א לייכטע און געשמאקע שיעור אין ליקוטי אמרים תניא

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » דינסטאג יוני 14, 2016 11:08 am

פרקים ג-י
צוגעלייגטע
תניא פרקים ג-י.pdf
(250.12 KiB) דאונלאודעד 146 מאל

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » דינסטאג יוני 14, 2016 11:09 am

פרקים י"א- ט"ו
צוגעלייגטע
תניא פרקים י''א-ט''ו.pdf
(203.99 KiB) דאונלאודעד 162 מאל

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » דינסטאג יוני 14, 2016 11:10 am

איך האב נישט געקענט צוזאמשטעלן די פיילס.. אויב איינער טויג בעסער ווי מיר.. אדרבא.. ותזכו למצוות

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

פרק ט"ז

תגובהדורך האנטעך » פרייטאג יוני 17, 2016 12:50 pm

נאכדעם וואס מיר האבן שוין געלערנט וואס איז א בינוני, א יוד וואס האט מלחמת היצר זייער שטארק, און וויפיל ער ארבעט האט ער נאך אלץ א מלחמת היצר, נישט ווייל ער איז פארגרעבט נאר ווייל דאס איז זיין מקום עבודה. האט דער תניא אנגעפאנגען צו רעדן די דרכי עבודה פאר א בינוני.

דאס איז א כלל גדול אין עבודת השי"ת פאר די בינונים! א בינוני דארף נישט אזוי שטארק ארבעטען צו 'ווערן' אן אויסגעארבעטע יוד, ער דארף בעיקר ארבעטען אויפן הוה צו דינען דעם אייבערשטען יעדע מינוט, ווייל ווי געשמועט איז די לינקע זייט פון דעם בינוני בתקפו, און ער קען עס נישט אזוי שנעל אויסארבעטען.

וועגן דעם דארף דער בינוני וויסן אז דער עיקר איז, אז ער זאל מושל זיין אויף זיין גשמיות'דיגע טבע וואס איז אין די לינקע זייט פון די הארץ, דורך די אור ה' וואס שיינט אויף זיין נפש אלוקית וואס רוהט אין זיין מוח. און ער זאל געוועלטיגען אויף זיין הארץ מיט דעם וואס ער נוצט זיין מוח צו טראכטען פון די גרויסקייט פון דעם הייליגען באשעפער, און דורך דעם באקומט ער מחשבות פון יראת שמים אין זיין מוח, אז ער זאל זיין א סור מרע נישט עובר זיין אויף קיין דאורייתא'ס און נישט אויף קיין איסורי דרבנן אפילו נישט קיין איסור קל מדרבנן. און אויך באקומט ער מחשבות פון אהבת ה' אז זיין רעכטע זייט פון זיין הארץ וועקט זיך אויף און ער באקומט א געפיל צו זיך מדבק זיין אינם אייבערשטען דורך מקיים זיין מצוות דאורייתא'ס ודרבנן און צו לערנען תורה וואס איז כנגד כולם.

נאכמער זאגט דער תניא, ס'איז דא נשמות פון יודען וואס זיי קענען נישט אויפוועקן זייער הארץ צו האן געפילען ממש פון אהבה ויראה, זיי זענען מער איינגעהאלטענע יודען זייערע געפילן קומען נישט אזוי שטארק ארויס, [און די סיבה איז ווייל זייער שורש נשמה איז פון תבונה נישט פון בחינת לידה, דאס מיינט אז אזוי ווי ביי א מענטש איז דא א פראצעדור וואס דויערט פאר די מוח זאל אנטוויקלען א געפיל, קודם טראכט מען פון די זאך און נאך א שטיק צייט גייט די מחשבה אראפ מער און מער ווילאנג עס ווערט א געפיל פון דעם. די זעלבע זאך איז למעלה אויך גאנץ כלל ישראל א קומה שלימה, ממילא די נשמות וואס זייער שורש נשמה קומט פון די מקום וואס די מחשבה איז נאך נישט דיוועלעפט געווארען אין א געפיל, זיי זענען מער איינגעהאלטענע מחשבה'דיגע מענטשן וואס זייער געפילן קומען נישט אזוי ארויס בהתגלות, נשמות מעלמא דאיתכסיא].

די יודען אפילו זיי טראכטען אריין די אלע מחשבות וואס דארפן מעורר זיין די געפילען פון אהבה ויראה אבער למעשה צינדט זיך נישט אן זייער הארץ, זיי בלייבן קאלט, איז אויב אזוי קען אזא יוד אמאל טראכטען: די אלע ענינים וואס שטייט אין זוהר הקדוש אז א מצוה אן אהבה ויראה גייט נישט ארויף למעלה, דאס מיינט מיך! מיינע מצוות זענען נישט אויף די מדריגה אז עס זאל ארויף פליען למעלה..

זאגט דער תניא אז עס איז נישט אזוי. ווען די יוד לערנט חסידישע אדער מוסר ספרים און ער פארשטייט אפילו נאר מיט זיין מוח, די גרויסקייט פון הייליגען באשעפער, אז אלעס איז גארנישט כלפי דעם אייבערשטען, און אז אלעס קומט פון דעם אייבערשטען און וועגן דעם וואלט געקומען אז די נפשות פון אלע באשעפענישען וואלטען געדארפט ציען זיך מדבק זיין אין אייבערשטען, אזוי ווייט אז זיי זאלען בעצם וועלן ארויס גיין פון זייער גוף נאר זיך מדבק זיין אין אייבערשטען, נאר היות זיי קענען דאך נישט ווייל זיי זענען דאך יא אין א גוף און חוץ פון דעם זייער מחשבה קען ממילא נישט האבן קיין השגה אין דעם אייבערשטען וואס איז אז אסאך העכער פון א מענטש'ס מחשבה, איז די איינציגע עצה צו מחבק זיין דעם מלך מלכי המלכים דורך די תורה ומצוות וואס דער אייבערשטער איז זיך מלבש אין דעם ווי געלערנט אויבן אין פרק ד' און ה', וועגן דעם איז זייער ריכטיג צו מחבק זיין דעם מלך מיטען גאנצען הארץ, וואס דאס טוט מען מיט דעם וואס מען איז מקיים תורה ומצוות במחשבה וואס דאס איז דורך לערנען און קענען תורה, און דורך דיבור ומעשה.

ווען דער מענטש אפילו ער שפירט נישט די אויבן דערמאנטע געפילען אבער ער איז זיך מעמיק במחשבה אין די אלע געפילען, און 'פיו וליבו שוין' דהיינו ער איז טאקע מקיים בפועל מיט זיין מויל צו לערנען און דאווענען און מיט זיינע איברים איז ער מקיים מצוות אזוי ווי ער פארשטייט מיט זיין הארץ און מוח. דעמאלס איז די מחשבה זיך מלבש אין זיינע מצוות און לימוד התורה און עס ווערט ווי פליגלען פאר די מצוה אז עס זאל ארויף גיין למעלה, פונקט ווי ער זאל ווען האבן בפועל די געפילען פון יראה ואהבה ביז צו כלות הנפש.

און די סיבה דערפאר איז ווייל די מחשבות האט אים למעשה געברענגט צו לערנען און דאווענען און טאן מצוות, און ווען ער לערנט ווען נישט די חסידיש ספר און ער באקומט נישט די מחשבות וואלט ער ווען נישט געלערנט און געדאווענט נאר ער וואלט עוסק געווען אין צרכי גופו, [אפילו אויב בטבע האט ער ליב צו לערנען, אבער ווען נישט די מחשבוות וואלט ער נישט געלערנט ווייל זיין גוף האט ער מער ליב בטבעו, ווי געשמאק לערנען איז, איז נישט לערנען געשמאקער פארן גוף!], ממילא היות די מחשבות האבן אים געברענגט צו תורה ומצוות, זענען די מחשבות די חיות פאר די תורה ומצוות און זיי זענען מעלה די תורה ומצוות לעילא.

דאס איז די פשט פון דעם וואס די חז"ל זאגען מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה, פשוט פשט מיינט עס אז אויב ער קען נישט טאן במעשה, אבער ער האט א גוטע מחשה איז עס כאילו ער האט עס געטאן, אבער אויב אזוי וואלט לכאורה געדארפט שטיין מעלה הכתוב כאילו עשאה, נאר די פשט איז אז מען רעדט ווען ער טוט טאקע יא די מעשה בפועל, נאר עס פעלט די געפילען פון אהבה ויראה, וואס די געפילען היות עס איז אין די הארץ וואס די הארץ איז אויך א גשמי וחומרי, נאר עס איז אביסל מער א העכערע דרגא פון די מצוות מעשיות וואס מ'טוט בידים, ממילא קען עס זיין ווי א נשמה צו די מצוה און עס טראגט עס ארויף אין הימל, אבער אויב מען טוט עס נאר מיט א מחשבה, וואס א מחשבה איז נאך א דרגא העכער ווי די געפיל, דאס איז שוין אביסל העכער פון די עצם מעשה, ממילא וואלט עס נישט געקענט ווערן ווי א נשמה צו די מעשה המצוה און עס ארויף ברענגען אין הימל, אבער דאס מיינט הקב"ה מצרפה למעשה דער אייבערשטער שטעלט עס צוזאם מיטען מעשה און עס האט יא די כח ארויף צו גיין אין הימל.

דער תניא שמועסט דא אויס א וויכטיגע נקודה. אז דאס וואס מיר האבן יעצט געלערנט אז נאר מיט א ריכטיגע געפיל אדער מחשבה גייען די מצוות ארויף אין הימל, דאס רעדט זיך אז די מצוות זאלען ארויף גיין ביז עולם הבריאה, אבער אפילו ווען מען האט נישט קיין ריכטיגע געפיל אדער מחשבה, גייען נאך אלץ די מצוות ארויף אין הימל, דורך די אהבה ויראה וואס זענען באהאלטען אין די נשמה פון א יעדן יוד, אפילו דער יוד פילט עס נישט, נאר דעמאלס גייט עס ארויף נאר ביזן עולם היצירה. וואס ווי באקאנט איז דא ד' עולמות אצילות בריאה יצירה עשייה, אבער אויב האט מען יא די ריכטיגע כונה גייט עס ארויף העכער ביזן עולם הבריאה.

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

פרק י"ז

תגובהדורך האנטעך » פרייטאג יוני 17, 2016 1:47 pm

לויט ווי מיר האבן געלערנט יעצט אין פרק ט"ז פארשטייט מען גוט דעם פסוק כי קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו. וואס לכאורה איז עס זייער שווער צו פארשטיין. איז דען אזוי גרינג צו איבערדרייען דעם הארץ פון תאוות עולם הזה צו אהבת ה', וואס הייסט כי קרוב אליך הדבר מאוד בפיך 'ובלבבך'? און די גמרא פרעגט דאך אטו יראה מילא זוטרתי היא, צו איז דען יראה אזא גרינגע זאך צו ערייכען?, און אויב אזוי איז דאך אוודאי אהבה וואס איז א גרעסער מדריגה, זיכער שווער צו דערגרייכן ווי די גמרא זאגט דאך אז נאר צדיקים איז ליבם ברשותם.

און מ'קען נישט ענטפערן אז אמאליגע צייטען איז עס געווען א גרינגע זאך, ווייל די תורה איז דאך נצחיות, ממילא אויב זאגט די תורה אז עס איז גרינג, מיינט דאס אז אין אלע צייטען איז דאס גרינג.

נאר לויט ווי מיר האבן פריער געלערנט שטימט שוין, טאקע ריכטיגע אהבה ויראה דאס איז גאר א הויכע מדריגה וואס נאר צדיקים זענען צו דעם זוכה. און דאס וואס די תורה זאגט כי קרוב אליך הדבר מאוד, דאס רעדט ער פון 'לעשותו' דאס מיינט די געפילען און מחשבות וואס ברענגט אז דער מענטש זאל טאן די מצוות, אפילו עס איז נישט קיין אהבה ויראה ממש, דאס איז יא א גרינגע זאך פאר יעדער מענטש וואס האט א מוח אין זיין קאפ. ווייל הגם אז געפילען איז שווער צו טוישן אבער מחשבות איז גרינג צו טוישן, אייביג קען מען טראכטען פון וואס מען וויל. ממילא אויב וועט דער מענטש פשוט אנפאנגען צו לערנען ספרי מחשבה און אנפאנגען אריין צו טראכטען אין די גרויסקייט פון הייליגען באשעפער, וועט ער דאך ממילא באקומען א געפיל צו וועלן זיך מדבק זיין אין אייבערשטען דורך מקיים זיין תורה ומצוות. און דאס אז דאך די עיקר פון די מענטש טאן בפועל תורה ומצוות, ווי עס שטייט אין פסוק היום לעשותם, ווייל 'היום' דא אויף די וועלט איז דאך אן עולם המעשה, און למחר אויף יענע וועלט וועט מען שוין זוכה זיין צו האבן בהתגלות די אהבה ויראה אין גן עדן.

די מוח איז שליט אויף די לינקע זייט פון די הארץ און אויפן מויל און אנדערע איברים, ווען ער טראכט די ריכטיגע מחשבות קען די מוח שליט זיין אויף זיין הארץ. נאר אויב איז ער א רשע באמת, אזא רשע וואס ווערן אגערופן אפילו בחייהם מתים, אזעלכע רשעים זענען ברשות לבם, וואס דאס איז אן עונש מן שמים אויף זייערע עבירות אז זייער הארץ זאל זיין פארשטאפט און זייער מוח זאל נישט קענען שולט זיין אויף זיי ר"ל. און פון אזעלכע רשעים האט די תורה נישט גערעדט ווען עס שטייט כי קרוב אליך הדבר מאוד.

ווייל באמת קענען די רשעים טאקע נישט טאן קיין מצוות ומעשים טובים נאר אויב זיי וועלן קודם צוברעכן די קליפות פון זייערע עבירות וואס זענען א מסך המבדיל און א אייזערנע מחיצה וואס איז מפסיק צווישן זיי און זייער טאטע און הימל.

און די וועג וויאזוי זיי זאלען צוברעכן די מסך המבדיל איז דורך דעם וואס זיי וועלן זיך צוברעכן די הארץ מיט א צובראכענקייט אויף זייערע עבירות און אויף זייער מצב ווי זיי האלטען. דורך דעם ווערט צובראכן די קליפות ווי זי זוהר הקדוש (פנחס דף ר"מ, ויקרא דף ה' ודף ח') שרייבט אויפן פסוק זבחי אלוקים רוח נשברה, אז דורך די צובראכן הארץ ווערט צובראכן די רוח הטומאה והסט"א וואס איז דא אויפן מענטש.

דאס ווערט אנגערופן תשובה תתאה, וואס דאס איז אויפהיבן די נשמה פון א יוד וואס איז אריין געפאלען אין די קליפות, דאס געשעהט דורך די צובראכן הארץ וואס א יוד האט, מיט דעם איז ער מעלה די שכינה הקדושה וואס איז אין גלות די ה' תתאה [ דהיינו די ה' אחרונה פון דעם שם הויה וואס איז מרמז אויף די שכינה] וואס די שכינה איז די מקור פון די נשמה און קדושה פון א יוד, וואס ווען א יוד זינדיגט גייט א חלק א ניצוץ פון זיין נשמה אריין אין די קליפות, און דאס איז פשט 'גלו לאדום' ווען א יוד מעשה אדום 'שכינה עמהם' גייט מיט א א ניצוץ פון די שכינה וואס געט די חיות פאר זיין נפש און רוח אלוקות שבתוכו, וואס ווען ער זינדיגט איז ער מושל די קליפה שבתוכו זיין יצה"ר וואס איז אין זיין לינקע זייט אויף זיין נפש אלוקות, און זיין נשמה איז אין גלות ביי אים און ער שפירט איר נישט, ממילא קען ער זיך נישט אויפהייבן צום אייבערשטען.

אבער ווען דער יוד צוברעכט זיך זיין הארץ פארן אייבערשטען צוברעכט ער מיט דעם זיין רוח הטומאה וואס איז אין זיין לינקע זייט און זיין נשמה גייט ארויס פון די טומאה, נאכדעם גייט ער שוין ארויס מבחינת רשע, יעצט ווערט שוין ביי אים אויך נתקיים דעם כי קרוב אליך הדבר מאוד!

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

הקדמה צו פרקים י"ח-כ"ה

תגובהדורך האנטעך » זונטאג יוני 19, 2016 9:29 pm

אין די קומענדיגע פרקים גייט דער תניא רעדן פונם פשוט'ן יוד וואס זאגט, איך ווייס נישט וואס דו רעדסט.. חסידישע ספרים.. יראה אהבה.. כלות הנפש.. וואס ווייס איך? איך בין א פשוטע יוד טרוד על המחיה ועל הכלכלה!

פרעגט דער תניא וויאזוי איז מען מסביר דעם כי קרוב אליך הדבר מאוד אפילו פאר אזא יוד וואס נוצט נישט זיין קאפ אויף צו טראכטען די גרויסקייט פון אייבערשטען אז ער זאל פארשטיין די סוגיות פון אהבה ויראה?

אויף דעם ענטפערט דער תניא באריכות א תירוץ. איך וועל עס קודם דא אויסשמועסן בקצרה און נאכדעם וועלן מיר צוגיין לערנען די פרקים תניא מיט די גאנצע אריכות.

דער תניא זאגט א מורא'דיגע יסוד. יעדער יוד זאל וויסן אז מצד זיין נשמה איז שוין אינעווייניג די אהבה ויראה, ממילא דער יוד דארף זיך אויסלערנען די וועג וויאזוי צו טראכטן.

סתם א יוד טראכט וואס בין איך שוין דען וואס א שייכות האב איך צו קדושה? אבער דאס איז נישט די ריכטיגע וועג צו טראכטן, ווייל דעמאלס שפירט נישט דער יוד דעם כי קרוב אליך הדבר מאוד.

נאר דער יוד דארף פארשטיין אז ער האט אין זיך א נשמה וואס ציעט נאר צו איין זאך: צו קרבת ה' און גארנישט חוץ פון דעם וועט אים צופרידן מאכן! און אויב וועט ער עס יא האבן דאס איז די איינציגסטע זאך וואס וועט אים צופרידן שטעלן. פארוואס? ווייל יעדע זאך ציעט צו זיין שורש בטבע, אזוי ווי פייער ציעט אויף ארויף צו זיין שורש, צו די יסוד האש וואס איז למעלה, די זעלבע זאך ציעט יעדער יוד צו זיין שורש וואס דאס איז דער אייבערשטער און ער וויל זיך מדבק זיין אין אים.

ווי דער תניא שמועסט אויס באריכות אז מען קען זיך ברענגען א ראי' אויף דעם פון דעם וואס דער יוד איז זיך גרייט מוסר נפש זיין אויף קידוש השם, נישט צו דינען עבו"ז זעהט מען דאך אז טיף טיף וויל ער נישט אנדערש ווי דינען דעם אייבערשטען, נאר סתם אזוי שפירט עס נישט דער מענטש ווייל זיינע מחשבות און געפילען זענען נישט ביזי מיט עבודת השם. וועגן דעם נאר ווען מרירט אים אן די פינטעלע יוד ווערט אויפגעוועקט זיין נשמה וואס שלאפט כסדר. ווי מיר וועלן בעסער לערנען די סוגיא שפעטער.

דאס איז די ערשטע יסוד וואס דער תניא שמועסט אויס באריכות אין די פרקים י"ח און י"ט.

נאכדעם גייט דער תניא נאך א טרעפל. און איז מסביר באריכות די ענין אז דער אייבערשטער געבט יעדע רגע א חיות פאר די בריאה. און דער תניא איז עס מסביר מיט די חבד'סקע טיפע שפראך. אין די פרקים כ- כב.

נאכדעם איז דער תניא מסביר במתק לשונו (אין די פרקים כ"ג כ"ד) אז די איינציגסטע וועג ווי אזוי א יוד קען מקבל זיין חיות פון דעם אייבערשטען איז דורך טאן מצוות ומעשים טובים. מה שאין כן דורך עבירות איז זיך א מענטש מפריד פון זיין חיות און שורש, וועגן דעם איז זיין אינערליכע איך וואס קומט פון די נשמה, נישט צופרידן ווען דער מענטש זינדיגט ווייל ער רייסט זיך אפ פון זיין מקור החיות.

און אין פרק כ"ה פירט דער תניא אויס די שפיץ, אז ווען א יוד אידענטיפיצירט זיך מיט זיין נשמה, דהיינו ער גלייבט אז "איך בין באמת גוט! נישט קיין חילוק אויב איך שפיר עס יא אדער נישט! איך בין נישט צופרידן פון עפעס אנדערש נאר פון תורה ומצוות! און וועגן דעם ווען איך וועל האבן א נסיון פון שמד וועל איך מיך לאזען אריין ווארפן אין פייער ווי איידער צו עובר זיין! ווייל איך וויל זיך נישט אפרייסן קיין איין מינוט פון מיין מקור החיים!"

אזא יוד ווערט ביי אים גרינג עבודת השם, ער פאנגט אן צו גלייבן און פילען אז יא איך בין א ערליכע יוד! איך בין א יוד וואס האט חיות נאר פון תורה ומצוות און פון גארנישט אן אנדערע זאך! דער יוד וואס אידענטיפיצירט זיך מיט זייין נשמה, אזא יוד פילט מיט די צייט אז יא! כי קרוב אליך הדבר מאוד!

קומט אויס אז דער יוד אנשטאט ער זאל נוצן זיין שכל אויף צו פארשטיין די אלע טיפע ענינים, קומט אן צו די זעלבע מדריגה מיט זיין אמונה און תמימות.

(א אינטרעסאנטע זאך. אז ווען דער תניא קומט מסביר זיין די עבודה פו דעם פשוטען יוד, פונקט דעמאלס איז ער מאריך אין טיפע סוגיות מער ווי גאנץ תניא..

ס'קען אפשר זיין, ווי באקאנט האט דער ראפשיצער רב ז"ל געזאגט אז צו זיין א תמים דארף מען זיין א גרויסע חכם, קען זיין אז היות דער תניא גייט יעצט מסביר זיין די עבודת השם פון א תמימות'דיגער גלויביגער יוד, איז ער עס מסביר אזוי גוט אז דער גרעסטע חכם זאל זיך אויסלערנען וויאזוי מען ווערט א תמים, ווי דער בעש"ט האט געזאגט נאך אלע מדריגות לייג איך אלעס אוועק און איך בין א נאר וואס גלייבט, דהיינו נאך דעם וואס איך פארשטיי וואס א יוד איז, דעמאלס בין איך א נאר און איך גלייב.

ווייל דער וואס לעבט נאר מיט גרויסע השגות, שפירט ביי זיך אז בעצם איז 'ער' נישט דערהויבן, נאר ווען ער נוצט זיין שכל איז זיין זכל אים משכנע אז ער זאל זיין א ערליכע יוד, ווי מיר האבן געלערנט אויבן פון דעם בינוני, אבער דער תמימות'דיגער יוד גלייבט אז אייביג איז ער ערליך און וויל זיין דבוק צום אייבערשטען, קומט אויס אז דער תמימות'דיגער יוד איז אויף א גרעסערע דרגא ווי דער בעל השגה מיט דעם וואס ער ברענגט די מדריגות אראפ אין פשוטע'ן לעבן אן קיין השגות נאר מיט אמונה אין קדושת נשמת ישראל.)

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

פרק י"ח

תגובהדורך האנטעך » דינסטאג יוני 21, 2016 2:01 pm

אויף צו בעסער פארשטיין די פסוק כי קרוב אליך הדבר מאוד, דארף מען וויסן אז אפילו די וואס האבן נישט אזא טיפען פארשטאנד אין ידיעת ה' און זיי קענען זיך נישט מתבונן זיין אין די גרויסקייט פון דעם אייבערשטען אזוי שטארק אז עס זאל ביי נתעורר ווערן אהבה ויראה אפילו נאר אין זייער קאפ, אז זיי זאלען עכ"פ פארשטיין אז זיי דארפן ווען האבן אהבה ויראה.

אבער עכ"ז איז פאר זיי אויך זייער נאנט די זאך אז זיי זאלען אפהיטען און טאן די מצוות התורה ובפרט מצות תלמוד תורה שכנגד כולן, מיטן מויל און מיטען נקודה הפנימי שבלב וואס אונז האבן באקומען בירושה פון אונזערע עלטערן, וואס אין אונזער הארץ איז דא א שטארקע אהבה ויראה צום אייבערשטן נאר עס איז באהאלטען פון אונז.

לאמיר קודם גוט פארשטיין וואס איז די טיפע אהבה וואס מיר האבן אין אונזער הארץ, און אויך וויאזוי איז נכלל אין איר יראת שמים, און וויאזוי מיר האבן עס באקומען בירושה.

ווי באקאנט ווערן די אבות אנגערופן מרכבה, ווי דער תניא איז שפעטער מסביר אין פכ"ג אז דאס מיינט אז זייער מציאות איז געווען בטל צו טאן נאר רצון ה' ממילא האט די שכינה בפועל גערוהט אויף זיי כסדר. און וועגן דעם האבן זיי זוכה געווען צו ממשיך זיין א נשמה פאר זייערע קינדער פון די עשר ספירות דקדושה וואס דאס זענען הנהגות מיט וואס דער אייבערשטער פירט די וועלט.

נאר אזוי ווי די התגלות פון די עשר ספירות די דרכי ההנהגה פונם אייבערשטען איז נישט איבעראל גלייך, עס ווענדט זיך לויט די לויטערקייט פון די מקבל, און באופן כללי ווערט עס איינגעטיילט אין ד' עולמות אין אצילות זענען די ספירות בגילוי אויף א מורא'דיגע מדריגה און אין בריאה אביסל ווייניגער, און אין יצירה נאך ווייניגער און אין עשיה נאך ווייניגער. אבער בכל אופן היות עס איז למעשה די הנהגה פונם אייבערשטען איז עס קשור צו די העכערע עולם אויך, דאס מיינט סוף כל סוף אפילו אין עולם עשיה שפירט זיך נישט די קדושה פון די הנהגה פון אייבערשטען, אזוי שטארק ווי אין אצילות, אבער סוכ"ס איז עס די זעלבע הנהגה נאר מיר קענען עס נישט שפירען.

ממילא אזוי ווי די אבות האבן זוכה געווען צו ממשיך זיין די נשמת ישראל פון די השפעה פון די ספירות הקדושים קומט אויס אז יעדע יוד האט א נשמה וואס איז מקושר צו די העכסטע מדריגה אין די קדושה וואס איז דא וואס דאס ווערט אנגערופן ספירת החכמה שבאצילות, נאר אויף וויפיל דער יוד זאל בפועל שפירען די קדושה דאס איז שוין דא אסאך מדריגות לויט זיינע מדריגות און צדקות. ווי אויך אין די נשמה אליינס איז דא עכ"פ דריי מדריגות נפש רוח ונשמה, וואס נישט יעדער איז זוכה צו אלע פון זיי. עכ"פ אפילו דער נידריגסטער יוד איז ממשיך פאר זיינע קינדער א נשמה פון נפש שבנפש דמלכות דעשיה, וואס דאס איז די נידריגסטע מדריגה אין די קדושה.
אבער היות אלע ספירות זענען דאך מקושר און אויך כלול איינס פון אלע, וואס ווי געשמועסט גייט אלעס אין די קדושה אזוי ווי די סנה ביים בארג סיני אז יעדע שטיין האט א סנה און ווען מ'צעטיילט דעם שטיין איז דא אויף יעדע האלב א גאנצע סנה, ווייל אלעס וואס איז דא אין די כלל איז דא אין די פרט. די זעלבע זאך איז אין די נידריגסטע נשמה כלול די העכסטע מדריגה.

[ווי דער תניא איז עס מפרט: אין די נשמה פון נפש דנפש דמלכות דעשייה, איז דא א חלק פון חכמה דעשייה, וואס דאס איז די העכסטע דרגא פון די נידריגסטע עולם, וואס אין דעם איז דא חכמה דמלכות דאצילות וואס דאס איז די חכמה פון די נידריגסטע דרגא פון אצילות וואס אין דעם איז כלול אויך חכמה דאצילות וואס דאס איז די גרעסטע מדריגה, וואס אין איר שיינט די אור א"ס ממש ווי עס שטייט ה' בחכמה יסד ארץ, וכולם בחכמה עשית, דהיינו אז אפילו אין די נידריגסטע מדריגות איז דארט אויך דא די העכסטע מדריגה וואס ווערט אנגערופן חכמה].

קומט אויס אז דער אור א"ס איז מלובש אין די חלק החכמה פון יעדע יודישע נשמה, זאל ער זיין ווער עס איז, אפילו די נידריגסטע יוד! [און אמאל קען אויסקומען אז א נידריגע יוד זאל ממשיך זיין א הויגע נשמה וואס איז געווען אריין געכאפט אין די עמקי הקליפות, ווי דער אריה"ק שרייבט אין ספר הגלגולים].

יעצט די נשמה פון א יוד האט אין זיך צוויי חלקים, איין חלק איז די אור מקיף וואס איז נישט דוקא אויף איין פלאץ ווי אין די מוח אדער אין די הארץ נאר עס נעמט ארום און איז מחיה די גאנצע מענטש פון זיין קאפ ביז זיין פוס. און א אנדערע חלק איז די אור פנימי וואס די חלק נשמה איז אויסגעשטעלט לויט די גוף פון די מענטש, איין חלק איז מחיה די קאפ, און מאכט אים טראכטען ווי געשמועסט אנפאנג תניא איז דא דריי חלקים אין די מחשבה חב"ד און אין די הארץ איז דא די חלקי הנשמה חג"ת וואס איז אויף די געפילען, און נאכדעם איז דא נה"י וואס דאס איז די כח אויף צו טאן פעולות.

די בחינה פון חכמה דאס איז די אור מקיף וואס איז מחיה די גאנצע מענטש, אזוי ווי עס שטייט והחכמה תחיה בעליה. די חכמה דאס איז די מקור השכל, (די סאבקאונטשעס) וואס איז העכער ווי דער מענטש'נס פארשטאנד. און וועגן דעם הייסט עס חכמה וואס איז נוטריקין כ"ח מ"ה א כח וואס איז גארנישט דהיינו מיר קענען כאפן אז עס מוז זיין אזא כח אבער מיר קענען עס נישט אנכאפען מט השגה.

(ווי באקאנט די שאלה ווער איז די איך פון די מענטש? ווען איינער פילט אדער טראכט עפעס איז צוזאם געשטעלט פון צוויי חלקים די חלק פון די זאך וואס ער טראכט אדער פילט און די חלק זיך וואס טראכט אדער פילט, היודע המדע והידוע, אבער אן די טראכטען אדער פילען קען דער מענטש אויך נישט פילען דעם זיך, קומט אויס אז מ'קען נישט פילען דעם זיך, אבער מ'ווייסט אז עס איז דא ווייל מיט אלעס קומט ער מיט, והדברים עתיקין).

טאקע ווייל עס איז אינדרויסן און איז נאר מקיף אויף די מענטש, דאס איז די סיבה פארוואס דער אור א"ס איז זיך מלבש אין דעם, אויב וואלט מען יא געהאט א השגה אין דעם וואלט דער אור א"ס נישט גערוהט דארט ווייל לית מחשבה תפיסא ביה כלל.

די נקודה פון חכמה דאס איז די פינטעלע יוד, די אמונה וואס ליגט בתולדה אין יעדע יודישע נשמה, וואס יעדער יוד אפילו די פרויען און עמי הארץ האבן די אמונה אין אייבערשטען וואס איז העכער פון יעדע הבנה.
ווי עס שטייט פתי יאמין לכל דבר וערום יבין, א נאר גלייבט און א חכם פארשטייט, און כלפי די השגה אין אייבערשטען, וואס איז דאך למעלה מן הדעת, איז דאך יעדער א נאר וואס גלייבט, אזוי ווי עס שטייט ואני בער ולא אדע, בהמות הייתי עמך, ואני תמיד עמך, ווייל איך בין א נאר און איך פארשטיי נישט, ווי א בהמה לאז איך מיך פירען פון דיר, וועגן דעם ואני תמיד עמך בין איך שטענדיג מיט דיר! ווייל די נקודת אמונה איז אייביג דא אפילו מ'איז א נאר אדער אין סיי וועלכע מצב מ'איז די אמונה איז אייביג דא!

(און לויט דעם תניא וואס איז די מצוות ידיעת ה' וידעת היום, און וואס איז די חלק פון אמונה פתי יאמין לכל דבר זעה אין אנפאנג מצוות האמנת אלוקות פון דרך מצוותיך).

וועגן דעם אפילו די קל שבקלים און פושעי ישראל זענען זיך גרייט צו מוסר נפש זיין אויף קדושת ה' על פי רוב, און זענען גרייט צו ליידען יסורים קשים אבי נישט צו כופר זיין אין איינציגען גאט, אפילו זיי זענען בדרך כלל בורים און עמי הארץ וואס ווייסן גארנישט וועגן די גרויסקייט פון באשעפער, און אפילו אין די קליין ביסל וואס זיי ווייסן יא זענען זיי זיך נישט מתבונן בכלל, זיכער נישט אז וועגן זייער התבוננות זאלען זיי זיך מוסר נפש זיין, נאר אן קיין שום התבוננות אדער שכל זענען זיי זיך מוסר נפש, ווייל עס איז נישט שייך פאר זיי יא צו כופר זיין אינם אייבערשטען ח"ו, אן קיין שום הסבר נאר סתם אזוי ווייל זיי קענען נישט!

וואס איז די סיבה? נאר די אור ה' וואס איז מאיר אויף זייער נשמה, און איז מחיה זייער נפש און איז מלובש אין די נקודת חכמה וואס איז אין זייער נפש, וואס איז העכער פון פארשטאנד, דאס לאזט זיין נישט כופר זיין, נאר עס שטופט זיי זיך מוסר נפש זיין על קדושת השם.

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

פרק י"ט

תגובהדורך האנטעך » דאנארשטאג יוני 23, 2016 9:56 am

צו בעסער פארשטיין די פנימיות פון יעדע יודישע נשמה, וואס איז זיך גרייט שטענדיג מוסר נפש צו זיין, דארפן מיר פארשטיין דעם פסוק נר ה' נשמת אדם, וואס איז די צושטעל פון א נשמה צו ליכט? נאר פונקט ווי די פייער פון דעם ליכט שאקלט זיך ווען עס ברענט, און די סיבה איז ווייל עס ציעט אויף ארויף צו זיין שורש וואס איז די יסוד האש וואס איז אונטערן גלגל הירח, און די ליכט וויל זיך אפטיילען פון די קנויט און זיך מדבק זיין צו זיין שורש, ווי עס שטייט אין ע"ח, אפילו אויב וועט ער זיך מדבק זיין צו זיין שורש און זיך אפטיילען פון די קנויט וועט עס דאך מער נישט ברענען, און אויבן אין די יסוד האש וועט ער דאך בטל ווערן אינגאנצען, (ווי א טראפן וואסער וואס פאלט אריין אין ים ווערט בטל צו דעם ים, די זעלבע זאך וועט די כח האש בטל ווערן צום יסוד האש, נאר עס וועט מער נישט ברענען ווייל די יסוד האש איז נאר א כח האש עס ברענט נישט), עכ"ז די טבע פון פייער איז אז עס ציעט אויף ארויף צו איר שורש.

די זעלבע זאך ציעט די יודישע נשמה אויף ארויף צו איר שורש און וויל בטבע זיך אפטיילען פון דעם גוף און זיך מדבק זיין אין איר שורש וואס דאס איז דער אייבערשטער דער חי החיים ב"ה, אפילו דארט וועט זי זיין בטל במציאות און עס וועט גארנישט בלייבן פון איר אלטע מציאות, עכ"ז ציעט זי בטבע צו איר שורש. די ווארט טבע איז א לשון המושאל אויף יעדע זאך וואס איז נישט מיט קיין כונה געמאכט, נאר אזוי קומט עס, די זעלבע זאך קען מען עס נוצען אויף די צמאון פון א יודישע נשמה וואס קומט נישט מחמת שכל ודעת, נאר איז העכער פון שכל און מחמת הטבע ציעט זי צום אייבערשטען, און דאס איז וועגן די בחי' חכמה שבנפש וואס איז העכער שכל און פארשטאנד וואס דארט רוהט דער אור אין סוף ב"ה.
...

און דאס איז א כלל גדול אז קדושה איז נישט קיין מציאות פאר זיך אליינס, א כוחי ועוצם ידי, נאר פארקערט די קדושה מעסט זיך לויט וויפיל עס איז בטל און איז מקבל פון דרגת חכמה וואס וואס איז די מקור הקדושה און ווערט אנגערופן קודש העליון, וואס חכמה איז בל במציאות צו די אור א"ס וואס איז מלובש אין איר און געט איר חיות און השפעות טובות. אבער פאר זיך אליינס איז עס גארנישט, און וועגן דעם ווערט זי אנגערופן חכמה וואס איז נוטריקין כ"ח מ"ה א כח וואס איז גארנישט פאר זיך אליינס נאר וויפיל זי איז מקבל פון אייבערשטן.
וועגן דעם איז די גאנצע כח הקדושה געבויעט אויף בטחון און דבקות און תפילה והודאה, וואס דאס אלעס ברענגט ארויס אז אן דעם אייבערשטען קעען מען גארנישט און מען האט גארנישט, און מיט דעם אייבערשטען האט מען אלעס.

משא"כ די כח הקליפה און סט"א, וואס די נפשות אומות העולם קומען פון דארט, איז פונקט פארקערט, וואס ארבעטען און טראכטען נאר פון זיך און זאגן 'הב הב' געב געב און 'הלעיטנו' שטאפ מיר אן, ווייל זייער גאנצע מציאות איז אז זיי זענען א 'עפעס' און א זאך פאר זיך. און וועגן דעם ווערן זיי אנגערופן מתים, ווייל זיי זענען אפגעריסן פון די מקור החיים די בחינת חכמה וואס 'החכמה תחיה' און ס'שטייט ימותו ולא בחכמה, אז עס איז נישט שייך קיין מיתה אין בחי' חכמה, ווייל חכמה איז קאנעקשאן צו חי החיים ואתם הדבקים בה"א חיים כולכם היום! משא"כ די גוים וואס זענען זיך 'אליינס מסדר' זענען אפגעריסן פון די מקור החיים און זיי ווערן אנגערופן מתים.

יעצט די רשעי ישראל, פאר זיי קומען צו צו די נסיון פון קידוש השם, שלאפט נפש אלוקות, ווייל די מדריגת חכמה איז דאך אנדרויסן פון דעם מענטש דער מענטש קען עס דאך נישט פילען ווייל ער האט נישט קיין כלי, און פון בינה און אראפ וואס אויף דעם איז יא דא כלים אין די מענטש, בינה דעת אין די קאפ און חג"ת אין די הארץ וכו', איז דאך אונטערגעדרוקט אונטער די נפש הבהמי וואס איז אין די לינקע זייט פון די הארץ, וואס באנוצט זיך מיט די אלע כלי הנפש פאר איר געברויך און זיין מוח הארץ און כלי מעשה טוען נאר וואס דער נפש הבהמי וויל, ממילא איז די חלק נשמה 'חכמה' וואס אין איר איז מלובש די ניצוץ אלוקי פון די אור א"ס ב"ה, וואס איז מחיה א גוף וואס זינדיגט ליידער א גאנצן צייט, ליידער אין גלות, און דאס איז די סוד פון גלות השכינה!

וועגן דעם ווערט די אהבה וצמאון וואס זייער נשמה האט אינעווייניג אנגערופן מיטן נאמען אהבה מסותרת, א באהאלטענע אהבה וואס אינעוויניג ציעט עס צום אייבערשטען אבער דער יוד פילט עס ליידער נישט ווייל עס איז מכוסה מיט א דיקן שק פון קליפה, וואס פון די זאק קומט אריין אין די מענטש א רוח שטות וואס ברענגט אים צו זינד, ווי עס שטייט אין אדם חוטא אא"כ נכנס בו רוח שטות!.

נאר די גלות איז נאר פאר די חלק חיות וואס די חכמה שפרייט זיך אויס, אויף מחיה צו זיין די גוף, אבער די עצם חלק חכמה וואס איז העכער פון די גוף, די חלק איז נישט אין גלות, נאר עס איז אין די מוחין, אין די סאבקאונטשעס, און עס בבחינת שינה, דהיינו עס שלאפט, און עס האט נישט קיין וועג צו אריין קומען אין די גוף פון דעם רשע ווייל אלע כלים זענען שוין ביזי מיט דעם נפש הבהמי וועגן דעם שלאפט ער זיך רואיג אויבן בבחינת אור מקיף.

אבער ווען דער יוד קומט צו צו א נסיון אין די עקרי אמונה וואס דאס איז למעלה מטעם ודעת, נאר איז פון די יסודות און שרשים פון א יוד, דעמאלס רירט עס אן ביז צו די מדריגה חכמה וואס איז טיף אין די דיענעי פון א יוד, און דעמאלס וועקט זיך עס אויף פון איר שלאף, און עס ארבעט און ברענגט אריין א כח פון מס"נ אין דעם יוד, מצד די אור א"ס וואס ליגט אין איר, ממילא היות די אא"ס געפונט זיך אין דעם יוד, פילט דער יוד אז זיין מציאות איז אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, און ווען מ'צווינגט אים כופר צו זיין ח"ו, וועקט זיך אויף זיין מציאות און איז גרייט אויף זיך מבטל זיין פאר איר שורש, און נישט ח"ו זיך אפרייסן.

און דאס איז די כונת הפסוק ויקץ כישן ה', אז דער אייבערשטער האט זיך אויפגעוועקט כאילו ער איז געשלאפן דאס גייט ארויף אויף די כח פון אלוקות וואס איז דא אין יעדע יודישע נשמה, וואס וועקט זיך אויף און געבט דעם כח צו עומד זיין בנסיון אין אמונת ה' און קיין טעם ודעת, און אן קיין שכל וואס ער זאל פארשטיין פארוואס ער זאל יעצט אויפגעבן אויף זיינע תאוות עולם הזה, וואס ער האט במשך אלע יארען זיך צוגעוואוינט צו זיי באיסור ובהיתר, און יעצט פלוצלינג איז ממאס אין אלעס, און איז איז בוחר אין דעם אייבערשטען לחלקו ולגורלו, און איז גרייט זיך מוסר נפש זיין אויף קידוש השם. אין די צייט וואס במשך א גאנצן לעבן האט ער נישט געהאט די כח צו ביישטיין קעגן דעם יצר הרע ווי עס שטייט רשעים ברשות לבם, עכ"ז ווען מ'רירט אן די פינטעלע אמונה, דעמאלס וועקט זיך אויף די כח החכמה וואס אין איר איז מלובש דעם אוא"ס, און עלע קליפות ווערן בטל אזוי ווי עס איז קיינמאל גארנישט געווען, ווי עס שטייט כי כל הגוים כאין נגדו, און כי הנה אויביך יאבדו יתפרדו וגו', און כהמס דונג מפני אש יאבדו, און הרים כדונג נמסו, וואס די אלע פסוקים ברענגען ארויס אז כלפי דעם אייבערשטען און כלפי יעדע כח אלוקות, ווערן די קליפות בטל ווי וואקס צוגייט אין פייער.

די אור א"ס וואס איז מלובש אין חכמה איז אזוי שטארק אז עס האט דעם כח צו פארטרייבן דעם יצה"ר אויך פון זיינע לבושים וואס דאס איז די מחשבה דיבור ומעשה פון עניני אמונה אין איינציגען באשעפער, דהיינו אויב א מענטש וועט האן א נסיון אפילו נאר צו טאן עפעס א מעשה קעגן די אמונה ווי זיך ביקען צו עבו"ז אפילו אין זיין הארץ גלייבט ער נישט אין דעם, אדער נאר צו ארויס זאגען מיט זיין מויל עפעס קעגן אחדות ה', וועט ער זיך מוסר נפש זיין און נישט עובר זיין אויף דעם, און דאס איז ווייל אין די אהבה וואס איז דא אין די נפש אלוקות וואס ציעט צום אייבערשטען איז אויך דא יראת שמים, נישט צו אנרירן ח"ו אפילו אין די עק פון די טומאת ע"ז אפילו נאר במעשה אדער בדיבור, אפילו אין זיין הארץ גלייבט ער. (זעהט אויס אז די עצם זאך איז מחמת אהבה ער וויל זיך נישט אפרייסן, אבער בדיבור און במעשה וואלט מחמת אהבה נאך נישט געדארפט אויפפלאקערן די נשמה אלוקות ווייל ער ער מיינט עס דאך נישט ערנסט, נאר מחמת די יראת שמים פלאקערט זיך אויף זיין נשמה אפילו ווען עס קומט נאר צו צו מחשבה ודיבור).

[צוויי הערות לענ"ד: איינס: די סיבה פארוואס מען זעהט אז למעשה זענען יא דא אפיקורסים אין כלל ישראל, הגם דער תניא איז מדייק אז רוב כלל ישראל זענען זיך מוסר נפש, אבער אונז גלייבן דאך אז יעדער יוד האט אין זיך א חלק אלוק ממעל ממש, און אפילו דער ערגסטער יוד קען אייביג תשובה טאן, ווי די חסידישע ספרים זענען מאריך אין דעם. נאר עס קען אפשר זיין, דער בני יששכר איז מאריך אין דר"פ בשם מהר"י יעבץ אז אין די צייטען פון גירוש שפאניע האבן זיך די נשים ותמימי לב מוסר נפש געווען און די קלוגע חוקרים האבן זיך נישט מוסר נפש געווען, און ער איז מסביר אז די וואס האבן שוין אריין געברענגט אין די שכל זייערע די ענין פון אמונה, איז עס שוין געווארען א חלק פון טעם ודעת ממילא האט זיך די נשמה שוין נישט אויפגעפלאקערט ביי זיי, משא"כ די וואס רירן עס נישט צו בלייבט עס א ריינע חלק פון די נשמה.

(און הגם דער דרך פיקודיך (מצוה י"א) אליינס שרייבט אז פון לערנען די ספרי הראשונים אין די ענינים [פאר די וואס דארפען אנקומען דערצו] קען נישט שאטען, ווייל זיי האבן עס געשריבן בקדושה, און טאקע די גדולי הדור ווי דער אברבנאל ווא האט געמאכט טיפע חקירה'שע ספרים איז יא בייגעשטאנען די נסיון כידוע ועוד כמה וכמה, קען אפשר זיין ר' סעדיה גאון שרייבט אין זיין הקדמה אז הגם מחמת אמונה גלייבט ער דאך שוין, און בפרט נאך מעמד הר סיני, (וואס די וואס האבן חולק געווען אויף חקירה ווי דער כוזרי גייען שטארק מיט די מהלך ווי עס איז אויסגעבויעט פון די פסוקי התורה אין דברים, השמע עם קול אלוקים חיים מדבר מתוך האש ויחי וגו') נאר היות די דור איז פיל מיט אפיקורסישע קשיות, און היות ער גלייבט אזוי שטארק אז עס איז נישט מעגליך אז דער אייבערשטער וואס האט געגעבן די תורה, זאל מאכן אז אין די וועלט זאל זיין א קושיא וואס פרעגט אפ די תורה, דאס געט אים די כח צו חוקר זיין ווייל ער ווייסט אז ער וועט האבן א תירוץ אויף אלע קושיות, און ער טייטשט אויס די פסוקים אין ירמי' אני ראשון ואני אחרון וגו' אז דער אייבערשטער זאגט אז מען זאל זיך נישט דערשרעקן פון די אלע גוי'אישע אפקורסישע טענות ווייל אונז האבן א באשעפער וואס האט באשעפן די וועלט און אוועק געשטעלט די חוקות שמים וארץ, אלע געזעצן פון די יוניווערס, און ער זאגט שרעקט זיך נישט פון די אפיקורסישע טענות ווייל איך האב אלעס באשאפן אלס א באווייז אז עס דא א באשעפער, און קיין שום זאך קען נישט אפפרעגן די ריינע אמונה. קומט אויס אז די חקירה זייערע איז געווען נאכדעם וואס זיי האבן שוין געגלייבט!)

צווייטע הערה: עס איז דא אזא זאך אז ערליכע מענטשן פילען זיי האבן מחשבות פון ספיקות אין אמונה אדער יצרי עבו"ז, די זאכן זענען אבסעסי"ס און אוסידי, אדער א ווייטאג וואס די נפש וויל אויפשאקלען דעם מענטש אז עפעס איז ראנג, (ווי באקאנט די מעטאד פון ד"ר סארנא) ווי די מומחים זאגען אז עס איז דא אסאך קעיסעס פון דעם און מען דארף עס טריטען ווי יעדע אוסידי, און די מציאות האט געוויזען אז מיט אביסל התישבות און צופרידנקייט אין נפש, גייען די אלע קשיות און ספקות אוועק, אן דארפן בכלל אנקומען צו טיפע אמונה שמועסן].

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

הקדמה לפרק כ'.

תגובהדורך האנטעך » זונטאג יוני 26, 2016 12:24 pm

כדי צו פארשטיין די קומענדיגע פרקים וועל איך קודם ברענגען אלס אן הקדמה דאס וואס דער תניא איז זייער שיין מסביר אין די ערשטע פרקים אין שער היחוד והאמונה.

דאס איז א באקאנטע כלל אין חסידישע ספרים אז אלעס האט א ניצוץ הקדוש וואס איז מחיה די זאך, וואס פונקטליך איז די ניצוץ הקדוש, דאס וועלן מיר יעצט לערנען וויאזוי די תניא איז עס מסביר.

דער הייליגער בעש"ט האט געטייטשט לעולם ה' דברך ניצב בשמים, באשעפער! אייביג שטייען דיינע ווערטער יהי רקיע אין הימל, און די אותיות איז מחיה די הימל שטענדיג, וואס אויב זאל די ווערטער יהי רקיע זיך אפטוען פונם הימל וועט עס גלייך ווערן צוריק צו גארנישט.

דהיינו דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט יש מאין, וואס הייסט עס איז גארנישט געווען אין דער אייבערשטער האט באשאפן א וועלט פון גארנישט מיט גארנישט. אנדערש ווי מיר מאכן זאכן יש מיש פון זאכן וואס זענען שוין דא, פון ערד מיט וואסער מאכט מען ליים וכדומה, נאר דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט פון גארנישט. נאר מיט די ווערטער יהי רקיע מיט דעם איז געווארען א הימל.

דאס איז זיכער אז דער אייבערשטער האט נישט קיין מויל, און ווערטער איז א מושג נאר נאכדעם וואס ס'איז דא א בריאה, נאר דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט מיט געוויסע רוחניות'דיגע כחות, און אלס משל רופט מען עס אן דיבורים און מאמרות. ווי דער תניא וועט שפעטער מסביר זיין בעסער די פשט פון די משל.

און היות דער אייבערשטער האט געוואלט געבן די כחות הבריאה פאר כלל ישראל אז זיי זאלען זיין שותפים למעשה בראשית, האט ער געגעבן א הענטל אנצוכאפן די כחות ער האט געמאכט א לינק צו די כחות, און דאס איז די אותיות התורה, וואס ווען איינער זאגט די אות א' כאפט ער אן, ער לינק"ט די כח פון די אות א', און אזוי ווייטער.

עס איז דא אסאך מיני כחות אין די בריאה און ממילא אויך אסאך מיני אותיות, די כלל איז אז די גרויסע כחות איז אין די אותיות אליינס, און די השתלשלות און די קלענערע כחות זענען אין די גימטריות און אין די ראשי וסופי תיבות, עס איז גאנצע סוגיות אין קבלה פון דעם ספר יצירה און ווייטער וואס זענען עוסק אין די סוגיות פון אותיות התורה. (דער תניא אין סוף שער היוה"א רעדט אויך פון דעם).

די כח הקדושה פון די אותיות התורה איז נאך אלס דא אין די בריאה און איז נאך אלץ מחיה און מהוה די וועלט, און אן דעם וואלט עס גלייך געווארען לתוהו ובוהו. ווייל אנדערש ווען א מענטש בויעט א בנין, דארף דער מענטש נישט בלייבן אנהאלטען דעם בנין, נאר ער קען אוועק גיין און די בנין שטייט אליינס. דאס איז ווייל ער גיבט נישט די כח פאר די בנין צו בלייבן שטיין, נאר די בנין איז יש מיש, די ליים דאס איז די כח די בנין זאל בלייבן שטיין, דער מענטש איז נישט מער ווי די שדכן ער שטעלט צוזאם די חומרים אז די בנין זאל שטיין, און אה"נ אויב די ליים זאל אוועק גיין, וועט די בנין טאקע נישט בלייבן שטיין.

די אותיות התורה דאס איז די כח המחיה והמהווה די וועלט, דאס איז די ליים, די עצם כח וועגן דעם מוז עס כסדר בלייבן כדי די וועלט זאל האבן א קיום. און דער תניא איז עס מסביר מיט די מעשה פון קריעת ים סוף. אין די תורה שטייט אז עס האט געבלאזען א ווינט א גאנצע נאכט און די ווינט וואס האט געבלאזען אינדערמיט האט געהאלטען די וואסער אויף די צוויי זייטען אז עס זאל נישט אראפ פאלען, יעצט ווען די ווינט זאל איין סקונדע אויפהערן צו בלאזען וואלטן די וואסער ווענט אראפגעפאלען, [מ'קען ברענגען נאך א משל פון א לעקטער וואס שיינט אויף די וואנט די קאפיוטער סקרין, וואס ווען די לעקטער לעשט זיך אויס זעהט מען מער גארנישט אויפן וואנט]. די זעלבע זאך האלט זיך יעדע זאך אין די וועלט דורך א נשמה וואס דאס איז די אותיות התורה וואס זענען מחיה די זאך. למשל א טיש האלט זיך דורך די פיר אותיות ש-ל-ח-ן אא"ו, און היות די חיות פון די זאך איז נאר די אותיות התורה, וועגן דעם מוזן די אותיות בלייבן א גאנצן צייט דארט, ווייל אויב וואלט עס אוועק געגאנגען וואלט אלעס געבליבן גארנישט.

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

המשך הקדמה לפרק כ' (מתניא ח"ב פ"ג וד')

תגובהדורך האנטעך » מאנטאג יולי 11, 2016 4:05 pm

יעצט גייט דער תניא א טרעפל ווייטער (שער היוה"א פ"ג). לאמיר טראכטן א מינוט פון די זון שטראלן. די זון האט אין זיך א מורא'דיגע כח פון ענערגיע, און די זון שיקט שטראלען אראפ צו די כדור הארץ, יעדע שטראל דויערט אכט מינוט צו אנקומען צום כדור הארץ, און יעדע מינוט קומט נאך איינס און נאך איינס, און אזוי איז לעכטיג אויף די וועלט.

לאמיר זיך פארשטעלן ווי שטארק איז די זוהן שטראל אויף די וועלט, איך ווייס נישט פונקטליך אבער לאמיר זאגן 200 וואלט (איך ווייס נישט נאר איך כאפ אן סתם א מספר לשם משל). יעצט די זעלבע שטראל ווען עס איז געווען אין די זוהן אליינס, האט מען עס בכלל געקענט זעהן דארט, אוודאי נישט נאר עס איז געווען בטל דארט אין מיליאנען, ווייל דארט איז דא אזא שטארקע כח פון ענערגיע אז די שטראל איז בטל במציאות דארט.

ווען מען טראכט אריין, איז עס בטל דארט סיי בכמות און סיי באיכות. דהיינו ווען איינער נעמט א קליין טראפן וואסער און גיסט עס אריין אין דעם אוקינוס, די טראפן ווערט יעצט א חלק פון דעם ים און איז נישט קיין מציאות בפני עצמו, ווייל עס איז בטל אין סאך א גרעסערע מספר. אבער אויך אין איכות איז שייך ביטול, ווען איינער זאל אריין לייגן א פונק אין א גרויסע פייער, חוץ מזה וואס די פונק ווערט בטל אין די גרויסע פלאם בכמות ווערט עס אויך בטל באיכות ווייל די פייער קען פרודיצירען פונקען עד אין סוף.

די זעלבע איז די זון שטראל ווען עס איז נאך אין די זוהן, בטל במציאות אקעגן די זון, עס איז נישט קיין מציאות בפני עצמו נאר איז א קליינטשיגע חלק פון די גאנצע מציאות פון די זון. וואס די עצם זון איז סאך
גרעסער סיי בכמות ביליאנען מאל שטערקער און סיי באיכות ווייל די זון קען פרודיצירן שטראלען אן קיין סוף.

נאך א משל נוצט דער תניא ביי אונז א דיבור וואס איז בטל צו די מחשבה ווי מיר וועלן לערנען די משל שפעטער באריכות.

יעצט זאגט דער תניא אויב אזוי וויאזוי זעהן מיר טאקע די מציאות פון די זון שטראל אלס א שטראל? נאר ווייל עס האט זיך אפגעטיילט פון די זון, אבער לו יצוייר איינער זאל ארויף שיקן א ראקעט צו די זון און וועלן טרעפן ווי איז די קומענדיגע שטראל, ווען עס איז נאך א חלק פון די זוהן וועט ער עס אוודאי נשיט קענען זעהן ווייל עס איז נישט קיין אייגענע מציאות פאר זיך נאר א קליינטשיגע חלק פון די זוהן.

אויב אזוי די ניצוץ הקדוש וואס איז מחיה יעדע זאך פון די וועלט, איז דאך אויך נאר א קליינטשיגע חלק פון די כחות הקדושה וואס איז דא אין דעם דבר ה', וואס מיט דעם האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט. אויב אזוי וויאזוי קען זיין אז עס איז א מציאות בפני עצמו און עס ווערט נישט בטל צו די עצם כח המאור וואס איז מחיה די גאנצע וועלט. ווייל אנדערש ווי די זון וואס איז נישט דא אויף די וועלט, איז דאך די כח הקדושה וואס פון דעם קומט ארויס די קליינע ניצוץ, יא דא איבעראל, אויב אזוי וויאזוי ווערט עס נישט בטל?

אויף דעם ענטפערט דער תניא אז בעצם על פי דרך הטבע וואלט נישט געקענט זיין קיין גשמיות'דיגע וועלט, ווייל היות די מקור צו די כח וואס איז מחיה יעדע רגע די וועלט, וואס דאס איז די דבר ה', איז דאך דא אויף די וועלט, ממילא וואלט עס געדארפט בטל ווערן צו די מקור, און מען וואלט ווען געדארפט זען נאר די מקור וואס דאס איז די דבר ה' נישט די גשמיות'דיגע בריאה.

נאר דער אייבערשטער פונקט וויאזוי ער האט באשאפן די בריאה מאין ליש, וואס דאס איז למעלה מהדגה וויאזוי, די זעלבע זאך האט דער אייבערשטער באשפען א כח הצמצום וואס פילטערט די כח הקדושה אז עס זאל זיך נישט זעהן, און פונקטליך וויאזוי דאס קען מען נישט פארשטיין על פי דרך הטבע, אזוי ווי איינער זאל ווען קענען ארויף גיין אין די זוהן און מיט א געוויסע סארט פילטער זעהן נאר די קליינע שטראל נישט די עצם זון.

און דאס איז די פשט אין פסוק כי שמש ומגן הויה אלוקים, אזוי ווי די זון און איר פאנצער איז הוי' די כח מיט וואס דער אייבערשטער האט מהוה געווען די וועלט, און די שם אלוקים וואס דאס איז די כח הצמצום וואס איז מסתיר אויף די גרויסע אור. און דאס זענען די צוויי שבחים פון דעם אייבערשטען הגדול וואס האט באשאפן די וולעט יש מאין והגיבור וואס איז מצמצם די אור אז די וועלט זאל נישט בטל ווערן במציאות.

עד כאן די הקדמה פון די ערשטע פרקים אין שער היחוד והאמונה יעצט ווען מיר בעז"ה גיין ווייטער ווי מיר האלטען פרק כ'.

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

פרק כ' (1)

תגובהדורך האנטעך » דינסטאג יולי 12, 2016 11:55 am

נאכדעם וואס דער תניא האט מסביר געווען אין די פריערדיגע פרקים די פנימיות הנפש פון א יעדע יוד וואס איז זיך גרייט מוסר נפש צו זיין און נישט כופר זיין אין אייבערשטען ח"ו. יעצט גייט דער תניא א טרעפל ווייטער און וויל צו קומען אז בעצם אלע מצוות זענען נכלל אין מצוות אמונה, די מצוות עשה אין די מצות אנכי ה' אלקיך, און די מצוות ל"ת אין די מצות לא יהי' לך אלהים אחרים על פני. ממילא איז די פנימיות פון יעדע יוד זיך גרייט מוסר נפש צו זיין און נישט עובר זיין אויף קיין שום מצוות עשה ול"ת.

כדי צו מסביר זיין וויאזוי די אלע מצוות זענען נכלל אין די צוויי מצוות ראשיים אנכי און לא יהי' לך גייט דער תניא קודם מסביר זיין וואס איז די חיות פון די בריאה און וואס טוען די מצוות אויף.

זאגט דער תניא:

דאס איז באקאנט פאר יעדעם אז די מצוות עשה און ל"ת פון ע"ז וואס דאס זענען די ערשטע צוויי דברות אנכי ולא יהי' לך, דאס זענען די כללות פון די גאנצע תורה, ווייל די דיבור אנכי איז כולל אלע רמ"ח מצוות עשה, און לא יהי' לך איז כולל אלע שס"ה מצוות ל"ת, און וועגן דעם האבן מיר געהערט מפי הגבורה נאר די צוויי מצוות ווייל דאס איז די כללות פון די גאנצע תורה.

כדי צו מבאר זיין ריכטיג די ענין דארף מען אין קורצן דערמאנען די ענין און די מהות פון די איינציגקייט פון דעם אייבערשטן וואס ווערט אנגערופן יחיד ומיוחד, 'וכל מאמינים שהוא לבדו הוא' אלע גלייבן אז נאר ער איז דא, און ער איז אזוי ווי ער איז געווען פאר די בריאה, אזוי ווי מיר זאגן 'אתה הוא עד שלא נברא העולם אתה הוא משנברא העולם, אן קיין שום שינוי אזוי עס שטייט אין פסוק אני הוי' לא שניתי.
די עולם הזה און די רוחניות'דיגע עולמות מאכן נישט קיין שום שינוי אין די איינציגקייט פון דעם אייבערשטן, מיט דעם וואס ער האט זיי באשאפן יש מאין. נאר אזוי ווי דער אייבערשטער איז געווען יחיד ומיוחד פאר די בריאה די זעלבע זאך איז ער יחיד ומיוחד נאכדעם וואס עס איז דא א בריאה, וועגן אלעס איז כלפי דעם אייבערשטן אזוי ווי גארנישט 'כלא חשיב, וכאין וכאפס ממש'.

די סיבה פארוואס די גאנצע בריאה איז כלפי דעם אייבערשטען כאין וכאפס איז אזוי ווי מיר האבן שוין געלערנט אין די הקדמה אזוי ווי די זוהן שטראל איז כלא ווען עס איז נאך אין די זון, אונז זעהן עס ווי א מציאות פאר זיך אליינס ווייל עס איז אפגעטיילט פון די זון. און די זעלבע זאך די בריאה זעהן מיר ווי א מציאות פאר זיך ווייל דאס איז די גבורה פון דעם אייבערשטן אז מיר זאלן נישט זען די גאנצע מציאות פון די זון-דעם דבר ה', נאר די קליינע חלק וואס איז מחיה די וועלט, אבער דער אייבערשטער כלפי אים איז דאך נישט דא די הסתרה איז דאך די גאנצע וועלט כאין וכאפס אקעגן אים.

דער תניא ברענגט נישט דא די משל פון די זוהן נאר אן אנדערע משל ווי מיר וועלן זעהן ווייל עס ברענגט בעסער ארויס די ענין אז די וועלט איז כאין וכאפס כלפי דעם אייבערשטן.

[כדי צו אביסל פארשטיין וואס דער תניא וויל דא ארויס ברענגן, וועלן מיר מאכן א הקדמה קצרה. די פילאזאפען האבן דן געווען אין די קשיא, וויאזוי קען זיין אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט און ער פירט די וועלט, און ער האט א רצון וויאזוי מ'זאל אים דינען.

ווייל לכאורה דער אייבערשטער איז דאך פשוט בתכלית הפשיטות, גארנישט פעלט אים נישט, און כדי עס זאל זיין א בריאה מוז דאך זיין הרכבה. דהיינו אויב איינער האט א מחשבה מוז מען דאך זאגען אז ער האט אין זיך א כח צו טראכטן און עס איז דא א זאך וואס ער טראכט, היודע דער וואס ווייסט, הידוע די זאך וואס ער טראכט והמדע די עצם מחשבה. און ווייטער די וועלט איז דאך צוזאם געשטעלט פון אסאך כחות רוחניים וגשמיים, און אויב איז דער אייבערשטער פשוט בתכלית, (וואס דאס מוז זיין ווייל יעדע מורכב איז א נברא, ווייל אזוי איז די סברה אז יעדע מורכב האט געהאט א מרכיב, ואכהמ"ל זעה חובה"ל שער א'), וויאזוי קען זיין אז דער אייבערשטער האט א קאנעקשאן צו א וועלט פון הרכבה? א מענטש קען נאר האבן א קאנעקשן צו א זאך וואס ער איז שייך צו דעם, אויב האט ער אויגן קען ער זען, א מוח קען ער טראכטן. אבער אויב האט ער נישט די כחות אין זיך קען ער נישט זען, ממילא אויב זאל מען זאגן אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט מוז מען זאגן אז ער האט א שייכות צו די וועלט מוז ער דאך זיין א מורכב. וועגן דעם האבן זיי כופר געווען און געהאלטען עולם קדמון און עזב ה' את הארץ עפ"ל.

די ראשונים און שפעטער די מקובלים זענען מרחיב אין דעם (זעה אויבן אין הגה לפרק ב') אז מיר קענען נישט פארשטיין די גרויסקייט פון דעם אייבערשטען ווי אזוי ער האט באשאפן די וועלט. אילו ידעתיו הייתיו אויב וואלט איך פארשטאנען דאס וואס דער אייבערשטער פארשטייט וואלט איך אליינס געווען גאט! דאס איז א באקאנטע אויסדרוק אין די ראשונים.

נאר די מהלך וואס די ראשונים גייען אז צוויי זאכן קענען מיר מוכיח זיין, איינס אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט און געגעבן די תורה. צוויי אז דער אייבערשטער איז פשוט בתכלית הפשיטות. איי מיר פארשטייען נישט וויאזוי עס קען זיין. נו.. זענען מיר דאך נבראים וואס מיר פארשטייען נישט דעם דעת הבורא.

קומט אויס מיר ווייסן יא אז עס איז דא א בורא. מיר ווייסן יא אז אינו גוף ולא ישיגיהו משיגי הגוף, און מיר פארשטייען נישט זיין מהות וויאזוי ער האט באשאפן די וועלט און וויאזוי ער פירט די וועלט.

די מקובלים און שפעטער די חסידישע רבי'ס בפרט חב"ד גייען נאך א טרעפל ווייטער. זיי האבן מגלה געווען די דרכי הנהגה פון דעם אייבערשטען, וויאזוי ער פירט די וועלט וואס דאס זענען די ספירות און אז עס איז דא צוויי דרכי הנהגה. ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין.

למעשה תכלית פארשטייט מען נאך אלס נישט די מהות הבורא ב"ה, נאר אזויפיל מאכן זיי קלאר אז וואס מיר פארשטייען איז אמת כלפי אונז נאך די צמצום והסתרה און דאס ווערט אנגערופן ממלא כל עלמין. אבער עס איז דא נאך א הסתכלות וואס דאס איז וויאזוי דער אייבערשטער קוקט אויף די וועלט וואס דאס איז אן די הסתרה נאר וויאזוי עס איז באמת, וואס דאס איז סובב כל עלמין, וואס מיט די הסתכלות איז די בריאה כלא ממש.

ממלא כל עלמין


די אפטייטש פון די ווערטער איז עס פילט אן די וועלטן, דהיינו אזוי ווי די נשמה איז מחיה דעם גוף, די זעלבע איז דא א נשמה וואס איז מחיה און מהווה די עולמות לויט זייערע מדריות אז עס זאל זיין א מציאות פון א בריאה. דאס איז די חיות און די דרכי הנהגה וואס דער אייבערשטער איז משפיע שטענדיג פאר די נבראים. וואס דאס איז צוטיילט אין אסא דרגות רוחני וגשמי, און אפילו אין די עולמות עליונים איז דא רבבות מדריגות וויפיל עס רוחניות און קדושה איז דא דארט. (אין רמח"ל ווערט עס אנגערופן הנהגת חד"ר= חסד דין רחמים, און אנדערע ספרים ווערט עס אנגערופן סדר השתלשלות, אדער יחודא תתאה).

סובב כל עלמין


דאס טייטש עס נעמט ארום די וועלטען מבית ומחוץ דהיינו דאס איז די הסתכלות פון די אייבערשטער אויף די בריאה וואס דאס איז אן די הסתרה וצמצום, נאר וויאזוי עס זעהט אויס באמת, אזוי ווי די זון שטראל ווען עס איז נאך אין די זון. דאס מיינט אוודאי אז מהותו ועצמותו יתברך, די מהות פון דעם אייבערשטען אליינס, דאס קען מען נישט פארשטיין און נישט רעדן דערפון. אבער די הסתכלות און הנהגה פון דעם אייבערשטען כלפי די וועלט, אבער אן די צמצום וואס עס איז דא פאר אונז, נאר די אמת'ע מציאות פון די בריאה, די וועג וויאזוי דער אייבערשטער קוקט אויף דעם, וואס ווען די זון שטראל איז אין די זון איז עס כאין וכאפס אקעגן די זון, און עס מאכט בכלל נישט קיין שינוי, און די זעלבע און נאך מער עד אין זוף, די בריאה כלפי דעם אייבערשטן אז עס איז בטל בתכלית, דאס קענען מיר יא רעדן. און אפילו מיר קענען נישט פארשטיין גענוי וואס דאס איז, ווייל מיר זעהן דאך נאר נאך דעם וואס עס איז דא די הסתרה וצמצום, מיר זענען דאך אין די וועלט פון ממלא כל עלמין, קען מען אבער פארשטיין וואס סובב כל עלמין דארף צו זיין.

(און דאס איז נכלל אין די לשון הרמב"ם הוא היודע והוא הידוע והוא המדע, דאס מיינט אז כלפי דעם אייבערשטן איז אלעס בטל בתכלית (זעה אויבן פ"ב) און אויך אין די לשון הזוהר איהו וחיוהי חד, און דאס אויך ווערט דאס אנגערופן מקיפים, אין די לשון הרמח"ל הנהגת היחוד, עולם השכר, ווען עס וועט נתגלה ווערן די סובב על עלמין ביום ההוא יהיה ה' אחד ושמו אחד).

און דאס איז וואס דער תניא גייט יעצט ארום רעדן].

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

פרק כ' (2)

תגובהדורך האנטעך » דאנארשטאג יולי 21, 2016 1:17 pm

כדי צו פארשטיין אז די גאנצע בריאה איז בטל בתכלית אקעגן דעם דבר ה' און אוודאי אקעגן דעם אייבערשטען אליינס, ברענגט דער תניא א משל פון דעם דיבור פון א מענטש.

ווען א מענטש רעדט ארויס א דיבור פון זיין מויל, איז די דיבור בטל לגבי זיין עצם כח הנפש, דהיינו למשל אויב זאלן מיר קענען זעהן זיין נפש וואס פאר אן עפעקט האט די דיבור געהאט אויף זיין עצם נפש, וועלן מיר זעהן אז עס די דיבור איז ווי גארנישט אפילו אקעגן זיין כח הדיבור וואס איז נאר איין ספעציפישע כח אין זיין נפש. וואס זיין כח הדיבור קען פראדיצירען דיבורים אן קיין ענד, און די כח הדיבור איז נאר די מיטעלסטע לבוש וואס די נפש האט, ווי מיר האבן שוין אויבן געלערנט כמה פעמים אז די נפש האט דריי לבושים וואס דאס איז מעשה דיבור מחשבה, וואס די מיטלסטע לבוש, דאס איז די כח הדיבור.

און כש"כ אז די דיבור איז בטל בתכלית, לגבי דעם כח המחשבה וואס איז די מער פנימיות'דיגע לבוש פון דעם כח הדיבור, וואס דאס איז די מקור הדיבור און איר חיות, האט די דיבור זיכער נישט קיין עפעקט אויף איר, און נישט קיין חילוק אויב דער מענטש וועט יא אדער נישט זאגן די ווארט וועט די כח המחשבה אנגיין ווייטער כאילו לא היה.

און כש"כ לגבי די מהות הנפש וואס דאס איז די צען מידות וואס איז דא בכח אין די נפש האדם, דהיינו די כח אז דער מענטש זאל קענען טראכטען פילען טאן, דאס איז די כחות הנפש, און ווען דער מענטש טוט עס שוין דאס איז ווי א לבוש, וואס כלפי די עצם הנפש איז די דיבור זיכער בטל בתכלית.

און די חילוק פון די עצם צען כחות הנפש און די מחשבה וואס איז נאר א לבוש פאר די נפש איז. ווייל פונקט אזוי ווי דער מענטש רעדט מיט אותיות, טראכט דער מענטש אויך מיט אויתיות המחשבה, ווייל די מחשבה איז אויך א בחינה פון אותיות, נאר עס איז מער דקות'דיג און רוחניות'דיג, אבער די מחשבה איז אזוי ווי דער מענטש זאל רעדן צו זיך אליינס.

אבער די צען מידות וכחות הנפש, וואס דאס איז חב"ד חג"ת נהי"ם דאס איז נאר א שורש און א מקור צו די מחשבה, און עס איז נישט דא אין איר קיין אותיות, ווייל עס איז נאך העכער פון די מחשבה פון די מענטש.

און די סדר וויאזוי די מחשבה פון די מענטש ארבעט איז, אז קודם פאלט איין אין די הארץ א געפיל צו א געוויסע זאך, און נאכדעם גייט עס ארויף אין מוח, וואס אנאליזירט וועלכע געפיל ער פילט, און ער פאנגט אן צו טראכטען וויאזוי ער קען טאקע אויספירען מכח אל הפועל וואס זיין געפיל איז, און ווען ער ווייסט שוין דעמאלס גייט עס צוריק אראפ אין הארץ און ער באקומט א גליסטעניש צו די ספעציפישע זאך דוקא, און עס איז שוין נישט סתם עפעס א געפיל.

יעצט פאר די זאך איז אנגעקומען צו די הארץ צום ערשטען מאל, איז אבער שוין געווען בכח אין די כח הנפש, נאר אן קיין אותיות. למשל ווען עס פאלט איין אין די הארץ א געוויסע אהבה אדער גליסטעניש, נאך פאר עס גייט ארויף צום מוח אז די מוח זאל עס אנאליזירען, דעמאלס האט עס נאך נישט קיין אותיות, דהיינו דער מענטש קען נאך נישט מסביר זיין וואס ער וויל, נאר ער פילט עפעס א גליסטעניש צו א געוויסע זאך, אבער עס איז נאר א 'רצון פשוט' א ריינע געפיל וואס מען קען נאך בכלל נישט מסביר זיין, און נאר שפעטער ווען די מוח אנאליזירט עס, באקומט עס אותיות המחשבה אז דער מענטש קען זיך שוין מסביר זיין וואס ער וויל.

און כש"כ פאר עס איז נאך בכלל איינגעפאלען די געפיל פאר די הארץ, נאר עס איז געווען בכח, דהיינו דער מענטש האט געוואוסט אז די געוויסע זאך איז א גוטע זאך, למשל ער האט געוואוסט אז עס איז דא א געוויסע קלוגע זאך וואס ס'איז געשמאק צו לערנען, אדער א געוויסע געשמאקע מאכל צו עסן, וויבאלד ער האט שוין געוואוסט פון דעם, האט ער געהאט א פאטענציאל עס צו וועלן, אבער למעשה האט ער אפילו נאך נישט קיין געהאט קיין געפיל צו דעם. דעמאלס האט ער נאך זיכער נישט געהאט קיין אותיות צו די זאך, נאר נאך דעם וואס ער האט שוין געהאט די געפיל אין זיין הארץ, און עס איז ארויף געגאנגען צו די מוח וואס זאל אנפאנגען צו טראכטען וועגן דעם, דעמאלס האט עס באקומען אותיות וואס איז פונקט אזעלכע אותיות ווי יעדע שפראך וואס מען רעדט מיט דעם אלע וועלטליכע זאכן, די זעלבע איז די מחשבה וואס טראכט די זאכן אויף די זעלבע וועג.

אין אנדערע ווערטער אזוי ווי די דיבור איז א וועג וויאזוי צו זאגן פאר אנדערע מענטשן וואס מען טראכט, די זעלבע זאך איז די מחשבה איז א וועג וויאזוי די סובקאונטשעס זאגט פאר די מענטש אליינס וואס ער פילט.
יעצט אויב די דיבור האט נישט קיין עפעקט אויף די כח הדיבור, וואס קען רעדן דיבורים אן קיין סוף, האט עס כש"כ נישט קיין עפעקט אויף די כח המחשבה וואס קען טראכטען אן קיין סוף מחשבות, וואס די כח פון יעדע מחשבה קען רעדן אן קיין סוף דיבורים. און כש"כ האט עס נישט קיין עפעקט אויף די רצון הפשוט וואס איז אין הארץ פאר עס באקומט די אותיות המחשבה, און כש"כ אויף די עצם כח הנפש וואס גליסט נאך אפילו נישט צו דעם, וואס עס קען גליסטען צו אין סוף זאכן, האט עס זיכער נישט קיין עפעקט.

פארשטייען מיר שוין אויב אזוי אז די גאנצע בריאה וואס איז נישט מער ווי א דיבור פון אייבערשטען כביכול איז בטל בתכלית אפילו כלפי די כח הדיבור כביכול, דהיינו אזוי ווי א מענטש קען רעדן דיבורים עד אין גבול, האט דער אייבערשטער געקענט באשאפן וועלטען און יוניווערסעס עד אין גבול ותכלית.

און אפילו ווען די וועלט שטייט איז עס אויך בטל כלפי די כח הדיבור פון דעם אייבערשטען כביכול, ממש ווי די
זוהן שטראל וואס געפונט זיך אין די זוהן, איז בטל כלפי די זוהן, ווי דער תניא איז מסביר אין די קומענדיגע פרק.

[די סיבה פארוואס דער תניא באנוצט זיך מיט די משל פון כח הדיבור, איז ווייל ביי די כח הדיבור געפונען מיר כמה וכמה מדריגות אין ביטול, ווייל די דיבור איז בטל כלפי די כח הדיבור, און די כח הדיבור איז בטל כלפי די כח המחשבה, און די כח המחשבה איז בטל כלפי די רצון הלב וואס האט נאך נישט קיין אותיות, און די רצון שבלב איז בטל כלפי די כחות הנפש, און כש"כ ביים אייבערשטען וואס אפילו די העכסטע כח כביכול איז ממש בכחינת עשיה גשמי ממש, און עס איז אין ערוך כלפי מהותו ועצמותו יתברך, ווי די ענין וועט שפעטער מבואר ווערן אינעווייניג אין תניא].

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

פרק כ"א

תגובהדורך האנטעך » דאנארשטאג יולי 21, 2016 1:19 pm

כדי צו פארשטיין די ענין אז די דבר ה' וואס איז מחיה און מהווה די עולם ומלואו, איז נאך אפילו יעצט אויך בטל כלפי די כח הדיבור און כש"כ לגבי די מדריגות העכער דעם, אזוי ווי די זיו השמש ווען עס איז נאך בשמש. וואס לכאורה ביי די משל פון דיבור ביי א מענטש איז עס נישט שייך, ווייל ווען א מענטש רעדט ארויס א דיבור, ווערט עס באמת אפגעטיילט פון זיין נפש, און קומט ארויס מכח אל הפועל, און זיין חבר הערט זיין דיבור, איז דער תניא די ענין פון דיבור ביים אייבערשטען כביכול.

אפילו מיר נוצן די לשון דבר ה' אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט מיט עשרה מאמרות, אבער דאס איז נאר א משל, ווייל דאס איז פשוט אז דער אייבערשטער האט נישט קיין מויל, ווייל אינו גוף ולא ישיגיהו משיגי הגוף, אבער במציאות איז עס בכלל נישט דומה, ווייל 'מדת הקב"ה שלא כמידת בשר ודם' דעם אייבערשטען'ס מידות איז נישט ווי די מידות פון א מענטש.

נאר מיר נוצן דעם משל פון דבר ה', ווייל פונקט ווי א מענטש איז מגלה דורכן דיבור די זאכן וואס ער טראכט, די זעלבע זאך ווען דער אייבערשטער האט מגלה געווען מהעלם אל הגילוי, די חיות אויף צו באשאפן די בריאה, אדער ווען דער אייבערשטער האט מגלה געווען וואס זיין רצון איז דורך די תורה נביאים וכתובים וואס די נביאים האבן מקבל געווען, ווערט עס אנגערופן דיבור, מלשון גלוי עס איז געווארען באוואוסט די באהאלטענע זאכן.

אבער אפילו די משל פון דעם דיבור אליינס איז בכלל נישט דומה, ווייל ווען א מענטש רעדט ארויס א דיבור פון זיין מויל, איז די דיבור מיט די לופט פון דעם דיבור, אפגעטיילט אינגאנצן פון זיין שורש וואס דאס איז די צען כחות הנפש פון די מענטש.

אבער כלפי דעם אייבערשטען איז די דיבור בכלל נישט אפגעטיילט פון אים ח"ו, נאר עס איז אזוי ווי די משל פון די שטראל פון די זוהן וואס איז נאך אין די זוהן, ווייל 'לית אתר פנוי מיניה' ווי דער תניא גייט שוין מסביר זיין, און וועגן דעם איז נישט די דבור פון אייבערשטען אזוי ווי די דיבור פון מענטשן, אזוי עס שטייט 'כי לא מחשבותי מחשבותיכם, און כן גבהו דרכי מדרכיכם, אזוי ווי די מחשבה פון אייבערשטען איז נישט די זעלבע ווי ביי א מענטש די זעלבע איז נישט די דיבור פון אייבערשטען די זעלבע ווי די דיבור פון א מענטש. נאר די סיבה פארוואס מיר רופן עס אן דיבור איז נאר ארויס צו ברענגען די ענין אז דער אייבערשטער האט מגלה געווען פאר אונז מחשבתו יתברך וועגן דעם נוצן מיר די לשון דיבור.

יעצט איז די תניא מסביר וואס איז טאקע אנדערש די דיבור פון אייבערשטען.

ווייל ווען א מענטש רעדט צו זיין חבר, היות זיין חבר איז אפגעטיילט פון אים, און פאר ער האט גערעדט האט זיין חבר נישט געוואוסט וואס ער טראכט, ממילא איז די דיבור א גילוי צו זיין חבר. און די זעלבע זאך די מחשבה איז ווי א דיבור צו די מענטש אליינס ווייל פאר די מחשבה האט ער נישט געוואוסט וואס זיין סובקאונטשעס טראכט, און נאך זיין מחשבה איז ער געוואר געווארען.

אבער לאמיר טראכטן, כלפי די סובקאונטשעס אליינס וואס האט געוואוסט די זאך, פונקט אזוי פארן טראכטן ווי נאכן טראכטן, האט דען די מחשבה אויפגעטאן? אוודאי נישט. אדער למשל אויב איינער דערציילט פאר זיך אליינס וואס ער טראכט, וועט ער דען זאגען נאכדעם, אז ער ווייסט וואס זיין מחשבה איז, ווייל זיין מויל האט אים דערציילט.. אוודאי נישט כלפי זיך אליינס איז גארנישט געשעהן נאך זיין דיבור ווי פאר זיין דיבור.

יעצט לאמיר צוריק גיין צום דבר ה'. ווען דער אייבערשטער האט מגלה געווען מחשבתו יתברך פאר משה רבינו, יעצט ווען מקוקט מצד ממלא כל עלמין דהיינו פון משה רבינו'ס שטאנדפונקט איז געווען דא א גילוי, ווייל פאר דעם האט משה רבינו נישט געוואוסט און יעצט יא. אבער מצד סובב כל עלמין דהיינו מצד דעם אייבערשטנס בליק אויף די זאך, איז דאך משה רבנו פונקט די זעלבע ווי די עצם דיבור, ווייל דער אייבערשטער איז דאך מחיה משה רבינו אויך! ממילא כלפי דעם אייבערשטען איז דאך סיי משה און סיי די דיבור כלא ממש, עס איז ממש גארנישט צוגעקומען.

לאמיר טראכטן אז א קליינע יונגל שפילט זיך מיט זיינע צוויי פינגערס און ער רופט אן איין פינגער ראובן, און די צווייטע פינגער שמעון, און ער פירט א גאנצע שמועס צווישן ראובן און שמעון, יעצט איז ער עפעס געוואר געווארען בשעת ער האט שמעון האט כאילו געהערט וואס ראובן זאגט? אוודאי נישט, 'ער' איז דאך סיי ראובן און סיי שמעון! יעצט ביי א מענטש איז נישט שייך אזא זאך ווי א בריאה ממש, אבער אפילו ביים אייבערשטען איז יא שייך ממש א בריאה פון ראובן און שמעון, אבער כלפי זיין הסתכלות פון סובב על עלמין איז 'ער' דאך סיי ראובן און סיי שמעון!

קומט אויס אז כלפי דעם אייבערשטען איז די דיבור און די מחשבה כביכול, מיוחד מיט אים בתכלית היחוד, אפילו נאכן גילוי צו די נבראים, אזוי ווי די מחשבה און דיבור איז מיוחד אין די סאובקאונטשעס פון די מענטש אדער אין די הארץ פון די מענטש, נאך פאר עס איז ארויף געקומען צו די מוח, אז די מוח זאל טראכטען מיט אותיות המחשבה, וואס דעמאלס איז די אותיות המחשבה וואס אי ווי די פירוש פון די מוח אויף די געפיל פון די הארץ, געווען פאראיינציגט אינגאנצען אין די שורש פון די מחשבה און געפיל.

די זעלבע זאך ממש בדרך משל איז די משבה און דיבור פון אייבערשטען מיוחד בתכלית היחוד, און די שורש המחשבה והדיבור וואס דאס איז מהותו ועצמותו יתברך, אפילו נאכדעם וואס די דיבור איז שוין ארויס מכח אל הפועל צו באשאפן די וועלטען, די זעלבע זאך ווי פאר די וועלטן זענען באשאפן געווארען, און עס איז נישט דא קיין שום שינוי כלפי דעם אייבערשטען דהיינו ווען מען רעדט פון די הסתכלות פון סובב כל עלמין.

נאר כלפי די נבראים וואס זענען מקבל די חיות פון די דיבור פון אייבערשטען, נאכדעם וואס די דיבור איז שוין ארויס מכל אל הפועל מיטן באשאפן די וועלטען, און דורך דעם וואס די דיבור איז זיך מלבש אין די נבראים און איז זיי מחיה און מהוה, דהיינו מיט די הסתכלות פון ממלא כל עלמין, ווערט עס יא אנגערופן דיבור.

ווייל היות דער אייבערשטער האט באשאפן צמצומים וואס זענען מסתיר די לעכטיקייט פון סובב כל עלמין, ווי ערקלערט אין די הקדמה צו פרק כ' אז דאס איז די מידת גבורה פון אייבערשטען, וואס האט באשאפן מיט דעם א צמצום, אז די נבראים קענען נישט זעהן די הסתכלות פון סובב כל עלמין, נאר זיי זעהן זיך ווי א מציאות גמור. און זיי ווערן נישט בטל במציאות, אזוי ווי די משל אז עס זאל זיין א פילטער אין די זוהן אז איין געוויסע שטראל זאל זיך אנזעהן און די גאנצע זוהן זאל זיך נישט אנזעהן, דעמאלס וועט די קליינע שטראל נישט בטל ווערן און ווערן א חלק פון די זוהן, אפילו עס געפונט זיך אין די זוהן, ווייל עס איז פארדעקט און פארשטעלט די שטארקע לעכטיקייט פון די זוהן.

די זעלבע זאך האט דער אייבערשטער באשאפען צמצומים, וואס יעדע עולם ווערט 'נשתלשל' עס קומט ארויס פון די העכערע עולם, 'מעילה לעלול' פון די סיבה וואס מאכט די זאך ביז די תולדה וואס קומט ארויס דערפון, און יעדע עולם האט א גרעסערע צמצום אויף זיך נישט צו זעהן וואס איז א שטערקערע אור ווי זיינע.

אזוי ווי די דיבור איז א 'השתלשלות' פון די מחשבה, א תולדה פון די מחשבה, די זעלבע איז יעדע נידריגע עולם א תולדה פון די העכערע עולם. אבער אלע עולמות זענען אין די זעלבע פלאץ, נאר ווען איינער לעבט אין איין עולם, איז דא א פילטער אז ער זאל נישט פילען און זעהן די גרעסערע אור, ממילא בלייבט ער א מציאות פאר זיך אליינס.

די אלע צמצומים זענען א בחינה פון 'הסתר פנים' וואס דער אייבערשטער פארשטעלט די אור און חיות וואס קומט פון דעם דבר ה', אז עס זאל נישט נתגלה ווערן די דיבור מיט א גרויסע גילוי, וואס דעמאלס וועלן די אינטערשטע נישט קענען מקבל זיין, און וועגן דעם זעהט אויס פאר זיי אז די דבר ה' וואס איז אין זיי, און איז זיי מחיה, איז אפגעטיילט פון מהותו ועצמותו יתברך, נאר די חיות קומט ארויס פון אייבערשטען אזוי ווי א דיבור קומט פון דעם מענטש.

אבער באמת כלפי דעם אייבערשטען איז נישט דא קיין שום צמצום און הסתר פנים וואס זאל מסתיר זיין פאר אים, ווי עס שטייט 'גם חושך לא יחשיך ממך' אפילו טונקלקייט איז פארטונקעלט נישט פאר דיר, ווייל די צמצומים איז ווייטער פון אייבערשטען אליינס ווי פריער ערקלערט די משל פון דעם יונגל מיט די צוויי פינגער'ס. און די מקובלים געבן א משל אויף דעם 'כההיא קמצא דלבושי' מניה וביה' אזוי ווי דער שנעק וואס זיין לבוש קומט פון אים אליינס און איז א חלק פון זיין קערפער.

און דאס איז די כונה וואס עס שטייט כי ה' הוא האלוקים, אז דער אייבערשטער וואס איז מחיה און מהוה די וועלטען מיטן שם הויה ער איז דער וואס מאכט די צמצומים מיטן שם אלוקים, ממילא קומט אויס אז 'קמיה כולא כלא חשיב ממש' פארן אייבערשטען איז אלעס אזוי ווי גארנישט.

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » זונטאג יולי 24, 2016 8:33 pm

תניא פרק ט''ז -כ''א.pdf
תניא פרק ט"ז - כ"א
(159.56 KiB) דאונלאודעד 143 מאל

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

פרק כ"ב

תגובהדורך האנטעך » פרייטאג אוגוסט 05, 2016 10:17 am

יעצט גייט דער תניא נאך א טרעפל ווייטער אויסצופירן דאס וואס ער האט אנגעפאנגען מסביר זיין אין פרק כ' אז כל התורה כולא איז נכלל אין די ערשטע צוויי דברות הראשונות אנכי ולא יהי' לך.

נאכדעם וואס מיר האבן שוין געלערנט באריכות די סוגיא פון אחדות ה', אז די גאנצע בריאה האט נאר א מציאות דורך דעם דבר ה', וואס גיבט יעדע רגע א נייע חיות פאר די בריאה. און אז די גאנצע בריאה איז בטל כלפי דעם אייבערשטען און איז כלא ממש.

זאגט דער תניא, דאס איז נאר כלפי דעם אייבערשטען, אבער כלפי אונז נבראים איז דאך יא דא א וועלט וואס איז באשאפען געווארען דורך די דבר ה', און די תורה נוצט טאקע די לשון בני אדם ווען זי רופט אן דעם דבר ה' מיטן לשון דיבור, אזוי ווי די דיבור פון א מענטש.

ווייל פונקט ווי א דיבור פון א מענטש איז מגלה זיין מחשבה פאר יענעם, די זעלבע זאך איז די דבר ה' מגלה די פנימיות און איז מוציא די בריאה מכח א הפועל, דורך גרויסע און אסאך מיני צמצומים, איז דער אייבערשטער ממשיך א חיות אויף צו באשאפן אסאך באשעפענישן, פון אלע ערליי מינים.

און דער אייבערשטער האט אזוי שטארק מצמצם געווען די חיות הרוחני, צו אזא הסתר פנים, אז עס איז ערמעגליכט געווארן צו באשאפן אויך דברים טמאים און קליפות וסטרא אחרא, וואס זיי זענען באמת אויך מקבל זייער חיות פון דעם דבר ה' נאר מיט א הסתר פנים, דאס מיינט אז די רוחניות איז האט אראפ גענידערט אסאך מדריגות, ביז עס איז געווארן אזוי מצומצם אז עס זאל נתהווה ווערן די סטרא אחרא.

און וועגן דעם ווערט עס אנגערופן אלהים אחרים, ווייל זייער יניקה איז מאחוריים נישט באופן פנים. דאס הייסט אזוי, ווען א מענטש גיבט א גוטע זאך פאר זיין חבר, שטייט ער פנים אל פנים און שמייכלט צו זיין חבר ווען ער גיבט עס. משא"כ ווען ער גיבט עס פאר א שונא, גיבט ער עס א ווארף פאר יענעם אזוי דרך אגב און דרייט זיך גראד אוועק זיין פנים פון יענעם, און עס איז ווי ער האט עס געגעבן פאר יענעם, איבער זיין אקסעל ווייל ער ווייזט פאר יענעם נאר די אקסעל זייינע.

[נאך א פשט איז דא אין פון פנים ואחור, וואס דער תניא זאגט דאס ווייטער בין הדברים. פנים איז ווען איינער געט פאר יענעם באופן ישר, דהיינו דאס איז זיין אמת'ע כונה ער וויל יענעם משפיע זיין. משא"כ אויב איינער געבט פאר זיין שונא ווייל ער מוז ער האט נישט קיין אנדערע ברירה, ער גיט עס בדרך אגב'דיג כלאחר יד ווייל ער וויל צוקומען צו אן אנדערע ציל.

דהיינו אויב איינער קויפט ביי זיין חבר ווייל ער וויל אים שטיצן בדרך כבוד, דעמאלס איז די קויפן נישט מער א וועג אויף צו קענען צאלען די געלט, קומט אויס אז די פנימיות הרצון דאס הייסט די אמת'ע אינערליכע כונה איז צו געבן געלט, און די חיצוניות הרצון די מיטל אנצוקומען צום ציל איז די קויפן די חפץ.

משא"כ ווען איינער קויפט פון א שונא, דעמאלס בעצם וויל ער אים נישט שטיצן, נאר ער האט נישט קיין ברירה ער דארף די חפץ. דעמאלס איז די פנימיות הרצון די חפץ וואס ער קויפט און די חיצוניות הרצון איז די צאלען וואס ער טוט נאר אזוי בדרך אגב ווייל ער האט נישט קיין ברירה].

די זעלבע זאך איז די נמשל למעלה, די בחינה 'פנים' איז ווען דער אייבערשטער איז משפיע חסדים פאר די וואס זענען נאנט צו אים די סטרא דקדושה, וואס די 'פנימיות הרצון' די אמת'ע רצון פון אייבערשטען איז צו משפיע זיין גוטס און חיות צו די וואס זענען נאנט צו אים. דעמאלס גיבט דער אייבערשטער די גוטס מיט אן
הארת פנים.

משא"כ ווען דער אייבערשטער איז משפיע די חיות פאר די סט"א, וואס ווערט אנגערופן תועבת ה', ווייל דער אייבערשטער האט זיי פיינט, און די פנימיות הרצון פון אייבערשטען פארוואס דער אייבערשטער האט זיי באשאפן, איז נישט ווייל דער אייבערשטער דארף זיי האבן באמת. נאר כדי עס זאל זיין א בחירה צווישן טוב ורע, דארף דאך זיין רע, צו באשטראפן די רשעים וואס זענען בוחר ברע, און אויף צו געבן שכר פאר די צדיקים וואס האבן אינטערטעניגט די יצה"ר וסטרא אחרא, און בוחר געווען בטוב.

וועגן דעם איז דער אייבערשטער משפיע חיות פאר זיי נאר מאחוריים כביכול ווי מען ווארפט פון אונטערן רוקן בלית ברירה, וועגן דעם ווערט עס אנגערופן אז זיי באקומען אן השפעה פון אחוריים דרצון העליון ב"ה.
א קליינע הקדמה צו פארשטיין די קומענדיגע ווערטער פון תניא.
די אופן וויאזוי דער אייבערשטער איז משפיע איז באופן יחוד, דהיינו נישט נאר אז ער שיקט אראפ א חיות עס זאל ווערן א בריאה. נאר עס איז כביכול א קשר פון די אייבערשטער מיט די בריאה. דהיינו די תכלית די בריאה איז ווי א כלי און א משכן אז דער אייבערשטער זאל רוען אויף איר. און דאס ווערט אנגערופן שכינה ווי מיר האבן שוין געלערנט אויבן. און לויט וויפיל די זאך איז בטל צום אייבערשטען לויט דעם ווענדט זיך וויפיל חיות די זאך האט.

זאגט דער תניא. די רצון העליון וואס ווערט אנגערופן בבחינת פנים, דאס איז די מקור החיים מיט וואס דער אייבערשטער איז מחיה אלע וועלטן, מיט דעם וואס דער אייבערשטער איז משפיע פון די מקור החיים. דהיינו דער אייבערשטער איז משפיע חיים פאר די בריאה לויט וויפיל דבקות עס האט צו אים כביכול, אזוי ווי די פסוק זאגט ואתם הדבקים בה' אלוקיכם חיים כולכם היום.

קומט אויס אז דאס איז זיכער אז די סט"א איז נישט יונק פון די פנימיות הרצון ווי אויבן ערקלערט, ווייל דער אייבערשטער רוהט נישט אויף די סט"א. נאר אפילו די אחוריים פון דעם רצון העליון, דאס הייסט אפילו די קליין ביסל חיות וואס זיי באקומען יא באופן אחוריים, אפילו דאס איז איז זיך אויך נישט מלבש אין זיי זיי צו מאכן לעבעדיג. נאר עס איז מקיף אויף זיי פונדרויסן אז זיי זאלען האבן א חיות.

דהיינו ביי קדושה איז די דבר ה' ווי א נשמה בתוך הגוף וואס מאכט לעבעדיג די גוף. משא"כ ביי טומאה איז די חיות נישט ווי א נשמה בתוך גוף וואס ווערט איינס מיט די גוף און באלעבט איר, נאר די דבר ה' נעמט ארום די זאך פון דרויסן, און די טומאה איז יונק עפעס א קליין ביסל חיות אויף צו קענען האבן א קיום.

זאגט די תניא אז דאס איז די סיבה פארוואס די סט"א איז די מקום המיתה והטומאה ה' ישמרינו, ווייל עס איז ממש פארקערט פון דאס וואס עס שטייט ואתם הדבקים בה"א חיים כולכם היום, עס איז אפגעריסן פון די קדושה עס האט נישט אין זיך קיין קדושה, נאר ממש א קליין ביסל חיות וואס זי איז יונק פון די קדושה אויף צו קענען האבן א מציאות. און די ביסל קדושה איז ממש ווי אין גלות אין איר בסוד גלות השכינה.

אזוי ווי מיר האבן שוין אויבן געלערנט די חילוק ווען א נשמה איז מחיה דעם גוף, אדער איז מגולגל אין א דומם צומח חי, וואס דעמאלס איז זי אזוי ווי אין תפיסה ר"ל, זי לעבט נישט אין די דצ"ח, נאר זי געפונט זיך דארט בעל כרחה, משא"כ א נשמה בגוף לעבט די נשמה אין די גוף און טוט די מצוות.

די זעלבע זאך אין די דברים שבקדושה איז די דבר ה' זיך מלבש אינעווייניג און באלעבט עס, משא"כ ביי טומאה איז עס נאר מקיף מלמעלה און די קליין ביסל וואס געפונט זיך יא אינעווייניג איז נאר באופן גלות.
יעצט גייט דער תניא א טרעפל ווייטער. ביי די קדושה וואס די דבר ה' באלעבט די זאך ווי א נשמה בגוף, איז עס גורם אז די זאך זאל ווערן בטל צום דבר ה' וואס איז אין איר און איז איר מחיה.

משא"כ ביי טומאה וואס היות די דבר ה' איז נאר בבחינת גלות אין איר, דאס הייסט אז אפילו עס איז במציאות דא עפעס א ניצוץ דקדושה אין איר, שפירט עס נישט די טומאה אליינס, ווייל די קדושה איז זיך דאך נישט מתלבש אין איר, נאר איז בבחינת גלות, אזוי ווי די בהמה וואס איז מגולגל אין איר א נשמה באקומט נישט די בהמה קיין יצר טוב, נאר די בהמה בלייבט בהמה, און די נשמה שפירט שרעקליכע יסורי גלות ר"ל. די זעלבע זאך איז ביי די סט"א, די סט"א אליינס שפירט נישט די קדושה און ממילא איז זי נישט בטל צום אייבערשטען, נאר פארקערט זי איז נאך מסית אויף צו זינדיגן און גיין אקעגן דעם אייבערשטען.

וועגן דעם ווערט עס אנגערופן אלוקים אחרים, ווייל ע"ז איז ווען א נברא וואס דער אייבערשטער האט באשאפן איז זיך נישט מבטל צום אייבערשטען נאר עס איז כופר אין זיין אמת'ע מקור. די זעלבע זאך די טומאה, היות זי שפירט נישט די קדושה און חיות פון אייבערשטן וואס איז איר מחיה, ווייל די קדושה איז זיך דאך נישט מתלבש געהעריג אין איר, נאר געפונט זיך בבחינת גלות. ממילא איז זי זיך נישט מבטל צו די קדושה פון אייבערשטן, נאר פארקערט זי פילט זיך ווי א אייגענע מציאות, און איז זיך דערהייבט זיך ווי א אדלער צו זאגן נאר איך בין דא און חוץ פון מיר איז אלעס ווי גארנישט! אזוי ווי פרעה האט געזאגט צו מיר געהערט די טייך נילוס (וואס לדעתו איז זי די מקור הטוב,) און איך האב איר באשאפן (יחזקאל כ"ט ט'). און וועגן דעם איז די סט"א די מקור הרע ווייל עס איז נישט בטל צום אייבערשטן נאר פונקט פארקערט.

מיט דעם וואס מיר אבן יעצט געלערנט פארשטייען מיר אויך פארוואס די רז"ל זאגן אז גסות הרוח איז שקול אזוי ווי ע"ז ממש. ווייל א בעל גאוה איז איינער וואס איז כופר אין די חסדי ה' נאר ער נעמט די גאנצע קרעדיט פאר זיך. דאס איז ממש ווי ע"ז.

ווייל די עיקר פון ע"ז איז די חלק אז זי נעמט די קרעדיט פאר זיך. ווייל הגם דער בעל גאוה לייקענט נישט אינגאנצען אין אייבערשטן, אבער די עובדי ע"ז האבן אויך נישט געלייקנט אינגאנצען אין דעם אייבערשטען, ווי די גמרא זאגט אז זיי האבן גערופן דעם אייבערשטן אלהא דאלהיא, דער אייבערשטער פון די געטער, ווייל זייי האבן געהאלטען אז דער אייבערשטער האט טאקע אלס באשאפן אבער ער האט איבער געגעבן די הנהגה פאר די געטער, ווי דער רמב"ם שמועסט אויס אין אנפאנג הלכות ע"ז.

זאגט דער תניא אז די אפגעריסנקייט פון אייבערשטן גייט פון ביידע וועגן. פון איין זייט וויבאלד זי איז רע וואס דער אייבערשטער האט פיינט, איז זיך די קדושה נישט מתלבש אין איר. ממילא פילט זי נישט די קדושה און זי איז כופר אין די קדושה, ווי מיר האבן פריער געלערנט.

אבער דאס אליינס אז זי איז זיך מפריד פון די קדושה און איז כופר אין די חיות וואס זי באקומט פון די קדושה, דאס איז גורם אז זי זאל טאקע ווערן נאך מער אפגעריסן פון די קדושה. ווייל די קדושה איז נישט שורה נאר אויף א זאך וואס איז בטל צו אים, און וועגן דעם רופט די זוהר הקדוש אן די טומאה מיטן לשון 'טורא דפרודא' בערג וואס זענען אפגעטיילט פון דעם אייבערשטען, און 'דאס' איז די כפירה אין די איינציגקייט פון איייבערשטען, וואס באמת איז דאך כולא קמיה כלא חשיב, און אלעס איז דאך באמת יא בטל צום אייבערשטן און צו זיין רצון וואס איז אלעס מחיה און מהוה מאין ליש שטענדיג.

און די תכלית הכוונה איז דאך אז אויך פונדרויסן פון אונזער שטאנדפונקט זאל זיין נתגלה די אמת אז אלעס איז בטל צום אייבערשטען וואס די אמת'ע מלך אויף די וועלט, דאס איז די כפירה באמת אז זיי זענען זיך מפריד פון די אמת'ע חיות פון אייבערשטן וואס איז זיי מחיה און מהוה שטענדיג.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:39 am

"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » פרייטאג אוקטובער 28, 2016 12:10 pm

ייש"כ קוקט אויס זייער פיין.


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט