משניות לע"נ יהודה ע"ה ב"ר נחמן נ"י (קלעצקי)

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מאנטאג יולי 25, 2011 10:08 pm

אויב זאגט מען אז מען גייט לערנען נדרים, הייסט עס אזוי ווי א נדר..? און מ'מוז עס לערנען?
כ'מאך נאר א מידע ווערטל.. חס וחלילה אזוי צו רעדן . נאָ פּוי פּוי פּוי..
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך יולי 27, 2011 11:19 am

מסכת מעילה האט זעקס פרקים,

די ערשטע פרק האבן מיר שוין געלערענט לע"נ יהודה ע"ה בן נחמן נ"י, עס איז נישט קיין שווערע פרק,

עס רעדט ארום פון ווען עס איז חל די איסור מעילה ביי א בהמה אדער עוף וואס א מענטש האט האט מקדיש אלץ קרבן, ביי טייל איז שוין חל מעילה פון ווען מען האט עס שוין מקדיש געווען אלץ קרבן, און ביי טייל דארף עס דורוך גיין נאך א שטאפעל אז עס זאל חן זיין די איסור פון מעילה,

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך יולי 27, 2011 12:51 pm

פעדער האט געשריבן:אויב זאגט מען אז מען גייט לערנען נדרים, הייסט עס אזוי ווי א נדר..? און מ'מוז עס לערנען?
כ'מאך נאר א מידע ווערטל.. חס וחלילה אזוי צו רעדן . נאָ פּוי פּוי פּוי..

אשכים ואשנה פרק זה, נדר גדול נדר לאלקי ישראל
למה זה תשאל לשמי...

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך יולי 27, 2011 12:55 pm

מחותן האט געשריבן:מסכת מעילה האט זעקס פרקים,

די ערשטע פרק האבן מיר שוין געלערענט לע"נ יהודה ע"ה בן נחמן נ"י, עס איז נישט קיין שווערע פרק,

עס רעדט ארום פון ווען עס איז חל די איסור מעילה ביי א בהמה אדער עוף וואס א מענטש האט האט מקדיש אלץ קרבן, ביי טייל איז שוין חל מעילה פון ווען מען האט עס שוין מקדיש געווען אלץ קרבן, און ביי טייל דארף עס דורוך גיין נאך א שטאפעל אז עס זאל חן זיין די איסור פון מעילה,

עיברי טייטש איז די גאנצע מסכת אזוי לייכט
חוץ דער לעצטע פרק וואס איז א ביסל שווער אפי' עיברי טייטש אויב מען וויל האבן הבנה, ווייל דארט טוט מען א דורך שליחות און שוגג מזיד
ביז אהין איז נאר שווער אביסל סתירות אין ברטנורא, און אויב מען וויל אריינקריכן און יעדע מושג ברייטערהייט
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך יולי 27, 2011 1:38 pm

איך פראביר עס צו לערנענן אביסעל בעיון, איז דא עפעס א שיינע בעל מפרש דערויף??

אוועטאר
EMT
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 5:04 pm
לאקאציע: ביים ארבעט

תגובהדורך EMT » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 5:02 pm

מסיים געווען מס' תענית

וועט אנהייבן ברכות בל"נ
מיט א שמייכל ~ Always Happy

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 5:38 pm

יישר כח EMT פארן מעלדן דעם סיום

מיר וועלן אי"ה צושרייבן יעדער וואס האט מסיים געווען אינעם אריגינעלן תגובה אויפן ערשטן בלאט פונעם אשכול

אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע: איפה פייוויש

תגובהדורך פייווישעל » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 3:13 am

גענדיגט היינט חגיגה
איפה פייוויש?

דא בין איך

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 9:41 am

מזל טוב! וואו קען מען אריבערקומען פאר'ן פליישיגען סעודה?
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 10:14 am

איך האף מסיים צו זיין ביצה (גמרא רשי) בקרוב. דערנאך וועל איך איבערלערנען משניות לעילו נשמת לייבי ע"ה

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 10:39 am

הדרן עלך מס' תמיד.

שוין געלערנט עטליכע מאל, אבער דאס מאל ביים שניידן דעם קרבן תמיד בין איך געווען צושרויפט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 11:53 am

האניג האט געשריבן:מזל טוב! וואו קען מען אריבערקומען פאר'ן פליישיגען סעודה?

אויף א סיום פון איין מסכתא משניות מאכט מען נישט קיין 'סיום'

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 12:04 pm

מקור?
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 12:11 pm

כן עמא דבר

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 12:15 pm

וועל איך מוזן גלייבן...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע: אין ישיבה

תגובהדורך דוד פיישוט » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 8:29 pm

ס'וואלט כדאי געווען אז בערך א חודש פאר די יארצייט זאל איינער פון די מנהלים שיקן א דערמאנונג

אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובהדורך mitzva man » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 8:52 pm

"והמסיים מסכת משניות, דעת הגאון רבי עזריאל הילדסהיימר בתשובה בסוף (חלק יורה דעה עמוד שע"ד), שלימוד מסכת משניות בלבד, אין בסיומו משום שמחת מצוה לענין זה, אפילו אם למד המשניות עם פירוש רבינו עובדיה מברטנורא. וכן כתב בשו"ת פני מבין (חאו"ח סי' ק"ג). אולם בשו"ת בנין שלמה (סי' נ"ט) כתב, שאף בסיום מסכת משניות נחשבת סעודת מצוה. ונראה שאם לומד המשנה בעיון ובהבנה עם פירוש רבינו עובדיה מברטנורא, יש להקל. וכן הנהיג הרב הקדוש האדמו"ר רבי ישראל מרוז'ין. והובא בשו"ת אפרקסתא דעניא (סי' קנ"ד). וראה עוד בשו"ת פרי השדה (חלק ב' סי' צ"ב, וחלק ג' סי' צ"א). ויש להביא סמוכים להקל על פי מ"ש במדרש ויקרא רבה (פרשה ז' אות ג'): אמר רב הונא, אין כל הגליות מתכנסות אלא בזכות משניות, מאי טעמא, גם כי יתנו בגוים עתה אקבצם וכו'. אמר הקב"ה, הואיל ואתם מתעסקים במשניות הרי אתם כאילו מקריבים קרבנות ע"ש. ועוד עיין בשו"ת בית ישראל (סי' מ"ז) ע"ש. ומכל מקום נראה שאין להקל אלא למי שלמד בעצמו מסכת משניות, בין יחיד בין צבור, אבל יחיד שלמד מסכת משניות, אין ראוי להזמין גם אחרים שיאכלו עמו בשר ויין"
שו"ת יחווה דעת (ח"א סי' מ)

"ובאמת זה הוא מענינים המסורים ללב, אם מרגיש שמחה בלבו על גמרה של תורה וחדות ה' הוא מעוזו שזכה לסיים הש"ס או המסכתא ואפי' המשניות או אפי' מכ"ד ספרים, עיין פנ"י ברכות דף י"ז ע"א ר"י כי הוה מסיים ספרא דאיוב וכו' דהיה רגיל לעשות סיום עיי"ש, והיינו שלמדו בעיון רב ועומק הדברים להבין דברי תוה"ק וחכז"ל, ויגעתי ומצאתי תאמין שבאו לתוך תוכן דבריהם הק' והיו ששים ושמחים ונותנים שבח והודאה להשי"ת על שזכו לסיים הספר, והוי סעודת מצוה, משא"כ באם כל לימודו רק כמדלג על ההרים כדי לאכול בשר ולשתות יין או לאסיפת מעות ואינו שמח כלל בשמחה של מצוה, למה תהא זאת בגדר סעודת מצוה. ומ"מ בתר רובא דעלמא אזלינן שמיגעים עצמם על המס' ושמחים שבס"ד הגיעו עד הלום וחדות המצוה ממלאה כל ישותם, ולזה סתמא דמילתא הוי סעודת מצוה, משא"כ בפרק וכדומה כשלומד בנקל דמזה אין לו השמחה של מצוה, בודאי לא הוי סעודת מצוה וז"ב בס"ד".
שו"ת דברי יציב או"ח סי' צד אות ה
לשמור ולעשות ולקיים

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 1:32 am

יישר כח מצוה-מאן פאר די מראי מקומות

(ווער איז שו"ת יחווה דעת?)

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 1:34 am

קרעמער ווייסט טאקע נישט? דער בעל יביע אומר...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 1:45 am

נישט געוואוסט ער האט נאך א נאמען

א שיינע ליקוט איז עס נאך אלץ

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 9:37 am

סליקא לן מסכת טבול יום "בסייעתא דשמיא"

ווען די מחבר פון סייעתא דשמיא איז ווען א מעמבער דא וואלט איך אפגעשריבען צען בלאט אין די מדות מוזהבות אשכול,
איך האב מיר מחי' געווען מיט די 'איינס אין די וועלט' פירוש,
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 21, 2010 12:59 pm

תגובהדורך משה פאלאפל » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 11:34 am

וואדקע האט געשריבן:ווען די מחבר פון סייעתא דשמיא איז ווען א מעמבער דא וואלט איך אפגעשריבען צען בלאט אין די מדות מוזהבות אשכול,
איך האב מיר מחי' געווען מיט די 'איינס אין די וועלט' פירוש,

וואדקע, גם אני מצטרף לדבריך.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 1:07 pm

שכוח מצוה מאן!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 1:11 pm

קרעמער האט געשריבן:נישט געוואוסט ער האט נאך א נאמען

א שיינע ליקוט איז עס נאך אלץ

דאס איז דאך זיין ספעשעלטי! ער איז ממש א יעלאו פעידזשעס...! האט זיך מיר א דיין אמאל אויסגעדריקט.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » זונטאג אוגוסט 07, 2011 8:49 am

וכשלקה מהו אומר? ה' הצדיק!!!

הדרן עלך מסכת ידים וכו'.

אנא ה' וכו' לעילוי נשמת יהודה בן נחמן וכו'

-------

עצה טובה קמ"ל פאר אלע וואס לאזן אויף שפעטער אדער האבן נישט קיין צייט צו לערנען די משניות, און הארט פארן יארצייט וועלן זיי זיך דערזעהן מיט א בארג וואס איז נישט ביכולתם איבערצוקריכן. נעמט אראפ יעדן טאג חוק ולא יעבור צוויי (אדער ווייניגער) מינוט צייט צו לערנען "איין" משנה א טאג, בעזרת ה' וועט איר גרינג אנקומען צום ענדע. וויכטיג אז דאס זאל זיין א באשטימטע צייט אין טאג, נאכן דאווענען, נאך קרי"ש שעה"מ וכדומה.


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט