הוראה חבורה אויף אייוועלט

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

הוראה חבורה אויף אייוועלט

תגובהדורך חסדי אבות » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 7:51 pm

עס איז אנטשטאנען א שטיקל התעוררות פון עטליכע יונגעלייט, וואס טראצדעם וואס זיי זענען עוסק על המחיה ועל הכלכלה, ווילן זיי אוועקרייסן פונעם טאג, צו לערנען און מקבל זיין די הוראה. צו מיר אין אישי האבן זיך געוואנדן עטליכע ניקס, אז זיי זענען אינטערעסירט צו לערנען און טון דערין. די שאלה איז נאר ווי אזוי מען הויבט אן, וועלכע סימנים דארף מען לערנען און מיט וועלכע נושאי-כלים, ווי אויך אויב עס איז כדאי צו גיין מיט א סדר, וויפיל צו לערנען יעדן טאג און ווי אזוי.

מיר דארפן צוקומען צו די הילף פון דעם ציבור תלמידי חכמים, וועלכע קענען געבן אנווייזנונגען פאר די עמך אידן, צו ווייזן אז די תורה איז אויך געגעבן געווארן פאר בעלי מלאכה, אפשר וועט ארויסקומען דערפון א קידוש השם, מיט די הילף פון אונזערע חברים אויפן וועלטל.

ווער עס האט א ידיעה אין דעם ענין און ווער עס קען העלפן מיט הדרכה, ייעוץ און חיזוק, ווי אויך עצות און סתם גוטע ווערטער, ווערט געבעטן זיך אנצורופן ווארעם.

נ.ב. צווישן די ניקים זענען פאראן אזעלכע וואס ווילן מיטהאלטן, אבער האבן נישט געהאט חשק אז זייער נאמען זאל נתפרסם ווערן ברבים. מיר האפן, ווען די חבורה וועט באקומען הענט און פיס, אז מיר וועלן ארויסלייגן די רשימה פון די ניקס וואס ווילן אנטייל נעמען און זיין א חלק פון די חבורה. מיר בעטן דעם ציבור מחזק צו זיין דעם ענין און געבן הדרכה.

יישר כח.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 8:53 pm

אשריך ר' חסדי אבות מייסד החבורה.

דאס התעוררות איז דא, בפרט צום נייעם יאר הבא עלינו לטובה, מיר ברויכן אבער - ווי איר שרייבט - א בערך'דיגע פלאן און הדרכה וואס און וויאזוי.

איך מעלד מיך איין אלס חבר החבורה, מיין וואוינארט איז וויליאמסבורג, הלואי זאל איך דא טרעפן א פאסיגע חברותא, איך בין גרייט אוועקצוגעבן עטליכע שעה א טאג במשך די קומענדיגע פאר יאר צו עררייכן דעם ציהל בעזהשי"ת.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

תגובהדורך לחיים טובים ולשלום » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 9:32 pm

חזקו ואמצו

מעגליך מיט די צייט וועל איך זיך מיט כאפן.

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 10:26 pm

איך שטעל זיך צו

דורך אויס די וואך האב איך, איין שעה א טאג, און שבת עטוואס מער

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 10:44 pm

נישט האט געשריבן:איך שטעל זיך צו

דורך אויס די וואך האב איך, איין שעה א טאג, און שבת עטוואס מער

קען מען עס דען מאכן מיט בלויז איין שעה א טאג?

(אפשר א חברותא'שאפט?...)
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:33 pm

ב"ה איינער פון מיין שטאט האט זיך שוין געמאלדן אין אישי, מען האט אנגעהויבן אויסטוישן אינפארמאציע. (ס'שפירט זיך אביסל ווי א שידוך...)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 12:17 am

לכאורה האט געשריבן:ב"ה איינער פון מיין שטאט האט זיך שוין געמאלדן אין אישי, מען האט אנגעהויבן אויסטוישן אינפארמאציע. (ס'שפירט זיך אביסל ווי א שידוך...)

מיר האט זיך אלס געדאכט אז דו האסט שוין די הוראה.
(וויפיל שידוכים האסטו שוין געטון?...)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 12:37 am

א חשוב'ע ניק האט מיר געשריבן אין אישי זייער אן אויפריכטיגע און וויכטיגע בריוו בנוגע דעם חבורה:
ווי איך זעה הערשט א שטיקל התעוררות צווישן די אידן דא צו קענען און באקומען די הוראה, אלץ איינער וואס האט עס געלערנט און האפט צו באקומען די הוראה אין די קומענדיגע יאר בעזהשי"ת, פיל איך פאר וויכטיג צו קלארשטעלן אפאר פונקטן.

צו באקומען הוראה דארף מען לערנען יו"ד חלק א' וואס מיינט הלכות בשר וחלב תערובת מליחה און טריפות, און עס דארף ווערן געלערנט מיט טור בית יוסף און פארשטייט זיך מחבר רמ"א ט"ז ש"ך, און האבן א ידיעה אין חוו"ד פרמ"ג. (געוויסע מורי הוראה זענען מוחל הלכות טריפות אבער נאר בתנאי אז מען גייט זיך עס נאך קומען פארהערן)

מאנכע מיינען אז פון האבן א חברותא צוויי דריי שעה א טאג קען מען דאס ערייכן, וויל איך קלארמאכן אז דאס איז כמעט אוממעגליך, דאס קען מען נאר קענען נאכן לערנען מינימום דריי יאר "פול טיים", און מ'דארף "אסאך" חזרן צו געדענקען אלעס על מקומו וואו יעדע זאך איז שייך און וואו נישט. (איך וויל ח"ו קיינעם נישט פארקלאפן דעם אפעטיט אבער אז מען פרעגט זאג איך, עס איז "מעגליך" אבער גאר שווער און עס נעמט סאך לענגער)

(איך האב עס געלערנט אסאך יאר אין מיינע כולל יארן, און יעצט וואס איך בין שוין טרוד על המחיה ועל הכלכלה חזר איך עס נאר איבער צו זיין גרייט צום פארהער בעזהשי"ת)

בברכת הצלחה רבה והקב"ה ישלח ברכה במעשה ידכם
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 2:08 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
נישט האט געשריבן:איך שטעל זיך צו

דורך אויס די וואך האב איך, איין שעה א טאג, און שבת עטוואס מער

קען מען עס דען מאכן מיט בלויז איין שעה א טאג?

(אפשר א חברותא'שאפט?...)

איך האב שוין געלערנט א גרויס חלק פון בשר וחלב, תערובות און טריפות, ב"ה, וויאויך מסיים געווען חולין בעיון גמ' רשי'

יעצט צום חשוב'ן ניק וואס לכאורה ברענגט צו, אין מיין עקספיריענס ווענד זיך 'וויאזוי' מען לערנט, איך ווייס פון א יונגערמאן, ווען ער לערנט א פרישע בלאט גמ' וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געלערנט, ס'נעמט אים בערך צווישן א האלבע שעה און א שעה (ווענד זיך בכמות ובאכות), קען ער עס גראד איבערזאגן אויסענווענדיג די שקליא וטריא ישר והפך, נאך פאר'ן חזר'ן.

ועל זה אנו דנין, מיט א שעה א טאג, דריי פיהר שעה זונטאג, מיט א גוטע פאר שבת, קען מען לדעתי זיך פארהערן הוראה, אין בערך פיהר יאר. איך זאג נישט קיינעם קבלה דעתי, עכ"פ שרייב איך עס נאר מען זאל פארשטיין וואס איך האב פריער געשריבן

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 9:20 am

עס איז דא א חילוק ווען א כולל יונגערמאן לערנט עס אויף צו ווערן אפשר א דיין, אדער א בעל הבית לערנט עס, ווען דער בעל הבית לערנט עס דארף ער נישט אריין גיין אין די פרטי פרטים, און בכלל אפילו כולל יונגעלייט בלייבן אסאך מאל שטעקן אינמיטען ווייל יורה דיעה חלק א' איז שטארק געבינדען איינס צום אנדערען, און אויב מ'לערנט אלע פרי מגדים און חוות דעת קען מען אסאך מאל בלייבן שטעקן, חוץ אויב מ'האט א גוטע מגיד שיעור.

מליחה איז בכלל נישט שווער נאך וואס מ'האט שוין געלערנט בב"ח און תערובות. טריפות זאל מען לאזען פארן סוף, און עס קען זיין בהחלט א אינטרעסאנטע לימוד פאר א בעה"ב, צו אריבער גיין אין א בוטשער מיט זיין חברותא/חבורה און אביסל זעהן וואס טוט זיך דארט פון דער נאנט.

ס'איז דא כוללים וואס האלטען אז עס איז ראטזאם צו אנפאנגען הלכות תערובות און נאכדעם הלכות בשר בחלב, ווייל עס איז גרינגער. און אויב מ'פרובירט צו לערנען נאר די טור ב"י (און נאכקוקן די גמרות ווען ס'פעלט זיך אויס), און נאכדעם די שולחן ערוך און ט"ז און ש"ך, און נישט קיין פרמ"ג חוץ ווען מ'דארף עס האבן אויף הבנה צום ש"ך וט"ז, און אויך דעמאלס נאר וויפיל ס'פעלט זיך אויס צו הבנת הענין און נישט די אלע חקירות פון דעם פרמ"ג, בפרט אנפאנג ווען מ'קען נאך נישט די מושגים, דארף מען נישט בלייבן שטעקן.

אבער אפילו מ'פאנגט אן בשר בחלב קען מען אויך האבן הצלחה, מיט די היינטיגע ספרי עזר ווי אמרי דיעה, און שלחן ערוך המבואר עוז והדר.

עס איז דא מענטשן וואס האבן קונה געווען די זאך, ווען זיי האבן קודם געלערנט מחבר און רמ"א אן די נו"כ, נאר מחבר און רמ"א פון צ"א ביז ק"י. און גע'חזר'ט אפאר מאל. אזוי האבן זיי באקומען א ידיעה אין די זאך. דאס קען מען טאן אדער אז אין די פלאץ ווי מ'פארשטייט נישט לערנט מען ווייטער, אבער סוכ"ס באקומט מען מיט די צייט אן הכרה אין די מושגים, אדער מיט א פירוש ווי בדי השולחן, אן די אריכות נאר וויפיל עס איז נוגע צו הבנת המחבר והרמ"א.

(בעצם די עצה איז נישט נאר פאר יורה דיעה נאר פאר ד' חלקי שו"ע אויך, ס'איז דא גדולים וואס האבן אזוי געלערנט אלע מקצועות, קודם נאר מחבר און רמ"א און נאכדעם וואס זיי האבן שוין געקענט די מושגים האבן זיי אנגעהויבן צו לערנען אינעווייניג מיט די נו"כ. אויך איז דא וואס האבן קונה געווען שולחן ערוך, פון אונטען אויף ארויף, דהיינו זיי האבן גוט געלערנט די משנה ברורה למשל, ממילא האבן זיי שוין געקענט די הלכה למעשה, און נאכדעם האבן זיי נאכאמאל אנגעפאנגען די געהעריגע וועג, אזוי זענען זיי שוין נישט געבליבען סטאק, און די זעלבע זאך ביי הוראה אין יו"ד ח"א זענען דא וואס האבן קודם געלערנט די הלכה למעשה אין א גרינגע ספר ווי 'להלכה' אדער שלחנו של מקום, אדער בדי השלחן, און נאכדעם וואס זיי האבן שוין געוואוסט די הלכה למעשה האבן זיי אנגעפאנגען געהעריג צו לערנען מיט הרחבת הדעת).

אויב וועט נישט זיין די הסתכלות אויף צו ענדיגען און זיך פארהערן די הוראה, נאר מ'וועט פרובירן גוט צו לערנען מיט א חיות און א געשמאק, יעדער לויט זיין תכונת הנפש, קען מען בהחלט אנקומען זיך צו פארהערן די הוראה אין געציילטע פאר יאר.
לעצט פאראכטן דורך האנטעך אום מיטוואך אוגוסט 26, 2015 11:29 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 11:25 am

יישר כח האנטעך, כמותך ירבו! אזוי קלאר און שיין אראפגעלייגט א מהלך.

--
היינט איז מיר נולד געווארן א מחשבה אז אולי קען איך מיך קובע זיין צו זיצן אין א מסגרת הכולל פארמיטאג אדער נאכמיטאג און מיטלערנען מליחה אדער בשר בחלב אדער תערובות.

ווייסט איינער אין וועלכע כולל אין וויליאמסבורג מען גייט לערנען דעם ווינטער איינע פון די מקצועות, און מען לאזט אריין א דרויסנדיגן מיטצולערנען?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 2:18 pm

גא"מ לדברי האנטעך.
ולהוסיף על דברי הניק שהביא הרב לכאורה.

שוין א לאנגע צייט צירוק איז געווען עדווערטייזט פון ישיבה פרחי שושנים http://www.shulchanaruch.com/ אז זיי האבן א פראגראם פאר סמיכה ספעציעל פאר פול טיים בעלי בתים, אלזא איז די זאך מעגליך אין א געוויסע וועג.
מיין עיקר ציל פאר אזא פראגראם, איז פשוט ווייל איך פיל ווי איך וועל מער מיטלעבן מיטן לערנען. איך האב טאקע יעצט מיינע שיעורים כסדרן, אבער איך וויל קענען מיטלעבן מיט וואס איך לערן. אזא פראגראם, גיט בדרך כלל גענוג חומר וואס מקען מיטלעבן בחיי יומיום. ווילאנג איך בין געווען אין כולל, האט מען מיטגעלערנט מיטן כולל. יעצט אז איך בין א בעה"ב פאר מיך, דארף זיין עפעס גאר אינטרעסאנט וואס זאל מיר אריינלייגן ראשו ורוב אינעם לערנען. נישט אומזינסט האבן חז"ל געזאגט, אין אדם לומד אלא במה שלבו חפץ. מקען לערנען זייער אסאך זאכן, אבער לערן אויף א וועג וואס ס'ציט דיר און איז 'דיר' אינטרעסאנט.
לדוגמא, אן אלטע חלום וואס איך האב (איך האב מיר דאס שוין געחלומט אלטס קינד, איך פיל נאר ווי אין מיין יעצטיגע מצב קען איך דאס אויספירן), איז זיך צו לערנען שחיטה וטריפות. איך האב שוין אמאל געלערנט הל' טריפות אפאר יאר צירוק במסגרת ??? (די קלויזעבורגער פראגראם, געדענק איך שוין נישט וויאזוי ס'הייסט), און איך האב מורא'דיג הנאה געהאט, און איך האב געהאט גרויס חשק דאס צו קענען מיטלעבן אויף די אייגענע הענט, ווי שחט'ן א טשיקן, און עס אליין כשר מאכן, זיכער מאכן אז עס איז נישט קיין טריפה, און די קינדער זאלן צוזען וויאזוי איך מאך עס וכדו', ס'זאל זיך לעבן אין דעם. עס זאל מאכן אן אטעמאספערע פון יודישקייט אינדערהיים. און איך האלט שוין אן אויג אויף א שוחט אים צו בעטן זאל מיר אויסלערנען די פאך.
די ציל איז, לאו דווקא צו זיין א מורה הוראה און פסקענען שאלות (אויב פערצופאל פאסירט עס, מה טוב ומה נעים), דער עיקר ציל איז, צו קענען מיטלעבן אינעם לערנען לעבעדיג וואס זאל זיין גענוג אינטרעסאנט פונקט, אדער מער, ווי די ארבעט. ווען מלערנעט פאר סמיכה, ווי נישט ווי לעבט זיך עס מיט, מדארף לערנען אסאך הלכה למעשה וכדו', און סגיט א פיינע שטופ און חיזוק, ווען מווייסט אז ענדגילטיג שטייט מען אויס פאר א סמיכה פארהער, און ספילט זיך ווי אן אנדערע סארט בעה"ב.

יארן צירוק ווען איך האב אריינגעקוקט אין די ישיבה פרחי שושנים פראגראם, האב איך נישט געקענט כאפן פונקטליך צו וואספארא רבנים מגייט זיך פארהערן, צו זיי באלאנגען פאר די רבנות אדער נישט. סזעט מיר אויס אז היינט האט זיך אביסל געטוישט דארט. כווייס נישט. אבער פאר אונזער ציל, פשוט צו האבן די חשק און ציל, אולי איז דאס גענוג. אדער איז די צייט אז סזאל זיך מאכן אזא סארט פראגראם פאר חסידישע בעלי בתים.

ביי הרב וואזנער אין מונסי איז כסדר דא שיעורים פאר יונגערלייט פאר הוראה, איך ווייס אבער נישט אויב ס'איז אויך געאייגענט פאר בעלי בתים, אפשר זאל מען אים בעטן צו מאכן א סדר פאר בעלי בתים.

אזוי שרייבענדיג, טראכט איך פין א פילאנטראפ וואס האט א געפיל פאר תורה, און אולי קען ער עפעס ערלדיגן. איך האף צו רעדן מיט אים בקרוב.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 2:42 pm

אה, מיר האבן שוין די שטיצע פון מתבונן, לאמיר האפן אז עפעס וועט זיך אויסלאזן פון דעם געוואלדיגן התעוררות וואס הערשט דא (עכ"פ ביי מיר).
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 2:49 pm

מורי ורבותי!

איך האב זיך היינט אוועקגעזעצט מיט א חשוב'ע מורה-הוראה דורכצוטון דעם גאנצן ענין, איך האב אים דערציילט איבער אונזער שמועס אויף אייוועלט און ער האט עס זייער מחשיב געווען (כמעט ביז טרערן), אז יונגעלייט וואס זענען עסוק על המחיה ועל הכלכלה און לעבן אין די גאס, אז זיי זענען גרייט זיך אוועקצורייסן פון זייער צייט און האבן אזא געהויבענע ציל, ער האט זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן פון דעם און ער האלט אז דאס פאר זיך איז א גרויסער לימוד זכות פאר כלל-ישראל, איידער מען גייט צו צום יום-הדין.

דער דיין שליט"א איז גרייט צו דינען אלס ראש החבריא דק"ק אייוועלט, דורך געבן אנווייזונגען און אויסשטעלן א שטיקל סדר, כדאי מען זאל קענען לערנען אינאיינעם, אזוי זאל די התעוררות בלייבן און זיך קענען מחזק זיין אינאיינעם. ער האלט אז עס איז קלאר מעגליך פאר א באלעבאס מיט א גוטן רצון צוצוקומען צו די מטרה. לויט זיינע ווערטער איז גענוג פאר א באלעבאס צו לערנען בלויז שלחן-ערוך ש"ך וטו"ז, מען דארף נישט מער (סוכ"ס פלאנט מען נישט צו ווערן דיינים און ווער עס וועט יא וועלן ווערן א דיין, וועט זיך משלים זיין און איבערגיין די געוויסע זאכן וואס פעלט אים אויס). ער זאגט אז פאר איינעם מיט א גוטער זכרון איז דאס זייער גרינג צו מאכן ביז א קורצע צייט (ער האט נישט געקענט פאראויסזאגן ווי לאנג עס דארף נעמען), און איינעם מיט א שוואכערע זכרון, דארף מער חזר'ן און כמובן עס וועט דויערן אביסל לענגער, אבער אנקומען קען מען בעזה"ש.

לויט זיינע ווערטער, זענען פאראן רבנים וואס וועלן נישט גרייט זיין צו געבן הוראה פאר א באלעבאס אדער איינער וואס ליגט נישט אין לערנען, וויבאלד זיי ווילן נישט אז יעדער באלעבאס זאל קענען פסק'ענען שאלות, אבער עס איז מסתבר אז מיט א חבורה אינאיינעם וועט עס אויסרופן באוואונדערונג און כבוד-התורה, אלס סמל ודוגמא פאר אנדערע נאכצוטון (חבריא קדושא דאייוועלט מחייב את הבעלי-בתים...), און מעגליך אז מען קען באקומען גאר שיינע הוראות. אפילו אן דעם חשבון, זענען נאכאלס פאראן אנגעזעענע רבנים וואס וועלן געבן הוראה אויך פאר בעלי-בתים און דער פלאן קען זיך פיין אנגעבן.

עד-כאן דברי הדיין.

כפי הנראה האבן מיר שוין קרוב צו א מנין יונגעלייט וואס זענען אינטערעסירט זיך אריינצולייגן אין דעם פראיעקט, מיר זענען גרייט אנצונעמען עצות און הדרכות ווי אזוי מען דארף דאס טון, דהיינו דורכגיין די פיר הלכתות, טריפות, בשר-וחלב, תערובות און מליחה מיט די נו"כ. לכאורה דארף מען מאכן א סדר וויפיל מען וועט לערנען יעדן טאג, מען דארף הערן פון די אינטערעסירטע אויב מען זאל מאכן א גרעסערן שיעור אויף זונטאג און אויף שבת, ווי אויך נאך הערות פונעם עולם ווי אזוי דאס אויסצושטעלן. איך וועל דערמיט אריבערגיין צום דיין און אינאיינעם אויסשטעלן א סיסטעם.

הערות זענען ווילקאמען דא און אין אישי.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 3:06 pm

אין פראקטישן סברה, וואלט איך געזאגט אז אנהייבן מיט בשר וחלב און תערובות איז די בעסטע, ווייל דאס איז נוגע יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, און עפעס וואס איז נוגע, ערשט געדענקט מען בעסער, און אזוי אויך האט מען מער חשק עס צו לערנען.

איינמאל מען איז פערטיג מיט דעם, איז זייער מסתבר אז די רייץ און הונגער פאר נאך תורה וועט שוין גיבן די ריכטיגע חשק צו גיין ווייטער צו מליחה און טריפות. (כאטש טריפות קען אמאל אויך נוגע זיין, אבער פיל וויניגער ווי די אנדערע ווען מען באקומט שוין פערטיג געפאקט פלייש.)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 3:10 pm

חסדי אבות, איך וויל קודם וויסן, לפי יענער דיין (אדער סתם די סטאנדארט), וואס גייט זיך פארלאנגן פון א בעה"ב צו באקומן די הוראה? איז עס נאר יו"ד ח"א, אדער אויכעט נאך מקצועות?
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 3:23 pm

ער האט קלאר געזאגט: די פיר הלכתות, טריפות, בשר-וחלב, תערובות און מליחה, שו"ע מיט די נו"כ ש"ך וט"ז.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 4:01 pm

יישר כח חסדי אבות פארן אונטערנעמען דעם ריכטיגן שריט פון אריינברענגן א דעת תורה אינעם פראיעקט, הלואי זאלן מיר טאקע מצליח זיין להגדיל תורה ולהאדירה.

בנוגע וועלכע מקצוע אנצוהייבן, עס איז מיר נישט קיין גרויסע נפקא מינה, אלע זענען וויכטיגע חלקים פון הוראה, די שאלה איז וויאזוי די סיסטעם איז איינגעשטעלט ביי אנדערע, צב"ש ביי כוללים, וויאזוי די ערפארענע מגידי שיעור שטעלן אויס זייער מהלך.

אויך וויל איך וויסן וועלכע מהדורא שו"ע איז דאס בעסטע געאייגנט דערפאר, און וועלכע ספרים זענען שטארק נוצליך און וויכטיג צו קויפן.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 4:06 pm

איך מיין אז אונזער חבורה איז עטוואס אנדערש ווי די כולל חבורות, וועלכע האבן א ציל אויסצושטייגן עמטליכע דיינים (אפשר אונז אויך - ווער ווייסט...), פארט וועלן מיר הערן דעם דעת הציבור, פארלייגן די שאלות פאר אונזער דיין און זייענדיג אין דעם פעלד, וועט ער זיין דער פוסק אחרון.

איך וועל אים אויך פרעגן בנוגע וועלכע מהדורא שו"ע.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 4:23 pm

נישט אויף קאלט צו מאכן. איך וויל עכט ווערן א מעמבער אין אזא מין חבורה אבער מיין יצה"ר/יצ"ט (איך ווייס נישט ווער ס'איז...) טענה'ט אז א בעה"ב זאל ענדערש לערנען הל' שבת ויו"ט אדער יור"ד ח"ב וכדו' ווי די שאלות מאכן זיך אסאך אפטער און ווי ס'איז א סאך מער מצוי אז מ'ווייסט ניטאמאל אז ס'איז א שאלה. ווי נישט ווי ווען סיי וואס מילכיג מישט זיך אויס מיט סייוואס פליישיג ווייסט מען צו קאלן פרעגן... אבער יו"ד ח"ב אדער אפילו למשל הל' יי"נ איז אסאך מער מצוי מכשולות, און ווער רעדט נאך פון או"ח.

דא עקא אז איך האב נישט קיין שום גאנג וויזוי צו לערנען הל' שבת למשל. צו לערנען די דינים בשורשם איז שרעקליך לאנג פאר א בעה"ב און איך זוך שוין לאנג א מהלך פארדעם. משא"כ יור"ד ח"א האט טאקע די מעלה אז מקען עס לערנען שנעלער און ס'גרינגער ווענלייך ווייניגער נוגע.

איז דא טאקע חבורות הלכה לבעה"ב אבער איך פארשטיי אז דא רעדט מען פון א חבורה ווי מ'וועט אריינלייגן מער שעות אין שנעלער ענדיגן. איז אז מ'רעדט דא פון אזא געבענטשטע פראיעקט אפשר קען די מו"צ העלפן באשליסן דאס אויך?

נאכאמאל חלילה וחס קאלט צו מאכן. לערנען הלכה איז קריטיש וויכטיג און זיכער איז לערנען יור"ד בעסער ווי "וועלן" לערנען או"ח... אבער אז איך זעה דא די התעוררות ווארף איך אריין מיינע צוויי צענט אפשר וועל איך טרעפן א עצה צו א פראבלעם וואס פלאגט מיר זייער לאנג
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 4:41 pm

מילכיגער האט געשריבן:נישט אויף קאלט צו מאכן. איך וויל עכט ווערן א מעמבער אין אזא מין חבורה אבער מיין יצה"ר/יצ"ט (איך ווייס נישט ווער ס'איז...) טענה'ט אז א בעה"ב זאל ענדערש לערנען הל' שבת ויו"ט אדער יור"ד ח"ב וכדו' ווי די שאלות מאכן זיך אסאך אפטער און ווי ס'איז א סאך מער מצוי אז מ'ווייסט ניטאמאל אז ס'איז א שאלה. ווי נישט ווי ווען סיי וואס מילכיג מישט זיך אויס מיט סייוואס פליישיג ווייסט מען צו קאלן פרעגן... אבער יו"ד ח"ב אדער אפילו למשל הל' יי"נ איז אסאך מער מצוי מכשולות, און ווער רעדט נאך פון או"ח.

דא עקא אז איך האב נישט קיין שום גאנג וויזוי צו לערנען הל' שבת למשל. צו לערנען די דינים בשורשם איז שרעקליך לאנג פאר א בעה"ב און איך זוך שוין לאנג א מהלך פארדעם. משא"כ יור"ד ח"א האט טאקע די מעלה אז מקען עס לערנען שנעלער און ס'גרינגער ווענלייך ווייניגער נוגע.

איז דא טאקע חבורות הלכה לבעה"ב אבער איך פארשטיי אז דא רעדט מען פון א חבורה ווי מ'וועט אריינלייגן מער שעות אין שנעלער ענדיגן. איז אז מ'רעדט דא פון אזא געבענטשטע פראיעקט אפשר קען די מו"צ העלפן באשליסן דאס אויך?

נאכאמאל חלילה וחס קאלט צו מאכן. לערנען הלכה איז קריטיש וויכטיג און זיכער איז לערנען יור"ד בעסער ווי "וועלן" לערנען או"ח... אבער אז איך זעה דא די התעוררות ווארף איך אריין מיינע צוויי צענט אפשר וועל איך טרעפן א עצה צו א פראבלעם וואס פלאגט מיר זייער לאנג


וועגן דיין פראבלעם, אויב דער דיין וועט פסק'נען אז מ'זאל יא לערנען יו"ד ח"א, וואלט איך דיך געראטען אז דו זאלסט אנפאנגען פון א קיצור ספר, ווי שמירת שבת כהלכתו, אדער שלחן השבת איז זייער גוט, אדער אפילו שבת היום און טל ברכה אין אידיש.

אויב האסטו מער ליב אויפן סדר פון שו"ע וואלט איך געראטען זאלסט אנהייבן צו לערנען משנה ברורה מיט א חברותא,

(צו לערנען געהעריג משנה ברורה דארף מען אריין לייגען צייט אין דעם, עס גייט נישט מיט 15 מינוט א סעיף וכדומה, עס איז א געהעריגע לימוד, אבער די תוצאות זענען מורא'דיג, עס איז גרינגער צו חזר'ן משנה ברורה ווי שו"ע אינעווייניג בפרט ווען מ'לערנט די שו"ע בעיון מיט אחרונים, ווייל די כלל איז ווי ווייניגער מ'לערנט סיי בכמות און סיי באיכות די ערשטע מאל, אלס גרינגער איז עס צו צוזאם נעמען און צו חזר'ן, און אויב דו וועסט עס טאן וועסטו שטוינען צו זעהן אז דו קענסט בעסער די הלכות ווי די כולל יונגעלייט וואס האבן געלערנט הלכות שבת יארען..).

אויך איז די ספר אוצר הלכות זייער א גוטע עצה אויף צו קונה זיין הלכות למעשה, עס איז מורא'דיג גרינג געשריבען, אויפן סדר שו"ע, א שטארקע בקיאות, מיט א גוטע מהלך אין פסק, און ווי אויך ברענגט ער אראפ קראנט נישט פון קאמפיוטער ארויס..

אויף הלכות יו"ט וואלט איך געראטען חוץ פון משנה ברורה אויך אוצר הלכות אויף מועדים, אדער הליכות שנה אין אידיש ממש מורא'דיג א גרינגע און שיינע ספר וואס דעקט אלע הלכות, למשל יעצט פאר סוכות, אז מ'לערנט דעם ספר איז מען אין א האלבע שעה קלאר אין אלע הלכות ד' מינים למשל, און מ'דארף נישט שטיין ווי א נאר אין ד' מינים געשעפט און קוקן בגניבה ביים שכן וואס ער זוכט.

און וועגן יורה דיעה שאלות וואלט איך געראטען צו לערנען 'די בענדער 'להלכה' א מורא'דיג גוטע ארבעט שיין מסודר הלכה למעשה.

יו"ד ח"ב איז באקאנט די ספרים געשריבן גוט מסודר הלכה למעשה ווי בנה ביתך, פותח שער, און בית נאמן ועוד ועוד.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 4:53 pm

ייש"כ פאר די שנעלע און שיינע תגובה.

די עצות האב איך געהערט. ס'איז אבער שווער צו מאכן א שיעור קבוע אין הליכות שנה.. ביזט גערעכט אז ס'איז לכאורה בעסער משנה ברורה על הסדר.

דו ענטפערסט זייער גוט לגבי מיין פריוואטע דילעמע. מיין נקודה איז אבער געווען אדרעסירט צו די 'חבורה' חלק. האב יאך געטראכט מי יתן אז די חבורה זלא זיין טאקע אויף אזא זאך ווי למשל ענדיגן הל' שבת אין א יאר און זיך פארהערן, דערנאך הל' פסח וכדו'. מיין שאלה איז געווען אז פאר א גרופע בעה"ב וואס נעמען זיך צאם דא צו לערנען און ענדיגן, וועט נישט זיין מער נח"ר פארן בוכ"ע און בעיקר (ליידער יא, מ'טראכט מער פון זיך..) פאר די אייגענע סיפוק ווען מ'זעהט זיך וואך וועכנטליך א ת"ח ווי אין יור"ד ווי די שאלות קומען ווייניג פאר?

יעצט זעה איך אז דו הייבסט אן "אויב וועט די דיין פסקנען וכו'" פארשטיי איך אז דו וועסט דאס איבערגיבן פאר אים טאקע מכריע צו זיין. ווארט מיר מיט שפאנונג, אולי אבנה גם אנכי ממנה

און נאכאמאל א ייש"כ עצום ונשגב.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 4:58 pm

מילכיגער, דו האסט אפשר א פוינט, און אויב דו ווילסט קענסטו טאקע גרינדן א חבורה אויף יו"ד ח"ב אדער או"ח שע"י אייוועלט. די מציאות איז א מענטשן זוכן צו שטייגן און עררייכן א ציל, וואס דאס גיבט חשק זיך צו געפינען נענטער בעולמו של תורה און צוברענגען אהבת-התורה, און אט דאס ווערט עררייכט דורך אונזער לימוד ההוראה, שפירנדיג אז מען קומט דורכדעם אן צו אן ארט וואס פונדרויסן קוקט עס אויס אז בלויז תלמידי-חכמים קענען צוקומען און אז עס איז נישט געמאכט פאר סתם עמך אידן. אצינד אז מען וועט אהין אנקומען וועט עס צוברענגען צו אהבת תורה ויראת שמים, און ווער ווייסט... אפשר וועלן זיין אידן פון דא וואס וועלן אנערקענען דעם ריכטיגן מתיקת התורה און זיך דורכדעם אריינווארפן רוב שעות היום בתורה, שפירנדיג אז זיי קומען ערגעץ אן. א בחינה פון מתוך שלא לשמה בא לשמה. און באמת איז דאס אויך א לשמה - די 'גאנצע' תורה איז געמאכט פאר 'גאנץ' כלל-ישראל, נישט נאר פאר די יושבי אוהל.

עד כאן דעתי העניה.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 5:22 pm

חסדי אבות האט געשריבן:מילכיגער, דו האסט אפשר א פוינט, און אויב דו ווילסט קענסטו טאקע גרינדן א חבורה אויף יו"ד ח"ב אדער או"ח שע"י אייוועלט. די מציאות איז א מענטשן זוכן צו שטייגן און עררייכן א ציל, וואס דאס גיבט חשק זיך צו געפינען נענטער בעולמו של תורה און צוברענגען אהבת-התורה, און אט דאס ווערט עררייכט דורך אונזער לימוד ההוראה, שפירנדיג אז מען קומט דורכדעם אן צו אן ארט וואס פונדרויסן קוקט עס אויס אז בלויז תלמידי-חכמים קענען צוקומען און אז עס איז נישט געמאכט פאר סתם עמך אידן. אצינד אז מען וועט אהין אנקומען וועט עס צוברענגען צו אהבת תורה ויראת שמים, און ווער ווייסט... אפשר וועלן זיין אידן פון דא וואס וועלן אנערקענען דעם ריכטיגן מתיקת התורה און זיך דורכדעם אריינווארפן רוב שעות היום בתורה, שפירנדיג אז זיי קומען ערגעץ אן. א בחינה פון מתוך שלא לשמה בא לשמה. און באמת איז דאס אויך א לשמה - די 'גאנצע' תורה איז געמאכט פאר 'גאנץ' כלל-ישראל, נישט נאר פאר די יושבי אוהל.

עד כאן דעתי העניה.

טאמער איז דאס שוין אפגעמאכט אזוי אז די איינציגע וועג איז אז איך זאל מאכן א אייגענע גיי איך עס זיכער נישט טון... דאס איז זייער נישט שיין צו עפענען א געשעפט פונקט ווען די חברים האבן געעפנט א ענליכס...

טאמער אבער איז דאס נאך אפן פאר א שמועס וואלט איך יא אפרישיעטעד אז די דעסיזשען זאל זיין גוט אויסגעשמועסט אויף א אופן אז מ'גייט זיכער זיין באקוועם ווען די התחדשות וועט אויסוועפן אויך.. דיינע ווערטער
שפירנדיג אז מען קומט דורכדעם אן צו אן ארט וואס פונדרויסן קוקט עס אויס אז בלויז תלמידי-חכמים קענען צוקומען און אז עס איז נישט געמאכט פאר סתם עמך אידן. אצינד אז מען וועט אהין אנקומען וועט עס צוברענגען צו אהבת תורה ויראת שמים,
זענען נישט גענוג מאטיוועיטינג ווען מ'האלט א פאר חדשים אריין אין די קסייטמענט איז שוין נישט דא (טראסט מיר...).

ס'איז זיכער דא זייער גוטע סברות אויף ביידע זייטן אבער ביטע נעם אן מיין נודענען מיט פארשטענדעניש... נאר אזוי וועסטו זיין זיכער מיט דיין דעסיזען אז דו טוסט עס פאר א גוטע סיבה
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 5:35 pm

מיר זענען גרייט פאר דיסקאסיעס און צו הערן דעם דעת הקהל. זיכער אויב וועט זיין א גרויסער רוב וואס וועלן ענדערש וועלן לערנען בחבורה אנדערע לימודים, וועלן מיר דאס טון.

דערווייל האבן מיר קרוב צו א מנין יונגעלייט וואס זענען גרייט פאר די אויבנדערמאנטער לימוד, וועמען מיר האבן שוין געקאנטאטקט אין אישי. איך האב געוואלט ארויפשטעלן געוויסע פרטים דא פארן ציבור, אבער אצינד זעה איך אז מיר האלטן נאך א טריט פריער, דהיינו - מחליט צו זיין אויב מען וועט דאס לערנען בכלל, אדער ענדערש אן אנדערער לימוד. אדרבה, לאמיר הערן דעם דעת הקהל.


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט