הלכות לשון הרע באידיש

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור צ"ז

תגובהדורך הלכות לשון הרע » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 11:05 pm

חלק ההלכה

ד) דער פערטער תנאי איז, אז ווען ער דערציילט די מעשה, טאר ער נישט אויפבלאזן די מעשה מער ווי ס'איז טאקע געווען, און נישט צולייגן קיין שום פרטים, נאר דערציילן ממש כמות שהיא.

ה) ער מוז אינזין האבן לתועלת, לשם שמים, און נישט פאר זיין אייגענע הנאה, צו זען יענעמס דורכפאל ח"ו אדער עפעס אנדערש.

א ראי' צו דעם איז דאס וואס מ'זעט אז דער אייבערשטער גייט באשטראפן אלע פעלקער פארן פייניגן די אידן, כאטש זיי טוען דאס בגזירת המקום, אבער די הנאה וואס זיי האבן בשעת זיי פייניגן, דאס איז שוין זייער אייגענע הוספה, און דאס מאכט אז זיי באקומען א שטראף אויף די גאנצע.

חלק ההתעוררות

אלע עצות ביז אהער, איז גוט פאר איינעם וואס איז נישט איינגעגעסן אין די שלעכטע מדה, ער רעדט נישט לשון הרע ממש אלעמאל, אבער איינער וואס איז שוין איינגעגעסן אין דעם, ער רעדט כסדר לשון הרע אן קיין אפהאלט, דער דארף שוין שטערקערע עצות.

דאס איז שוין א קרענק, וואס מ'דארף זיך אומגיין מיט דעם אזוי ווי מיט א גשמיותדיגע קרענק, מ'מוז דערגיין דעם שורש פון וואנעט דער מחלה שטאמט.

אזוי אויך מוז מען דא זוכן פארוואס און צוליב וועלכע סבה איז ער אזוי איינגעגעסן אין דעם שלעכטע מדה.

די סיבות אויף דעם קענען זיין פארשידענארטיג, בעיקר צוליב 7 סיבות: כ'עס, ל'יצנות, ג'אוה, י'אוש, ה'פקר, נ'רגנות, אומר מ'ותר. די סימן דערויף איז כ"ל גיהנ"ם.

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור צ"ח

תגובהדורך הלכות לשון הרע » מיטוואך אוקטובער 21, 2015 10:27 pm

חלק ההלכה

ו) די זעקסטע תנאי. די סבה פארוואס דער פארציילער וויל פארציילן דעם לשון הרע איז דאך נאר לתועלת, ער וויל מודיע זיין פאר איינעם וואס קען געשעדיגט ווערן אז יענער זאל זיך וויסן צו היטן, במילא אויב איז דא א מעגליכקייט ער זאל קענען אויף עפעס א וועג מאכן אז יענער זאל זיך היטן אן דעם וואס ער זאל אים דערציילן לשון הרע דארף ער ענדערש טון וואס ער קען כדי נישט צו דערציילן, און טאמער האט ער יא דערציילט איז דאס לשון הרע וואס איז אסור.

א ראי' זעט מען ביי די מעשה פון עכן (סנהדרין י"א.), ווען דער אייבערשטער האט געזאגט פאר יהושע אז איינער האט מועל געווען אין די חרם, האט אים יהושע געפרעגט ווער, האט דער אייבערשטער געזאגט אז ער גייט אים נישט אויסזאגן צוליב לשון הרע! נאר וואס דען יהושע זאל מאכן א גורל און אזוי וועט ער אויסגעפונען. זעט מען פון דעם אז כאטש עכן איז געווען א רשע, אבער וויבאלד מ'קען מאכן אז יהושע זאל אויסגעפונען דורך א צווייטע וועג, דארף מען אזוי טון.

חלק ההתעוררות

כ' - כעס

ס'דא מענטשן וואס ווערן אין כעס, און דעמאלס טוען זיין שיממפן און שעלטן, און שטעלן זיך נישט אפ אפילו פון די גרעסטע לשון הרע, פאר אזא מענטש קען מען נישט געבן קיין עצה ווי אזוי זיך צו היטן פון לשון הרע, ווייל ער איז אין כעס איז ער פשוט נישט ביי זינען... ס'נישטא מיט וועמען צו רעדן דעמאלט. די איינציגסטע זאך וואס מ'קען אים זאגן איז אז ער זאל אויסרייסן די שרעקליכע מדה פון כעס פון זיין הארץ.

חז"ל הק' זאגן, אז ביים יום הדין ווער ס'האט מער עבירות ווי מצוות גייט ארויס חייב רח"ל. אויך זאגן חז"ל אז איינער וואס ווערט אין כעס, איז א סימן אז ער האט מער עבירות ווי מצוות.

בשעת א מענטש ווערט אין כעס זעט מען אז די גאנצע תורה ומצוות איז הפקר ביי אים ליידער, דאס הייסט א פשע וואס איז ערגער ווי א מזיד. אפילו די שכינה איז נישט חשוב ביי אים דעמאלט, און ס'איז כאילו מ'דינט עבודה זרה רח"ל. דערפאר דארף מען אויסרייסן דער מדה פון זיך אינגאנצן.
לעצט פאראכטן דורך הלכות לשון הרע אום פרייטאג אוקטובער 23, 2015 8:41 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור צ"ט

תגובהדורך הלכות לשון הרע » פרייטאג אוקטובער 23, 2015 8:41 am

חלק ההלכה

ז) די זיבעטע תנאי איז, אז נאכ'ן דערציילן וועט מען נאר קענען ארויסבאקומען פון יענעם אזויפיל געלט צו באצאלן די שאדענס לויט וויפיל מ'וואלט געקענט באקומען דורך בי"ד ע"פ דיני תורה, טאמער אבער וועט מען דורך דעם ארויסנעמען פון דעם מזיק א גרעסערער שאדן ווי די דין תורה וואלט גע'פסק'ט, טאר מען דאס דאן נישט דערציילן.

חלק ההתעוררות

אין זוה"ק שטייט אויפן פסוק "חדלו לכם מן האדם אשר נשמה באפו כי במה נחשב הוא", אז דאס איז א ציווי אז מ'מוז זיך דערווייטערן פון מענטשן וואס בייגן זיך אוועק פון גוטן וועג צום שלעכטן וועג.

וועסטו דאך פרעגן ווי אזוי קען מען וויסן ווער עס איז דער שלעכטער מענטש פון וועמען איך דארף זיך היטן?

דער תירוץ איז, דאס איז דער מענטש וואס ווען עס ווערט אין אים ערוועקט א נייגונג צו ווערן אין כעס האלט ער זיך איין, און ער היט אויף זיין נשמה איר נישט צו פארטרייבן פון זיך און שטעלן אויף איר פלאץ א פרעמדע נשמה וואס קומט פון די סטרא אחרא, אזא מענטש איז אן ערליכער, אויב אבער ער ווערט אין כעס און ער היט זיך נישט, דער איז נישט קיין ערליכער, פון אים דארף מען זיך היטן און דערווייטערן, ווייל מיט זיין כעס צורייסט ער זיין נשמה רח"ל.

דאס מיינט דער פסוק "חדלו לכם מן האדם מן האדם אשר נשמה באפו" - וואס מיט זיין כעס צורייסט ער זיין נשמה ח"ו.

און אז מ'היט זיך וועט זיין גוט.

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור ק'

תגובהדורך הלכות לשון הרע » זונטאג נובעמבער 01, 2015 1:12 pm

חלק ההלכה

נאך א וויכטיגע תנאי איז דא כדי א מענטש זאל מעגן דערציילן לשון הרע אויף א צווייטן לתועלת, אז דער דערציילער דארף זיין אינגאנצן ריין פון די עבירה וואס יענער האט געטון.

לדוגמא, אויב וויל ער דערציילן אז איינער האט בא'גנב'עט א צווייטן, און אפיציעל איז זיין סבה פארן דערציילן כדי צו העלפן דעם בא'גנב'עטן, מוז זיין אז דער דערציילער האט נישט גע'גנב'עט קיינמאל, ווייל אויב ער אליין איז אויך א גנב, קען דאך נישט זיין אז ער מיינט דאס לתועלת, ווייל קודם זאל ער אליין זיך אויסוואשן פון דעם עבירה, און נאכדעם ערשט זיין פארנומען צו העלפן אנדערע.

אזוי שטייט טאקע אז יהוא איז באשטראפט געווארן פארן הרג'ענען אחאב, כאטש אפילו ער האט באקומען שכר דערויף, און עס איז געווען א גוטע שריט, פון דעסטוועגן וויבאלד ער אליין איז אויך נכשל געווארן אין ארויסהעלפן עבודה זרה, ווערט דאס גערעכנט ווי ריין בלוט וואס ער האט פארגאסן.

חלק ההתעוררות

חז"ל זאגן, כל הכועס, אפילו מ'האט איהן אנגעשריבן גדולה אין הימל, נעמט מען עס צו פון אים.

נאך זאגן חז"ל, כל הכועס, געוועלטיגן אין אים אלע מיני גיהנם. דאס מיינט, אז פאר יעדע עבירה איז דא א ספעציפישע גיהנם, אבער ווען מ'ווערט אין כעס קומט מען צו צו כמעט אלע עבירות, דערפאר וועלן אלע מיני גיהנם שולט זיין אין איהם.

דערפאר זאל מען זען אויסצוארבעטן די מדה פון כעס, און דורך דעם זוכה זיין צו חיי עולם הבא.


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט