוכה מיטצוהאלטן, טראצדעם וואס איך פראביר די גאנצע צייט. איך האף אז דער עולם דא וועט שרייבן ראשי פרקים, וואס מען זאגט די גאנצע צייט.

דאס פאסירט מחמת ריבוי העם, מער מענטשן פון ערווארטעט (טראץ די קאמפלעצירטע שעה פון מוצאי שבת, ערב סליחות - אויף אישי האבן מיר שוין עטליכע געזאגט אז זיי וועלן נישט קענען מיטהאלטן - אבער דער צמאון איז גובר).

ווער עס האט עס רעקארדירט, אדער כאטש קען אראפברענגען ראשי פרקים, פאר די וועלכע קענען נישט מיטהאלטן לעבעדיג, תבוא עליהם ברכה.

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 10:25 pm

לכאורה האט געשריבן:דער שיעור איז פארטיג, איך גיי בקרוב ארויפשטעלן די נאטיצן בקיצור, און לאחר זמן אי"ה באריכות

מיר ווארטן!!!

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 10:26 pm

הערליך און געשמאק!

דער מגי״ש האט אויסגעשמועסט עטליכע טעמים איבער די איסור פון בשר וחלב.

א) אז עס איז מטמטם הלב. שיין מסביר געווען פארוואס עס איז אזוי. (רבינו בחיי)

ב) אז דאס איז געווען א חק עבודה זרה. (רמב״ם)

ג) די זעלבע איסור פון כלאים, ״נישט מאכן א מיש-מאש״.. (חינוך)

ד) טעם ע״פ קבלה.

ה) אז עס איז א חק.

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 10:26 pm

גוגל האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:דער שיעור איז פארטיג, איך גיי בקרוב ארויפשטעלן די נאטיצן בקיצור, און לאחר זמן אי"ה באריכות

מיר ווארטן!!!

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 10:30 pm

פארפאסט די גאנצע מעשה. מיין קאמפיוטער האט געמאכט פראבלעמן און איך האב נישט געקענט אריינגיין קוקן דעם נומער. 10:20 שרייבט לכאורה אז דער שיעור איז שוין פארטיג.
חבל.
מיין יודענע האט געזאגט אז זעט אויס אז דער שיעור איז געווען ספעציעל דעם מוצ"ש צו זען ווער עס האלט ערענסט דערביי, און צו זעהן וועלעכע יודענעס גייען ארויסלאזן די מענער אין אזא שעה.
מי כעמך ישראל.
שכח יואב בן צריוה פארן אראפברעגען די תמצית השיעור.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 10:31 pm

אפשר דארף מען מאכן א באזונדערן אשכול דערפאר, אבער דערווייל שרייב איך דא:

צוערשט האט דער חשוב'ער מגי"ש געזאגט אז דאס איז א זכי' זיך אונטערצונעמען אדורכצולערנען א מקצוע בתורה, "אין סגולה כתורה", יעצט זוכט מען דאך סגולות צום יום הדין, וועט דאס אודאי ביישטיין.

הקדמה לדיני בשר בחלב - טעמי האיסור

ער האט נאכגעזאגט א שטיק רבינו בחיי בטעם מצות בשר בחלב, טעם א' אז דאס איז מטמטם את הלב, וביאור הענין כי דם נעכר ונעשה חלב, און דם איז דאך פון די מאכלות אסורות וואס זענען מטמטם, איז כל זמן וואס דאס איז "חלב", טוהט דאס נישט מטמטם זיין, אבער ווען עס טרעפט זיך ווידער מיט בשר, איז חוזר וניעור און עס באקומט צוריק די שלעכטע כח פון "דם" און דערפאר איז עס מטמטם דעם לב. (און עס שטייט שטענדיג נעבן די פרשה פון די ימים טובים, ווייל ביים עולה רגל זיין דארף מען מער נזהר זיין פון טמטום הלב)

דער רבינו בחיי ברענגט פון רמב"ם אז דער מנהג עובדי ע"ז איז געווען צו מאכן אזא מין מאכל פון בשר בחלב ביים גיין צו זייערע תועבות, דערפאר ווארנט די תורה אז ווען מען קומט עולה רגל זיין זאל מען דאס נישט טוהן.

דער רבינו בחיי פירט אבער אויס אז דאס איז בעצם א חק, אזוי ווי שעיר המשתלח און פרה אדומה (דער מגי"ש האט צוגעלייגט אז שופר האט אויך טעמים אבער עס בלייבט נאך אלץ א שטיקל חק. ער האט אמאל געהערט אז "טעם המצוה" מיינט אז דער טעם גיבט פשוט צו א געשמאק פארן מצוה, אבער דער מצוה אליין איז א מצוה אויך אן דעם טעם, פונקט ווי א מאכל איז א מאכל אפילו ווען עס האט נישט פונקט דעם טעם).

[הערת הכותב: אסאך שטיקער רבינו בחיי קומען גלייך פון רמב"ן, וכמדומה אז דער גאנצער שמועס אויך]

דער חינוך (מצוה צ"ב) גיבט אן דעם טעם ווייל השי"ת האט נישט ליב ווען מאכט א 'מישמאש' אין די יצירה, בשר איז איין זאך און חלב א צווייטע זאך און ער וויל נישט מען זאל דאס מישן. והיינו טעמא דכלאים וכו' (ומטעם זה גם הבישול אסור, אפילו אם אין בדעתו לאכול כלל).

ער האט צוגעברענגט רשב"ם (פ' משפטים) אז דער סדר פלעגט זיין צו שחט'ן א בהמה און דאס אפקאכן אין די מאמע'ס מילך, ווייל א ציג פארמאגט אסאך מילך, ודיבר הכתוב בהווה. וגנאי הוא הדבר ורעבתנות, אין די בחינה פון אותו ואת בנו לא תשחטו ביום אחד און שילוח הקן. לויט דעם קומט די תורה לערנען אן ענין פון דרך ארץ, א דרך תרבות צו עסן ווי א נארמאלער מענטש.

צום לעצט האט ער נאכגעזאגט פון בן איש חי אז די מקובלים זאגן אז בשר איז דין און חלב איז רחמים און דערפאר טאר מען זיי נישט אויסמישן. און דערמיט איז פארשטאנדיג פארוואס צווישן בשר און חלב ווארט מען לענגער ווי צווישן חלב און בשר, ווייל "תתאה גבר", און אויב די בשר קומט פריער וועט זיך דאס מתגבר זיין אויף די רחמים, אבער אויב די חלב קומט פריער וועט זיך די חסד מתגבר זיין.

ער האט געזאגט אז ווער עס האט פראגעס זאל אריינשיקן צו די מכון, און אויך וועט מען בקרוב ארויסשטעלן די פונקטליכע סדר הלימודים.

א גוטע וואך
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 10:41 pm

שכח לכאורה.
א כתיבה וחתימה טובה פאר אלע בני החבורה.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

abr
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 8:25 pm

תגובהדורך abr » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 10:46 pm

יישר כוח לכאורה פארן אזוי שנעל און שיין אראפשרייבען.
ווי איז די רבינו בחיי?

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 10:55 pm

רבי לכאורה, איך בין יא גווען אויפן קאל איך מיין איר האט טאקע גארנישט אויסגעלאזט, זייער שיין אפגעשריבן.
לכאורה האט געשריבן:אפשר דארף מען מאכן א באזונדערן אשכול דערפאר, אבער דערווייל שרייב איך דא:

צוערשט האט דער חשוב'ער מגי"ש געזאגט אז דאס איז א זכי' זיך אונטערצונעמען אדורכצולערנען א מקצוע בתורה, "אין סגולה כתורה", יעצט זוכט מען דאך סגולות צום יום הדין, וועט דאס אודאי ביישטיין.

הקדמה לדיני בשר בחלב - טעמי האיסור

ער האט נאכגעזאגט א שטיק רבינו בחיי בטעם מצות בשר בחלב, טעם א' אז דאס איז מטמטם את הלב, וביאור הענין כי דם נעכר ונעשה חלב, און דם איז דאך פון די מאכלות אסורות וואס זענען מטמטם, איז כל זמן וואס דאס איז "חלב", טוהט דאס נישט מטמטם זיין, אבער ווען עס טרעפט זיך ווידער מיט בשר, איז חוזר וניעור און עס באקומט צוריק די שלעכטע כח פון "דם" און דערפאר איז עס מטמטם דעם לב. (און עס שטייט שטענדיג נעבן די פרשה פון די ימים טובים, ווייל ביים עולה רגל זיין דארף מען מער נזהר זיין פון טמטום הלב)

דער רבינו בחיי ברענגט פון רמב"ם אז דער מנהג עובדי ע"ז איז געווען צו מאכן אזא מין מאכל פון בשר בחלב ביים גיין צו זייערע תועבות, דערפאר ווארנט די תורה אז ווען מען קומט עולה רגל זיין זאל מען דאס נישט טוהן.

דער רבינו בחיי פירט אבער אויס אז דאס איז בעצם א חק, אזוי ווי שעיר המשתלח און פרה אדומה (דער מגי"ש האט צוגעלייגט אז שופר האט אויך טעמים אבער עס בלייבט נאך אלץ א שטיקל חק. ער האט אמאל געהערט אז "טעם המצוה" מיינט אז דער טעם גיבט פשוט צו א געשמאק פארן מצוה, אבער דער מצוה אליין איז א מצוה אויך אן דעם טעם, פונקט ווי א מאכל איז א מאכל אפילו ווען עס האט נישט פונקט דעם טעם).

[הערת הכותב: אסאך שטיקער רבינו בחיי קומען גלייך פון רמב"ן, וכמדומה אז דער גאנצער שמועס אויך]

דער חינוך (מצוה צ"ב) גיבט אן דעם טעם ווייל השי"ת האט נישט ליב ווען מאכט א 'מישמאש' אין די יצירה, בשר איז איין זאך און חלב א צווייטע זאך און ער וויל נישט מען זאל דאס מישן. והיינו טעמא דכלאים וכו' (ומטעם זה גם הבישול אסור, אפילו אם אין בדעתו לאכול כלל).

ער האט צוגעברענגט רשב"ם (פ' משפטים) אז דער סדר פלעגט זיין צו שחט'ן א בהמה און דאס אפקאכן אין די מאמע'ס מילך, ווייל א ציג פארמאגט אסאך מילך, ודיבר הכתוב בהווה. וגנאי הוא הדבר ורעבתנות, אין די בחינה פון אותו ואת בנו לא תשחטו ביום אחד און שילוח הקן. לויט דעם קומט די תורה לערנען אן ענין פון דרך ארץ, א דרך תרבות צו עסן ווי א נארמאלער מענטש.

צום לעצט האט ער נאכגעזאגט פון בן איש חי אז די מקובלים זאגן אז בשר איז דין און חלב איז רחמים און דערפאר טאר מען זיי נישט אויסמישן. און דערמיט איז פארשטאנדיג פארוואס צווישן בשר און חלב ווארט מען לענגער ווי צווישן חלב און בשר, ווייל "תתאה גבר", און אויב די בשר קומט פריער וועט זיך דאס מתגבר זיין אויף די רחמים, אבער אויב די חלב קומט פריער וועט זיך די חסד מתגבר זיין.

ער האט געזאגט אז ווער עס האט פראגעס זאל אריינשיקן צו די מכון, און אויך וועט מען בקרוב ארויסשטעלן די פונקטליכע סדר הלימודים.

א גוטע וואך


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט