שאלות תשובות און הערות אויפן שיעור הקהלה

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך נובעמבער 09, 2011 11:07 am

ווינקל האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:מען קען נישט גיין ווייטער בעפאר מען איז מסיים כדבעי...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 29, 2012 12:37 pm

א הערצליכן דאנק ר' פארשריבן פארן אנהייבן פארלערנען א שיעור אין דרך החיים, לאמיר האפן אז דו וועסט האבן די חשק און געדולד פארצולערנען מרישא ועד גמירא, און אז די שאלות תשובות און הערות אשכול זאל אויך בליען, דאס מיינט אז עס זאל נתרבה ווערן די ספסלי השיעור.

איך וועל בל"נ מיטלערנען דעם שיעור טעגליך.

משה'עלע
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך משה'עלע » מאנטאג ינואר 30, 2012 10:15 am

כבוד הרב פארשרייבען יישר כח וחילך לאורייתא מיר האבען אנגעהויבען דעם שיעור און דרך החיים להגאון מליסא
זכות המחבר זאל אייך ביי שטייען ער האט דאך מתפלל געווען אז זיינע ספרים זאלען זיין ביליגער פון בארשט אז כל עני ואביון זאל קענען לערנען און זייינע ספרים והרב פארשרייבער מקיים רצונו של צדיק זי"ע
בשיעור היום יעיון בביאור הלכה סימן ד' אי כלום מעכב ובסידרו של ר' יעקב עמדין דמברך על נקית ידים
אין חכמה כחכמת התורה (פרמ"ג הל' חנוכה סימן תר"ע) ואין חכמיה כישראל

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מאנטאג ינואר 30, 2012 11:34 pm

יישר כח הרב פארשריבען פארען מזכה זיין די עולם איך האלט מיט יעדע טאג

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מיטוואך פאברואר 01, 2012 7:29 pm

א שיינעם דאנק פאר די חיזוק, עס גיבט מוט אנצוגיין אז מען ווייסט אז מען האלט מיט.

און... אז עס איז דא "מזומן", איז אלעס גרינגער און געשמאקער.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 8:01 pm

שמחתי לראות כי כבוד ידידי נ"י נתעלה להיות ממגי"ש בתוככי קהלתינו.

ויהא רעווא מן קדם אבוהון די בשמיא, שיזכה לסיים עד גמירא, בעזר הוי"ה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 06, 2012 7:18 pm

לכבוד המגיד שיעור ר' פארשריבן, נא ליזהר שלא לכתוב השם באותיותיה, ולכתוב אלקים תחת השם המלא.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מאנטאג פאברואר 06, 2012 7:32 pm

וואס איז דער פראבלעם?

און נישט כסדרן איז אויך א פראבלעם?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 06, 2012 7:33 pm

איך רעד נישט פון הוי"ה, נאר פון אלקים מיט א ה'

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מאנטאג פאברואר 06, 2012 7:56 pm

נו, דאס איז מיין ערשטע פראגע; "וואס איז דער פראבלעם?"

יעדנפאלס, מעג מען עס נאך איצט פאררעכטן?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 07, 2012 12:01 am

פארריכטן מיינט פארמעקן, אויף להבא זאל מען נזהר זיין.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג פאברואר 07, 2012 12:29 am

קרעמער, אויסמעקן א ווירטואלן שם איז א פראבלעם?

שיינע שמועס דערוועגן
viewtopic.php?f=5&t=3502

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מיטוואך פאברואר 08, 2012 6:42 pm

אינעם היינטיגן שיעור האט מען געלערנט ווי דער דה"ח פסק'עט אז מען ברויך זאגן והער"ב מיט א וא"ו, ווייל עס איז א המשך צום פריערדיגן "לעסוק בדברי תורה".

איז בלויז אינטרעסאנט אנצומערקן אז דער טאהש'ער נוסח איז יא "הערב", אהן א וא"ו.

אוועטאר
בני ברק'ער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 17, 2012 8:36 am
לאקאציע: וואס הייסט ווי? דא!

תגובהדורך בני ברק'ער » זונטאג פאברואר 19, 2012 7:43 am

היינטיגן שיעור - וועגן זאגן פרשת התמיד פאר וען ס'טאג'ט.
וואס הייסט טאג לגבי זאגן קרבנות? די וואס דאווענען ותיקין טאהרן דען נישט זאגן קרבנות פארן דאווענען?
הוי כל צמא לכו למים, נאט אייך צו טרינקען.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג פאברואר 19, 2012 12:56 pm

לכאורה מיינט טאג לגבי זאגען קרבנות די עלות השחר.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 20, 2012 3:30 pm

אינעם היינטיגן שיעור האט פארשריבן פארגעלערנט פון דרך החיים אז מען ברויך זאגען די קרבנות שטייענדיגערהייט:
viewtopic.php?p=537814#p537814

איך פיר מיך ב"ה אזוי, אבער איך וויל פארשטיין פארוואס מאנכע זענען נישט נזהר דערין. איז דא א דעה אז מען מעג דאס זאגען זיצנדיג?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9114
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג פאברואר 20, 2012 6:04 pm

אסאך אסאך אחרונים האלטן אז מען דארף נישט שטיין ביי גאנץ קרבנות, נאר אויב עפעס נאר ביי פרשת התמיד, זע די משנה ברורה סימן מ"ח סק"א.
---
איך געדענקט נישט צו איך האב זיך שוין באדאנקט פאר פארשריבן, לאמיר זיך יעצט באדאנקן, א גרויסן יישר כח פארן פארלערנען דעם שיעור.
לעצט פאראכטן דורך למעלה משבעים אום מאנטאג פאברואר 20, 2012 6:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מאנטאג פאברואר 20, 2012 6:05 pm

רביה"ק מהר"י מסאטמאר זי"ע פלעגט דאס זאגן זיצענדיג (מעגליך נאר בימי חליו), ביי איזהו מקומן פלעגט ער זיך אויפשטעלן.

אוועטאר
בני ברק'ער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 17, 2012 8:36 am
לאקאציע: וואס הייסט ווי? דא!

תגובהדורך בני ברק'ער » מיטוואך פאברואר 22, 2012 5:53 pm

מ'האט היינט געלערנט אז מיט א ברכה אויפן טלית גדול איז מען פוטר דעם ט"ק.

הייסט אז א אינגערמאן האט א געלעגנהייט צו מאכן "על מצוות ציצית" נאר טאמער ער טוישט דעם ט"ק אינמיטן טאג?
הוי כל צמא לכו למים, נאט אייך צו טרינקען.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מיטוואך פאברואר 22, 2012 7:33 pm

איך קען נישט אלע שיטות, אבער איך מיין אז מען פירט זיך אז יונגעלייט מאכן נישט א ברכה אויפן ט"ק. (אויסער אין א אויסנאם פאל וואס מען האט בכלל נישט קיין ט"ג, ווי פארשטענליך).

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10169
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מיטוואך פאברואר 22, 2012 10:25 pm

קרעמער האט געשריבן:לכאורה מיינט טאג לגבי זאגען קרבנות די עלות השחר.


ס'דא וואס מאכען א חילוק צווישען דעם עמוד השחר מיטען עלות השחר, אז דער עמוד השחר איז מיט אן ערך פון 15 מינוט פארען עלות, און פון דעמאלטס אהן קאן מען שוין זאגען קרבנות.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 7:25 pm

קיינמאל געהערט דערפון. קענסט צוצייכענען א מקור ביטע?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9114
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 10:49 pm

די מיינסט אפשר אילת השחר, נישט עמוד השחר?

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10169
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 11:27 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:די מיינסט אפשר אילת השחר, נישט עמוד השחר?


יא ריכטיג: נאר כ'האב געדענקט פון ערגעץ אז עס איז דא וואס זאגען אז מען האט גערופען דעם אילת השחר עמוד השחר, און עס איז דא וואס זאגען אז אלע דריי איז איינס,
דערוועגען האב איך נישט גלייך געענטפערט ווייל איך האב געוואלט קודם נאך קוקען די מקור מאכען זיכער אז איך האב נישט געהאט א טעות אינעם אויסדרוק.
ווייל עס איז דא אזוי א רעדע אויכעט ביי שבועות אונדערפרי ווען מ'זאל גיין זיך טובל זיין, איין פלאץ איז די אויסדרוק עמוד השחר אויף א צווייטען פלאץ שטייט ביי אילת השחר,
עס איז דא ספרים וואס זגען ביידע אויסדרוקען, און דארטען איז דא וואס זאגען אז עס איז מעט קודם העלות, און בכדי לא לבלבל את היוצרות האב איך אנגענומען צו רופען עמוד השחר און אילת השחר איינס ביי די נושא.

יש"כ למעלה משבעים
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10169
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 11:50 pm

אין ספר ערוגת הבושם מר' אברהם ב"ר עזריאל מבעלי התו' דאכט זיך עמ' 7 זאגט ער אז דער עמוד השחר איז קודם עלוה"ש, נאר נישט מיט אן ערך פון 15 מינוט נאר כשיעור ד' מילין, וכן מעלוה"ש עד הנץ.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט