הלכות לשון הרע באידיש

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור ע"ד

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 5:23 am

חלק ההלכה

ווען מ'הערט אויף איינעם לשון הרע, און ס'איז דא "דברים הניכרים" אז די מעשה איז אמת, דאן איז דא א מעגליכקייט אז מ'זאל דאס מעגן גלייבן.

אויב איז די רעדע פון א זאך וואס מ'קען דן זיין לכף זכות, אדער וועגן שלילת המעלות, דאן טאר מען עס נישט גלייבן.

אויב אבער קען מען אים נישט דן זיין לכף זכות, און מ'האט עס גוט חוקר געווען אז ס'איז באמת "דברים הניכרים", און ער האט עס אליין געזעהן, און ס'איז "ניכרים ממש" נישט "ניכרים קצת", דאן מעג ער דאס גלייבן.

אבער מ'טאר נאך אלץ נישט גיין דאס דערציילן פאר אנדערע, ווייל ס'דאך נישט ערגער ווי ווען מ'זעהט עס אליין, און אוודאי נישט אים שלעכטס טון בגוף או בממון.

להלומדים: סוגיא זו הוא בקיצור נמרץ מאוד במס' שבת נו. ולהרוצה לטעום טעם מתוק בדברי החפץ חיים, יעיין בפנים איך שהוא מבאר דברי הגמרא והמהרש"א בטוטו"ד.

חלק ההתעוררות

רבי שמעון בן גמליאל זאגט, "כל ימי גדלתי בין החכמים ולא מצאתי לגוף טוב משתיקה", גדלתי בין החכמים מיינט, אז ער האט זיך געדרייט ביי די חכמים, און זיך אפגעלערענט פון זיי זייערע מדות טובות און הנהגות טובות. און דאס בעסטע פון אלע איז געווען די מדת השתיקה.

או יאמר, אפילו זיי זענען געווען גרויסע חכמים, אן אלע זייערע ווערטער זענען געווען דברי חכמה, פון דעסטוועגן האב איך זיך מתבונן געווען און איינגעזעהן אז טאמער רעדט מען נישט אין דברי תורה, איז בעסער צו שווייגן.

אויב האט דאס געזאגט רבי שמעון בדורו, וואס ער, און אלע חכמים בדורו, האבן נאר גערעדט און געטראכט דברי חכמה, האט ער געזאגט אז ס'איז בעסער צו שווייגן, כ,ש וכ"ש אונז, וואס אונזער גאנצע קאפ איז פארטראכט מיט שטותים און אנדערע זאכן, אוודאי און אוודאי איז פאר אונז דאס בעסטע די מדת השתיקה.

א חכם האט אמאל געזאגט, ווען איינער באזידעלט מיר מיט שווערע ווערטער, שווייג איך און ענטפער נישט, פארוואס, ווייל איך האב פשוט מורא אז אויב איך וועל אים ענטפערן וועט ער נאך שארפער זאגן...

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור ע"ה

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 5:24 am

חלק ההלכה

די גמרא אין בבא מציעא דערציילט, ווי איינמאל איז מר זוטרא געווען אין אן אושפיזא, און א בעכער איז נעלם געווארן, ווען ער האט געזעהן ווי איינער ווישט זיך אין א צווייטענס בגד, האט ער געזאגט אז מסתמא איז דאס דער גנב, מ'האט געשלאגן ביז ער האט מודה געווען.

לכאורה לויט די כללים וואס מ'האט געלערענט, טאר מען דאך נישט שלאגן קיינעם נאר אויפן סמך פון דברים הניכרים?

דער תירוץ איז, אז בי"ד האט צומאל א רעכט יא זיך צו פארלאזן אויף דברים הניכרים און דורך דעם געוואר ווערן דעם אמת. אבער דאס איז נאר טאמער בי,ד האט אליין געזעהן אדער געהערט פון צוויי עדות די דברים הניכרים.

פון דעם זעהט מען אז ס'איז זייער נישט ריכטיג וואס די טובי העיר טוען אז זיי פארלאזן זיך אויף איינעמס מעשה און זענען חושד מענטשן בגניבה. ערשטנס, זיי האבן בכלל נישט קיין כח בי"ד, צווייטענס, מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף אן עד אחד.

חלק ההתעוררות

א מענטש מיט א שווערד, קען ח"ו הרג'ענען איינעם, אבער נאר ווען יענער שטייט נאנט צו אים. טאמער האט ער א ביקס, קען ער הרג'ענען איינעם וואס שטייט נאך ווייטער. אבער מיטן צונג, קען מען רח"ל הרג'ענען איינעם, אדער גאר אסאך, וואס געפונען זיך אינגאנצן אין אנדערע עק וועלט!!

***
טראכט אריין, וואס איז געשמאקער פאר א מענטש, אז מענטשן זאלן אים זאגן "רעד שוין אביסל, וואס ביסטו אזוי שטיל?" אדער "שווייג שוין, דו רעדסט איער די מאס..."

***
שווייגן איז גוט פאר חכמים, כ"ש פאר טפשים. סייג לחכמה שתיקה, סמא דכולא שתוקא.

***
די פסוק זאגט "שמור פתחי פיך", די מויל איז ווי א טיר פון א הויז, אמאל דארף עס זיין אפען און אמאל פארמאכט, אבער טאמער ס'איז כסדר אפן, דאן קען מען אלעס צו'גנב'ענען פון אינעווייניג.

***
א מענטש האט צוויי אויגן, צוויי אויערן, צוויי נאז לעכער, צוויי הענט, צוויי פיס, אבער נאר איין מויל, צו ווייזן אז די מויל דארף מען נוצן ווייניג.

***
טייערע דימאנטן פארשפארט אין א קעסטעלע, דאס טייערסטע וואס א מענטש פארמאגט איז זיין צונג, דארף דאס זיין פארשפארט אונטער זיינע ליפן, און נישט עפענען נאר לצורך.

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור ע"ו

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 5:25 am

בעזהשי"ת הייבן מיר אן כלל ח'.

חלק ההלכה


די איסור צו דערציילן לשון הרע, איז סיי אויב דער דערציילער איז א מאן, און סיי טאמער ס'איז א פרוי. אזוי אויך איז נישטא קיין חילוק אויף וועמען מ'דערציילט, צו אויף א מאן אדער אויף א פרוי.

אזוי אויך טאר מען נישט רעדן לשון הרע אויף קרובים, כאטשיג מ'האט יענעם גאר שטארק ליב און מ'מיינט נישט עכט אים צו פארשעמען, און כאטשיג דער קרוב אויף וועמען מ'רעדט איז נישט מקפיד, פון דעסטוועגן טאר מען נישט.

ס'איז שטארק נפרץ ביי מענטשן צו רעדן לשון הרע אויף זייערע אייגענע ווייבער און שוויגער-עלטערן ומשפחתם, אבער דאס איז אן איסור און מ'טאר נישט רעדן אויף זיי אויך נישט.

חלק התעוררות

איינער וואס האט מורא צו שווייגן צופיל, ער האט מורא ס'וועט אים ברענגען צו עצבות, און ער מוז רעדן, זאל ער אבער מקבל זיין בהחלטה גמורה אז ער וועט נישט רעדן וועגן קיין שום מענטש, נישט גוטס און נישט שלעכטס. טאמער מוז ער אמאל רעדן וועגן א מענטש, זאל ער דאס טון בקיצור, די שנעלסטע וואס ער קען.

מ'דערציילט אויף ר' רפאל אבד"ק האמבורג, אז פיר יאר איידער ער איז אוועק פון די וועלט, האט ער אויפגעגעבן דאס רבנות, און טאמער איז מען געקומען רעדן צו אים, האט ער זיך אויסגענומען אז מ'טאר נישט רעדן פון קיין מענטשן. אזוי אויך דערציילט מען דאס אויף אנדערע צדיקים ווי זיי האבן קיינמאל נישט גערעדט וועגן קיין מענטשן נישט שלעכטס און נישט גוטס.

מ'דארף זיין געווארענט נישט צו שמועסן מיט איינער וואס ארבעט אין א געוויסע אומנות, וועגן א צווייטן וואס טוט אין דעם זעלבן געביט, דאס ברענגט צו רוב מאל צו לשון הרע.

לא מיבעיא מ'זאל נישט יענעם אויסלויבן פארענט פון אים, דאס וועט דאך אוודאי צוברענגען אז יענער זאל אים בארען, נאר אפילו סתם רעדן וועגן יענעם איז נישט גוט, ווען ס'איז דא געז גערוך, קען יעדע פונק ברענגען א קאטאסטראפע רח"ל, דערפאר טאמער מוז ער רעדן מיט יענעם וועגן דעם צווייטן בני אומנתו, זאל ער גאר שטארק מקצר זיין.

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור ע"ז

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 5:26 am

חלק ההלכה

ס'קען אויסקומען אז רעדן לשון הרע אויף א קטן זאל אויך זיין אן איסור, לדוגמא אויב א יתום האלט זיך אויף ביי איינעם אינדערהיים, און דורך אים בארעדן וועט אים יענער ארויסווארפן, איז דאס לשון הרע. אזוי אויך טאמער קען ארויסקומען אנדערע צער פאר א קטן איז דאס אן איסור.

טאמער מיינט ער עס לתועלת אויף מדריך צו זיין דעם קטן אין די ריכטיגע וועג, דאן מעג מען דאס דערציילן, אבער ער מוז טאקע וויסן אז די מעשה איז אמת, און אויך גוט שוקל זיין צו ס'וועט נישט ארויסקומען מער שאדן ח"ו.
אפילו אויף אן עם הארץ איז אסור צו רעדן לשון הרע, סוף כל סוף איז ער דאך א איד, און א חלק פונעם אייבערשטען'ס מיליטער.

כל שכן וכל שכן אויף א תלמיד חכם, איז אוודאי אסור צו רעדן, און די עבירה איז גאר סאך גרעסער.

חז"ל זאגן "כל המספר אחר מטתו של ת"ח נופל בגיהנם". אויך קען אויסקומען אז דורך בארעדן א תלמיד חכם גייט ער ח"ו אריין אין די גדר פון המבזה תלמיד חכם, וואס חז"ל זאגן אויף דעם ח"ו הכרת תכרת וכו'.

דער יצר הרע רעדט אבער איין אז היינטיגע צייטן איז נישט דא דער דין תלמיד חכם, נאר בזמן הגמרא. אבער דער אמת איז נישט אזוי, אלעס גייט לויט די דור. בזמנינו, איינער וואס איז יגע בתורה, און ער איז ראוי צו פסק'ענען, האט א דין תלמיד חכם. און איינער וואס איז אים מבזה, אפילו נאר מיט ווערטער, אפילו ווען ער הערט נישט, איז דאס אן עוון פלילי, און ער איז חייב נידוי אויף דעם.

כל שכן אויב איז ער א מורה הוראה אין שטאט, דעמאלס איז סאך הארבער אים צו בארעדן, ווייל חוץ פון דעם וואס ער איז מחוייב נוהג כבוד צו זיין אין אים, ווייל ער פארלאזט זיך אויף זיינע הוראות, איז ער אויך מונע פון אנדערע דעם דרך ה', ווייל דורך זיין בארעדן וועלן אנדערע טראכטן וואס לוינט צו גיין צו אים צו דין תורה, ער פסק'ענט דאך נישט יושר'דיג. און דורך דעם קומען ארויס שווערע קלקולים, און נאך אסאך וואס מ'קען נישט דערמאנען צוליב די אריכות.

חלק ההתעוררות

אויב האט ער אנגעהויבן צו רעדן מיט איינעם וועגן א איד, און ער האט גארנישט געוואוסט אז יענער איז א שונא זיינער, און דער האט אנגעהויבן יענעם צו בארעדן, זאל ער גלייך אוועקדרייען די שמועס צו אן אנדערע נושא, און אויב דאס גייט נישט, זאל ער פשוט אפטראגן פון דארט אינמיטן די שמועס. חוץ אויב ער ווייסט אויף זיכער אז ער וועט קענען דורך שעם שמועס מאכן שלום.

די זעלבע איז ווען ער האט אנגעהויבן עפעס צו דערציילן, און ער כאפט אז טאמער גייט ער ענדיגן די מעשה גייט ארויסקומען דערפון א לשון הרע, זאל ער זיך מתגבר זיין אויף די שווערע נסיון, און אויפהערן רעדן אזוי ווי ס'שטייט און גייט! פונקט ווי ווען א מענטש האלט אינמיטן עפעס עסן, און איינער איז אים מודיע אז דאס איז נישט כשר, וועט ער אויפן רגע אויפהערן עסן, און ער וועט נאך אפילו אויסשפייען דאס וואס ער האט אין מויל, דאס זעלבע איז מיט לשון הרע.

איי דורך דעם וועלן מענטשן אים אנקוקן נאריש, אויף דעם זאגן שוין חז"ל, "מוטב שיקרא שוטה כל ימיו ואל יהי' רשע שעה אחת לפני המקום".

א מענטש איז גרייט צו האבן בושה נאר נישט צו ליידן יסורי הגוף, די רמב"ן שרייבט אז איין שעה אין גיהנם איז ערגער ווי יסורי איוב א גאנץ לעבן ח"ו, כ"ש וכ"ש אז מ'רעדט פון אביסל נארישע בושה המדומה.

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור ע"ח

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 5:28 am

חלק ההלכה

די איסור פון רעדן לשון הרע איז נאר אויף איינער וואס איז בכלל "עמיתך", אבער אויף איינעם וואס ער ווייסט אז ער איז אן אפיקורס איז נישט דא קיין שום איסור צו רעדן לשון הרע, פארקערט גאר, ס'איז א מצוה אים מבזה צו זיין און בארעדן, סיי בפניו און סיי שלא בפניו. ער מעג דערציילן אלע שלעכטע זאכן וואס ער האט געזעהן אויף אים, און אפילו גלייבן און איבערדערציילן אנדערע לשון הרע'ס וואס ער האט געהערט פון אנדערע. די תורה זאגט לא תלך רכיל "בעמך", און דער איז נישט בכלל "עמך". אויך שטייט הלא משנאיך ה' אשנא ובתקוממיך אתקוטט.

אן אפיקורס וואס מ'רעדט דא, איז איינער וואס לייקענט אין תורת ה' אדער אין נבואה, סיי תורה שבכתב סיי תורה שבע"פ, אפילו אויב ער זאגט נאר אויף איין פסוק, אדער איין מימרא, אדער א ק"ו אדער א גזירה שוה, וכדומה, אז דאס איז נישט מן השמים, איז ער בכלל אפיקורס.

צו לייגן א מענטש בכלל אפיקורס, מוז ער דאס האבן אליין געהערט פון אים ווי ער רעדט דברי אפיקורסות, אדער אז די גאנצע שטאט איז אים מחזיק בגדר אפיקורס, אבער פון סתם א שמיעה וואס ער האט געהערט ווי איינער זאגט אז ער איז אן אפיקורס טאר מען דאס נאכנישט גלייבן, נאר חושש זיין צו שטיין ווייט פון אים, און אויך זאגן פאר אנדערע אז ס'איז דא א חשש אפיקורסות אויף דער מענטש און זיי זאלן זיך היטן פון אים, אבער נישט גלייבן אויף זיכער ביז ער איז דאס מברר.

חלק ההתעוררות

א מענטש זאל זיין געווארענט נישט צו שטיין אין א חבורה פון מענטשן, ווייל ס'איז לא ימלט אז מ'וועט נישט דארט נכשל ווערן אין דיבורים אסורים. חוץ אויב ער זעהט אז די גאנצע חבורה איז א קבוצה פון יריאים ושלימים וואס וועלן נישט דורכפאלן מיט קיין לשון הרע.

אויב זעהט ער א גאנצע קבוצה מיט ערליכע מענטשן, אבער ס'געפונט זיך צווישן זיי אפילו איין נישט ערליכער, זאל ער זיך אפהאלטן פון אהינגיין, ווייל איין מענטש קען קאליע מאכן.

שטייט אין ספר ראש הגבעה, שלמה המלך זאגט "באזני כסיל אל תדבר", מ'זאל שטארק נזהר זיין אין די ווערטער פון דער חכם מכל האדם, דערפאר זאל מען אכטונג געבן פון א קבוצה אפילו פון הונדערט מענטשן, טאמער אבער זיצט אפילו איין נאר, אדער איין לץ, אדער אפילו איינער וואס האלט זיך פאר א קלוגער – וואס דער איז אן אמת'ע נאר... זיץ שטיל דארט און רעד נישט גארנישט. ווייל אפילו אויב דו וועסט רעדן די קלוגסטע דברי חכמה וואס איז שייך, וועט ער דיר בייקומען און דו וועסט זיין צו שאנד און צו שפאט...

אפילו ווען דו ווילסט רעדן מיט דיין חבר וואס איז דיין גלייכן, געב אכטונג אז דער נאר זאל נישט הערן אפילו פון דערווייטענס, ווי די לשון פון שלמה איז "באזני" כסיל אל תדבר.

זאגט דער בעל הראש הגבעה, איך האב דאס שוין אויספראבירט אסאך מאל ביי שמחות, און איך האב געפונען אז ס'איז טאקע פונקט אזוי. דערפאר זאג איך דיר מיין קינד, אנטלויף פון אזא קבוצה, ווייל אזא פארשוין פארשמירט דאס פנים פון די גאנצע חבורה. אדער כאטש זיץ שטיל וועסטע נישט פארכאפט ווערן אין זיין נעץ.

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור ע"ט

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 5:30 am

חלק ההלכה

דער הייליגער חפץ חיים שרייבט דא אזוי:
איך האב באמת זייער מורא צו שרייבן די דאזיגע הלכה, ווייל מאנכע גייען זיך ארויפכאפן דערויף און נוצן דעם היתר שלא במקומו, אבער איך פארלאז מיך אויף רבן יוחנן בן זכאי וואס האט נאכגעזאגט דעם פסוק "כי ישרים דרכי ה' צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם".

אויב איז איינער מוחזק אלס א רשע, מעג מען רעדן אויף אים לשון הרע. דאס מיינט נישט אז ס'איז ארויס אויף אים א קול אז ער איז א רשע, ווייל דעמאלט טאר מען עס נישט גלייבן, נאר ס'מוז זיין "מוחזק".

וואס הייסט "מוחזק"? אז כסדר גייען ארויס אויף אים שמועות לרעה, אז ער איז רח"ל עובר אויף הארבע עבירות וואס יעדער ווייסט זייער הארבקייט, ווי למשל ניאוף וכדומה, און די קול איז ארויס עטליכע באזונדערע מאל, און די קול איז געווען אז ער האט עס "זיכער" געטון בלי ספק, דאן איז ער א מוחזק רשע, און מ'מעג רעדן אויף אים.

חלק ההתעוררות

ווער ס'וויל זיך איינקויפן די מדה פון שתיקה, זאל טון דאס פארקערטע וואס די בעלי לשון טוען, דהיינו, די בעלי לשון שטייען אלעמאל אין קופקעס, הערן צו טרעפן נישט עפעס פרישע מעשה'לעך אויף מענטשן זיי זאלן דאס קענען גיין פארקויפן ווייטער. זיי גייען ארום שמועסן נייעס מיט יעדן, אפשר דאך וועט מען הערן עפעס א פרישע לשון הרע'לע וואס מ'האט נאכנישט געהערט. און דאס זאל ער טון פארקערט.

מ'זאל אנהייבן צוביסלעך. קודם זאל ער אויפהערן שטיין צוזאמען מיט קופקעס, נאכדעם זאל ער נישט הערן נייעס וואס רעדט וועגן מענטשן אפילו אן א קופקע, דערנאך זאל ער גיין א מדריגה העכער ער זאל בכלל נישט וועלן הערן נייעס.

דאס וועט ביי אים מאכן אז די מדה פון שתיקה וועט ווערן ביי אים א טבע שני, אויף אזוי ווייט אז ווען ער וועט זען איינעם רעדן לשון הרע וועט עס זיין ביי אים א וואונדער, ווי קען א מענטש טון אזא זאך??...

און דאס איז בדוק ומנוסה, אז אפצוהיטן די מויל און די אויערן איז א נאר א שווערע זאך פאר איינצלנע וואכן, ווייל ווען מענטשן זעען איין אז ער הערט נישט און רעדט נישט קיין לשון הרע וליצנות, וועט יענער אויפזוכן א צווייטן וואס איז יא אינטערעסירט אין זיינע סחורה, און ער וועט מער נישט קומען פארקויפן זיינע סחורה פאר אים, ער וויל דאך נישט אויסקוקן ווי א ביליגער לץ און בעל לשון הרע אין זיינע אויגן. נאכמער, די בעלי לשון הרע וועלן זיך צוריקהאלטן פון רעדן זייערע שטותים אפילו ווען ער שטייט נאר נאנט צו זיי.

קומט אויס אז די גאנצע זאך נעמט נאר אפאר וואכן, און די עיקר שוועריגקייט איז נאר די החלטה מחליט צו זיין אז "איך וויל ווערן א שומר הלשון". אויף דעם זאגן חז"ל "השָׁם אורחותיו בעוה"ז זוכה ורואה בישועתו של הקב"ה".

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור פ'

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 5:33 am

חלק ההלכה

אין ירושלמי ווערט געברענגט, אז אויף בעלי מחלוקת מעג מען רעדן לשון הרע. דער רי"ף, רא"ש און רמב"ם ברענגען בכלל נישט אראפ די הלכה, אבער אנדערע ראשונים ווי דער סמ"ג מיט דער הגה"מ ברענגען עס יא.

מוז מען אבער וויסן, אז צו דעם פעלט אויס עטליכע וויכטיגע תנאים:

א) אז דאס דערציילן קעגן זיי די לשון הרע וועט העלפן אפשטילן די מחלוקה, דהיינו, אז די בעלי מחלוקת וועלן געוואר ווערן אז מ'ווייסט זייערע מחשבות, וועלן זיי אייננעמען א שטיל-שווייגעניש. אבער טאמער וועט דאס גארנישט אויפטון, אדער גאר פארקערט, ס'וועט גרעסער מאכן די מחלוקת, דאן איז אסור צו פארציילן אפילו זיי זענען בעלי מחלוקת.

ב) מ'מוז אליין האבן געהערט פון זיי זייערע דיבורים און געדאנקען און דורך דעם באשליסן אז זיי זענען בעלי מחלוקת, אבער מפי השמועה פון אנדערע איז נישט גענוג, (אויסער אין פעלער וואס מפי השמיעה איז יא גוט כמבואר כמה אופנים לעיל).

ג) ער מוז עס מיינען לתועלת, אן קיין שנאה קעגן זיי.

ד) אז ס'נישטא קיין זום אנדערע וועג ווי אזוי אפצושטילן די מחלוקה נאר דורך זיי בארעדן, למשל דורך זיי מוסר זאגן קודם.

אפילו אזוי, זאל ער זיך קודם גוט דורכטראכן "ווער" ס'איז דער בעל מחלוקת, און ער זאל נישט טון אזא שריט פאר ער ווייסט אויף זיכער וועלכע צד זענען די בעלי מחלוקת. און טאמער האט ער א ספק, שב ואל תעשה עדיף.

חלק ההתעוררות

א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען דן זיין א צווייטן לכף זכות, דאס איז איינע פון די זאכן וואס אדם אוכל פירותיהן בעולם הזה והקרן קיימת לו לעולם הבא.

די אופנים דן צו זיין לכף זכות זענען פארשידענע :

- אז ער איז גערעכט געווען מיט וואס ער האט געטון ווייל איך ווייס נישט פארשידענע פרטים.
- ער האט עס געטון בשוגג.
- ער האט נישט געוואוסט די הארבקייט פון די זאך.

אויב האט ער געהערט די מעשה פון אנדערע מענטשן, און ס'איז אים שווער נישט צו גלייבן די מעשה, דאל ער טראכטן אז מסתמא האט דער מספר אויסגעלאזט פארשידענע וויכטיגע פרטים פון די מעשה, וואס דאס וואלט געטוישט די גאנצע אויסזעהן פון די מעשה.

די גמרא אין מס' שבת (קכז:) ברענגט פארשידענע מעשיות, וואס מ'זעהט פון דעם אז אפילו ווען די צד זכות איז גאר ווייט, זאל מען אויך דן זיין לכף זכות, ווי די גמרא ברענגט דארט באריכות די מעשה מיט'ן מלמד. און די גמרא פירט אויס אז ווער ס'איז דן יענעם לכף זכות, איז מען אין הימל אים אליין דן לכף זכות.

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור פ"א

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 5:36 am

חלק ההלכה

מען טאר נישט רעדן לשון הרע אויף א מת. די פוסקים ברענגען, אז ס'איז דא א חרם הקדמונים נישט צו בארעדן א מת.

דאס איז אפילו ביי א מת אן עם הארץ, כ"ש אויב ער איז געווען א תלמיד חכם.

דאס וואס מען טרעפט אסאך מאל אין די ספרים ווי תלמידי חכמים האבן געשריבן שארף איינער קעגן דעם צווייטן, דאס איז נאר געווען בדבר הלכה, וואס מ'האט נישט געוואלט אז אידן זאלן זיך סומך זיין אויף יענעמס פסק האט מען געשריבן שארף, אבער נישט ח"ו אויף מבזה צו זיין.

ווען עס איז אסור צו דערציילן לשון הרע, טאר מען עס נישט דערציילן פאר קיינעם! אפילו נישט פאר די אייגענע ווייב.

אויסער טאמער דאס איז נוגע פאר רוחניות, ווי למשל זי דרייט זיך מיט שכינים וואס טויגן נישט, וכדומה, דאן מעג מען איר אנזאגן זי זאל עס נישט טון און דערציילן די סבה דערצו. אפילו טאמער ער איז נישט ממש זיכער מיט די לשון הרע וואס ער האט געהערט אויף זיי, מעג ער איר איבערזאגן בלשון ספק "איך האב געהערט אויף זיי אזוי און אזוי", כדי זי זאל זיך מונע זיין פון דרייען מיט זיי.

אסאך מענטשן מאכן דעם טעות, ווען זיי האבן מיט איינעם צוטון, אין גאס אדער אין ביהמ"ד, קומען זיי אהיים און דערציילן פאר די ווייב וואס יענער האט אים געטון. אויזער די איסור פון לשון הרע, זיי זענען דורך דעם אויך מרבה במחלוקת, ווייל אפילו נאכדעם וואס ער וועט יענען מוחל זיין, און ער וועט פראבירן צו פארגעסן פון די קריגעריי, וועט אים אבער זיין ווייב כסדר דערמאנען דערוועגן, און זי וועט נאך מאכן א באזונדערע קריגעריי מיט יענעמס ווייב.

אין אבות דרבי נתן שטייט, אז דאס וואס חז"ל זאגן "אל תרבה שיחה עם האשה", מיינט ער זאל נישט איבערזאגן פאר זיין ווייב זיינע קריגערייען מיט מענטשן, ווייל אין הארץ וועט זי אנהייבן אראפקוקן אויף איר מאן, טראכטנדיג, 'קוק ווי ער האט צוטון מיט אזויפיל מענטשן'..


חלק התעוררות

ווי שטארק א מענטש געוואוינט זיך צו צו דעם מדה פון דן זיין לכף זכות, אלס מער וועט ער ממילא אפגעהיטן ווערן פון לשון הרע.

מען דארף זיך גאר שטארק צוגעוואוינען צו דעם מדה פון דן זיין לכף זכות, ווייל דורך דעם איז מעגליך אז א מענטש זאל זיך קובע זיין אין וועלכע גדר ער איין גייט אריין, צדיק אדער ח"ו רשע.

מיר ווייסן אז א מענטש ווערט נקבע לויט רוב, אויב רוב פון זיינע מעשים זענען מצוות, ווערט ער אנגערופן צדיק, און ער ווערט גע'פסק'ענט לחיים. אויב רוב פון זיינע מעשים זענען ח"ו עבירות, דאן ח"ו ווערט ער אנגערופן א רשע, וכו'.

יעצט, אויב איינער וואס האט שוין היפש זכיות, אבער מ'וועט אנהייבן דאס צו באקוקן מיט א פארגרעסערונגס-גלאז, וועט ליידער אראפפאלן גאר אסאך. אסאך האט ער נישט געטון בשלימות נאר למחצה לשליש ולרביע, דאס ביסל וואס ער האט יא געטון גוט איז אויך נישט געווען מיט די ריכטיגע כוונה, באהבה ביראה ובשמחה. קומט אויס אז ס'וועט איבערבלייבן ביי אים גאר גאר ווייניג זכיות און ליידער גאר אסאך עוונות.

אויב אבער דער אייבערשטער וועט זיך פירן מיט אים ברחמים, דאן וועט דער אייבערשטער מלמד זכות זיין אויף די אלע זכיות, אז לפי המצב זענען זיי יא בשלימות. אויך וועט מען פון די זכיות קענען אראפנעמען אסאך, ווייל דער אייבערשטער וועט מלמד זכות אויף אים.

אבער די הנהגה ווי אזוי דער אייבערשטער זאל זיך פירן מיט אים ווענדט זיך אין די מענטש אליין, אויב האט ער זיך געפירט דורך זיין לעבן מלמד צו זיין זכות אויף כלל ישראל, דעמאלס וועלן אים די מלאכים און מלאכי רחמים אויך דן זיין לכף זכות, און ער וועט ארויסגיין זכאי בדין. אויב האט ער דן געווען מענטשן לכף חוב, און זיי בארעדט, דאן ח"ו טוען די מלאכי חבלה דאס זעלבע, און בארעדן אים שלעכטס.

על כן, זאל א מענטש גוט אריינטראכטן, ווען ער רעדט וועגן מענטשן, זאל ער וויסן, אז אויב וועט ער רעדן נאר גוטס, וועט ער זיך אליין א טובה טון און מאכן מ'זאל רעדן אויף אים נאר גוטס.

* * *

דאס ענין פון דן זיין א איד לכף זכות, קומט בשורשו פון די מצוה פון "ואהבת לרעך כמוך". אז מ'טראכט אריין, ווען איינער זאל שטיין און דיר בארעדן מיט שלעכטע זאכן, און דו ווייסט דאך אליין אז דו האסט א לימוד זכות אויף כמעט אלעס וואס דו טיסט, ווי שטארק וואלסטו געוואלט אז דער שומע זאל דיר דן זיין לכף זכות. אזוי ממש זאל ער טון צו זיין חבר.

ווען א מענטש מאכט חתונה זיינס א קינד צו א פרעמדע משפחה, א פרעמדע שטאט, און דארט פירט מען זיך געוויסע זאכן אנדערש פון וואס דער יונגערמאן איז צוגעוואוינט פון זיין היים, שטייט דער טאטע און קוקט ארויס בכליון עינים, אז איינער זאל זיך באפריינדען מיט זיין זון, און אים ווייזן ווי אזוי זיך צו פירן ער זאל אויף זיך נאר אויסרופן רעספעקט, נישט פארקערט ח"ו.

ווען א איד זעהט א צווייטן טון עפעס וואס וועט אים נישט ברענגען קיין כבוד, איז די מצוה פון "ואהבת לרעך כמוך" זאגט אונז ער זאל צוגיין צו יענעם, אויפמערקזאם מאכן וואס יא צו טון און וואס נישט, נישט שטיין אין די זייט און לאזן יענעם דורכפאלן. כ"ש וכ"ש, אויב יענער איז יא דורכגעפאלן, איש בכלל נישט מענטשליך יענעם צו גיים בארעדן.

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור פ"ב

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 5:37 am

חלק ההלכה

מ'טאר נישט דערציילן לשון הרע אפילו אויף קרובים, און אפילו צו א קרוב. למשל א זון טאר נישט דערציילן פאר זיין טאטן קיין לשון הרע אויף זיין ברודער.

אפילו ער מיינט לתועלת, דהיינו אז דער טאטע זאל מוסר זאגן פאר זיין ברודער, פון דעסטוועגן איז עס אסור, ווייל ער האט קודם געדארפט אליין אים מוסר זאגן. חוץ אויב ער האלט אז זיין אייגענע מוסר גייט ממש גארנישט אויפטון.

די ראי' דערצו איז פון יוסף הצדיק, ויבא יוסף את דבתם רעה אל אביהם, כאטשיג ער האט געמיינט לתועלת, האט די תוה"ק א תביעה אויף אים.

די איסור פון רעדן לשון הרע איז אפילו צו א איד, און אודאי און אודאי צו א גוי. אדרבה, ווען מ'דערציילט פאר א גוי איז עס סאך הארבער, ווייל אויסער וואס דורך דעם איז ער מחלל שם שמים און מבזה כבוד ישראל, טוט ער נאך מיט דעם א שרעקליכע שלעכטס פאר יענעם איד. ווייל ווען מ'דערציילט עס פאר א איד, איז דא האפענונג אז דער איד וועט עס נישט מקבל זיין, אבער ווען מ'דערציילט פאר א גוי, וועט ער דאך עס תיכף מקבל זיין און דערציילן פאר אנדערע, און ארומשמירן די גאנצע שטאט.

און אוודאי טאמער ח"ו גייט ער און ער מסר'ט צו די גויישע ערכאות, דאן איז גדול עוונו מנשוא!! ער גייט אריין אין די גדר פון מלשינים, און זיין דין איז גלייך צו אן אפיקורס און כופר בתורה ובתחיית המתים, וואס אויף זיי שטייט, גיהנם כלה והם אינם כלים ח"ו. ס'איז כאילו הרים יד בתורת משה רבינו, וכאילו חירף וגידף, דערפאר זאל מען זיך גאר שטארק אפהיטן פון דעם.

חלק ההתעוררות

א קינד האט אמאל געטון א נישט גוטע זאך, שטייט דער טאטע אין די זייט און ס'טוט אים וויי, ער האפט קיינער האט נישט באמערקט, ער וועט אים שוין אויס'מוסר'ען. קומט אבער צו גיין איינער, און בפני כל עם דערציילט ער די מעשה. דער טאטע ווערט מורא'דיגע צעבראכן פון דעם, היתכן? פארוואס באשמוצט דו מיין זון אזוי? ווילסט מיר איינרעדן אז דו האסט געמיינט למען קנאת האמת, וואלסטו געדארפט אים גיין אליין פארהאלטן קודם, פארוואס זאלסטו דאס אזוי אויסשמירן ברבים??

דאס זעלבע איז ביי כלל ישראל כלפי הקב"ה, בנים אתם לה' אלקיכם, ער פילט מיט זייער צרה, און ער פריידט זיך מיט זייער שמחה, אידן זענען קינדער צום בורא כל עולמים. ווען איינער ווערט ח"ו נכשל אין אן עבירה, און א צווייטער גייט און דערציילט דאס פאר אנדערע, האט הקב"ה גרויס צער פון דעם, פארוואס זאל דאס א מענטש טון??

אין תנא דבי אליהו פרק כ"ח שטייט, "וכן אמר להם הקדוש לישראל, בני אהובי, כלום חסרתי דבר שאבקש מכם? ומה אני מבקש מכם, אלא שתהיו אוהבין זה את זה, ותהיו מכבדין זה את זה ותהיו יראים זה מזה, ולא ימצא בכם עבירה וגזל ודבר מכוער, שלא תבואו לידי פסול לעולם".

* * *

ווען איינער האט מצער געווען א איד, זאל ער זעהן נישט אפצוהיטן די שנאה, און נישט נקמה בשום אופן. ער זאל אים ווייטער טון טובות פונקט ווי מיט א צווייטן, כאילו ס'וואלט קיינמאל נישט געווען קיין רייבעריי צווישן זיי.

אין זוה"ק פרשת מקץ שטייט, אז יוסף האט נישט באצאלט פאר זיינע ברידער שלעכטס, נאר אדרבה, אפילו זיי האבן אים שלעכטס געטון, האט ער מיט זיי געטון נאר גוטס, און אזוי איז דער דרך פון אלע צדיקים, דערפאר גיט דער אייבערשטער אכטונג אויף זיי אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. און דארט אין זוה"ק ברענגט ער א מעשה באריכות פון איינער וואס איז געראטעוועט געווארן פון טויט צוליב דעם הייליגן מדה.

ווען א מענטש גייט אין גאס, אינמיטן שטויסט זיך זיין פוס אן אין א שטיין, און ער גליטשט זיך אויס, און צעבלוטיגט זיך אינגאנצן, פאלט אים דען איין צו האבן טענות אויף זיין פוס וואס האט זיך אויסגעגליטשט? וועט ער עפעס טון צו יענעם פוס? אוודאי נישט! ס'דאך איין מענטש, כאטש ס'איז צעטיילט אין איברים, ער וועט אוודאי גלייך מאכן א חשבון אז דאס איז צוליב זיינע עבירות.

דאס זעלבע איז כלפי כלל ישראל, כלל ישראל איז איינס! ס'נישט שייך צו זיין ברוגז אויף א צווייטן איד ווען יענער האט אים עפעס שלעכטס געטון, יענער האט דאך עס נישט געטון. ס'איז נאר זיינע עבירות וואס האבן דאס גורם געווען, און דער אייבערשטער האט אים דאס געשיקט.

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור פ"ג

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 5:40 am

חלק ההלכה

מענין לענין, איז כדי אנצומערקן אויף א שלעכטע געוואוינהייט וואס מענטשן האבן, ווען איינער וויל איינעם טשעפענען, וועט ער אים נישט זאגן די טשעפע להדיא, ווייל ער האט מורא אז יענער וועט אים צוריקענטפערן און צוריקטשעפען. נאר ער זאגט עס ברמיזה, אז ס'זאל דויערן עטליכע סעקונדעס ביז מ'כאפט עס, דאס ברענגט ארויס א געלעכטער ביי די צוהערער, און דער געטשעפעטער איז סאך שווערער ארויסצוקריכן פון די אומבאקוועמע מצב.

דאס ברענגט אז חוץ פון דעם וואס ער איז עובר אויף אונאת דברים, איז ער אויך עובר אויף די איסור ליצנות, און אסאך מאל אויף מלבין פני חבירו ברבים.

קבלת לשון הרע איז אויך אסור פאר יעדן איד, נישט קיין חילוק פון וועמען ער האט עס געהערט, חוץ אויף מינים ואפיקורסים, זיי זענען דאך נישט בכלל עמיתך, אויף זיי מעג מען גלייבן אלע לשון הרע'ס.

כאטש אז אויף בעלי מחלוקת מעג מען רעדן לשון הרע (מיט געוויסע תנאים כמבואר במקומו), דאך אבער טאר מען עס [לכאורה] נישט גלייבן, ווייל די איינציגסטע סבה פארוואס מ'מעג עס דערציילן איז ווייל דאס וועט העלפן אפשטילן די מחלוקת, אבער פארוואס זאל מען מעגן גלייבן?

חלק ההתעוררות

כלל ישראל איז איינס!

חז"ל זאגן אז ווען איין איד טוט אן עבירה, טוט ער מיט דעם שלעכט פאר גאנץ כלל ישראל. פונקט ווי ווען א מענטש טוט זיך וויי איין אבר, כאטש די ווייטאג איז נישט די זעלבע שטארק ביי די אנדערע איברים, דאך שפירט ער עס אבער אויפן גאנצן גוף, דאס זעלבע איז ווען איינער טוט אן עבירה ח"ו.

רבי שמעון בר יוחאי זאגט, משל למה הדבר דומה, א מענטש פארט אויף א שיף, און ער נעמט זיך גראבן א לאך אין זיין צימער, האבן די אנדערע מענטשן אים פארגעהאלטן דערויף, האט ער געזאגט, וואס אהרט אייך? איך טו עס נאר אין מיין צימער?! האבן זיי אים געזאגט אז דאס טוט איינזינקען די גאנצע שיף.

על כן, ווען איינער טוט דיר וויי, זאלסטו נישט עובר זיין אויף נקימה ונטירה, ווייל כלל ישראל איז איינס. טראכט אז אלעס איז פון הימל, און דורך דעם וועט דיר דער אייבערשטער פארגעבן זיינע זינד.

ווען דוד המך איז אנטלאפן פון אבשלום, און שמעי בן גרא האט אים געשאלטן קללה נמרצת, האט אבישי בן צרויה געוואלט נקמה נעמען, האט דוד המלך אים נישט געלאזט מיט'ן טענה "ה' אמר לו קלל!" ס'דאך פונעם אייבערשטן. זאגן חז"ל אז אין יענע רגע האט דוד המלך זוכה געווען צו ווערן רגל רביעי במרכבה.

* * *

מאכט זיך אז א מענטש איז אן ענגע מצב, און ער בעט זיין חבר זאל אים א טובה טון, און יענער זאגט אפ, אן קיין ספעציעלע סבה. ווי אזוי קען מען טאקע בארואיגן די געפילן וואס בוזשעווען מיט געפילן פון נקמה און נטירה?

כדי דאס צו קענען ברענגען אביסל נענטער צום שכל, וועלן מיר דאס מסביר זיין מיט א משל.

ראובן איז געווען זייער ברוגז אויף שמעון וועגן א געוויסע זאך וואס שמעון האט אים שלעכטס געטון. ער האט אים בארעדט פאר זיינע פריינד, און שטארק פיינט געהאט.

איין טאג קומט צו יהודה צו ראובן'ען, וואס ראובן האט זייער געשעצט יהודה'ן, און ער זאגט אים, אהובי ידידי, איך האב אליין געזעהן ווי שמעון איז געווען א באזוך ביי איינע פון די גאר גרויסע פון די גדולי הדור, און יענער האט אים מכבד געווען זייער זייער שטארק. ראובן, הערענדיג דאס, איז געווארן אביסל פארצווייפעלט, ער זאגט צו יהודה, יתכן כ'האב געמאכט א טעות, ס'קען זיין א ז וויבאלד דאס ענין איז מיר געווען נוגע, האב איך אים באלד באשמיצט, אבער מעגליך אז איך האב געמאכט א טעות, כ'וועל בלי נדר אים מער נישט בארעדן, אבער כ'מיין נאך אלץ אז ער האט געטון א שרעקליכע עוולה.

צוויי טעג שפעטער דערציילט אים יהודה, דו ווייסט, איך האב געזעהן ווי איינע פון די צדיקים פון די פריערדיגע דור איז אים גאר שטארק מקרב. נאך מער איך האב אים געזעהן רעדן מיט רבי מאיר און רבי יהודה, די הייליגע תנאים!

דא ווערט שוין ראובן פול מיט חרטה געפילן, איי, איך האב זיכער געגרייזט, איך האב עס אנגענומען צום שלעכטס צוליב מיינע נגיעות, אדער מסתמא האט ער זיך נישט געכאפט, אדער האט ער תשובה געטון, ס'קען דאך נישט זיין אז די הייליגע תנאים וואס האבן געהאט גילוי אליהו זאלן מאכן אזא טעות.

והנמשל, דער בורא כל עולמים האט געזאגט, אהבתי אתכם אמר ה', בנים אתם לה' אלקיכם, דער אייבערשטער האט ליב און איז מקרב יעדעס איינציגע איד, ווי איז מעגליך אים פיינט צו האבן?! איי איך האב קעגן אים טענות, דאס איז ווייל איך זעה נאר דעם חומר הגשמי, אבער דער אייבערשטער זעהט די עומק קדושת נשמת ישראל.

דאס איז פשט אין פסוק, לא תקום ולא תטור בני עמך ואהבת לרעך כמוך, ווי אזוי קען איך דאס שפירן? פירט אויס די תוה"ק – אני ה', ווייל איך רבוש"ע האב אים ליב!

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור פ"ד

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 5:41 am

חלק ההלכה

אין תנא דבי אליהו (פרק כא) שטייט, אז ווען א מענטש הערט זיין טאטע אדער מאמע רעדן לשון הרע, זאל ער נישט שטיל בלייבן, נאר איידלערהייט און אויסגעהאלטן לויט הלכות כיבוד אב ואם, זאל ער זיי מעורר זיין אז מ'טאר נישט רעדן קיין לשון הרע, און ער זאל אויך אויפמערקזאם מאכן איבער די הלכה אז לשון הרע איז אסור אפילו אויב ס'איז אמת, אדער זאל ער מלמד זכות זיין וכדומה.

אויב האט ער די מעגליכקייט מוחה צו זיין אויף זיינע שטוב מענטשן און ער טוט דאס נישט, ווערט ער אויך באשטראפט אויף דעם ח"ו.

דערפאר זאל יעדע בעל הבית כסדר זען צו רעדן די וויכטיגקייט פון שמירת הלשון ביי אים אין שטוב, און ארויסברענגען פאר די הויז געזונד די הארבקייט פון דעם.

און דער עיקר איז אז זיי זאלן פון אים אליין קיינמאל נישט הערן קיין זלזול אויף א צווייטן, ווייל אויב יא, וועט ער זיי מער נישט קענען מוסר זאגן געהעריג. דערפאר זאל ער זיך שטארק אפהיטן, וועט אים גוט זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


חלק ההתעוררות

מ'דארף זייער שטארק אכטונג געבן נישט מלמד חוב זיין אויף א איד, כ"ש וכ"ש דארף מען זיין געווארענט נישט מלמד חוב צו זיין אויף כלל ישראל.

חז"ל זאגן, שטייט אין פסוק "אל תלשן עבד אל אדוניו, דור אביו יקלל ואת אמו לא יברך", אפילו א דור וואס פירט זיך ח"ו אזוי, אז זיי שעלטן זייערע עלטערן, זאלסטו דאס נישט אויסזאגן פאר כביכול (כמובן באופן לשבר את האוזן).

ווען ישעיה הנביא האט געזעהן ביי נבואות אויסטערלישע מראות, האט ער זיך דערוועקט און געזאגט מיט התפעלות, איך בין דאך נישט ראוי צו אזעלכע גרויסע מראות!! איך בין טמא, און איך וואוין צווישן טמא'נע מענטשן. אויף דעם שטייט האט דער אייבערשטער געשיקט א מלאך זאל אים געבן א קלאם אין מויל פארן רעדן שלעכטס אויף כלל ישראל. כאטשיג ער האט נישט געמיינט צו בארעדן, ער האט נאר געמיינט ארויסצוברענגען זיין התפעלות, פון דעסטוועגן איז ער נענש געווארן אויף דעם.

צום סוף איז ער גאר געשטארבן מיט אן עונש אויף דעם, דאס איז געווען ווען מנשה זיין אייניקל איז אים נאכגעלאפן, און ישעיה הנביא איז איינגעשלינגען געווארן אין א בוים, און מנשה האט אויפגעשניטן דעם בוים, ווען ער איז אנגעקומען צו זיין מויל איז ער נפטר געווארן.

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור פ"ה

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 5:44 am

חלק ההלכה

חוץ פון די איסור פון לשון הרע, וואס דאס איז רעדן שלעכטס אויף א מענטש, איז אויך דא אן איסור פון "אבק לשון הרע", דאס איז נישט ממש לשון הרע, נאר איז אויך אסור ווייל ס'קומט אן צו לשון הרע.

איינער זאגט אויף א איד, "ווער האט געגלייבט אז ער וועט אזוי אויסוואקסן", דאס ברענגט אז מ'זאל אנהייבן רעדן פון זיין גנות. דאס זעלבע איז ווען ער זאגט "רעדטס נישט וועגן יענעם, איך וויל נישט דערציילן וואס איך ווייס", ער האט טאקע למעשה גארנישט געזאגט, אבער דאס גייט ברענגען מ'זאל רעדן וועגן אים שלעכטס.

אויב וועסטו פרעגן, אז מ'האט געלערענט אין כלל א' אז רעדן ברמז איז לשון הרע גמורה פארוואס דא רופט מען עס אבק לשון הרע?

דער תירוץ איז, ווייל דארט רעדט ער אויף אן אופן וואס דער וואס הערט אים אויס פארשטייט און די אנדערע פארשטייען נישט, אבער דא איז עס ממש ברמז, גארנישט עכט געזאגט, אבער גענוג צו מאכן נייגעריגע מענטשן רעדן.


חלק ההתעוררות

מ'זעהט ווי שטארק מען דארף נזהר זיין נישט צו רעדן שלעכטס אויף כלל ישראל פון דעם וואס גדולי עולם זענען נענש געווארן וועגן דעם.

משה רבינו האט געזאגט "תרבות אנשים חטאים", דערפאר איז ער נענש געווארן מיט אן אייניקל שבואל בן גרשום וואס איז געווארן א משרת פאר עבודה זרה.

אליהו הנביא האט געזאגט "קנא קנאתי", און דער אייבערשטער האט אים וועגן דעם צוגענומען די נבואה און געהייסן דאס איזערגעבן פאר אלישע.

שטייט אין זהר חדש, אמר רבי עקיבא, אפילו א גאר גרויסע צדיק, אויב איז ער נישט אפגעהיטן פון זיך באקלאגן אויפן רבוש"ע, אדער רעדן שלעכטס אויף כלל ישראל, איז זיין עונש זייער גרויס. אליהו איז געווען זייער א גרויסע צדיק, אבער ווען ער האט גערעדט שלעכטס אויף כלל ישראל האט ער באקומען א שטראף. אמר ר' יצחק, אליהו האט זיך נישט אוועקגעררירט ביז ער האט צוגעזאגט אז ער וועט מלמד זכות זיין אויף כלל ישראל. יעדער איד וואס טוט א מצוה שרייבט דאס אליהו אראפ וכו'.

פון דעם זאל מען זיך אפלערנען ווי מען דארף זיך היטן און נישט מלמד זיין חובה אויף כלל ישראל, נאר פארקערט ווען מ'קען זאל מען כסדר מלמד זכות זיין.

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור פ"ו

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 5:45 am

חלק ההלכה

אין די גדר פון אבק לשון הרע איז אויך נכלל, ווען איינער לויבט אויס א מענטש פארענט פון זיינס א שונא. דאס ברענגט אז יענער זאל אנהייבן צו רעדן בגנותו. דערפאר, אויב איינער וויל רעדן מיט איינעם וועגן א מענטש, און ער טראכט אז אפשר זענען זיי צעקריגט, טאר ער נישט רעדן וועגן דעם.

דערפאר זאל מען זייער אכטונג געבן, אויב ווייסט מען אז איינער האט א שווער הארץ אויף דער רב אדער בי"ד אין שטאט, און יעצט האט ער דארט א דין תורה, זאל ער אים נישט פרעגן נאכדעם וואס איז געווארן מיט זיין דין תורה, ווייל מעגליך אז ער האט פארלוירן, און ער וועט אנהייבן רעדן לשון הרע אויפן רב אדער בי"ד, און די עבירה דערפון איז זייער זייער גרויס.

בפרט בזמנינו, וואס מ'זעהט אז מענטשן וואס האבן איינמאל געהאט א סכסוך מיטן רב אדער בי"ד, ווערן זיי שוין באלד ברוגז, על כן זאל מען זיך היטן נישט צו רעדן פון דעם נושא.

טאמער רעדט ער ברבים, פאר עטליכע מענטשן, טאר מען נישט אויסלויבן א מענטש אפילו אויב ס'שטייט נישט דארט זיינס א שונא, ווייל ביי א ציבור איז אלעמאל דא מיימינים ומשמאילים, און אויך מענטשן וואס זענען מקנא, קומט אויס אז דורך זיין משבח זיין יענעם, וועט גאר ארויסקומען א גנות ווען איינער וועט עס אוועקמאכן.

דערפאר איז כדי נישט צו זיצן אין א קופקע אפילו טאמער זיי רעדן גוטס וועגן גדולי ישראל, ווייל סוף כל סוף קען זיך דאס דערקייקלען צו בארעדן איינע פון זיי, און דער עונש פון רעדן אויף גדולי ישראל איז סאך הארבער ווי רעדן אויף סתם א איד.

אויסער אויב מ'רעדט פון איינעם וואס יעדער איז אים מחזיק פאר א צדיק וישר, דאן דארף מען נישט מורא האבן, ווייל אפילו טאמער איינער וועט פראבירן אוועקמאכן די שבח וואס מ'זגאט אויף אים, וועלן אלע צוהערער וויסן אז יענעמס ווערטער זענען גארנישט ווערט.


חלק ההתעוררות

מ'טרעפט אין תנא דבי אליהו ווי ער איז ממליץ טוב אויף אידן. אט איז פון א"ר פי"ט:

רבונו של עולם! ראה נא בענינו וריבה ריבנו, ויעלה עלבוננו לפניך מה שנעשה לנו בכל שעה ושעה.
וזכור כמה בעלי בתים יש בהם בישראל שאין להם פרנסה ועוסקים בתורה בכל יום תמיד.
וזכור כמה עניים יש בהם בישראל שהעמים מושכין את בשרן מעליהם, ועוסקין בתורה בכל יום תמיד.
זכור כמה סומים יש בהם בישראל שאין להם מזונות, ונותנין ולומדים את בניהם תורה.
זכור כמה נערים וקטנים שיש בהם בישראל, שאינם יודעים בין ימינם לשמאלם, ועוסקים בתורה בכל יום תמיד.
זכור כמה זקנים וזקנות שיש בהן בישראל שמשכימין ומעריבין לבתי כנסיות ולבתי מדרשות, ומחמדין ומתאוין ומצפין לישועתך בכל יום תמיד.

ווייטער שטייט דארט:

אבי שבשמים, זכור כמה פסחים וכמה סומים יש בהן בישראל שאין להם מזונות, ואפ"ה נותנין שכר למלמדים שילמדו עם בניהם תורה.
אבי שבשמים, זכור לישראל שהם קניניך אשר מעולם שנאמר ...
אבי שבשמים, זכור כמה אלמנות ויתומים שיש בהם בישראל שעוסקין בתורה ובמצות בכל יום תמיד.
אבי שבשמים, זכור רחמיך ה׳ וחסדיך כי מעולם המה ..

* * *

אין מדרש תנחומא פרשת שופטים שטייט, "ושפטו את העם בכל עת", זאגט ר' יהודה בן שלום, דאס קומט אונז לערנען, מ'זאל זוכן אזעלכע דיינים וואס קענען מלמד זכות זיין אויף כלל ישראל.

אזוי טרעפט מען ביי גדעון. אין יענע דור איז כלל ישראל געווען זייער ארעם במצוות, אבער ווען גדעון האט מלמד זכות געווען אויף כלל ישראל, האט דער אייבערשטער געשיקט צו אים א מלאך, און געזאגט אז מיט דעם כח וואס ער האט מלמד זכות געווען אויף כלל ישראל, זאל ער גיין און העלפן די אידן.

אין ספר חרדים שטייט, אז ווען איינער איז מלמד זכות אויף כלל ישראל, ווערט ער מיט דעם א מרכבה צו א הויכע היכל וואס הייסט "היכל הזכות".

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור פ"ז

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 5:50 am

חלק ההלכה

מען דארף שטארק אכטונג געבן נישט אויסצורימען א צווייטן, וואס דורך דעם קען יענער האבן א הפסד.

למשל, אויב איינער וועט דערציילן פאר אסאך מענטשן וואסערע גרויסע בעל מכניס אורח יענער איד איז, דורך דעם וועט ער גורם זיין אז אסאך מענטשן זאלן אהינגיין, און דאס וועט גורם זיין אז יענער זאל פארלירן זיין געלט.

דאס זעלבע איז מיט א הלואה, אויב דערציילט ער פאר מענטשן אז יענער פארבארגט גרינג געלט, וועט דאס ברענגען אז נישט ערליכע מענטשן וועלן אים מוטשען פאר א הלואה, און ער וועט זיך נישט קענען ארויסדרייען, און דאס וועט גורם זיין אז יענער זאל פארלירן זיין געלט.


חלק ההתעוררות

א גאר גוטע עצה ניצול צו ווערן פון רעדן לשון הרע, איז זיך צוגעוואוינען צו מקבל זיין אלעס מיט לייכטקייט. סבלנות. געדולד.
אין אבות דר' נתן שטייט, הוי למוד לקבל את הצער, והוי מוחל על עלבונך.

אויב נעמט ער נישט אויף זאכן גרינג, מאכט דאס זיין נסיון אסאך גרעסער, ווייל ער וועט שפירן אז ער מוז זיך אויסרעדן פאר מענטשן – דאס ברענגט אים צו נסיונות, ער וועט אנהייבן טראכטן צי יא דערציילן די לשון הרע אדער נישט דערציילן; נאכדעם וועט ער טראכטן צו וועמען ער זאל דערציילן– נאכדעם אויף וועלכע אופן ער זאל דאס דערציילן, נאכדעם וואס יא צו זאגן און וואס נישט צו זאגן. בקיצור, דאס ברענגט אים אסאך נסיונות, און אמאל געווינט ער טאקע, אבער אסאך מאל נישט, דערפאר איז די עצה זיך צוגעוואוינען צו סבלנות.

בזכות וואס ער וועט מקבל זיין דין שמים באהבה, וועט דער אייבערשטער אויפהייבן זיין קרן זייער הויך. אזוי ווי אונזערע הייליגע חכמים זאגן אז בשעת שמעי בן גרא האט געשאלטן דוד המלך, און דוד האט דאס אנגענומען געווען באהבה, דעמאלט האט דוד המלך זוכה געווען צו ווערן דער 'רגל רביעי במרכבה'.

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור פ"ח

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 6:08 am

חלק ההלכה

עס איז פארהאן פעלער ווען מ'מעג רעדן לשון הרע, לדוגמא; ווען איינער איז 'אינו עושה מעשה עמך' ער פירט זיך נישט אויף אידישליך וכדומה, מוז מען אבער זיכער מאכן , אז ווען מ'דערציילט די לשון הרע, זאלן אים מענטשן נישט אנקוקן ווי אן עבריין.

דאס הייסט אז די מענטשן וואס הערן דאס זאלן נישט מיינען אז ער איז יעצט עובר אויף די עבירה פון לשון הרע, למשל אויב זעען זיי אז ער האט אים נישט מוסר געזאגט בעפארן רעדן, אדער אז ער זאגט די לשון הרע שטיל וועלן זיי אים חושד זיין אין לשון הרע, ווייל אויב מיינט ער דאס ווען אמת'דיג לתועלת, פארוואס דערציילט ער דאס נישט ברבים?! פארוואס באהאלט ער זיך און דערציילט עס נאר שטילערהייט?!

אויסער אויב ער האט א גוטע סיבה פארוואס ער קען עס נישט דערציילן ברבים דאן דארף ער דאס קלאר אויסשמועסן, כדי מ'זאל אים נישט חושד זיין אלס סתם א מספר לשון הרע.

חלק ההתעוררות

די גמרא [מס' שבת] זאגט, הנעלבין ואינם עולבין, שומעין חרפתן ואינם משיבין, עושין מאהבה ושמחין ביסורין, עליהם הכתוב אומר ואוהביו כצאת השמש בגבורתו.

זאגן די מפרשים, אז דא איז אויסגערעכנט דריי מדריגות:
1 – איינער פארשעמט אים, ער פארשעמט נישט יענעם צוריק, אבער ער פארענטפערט זיך;
2 – ער ענטפערט גארנישט צוריק, ווייל ער האט מורא טאמער וועט ער ענטפערן וועט יענער אנהייבן צו רעדן מער און פארשעמען;
3 – דאס איז די גרויסע מדריגה, ער ענטפערט נישט צוריק ווייל ער איז דאס מקבל באהבה, און ער פריידט זיך מיט די יסורים למען שמו באהבה.

אויף די לעצטע מדריגה זאגן אונז חז"ל די געוואלדיגע הבטחה פון 'ואוהביו כצאת השמש בגבורתו', ווייל דאס קומט פון זיין ריינע הארץ.

אין ספר 'תולדות אדם' [תולדות ר' שלמה זלמן הנקרא ר' זעלמעלע מוואלאזין תלמיד חביב להגאון מווילנא ואחיו של ר' חיים וואלאזינער] ווערט געברענגט די פאלגנדע מעשה. אמאל איז ר' זלמן געפארן צוזאמען מיט זיין ברודער רבי חיים, אונטערוועגענס ווען זיי האבן געוואלט איינשטיין אין אן אכסניא, האט זיי דער בעה"ב אנגעשריגן און שטארק פארשעמט, און האט זיי פארשיקט און נישט געלאזט אריינגיין נעכטיגן דארט.

ווען זיי זענען אוועקגעפארן, האט ר' חיים באמערקט אז זיין ברודער ר' זלמן וויינט. האט ער אים געפרעגט, דו האסט דיך בכלל צוטון געמאכט פון זיינע שרייערייען? איך האב עס בכלל נישט אויסגעהערט!

זאגט אים ר' זלמן, ניין, נישט פארדעם וויין איך, נאר בשעת ער האט געשריגן האט איך געפילט א שטיקל ווייטאג אין הארץ, און ס'ארט מיך אז איך האלט נאכנישט ביי די מדריגה פון "ואוהביו כצאת השמש בגבורתו".

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור פ"ט

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 6:09 am

חלק ההלכה

(חפץ חיים כלל ט' הלכה ד')
איינע פון די גורמים אז א מענטש זאל רעדן לשון הרע, איז דאס וואס ער דרייט זיך צווישן מענטשן וואס זענען נישט נזהר אין דעם חטא. דערפאר טאר א מענטש נישט בלייבן וואוינען אין אזא געגענט ווי די מענטשן זענען נישט נזהר צו רעדן לשון הרע, און אוודאי נישט זיצן מיט זיי און פארברענגען.

דערפאר זאל מען אויך זייער נזהר ווי מ'איז קובע מקום אין בית המדרש, טאמער וועט ער זיצן נעבן מענטשן וואס שמועסן, וועט ער זיכער אנקומען צו לשון הרע. דאס איז חוץ פון דעם וואס דאס שמועסן אין ביהמ"ד איז גורם ער זאל פארפאסן אמן'ס מיט יהא שמי' רבא'ס, וואס דער עונש אויף דעם איז זייער גרויס. וכ"ש טאמער ער האט א שיעור קביעת עתים און ער זעצט זיך דארט אוועק, וועט פון זיין שיעור גארנישט בלייבן, און דאס ביסל וואס ער וועט יא לערנען, וועט זיין צעריסן אויף קליינע שטיקלעך.

חלק ההתעוררות

אין מדרש תנחומא שטייט, ווען א מענטש לעבט בטובה זיין גאנץ לעבן, איז ער נאכנישט אפגעקומען זיינע עוונות אויף דער וועלט, ווען ווערן זיינע עוונות נתכפר אויף דער וועלט? דאס איז ווען ער האט יסורים.

אמר ר' אלעזר, א מענטש דארף מחזיק טובה זיין פארן אייבערשטן ווען ס'קומען אויף אים יסורים, ווייל יסורים ברענגט א מענטש נענטער צום אייבערשטן, שנאמר את אשר יאהב ה' יוכיח.

אויב ס'קומען יסורים אויף א מענטש, זאל ער דאס מקבל זיין מיט שמחה און כלי זמר, ווייל די שכר דערפון איז זייער גרויס, בלי סוף.

פירט אויס דער חפץ חיים: מקבל זיין בושות, נעלבין ואינם עולבין, גייט אריין אין די כלל פון מקבל זיין יסורים.

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור צ

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 4:11 am

חלק ההלכה

אויב א רבי האט א תלמיד וואס איז נישט נזהר אין לשון הרע, און ער זעהט אז מוסר זאגן וועט נישט העלפן, זאל דער רבי אים פארשיקן פון די חבורה.

די גמרא אין מס' סנהדרין (לא.) דערציילט, אז אין די ביהמ"ד פון רבי אמי איז געווען א תלמיד וואס האט דארט געלערענט 22 יאר, ס'איז ארויס א קול אויף אים אז ער האט דערציילט פאר דרויסענדיגע זאכן וואס מ'האט געלערענט אין ביהמ"ד, וואס דאס איז געווען לשון הרע, און רבי אמי האט אים פארשיקט.


חלק ההתעוררות


אז א מענטש וויל באמת קונה זיין די מדה פון נעלבין ואינם עולבין, זאל ער אביסל אריינטראכטן וואס דאס מיינט אן עונש אויף אן עבירה אין גיהנם אדען אין גלגול, און דאס אלעס קען מען פארמיידן דורך אביסל פארמאכן די מויל בשעת א קריגעריי.

חז"ל זאגן אז די יורדי גיהנם פארלאזן טרערן ווי א נחל.

די פייער פון מדור א' אין גיהנם, איז זעכציג מאל מער ווי די פייער פון דער וועלט.

די פייער פון מדור ב' איז זעכציג מאל מער ווי די פייער פון מדור א'. און אזוי ווייטער אין יעדע מדור.

דער רמב"ן שרייבט אין ספר הגמול אז איין שעה אין גיהנם איז ארגער ווי לעבן אלע יארן אויף דער וועלט מיט יסורי איוב!

אויך איז ידוע אז דער עונש הגלגול איז נאך שווערער ווי די עונש פון גיהנם.

און דאס אלעס קען מען זיך איינשפארן דורך אביסל סבלנות פון נישט ענטפערן בשעת מריבה.

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור צ"א

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 5:42 pm

חלק ההלכה

אויב זיצט דער מענטש אין א קופקע מענטשן וואס רעדן לשון הרע, איז די הלכה ווי פאלגענד:

אויב ווייסט ער אז זיין מוסר זאגן וועט העלפן, איז ער מחוייב מוסר צו זאגן, אפילו דאס וועט אים נישט זיין געשמאק.

אויב האלט ער אז זין מוסר גייט נישט אויפטון, אבער ס'וועט אויך נישט ערגער מאכן, פון דעסטוועגן איז ער מחוייב מוחה צו זיין, כדי ס'זאל נישט אויסקוקן פאר די צוהערער אז ער איז א שותף לדבר עבירה.

טאמער וועט זיין מוסר נישט אויפטון, ס'וועט גאר ערגער מאכן, זיי וועלן אנהייבן צו רעדן זאך שטערקער, דאן איז די עצה צו פארדרייען די שמועס, אז מ'זאל אנהייבן צו רעדן פון עפעס אנדערש. (דער עצה קען גיין פאר די פריערדיגע פאל אויך).

דאס בעסטע איז, מ'זאל בכלל נישט אריינפאלן אין אזא פראבלעם, און זיך נישט זעצן ביי א קופקע וואס ס'דא א ספק אז זיי גייען רעדן לשון הרע.


חלק ההתעוררות

מ'זעהט אז ס'איז סאך גרינגער פאר א מענטש צו מקבל זיין אויף זיך בזיונות ווי איידער פארלירן געלט, דאס זעהט מען ווען ס'געשעט ח"ו א שריפה ביי אים אין שטוב, און ער וועט זיך נעמען שרייען אן קיין גרעניצן אפילו דאס איז נישט בכבוד'יג, און אין נאך פעלער קען מען דאס זעהן.
אזוי אויך זעהט בחוש, אז ס'איז גרינגער פאר א מענטש צו פארלירן געלט ווי איידער ליידן יסורי הגוף.

ווען ס'מאכט זיך פאר א מענטש אז איינער פארשעמט אים אדער טוט אים וויי, אנשטאט ענטפערן און בארעדן אויף צוריק, זאל ער מאכן ביי זיך אין קאפ א וואגשאל, פון איין זייט זאל ער לייגן זיינע חטאים עוונות ופשעים, פון די צווייטע זייט זאל ער לייגן די בזיונות וואס ער ליידט, און מעסטן, וועט ער זעהן אז די ערשטע זייט איז סאך שווערער.

יעצט ווען ער מאכט דעם חשבון, אז מיט יעדע בזיון ווערט אפגעווישט פון זיינע שווערע ליידן אין גיהנם, וועט דאס אים צוהעלפן מקבל זיין באהבה, און פארשליסן די מויל פון ענטפערן (ספר חרדים)

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור צ"ב

תגובהדורך הלכות לשון הרע » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 6:07 pm

חלק ההלכה

פונקט ווי אלע מצוות אין די תורה, איז א טאטע מחוייב מחנך צו זיין זיינע קינדער אין שמירת הלשון.

שמירת הלשון איז נאך וויכטיגער, ווי דער גר"א שרייבט אז אין דעם ענין האט עס אסאך מיט געוואוינהייט, ווי מער מ'איז איינגעוואוינט צו שווייגן, אלס גרינגער קומט אן דאס היטן די מויל.

ווען א מענטש וועט צוריק טראכטן, פארוואס איז מיר אזוי שווער זיך היטן פון רעדן וואס מ'טאר נישט? וועט ער זעהן אז דאס קומט ווייל ער איז צוגעוואוינט פון אלס קליין קינד צו רעדן וואס אימער ער וויל, ער ווייסט ניטאמאל וואס איז אסור. שפעטער ווען ער ווערט שוין געוואר וואס מ'טאר נישט רעדן, ווערט עס שוין זייער שווער זיך צו היטן.

ווען א טאטע געוואוינט איין דאס קינד יונגערהייט, צו טראכטן איידער ער רעדט, און נישט רעדן אלעס אלעמאל, וויסן וואס יא און וואס נישט, וועט דאס זיין סאך גרינגער פארן קינד ווען ער ווערט עלטער.

חלק ההתעוררות

די גמרא אין מס' ראש השנה דף יז דערציילט, רב הונא ברי' דרב יהושע איז קראנק געווארן, און רב פפא איז אים געקומען באזוכן, האט רב פפא געזעהן אז ער האלט שוין ביים גיין פון די וועלט, האט ער געהייסן מ'זאל אים אנגרייטן תכריכים. למעשה האט זיך רב הונא צוריק אויפגעכאפט און געזונט געווארן.

רב פפא האט זיך געשעמט צו טרעפן מיט רב הונא, ווען ערה אט אים געטראפן, האט אים רב פפא געפרעגט וואס איז געשען, ער האט דאך שוין געהאלטן ביי די גסיסה? האט רב הונא געענטפערט, אז צום סוף האט דער אייבערשטער געזאגט אז היות ער איז נישט מקפיד ווען מ'טשעפעט אים, זאל מען יעצט אויך נישט מקפיד זיין מיט אים, און אים לאזן צוריק.

זעהט מען פון דעם, אז די מדה פון סבלנות און נישט ענטפערן בשעת א קריגעריי, איז גאר א סגולה פאר אריכות ימים.

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור צ"ג

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דינסטאג אוקטובער 07, 2014 4:55 pm

חלק ההלכה
אויב איינער דערציילט איינעם זיינס א פריוואטע זאך, טאר יענער דאס נישט איבערדערציילן נאר אויב דער ערשטער האט אים געגעבן רשות.

דאס לערענט די גמרא (יומא ד:) ארויס פון דעם וואס ס'שטייט אלעמאל אין די תורה "לאמר", די תוה"ק לערענט אונז דרך ארץ אז מ'זאגט נישט איבער יענעמס ווערטער נאר אויב ער געט רשות.
אמאל קען אויך זיין דערינען לשון הרע, אויב דאס וועט גורם זיין אז יענער זאל האבן היזק דערפון, בין בגופו בין בממונו בין בכל אשר לו, ווי ס'ווערט שוין דערמאנט אין כלל ב'.



חלק ההתעוררות
אסאך מאל דאכט זיך פאר א מענטש אז א צווייטער נעמט אים צו געלט, אדער זיין כבוד און שטעלע האט שאדן געהאט דורך יענעם, און דאס איז גורם ער זאל וועלן רעדן לשון הרע.

דערפאר איז די עצה זיך מחזק זיין מיט מדת הבטחון, און וויסן אז קיינער קען דיר גארנישט צונעמען.

די גמרא דערציילט, אז בית גרמי האט נישט געוואלט אויסלערנען מעשה הקטורת, און כאטש די חכמים האבן זיי פראבירט צו נעמען אנדערע זאלן דאס טון איז דאס נישט געלונגען, און דורך דעם האבן זיי גאר פארדינט מער געלט.

האט בן עזאי געזאגט אויף דעם:
בשמך יקראוך ובמקומך יושיבוך – קיינער וועט דיר נישט קענען אונטערהאקן דיין פרנסה מיט דיין גוטע נאמען.
ומשלך יתנו לך. אין אדם נוגע במה שמוכן לחבירו אפילו כמלא נימא!!

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור צ"ד

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דינסטאג אוקטובער 07, 2014 4:56 pm

חלק ההלכה


בעזה"י גיימיר אנהייבן כלל י'.

אין דעם כלל גייט מען רעדן וועגן עוולות וואס ווערן געטון בין אדם לחבירו, ווען מ'מעג דערציילן, ווען מ'מוז דערציילן און ווען מ'טאר נישט.

אויב ראובן זעהט אז לבן איז באגאנגען אן עוולה קעגן יעקב, ער האט אים בא'גנב'עט געלט, אדער מזיק געווען, געטשעפעט, פארשעמט אדער סיי וואסערע עוולה, מעג ראובן גיין דערציילן די מעשה פאר אנדערע מענטשן כדי דורך דעם צו ברענגען גערעכטיגקייט, און יעקב זאל פארגוטיגט ווערן.

"אבער"

ס'דא צו דעם עטליכע תנאים וואס מוזן זיין כדי אז ראובן זאל דאס קענען דערציילן.

א) די ערשטע תנאי איז, מ'מוז האבן געזעהן די זאך אליין. דאס הייסט אויב רעדט מען אז איינער האט בא'גנב'עט דעם צווייטן, מוז דער וואס וויל עס דערציילן ווייטער דאס האבן געזעהן מיט זיין אייגענע אויגן.

אדער קען אויך זיין ער זאל עס האבן געהערט, אבער מברר געווען מיט א ברירות (??) אז ס'איז אמת.


חלק ההתעוררות

א פשוטע עצה זיך צו קענען היטן פון לשון הרע, איז די עצה וואס די תוה"ק געט אונז, צו געדענקען די הארבע עונש וואס מרים הנביאה האט באקומען פארן רעדן לשון הרע. דורך דעם וואס מ'געדענקט די האברע עונשים אויף עבירות, האלט דאס צוריק דעם מענטש פון עובר זיין די עבירה, דערפאר האט די תוה"ק געהייסן דאס געדענקען.

איי וועט מען פרעגן, מ'זעט דאך אסאך מענטשן זאגן די זכירות, און בשעת'ן זאגן בהערן זיי זיך איין אין דברי לשון הרע? דער תירוץ איז, ווייל בשעת מ'זאגט עס האט מען נישט אינזין וואס מ'זאגט.

שטייט אין פסוק "כי לא דבר ריק היא מכם", דרש'ענען חז"ל, די תוה"ק איז נישט ליידיג, אויב זעסטו אז ס'איז יא ליידיג, "מכם" – דאס קומט פון אייך.

אויב וועט מען צולייגן קאפ און אינזין האבן ווען מ'זאגט די זכירת מעשה מרים, וועט דאס העלפן זיך היטן.

ווען די תורה האט געהייסן געדענקען מעשה מרים, זעהט מען אז פיר זאכן האט די תוה"ק געוואלט מ'זאל געדענקען:
1) "את אשר עשה" – די גרויסע עונש "וואס" דער אייבערשטער האט געגעבן.
2) "למרים" – "צו וועמען", צו די גרויסע צדיקת מרים.
3) "בדרך" – "וואו", אינמיטן וועג.
4) "בצאתכם ממצרים" – "ווען", אויפן וועג ארויס פון מצרים.

ביאור הדברים:
1) "וואס".
צרעת איז זייער א שווערע עונש. חז"ל זאגן, אז דערפאר האט מען געדארפט שחט'ען א פייגל ווען די מצורע האט זיך גערייניגט, ווייל פונקט ווי א גע'שחט'ענע זאך קען קיינמאל נישט צוריק ווערן לעבעדיג, אזוי אויך קען א מצורע נישט צוריק ריין ווערן באמת.

די טומאה פון מצורע איז גאר הארב, ערגער ווי אלע טומאות, מען דארף ארויסגיין חוץ לשלש מחנות. ער איז מטמא אלעס וואס קומט אריין אין זיין געצעלט (א רמז אז אלע וואס ווערן נאכגעשלעפט נאך דעם בעל לשון הרע ווערן אויך טמא).

דערפאר זאגט די תורה געדענק "את אשר עשה", געדענק די שרעקליכע עונש וואס מ'באקומט דערויף.
[לסיים בדבר טוב: אז מ'היט זיך איז מען זוכה צו אלעס גוטס].

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 9:17 pm

עפ"י בקשת איינער פון די חשוב'ע ניקים דא, לייג איך ארויף א PDF אזוי אז איינער וואס האט נאכנישט געלערענט די שיעורים (אדער וויל חזר'ן) זאל עס קענען אראפנעמען און אפשר ארויספרינטן צו קענען גרינגער לערנען.

דערווייל איז עס נאר ביז שיעור כ', ווען איינער וועט עס נוצן און שוין האלטן ווייטער ווי שיעור כ' וועלעך אי"ה מאכן דער PDF פון ווייטער.
צוגעלייגטע
הלכות לשון הרע באידיש.pdf
חלק א' - עד שיעור כ'
(195.1 KiB) דאונלאודעד 66 מאל
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור צ"ה

תגובהדורך הלכות לשון הרע » זונטאג אוקטובער 18, 2015 7:36 pm

חלק ההלכה

ב) די צווייטע תנאי צו מעגן דערציילן וואס יענער האט געטוהן איז, אז ער זאל זיין זיכער ביי זיך אז יענער האט טאקע באמת געטוהן אן עוולה מיט דעם פעולה.

דאס אז א מענטש זאל גיין און פשוטו כמשמעו בא'גזל'ענען יענעם דורך ארויסנעמען געלט פון זיין טאש, איז דאך נישט שכיח, אלא מאי, אז עפעס איז דא געווען, דארף מען מברר זיין קלאר אז דאס איז געווען אן עוולה, און ווי לאנג ער איז דאס נישט מברר קלאר, איז די חזקת לשון הרע ווייטער דא, און מ'טאר עס נישט דערציילן.

אזוי אויך אויב איז די שלעכטס געווען אז לבן האט פארשעמט יעקב, מעגליך אז יעקב האט גאר אנגעהויבן, אדער עפעס ענליך. דערפאר דארף ער קודם קלאר מברר זיין אז דאס איז טאקע געווען אן עוולה.


חלק ההתעוררות
2)
"למרים" – "צו וועמען", צו די גרויסע צדיקת מרים.

דארף מען דאס מתבונן זיין, מרים איז געווען א גרויסע צדיקת, די באר איז דאך געווען אין איר זכות, זי איז געווען א נביאה. זי האט נאר גערעדט אויף איר ברודער וואס זי האט ליב געהאט אהבת נפש, און זי האט זיך מוסר נפש געווען איהם צו ראטעווען פון וואסער.

זי האט אפילו נישט עכט גערעדט שלעכטס אויף איהם, נאר סך הכל געזאגט אז ער איז נישט מער פון אנדערע נביאים (רמב"ם סוף הל' טומאת צרעת).

זי האט דאס נישט געזאגט פארענט פון איהם, איהם נישט וויי צו טוהן, און נישט פארענט פון אנדערע מענטשן איהם נישט צו פארשעמען, נאר צו איר הייליגע ברודער אהרן. איר כוונה איז דאך נאר געווען לבניינו של עולם.

משה רבינו האט אפילו נישט מקפיד געווען. און פון דעסטוועגן האט דאס אלעס איר נישט געהאלפן נישט באשטראפט צו ווערן פון דעם ביטערן עונש הצרעת.
[ולסיים בדבר טוב, אז מ'היט זיך פון לשה"ר ווערט מען אפגעהיט פון אלעם שלעכטן]

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

תגובהדורך הלכות לשון הרע » זונטאג אוקטובער 18, 2015 7:40 pm

אזוי ווי דער עולם זעט איז נאך א צייט אפשניט פון איבער א יאר געקומען אן אויפוואכונג פונעם ציבור צו בעטן דעם חשוב'ן מגיד שיעור ר' פסח זאל צוענדיגן זיין טייערע ארבעט פון איבערזעצן הלכות לשון הרע פון ספר חפץ חיים אויף אידיש.
דער חשוב'ער מגיד שיעור ר' פסח האט צוגעהערט אונזער בקשה און האט גענומען אויף זיך פונדאסניי צוצוענדיגן די הלכות בע"ה.

אצינד, בעטן מיר ווער עס האט א תועלת אדער אינטערעסע אין אזא א פראיעקט און איז גרייט ארויסצואווייזן אביסל הכרת הטוב וואס דינט גלייכצייטיג ווי גאזאלין פארן מגיד שיעור אז ס'איז דא א ציבור אידן מבקשים ודורשים וואס העלפט זייער שטארק אנצוגיין מיט די מלאכת הקודש טראץ אלע מניעות וטירדות, ווערט געבעטן אריינצוקומען אין דעם אשכול און זיך נעמען די מיה און אפשרייבן אפאר דיבורים פון חיזוק והודי'.

ייש"כ

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

שיעור צ"ו

תגובהדורך הלכות לשון הרע » זונטאג אוקטובער 18, 2015 9:13 pm

חלק ההלכה


ג) די דריטע תנאי איז, אז מען דארף קודם אליין פרובירן צו זאגן מוסר פאר דער וואס האט געטון דעם עולה, ער זאל רעדן צו אים בלשון רכה, און אים פרעגן פארוואס ער האט דאס געטון, אפשר וועט יענער מודה זיין אז ער האט געטון אן עוולה און וועט תשובה טון, אפשר האט זיך יענער נישט געכאפט, אדער אפשר האט ער גאר א בארעכטיגטע סבה אויף וואס ער האט געטון.

דערפאר, איידער מ'מעג דאס דערציילן פאר אנדערע מוז ער קודם רעדן מיט יענעם, און ערשט נאכדעם וואס יענער האט נישט אנגענומען זיינע רייד, (און אויך איז דא די אנדערע תנאים וואס ווערן דא אויסגערעכנט), נאר דעמאלט קען ער דאס דערציילן פאר אנדערע.

דאס אלעס איז אפילו טאמער יענער איז א דורכשניטליכער איד, וכל שכן וכל שכן אויב איז יענער מוחזק פאר אן ערליכער, דארף מען אוודאי קודם רעדן מיט אים איידער מ'איז מחליט ביי זיך אז יענער האט עובר געווען אויף אן איסור, און אוודאי איידער מ'איז מחליט דאס צו דערציילן פאר אנדערע.


חלק ההתעוררות

3) "בדרך" – "וואו", אינמיטן וועג.
דאס קומט אונז לאזן הערן, אז כאטש מ'האט געהאלטן אינמיטן וועג, וואלט ווען געווען א סברא צו זאגן אז מ'זאל צו ווארטן ביז מ'קומט צו א רוה ארט, און דארט איר באשטראפן, זאגט אונז די תורה אז ניין, דער אייבערשטער האט געוואלט דוקא אינמיטן וועג, כדי יעדער זאל וויסן און פארשטיין די גרויסע עונש וואס מ'באקומט אויף רעדן לשון הרע.

אויב וואלט מען צוגעווארט, וואלט די בושה נישט געווען אזוי גרויס, האט דער אייבערשטער דאס געברענגט דוקא אינמיטן וועג (הלא תכלם וגו'), און מ'האט נישט געקענט פארן ווייטער ביז מרים איז אויסגעהיילט געווארן.

4) "בצאתכם ממצרים" – "ווען", אויפן וועג ארויס פון מצרים.
דאס איז געווען גלייך אנהייב, ביים צווייטן יאר נאך יציאת מצרים, און דעמאלט האט מען נאכנישט געוואוסט די גרויסע עבירה פון רעדן לשון הרע, דערפאר איז מרים אפגעקומען לייכטער, נאר מיט אביסל קרעץ. מה שאין כן די מרגלים וואס האבן שוין געזען די גרויסע עבירה, און פון דענסטוועגן האבן זיי גערעדט לשון הרע, האבן זיי באקומען אסאך א גרעסערע עונש.

פון דעם אלעם קען מען זען די גרויסע עונש וואס מ'באקומט פאר רעדן לשון הרע, נאכדערצו אז מיר זענען דאך נישט אויף די הייליגע מדריגה פון מרים, ווי אויך ווייסן מיר שוין די גרויסע עונש וואס מ'באקומט פאר דעם, במילא אויב וועט מען זיך נישט היטן פון רעדן לשון הרע אפילו נאר דאס וואס מרים האט גערעדט און אוודאי אויב וועט מען בכוונה רעדן לשון הרע צו פארשעמען דעם חבר איז זיכער אז מ'וועט נישט זיין ריין חלילה פון עונש צרעת רח"ל, אבער ווערט עס הערט זיך צו און געדענקט עס שטענדיג און היט זיך אפ וועט זיכער געראטעוועט ווערן פון אלעם בייזן.


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט