שאלות תשובות און הערות אויפן שיעור הקהלה

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מאי 23, 2010 11:26 am

אין משלי שטייט זייער אסאך מאל אז מען זאל שטיין ווייט פון ערבות, און אויב מען איז אריינגעפאלן זאל מען זיך ארויסדרייען דערפון בכל אופנים.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אוקטובער 20, 2010 12:06 am

קרעמער האט געשריבן:שיעור יום ד' וירא, י"ב חשון תשע"א לפ"ק

סעיף יד
בחול המועד נוהגין במדינות אלו שאין קורעין כי אם על אביו ואמו, בין ביום הקבורה בין ביום השמועה, ואפילו בשמועה רחוקה, אך אם מתו אביו ואמו ביום טוב הואיל ונדחה הקריעה לא יקרע בחול המועד עד לאחר הרגל כשמתחיל להתאבל, ועל שאר קרובים אין קורעין בחול המועד עד לאחר הרגל, אך אם שמע בחול המועד שמועה קרובה שלאחר יום טוב תהא רחוקה, בכהאי גונא יקרע בחול המועד (איסור שריטה וקרחה על המת כתוב בסימן קס"ט).


אינטערעסאנט איז אז מיין טאטע ע"ה האט געהאט א ברודער ווער איז נפטר געווארען ד' חוה"מ סוכות, די לווי'ה איז געווען בו ביום, קבורה איז געווען און בית החיים און קרית יואל.
די חברה קדושה לייט האבען געהייסען פאר מיין טאטע ער זאל רייסען קריעה, און איך האב מיך געטעהנט מיט זיי אז חוה"מ רייסט מען קריעה נאר נאך אב ואם, אבער זיי האבען נישט געוואלט מקבל זיין וואס איך זאג זיי.
the SCY is the limit

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוקטובער 20, 2010 7:00 am

עס איז דא אסאך מאל "הלכה ואין נוהגין כן", און די חברה קדישא לייט ווייסן וואס מען טוהט למעשה (אדער זענען זיי אויך עלול צו מאכן א טעות. ובדידי הוי עובדא, עס איז ליידער אוועק א נפטר אין די אנדערע הויז פון מיר, האב איך אנגעפרעגט א חשוב'ן רב אויב מען דארף אויסגיסן די פארזאמעלטע וואסערן פון שטוב, און ער האט געזאגט אז נישט. אין שו"ע שטייט אבער קלאר אז די דריי הייזער פונעם נפטר רופט זיך "שכונת המת" און מען דארף אלע וואסער אוועקגיסן).

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוקטובער 21, 2010 2:38 pm

קרעמער האט געשריבן:עס איז דא אסאך מאל "הלכה ואין נוהגין כן", און די חברה קדישא לייט ווייסן וואס מען טוהט למעשה

דאס זענען געווען די ווערטער פון מיין טאטע ע"ה, וועלענדיג מלמד זכות זיין אויף זיי
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוקטובער 21, 2010 8:35 pm

קרעמער האט געשריבן:שיעור יום ה' וירא, י"ג חשון תשע"א לפ"ק

סימן קצו – הלכות אונן בחול ובשבת וביו"ט

סעיף ב
אונן פטור מכל המצות שבתורה, ואפילו אם אינו צריך לעסוק בצרכי המת, כגון שיש לו אחרים שעוסקים בשבילו. ואפילו אם רוצה להחמיר על עצמו אינו רשאי מפני כבוד המת, אינו מברך לא המוציא ולא ברכת המזון. ואפילו אם אחרים אוכלין ומברכין אינו עונה אמן, ואינו מצטרף לא לזימון ולא לעשרה, אבל מה שהוא מצות לא תעשה אפילו מדרבנן, אסור גם לו, ולכן אם בא לאכול פת צריך ליטול ידיו, ולא יברך על נטילת ידים כמו שאינו מברך המוציא, וכן בנטילת ידים שחרית נוטל ידיו שלש פעמים כדרכו ואינו מברך.

איך_הער האט געשריבן:שיעור יום ו' ערש"ק וירא, י"ד חשון, תשע"א לפ"ק.

סעיף ג
אם אכל קודם שנקבר המת ולאחר שנקבר עדיין לא התעכל המזון יברך ברכת המזון, וגם אם עשה צרכיו קודם הקבורה, יברך אחר כך ברכת אשר יצר.

יעצט איז די שאלה, אויב מעהאט קובר געווען דעם מת און עס איז נאך נישט אריבער זמן תפילה. דארף ער יעצט דאווענען און לייגען תפילין?

במי אבל אבי, ווען איך בין אהיים געקומען פון פעלד איז ר' יחיאל באב"ד, שליט"א (טארטיקובר רב) געווען און די קאר.
עס איז נאך געווען פאר חצות. ער האט מיר געהייסען דאווענען פון ברכת קריאת שמע און ווייטער. און ווען איך האב געהאלטען ביי שמונה עשרה האט ער געהייסען מיין זוהן זיך אוועק שטעלען כדי איך זאל קענען זאגען די שמונה עשרה שטייעדיג.
תפילין האב איך, פארשטייט זיך, נישט געהאט מיט מיר.

וועגען לייגען תפילין און שטוב, האט ער מיר געזאגט אז מדינא דשולחן ערוך דארף איך נישט, נאר עס איז געווען מקומות ביי חסידים וויא מען האט יא געלייגט.
the SCY is the limit

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11747
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג דעצמבער 21, 2010 11:08 pm

קרעמער האט געשריבן:שיעור יום ב' שמות, י"ג טבת תשע"א לפ"ק

סעיף ב
נוהגין שגם שאר קרובים מראין קצת אבלות בעצמן שבוע הראשונה עד אחר השבת, שאין רוחצין בחמין ואין משנין קצת בגדיהם כמו בשאר שבת, ואין כל הקרובים שוין בזה, אם היו שני בשני, או בן בנו או בן בתו לובש כל בגדי שבת חוץ מבגד העליון, ועל חמיו וחמותו או אבי אביו ואבי אמו, וכן האשה על חמיה וחמותה ואבי אביה או אבי אמה, אינן לובשין רק כתונת לבנה והאשה גם צעיף לבן, וכן המנהג שלא לילך לבית המרחץ ולא לחוף את הראש, גם אין לאכול חוץ לביתו לא בסעודת מצוה ולא בסעודת מריעים, ולאחר שבת מותר בכל דבר.



נישט מער געדאכט, נישט לאנג צוריק האב איך אנגעפרעגט א דיין איבער די הלכות האט ער מיר געפרעגט צו איך וואוין אין די זעלבע שטאט ווי מ'גייט זיצן שובעה אויב נישט דאן איז אלעס גרינגער. אינטערעסאנט אז דא ווערט עס נישט געברענגט.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » פרייטאג ינואר 21, 2011 12:28 am

די לעצטע שטיק צייט לערנט מען פאר הלכות שמחות,
ווי איז די מקור נישט צו לערנען אינמיטן יאר נאר תשעה באב.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג ינואר 21, 2011 10:04 am

אויב מען לערנט ש"ס על הסדר, לאזט מען נישט אויס מועד קטן פרק שלישי

אלזא איז מסתבר אז ווען מען לערנט קיצור שלחן ערוך על הסדר (און מיר האלטן שוין אט אט ביים סיום) זאל מען נישט אויסלאזן הלכות שמחות

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג פאברואר 11, 2011 8:49 am

דער עולם זאל זיך טאקע גרייטן צום גרויסארטיגן סיום... קרעמער וועט זיכער אויפטרעטן מיט א מעכטיגע דרשה...

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך פאברואר 16, 2011 10:31 pm

די צוויי מגי"ש האבן זיך עפעס פארעכענט היינט...
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דאנארשטאג פאברואר 17, 2011 5:19 pm

אויב דו רעדסט פון מיר פארשטיי איך נישט וואס דו ווילסט

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג פאברואר 17, 2011 5:26 pm

ניין, כ'רעד פין איכער, זיי האבן עס שוין פארראכטן.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע: עיה"ק

תגובהדורך סלונימער » דאנארשטאג פאברואר 17, 2011 10:48 pm

און תיכף נאך קשו"ע דארף מען אנהייבן די שיעור אין שו"ע הרב.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג מארטש 10, 2011 1:58 am

אונז ערווארט מיר א לעגערע דרשה פונעם מגי"ש לכבוד'ן סיום,


איכער מעגסט אויך עפעס אנגרייטן.


אונז בעט מיר אלע משתתפים אונעם שיעור זאלן זיך משתתף זיין ביים סיום.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » מאנטאג מארטש 14, 2011 1:16 pm

איך מיין מען זאל אויף הענגען גרויסע פאלקאטן אויף די ווענט פון קרעטשמע ווען מען ענדיגדט אין הייבט אן עפעס ניי אז דער פרישער עולם זאל וויסן דערפון אין זיך מיטכאפן
יאנקעל די פופציגער

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מיטוואך מארטש 23, 2011 8:29 pm

נו, מה יהי' עם השיעור?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מארטש 23, 2011 8:48 pm

מען קען נישט גיין ווייטער בעפאר מען איז מסיים כדבעי...

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך מארטש 23, 2011 8:50 pm

ווי געזאגט ווארט דער חשובער ציבור דערויף, ווי לענגער מ'ווארט אלץ מער ווערט ערווארטעט
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מיטוואך מארטש 23, 2011 9:39 pm

ווער זענען די געלאדענטע?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מארטש 23, 2011 10:15 pm

קודם דארף מען זעהן ווער עס לאדענט

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך מארטש 23, 2011 10:19 pm

די גרייט דיך נאר צו.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מיטוואך מארטש 23, 2011 10:45 pm

איך זעה דאך שוין... עס איז א ערנסטע קאנטראווערסיע. איך שטיי ווייט...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג יוני 16, 2011 11:42 am

קרעמער האט געשריבן:מען קען נישט גיין ווייטער בעפאר מען איז מסיים כדבעי...

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » דאנארשטאג יוני 16, 2011 9:45 pm

דער שטן פארלייגט זיך... ווי גייט דאס ווארט: ס'יום מ'סכת א'ין ל'עשות איז דער תפקיד פונעם ס"מ אליינס.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » פרייטאג יוני 24, 2011 1:18 am

its already a week from the last response in this forum what's the plan for the shiur ?


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט