הגהות והערות אויפן "ליל שישי שיעור"

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

הגהות והערות אויפן "ליל שישי שיעור"

תגובהדורך טאבאקא » זונטאג אוקטובער 10, 2010 7:17 am

כדי צו האלטן דעם "ליל שישי שיעור" אין די ראמען, עפן איך דא דעם אשכול - ווי דער שטייגער פון אנדערע קביעות'דיגע שיעורים דא אין בית יאנאש - כדי אז ווען איינער וויל מעורר זיין אויף א טעות אדער סתם בעסער אויסשמועסן א נקודה, זאל מען עס דא טוען, און אזוי וועט דער אשכול "ליל שישי שיעור" קענען בליייבן בלויז און אויסשליסליך מיוחד פארן שיעור אליינס.
און איך בעט אז מען זאל דא אויך נאר שרייבן בלויז זאכן וואס באציען זיך צום שיעור זעלבסט, להוציא שכוח'ס -אדער אפי' ריזיגע שכוח'ס.
מיר קוקן ארויס אויף אייער קאאפעראציע, און א דאנק פאר אייער פארשטענדעניש.

קרעמער האט געשריבן: "מה טובה" וואלט איך נישט געטייטשט "וואס איז די אויפטוה" (ווייל וויאזוי וועסטו טייטשן מה טובה של עובר זה אין כתובות פרק א'?), נאר "וואס איז דער פשט" (הגם דאס איז אויך נישט ווערטערליך איבערגעטייטשט)


imzist האט געשריבן:א טעות לכאורה. טובה קומט נישט אריין. מען רעדט פון "טיבה" אזוי ווי כל שאינו בקי ב"טיב" גיטין וקידושין. עס האט גארנישט מיט גוטסקייט.


א דאנק קרעמער פארן אנמערקן.
"אומזיסט" איז גערעכט. אין די נייע ש"ס'ן -אין אזוי אויך אין "ברטנורא" אויף די משנה- שטייט "מה טיבה" מיט א יו"ד, וואס דאס באדייט בערך ווי "וואס איז דער ציל\ענין" פון די תפלה - זיי האבן דאך נישט געוויסט וואס ער זאגט, זיי האבן נאר געזעהן אז ער איז מתפלל. (און די גמ' איז מפרש "בכניסתו מהו אומר") - וואס לויט דעם שטימט זייער גוט זיין ענטפער. אז ווען ער קומט אריין איז ער מתפלל אז ער זאל נישט געשטרויכלט ווערן ביים לערנען, און ווען ער גייט ארויס גיבט ער א שבח והודי' פאר השי"ת אז ער האט די זכי' צו זיין מיושבי ביהמ"ד.
(מיר האבן עס מעתיק געווען פון אן אלטן ש"ס -מיין חתן ש"ס- וואו עס שטייט "מה טובה" מיט א וי"ו, דעריבער האב איך געלערנט אז עס איז פונעם לשון "טוב", אז זיי האבן אים געפרעגט "וואס איז די גוטסקייט\מעלה" פון די תפלה).

דרך אגב איז אינטרעסאנט צו באמערקן, אז הגאון ר' "ישעי' פיק" אין זיין ספר "ראשון לציון" טייטש אפ "מה מקום" פשוט "וואספארא פלאץ". און ער איז מסביר זייער פראגע, אז וויבאלד עס שטייט אין גמ' "לעולם יתפלל אדם במקום קבוע שלו", און זיי האבן געזעהן ווי ער דאוונט תיכף ביים אריינקומען און נישט אויף זיין פלאץ, האבן זיי אים געפרעגט "מה מקום" פארוואס שטייסטו נישט אויפן ריכטיגן פלאץ. און דער "תוס' אנשי שם" בשם "מהר"ם זכותא" טייטש דאס זעלבע, נאר צוליב א אנדערע סיבה ווייל עס שטייט "הנכנס להתפלל, יכנס שיעור ב' פתחים".
אבער ווי עס זעהט אויס האבן רש"י און דער ברטנורא נישט געוואלט אזוי טייטשן, ווייל לויט דעם שטימט נישט אזוי גוט זיין ענטפער, והבן.

מיר האבן נאך אסאך צו זאגן אויף דעם תפלה, נאר צוליב מאנגל אין צייט זענען מיר נישט אנגעקומען ביים פאריגן שיעור. מיר האפן ביים קומענדיגן שיעור בעזהשי"ת עס משלים צו זיין.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2010 6:10 am

מיר האבן אויבן געשריבן אז לויט די וואס טייטשן "מה מקום" וואספארא פלאץ, שטימט נישט אזוי גוט זיין ענטפער פון בכנסתי וכו'. האב איך געזעהן נאכברענגען פון "יש סדר למשנה" ווי ער איז עס מסביר והשיב להם: זה שאני מתפלל הריני מתפלל שלא יארע תקלה ע"י, וזה מההכרח להתפלל מיד בכניסה.
דער בני יששכר אין ספר והיה ברכה נאכן ברענגען דעם פי' פון רש"י און ברטנורא זאגט ער אזוי הנה במשנה שבירושלמי גרסינן בפירוש מה טיבה [אבער אין ירושלמי מיטן "פירוש מהר"ש סיריליאו" שטייט יא ווי ביי אונז מה מקום] אבל לגירסתנו "מה מקום" לא ידעתי האיך יפול לשון "מקום לבארו בלשון "טיבה". דערנאך ברענגט ער צו דעם פי' המשניות להרמב"ם וואס זאגט ולא יחזיר פניו למזרח. און לויט דעם איז ער מפרש די שאלה ושאלוהו "מה מקום" לתפלה זו שאתה מתפלל, רצ"ל היכן הוא הקפדת המקו"ם לתפלה זו שאתה מתפלל, שאינך מדקדק להתפלל אל המקו"ם המקודש היינו נוכח ירושלים. והשיב להם: אין זה מן התפילות המחויבות בתקנת האבות ונגד התמידין, רק היא תפילת יחיד לנכנסים לביהמ"ד, על הצלחת התורה.
און אינטרעסאנט איז נאכצוברענגען דעם גר"א אין ספר "שנות אליהו" וואס טייטש גאר אנדערש מה מקום: מה זמן יש לה, פי' באיזה זמן נתפלל אותה. אמר להם: אין לה זמן אלא בכנסתי וכו'.

אי"ה מארגן וועלן מיר נאך אביסל ארומרעדן איבער די הייליגע תפלה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג אוקטובער 15, 2010 7:10 am

איך האב יעצט דאס ערשטע מאל געהערט (געליינט) דעם טייטש פון ר"ר הערש זי"ע אויף "ולקיים". איך פלעג מיר פארטייטשן אז דאס זאל האבן אן המשכה אויף די דורות הבאים.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » פרייטאג אוקטובער 15, 2010 9:00 am

פאראן נאך א פשט אויף ולקיים, אז מען זאל זוכה זיין אויפצוטון אויף דער וועלט די זאך אויף וואס מיר זענען ספעציעל אראפגעקומען.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מיטוואך אוקטובער 20, 2010 7:40 am

עטליכע הגהות אויף די פאריגע וואכעדיגע שיעור.

דאס זאגן צען מאל דעם פסוק "זכר דבר לעבדיך", שטייט נישט פונעם "מעבר יבק" נאר דער בית יוסף ברענגט עס אין זיין ספר "מגיד מישרים" פ' כי תבא.

דער באה"ט וואו מ'רעדט פון די פיש, צייכנט צו צום "בית הלל" י"ד סי' רי"ח.
האב איך געזעהן ווי דער הייליגער חיד"א אין זיין ספר "מחזיק ברכה" ברענגט אים אויך אראפ, און שרייבט א אינטרעסאנטע זאך גם הוכיח מרש"י דפירש כסא דהרסנא: דגים קטנים, דאכילת דגים בשבת דאוריתא. אבער ער לאזט זיך אריין אין שמועס אים אפצואווענדן עיי"ש.

איבער דעם וואס ס'שטייט אין ירושלמי אז מ'מעג בארגן אויף ריבית לצורך סעודת שבת.
האב איך געזעהן אז ר' שלמה קלוגער אין "חכמת שלמה" שרייבט ועיין פרמ"ג דהכוונה דרך היתר. ואינו נראה דא"כ פשיטא ומאי קמ"ל וכו' גם י"ל דמיירי ברבית דרבנן וכו' שוב הגיע לידי ספר פני משה על הרושלמי סדר נזיקין, ובפ"ח מסנהדרין ששם מקור דין זה, פי' הפ"מ כן במראה פנים דמיירי ברבית דרבנן. ושמחתי כי כוונתי לדעתו ת"ל וע"ש.
און דער חיד"א שרייבט דאס זעלבע ובתו"ש כ' לווין ברבית לצורך כבוד שבת, והיינו מעכו"ם או מישראל דרך התר עכ"ל. וק"ק דללוות מישראל דרך התר לא צריכא למימר דכשהוא דרך התר מותר אף לצורך חול. און דערנאך לאזט ער זיך אריין אין א לענגערן שמועס אין די וואס ס'איז די הלכה צו בארגן אויף רבית פון א גוי עיי"ש.
און דער בטשאטשער רב אין "אשל אברהם" מהודרא תנינא שרייבט בכלליות א שטארקער יסוד וועגן דעם לוו עלי, און לחיבת לשונו וועלן מיר עס מעתיק זיין דאס גאצע שטיקל מה שאחחז"ל לוו עלי ואני פורע, י"ל דל"ש כן רק אם יש לו קרקע ומטלטלין, ובטוח שלא יהי' לוה רשע וכו' כי אם ילחצוהו ימכור וישלם. ומ"מ הישועה קרובה שלא יצטרך למכור וישלם בהרווחה. ומ"מ אין חיוב ללות רק רשות היטב.

איבער דעם תקנת עזרא איז דער חיד"א אויך אביסל מאריך, און זאגט אז ס'מוז נישט זיין אז דער מג"א קריגט מיטן לבוש ווי דער א"ר לערנט. און אויך ברענגט ער א אינטרעסאנטע שיטה פון "ידי אליהו" אז מ'מעג וואשן דייקא נאר דאנערשטאג, און אפי' נישט בעפאר.
מתקנת עזרא שיהיו מכבסים בחמשי בשבת וכו'. כ' הרב מגן אברהם כלומר, שלא יכבסו בע"ש שיהיו פנויים לכבוד שבת עכ"ל. וכ"כ הרב המאירי הביאו בשיטה מקובצת שם פרק מרובה וז"ל שיהיו מכבסין בחמשי בשבת לכבוד שבת ולא ימתינו עד ע"ש, מפני שיניחו ע"ש כלו וצרכי הכנת שבת עכ"ל. וכן משמע מדברי רבינו יונתן שהביא שם ע"ש, וביש"ש שם.
והרב א"ר כ' שעיקר התקנה שיכבסו לכבוד שבת ע"ש שהשיג על הרב מג"א שנראה מדבריו שעיקר התקנה שלא לכבס בע"ש וליתא. והבין בדברי המג"א כן שהוא תפס במ"ש לכבוד שבת וכ' כלומר וכו'. ואפשר דלאו דוקא וגם המג"א סבר דעיקר התקנה לכבס לכבוד שבת, וכונתו לפרש דמ"ש בחמשי לאו דוקא אלא נקט חמשי לאפוקי ע"ש. וכן משמע קצת מדברי הרמב"ם פרק ל' ע"ש.
וכן נהגו לכבס ביום אחד משבוע חוץ מע"ש, ודלא כהרב ידי אליהו תקון כ"א שתפס דדוקא ביום ה' יכבסו ולא קודם.

און פון מחצית השקל דא אויפן פלאץ איז אויך משמע אז ער קריגט ווייל ער זאגט וה"ה בג' וד' שרי.
(למעשה האבן מיר גערעדט מיט א מורה הוראה צו מ'קען היינט צוטאג צתיר זיין צו וואשן פרייטאג לצורך שבת, איך וועל נישט אראפברענגען זיין פסק ווייל איך וויל נישט אז מ'זאל זיך פארלאזן דערויף למעשה. אבער דאס האט ער יא געזאגט, אז אין די ווינטער חדשים ווען ס'איז גאר קורץ די צייט, בפרט נאכן רוקן דעם זייגער, איז דא א שטארקע מקום צו זאגן אז מ'טאר נישט).

לגבי באקן חלות אינדערהיים, זאגט דער יעב"ץ נאך א טעם אלס זכר צו די לחם הפנים, וואס מ'האט געבאקן פרייטאג. און לויט דעם דארף עס אויך זיין דייקא אום פרייטאג. (און לויט דעם שטימט אויך דער מנהג וואס ס'שטייט אז מ'זאל עס גלייך נאכן באקן לייגן אויפן טיש, אבער דער ליקוטי מהרי"ח שרייבט ובמקומותינו לא ראיתי לנהגו כן).

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » זונטאג אוקטובער 24, 2010 6:56 am

קרעמער האט געשריבן: די מאמר איבער לערנען מימרות פון רבי נחמן בן יצחק, שטייט אין דברי תורה בשם החוזה מ'לובלין אז עס איז א סגולה ליראת שמים (תורה לשמה לא שמעתי).


מיינע רבי'ס אין חדר פלעגן זאגן "תורה לשמה", און מעגליך אז דער טעות שטאמט פון דעם וואס דער מונקאטשער רב ברענגט דארט צו א מימרא פון רב נחמן בר יצחק אז גדולה עבירה "לשמה, ממצוה שלא "לשמה". אדער איז דא א אנדערע מקור אויף דעם.

איך וועל מעתיק זיין דעם אנהייב פונעם דברי תורה מהודרא קמא אות כב, וז"ל:

ובזה אמרתי הענין מה שמקובל אצל הצדיקים בשם רבינו החוזה מלובלין זי"ע, כי היתה נפשו שמחה בלימוד הש"ס, בבואו למימרת ר' נחמן בר יצחק. והגיד כי הבע"ד רצה ליתן לו הרבה מדרגות יותר, ולהניח לו הרבה דברים, רק שלא ילמוד גמרא. ובפרט מימרת ר' נחמן בר יצחק.
והכיר מזה (בידיעת ההפכיים א') וידע ברוח קדשו, שזה תיקון גדול לנפשו, לרצונו יתברך שמו. רק שילמדו גמרא ובפרט בבואו לדברי רנב"י כנזכר, ע"כ שמעתי.

עיי"ש ווי ער שרייבט א ביאור דערויף.
לעצט פאראכטן דורך טאבאקא אום דינסטאג נובעמבער 09, 2010 8:34 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » פרייטאג אוקטובער 29, 2010 8:15 am

יישר כח פאר'ן היינטיגן שיעור.

ווי אויך וועלן מיר נישט אריינגיין דא אינעם באקאנטן מחלוקה צווישן די הייליגע צדיקים דער צאנזער רב מיטן זיין זון דער שינאווער רב.

איר ווילט זיך נישט אריינלאזן אין די אריכות אבער זייט אזוי גוט און זאגט מיר דערפון כאטש אויפ'ן שפיץ גאפל, איז איינע פון די זאכן וואס זיי האבן געהאט חילוקי דיעות געווען עפעס אן ענין אין שכירות וקבלנות אום שבת? קיינמאל געהערט דערפון.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוקטובער 31, 2010 9:43 pm

הערשט יעצט געלערנט, אבער א דאנק קומט זיך סייווי.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דינסטאג נובעמבער 02, 2010 6:26 am

דער הייליגער רב זצ"ל האט מתקן געווען א היתר מכירה לשבת פאר די אויל קוועלער, און דער שינאווער רב האט שטארק לוחם געווען דערקעגן.

דא קענט איר זעהן מער דערוועגן viewtopic.php?f=5&t=6366 עיין בתגובת הרב "אלף בית" ובסוף בהערת של "א טענצל".

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג נובעמבער 19, 2010 6:20 am

טאבאקא האט געשריבן:מחבר ועכו"ם שהכניס צאן של ישראל לדיר שדהו (ע"ל סי' תקל"ז סעיף י"ד).


און דאס איז דער לשון פונעם מחבר דארטן אין מכניסין צאן לדיר בחוה"מ לזבל השדה, ואם הכניסן האינו יהודי מעצמו, מותר אף בשבת, אף אם מחזיק לו טובה על שהכניסן. ובלבד שלא יתן לו שכר אחר.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג נובעמבער 19, 2010 10:33 am

מען דערקענט נישט אויפן שיעור אז איר שפירט אייך נישט אמבעסטן. זאל השי"ת העלפן איר זאלט זיך גענצליך אויסהיילן און קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש, להגדיל תורה ולהאדירה.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מאנטאג דעצמבער 06, 2010 10:53 pm

טאבאקא האט געשריבן:דער "שערי תשובה" דא אנהייב סימן ברענגט נאך פון שו"ת נו"ב ח"א סי' י"ב, באחד שהיה דחוק לבנות הגג בחוה"מ סוכות שרייבט ער דארט אז בעצם וואלט מען געקענט מצדד זיין להתיר בקבלנות אף בשבת ויו"ט, כיון שבק"ק פראג רוב בנינים שבונים היהודים הוא בקבלנות, ובפרט כסוי הגגים. ולכן אין בזה חשדא מבני העיר, רק מאורחים. ואינהו לא ידעי כלל אם הוא מלאכת ישראל.
פירט ער אבער אויס אך אעפ"כ לא התיר כ"א בחה"מ בצירוף שהוא שעת הדחק.

דער סאטמערער ראה"כ פון לאנדאן אין זיין ספר "לב שומע" האט א לענגערן שמועס איבער דעם דין פון חוה"מ, עיי"ש.


אינעם ספר "זקניך ויאמרו לך" ח"ג, ברענגט ער נאך א מעשה וואס ר' יושע ווצ"ב פון מאנטריאל האט דערציילט. אז ער האט אנגעפרעגט דעם פריערדיגן סאטמאר רב זצ"ל וועגן בויען אום חוה"מ, און ס'האט זיך געהאנדלט וועגן א גרויסער געלט שאדן.

האט דער רבי געענטפערט בזה"ל: "דו ווייסט דאך אז איך האלט בכלל נישט פון ארבעטן חול המועד, אבער אויפצושטעלן א בנין בפרהסיא איז פיל ארגער. ווייל אין 25 יאר ארום ווען א איד וועט אריבערגיין די גאס וועט ער נאך קענען אנווייזן, אז דאס איז דאס הויז וואס א איד האט געבויעט חוה"מ. ממילא וויל איך נישט בשו"א אז דו זאלסט בויען חוה"מ. ובנגע דעם שאדן וועט דער אויבערשטער העלפן".

ס'איז איבעריג צו זאגן אז ער האט קיין שאדן נישט געהאט, נאר ער האט נאך פארדינט מער ווי אנדערע.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג דעצמבער 17, 2010 6:19 am

אז מ'רעדט שוין פון ארבעטן חוה"מ...

שאץ מאץ האט געשריבן:דער נאסאד'ער רב זצ"ל, פלעגט זאגן פאר מענטשן מ'זאל זיך מקבל זיין נישט צו ארבעטן חול המועד, ווייל דאס ברענגט פרנסה.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דינסטאג דעצמבער 21, 2010 11:59 am

פארשריבן האט געשריבן:(אני הקטן בקט שכלי, לא זכיתי להבין דברי המג"א ז"ל. דממ"נ אויב מיינט 'תמיד' אויף אייביג (כלומר לעבנסלענגליך), פארוואס זאל זיין אסור. ווידעראום מיינט ער צוזאגן באופן קבוע, דהיינו יעדן טאג, איז עס דאך א געוואלדיגער פשיטא. ווייל דער רמ"א האט דאך שוין ערווענט, אז ווען ער דינגט אים "לכל המלאכות שיצטרך" איז אסור. וה' יעמידנו על האמת).


דער פמ"ג פרעגט שוין דיין קשיא.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מאנטאג ינואר 03, 2011 10:33 am

פארשריבן האט געשריבן:ס'איז באקאנט די מעשה וואס מ'פארציילט נאך, אז אמאל האבן זיך געטראפן די צוויי גדולי ישראל דער הייליגער ייטב לב זצ"ל, מיטן גרויסן תלמיד פונעם הייליגען חת"ס, הרה"ג המהר"ם שיק זצ"ל אב"ד חוסט והגלילות (חוסט איז נישט ווייט פון סיגוט). וויבאלד ביידע זענען געווען תופסי ישיבה, האט מען ארומגערעדט פונעם אונטערשייד אינעם דרך הלימוד אין די ישיבות. און בתוה"ד האט ער ארויסגעברענגט אז ביי זיי לערנט מען מער בעיון, און מיט מער מפרשים ווי אין די חסיד'ישע ישיבות. (ווי ס'איז נאך היינט אזוי).
האט דער הייליגער ייטב לב געענטפערט מיט א משל. ס'איז דא צוויי טעפ זופ, איינס איז פול מיט אלע ערליי געווירצן דערין, אבער ס'איז קאלט. די צווייטע איז טאקע א פשוטער אן קיין ספעציעלע אינהאלט, בלויז פלייש, אביסל גרינצייג און זאלץ, אבער ס'איז ווארעם. נו וועלכע איז בעסער?
והנמשל מובן מאליו.

אין "משלחן מלכים" פון די וואך, ווערט געברענגט אז די מעשה איז געווען מיט ר' שאול בראך קאשויער רב.

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » מיטוואך ינואר 05, 2011 2:17 pm

וואס גייט מען טוהן די וואך סקומט דאך ניטל, מען דארפ מאכן די ליל שישי שיעור מוקדם, אדער מאוחר, נדחה, וויאזוי די עולם וויל ענדישער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך ינואר 05, 2011 2:24 pm

אדער קען טאבעקא געבן א שיעור אין חזנות

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מיטוואך ינואר 05, 2011 2:28 pm

איי לאוו די איידיע

תלמוד
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 15, 2011 11:09 pm

תגובהדורך תלמוד » מיטוואך מארטש 30, 2011 6:52 pm

טאבאקא האט געשריבן:באה"ט סק"ד על כך. ואין בכלל זה מה שמוסרין בהמה לרועה דמירתת להשתמש בהן כמ"ש סי' ש"ה סכ"ג.

גראדע דער מחבר דארט פסק'עט אז עס איז מותר צוליב אן אנדערן טעם.
לאמיר זעהן דעם לשון מותר למכור סוס או פרד או חמור לרועה עכו"ם. ואע"פ שהעכו"ם משתמש בהם בשבת אין בכך כלום, כיון דשלא מדעת ישראל הוא עושה, ואינו ממתין שכירות ממנו. וצ"ב.


עיין בלבושי שרד שם

משה'עלע
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך משה'עלע » מיטוואך ינואר 25, 2012 10:11 am

בענין המעשה של אמירה לעכו"ם אימיגרעשן עיין בחת"ס פינעף בענידער פר'בשלח עמוד נ"ח ד"ה ואתם לא תצאו ועוד יותר עיין בענין הנסיון נישט מיטציהאלטען די נייעס בשעת צרה שם עמוד ס"ו ד"ה ואותן עיי"ש און בקיצור אידען זענען געווארען אויסגלייזט בזכות האמונה נישט מיט ציהאלטען די נייעס אפי' זיי האבען נישט געהאט נאך זכותים
דארף מען וויסען בנוגע שבת קודש בזכות זה וואס מען זיצט איינגעמאכט און מען טוט נישט גארנישט אפי'בשעת צרה עמיר זוכה זיין כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות בב"א ואפשר שכדאי להעתיק מדבריו בפרט עכשיו פר' בא
(פיקוח נפש לכאורה שאני)
אין חכמה כחכמת התורה (פרמ"ג הל' חנוכה סימן תר"ע) ואין חכמיה כישראל

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג מאי 17, 2012 11:34 am

טאבאקא האט געשריבן:היינט איז די יארצייט פון רבי טובי' ב"ר משולם זלמן יהונתן פון בריגל א זון פונעם ארי' דבי עילעא וואס איז געווען אן איידעם פונעם יש"מ, זי"ע ועכי"א.

החזן הנודע רבי יאסעלע ראזענבלאט איז געווארן אן איידעם ביים בריגלער שוחט, און רבי טובי' איז געווען זיין מסדר קידושין.

איך דערמאן זיך יעצט א מעשה וואס איך האב אמאל געהערט אויף רבי טוביה. איינמאל איז ער געקומען צו א ברית און ער האט געזען ווי מ'פעניעט סתם אזוי. האט ער פארשטאנען אז ס'איז בכוונה און געפרעגט אויף וואס מען ווארט, האט מען אים געזאגט אז דער אבי הילד איז א נוטה למות (ממילא ווארט מען צו קענען געבן א נאמען...)
ווי נאר ער האט דאס געהערט האט ער באפוילן גלייך צו מאכן דעם ברית און נישט ווארטן אויף קיינעם. ווען מ'האט געענדיגט דעם ברית האט דער גוסס וואס איז געליגן אין א זייטיגע שטוב אנגעהויבן קומען צו זיך און ביז א קורצע צייט איז אים בעסער געווארן. די אלע וואס זענען דארט געווען האבן געזאגט אז ס'איז געווען ממש בבחי' תחיית המתים.
האט מען אים נאכדעם געפרעגט פשט. האט ער געזאגט אז ער האט געהאפט אז בזכות פון מכניס זיין בבריתו של אברהם אבינו וועט ער קומען אויסהיילן דעם קינד מיטן שטיין כבמבואר בחז"ל.

השי"ת זאל העלפן ישועות און רפואות פאר אלע אידישע קינדער.

מיר ליגט אין זכרון אז ס'איז מכח די ראי' פון מילת אברהם אז אליהו הנביא קומט דאך סייווי צום ברית, וועט ער שוין אינאיינוועגס ברענגן א רפואה.
(אז נישט א הערה אויפן שיעור, כאטש אויפן מלתא דבדיחותא...)


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט