ליל שישי שיעור

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

ליל שישי שיעור

תגובהדורך טאבאקא » דינסטאג אוקטובער 05, 2010 7:16 am

אני הקטן לערן שוין יעדן ליל שישי מיט מיין קביעות'דיגע חברותא פאר א לענגערע תקופה, אונזער שיעור פארמאגט א גלארייכע היסטאריע און ציעט זיך נאך זינט אונזערע זיסע בחור'ישע יארן ווען מיר האבן פארברענגט מיט תורה און חסידות כדרך כל הבחורים. און זייט דעמאלט האבן מיר גאר זעלטן פארפעלט א שיעור, און ממש נאר אין גאר געציילטע פעלער ווען מיר האבן זיך נישט געקענט באגעגענען פערזענליך האבן מיר געלערנט אויפן טעלעפאן אויף וויפל ס'איז דאן שייך געווען. און טאקע מיט א קביעות "יעדע ליל שישי" אן אויסנאם מוצאי יו"כ ווי אין סאמע שמחת תורה.
אבער פארגאנגענעם ליל שישי פ' בראשית, וואס איז היי יאר טאקע אויסגעפאלן אום שמח"ת, האט מיר מיין לאנגיעריגער חברותא געמאלדן אז ער וויל רוקן דעם שיעור אויף מוצאי שבת, ער האט מיר נישט געגעבן צופיל הסברים און אויסוואלן, (און סיי ווי אין מיינע יארן פרעגט מען שוין נישט צופיל קשיות). אבער דער געדאנק אנצוהייבן דאס נייעם יאר מיט א התחדשות מיטן באוואוסטזיין אז איך שנייד אראפ איינע פון מיינע שיעורים, איז מיר אינגאנצן נישט געפעלן, און גיין זוכן א פרישע חברותא איז אויך נישט אזוי פשוט, און לערנען אליינס ווייס איך אז ס'וועט זעלבסט פארשטענדליך נישט צו לאנג אנהאלטן, נו וואס טוט מען? ווי געבט מען זיך אן עצה נישט מבטל צו זיין דאס קביעות?
אזוי טראכטענדיג איז מיר בייגעפאלן א געדאנק, מיר האבן דאך דא א בית יאנאש וואו עס ווערן שוין פארגעלערנט פארשידענע שיעורים, בראש פונעם חשוב'ען שיעור אין "קיצושו"ע" וואס פארגעלערנט דורכן מייסד, נו וואס וועט שוין געשעהן אז מיר וועלן פארוואנדלט ווערן אין א מגי"ש אויף דער עלטער, אין אינאיינוועגס מזכה זיין אפאר קרעטשמע אידן מיט א געשמאקן שיעור.

אלזא מיט די רשות פון די גבאי, שמשי, רבני, נכבדי, עסקני, וכו' וכו' דבית מדרשינו, ובראשם יאנאש זז"ג אליינס (אויב ער לעבט נאך), אנאנסיר איך דא אז פון היינט און ווייטער וועל איך אי"ה בל"נ ובלי שבועה ובעזר הוי"ה יתברך שמו ויתעלה, דא פארלערנען מיין וועכנטליכן שיעור יעדן ליל שישי וואס געפאלט אויס אין א וואכן טאג (חוץ חוה"מ, וואס איך בין מקפיד ווי ווייט מעגליך נישט צו שרייבן).
בלייבט נאר איבער פארן עולם פארצולייגן וואס מיר זאלן לערנען, מיר פערזענליך באפארצוגן שו"ע הלכות שבת "מחבר באר היטב" על הסדר, דאס איז א זאך וואס איז נישט צו שווער, און איז "קריטיש וויכטיג" פאר א יעדן איינציגן איד וואס וויל היטן גא-ט ברוך הוא'ס הייליגע תורה מיט א שלימות, און אפי' ווער עס האט שוין איינמאל דורכגעלערנט גאנץ הל' שבת בעיון, קען קיינמאל נישט שאטן עס איבערצולערנען, און ווערן מער קלאר אין די הלכתא חמירא לשבתא.

אלזא וואס זאגט איר?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוקטובער 05, 2010 11:47 pm

יגדיל תורה ויאדיר

פרוביר אבער נאך אלץ אנצוהאלטן דעם שיעור מיט דיין חברותא, הרבה חברותא עושה!

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג אוקטובער 08, 2010 5:51 am

איך וויל דא אפגעבן א עפנטליכע דאנק פאר מיינע קרעטשמע פריינט, וואס האבן מיר געגעבן פריוואט שטיצע און פארשפראכן זיך אנצושטרענגען מיטצוהאלטן דעם שיעור ווי ווייט מעגליך. און איך גיב אפ א שבח והודי' צו השי"ת וואס האט מיר געגעבן די זכי' אויף דער עלטער צו מרביץ תורה זיין ברבים (דריי הייסט א רבים, ניין?) און דער אויבערשטער זאל אונז טאקע גיבן כוח עס אנצוהאלטן ביז משיח וועט קומען. און דער זכות פון לימוד תורה דרבים זאל משפיע זיין פאר אלע אידישע קינדער די בכל אתר אתר, כל מיני השפעות טובות ובפרט פרנסה בריוח ובניקל, וואס אן דעם קען מען קיין איד נישט זיין. (ווי מ'האט געטייטש -אין דזשיקוב דאכט זיך- "ובחמרא טבא" אז מ'האט א גוטן חומר "דבי תחדי נפשא" פרייט זיך דער נפש). ביז מיר וועלן אלע זוכה זיין צו די ישועה כללית ווען עס וועט שוין מקויים ווערן "ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים" בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.

קודם עטליכע קליינע הקדמות, צוערשט מוז איך קלאר זאגן -כאטש עס איז א פשוטע זאך- אז איך בין נישט קיין דיין, און קיינמאל געפלאנט צו ווערן א דיין. און וויבאלד צווישן אונזערע ווערטער וועט לכאורה פון צייט צו צייט ארויסקומען געוויסע פסקים, דעריבער בין איך מגלה דעת אז מ'זאל זיך בשו"א נישט פארלאזן הלכה למעשה אויף די זאכן וואס וועלן דא ווערן נתברר און ארויסגעברענגט, פסקים ווי אזוי זיך צו פירן זאל יעדער פרעגן זיין אייגענע מורה הוראה וועם ער פרעגט אלע אנדערע שאלות, איך האב מיר גענוג מיין אייגענעם פעקל, און איך האלט נישט ביים טראגן אויך יענעמס אויף מיין קאפ.
מיר וועלן זיך משתדל זיין אראפצוברענגען די לשונות ווי אזוי עס שטייט, אבער א מענטש איז דאך נאר א מענטש דעריבער אויב ווילט איר עפעס נאכזאגן, קוקט עס פארדעם נאך אינעווייניג, והי' הטוב יכפר.

נאך א נקודה, עס וועט זיכער אויסקומען צו מתבל זיין אונזערע ווערטער מיט פארשידענע עובדות און סיפורים פון צדיקים, און איך וועל פרובירן נישט צו שרייבן קיין נאמען און אפי' איך וועל יא שרייבן, זייט וויסן אז איך זאג נאר ווי עס ליגט מיר אין די מחשבה. און ס'איז גאנץ מעגליך אז מיין זכרון פארנארט מיר, ווי אויך איז דער פאקט אז כמעט יעדע באקאנטע עובדא ווערט דערציילט אויף כמה צדיקים, דעריבער נעמט עס נישט אן ווי תורה מסיני.

ווי אויך וועלן מיר פרובירן צו מאכן דעם הייליגן לשון פונעם מחבר און די פוסקים באָלד אז מ'זאל דערקענען א חילוק וואס עס זענען זייערע הייליגע ווערטער, און וואס ס'איז מיינע פארטייטשונגען.

אין שו"ע או"ח הל' תפלה סימן ק"י סעיף ח' שטייט אזוי הנכנס לביהמ"ד דאס מיינט אז ווען איינער זעצט זיך לערנען יתפלל יהי רצון מלפניך וכו' דאס איז די תפלה פון ר' נחוניא בן הקנה וואס ווערט געברענגט אין גמרא מס' ברכות דך כ"ח ע"ב אויף וואס די משנה זאגט ר' נחוניא בן הקנה היה מתפלל בכניסתו לביהמ"ד וביציאתו תפלה קצרה. אמרו לו מה מקום (פירש"י מה טובה, מיינט צו זאגן וואס איז דער אויפטו) לתפלה זו. אמר להם, בכניסתי אני מתפלל שלא יארע תקלה על ידי, וביציאתי אני נותן הודאה על חלקי. זאגט די הייליגע גמ' ת"ר בכניסתו מהו אומר, יהי רצון מלפניך ה' אלקי שלא יארע דבר תקלה על ידי ולא אכשל בדבר הלכה וישמחו בי חברי ווייל אז מען ווערט נכשל אין נישט ריכטיגע תורה, ווערט מען דורך דעם נכשל אין אנדערע שלעכטע מידות ווי דאס אז מ'פרייט זיך מיט יענעמס דורכפאל, ווייל נאר תורת אמת לייטערט אויס דעם מענטש ולא אומר על טמא טהור ולא על טהור טמא ולא יכשלו חברי בדבר הלכה ואשמח בהם.

און דער טו"ז דא אויפן פלאץ זאגט אז מ'דארף דאס זאגן אפי' מ'לערנט ביחידות. דערנאך זאגט ער ווייטער וי"ל נוסחא א' קצרה כוללת הרבה וזו היא: יר"מ יאו"א שתאיר עיני במאור תורתיך ותצילני מכל מכשול וטעות הן בדיני איסור והיתר הן בדיני ממנות הן בהוראה הן בלימוד. גל עיני ואביטה נפלאות מתורתיך. ומה ששגיתי כבר, העמידני על האמת, ואל תצל מפי דבר אמת עד מאוד. כי ה' יתן חכמה מפיו דעת ותבונה. עכ"ד הטו"ז.

און דער מג"א זאגט אז דער אר"י ז"ל האט געזאגט די תפלה פון ר' נחוניא בן הקנה יעדן אינדערפרי. און דערנאך האט ער געזאגט טייל פונעם נוסח וואס דער טו"ז ברענגט אראפ.

אין של"ה הק' שטייט אז ווען מען עפנט א ספר צו לערנען דערין זאל מען דאס זאגן:
הנני רוצה ללמוד כדי שיביאני תלמוד זה לידי מעשה, ולידי מידות ישרות, ולידי ידיעת התורה. והריני עושה לשם יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה, בשם יהוה ובשם אדני מתיחדים יאהדונה"י על ידי הנעלם (בדחילו ורחימו). [און מ'פירט זיך אויך צוזאגן] בשם כל ישראל, ויהי נועם ה' עלינו ומעשה ידינו כוננהו.



מ'הייב מיר אן צו לערנען שו"ע הל' שבת. די וויכטיגקייט צו לערנען דעם דאזיגן לימוד איז באמת איבריג אויסצושמועסן. יעדער ווייסט וואס דער רבי פון לובלין האט געזאגט אז פאר ער האט נישט דורכגעלערנט גאנץ הל' שבת (טייל זאגן פיר הונדערט מאל!) האט ער מורא געהאט אפי' צו רוקן דאס יארמולקע! ווי אויך שטייט אז דאס לערנען הל' שבת איז א סגולה צו געדענקען די אלע איבריגע זאכן וואס מ'לערנט. ווי דער ישמח משה פארטייטש דאס וואס מיר זינגען יעדן שבת "זכרו תורת משה" אז מ'וויל געדענקען תורה, "במצות שבת גרוסה" זאל מען לערנען אין הל' שבת. (גרוסה איז פון לשון גורס זיין, לערנען).

די מעלה און חשיבות און דער שכר פון די הייליגע מצוה פון שבת - וואס איז אונז געגעבן געווארן נאך פאר די גאנצע תורה - איז דאך געוואלדיג גרויס, שבת איז דאך איינע פון די צייכענעס אז אידן זענען בני קל חי, ווייל דאס איז עדות אז הקב"ה האט באשאפן די גאנצע וועלט און ער האט גערוהט אין דעם זיבעטן טאג, דעריבער ווערט דאס גערופן "שרביטו של מלך", און נאר א זון מעג זיך באנוצן מיטן קעניג'ס פערזענליכע חפצים.

וועלן מיר טאקע אנהייבן מיטן לשון פונעם הייליגן טור, וואס רעכנט אויס אביסל דאס חשיבות פון היטן דעם הייליגן שבת.
און דער ב"ח דא אויפן פלאץ איז מסביר פארוואס ער הייבט מיט דעם אן דלפי דבשבת איכא ב' מצות, אחד, מ"ע לקדש את השבת כמש"כ זכור את יום השבת לקדשו זכרהו על היין, ובכלל זה לענגו וכמ"ש ישעי' הנביא וקראת לשבת עונג. ב', שלא לעשות כל מלאכה. ודבר זה הוא קשה מאד על האדם לפזר ממון לכבוד שבת וגם למנוע ממנו הריוח שלא יעשה שום מלאכה, על כן הקדים רבינו דער הייליגער טור אלו המאמרים כדי שידע האדם ששכרו גדול מאד במה שמפזר ממון לענג את השבת ובמה שהוא נזהר מאד לשמור את השבת שלא לעשות בו שום מלאכה.
און דער תניא אין שו"ע הרב צולייגט זייער שיין דאס ענין פון כבוד ועונג שבת, און מיט וואס שבת איז אנדערש פון יו"ט. לאמיר לערנען אביסל זיין הייליג לשון שני דברים נתפרשו בשבת ע"י הנביאים, והם: כבוד וענג, שנאמר וקראת לשבת ענג לקדוש ה' מכובד. ועיקרן מן התורה, שהשבת הוא בכלל מקראי קודש שנאמר וביום השביעי שבת שבתון מקרא קודש וגו'. איז פון דעם געדרינגען אז נישט נאר דארף מען שבת רוען - ווי עס שטייט אין פי' בראשית - נאר עס האט אויך א דין ווי די אנדערע מקראי קודש [ימים טובים]. און וואס מיינט מקרא קודש ומקרא קודש פירשו חכמים אין ספרא און אין ספרי לקדשו לכבדו בכסות נקיה, ולענגו בענג אכילה ושתיה, וועסטו דאך מיינען אז עס האט טאקע דעם זעלבן דין ווי יו"ט, אז מ'דארף עסן פלייש און טרינקען וויין, דעריבער ברענגט ער צו דעם רמב"ם וואס האלט אז מקרא קדש הוא לקדשו באיסור עשיית מלאכה, אבל הכבוד בשבת ויו"ט והענג בשבת הן מד"ס (אבל הענג והשמחה ביו"ט דהיינו במאכל ומשתה הוא מן התורה כמו שיתבאר בסי' תקכ"ט) ומ"מ אפי' עונג שבת איז נאר א דרבנן צריך להזהר בהם מאד, שחמורים ד"ס יותר מד"ת. וכל המענג את השבת שכרו מפורש בקבלה אז תתענג על ה' וגו', ובדברי רז"ל שמוחלין לו על כל עונותיו וניצול מדיני של גיהנם.
תניא סעיף ב, במה מענגו, בימי חכמי הגמרא היו מענגין בדגים גדולים ובתבשיל של תרדין, שמאכלים אלו היו חשובים ענג בימיהם. וכל מקום ומקום לפי מנהגו יענגוהו במאכלים ומשקים החשובים להם ענג. ואין חיוב לאכול בשר ולשתות יין בשבת, אלא לפי שמן הסתם יש לרוב בני אדם ענג באכילת בשר יותר מבשאר מאכלים, ובשתיית יין יותר מבשאר משקים, לכך יש להם להרבות בבשר ויין כפי יכלתם והשגת ידם. ווי עס ווערט טאקע גע'פסק'עט אז אויב איינער האט אן עונג שבת פון פאסטן ווייל דאס עסן איז אים א צער, מוז ער נישט עסן.

זאגט דער הייליגער טור גרסינן בפרק כל כתבי, אמר ר' יוחנן משום ר' יוסי כל המענג את השבת נותנין לו נחלה בלי מצרים. ר"נ בר יצחק [ס'איז מקובל אז ווען מ'טרעפט אן ביים לערנען דעם נאמען, איז א באווייז אז מ'לערנט תורה לשמה] אמר אף ניצול משיעובד מלכיות. א"ר יהודא אמר רב כל המענג את השבת נותנין לו משאלות לבו. און דער ב"י ברענגט נאך פון מהרי"א ז"ל אז די אלע זאכן זענען מדה כנגד מדה, וויבאלד ער גיבט אויס געלט אן א שיעור לכבוד שבת באקומט ער נחלה בלי מצרים (ווי רש"י איז מפרש כלומר אין לה קץ), און אז ער איז מקבל עול שבת נעמט מען אוועק עול מלכיות, און מען גיבט אים משאלות לבו כדי שיוכל למלאות חפצו מכל עונג שירצה. זאגט ווייטער דער טור וא"ר חייא בר אבא א"ר יוחנן כל המשמר שבת כהלכתו אפי' עובד ע"ג כאנוש מוחלין לו. און דער טו"ז זאגט שוין אז דאס איז נאר אויב האט ער תשובה געטאן, ווייל אויף תשובה אליין שטייט שוין אין מס' יומא עבר על כריתות ומיתות בי"ד תשובה תולה ומיתה ממרקת אבער דא אז ער טוט תשובה און ער היט שבת, איז דורכן היטן שבת העלפט די תשובה אז מ'זאל אים מוחל זיין. און דער ב"י איז מסביר אז וויבאלד שבת איז א עדות אז השי"ת האט באשאפן די וועלט, איז זיכער אז דאס וואס ער דינט ע"ז איז נישט ווייל ער גלייבט דערין, און דעריבער העלפט אים די תשובה, משא"כ בעע"ג לפי שעולה בדעתו שיש בה ממש שהוא רחוק לשוב בתשובה. און דער פרישה זאגט אז דעריבער זאגט ער דייקא "כאנוש" ווייל ער האט געדינט ע"ז בטעות און נישט פון איבערצייגונג אז זיי זענען די אפגעטער, ווי דער רמב"ם איז מסביר באריכות. און דער לבוש איז מפרש מתוך ששומר שבת קלה תשובתו, דאס הייסט אז דער זכות פון שמירת שבת העלפט אים צו צוצוקומען צו א תשובה שלימה. זאגט דער טור ווייטער אמר רב יהודה א"ר אלמלי שמרו ישראל שבת ראשונה כהלכתה לא שלטה בהם אומה ולשון. אמר רשב"י אלמלי משמרים ישראל שתי שבתות (לויט דעם שטימט נישט ר' מרדכי'ס באקאנטע ניגון "דזשאסט 'וואן' שבת, ענד ווי אל בי פרי") מיד נגאלין. [דער טור אביסל שפעטער] גרסינן בפרק כל כתבי (קיט.) עשירים שבכל הארצות במה הם זוכים אין זייער עשירות במה שמכבדין את השבת. אביסל ווייטער זאגט דער טור ואל יאמר האיך אחסר פרנסתי, און דער פרישה זאגט אז דאס גייט אויך ארויף אויף א עושר כי אדרבה אם יוסיף יוסיפו לו. כדקתני תחליפא אחוה דרבנאי חוזאה כל פרנסתו של אדם קצובה לו מר"ה לר"ה, חוץ מהוצאות שבת וי"ט והוצאת בניו לת"ת, אם מוסיף יוסיפו לו. ואמרינן נמי גבי הוצאת שבת ויו"ט אומר הקב"ה בני לוו עלי ואני פורע. וכיון שכן הוא, אל ידאג כי נאמן הוא בעל חובו לפרוע לו חובו.
עס פאלט מיר יעצט איין אז לויט ווי מיר האבן אויבן געשמועסט אז שבת קודש איז א ראי' אז מיר זענען בנים למקום -און דעריבער איז די הלכה אז גוי ששבת חייב מיתה- איז גוט מדוייק דעם לשון "בני" לוו עלי וכו'. ופשוט.

דער לבוש אין אנהייב הל' שבת רעדט אויך אביסל ארום וואס דאס הייסט כבוד ועונג שבת כל המענג וכו' בס"ח טוב ארוחת ירק בשבת ואהבה עם אשתו ובני ביתו. עס שטייט אין פסוק[b] וכבדתו וואס דאס מיינט שיכבד השבת מיט וואס? שלא יריב עם אשתו ובני ביתו. כתב בזוהר פי' צו ת"ח אתקריאו שבת וחייבים לענגא להם בכל מיני מאכל ומשתה ובלבושין שפירין כגוונא דשבת.
אזוי ווי דער שיעור האט זיך פארצויגן אביסל לענגער ווי געפלאנט, וועלן מיר אצינד דא שטיין בלייבן.

תפלת ר' נחוניא בן הקנה ביציאתו: מודה אני לפניך ה' אלקי ששמת חלקי מיושבי ביהמ"ד, ולא שמת חלקי מיושבי קרנות (פירש"י חנוונים געשעפטס לייט או עמי הארץ שעוסקים בדברי שיחה) שאני משכים והם משכימים, אני משכים: לדברי תורה, והם משכימים: לדברים בטלים. אני עמל והם עמלים, אני עמל: ומקבל שכר, והם עמלים ואינם מקבלים שכר. אני רץ והם רצים, אני רץ: לחיי העולם הבא, והם רצים לבאר שחת, ע"כ פון די גמי' ברכות. און כדי צו ענדיגן מיט א גוטע זאך, לייגט די וועלט צו ואני אבטח בך און אז מ'פארזיכערט זיך אינעם אויבערשטן איז שוין אלעס גוט, ווי דוד המלך זאגט אין תהילים השלך על השם יהבך און דעמאלט וועט זיין והוא יכלכלך.

מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט פונעם שיעור און מיר ווארטן צו הערן אייערע הגהות והערות, אבער איך בעט בכל לשון של בקשה, ביטע האלטן דעם אשכול הייליג בלויז פאר לימוד התורה. שכוח'ס אדער סתם קאמענטארן איבער מיין הסברה אדער ווי אזוי איך זאל פארלערנען וכדו', זאל מען מיר נאר שיקן פריוואט. דא זאל מען נאר שרייבן הערות וואס זיך באציען זיך צום שיעור אליין, א דאנק פאר אייער פארשטענדעניש און איינזעעניש.

מיר האפן אי"ה קומענדיגע וואך אנצוהייבן מיט א פרישקייט סי' רמ"ב. א גוט שבת.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג אוקטובער 08, 2010 7:11 am

איך וועל מיך ערלויבן צו שרייבן דאנק ווערטער אין דעם אשכול, 1) ווייל דו האסט נאר פארבאטן "סתם שכוח'ס" און איך וויל געבן א ריזיגן יישר כח, דו האסט הערליך פארגעלערנט און גאר שיין מתבל געווען מיט ווערטער פון צדיקים און פאסיגע הערות. 2) ווייל איך וויל אויך צושרייבן 2 הערות אויפן שיעור גופא:

1) "מה טובה" וואלט איך נישט געטייטשט "וואס איז די אויפטוה" (ווייל וויאזוי וועסטו טייטשן מה טובה של עובר זה אין כתובות פרק א'?), נאר "וואס איז דער פשט" (הגם דאס איז אויך נישט ווערטערליך איבערגעטייטשט)

2) די מאמר איבער לערנען מימרות פון רבי נחמן בן יצחק, שטייט אין דברי תורה בשם החוזה מ'לובלין אז עס איז א סגולה ליראת שמים (תורה לשמה לא שמעתי).

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » פרייטאג אוקטובער 08, 2010 11:03 am

קרעמער האט געשריבן:1) "מה טובה" וואלט איך נישט געטייטשט "וואס איז די אויפטוה" (ווייל וויאזוי וועסטו טייטשן מה טובה של עובר זה אין כתובות פרק א'?), נאר "וואס איז דער פשט" (הגם דאס איז אויך נישט ווערטערליך איבערגעטייטשט)


א טעות לכאורה. טובה קומט נישט אריין. מען רעדט פון "טיבה" אזוי ווי כל שאינו בקי ב"טיב" גיטין וקידושין. עס האט גארנישט מיט גוטסקייט.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » פרייטאג אוקטובער 15, 2010 12:52 am

ווען הייבט זיך אן די שיעור היינט.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג אוקטובער 15, 2010 5:57 am

מיר האבן שוין פאריגע וואך אראפגעברענגט די תפלה פון ר' נחוניא בן הקנה, יעצט וועלן מיר אביסל משלים זיין איבער דאס חשיבות און חיוב פון זאגן די הייליגע תפלה.

דער הייליגער 'תוספות יו"ט' ברענגט אראפ די תפלה אין זיין פתיחה אויף משניות סדר זרעים -און דעריבער איז עס טאקע געדרוקט אין אלע משניות'ן- און די מדפיסים שפעטער האבן צוגעלייגט אפאר פסוקים פון "מעבר יבק" וואס מיר וועלן שפעטער מעתיק זיין לתועלת הרבים.
דא האט איר דעם הייליגן לשון פונעם תוס' יו"ט.
אמר יום טוב, ראה ראיתי שתי ראיות, אחת להגאון בעל הלכות גדולות שבתחלת הלכותיו התחיל וכתב ברכת התורה מלה במלה. ואין זה כי אם כלפי מ"ש חכמינו ז"ל בפרק ואלו נדרים (פ"א.) מאי כי על אלה אבדה הארץ וגו' על שלא ברכו בתורה תחלה. ע"כ כמזהיר וכמזכיר כתבם בראש חבורו, שכל הפותח לספרו יבין לאשורו, שיברך בתורה תחלה. ראיה שניה הא דתנן בפ"ד דברכות (כח.) רבי נחוניא בן הקנה הי' מתפלל וכו', ושם דקדקו הרמב"ם והר"ב זלה"ה שהן חובות על כל מי שיכנס לביהמ"ד שיאמרם.
ואחרי שנתחדשה ההלכה ושומה היתה זאת מאת רבינו הגדול זלה"ה להתאסף והתחבר חבורות חבורות ללמוד המשניות, ורבים יכשלו באלו התפלות כי אינם שגורות בפי כל. ע"כ אני מעתיקם כלשונם בספר הרי"ף.


און דער רמב"ם אין פי' המשניות נאכן מעתיק זיין די תפלה, זאגט אויך אז עס איז א חיוב.
ואלה שתי התפלות חובה לכל מי שיכנס בביהמ"ד לקרות. שהרי לא אמרו בכניסתו "מה 'היה' אומר" כדי שיהי' ספור למה שהי' אומר רבי נחוניא בן הקנה, ואז יהי' רשות בידינו. אבל ווי עס קוקט אויס איז עס א טעות, און עס דארף שטיין "אלא" אומר בכניסתו "מה 'הוא' אומר" ר"ל כשיכנס לביהמ"ד מה חייב לומר.
ויש לו להתפלל אלה שתי התפלות יושב או עומד או כמו שיזדמן לו, ולא יחזיר פניו למזרח, ולא יברך, ולא יעשה השתחויה בהם, ולא נפילת אפים. וקרא שמה תפלה על מנהג הלשון שהוא מכנה כל בקשה תפלה.

און דער "מאירי" אין זיין ספר בית הבחירה, נאכן מעתיק זיין דעם רמב"ם שרייבט אז דאס איז א געוואלדיגער לימוד בכלל, וז"ל: אמר המאירי, ר' נחוניא בן הקנה הורה בזה שאדם צריך לחדש תפלה על כל דבר שהוא רואה בעצמו שהוא צריך בו לעזור אלקי', ואז יתמיד מחשבתו בעבודת השם באין פירוד.

און טייל אחרונים מוטשען זיך פארוואס ס'איז למעשה נישט אזוי איינגעפירט צו זאגן, און דער "מנהג ישראל תורה" צייכנט אן צו די הגהות פון פינסקער רב הגאון ר' אלעזר משה הלוי הורוויץ אז מ'איז יוצא מיט די ברכת אהבת עולם פון שחרית און מעריב. אבער פאר אני הקטן איז נישט ניחא דער תירוץ, ווייל דער רמב"ם און דער טור וב"י האבן דאך אויך געזאגט אהבת עולם, און דאך זאגן זיי אז עס איז א חיוב. למעשה האב איך געטראפן ווי דער שיטה מקובצת זאגט ולא נפקא לן מידי, ואשמועינן דמי שרוצה לומר הכי הרשות בידו. מילא איז עס א שטיקל לימוד זכות אז מען פארלאזט זיך אויף זיין פסק, אבער לכתחילה איז זיכער אז ס'איז כדאי אז ווער עס קען זאל עס זאגן.

מיר האבן געהאט אין פלאן צו רעדן נאך אביסל באריכות איבער דעם נוסח זעלבסט, (בפרט אויף דעם וישמחו בי חבירי וואס עס טוט זיך דערויף אויף טישן און בענק. מיר האבן געזאגט פאריגע וואך ווי רש"י און דער רע"ב לערנען, און אויף די קשיא וואס פרעגט זיך פון זיך אליינס, "ווי שיקט זיך דאס אז דער הייליגער תנא ר' נחוניא בן הקנה זאל זיך פארכטן אז זיינע חברים וועלן זיך פרייען אויף זיינע שטרויכלונגען", האבן מיר געענטפערט א אייגענעם תירוץ. אבער למעשה איז עס נישט אזוי פשוט און עס איז דא גאר אסאך צו רעדן דערוועגן), אבער וויבאלד איינע פון די מקשיבי השיעור האט מיר געבעטן פריוואט, אז מיר זאלן פרובירן צו האלטן דעם שיעור ווי ווייט מעגליך אין די ראמען אויפן ארגינעלן ציל נעמליך הל' שבת, און נישט מאריך זיין צופיל מיט זייטיגע זאכן, ווייל אזוי פארט עס צופיל ארויס פון די רעלסן, וועלן מיר עס איבערלאזן פארן "הגהות אשכול" ווען מיר וועלן האבן אביסל צייט.

מיר וועלן נאר צוברענגען דעם נוסח הירושלמי, וואס האט אביסל א אנדערע נוסח אויף די תפלה.
יה"ר מלפניך ה' אלקי ואלקי אבותי שלא אקפיד כנגד חבירי ולא חבירי יקפידו כנגדי, שלא נטמא את הטהור ולא נטהר את הטמא, שלא נאסור את המותר ולא נתיר את האסור, ונמצאתי מתבייש לעוה"ז ולעוה"ב.
און דער חרדים איז מפרש שלא אכעוס אם אשמע מהם דברי זלזול כבודי בהקשותם לי בהלכה, כאלו תאמר זה שיבוש וכיו"ב היוצא מפי מקשה ברתיחה, און דא קען מען אויך זאגן ווי מיר האבן געזאגט אויבן, אז וויבאלד ער האט מורא געהאט אז עס וועט געשעהן א תקלה אז ער וועט נכשל ווערן אין נישט ריכטיג פסק'ענען, דעריבער פארכט ער זיך אויך אז ער וועט מקפיד זיין ביים זיך ארומקריגן. משא"כ אז מ'לערנט כהלכה שטייט שוין אין גמ' "את והב בסופה", אז צום סוף קומט מען זיך גוט דורך.
ווי עס איז באקאנט די מעשה וואס מ'פארציילט נאך, אז דער הייליגער דברי חיים האט זיך אמאל שטארק ארומגעקריגט מיטן שינאווער רב אויף איינע פון די זאכן וואס זיי זענען מחולק געווען, [וואס ווי פארשטענדליך האבן מיר קיין השגה נישט אין זייער עבודה], און עס איז געגאנגען אזעלכע קולות אז די רביצין איז געקומען צו לויפן מיט שרעק קוקן וואס ס'גייט פאר. האט דער הייליגער רב איר בארואיגט זאגענדיג בזה"ל "האב נישט קיין מורא, מ'קריגט זיך אבער מ'בלייבט נישט צוקריגט"..., א ענליכע מעשה איז דא אז איינמאל נאכן זיך אויס'טענה'ן האט זיך דער הייליגער רב אנגערופן "איך ווייס נישט ווי עס קומט צו מיר אזא הייליג קינד". און דער איידעם ר' מאטעלע הארנאסטייפלער וואס איז דאן דארט געווען האט זיך אנגערופן "איך ווייס יא"...

ס'שטייט פון מעבר יבק (א שרעקעדיג ספר וואס רעדט אסאך פון יענע וועלט) אז מ'זאל זאגן די פאלגענדע פסוקים פאר מ'זעצט זיך לערנען, און ס'איז א סגולה קעגן שכחה.
יערף כמטר לקחי, תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא, וכרביבים עלי עשב, צור תעודה חתום תורה בלמודי.
יערף כמטר לקחי, תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא, וכרביבים עלי עשב, צור תעודה חתום תורה בלמודי.
יערף כמטר לקחי, תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא, וכרביבים עלי עשב, צור תעודה חתום תורה בלמודי.
בלמודי תורה חתום תעודה צור, עשב עלי וכרביבים, דשא עלי כשעירים, אמרתי כטל תזל, לקחי כמטר יערף.
בלמודי תורה חתום תעודה צור, עשב עלי וכרביבים, דשא עלי כשעירים, אמרתי כטל תזל, לקחי כמטר יערף.
בלמודי תורה חתום תעודה צור, עשב עלי וכרביבים, דשא עלי כשעירים, אמרתי כטל תזל, לקחי כמטר יערף.


ברוך אתה השם, למדני חקיך.
ברוך אתה השם, למדני חקיך.
ברוך אתה השם, למדני חקיך.
למדני חקיך, השם אתה ברוך.
למדני חקיך, השם אתה ברוך.
למדני חקיך, השם אתה ברוך.


בחקתיך אשתעשע, לא אשכח דבריך.
בחקתיך אשתעשע, לא אשכח דבריך.
בחקתיך אשתעשע, לא אשכח דבריך.
דבריך אשכח לא, אשתעשע בחקתיך.
דבריך אשכח לא, אשתעשע בחקתיך.
דבריך אשכח לא, אשתעשע בחקתיך.


זכר דבר לעבדך, על אשר יחלתני.
זכר דבר לעבדך, על אשר יחלתני.
זכר דבר לעבדך, על אשר יחלתני.
זכר דבר לעבדך, על אשר יחלתני.
זכר דבר לעבדך, על אשר יחלתני.
זכר דבר לעבדך, על אשר יחלתני.
זכר דבר לעבדך, על אשר יחלתני.
זכר דבר לעבדך, על אשר יחלתני.
זכר דבר לעבדך, על אשר יחלתני.
זכר דבר לעבדך, על אשר יחלתני.


אינעם קאמארנער משניות ווערט געברענגט א שיינע תפלה צו זאגן פארן לערנען.
רבש"ע אב הרחמים והסליחות, אתה ידעת שרצוני לעשות רצונך, אך שאור שבעיסה מעכב. כי מה אנוש האנוש אשר בעפר יסודו כי תזכרנו להתעורר ולעמוד במלחמה העצומה נגד היצר הרע המלך זקן וכסיל, אשר ברוב חיילותיו ותחבולותיו יסובבנו סלה. ומי בכל בשר אשר יעמוד לפניו ולולי תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי.
ולכן הקדמת לנו מזור ורפואה לעסוק בתורתיך הקדושה שהוא התבלין של
(אולי צ"ל נגד) היצה"ר כמאמר חז"ל אם פגע בך מנוול זה משכינו לביה"מ. וכן אמרו תורה מגינה ומצלת בין בעידנא דעסיק בה, ובין בעידנא דלא עסיק בה.
ובכן אני באתי בדבריך והניי בעניי הכינותי בזה ללמוד תורה לשמה כדי שיביאוני התלמוד זה לידי מעשים טובים, ולידי מידות ישרות, ולידי ידיעות התורה, ומחשבה טהורה, וליישר רעיוני ומחשבתי לעבדך באמת ובלב שלם, ואזכה לזכות את הרבים ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים את כל דברי תורתך באהבה.
לשם יחוד קב"ה ושכינתיה ע"י ההוא טמיר ונעלם בשם כל ישראל (וזכות התורה וזכות כל התנאים הנזכרים במשניות אלו או בגמרא הזאת), וזכות כל התינוקת של בית רבם, יעמוד לי ולזרעי ולכל ישראל אמן.


דער הייליגער ייטב לב זצ"ל טייטש ומי מעכב? שאור שבעיסה, דאס אז די פרנסה איז אזוי "זויערליך"... דאס האלט צוריק אידן פון מקיים זיין די הייליגע תורה. ווייל אז איד האט פרנסה, האט ער הרחבת הדעת, און ער קען דינען דעם רבוש"ע בשמחה ובטוב לבב. משא"כ אויב מען איז רח"ל פארפלאגט און פאריאגט מיטן נסיון העוני ה"י.

און מיר האבן שוין דערמאנט פאריגע וואך פונעם טור, אז שבת פארמינערט נישט חלילה פון די פרנסה נאר אדרבה עס איז משפיע פרנסה. און דער טור זאגט דארט אביסל פריער וכמה פעמים נשאתי ונתתי בדבר לפני א"א ז"ל דאס איז דער הייליגער רא"ש זצ"ל כמוני היום שיש לי מעט משלי, ואיני מספיק לי וצריך אני לאחרים, אם אני בכלל עשה שבתך חול אם לאו, ולא השיבני דבר ברור. זאגט די וועלט, פארוואס טאקע האט ער אים נישט געוואלט ענטפערן? ווייל דער רא"ש האט נישט געוואלט פסק'ענען אזא זאך אז א איד האט נישט קיין פרנסה און דארף אנקומען צו אנדערע!
אז מ'רעדט פון פרנסה, וויל איך צולייגן אז מיר האבן מעיין געווען די וואך אינעם ספר "אגלי טל" וואס איז מיוסד אויף די ל"ט מלאכות פון שבת, שרייבט ער זייער שטארקע דיבורים איבער דאס חשיבות פון לערנען הל' שבת. זאגט ער דארט אז פונקט ווי שמירת שבת איז א תיקון אויב מ'האט זיך רח"ל נישט אויפגעפירט ווי מ'דארף, דאס זעלבע איז לערנען הל' שבת אויך א תיקון.
האב איך געקלערט לויט דעם, אז ס'איז דאך ידוע אז אויב מ'היט זיך נישט אפ ווי א ערליכער איד, איז דאס ח"ו פוגם אין די פרנסה. ווי דער ציס"ע ר' נחמן מברסלוב רעדט כסדר ארום דערפון. און ס'איז באקאנט די טייטש פון הייליגן ישמח משה אויפן פסוק הכפירים שואגים לטרף וגו'. אז די קליפות וואס ווערן באשאפן פון די שרעקליכע עבירה הייסן כפירים, און זענען שואגים לטרף רח"ל, ד.ה. אז זיי נעמען צו דאס פרנסה ה"י. קומט אויס אז ס'איז גאר פשוט אז לערנען תורה ובפרט הל' שבת איז א געוואלדיגע סגולה צו פרנסה.
מפני חיבת הלשון, וועלן מיר דא מעתיק זיין זיינע הייליגע דיבורים:
ובחרתי להדפיס תחלה בהלכות שבת, יען שבש"ס סוטה שכל מצוה ומצוה נכרתו עליה ארבעה בריתות ללמוד וללמד לשמור ולעשות, ומבואר שללמוד הוא מחלקי המצוה. ומובן שכשם ששמירת שבת שקול ככל המצות, כן ללמוד וללמד בהלכות שבת שקול כללמוד וללמד בכל המצות.
ועוד כי שבת במרה נצטוו. ובזוהר חדש דפוס אמשטרדם כ"ו, בענין שבת במרה נצטוו, שהיו נחוצים למצות שבת לתיקון מכירת יוסף כי צדיק ושבת וברית חד. ובזה יובן כי שבת נחוץ לתיקון הברית וממילא גורם שמירת שבת.
ובזה יובן מאמר חכמינו ז"ל ששבת מביא גאולה, עפ"י דברי האר"י ז"ל בפסוק כי גר יהיה זרעך שכל הגליות באים מחמת פגם הברית. ממילא שבת שמתקן זה הפגם מביא גאולה.
ועפ"י זה יובן נחיצת הלימוד בהלכות שבת לתיקון פגם זה, כי תיקון הברית תלוי ביותר בלימוד התורה.
ער איז דא מאריך מיט ראיות אז לימוד תורה בעיון איז אויך א תיקון אויף דעם חטא, און דערנאך פירט ער אויס ומעתה יובן שהלימוד ועיון בהלכות שבת שמצות שבת בעצמה היא תיקון על פגם הברית על אחת כמה וכמה שהלימוד הזה הוא תיקון עצום לחטא זה.

איידער מיר וועלן אנהייבן מיט א פרישקייט דעם שיעור (ווערט נישט נערוועז, מיר הייבן אט אט אן...) וועלן מיר אויף דעם פארלאנג פון עטליכע פארשטעלן אין קורצן אונזער מהלך ווי אזוי מיר פלאנירן דא פארצולערנען. ווי שוין דערמאנט אנהייב אשכול, איז דאס א המשך צו מיין לאנגיעריגן שיעור מיט מיין חשובער חברותא (וואס ליידער האט ער זיך נישט געוואלט צוהערן צו הרב קרעמער'ס הארציגע געבעט), דעריבער וועל איך טאקע לערנען אזוי ווי ביז היינט, מחבר און באר היטב אינעווייניג אויפן לשון, און אויסשמועסן געוויסע נקודות וואס מיר זעען פאר נויטיג. עס פארשטייט זיך אליין אז מ'קען נישט פארגלייכן דאס פארלערנען שריפטליך צו מונדליך, אבער מער ווייניגער וועט עס אזוי זיין, נישט צופיל מאריך זיין אין פלפולים נאר ווי מער אויסשמועסן תמצית וואס די פוסקים זאגן, מיר האפן אז איר וועט צופרידן זיין. (פאר סיי וואספארא הגה, ביטע נאר פריוואט).

אלזא הייבן מיר אן צו לערנען סימן רמ"ב מיט א חיות און א פרישקייט, ווי דער רבי ר' הערש טייטש וואס מען זאגט ביים דאווענען, ותן בלבנו בינה, להבין: איז טייטש פארשטיין, ולהשכיל: מיינט בפשטות מחדש זיין חידו"ת, לשמוע: אויסהערן א שיעור, ללמוד: לערנען אליין, וללמד: לערנען מיט אנדערע, לשמור: טייטש אפהיטן די לא תעשה'ס, ולעשות: טוהן די עשה'ס, וואס מיינט ולקיים? וואס קומט דאס מוסיף זיין? זאגט ער אז ולקיים טייטש לעבעדיג! מיט א חיות! מיט א ברען! און מיט א פרישקייט!.

הלכות שבת

סימן רמב

להזהר בכבוד שבת

ובו סעיף אחד


זאגט דער הייליגער מחבר אפילו מי שצריך לאחרים אויב איינער דארף נעבעך אנקומען צו אנדערע אם יש לו מעט משלו אויב פארמאגט ער עטוואס אייגענס, צריך לזרז עצמו לכבד את השבת דארף ער זיך אנשטרענגען ווי ווייט מעגליך צו מכבד זיין דעם שבת.
זאגט דער באר היטב השבת. ולא יפחת משני תבשילין, זוהר בראשית. ובתיקוני שבת איתא שיאכל בכל סעודה מג' סעודות דגים ע"ש. ונ"ל דכל אחד לפי טבעו כמ"ש סי' רפ"ח. וואס דארט ווערט ארומגערעדט דער דין פון פאסטן אין שבת. און דער מחבר דארט ס"ב פסק'עט אדם המתענה בכל יום, ואכילה בשבת צער הוא לו מפני שינוי וסת (פי' דבר קבוע), יש אומרים שראו כמה חסידים ואנשי מעשה שהתענו בשבת מטעם זה. וכן אמרו שכך היה עושה ה"ר יהודה החסיד. קומט אויס אז כאטש מ'דארף עסן פיש שבת, אבער אויב מען איז עלערזשיק דערצו, אדער סתם מע גלייכט דאס נישט, איז מע נישט מחוייב. וויבאלד די מצוה איז "עונג שבת" און פאר אים איז דאס נישט קיין עונג.
זאגט דער באה"ט ווייטער אם המוכרים הדגים מיקרין השער דאס הייסט זיי ציען ארויף די פרייז העכער ווי נארמאל, נכון לתקן שלא יקנו דגים איזה שבתות. וראיה ממשנה ספ"ח דכריתות. אזוי שטייט אין צמח צדק סי' כ"ח. וכ"כ הפר"ח במנהגי איסור ס"ק ס"ו. ובית הילל י"ד סי' רי"ח כתב דדוקא כשנתייקר השער יותר משליש כמו שהי' מקודם, אבל אם נתייקר פחות משליש או שליש כמו שהי' מקדם, אין לעשות תקנה. וחייבים לקנות דגים לכבוד השבת, וויבאלד עס ווערט דאך גע'פסק'עט דהידור מצוה עד שליש, ע"ש.
ס'ווערט אסאך ארומגערעדט אין די פוסקים פארשידנס איבער דעם, ווי למשל אויב איינער האט געקויפט א פיש אין א צווייטע שטאט ווי ס'איז מותר, דערנאך גייט ער אויף א שטאט ווי עס איז דא אצינד א איסור, צו עס גייט אן מראית העין. ווי אויך אויב האט ער עס געקויפט אין דעם זעלבן טאט בעפאר דעם איסור, און נאך אזעלכע פרטים. אבער מיר וועלן נישט מאריך זיין דערוועגן ווייל עס איז נישט אזוי שכיח היינט.
אינטערעסאנט איז צוצוגעבן, אז ביי "אתרוגים" פלעגט מען אויך האבן דעם פראבלעם פון "נתייקר השער", ווייל פונקט ווי דא ביי פיש האבן די גויים געוואוסט אז די אידן וועלן זיך לאזן קאסטן דערפאר. און ס'איז באקאנט פארשידענע מעשיות ווי אזוי מ'האט זיך אן עצה געגעבן מיט זיי. אמאל האט מען ארויסגעשטעלט אין די אידישע געשעפטן האלצערנע אתרוגים וואס מ'האט באשטעלט ביי א סטאלער, און א אנדערס מאל פשוטע לימענעס... און מ'האט אויסגערופן אין ביהמ"ד אז קיינער זאל נישט קויפן ביים גוי, אזוי אז ווען איינער איז שוין אריינגעגעקומען צום גוי קויפן אן אתרוג, האט ער זיך געפרייט צו פארקויפן דאס גאנצע פאר א שיבוש, מיינענדיג אז ס'איז דא גענוג.

זאגט דער באה"ט ווייטער לווין ברבית לצורך סעודת שבת או סעודת מצוה, ירושלמי. און דער לבושי שרד זאגט היינו בהיתר. און דער תניא זאגט אז נאר של דבריהם, און אויך נאר אויב ס'איז אי אפשר ללות בלא רבית. דעריבער היינט צו טאג ווען דא פארשידענע גמ"ח'ן ווי מ'קען בארגן אנע פראצענט, איז ווארשיינליך לויט אים נישט מותר.
כל מזונותיו של אדם קצובין לו מר"ה חוץ מתשר"י וואס דאס איז ר"ת ת"ת שבת ר"ח יו"ט, והוצאת ר"ח איז אים דא שווער, וואס זענען שוין די גרויסע הוצאות פון ר"ח, אז מ'דארף דאס אריינרעכענען צווישן די גרויסע הוצאות וואס זענען באשטימט פון פאראויס? דעריבער איז ער מסבירר"ל מה שמביאים התינוקת להרב שלהם בר"ח, עטרת זקנים בשם הר"ן מקראקא, וכ"כ המ"א בסי' ת"ט בשם הב"ח, ע"ש. און ס'איז אויך א פראקטישע פארשטענדליכע סגולה אויף ערליכע קינדער, צו שיקן א טשעקל יעדן חודש צום מלמד... בדוק ומנוסה.

אם שלחו לו דבר מאכל מיטן באדינג שיאכל בשבת, אסור לאוכלו בחול, ב"ח סי' תתס"ו.

זאגט דער מחבר ווייטער ולא אמרו דאס וואס די משנה זאגט אין מס' פסחים עשה שבתך חול ליבערשט פראווע דיין דיין שבת פונקט ווי אינדערוואכן, ד.ה. אז דו זאלסט נישט צולייגען עפעס מער לכבוד שבת, ס'איז אבער ווערט, ווייל דער עיקר איז ואל תצטרך לבריות, איז נאר געזאגט געווארן אלא למי שהשעה דחוקה לו ביותר.
זאגט דער באה"ט וואס הייסט דאס ביותר אז דאן איז מען שוין נישט מחוייב צו בעטן מענטשן אויף צוצולייגן עפעס לכבוד שבת היינו מי שיש לו מזון י"ד סעודות לאכול כל ימות השבוע, און דאס קומט אויס בכל יום ב' סעודות, לא יטול מן הצדקה לאכול סעודה ג'. וזהו פירושו עשה שבתך חול, ר"ל כמו חול: ב' סעודות אזוי שטייט אין מ"א און אין ט"ז. אבער ווייניגער ווי א גאנצע וואך טאר מען זיכער נישט, און מען מעג און מ'דארף דערפאר נעמען פון צדקה. פירט אויס דער הייליגער מחבר על כן צריך לצמצם בשאר הימים כדי לכבד את השבת.

מתקנת עזרא שיהיו מכבסים בגדים בחמישי בשבת מפני כבוד השבת.
און דער מג"א זאגט כלומר שלא יכבסו בע"ש, שיהיו פנוים לכבוד שבת. דער לבוש לערנט אבער אנדערש פשט און ער זאגט משמע דעיקר התקנה לכבס לכבוד שבת, והא דלא תיקן בע"ש נאר דוקא דאנערשטאג, משום שאין פנאי לכבס, או דבדוחק נתכבס ונתייבש באותו היום. און די נפק"מ וועט כאפן אויב איינער האט יא צייט, לויטן לבוש דארף ווען זיין מותר, בפרט היינטיגע צייטן – אין אמעריקע - ווען ס'איז נישט שייך זיין צווייטע טעם אז "דבדוחק נתייבש", ווייל עס זענען דאך דא דרייערס. אבער לויטן מג"א אז דער עיקר איז "נישט אום דאנערשטאג", איז שווער מתיר צו זיין, ווייל אפי' עס פארנעמט היינט צוטאג נישט אזויפיל צייט ווי אמאל, אבער פארט צייט פארנעמט עס. און פונעם לשון התניא וואס לייגט צו כדי ללבוש לבנים בשבת, איז משמע אז ער נעמט אן ווי דער לבוש.

הגה זאגט דער הייליגער רמ"א נוהגין ללוש כדי שיעור חלה לעשות מהם לחמים לבצוע עליהם בשבת ויו"ט [סמך ממרדכי ריש מסכת ר"ה] והוא מכבוד שבת ויו"ט ואין לשנות.
זאגט דער באה"ט בבית, אסור לאכול פת גוי בשבת, ויאכלו מהחלות בשבת. מ"א. וע' סי' שכ"ד ס"ד. דאס איז לכאורה א טעות, און ער מיינט צו זאגן סי' שכ"ה ס"ד וואס דארט זאגט דער מחבר פת שאפה עכו"ם לעצמו בשבת, יש אוסרים ויש מתירים. און בשעת הדחק אדער לצורך מצוה קען מען מקיל זיין. זעהט מען פון דארט, אז ס'איז נישט אזוי גלאטיג צו עסן אום שבת אפי' וואס דער גוי האט געבאקן פאר זיך, און כ"ש אויב ער האט עס געבאקן פארן איד, עיי"ש.
דער ליקוטי מהרי"ח האט א לענגערן שמועס אויב היינט ווען מ'עסט א גאנצע וואך נאר פת ישראל און ס'איז נישט דא דער חשש פון פת עכו"ם, צו איז מען אויך מחוייב צו באקן אינדערהיים, ווייל עס איז אויך דא א אנדערן טעם דערויף, מפני שאבדה חלתו של עולם, עיי"ש. למעשה פירט מען זיך טאקע אין אלע חסידישע שטיבער אז ווען מ'קען באקט מען אליין חלות לכבוד שבת, כאטש אינדערוואכן קויפט מען אין אלגעמיין ביי די בעקערייען. אבער לויט דעם אז היינט גייט נאר אן דעם אויבענדערמאנטן טעם, דארף עס לכאורה געבאקן ווערן דייקא דורך די פרוי, און דייקא אום פרייטאג, ווייל דאן איז פארגעקומען די מעשה פונעם עץ הדעת, והבן.
און פון תניא איז משמע אז ס'איז צוויי באזונדערע זאכן, צום ערשט א מנהג צו איינקנעטן אינדערהיים צו מאכן חלות, און ער פירט אויס ולא ליקח לחם מן השוק כמו בשאר הימים, און קומענדיגן סעיף זאגט ער ווי א באזונדערע זאך, אז דארט ווי א גאנצע וואך עסט מען פת נכרים זאל מען אום שבת נזהר זיין צו עסן נאר וואס מ'האט געמאכט אינדערהיים אלס דעם מנהג פון איינקנעטן. און פון פמ"ג איז אויך אזוי משמע, עיי"ש.

זאגט דער רמ"א ווייטער יש שכתבו שבקצת מקומות נהגו לאכול מולית"א שקורין פשטיד"א בליל שבת זכר למן שהיה מכוסה למעלה [מהרי"ל ולא ראיתי לחוש לזה]. און דער א"ר ברענגט פונעם שכ"ג ובמקומות הללו מנהג פשוט לאכלן.

מיר וועלן מעתיק זיין דעם תפלת ר' נחוניא בן הקנה ביציאתו לויטן נוסח הירושלמי.
מודה אני לפניך השם אלקי ואלקי אבותי שנתת חלקי מיושבי ביהמ"ד ובתי כנסיות, ולא נתתי חלקי בבתי תרטיות ובבתי קרקסיות, שאני עמל והם עמלים, אני שוקד והן שוקדים, אני עמל לירש גן עדן והן עמלים לבאר שחת, שנאמר כי לא תעזוב נפשי לשאול, לא תתן חסידך לראות שחת.
דער מהר"ש סיריליאו טייטש בתי תיאטריות: מקומות גבוהין שעושין לראות משם שחוק ומיני טיול בתי קרקסיות: בתים שעושין ליכנס שם שותי יין בשווקים, טואירנא"ש בלע"ז ובלשון יון קורין ליין קרסי (האפענטליך מיינט ער נישט "די היימישע קרעטעשמע"...).
ס'איז מערקווירדיג, אז דער פסוק לא תתן חסידך לראות שחת וואס דער ירושלמי ברענגט צום סוף, איז א ראיה אויף די גוטע חלק פון אני עמל לירש גן עדן. אבער דער תוספות יו"ט וואס ברענגט דער תפלה בלשון הבבלי, ווי דערמאנט אויבן, לייגט צו דעם פסוק וואס ברענגט ארויס אויף פארקערט אז והם רצים לבאר שחת, שנאמר ואתה אלקים תורידם לבאר שחת, אנשי דמים ומרמה לא יחצו ימיהם ואני אבטח בך. און ווי מיר האבן געשריבן פאריגע וואך לייגט מען דאס לכאורה צו וויבאלד מען פירט זיך צו ענדיגן מיט א גוטע זאך.

גוט שבת.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג אוקטובער 29, 2010 6:10 am

געלויבט השי"ת אז מיר האלטן שוין דא אז מיר טרעטן צו פארצולערנען דעם דריטן שיעור ברבים, צו מיין פרייד און ווארשיינליך אויך צום פרייד פון די צוהערער (וואס האלט שוין ביי זיבן –פינף האבן מיר אריינגעשיקט מעלדן, און מיט הרב קרעמער און אויפריכטיג איז עס זיבן- און מ'קען דערויף ממליץ זיין "שבעה אוכלי פת", [פת איז דאך גמ' –איר קענט זיכער דאס באקאנטע ווארט פון "פת שחרית"- און גמרא איז טייטש לערנען] זאל טאקע יעדער זיין א 'אוכל פת' בהרחבה, ברחניות ובגשמיות. והשם יעזור שיתרבה לומדי תורה). דריי איז דאך שוין חזקה לכו"ע (און כאטש ס'איז געווען א הפסק אינמיטן, אבער וויבאלד איך בין דאך געווען א אונס, קען מען זאגן אז דא איז גילטיג דער מאמר חז"ל 'חישב לעשות מצוה ונאנס מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה'), זאל טאקע דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין נאך לאנגע יארן צו לערנען און פארלערנען, לשמור ולעשות ולקיים לויט אלע פשטים אז מ'זאל האבן א לעבעדיגע השפעה אויף די דורות הבאים, און אז מ'גיבט ריכטיג איבער פאר די קינדער אטאמאטיש איז מען מתקן דאס וואס מ'איז דערפאר אראפגעקומען. און מיר זאלן זוכה זיין צו ענדיגן גאנץ הל' שבת בעזר הוי"ה, און אנהייבן אנדערע מקצועות לעשות נח"ר להבורא ית"ש זאגטס אלע אמן.

און לרגל די פריידיגע געלעגנהייט (ווי אויך אלס פיוס פארן פארפאסן דעם שיעור פאריגע וואך) וועלן מיר מקיים זיין וואס ס'שטייט אין גמרא אז מ'זאל זאגן א מילתא דבדיחותא פארן לערנען. (פרייט אייך נאכנישט, איך נעם זיך דאס נישט אונטער אויף יעדע וואך. אבער אויב איינער האט עפעס א גוטס וואס ער קלערט אז ס'איז כדאי להיאמר, קען ער מיר עס אריינשיקן פריוואט).
איך האב געזעהן אמאל נאכברענגען א ווערטל בדרך פלפול צו חוזק מאכן פון די וואס לערנען בדרך פלפול, אבער זיי האבן נישט צופיל שייכות נישט מיטן אמת. ביטע האלטס קאפ. 'חריף' איז טייטש אויף אידיש ארף, 'שארף' איז טייטש חד, (גראדע איך וואלט ענדערש געזאגט אז עס טייטש שפיציג, אבער מיר ווייסן דאך "אין משיבין על הדרוש"...) 'חד' איז די אויתיות ד[אַ]ך, און 'דאַך' איז דאך אויף לשה"ק גג, און (אצינד דארף מען אויסשטרעקן אויס דעם אגודל פינגער פון די רעכטע האנט און עס דרייען אויף ארויף פון רעכטס צו לינקס (אקוראט ווי ביי מה נשתנה), ווייל יעצט קומט די באמבע...) 'גג' איז נוטריקון "גוי גמור"... דאס מיינט אז איינער וואס לערנט מיט אט אזעלכע פשעטלעך איז מער קרוב צו דאס לערנען פון א ... ווי פוון אויסגעהאלטענע תורה. פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל מ'דארף וויסן אז מ'דארף לערנען ווייל דער אויבערשטער האט געהייסן נישט אלס געשמאקע חכמה.
מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט, און יעצט קען מען גיין לערנען...

אין פאריגן שיעור האבן מיר אראפגעברענגט די פסוקים וואס ס'שטייט פון מעבר יבק, און מיר האבן פארזעהן אז ער זאגט אז מען זאל אויך זאגן דעם דאזיגן קאפיטל תהלים פארן לערנען שיר המעלות הנה ברכו את ה', כל עבדי ה' העומדים ביית ה' בלילות. שאו ידיכם קודש וברכו את ה', יברכך ה' מציון עשה שמים וארץ.

מיטן הילף פונעם הייליגן באשעפער גייען מיר לערנען אין די קומענדיגע סימנים די סוגיא וואס ווערט אנגערופן "שכירות וקבלנות" און "אמירה לעכו"ם". און וויבאלד מיר לערנען דאך שו"ע באה"ט על הסדר, איז א פשיטא אז מיר גייען זיך נישט אריינלאזן אין ענינים פון די היינטיגע מציאות'ן און זיכער נישט הלכה למעשה. ווי אויך וועלן מיר נישט אריינגיין דא אינעם באקאנטן מחלוקה צווישן די הייליגע צדיקים דער צאנזער רב מיטן זיין זון דער שינאווער רב. און ס'איז כדאי דא צו צוברענגען וואס דער הייליגער חתם סופר ז"ל שרייבט דא אינעם שו"ע ביים גליון אין די זייט ובזמנינו אין שום שדה באריסות, כי אם בשכיר יום. וצ"ע אם מותר להשכירו, אם נקרא שם ישראל עליו. ומכ"ש דאסור ע"י מכירה של הערמה בע"ש וחוזר ולוקח ממנו אחר שבת וכו' ועיין תשובות ח"ס או"ח סי' נ"ז וסי' נ"ט וכו' וז"ל מ"מ מידי לא תצא הוראה להיתר. וע"ז אנו מתפללים שתהי' פרנסתינו בהיתר ולא באיסור, ואין הכוונה בלי גזילה וגניבה, שזו אינו בידי שמים. אבל הכוונה, דברים האסורים ונצטרך להתירם משום הפסד פרנסתינו, לשיזבן רחמנא מאלו וכיוצא מאלו עכ"ל. ועיי"ש היטב בכל התשובה.

דער הייליגער באשעפער וואס האט אונז באפוילן צו רוען צו אין דעם זיבעטן טאג פון די וואך, האט גלייכצייטיג אויך באפוילן אז נישט נאר דער מענטש זעלבסט דארף רוען נאר אויך זיין גאנצער פארמעגן, קנעכט און בהמות. אבער זאגן פאר א גוי ער זאל טוהן א מלאכה פאר א איד האלטן רוב פוסקים אז די תורה האט נישט פארבאטן. אבער די חכמים האבן גע'אסר'ט פאר א איד צו הייסן א גוי טאן א מלאכה פאר זיינעט וועגן אפי' פון ע"ש ווייל דער גוי טוט דאס אין שליחות פונעם איד און די תקנה -ווי דער לשון הרמב"ם- איז כדי שלא יהא שבת קלה בעני העם ויבואו לעשות בעצמן. ס'איז כדאי נאכצוברענגען אז דער הייליגער ריטב"א זאגט אז קבלה בידינו אז דער שבות פון שבת איז נישט ווי אלע אנדערע איסורי דרבנן נאר ס'איז גלייך צו א איסור תורה און כאטש מ'באקומט נישט קיין סקילה דערויף איז איסורן איסור גמור כאיסור תורה.
(דער לבוש זאגט אבער אז וי"א שהוא לימוד גמור ולא אסמכתא אלא איסור דאורייתא והכי משמע פשטיה דקרא. און דער א"ר ברענג צו פון חזקוני אז "לא יעשה מלאכה" באדייט אז ס'זאל נישט געטוהן ווערן קיין שום מלאכה ביי א איד, נישט קיין חילוק דורך וועם. און ער צייכנט צו א יראים וואס זאגט אז להוציא קדרות של ישראל מן הגחלים דישראל, אסור מדאורייתא. אבער ער פירט אויס מ"מ מפוסקים משמע דלעולם דרבנן. און דער חיד"א אין ברכי יוסף ברענגט צו דעם א"ר און ער ברענגט אויך צו א רבינו ישעי' וואס האלט אויך אזוי עיי"ש).
אבער צו נעמען "שכר שבת" וואס א גוי האט געארבעט פארן איד, האלטן אסאך פוסקים, ווי דער יעב"ץ אין "מור וקציעה" און דער "מנורה הטהורה", און נאך, אז ס'איז יא א דאורייתא. און נאר בהבלעה איז מותר.
עס זענען פארהאן פארשידענע איסורים ביי "אמירה לעכו"ם"וואס יעדע באזונדער איז א נפק"מ להלכה: שליחות, "ממצוא חפצך", און אלס שכר שבת. און דערנאך איז דא א באזונדערער איסור אז אפי' אין א פאל וואס מדינא וואלט ווען יא מותר געווען צו לאזן א גוי טוהן א מלאכה צ.ב.ש. דארט וואו ער טוט דאס בלויז פאר זיך -ווי מיר וועלן שפעטער זעהן די פרטי דינים דערפון- קען אבער זיין אסור משום מראית העין, אז מענטשן וועלן זעהן אז מ'ארבעט אין א פעלד וואס געהערט פאר א איד.

אלס הקדמה וועלן מיר לערנען אפאר אחרונים וואס מאכן א שטיקל סיכום אין די סוגיא, כדי מען זיין אביסל קלאר אין די טערמינען וואס גייען דא דערמאנט ווערן.
דער "מהר"י אבוהב" אין זיין ביאור אויפן טור שרייבט אפרש הוראת אלו כדי שלא תטעה בהם. מלת "שכירות": נופלת על מי שמשכיר איזה דבר שיהי' במעות שנותן בו, יהי' זה השכירות לימים או לחדשים או לשנים. "חוכר": נקרא ששוכר קרקע לתת מהפירות ממון קצוב. "ארוס": נקרא מי שיורד לשדה למחצה לשליש ולרביע. דאס הייסט אז ער באקומט א פראצענט פון די רווחים. "קבלן": נקרא מי שמקבל על עצמו לעשות מלאכה בשכר ידוע. ד.ה. אז ער באקומט א קביעות'דיגער געהאלט, און ס'איז נישט קיין חילוק צו ס'איז דא רווחים אדער נישט.

און דער פמ"ג רעכנט אויס פינף זאכן, און זאגט אביסל מער בפרטיות וואו זיי זענען אלץ שייך. א': שוכר המרחץ וד"ה וכדו' בין יהי' ריוח או לאו, נותן לו מאה זהובים לשנה. ב': חוכר, וזה שייך בשדה שיתן לו דבר קצוב מפירות הארץ בין עבדה או לאו (ובמרחץ לכאורה לא שייך חוכר, דפירותיו הם מעות). ג': אריס למחצה ולשליש בריוח, וזה שייך ג"כ במרחץ. ד: שכיר יום: ישראל שוכר עכו"ם לעשות לו מלאכה במרחץ, וכל הריוח של ישראל. ה': קבלנות: ששוכר פועל עכו"ם לשנה בכך וכך שיעשה המלאכה במרחץ, וכל הריוח לישראל. ואמנם "קבלנות" יש בו ב' פירושים: א', קובע שכירות לעכו"ם וריוח לישראל. או קיבלות וקצת ריוח לעכו"ם כההיא דסי' רמ"ד ס"ו ובט"ז כאן אות ב'. ושוכר ג"כ בהבלעה מותר, הא פורט אסור.

באלד וועלן מיר לערנען דעם באר היטב וואס צולייגט דעם שכירות אין דריי קאטעגאריעס.

סימן רמ"ג

דין המשכיר שדה ומרחץ לעכו"ם

ובו ב סעיפים


סעיף א' זאגט דער הייליגער מחבר לא ישכיר אדם מרחץ שלו לעכו"ם מפני שנקראת על שמו ווייל יעדער ווייסט אז דער מרחץ געהערט פארן איד ועכו"ם זה עושה בו מלאכה בשבת. דסתם מרחץ לאו לאריסותא [פירוש אריס הוא העובד ליקח חלק ממה שישביח לבעליו] עבידי, ואמרי שכל הריוח של ישראל ושכר את העכו"ם בכך וכך ליום, ונמצא שהעכו"ם עושה מלאכה בשליחותו של ישראל דעריבער איז אסור אפי' ער איז יא א אריס. אבל שדה מותר, שכן דרך לקבל שדה באריסות. ואע"פ שיודעים שהוא של ישראל, אומרים וועלן די שטאטס לייט זאגן העכו"ם לקחה באריסות, ולעצמו הוא עובד. פירט דער מחבר אויס מיט דעם פסק פון רמב"ן וואס דער טור ברענגט אראפ ותנור דינו כמרחץ, וויבאלד ס'איז געווען אינדערהיים (מ'רעדט נישט פון א בעקעריי) איז נישט געווען דער סדר עס צו פארדינגען באריסות, נאר אויפן טאג. ורחיים דינו כשדה, ווייל מען פלעגט עס יא פארדינגען באריסות.
הגה זאגט דער הייליגער רמ"א ואע"פ שלא לקחה העכו"ם רק לשליש או לרביע, ויש לישראל הנאה במה שהעכו"ם עובד בשבת ווייל ער באקומט דאך די איבריגע שרי איז מותר, פארוואס? דעכו"ם אדעתא דנפשי' עובד. [ב"י בשם מיי' פ"ז וב"י סי' רמ"ה בשם סה"ת].

זאגט דער באה"ט ס"ק א', דע דשלשה חלוקים יש בדין שכירות. אחד, בשוכר לגוי שיעשה המלאכה בשדה או במרחץ, ורווחים או הפירות יחלוקו. ב', שהגוי שהגוי נוטל כל הרווחים -או הפירות- ויתן לישראל דבר קצוב כל שנה. והב' חלוקים אלו מותרים בשדה ובמרחץ מדינא, דנכרי אדעתא דנפשי' עביד ווייל ער זעלבסט פארדינט פון דעם וואס ער ארבעט שבת, מילא קען מען זאגן אז ער טוט עס בעיקר פאר זיך. רק חכמים אסרו אלו הב' חילוקים משום מראית העין, מפני דנקראת על שמו וכו'. אבל חלוקה ג', דהיינו שיהי' כל הרווחים לישראל רק שישראל נותן לנכרי דבר קצוב לכל שנה, זה וודאי אסור מדינא אפי' בשדה כ"ש במרחץ, דהוי הגוי שלוחו של ישראל, וישראל נהנה ממלאכת שבת דאף אם לא עשה הגוי מלאכה בשבת יטול שכרו הדבר קצוב כל שנה, וליכא למימר דנכרי אדעתא דנפשיה עביד. ממילא אם המנהג רוב אנשי המקום להשכירם או ליתנם באריסות כמבואר בסעיף ב' חזר להיות המרחץ כשדה. הב' חלוקים ראשונים מותר, וחלוק' ג' אסור.
לייגט ער צו א יסוד גדול ודע דכל היתר שכירות דכאן, היינו שהוא שוכרו דרך הבלעה עם ימות החול. אבל ליום השבת לחוד אסור בכל גווני. עי' ט"ז.
דער "לבושי שרד" שמועסט נאך ברייטער אויס דעם דין שכירות, און ברענגט זייער קלאר ארויס אסאך זאכן, אבער דאס וועלן מיר לאזן אויף קומעדיגע וואך בעזהשי"ת.

א גוט שבת.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 6:28 am

מיר געבן אפ א עפנטליכן דאנק פאר השי"ת אז ער האט אונז געגעבן די זכי' ווידער פארצולערנען דעם שיעור, דער אויבערשטער זאל העלפן אויף ווייטער. אבער אזוי ווי א מענטש איז דאך נאר א מענטש, און קיינער ווייסט נישט מה יולד יום, ממילא האב איך געקלערט אז כדי דער דאזיגער שיעור זאל אנהאלטן מיט א קביעות כאטש ביזן ענדיגן גאנץ הל' שבת בעזר הווי"ה, און נישט אויסזעהן ווי די "פרקי מחשבה" און "מנחת חינוך" שיעורים, וואלט כדאי געווען צו שטעלן א שטעל-פארטרעטער אזוי ווי ס'איז שוין איינגעפירט ביים שיעור היום.
אלזא ווער עס איז וויליג אנצונעמען דעם מכובד'יגן פאסטן, זאל זיך ווענדן צו מיר אין פריוואט. (איינעם האב איך שוין, אבער ער וויל נישט זיין דער ערשטער, ער קען נאר באשטיין צו זיין א שטעל-פארטרעטער פארן ערשטן שטעל-פארטרעטער).


מיר האבן געמאכט אן אינערליכע אנקעטע צווישן די שיעור צוהערערס אויב מיר זאלן יעדע וואך אנהייבן דעם שיעור מיט א קורצע אינטרעסאנטע מעשה'לע בבחינת מלתא דבדיחותא, און דער עולם האט איינשטימיג געשטימט אויף יא, דעריבער וועלן מיר זיי טאקע הארכן. אבער אויב עמיצער איז דערקעגן צוליב סיי וואספארא סיבה (ווייל ס'איז שלא מן הענין, אדער כל המוסיף גורע, ועוד), זאל זיך נישט אפהאלטן פון מעלדן פריוואט.
און א עפנטליכן דאנק פאר ידידי הרוצה בעילום שמו, וואס האט זיך אונטערגענומען מיר עס צוצושטעלן א יעדע וואך בלי שום תשלום גמול, יהא זכות הרבים תלוי בו. (און ער האט מיר געהייסן מעלדן, אז ער וועט נישט מקפיד זיין אויף חידושים. נאר ער וועט ברענגען מכל הבא ליד).

מ'פארציילט נאך, אז דער מהר"ם שיק איז אמאל געקומען באזוכן זיין הייליגן רבין דער חת"ס ז"ל שוין אלס רב אין חוסט, און ער האט אים דערביי געברענגט א געשאנק, א הערליכע ריין זילבערנע טאביק פושקעלע. אבער דער חת"ס האט עס נישט געוואלט אננעמען. און ווען ער האט זיך פרובירט איינצובעטן מיט די טענה אז ער וויל אז ס'זאל בלייבן פארן רבין לזכרון, האט ער אים געענטפערט: ווארשיינליך וועט מען עס ממילא געדענקען. ווייל די גמרא אין מס' חולין זאגט "תרי תמיהי מידכר דכירי אינשי" און דא האט זיך נארוואס אפגעשפילט צוויי גאר וואונדערליכע זאכן, איינס אז א רב האט געגעבן א מתנה, צווייטנס אז א רב האט זיך אפגעזאגט פון צו נעמען א מתנה...


איינער האט מיר געזאגט א גוטער געדאנק, און איך קלער אז ס'איז כדאי דא איבערצוזאגן.
ער זאגט אזוי, אז מיט דעם וואס מיר לערנען אצינד די הלכות שכירות וקבלנות ואמירה לעכו"ם און שפעטער וועט מען אי"ה לערנען די הל' פון שהייה והטמנה, ווייזן מיר אז מיר לערנען תורה לשמה. פארוואס? ווייל אז איינער לערנט דעם שיעור בעצם, איז עס נישט קיין גרויסער חידוש. ווייל ווי נישט ווי איז דאך דאס אינטרעסאנט, ס'איז נוגע למעשה, און יעדער האט דאך א רצון עס אמאל דורך צו לערנען. דעריבער אז מען סערווירט עס אים אויף א גאלדענעם טאץ, פארוואס זאל ער נישט מיטהאלטן.
אבער אז מ'לערנט אזעלכע הלכות וואס איז שוין מער קאמפליצירט, און ס'איז אים באמת אויך נישט נוגע צופיל למעשה, ווייזט מען דערמיט אז ער לערנט אלעס בלויז ווייל דער אויבערשטער האט אונז באפוילן צו לערנען די הייליגע תור, ווי עס שטייט "והגית בו יומם ולילה" און "ודברת בם".

אלזא גיימער לערנען מיט א חיות און מיט א פרישקייט ווי עס פאסט צו לערנען די הייליגע תורה...


פאריגע וואך האבן מיר געלערנט אז דער מחבר פסק'עט אז מ'טאר נישט פארדינגען א מרחץ אדער א תנור -אפי' נישט באריסות-, ווייל וויבאלד דער סדר איז, עס צו פארדינגען באריסות איז אסור.

סעיף ב'


זאגט דער הייליגער מחבר סעי' ב', אפי' מרחץ או תנור וואס מיר האבן געלערנט פאריגע וואך אז ס'איז אסור, ברענגט דער טור פון רבינו האיי ז"ל אז אם השכירם שנה אחר שנה, ונתפרסם הדבר ע"י כך שאין דרכו לשכור פועלים אלא להשכירם, וכן אם מנהג רוב אנשי אותו המקום להשכירם או ליתנם באריסות פארשטייט זיך אויף א פאל וואס מען מעג [מיר וועלן שפעטער מער ארומרעדן פרטים וועגן דעם] מותר להשכירם לעכו"ם או ליתנם באריסות.
דער טו"ז אין סק"ב לאזט זיך אריין אין א לענגערן ביאור וועלכע אופנים ס'איז מותר, און ווען ס'איז אסור. ער פרעגט אויפן לשון "משכירו", און ער פירט אויס הכלל העולה מדברינו ע"פ פסקי הב"י דבקבלנות שמקבל העכו"ם לעשות מלאכה או לחדש או לשנה לישראל, והישראל מקבל הרווחים והעכו"ם יקח דבר קצוב, איסור גמור הוא בריוח של שבת. אפי' במפורסם שהוא משכיר לעכו"ם וכו' וכאן לא התיר הטור והש"ע אלא בקבלנות שמקבל העכו"ם כל הריוח ונותן לישראל דבר קצוב, וזה ממש בהבלעה.
און שפעטער וועלן מיר בל"נ לערנען דעם "לבושי שרד" וואס מאכט א שיינעם ס"ה פונעם גאנצן סימן.

הגה זאגט דער הייליגער רמ"א ואפילו במקום האסור, אם אין המרחץ או התנור של ישראל, רק שכרם מעכו"ם, וחזר והשכירם לעכו"ם דאס איז כעין וואס ווערט אנגערופן בלע"ז פליפ"ן שרי איז מותר. פארוואס? דאין שם הישראל נקרא עליו [א"ז בשם הגאונים].

זאגט דער באה"ט סק"ב מעכו"ם. בב"י כתב אפי' "קנאו" מנכרי שרי להשכירו, כיון שעדיין לא ישב בה, ולא נקרא שמו עליו. ע"כ נראה להתיר אף בקנה אזוי זאגט דער מ"א. און ער פארענטפערט פארוואס דער רמ"א זאגט "שכרם", וויבאלד ער ברענגט עס נאך פונעם א"ז, און ווי עס ווייזט אויס איז דארט די מעשה געווען אז 'שכרם', אבער בעצם האלט דער רמ"א אז ס'איז מותר אפי' ער האט עס געקויפט.
אזוי לערנט דער מחהש"ק פשט אינעם מ"א.
אבער דער א"ר קריגט און זאגט אז דעריבער האבן דער רמ"א און לבוש געשריבן דוקא "שכרם", אלס רבותא אז אף "שישב בה", אם חזר והשכירם אין שמו עליו, שאינו שלו. משא"כ ביי קנה, אויב האט ער זיך שוין באזעצט אפי' נאר פאר א קורצע וויילע, איז שוין שמו עליו. און פון זיינע ווערטער איז משמע אז ער האלט אז דער טו"ז לערנט אויך אזוי.
אבער דער פמ"ג זאגט אז דער מ"א דעתו כט"ז דשכרם וקנאם חדא הוא. ובענין שלא ישב בה, הא ישב בה אף ב'שכרו' מעכו"ם שמו עליו, ואסור. און ער ברענגט צו דעם א"ר וואס קריגט, אבער ער פסק'עט ואין להקל נגד הט"ז והמ"א ווייל די סברא איז אז אויב וואלט ער ווען געהאלטן אז ס'איז חילוק צווישן קויפן און דינגען, וואלט עס דער רמ"א ארויסגעשריבן.


זאגט דער רמ"א ווייטער וכן אם יש מרחץ בבית דירה שבביתו והם יודעים ששכרו עכו"ם שרי [ב"י בשם מהרי"א ור"ח וא"ז].
זאגט דער באה"ט סק"ג שבביתו. צ"ע הא כתוב בסי' רמ"ד דאפי' דר בין העכו"ם יש לחוש לאורחים הבאים שם, ה"נ ניחוש לזה. ועוד הא קי"ל דכל שאסרו רז"ל משום מראית עין אפי' בחדרי חדרים אסור, אזוי פרעגט דער ט"ז און ער וויל ענטפערן אויף די צווייטע קשיא, אז וויבאלד 'אמירה לעכו"ם' איז בלויז א שבות, ממילא האט מען נישט גוזר געווען מראית העין אפי' בחדרי חדרים. ווי דער רא"ש שרייבט אין פ' חבית דבאיסור דרבנן לא אמרינן אפי' בחדרי חדרים אסור (א בחינה פון אין גוזרין גזירה לגזירה). אבער ער פרעגט גלייך דערויף אז דער ב"י אין קומענדיגן סימן שרייבט דאך בשם דעם סמ"ג (דער ברכ"י וואס מיר האבן געברענגט פאריגע וואך, רעדט ארום דערוועגן) דמלאכה ע"י עכו"ם לישראל הוא דאורייתא.
אבער דער א"ר ענטפערט דערויף ולענ"ד לק"מ, דשם מבואר דדוקא כשמסרו לכותים בשבת הוא דאורייתא אבל לא כשמסרו בע"ש, און דא רעדט מען דאך א גאנצן צייט ווען ער האט עס געגעבן בעפאר שבת.

דער באה"ט איז ממשיך ווייטער והמ"א האריך והעלה דתרתי בעינן, דעומד ברשות אחד בפני עצמו. ושלא יהא רוחצין בו אלא שכניו, ע"ש. (ובס' אלי' רבה מתרץ קושית מ"א -וואס פרעגט אז דער פראבלעם איז דאך שמא יעבור אחד מהם ויראה העשן יוצא, א"כ אפי' אין רוחצין רק אותן שבביתו מה בכך דעריבער קומט ער צו צום אויבנדערמאנטן הנחה. אבער דער א"ר ענטפערט ולי נראה כיון שאחר אינו יודע שיש כאן מרחץ, יסבור שעשן זה מענין אחר-, דעריבער והעלה כדעת רמ"א ע"ש) נאך תירוצים אויפן רמ"א.

און דער תניא לייגט כדרכו אריין אלעס אין זיינע ווערטער, און צולייגט זייער שיין דאס גאנצע ענין.
לאמיר זעהן זיין הייליג לשון אינעווייניג.
וכן אם יש לישראל בית דירה בחצר אחרת שהוא אינו דר בתוכה, ושם יש מרחץ באותה הדירה. אם כל ימות החול אין דרך שום ישראל לרחוץ באותה מרחץ רק שכיני הדירה מותר לו להשכירו לנכרי או ליתנו לו באריסות, ואין כאן חשש מראית העין. לפי שכל מי שאינו רוחץ באותו מרחץ כלל בימות החול, אינו יודע שמרחץ זה הוא של ישראל. שכיון שהוא עומד בחצר בפ"ע, ואין שום ישראל דר באותה חצר, ושכיני המרחץ שרוחצין בה בחול יודעין הן שאין הנכרי שכיר יום אצל הישראל, וכל השכר שנותנים בעד הרחיצה (דא פארשטיי איך נישט אפאר קאמפליצירטע ווערטער וואס ער שרייבט, און ס'איז מעגליך א גרייז) הוא להנכרי.
אבל אם דרך שום ישראל שאינו משכיני המרחץ לרחוץ בו בחול, מתוך שהוא יוצא ונכנס בו אינדערוואכן, יודע שהוא של ישראל ווייסט ער אז א איד איז דער בעה"ב. ממילא אח"כ כשיעבור שם לפעמים בשבת, ויראה נכרים רוחצין בו, יחשוד את ישראל בעל המרחץ לומר שנכרי המתעסק בשבת הוא שכיר יום אצל הישראל וואס דאס איז אסור מדינא.

פירט דער רמ"א אויס ואם עבר והשכירו במקום האסור, י"א ששכרו מותר [ב"י בשם הגאונים] וי"א שאסור [מרדכי פ"ק דשבת, וכן עיקר] [וע"ל ס"ס רמ"ה].
זאגט דער באה"ט סק"ד וי"א שאסור. ב"ח כתב דלא פליגי דבמקום דמותר מדינא, אלא משום מראית עין אסרו, שכרו מותר. און ער לייגט צו דעם דין וואס דער טו"ז שרייבט ארויס ססק"ב ומ"מ דוקא בהבלעה, אבל אם הביא שכר שבת לבדו אסור, כמ"ש ס"ס רמ"ה.


צום שלוס פונעם סימן, וועלן מיר לערנען דעם "לבושי שרד" וואס צולייגט הערליך אלע דריי אופנים, און גיבט א קלארן הסבר אויף יעדע איינע.
דע שיש ב' מינים בעניינים אלו. מין ראשון, שמשכיר לנכרי שדהו או מרחץ תנור ורחיים, בעד מאה זהובים לשנה בין יעסוק בהם הנכרי בין לא יעסוק בהם כלום. וזהו המובחר שבכולם להיתר, משום דאית ביה תרתי לטיבותא. חדא, כיון שכל הריוח לנכרי א"כ כי עביד מלאכה בשבת אדעתי' דנפשי' עביד לאו אדעתא דישראל. שנית, דלא מטי לישראל שום שבח והנאה ממלאכת שבת, דהא הוא לקח משכירות הקצוב שלו אפי' אם לא עשה הנכרי כלל ולכן מין זה מותר מדינא בכולם אלא דבמרחץ ותנור אסור משום מראית העין שיחשבו הרואים שהנכרי הוא שכר יום. ובנתפרסם שרי כמבואר בס"ב, וכן חוץ לתחום דליכא מראית העין נמי שרי כמבואר ר"ס רמ"ד.
מין השני, שישראל שוכר הנכרי לעשות כל השנה כולה המלאכה הצריכה לשדהו או למרחץ תנור ורחיים, וכל המלאכה מוטלת על הנכרי, ואינו שכר יום אלא נקרא קבלנות שכל המלאכה הצריכה מוטל על הנכרי, ושכירות של הנכרי הוא למחצה ולשליש ולרביע, וזה המין נקרא אריסות. מין זה גרע מהראשון, שהרי חלק ישראל משביח ע"י מלאכה שעושה בשבת. ומ"מ בשדה קרוב זה למין הראשון, דאע"ג שחלק ישראל משביח במלאכת השבת, מ"מ אין ריוח לישראל מזה, שהרי אם לא יעשה בשבת יעשה בחול, כיון דהמלאכה בקבלנות על הנכרי וא"כ יש בזה ג"כ ב' לטיבותא. אחד, דנכרי אדעתא דנפשי' עביד כיון שיש לו חלק, וחלק ישראל ממליא נשבח. ב', דאין לישראל ריוח. מש"ה שרי. אבל במרחץ ואינך לית ביה רק חדא לטיבותא, דנכרי אדעתא דנפשיה עביד. וחדא לריעותא, דהישראל מרויח במלאכת שבת, כי אם לא יעשה הנכרי בשבת לא יטול הישראל אותו הריוח. ואפ"ה התירו חז"ל מה"ט דנכרי אדעתא דנפשי' לחוד, רק במרחץ ותנור אסור משום מראית העין. ובחוץ לתחום או בנתפרסם שרי.
מין השלישי, ששוכר להנכרי בקבלנות בלא אריסות אלא שמשלם לו מעות. וזה המין בשדה הוי ב' לטיבותא, שהרי הנכרי עביד אדעתא דנפשיה, כיון שעליו המלאכה מוטל לגומרה, הוא רוצה למהר לגמור. והישראל אינו מרויח כלל שאם לא יעשה בשבת, יעשה בחול. מש"ה מדינא שרי מין זה בשדה, רק יש אוסרין משום מראית עין בר"ס רמ"ד ע"ש. אכן במרחץ ואינך, שהישראל נהנה ממלאכת שבת, אוסר מהרי"א מדינא, והט"ז אוסר רק משום מראית עין כמו בשדה, וכן משמעות הב"י.



א לעכטיגן שבת מיינע טייערע פריינט, און נישט פארגעסן צו בענטשן ר"ח.
ווען דער מולד וועט זיין, זאל זיך יעדער אנפרעגן זיין לאקאלער שמש...

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 8:08 am

א גוט מארגן.
נישט פארגעסן צו זאגן ברכת התורה פארן לערנען.
דא האט איר א לינק, און איר קענט אייך אויסוועלן וועלכן נוסח איר ווילט, ספרד, אשכנז, עדות המזרח, בלדי\תימן, אדער אלעס צוזאמען (משולב)... http://he.wikisource.org/wiki/%D7%91%D7 ... 7%A8%D7%94


צום מהר"ם שיק זצ"ל איז אמאל געקומען באזוכן איינע פון זיינע אינגע תלמידים, וואס איז געווען א רב אין א געוויסע שטאט, און האט זיך זייער אפגערעדט אז די שטאט-לייט דערגייען אים די יארן מיט פאלשע בלבולים (כנהוג אין דער אלטער היים...). האט אים זיין רבי געזאגט: גלייב מיר איך האב אויך נישט קיין קליינע צאל שונאים דא אין חוסט, אבער איך האב אן עצה דערפאר: "קעגן יעדע שונא, לערן איך א מסכת אין ש"ס. דאס פארטיפן זיך אין לערנען, מאכט אז מען זאל ווי פארגעסן פון די שונאים".
האט דער אינגער רב געענטפערט: רבי, איך האב איין שונא וואס איז אזא גרויסער מחוצף, אז גאנץ ש"ס וועט נישט גענוג זיין פאר אים...



סימן רמ"ד

איזו מלאכות יכול העכו"ם לעשות בעד הישראל

ובו ו' סעיפים


זאגט דער הייליגער מחבר סעיף א' פוסק אדם [פי' מתנה] ד.ה. א מענטש מעג זיך אויסנעמען עם העכו"ם על המלאכה אז ער זאל טוהן פאר זיינעטוועגן א געוויסע ארבעט, וקוצץ דמים און ער באשטימט אז ער וועט אים געבן א געוויסע פרייז, און דעריבער קומט אויס שהעכו"ם עושה לעצמו און דערפאר ואע"פ שהוא עושה בשבת איז מותר.

דער באה"ט סק"א איז מעתיק דעם לשון פונעם מ"א, לעצמו. פי' דאין קפידא לישראל בזה אז ער זאל עס מאכן שבת, דאם לא יעשהו היום יעשהו למחר.

זאגט דער מחבר ווייטער בד"א אז מען מעג דאס טוהן, נאר אין פאל ווען דער גוי טוט דאס בצנעא, שאין מכירים הכל שזו המלאכה הנעשית בשבת של ישראל היא. אבל אם היתה ידועה ומפורסמת אז ער מאכט דאס פארן איד, איז אסור. און דער טעם איז שהרואה את העכו"ם עוסק אום שבת אינו יודע שקצץ, ואומר שפלוני דער איד שכר העכו"ם לעשות בו מלאכה בשבת .

איז דער באה"ט מסביר כלומר, ער מיינט צו זאגן אז מען וועט זיך טועה זיין ששכרו לימים. וזה אסור מדינא.

פירט דער מחבר אויס לפיכך הפוסק עם העכו"ם לבנות לו חצירו או לקצור לו שדהו, אם היתה המלאכה במדינה או בתוך התחום וויבאלד אידן קענען דארט צוקומען אסור לו להניח לעשות לו מלאכה בשבת, מפני הרואים שאינם יודעים שפסק.

זאגט דער באה"ט סק"ג חצירו. התוס' ספ"ק דע"א בשם ר"ת כ', דר"ת היה מתיר לבנות בית ע"י נכרי בקבלנות, כיון דאין שבח לישראל במה שבונה בשבת כמו בשדה ווי די הלכה איז אז ס'איז מותר דאריס אריסותיה עביד, ה"נ בזה דעכו"ם עושה אום שבת נאר קבלנות שלו וואס ער האט זיך אונטערגענומען. אבל ר"י אוסר מטעם שנזכר בסעיף זה דהיינו צוליב מראית העין. ור"ת בעצמו לא סמך על הוראתו כשבנה ביתו.
וכ' הגהת מיימון דהשפחות אסורות לעשות מלאכה בבית ישראל בשבת
אפי' בלויז פאר זיך. והטעם איז די זעלבע מפני הרואים, שלא יאמרו מלאכה של ישראל עושה.

סק"ד לקצור. ברענגט ער נאך פונעם מ"א וואס פרעגט אע"ג דדרך שדה לאריסות, וא"כ יסברו שלקחה באריסות, כמ"ש סי' רמ"ג. י"ל דש"ה כשיחקרו יוודע להם האמת שקבלו באריסות, אבל הכא שיראו בעת הקציר שאין העכ"ם נוטל בריוח, ממילא ידעו למפרע דלאו אריס הוא, ויחשדוהו ששכיר יום הוא.

הגה זאגט דער הייליגער רמ"א ואפי' אם דר בין העכו"ם וואס אמאל איז דאס ליידער געווען זייער מצוי אז א איד זאל צוליב פרנסה וואוינען אליין אין א דארף צווישן גויים (ס'איז באקאנט די מעשה פונעם רבי'ן ר' מענדעלע מיט'ן ראפשיצער רב איבער די גזירה צו פארטרייבן די אידן פון די דערפער), יש לחוש לאורחים הבאים שם, או לבני ביתו שיחשדו אותו [ב"י בשם תשובת אשכנזים].

באה"ט סק"ה לב"ב. עיין סי' רמ"ג ס"ק ג' שסותר הטו"ז זה, ויש להחמיר כהך דהכא,ט"ז.
ומ"א מיישב ע"ש
.

והא לך הלשון של המ"א סק"ז ול"ד למ"ש ססי' רמ"ג, דהתם יודעין שהעכו"ם נוטל הריוח מן המרחץ. אבל הכא מ"מ יחשדוהו ששכר העכו"ם לימים, ואמרו ששכרו בקבלנות.


ברענגט דער באה"ט נאך פון מ"א סק"ח, פה בעירנו נוהגין היתר לשכור עכו"ם בקבולת ליקח זבל מן הרחוב, והעכו"ם עושים המלאכה בשבת. נ"ל אז דער סיבה איז משום דבשל רבים ליכא חשדא. אבל בשכיר יום פשיטא דאסור.
זאגט דער מ"א ווייטער וא"כ, היה נראה להתיר לבנות בית הכנסת בשבת בקבלנות.
ומ"מ ראיתי שהגדולים לא רצו להתירו, כי בזמן הזה אין העכו"ם מניחים לשום אדם לעשות מלאכה בפרהסיא ביום חגם, ואם נניח אנחנו לעשות בשבת איכא חילול השם אז זיי זענען פרומער ווי אונז.
אבל תיקון הרחוב אין נקרא ע"ש ישראל כ"כ, ממילא איז עס נישט קיין חילול השם, משא"כ ווען מען בויעט א ביהכנ"ס וואס יעדער ווייסט קלאר אז ס'איז פאר די אידן. ומ"מ במקום שאין נוהגין היתר ברחוב אין להקל, מ"א.
פירט דער באה"ט אויס ונ"ל שאם ח"ו יש חשש שיתבטל הבית הכנסת מלבנות, שרי בקבלנות. עיין סימן תקמ"ד ס"א ודוק.
אין הל' חוה"מ סימן תקמ"ד וואו עס ווערט אויסגעשמועסט דין צרכי רבים בחוה"מ, זאגט דער רמ"א בא"ד בנין ב"ה אסור לעשות במועד. און דער באה"ט סק"ב דארט איז מעתיק דעם מ"א ובזה"ז שרי ווייל ס'איז דא א חשש שמא ימנעו הא"י מלבנות ב"ה.


דער "שערי תשובה" דא אנהייב סימן ברענגט נאך פון שו"ת נו"ב ח"א סי' י"ב, באחד שהיה דחוק לבנות הגג בחוה"מ סוכות שרייבט ער דארט אז בעצם וואלט מען געקענט מצדד זיין להתיר בקבלנות אף בשבת ויו"ט, כיון שבק"ק פראג רוב בנינים שבונים היהודים הוא בקבלנות, ובפרט כסוי הגגים. ולכן אין בזה חשדא מבני העיר, רק מאורחים. ואינהו לא ידעי כלל אם הוא מלאכת ישראל.
פירט ער אבער אויס אך אעפ"כ לא התיר כ"א בחה"מ בצירוף שהוא שעת הדחק.

דער סאטמערער ראה"כ פון לאנדאן אין זיין ספר "לב שומע" האט א לענגערן שמועס איבער דעם דין פון חוה"מ, עיי"ש.

אויך שרייבט ער בדין עכו"ם הממונה להחזקת בית (קערקטעיקער או סופער בלע"ז), שהוא דר בבית גדול של הרבה דיורים, ועליו לנקות ולתקן כל קלקול הבנין וכה"ג. זאגט ער אז אפי' לויטן נוב"י וואס מיר האבן דערמאנט דחייש לאורחים כנ"ל, נראה דאין לחשוש, דכן הוא ההנהגה בכל העולם בענין זה, עיי"ש.
שרייבט ער ווייטער ויש שנהגו להחמיר בזה לומר לנכרי שלא יעשה בשבת. ועכ"פ א"צ למחות, באופן שהנכרי רוצה לעשותו דוקא בשבת.
און ער פירט אויס "תבנא לדינא", עכו"ם הממונה מטעם דיורי הבית להחזקתו, אם הוא עושה מלאכת שיפוץ ותיקון באופן קבוע, מותר לעשותו בשבת, בתנאי שלא יקבע מלאכתו בשבת, ואם הוא מלאכת תיקון הנצרך ליומו, אסור לעשותו בשבת.
וכן שמעתי מהגרי"י ראטה שליט"א הרב דקארלסבורג, בשם הגאב"ד מפאפא זצ"ל להתיר מטעם אחר, עכ"פ לדינא מותר.

און מ'קען מעיין זיין וואס טוט זיך מיט שארן די שניי, ווייל לויט זיין הנחה דא ביים סוף בתנאי וכו' ווייזט אויס אז ס'איז דא א צד אז מ'טאר נישט לאזן. און אויבן שרייבט ער קלארער ארויס אך ליתן להנכרי שיתקן הבוילער וכדומה, שזה דבר הנצרך לעשותו תיכף, הוי בגדר קובע מלאכתו בשבת ואסור. אבער למעשה פירן זיך אסאך להיתר, און עס איז זיכער אז יש להם על מי לסמוך. (עס ליגט מיר אין קאפ אז אין קובץ "בית וועד לחכמים" איז געווען א תשובה להיתר, און איינע פון די סיבות שרייבט ער אז ווייל מ'קען זיך אויסגליטשן ממילא מוז מען נישט מוחה זיין. אבער איך געדענק עס נישט פונקטליך, ווייל איך בין נישט אנגעקומען עס אויפצוזוכן, ואתכם הסליחה).


גיימער צוריק צום מחבר ואם היתה המלאכה חוץ לתחום, וגם אין עיר אחרת בתוך תחומו של מקום שעושין בו מלאכה מותר.

ועכו"ם שהכניס צאן של ישראל לדיר שדהו (ע"ל סי' תקל"ז סעיף י"ד).

סעיף ב'


לפסול האבנים צושניידן שטיינער ולתקן הקורות פאררעכטן באלקענעס אפי' בביתו של עכו"ם אסור, כיון דלצורך מחובר היא.
ואם עשו כן אויב דער גוי האט עס למעשה יא געמאכט אום שבת לא ישקעם בבנין טאר מען עס נישט איינלייגן אין א געביידע.

הגה קריגט דער רמ"א וי"א דאם אינו מפורסם שהוא של ישראל, וויבאלד דער גוי מאכט עס ביי זיך אינדערהיים שרי איז מותר עס אריינצולייגן אינעם בנין [כל בו].

אזוי לערנט דער תניא פשט אינעם רמ"א.
אבער דער א"ר זאגט ומרמ"א משמע דמותר אפי' לסתת. און קריגט מיטן לבוש וואס האלט דאף יש מתירין לא נאמרו אלא דמותר לשקעם בבנין, אבל להניחו לסתת אסור אפי' בנתפרסם. און דערפאר פרעגט ער אויפן רמ"א וצ"ע דעיינתי בכל בו, ויש לפרשו דקאי אמטלטלים, אבל בסתות אבנים מודה, ע"ש.


דער נוב"י אין דגול מרבבה דא אויפן גליון, שרייבט א שטארקן יסוד איבער דער איסור פון מחובר ונלע"ד דאיסור זה הוא, כשהאבנים והקורות הם של ישראל, ונתנם לאומן גוי לסתתם ולתקנם.
אבל אם הגוי מסתת אבנים שלו, ומתקן קורות שלו, שהישראל עשה עמו קיבולת על הכל, והברירה עוד ביד הגוי לסתת אחרים ולהחזיק אבנים אלו לעצמו, אפי' עושה עושה האומן לצורך ישראל -אם אינו בביתו של ישראל- אפי' מפורסם שעשה זה לצורך ישראל, אפ"ה מותר.
שזה עדיין לא נקרא מלאכת ישראל.


א לעכטיגן פרייליכן שבת לנו ולכל ישראל.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג נובעמבער 19, 2010 6:10 am

אין דער אלטער היים, אין די דערפלעך, איז געווען איינגעפירט אז דער שומר האט זיך ארומגעדרייט ביינאכט צווישן די הייזלעך, און פון צייט צו צייט אויסגערופן וויפל אזייגער ס'איז. אבער וויבאלד דער גוי איז דאך געווען א פויער, וואס האט קיין נומערן נישט געקענט ציילן, און זיכער האט ער קיין זייגער נישט געקענט ליינען, דארף מען דאך גיין פרעגן איינעם, נו ווער איז אויף אינמיטן די נאכט? זיכער נאר דער רב וואס זיצט און לערנט.
פלעגט ער טאקע יעדע נאכט גיין קלאפן ביים רב אין פענסטער, און דער רב האט אים ארויסגעשריגן גענוי וויפל אזייגער ס'איז.
פארשטייט זיך אז וויבאלד זיי זענען געווארן אביסל באפריינדעט, פלעגט דער רב פאר אים פארקויפן דעם חמץ יעדן ערב פסח פאר אן איינגאבע, און מוצאי פסח פלעגט ער עס צוריק אפקויפן פון אים פאר א דאפעלטע באצאלט כנהוג.
איינמאל האט זיך געמאכט אז דער רב איז אוועקגעפארן פון דארף צו א חתונה אין דער משפחה, און דער גוי האט זיך נישט געקענט קיין עצה געבן, און ער איז גוט צומישט געווארן מיט דעם גרויסן ווייזער און קליינעם ווייזער, און וועמען צו פרעגן האט ער דאך נישט געהאט, אזוי איז אויסגעקומען אז אנשטאט זעקס אזייגער צופרי ווען מ'דארף גיין מעלקן די קיען, האט ער אויפגעוועקט דעם גאנצן דארף אום האלב פירע... פארשטייט זיך אז ס'האט אים געדראעט צו פארלירן זיין פאסטן.
ווען דער רב איז צוריקגעקומען, איז זיך דער גוי געקומען צו אים בעטן אז ער זאל מער קיינמאל נישט אוועקפארן, ובשכר זאת וועט ער אים גיבן איינגאבע געלט פאר די חמץ דריי מאל אזויפיל...


סעיף ג'


די דאזיגע הלכה ווערט נישט דערמאנט דא אין טור, נאר אין הל' חוה"מ. און ווען מ'רעדט פונעם ב"ח און ב"י אא"וו מיינט מען דארט.

זאגט דער הייליגער מחבר אם בנו עכו"ם לישראל בית בשבת באיסור, נכון להחמיר שלא יכנסו בו.
און דער מג"א לייגט צו אפי' אחרים.

(אלע אחרונים רעדן שוין ארום איבער וואס דער מחבר מיינט מיט "באיסור" אז עס איז "נכון להחמיר" צו שכ"י אדער קבלנות, און ווען איז לויט דעם אסור מדינא, נישט נאר נכון להחמיר מחמת מראית העין).

זאגט דער באה"ט סק"ו נכון להחמיר. וב"ח כתב דבקבלנות יש לסמוך על ר"ת ומותר בדיעבד. וה"ה כשתיקן אבנים וואס מיר האבן געלערנט אין פאריגן סעיף אז דער מחבר פסק'עט לא ישקעם בבנין, איז אבער ביי קבלנות פסק'עט מען דמותר לשקעם מ"א ט"ז.

דער באה"ט שטעלט דא צוזאם דער מ"א מיטן ט"ז, כאילו זיי האבן איין שיטה. אבער למעשה איז דער טו"ז מער מקיל, אז ביי קבלנות דארף מען ניטאמאל מחמיר זיין אפי' לכתחילה, עיין בלבושי שרד.

דער בגדי ישע פארענטפערט וואס ס'איז מיר (און מעגליך פאר אייך אויך) גלייך שווער געווארן אע"פ דר"ת עצמו חזר בו, וכמ"ש התוס' והרא"ש והטור והרב"י. וא"כ ווערט דאך שווער האיך אנו יכולים לסמוך על דבריו. מוז מען זאגן אז הוא מפרש דלא חזר בו הר"ת אלא להחמיר על עצמו כשבנה ביתו וואס ביי זיך לא הניח לבנות בשבת, ער פירט אבער אויס אבל הרב"י לא כ"כ וכ"ה לשון הטור.

צוריק צום באה"ט (ובס' אליה רבה הוכיח כמשמעות הב"ח, דנכון להחמיר כדעת ש"ע).

לאמיר זעהן דעם לשון פון א"ר ולענ"ד משמע מב"ח דמודה לש"ע דנכון להחמיר, אלא דמדינא מותר. שהרי פי' דברי הטור שכ' דנכון להחמיר, משום שהוא בקבלנות.

דערנאך פארברייטערט ער אביסל די נושא "פון וואס דער מחבר רעדט", וואס מיר האבן אויבן דערמאנט. והנה בשכיר יום משמע מב"ח דמדינא אסור, וכן מבואר במ"א סקי"א. אבל מט"ז משמע דמדינא מותר לכנס לבית, אלא שנכון להחמיר (פי' ממדת חסידות).

נאך א זאך זאגט ער ונראה דאף כשהחמירו ליכנס בו, מ"מ מותר ליהנות ממנו ולמכר' לכותים. דלא כמשמע קצת מלבוש.
וואס זאגט דמלאכה גמורה הנעשית בשבת אסורה בהנאה מן התורה.
אבער דער "כף החיים" ברענגט אז דער שואל ומשיב הוכיח לומר, דמותר אפי' לישראל לקנות ממנו דלא קנסו במכירה.
וה"ה בנו של הבונה מותר לדור בו שלא קנסו בנו בזה
.

דער תוספות שבת ברענגט פון ספר חסידים א מורא'דיגע מעשה באדם אחד ששכר עכו"ם לבנות ביתו בקבלנות, והי' העכו"ם בונה בשבת, והי' מתרעמים עליו ולא חשש לכך ולא היו ימים מועטים שלא נשאר הקרקע לו ולא לזרעו.

און אלס מדה טובה מרובה וועלן מיר צוברענגען פון כף החיים וואס שרייבט ומעשה שעשיר אחד ירא ה' שבנה בתים, ופוזר ממון הרבה כדי שלא להניח לגוי לבנות בשבת. ויהי היום שהיתה שריפה גדולה בעיר ר"ל, והגיע האש סמוך לביתו, ויהפוך ה' רוח וניצול ביתו.
זהו שכרו בעוה"ז, ובעוה"ב עאכ"ו.



הגה זאגט דער רמ"א מיהו אם התנה ישראל עם עכו"ם פאר ער הייבט אן צו ארבעטן שלא לעשות לו מלאכה בשבת, והעכו"ם עושה בעל כרחו למהר להשלים מלאכתו, אין לחוש [מרדכי ריש פרק מי שהפך ור' ירוחם וב"י וע"ל סי' תקמ"ג].

דער מט"י זאגט אין לחוש. ובכה"ג אפי' חומרא ליכא, דמאי הו"ל לישראל למיעבד טפי מהתנאי.
און דער א"ר זאגט נראה שאי"צ ליתן מעות כדי שיפסקו, כיון שבכך התנה ונרצו לכך.
אבער דער באר יעקב לייגט צו ומ"מ אם רוצה לעשות חסידות וליתן מעות אף בכה"ג שהתנה כדי שיפסקו, תע"ב.

דער מ"א זאגט אז דער רמ"א איז מתיר נאר אויב ער טוט עס פאר זיך. ווי דער לשון פון רמ"א איז "למהר להשלים מלאכתו", אבער אויב ער טוט עס לטובת ישראל אפי' מעצמו איז אסור.
און דער א"ר קריגט און זאגט אז דער רמ"א וואס זאגט מלאכתו מיינט לאו דוקא, און אפי' ער טוט עס לטובת הישראל איז מותר, עיי"ש.

סעיף ד'


זאגט דער מחבר מלאכת פרהסיא אן עפנטליכער ארבעט וואס יעדער זעהט און האלט מיט, אפילו במטלטלין כגון ספינה הידועה לישראל, דינה כמו מלאכת מחובר אז ס'איז אסור ווי מיר האבן געלערנט אין ס"ב, און די סיבה איז וועגן מראית העין.

און דער מ"א זאגט דוקא שעושה במקום מפורסם, אזוי ווי א שיף.
און דער מחצית השקל איז מסביר וואס ער מיינט מוסיף צו זיין דלא אסור היכי דנודע רק לקצת, נאר דייקא א מפורסם'דיג פלאץ פאר אסאך.

און דער תניא זאגט אז אפי' אויב ס'איז א פרסום אז דאס "וועט זיין" דעם איד'ס, אבער וויבאלד ביי כלים חדשים ווערט נאכישט נקרא שמו עליהם להיות נקראים כלים של פלוני, כיון שעדיין לא באו לרשותו מעולם און כאטש דער גוי מאכט דאס אום שבת אין א עפנטליך פלאץ, פסק'עט ער אז א"צ למחות בידו מעיקר הדין. פירט ער אבער אויס ומ"מ טוב להחמיר ולמחות בידו לחוש לרנון שעה, שלא ירנו אחריו לומר שנכרי עושה מלאכה בשליחותו.


איך אנטשולדיג זיך פארן נישט לערנען אלעס געהעריג כרצוני, ווייל מיין מצב הבריאות איז אצינד נישט אזוי אמבעסטן.
(דער אמת איז אז איר זענט אביסל שולדיג, ווייל קיינער האט זיך נישט אנגערופן צו זיין ממלא מקומי).

ויה"ר שלא יאמר פינו ולא ידפוק ידינו דבר שלא כרצוניך.

א פרייליכן לעכטיגן שבת.
שבת הוא מלזעוק ורפואה קרובה לבוא.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » פרייטאג דעצמבער 10, 2010 6:55 am

איך וועל אייך זאגן דאס גאנצע ווארהייט, מעולם לא עלתה על דעתי פארצולערנען א שיעור תורה ברבים. נאר היות טאבאקא האט מיר שטארק געבעטן אז ער וויל נישט ס'זאל דורך גיין נאך א וואך אָן א שיעור, (פאריגע וואך האט ער גראדע יא געוואלט זיך אנשטרענגען פארצולערנען, אבער ווי איר ווייסט זיכער, איז דא געווען פארשפארט). האב איך מחליט געווען אז במקום אז ס'איז נישט דא מיט וועם צו גיין צום טיש, וועט פארשריבן נישט זיין שטיל ווי א פיש, און איך בין בלית ברירה נעתר געווארן לבקשתו. (און איך וויל זיך טאקע אנטשולדיגן, אז דער שיעור וועט נישט זיין אויפן זעלבן ניווא). און זאל טאקע דער זכות לימוד התורה דרבים משפיע זיין כל טוב פאר גאנץ כלל ישראל, ובפרט לידידינו החשוב אז ער זאל זיך ערהוילן ווי אמשנעלסטן, און האבן א פולקאמע רפואה במהרה, אמן.


די וואך וועלן מיר אלס מלתא דבדיחותא, מקדים זיין א געשמאק ווערטל וואס כ'האב געהערט פון טאבאקא ווען כ'האב אים מבקר חולה געוועזן עטליכע וואכן צוריק. (ס'איז טאקע נישט אויף די וואכעדיגע סדרה, אבער איך קלער אז ס'איז נישט מעכב).
ס'איז באקאנט די מעשה וואס מ'פארציילט נאך, אז אמאל האבן זיך געטראפן די צוויי גדולי ישראל דער הייליגער ייטב לב זצ"ל, מיטן גרויסן תלמיד פונעם הייליגען חת"ס, הרה"ג המהר"ם שיק זצ"ל אב"ד חוסט והגלילות (חוסט איז נישט ווייט פון סיגוט). וויבאלד ביידע זענען געווען תופסי ישיבה, האט מען ארומגערעדט פונעם אונטערשייד אינעם דרך הלימוד אין די ישיבות. און בתוה"ד האט ער ארויסגעברענגט אז ביי זיי לערנט מען מער בעיון, און מיט מער מפרשים ווי אין די חסיד'ישע ישיבות. (ווי ס'איז נאך היינט אזוי).
האט דער הייליגער ייטב לב געענטפערט מיט א משל. ס'איז דא צוויי טעפ זופ, איינס איז פול מיט אלע ערליי געווירצן דערין, אבער ס'איז קאלט. די צווייטע איז טאקע א פשוטער אן קיין ספעציעלע אינהאלט, בלויז פלייש, אביסל גרינצייג און זאלץ, אבער ס'איז ווארעם. נו וועלכע איז בעסער?
והנמשל מובן מאליו.

ס'איז ידוע אז עשיו האט זיך געפירט צו לערנען מיט א.ג. לומדות. ווי רש"י ברענגט אז ער האט געפרעגט "אבא, איך מעשרין את המלח" וכדו'.

האט טאבאקא מיט דעם געטייטשט די רש"י אנהייב פרשת וישב. בית עשיו לקש, נעמליך ער האט געלערנט מיט לופטיגע סברות כרסיות. ובית יוסף להבה, ד. ה. ער האט געלערנט מיט א פלאם-פייער, ווי עס פאסט זיך פאר יוסף צדיקא.
ניפח אחד יוצא מתוך וכו', יוסף הצדיק גיבט איין בלאז -מיט זיין ווארעמקייט- אויף עשיו'ס פלאקסיגע לופטיגע תורה. ושורף את כולו...



סעיף ה'



זאגט דער הייליגער מחבר אם שכר עכו"ם לשנה או לשתים שיכתוב לו או שיארוג לו בגד, הרי זה כותב ואורג בשבת כאלו קצץ עמו שיכתוב לו ספר או שיארוג לו בגד וואס דאס איז מותר ווייל שהוא עושה בכל עת שירצה.
והוא שלא יחשוב עמו יום יום
וואס דאן איז ער דאך א געהעריגער שכיר יום, ולא יעשה המלאכה בבית ישראל.
ויש מי שאוסר בשוכר עכו"ם לזמן.

זאגט דער באה"ט סק"ז שיכתוב לו. זהו דעת הרמב"ם. ברענגט ער נאך דעם לשון המג"א ונ"ל כוונת הרמב"ם, כדרך השרים שיש להם סופר מיוחד שבכל עת שצריך השר לכתוב מחויב לו לכתוב, ובעת שאין צריך יושב בטל. לכן מותר לכתוב בשבת שהוא עושה בכל עת שירצה, שהרי הישראל אינו אומר לו לעשות בשבת, ואם רצה עושה למחר. ואין הישראל מרויח במה שעושה בשבת.
והיש מי שאוסר הוא הראב"ד. דס"ל דישראל מרויח במה שעושה בשבת, דשמא יצטרך גם למחר לכתוב ולא יוכל לעשות שניהם כאחד.

הגה זאגט דער הייליגער רמ"א ודוקא ששכרו למלאכה מיוחדת, כגון: בגד לארוג או ספר לכתוב. אבל כששכרו לכל המלאכות שיצטרך תוך זמן השכירות אין אנדערע ווערטער: א געהעריגער באדינער לכ"ע אסור (ב"י) וכמו שיתבאר ס"ס רמ"ז.

זאגט דער באה"ט סק"ח לכ"ע אסור. דקרוב הדבר לודאי שיצטרך למחר למלאכה אחרת. וא"כ מרויח ישראל במלאכת הנכרי בשבת. וה"ה אם שכרו לכתוב לו תמיד. זהו פשיטא דאסור לו לכתוב בשבת, מ"א.

(אני הקטן בקט שכלי, לא זכיתי להבין דברי המג"א ז"ל. דממ"נ אויב מיינט 'תמיד' אויף אייביג (כלומר לעבנסלענגליך), פארוואס זאל זיין אסור. ווידעראום מיינט ער צוזאגן באופן קבוע, דהיינו יעדן טאג, איז עס דאך א געוואלדיגער פשיטא. ווייל דער רמ"א האט דאך שוין ערווענט, אז ווען ער דינגט אים "לכל המלאכות שיצטרך" איז אסור. וה' יעמידנו על האמת).

און דער טו"ז האט אביסל א אנדערער הסבר אויף די מחלוקה צווישן דעם רמב"ם און דעם ראב"ד. און ער פירט אויס אז ס'איז אסור נאר אויב ער איז נישט מקפיד אז ער זאל זיצן ליידיג א טאג. אבער אויב יא, איז אסור לויט יעדעם. דלא התיר הרמב"ם אלא כשאין עליו לגמור המלאכה, ואינו מקפיד על ביטולו, כנלע"ד.


איך האב פרובירט צו גיין, ווי ווייט מעגליך, אויף טאבאקא'ס מהלך. אבער איך מוז זיך אנטשולדיגן אויפן קורצן -נישט צו קלארער- שיעור, איך בין פשוט נישט אין דעם ליניע.
א גוט שבת.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג דעצמבער 17, 2010 8:09 am

א גוט מארגן.
ווער ס'האט נאכנישט געטרינקען א קאווע, זאל שנעל טרינקען. ס'נאך דא קנאפע צוואנציג מינוט...


קודם וויל איך זיך עפנטליך באדאנקען פאר ידידי החשוב, וואס איז געווארן נעתר לבקשתי, און זיך געזארגט אז ס'זאל חלילה נישט דורכגיין גאנצע דריי וואכן אנעם שיעור. און דער עולם האט טאקע הנאה געהאט, און עמיצער האט מיר אפי' געזאגט אז ס'איז בעסער צו לערנען אזוי ווי אים "קורץ-און-שארף", און נישט אריינגיין צופיל אין פולפולים.
כ'וועל זיך פרובירן צו האלטן דערצו, אויך ווייל איך האב שוין ב"ה געטראפן א מונדליכן חברותא אויף ליל שישי, ממילא וועל איך נישט האבן אזויפיל צייט צו זיך פארגרייטן ווייל מיר וועלן לערנען עפעס אנדערש. אבער כ'וועל פרובירן מקיים צו זיין דעם מזה ומזה אל תנח ידך.
(אויסער אויב איינער וויל מיר איבערנעמען... נע... תפלת שוא...).
און דעריבער וועט טאקע די שיעור אויך אריינגעלייגט ווערן שפעטער ווי געווענליך.
ואתכם הסליחה.


דער טשעטשעוויצער רב האט דערציילט. אז ביי זיין חתונה, וואס איז פארגעקומען אינמיטן ווינטער, אום חודש טבת. ווען מ'האט געוואלט גיין צו דער חופה, דערזעהט מען אז דער מחותן, זיין פאטער הרה"צ ר' נתן פייטל ז"ל מאדער רב, איז נישטא. מען האט תיכף אנגעהויבן א זוכעניש אינעם גאנצן שטעטל, ביז מ'האט אים געטראפן אין מקוה. (ער פלעגט זיך פירן צו גיין אין מקוה דריי פיר מאל א טאג).
ווען ער איז אנגעקומען צו די חתונה, אז זיין בארד געווען פארפרוירן מיט אייז, וויל ס'איז דאך געווען אינמיטן ווינטער. האט זיך אנגערופן מיין שווער, דער מחותן הרה"צ ר' א"א יונגרייז אב"ד טשענגער ז"ל צו אים מיט שטרענגע דיבורים: "אזוי פירט זיך א איד א שותו"מ? שטעלט זיך איין דאס געזונט דורכן זיך טובל'ען אין קאלט וואסער אינמיטן ווינטער. וואס טוט זיך מיט דעם מ"ע דאורייתא פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם?"
ענטפערט ער אים צוריק: און א איד ווי אייך וואס פאסט משבת לשבת, איז יא מקיים דעם ונשמרתם?...

האט דער טשעטשעוויצער רב אויסגעפירט בדרך צחות: דעמאלט בין איך געוואויר געווארן אז עס זענען פארהאן נאך צוויי עבירות אויף דער וועלט. גיין אין מקוה, און פאסטן.
און טאקע פון דעמאלטס אן און ווייטער, בין איך שטענדיג נזהר געווען נישט עובר צו זיין אויף אט די צוויי עבירות...



סעיף ו'



זאגט דער הייליגער מחבר דעם פסק פונעם "מרדכי" בשם רבי מאיר יהודי הקונה מכס דאס הייסט די רעכטן צו מאנען די אריינפאר שטייער ומשכיר לו עכו"ם לקבל מכס בשבת, מותר. אבער נאר מיטן באדינג אם הוא בקבולת. דהיינו: שאומר לו, לכשתגבה ק' דינרים, אתן לך כך וכך פראצענט דערפון.

זאגט דער באה"ט ס"ק ט', בקבולת. דאז שרי מדינא. ואע"ג דיש חילוק בין קיבולת שאין ישראל קובע מלאכתו לנכרי בשבת כמ"ש ר"ס רנ"ב, ובמכס איז יא קובע לו דוקא בשבת. מ"מ שרי משום פסידא. ומה"ט וועגן פסידא שרינן הכי, אע"ג דהוי בפרהסיא.
וא"ל, למה לא התירו נמי במרחץ בסי' רמ"ג משום פסידא, דלא התירו אלא בהפסד גדול, עיין ט"ז.

יהודי ששכר המלח, מותר להשכיר לו פועלים בקבולת אויפצוקאכן די זאלץ אום שבת. פארשטייט זיך אז נאר אויב מען שמועסט אפ פון פאראויס שאם יעשה לו כך וכך מלח יתן להם כך וכך. רש"ל סימן ק'. עיין יד אהרן מה שמביא בשם ס' נחלת יהושע, ומס' דת ודין סי' ו'.

דער כפה"ח לייגט צו בשם דער ר"ז ובלבד שלא יביאו עצים מרשות ישראל בשבת. שכל קבלנות אינה מותרת, אא"כ מסר לו בע"ש כל מה שרוצה למסור לו לצורך המלאכה.


הגה זאגט דער הייליגער רמ"א וכן יוכל להשכיר המכס לכל השבתות לעכו"ם, והעכו"ם יקח הריוח של שבתות לעצמו. ולא חיישינן שיאמרו לצורך ישראל הוא עושה, דבמקום פון א גרויסע פסידא כה"ג, לא חששו אויף מראית העין [ב"י].
און דער לבוש שרייבט דבמקום פסידא "מפורסמת" כה"ג, ועיין א"ר.

זאגט דער רמ"א ווייטער וישראל הממונה על מטבע של מלך [מינ"ט דעפארטמענ"ט בלע"ז], דינו כדין הממונה על המכס אז ס'איז מותר מיט אן אפגעשמועסטע פרייז פון פאראויס. ואע"פ שמשמיעים קול בשבת בהכאה המטבע [הגהו' מיי' פ"ז] וע"ל סי' רנ"ב.

זאגט דער באה"ט ס"ק י', דינו כדין. ומותר ליתן כסף לעכו"ם לתקן לו מעות, כיון שאין כאן שמיעת קול ד.ה. קיינער ווייסט נישט שהוא של ישראל, ואין לחוש כיון שהעכו"ם עביד בשכרו. אזוי זאגט דער הג"מ און דער מ"א ברענגט עס צו אין ס"ק י"ט.


זאגט דער רמ"א ווייטער ויזהר שלא ישב הישראל אצל העכו"ם בשבת, כשעוסק במלאכתו במטבע או במכס [מרדכי פ"ק דשבת].

זאגט דער באה"ט ס"ק י"א במלאכתו. לא מבעיא כשהמכס הוא של ישראל וואס דאן איז פשוט אז ער טאר נישט דארט זיצן. אלא אפי' השכירו לעכו"ם לשבתות, ואין לו עסק בכך, אפ"ה אסור. שלא יאמרו אז דאס וואס ער זיצט דארט איז א באווייז, אז לצרכו הוא עושה.

כתב הט"ז, הא דאסור לישב שם, היינו כדי לידע מה התעסקות שעושה העכו"ם כדי לקבל ממנו חשבון ע"ז למחר. אבל אם אינו יושב שם אלא כדי לשמור את העכו"ם שלא יגנוב, מותר. ובזה ניחא מה שנהגו מחזיקי הרחיים מהשר, להושיב שם ישראל אפי' בשבת ווייל זיי היטן נאר. רק יזהרו שלא ידברו כלום בהעסק עכ"ל פונעם טו"ז. והיד אהרן חולק דבכל גווני אסור לישב שם אפי' נאר צו היטן ע"ש.

אין לישראל לקבל דבר מאכל במכס, אפי' לא הובא מחוץ לתחום, ואין בו חשש צידה ומחובר. אזוי ברענגט דער מ"א און ער זאגט דעם טעם "ונ"ל דאסור משום ממצוא חפציך" ע"ש. ועיין בתשובת מהר"א ששון סי' קנ"ז, ובס' דת ודין סי' ו', ובס' משנה למלך בפ"ו מהלכות שבת, ובתשובת פנים מאירות סי' ל"ח.


דער עו"ש שרייבט דא א געוואלדיגער חידוש ונ"ל דאפי' לא אמר לגוי מבעוד יום לקבל המכס, יכול לומר גם משחשכה. אבער ער פירט אויס מיהו למעשה צ"ע.


לסיום פון דעם סימן, וועלן מיר -פאר א באנוס- אראפברענגען טייל פון די שאלות וואס ווערן געברענגט אין די אחרונים און אין שו"ת ספרים.
ס'איז זייער אינטרעסאנט, בעיקר פון א היסטארישן חלק, צו זעהן מיט וואסערע פרנסות די אידן האבן זיך אמאל אפגעגעבן.
איך וועל נאר ברענגען די עובדות אליינס, אנעם פסק. ווייל עפ"י רוב איז דא חילוקי דעות. און איך וויל נישט מ'זאל פון דא ארויסנעמען א פסק למעשה. פארשטייט זיך אז אין מוקדם ומאוחר. און כ'האב עס געשריבן ווי אזוי כ'האב עס געטראפן.

מי שבנה תנור בביתו לעשות בו זכוכית, ופועלים ישמעאלים. (א"א).
מי ששכר מהשר [ברייאהויז] בית בישול שכר, ופועל נכרי מושכר לו לשנה. כי כן דרך כל עושי שכר. (חת"ס).
שוכרי אוראנד"ש קוזיצו"ש [אורכדי] מן השר. דהיינו לחתוך עפר ולהתיך ממנו ברזל. ושורפים וצורפים העפר בתנורים, אש תמיד תוקד. (פמ"א).
המאסבאנ"ס, שעושין בצידון, דהיינו מקום שעושין הבורית. והוא דבר מפורסם שהוא מלאכת ישראל. (מהרי"ט צהלין).
עישון הכוורת, דהיינו לעשות מעשה שעושין להחזיר הצירעין שברחו מהכוורת. (שם).
ישראל שיש לו פאבריק של קארטין, וכל הכלים של ישראל, וגם הבית שלו. אך שעומד ברחוב הכותים והפועלים הם בקבלנות. (נו"ב).
מי שלקח מכס הראמיי"ט, וצריך לקנות שיורים לעשות סוקאר. ואם לא יעשו מלאכות בשבת ויו"ט, יפסיד הכל. (רדב"ז).
אחד שיש לו חנות שמתעסק במלאכת הספרות, ודרך ליקח לו מס יע, ולוקח בעל החנות החצי ממה שמשתכר. (בני דוד).
פורשי מכמורת של דגים שהמצודה פרוסה מע"ש, ומתמלאת בשבת. ואם תעמוד כך עד בוקרו של יום ראשון, יגנבו הרבה. (בית אפרים).
מי שיש לו אוצר של חומץ, ואינו יכול לסוגרו בשבת מפני השר שמכריחו.
מלאכת השיחאנה, והוא מלאכת הזכוכית. ומוכרחים לעשות מלאכה בשבת ע"י גוים. (נחלת יהושע, ועוד).
הלוקחים הגארקי"ס מאת מורשה המלך בעד סך קצוב. ומנהג בין היהודים בעלי הגארקי"ס, שכל אחד יש לו גוי מושכר לשנה או לחודש, כדי שיקבל עליו לעשות כל מלאכה הצריכה להם. (מהר"י די ביטון, ועוד).
מי שקונה הגביל"ה, מותר ליקח גביל"ה משחיטת שבת ויו"ט. (משנה למלך).
מי שיש לו בנין פילאטוי"ו, דהיינו חבור כלים וגלגלים, שהאומנים טווין ושוזרין. בו המשי והבית קנין כספו של ישראל. (דב"ש).
גבינות לחות שמביאין במצרים ביום ראשון על השוק, והוא ידוע ומפורסם שמלאכת ישראל הוא. (גו"ר).

איך מיין אז ס'איז שוין גענוג פאר היינט...

מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט, ויה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.
א גרינגן תענית, און א גרינגן אויספאסטן, און א פרייליכן שבת.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

מנהג ישראל תורה!

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג דעצמבער 24, 2010 6:12 am

הרינו מוכן ומזומן לקיים מנהג ישראל תורה שלא ללמוד ביום שחל בו ניטל, וסמכוהו אקרא "עת לעשות וכו', לשם יחוד וכו' בשם כל ישראל.

ביטע קוק מיר נישט אזוי אן מיט אזעלכע בליקן, ניין! כ'בין נישט אראפ פון זינען [ביז דערווייל] ב"ה.
נאר וויבאלד אין א"י איז שוין אט אט דעם ערשטן ניטל, ווילן מיר דאך אודאי נישט מכשיל זיין א איד מיטן לערנען אום ניטל. און אזוי ווי כ'ווייסט דאך נישט די וואוינארט פון די מקשיבי השיעור, און פילייכט וואוינט איינער פון אייך אין ארה"ק, צוליב דעם וועט מען די וואך בלויז זאגן די בדיחותא.


אין די אונסדארפער ישיבה אין אייראפע, פאר די צווייטע וועלטס קריג, האבן געלערנט א מספר פון אומגעפער דריי הונדערט בחורים. און אין ליכט פון דעם וואס די שטאט האט נישט געהאט צופיל אידן וואו די בחורים זאלן האבן פלאץ צום לערנען און שלאפן, (אין יענע צייט האבן רוב ישיבות נישט פארמאגט אן אייגענעם בנין. די בארימטע ישיבת חכמי לובלין איז געווען די ערשטע אין דעם הינזיכט), זענען טייל בחורים איינגעשטאנען ביי די ארטיגע פריינטליכע גוים.
דערציילט מען נאך אזא מעשה. איינמאל אין א ניטל נאכט, די בחורים זענען געזיצן און זייער שטוב און געשפילט קארטן\קוויטלעך. וויבאלד דער מנהג ישראל איז דאך, נישט צו לערנען אין די דאזיגע נאכט. אבער דער גוי וואס איז געווען צוגעוואוינט שטענדיג ארויסצוהערן א קול תורה פון זייער צימער, האט זיך געוואונדערט שטארק, "וואס איז אזוי שטיל דארט היינט?... ער האלט נישט צו לאנג דעם וואונדער בי זיך, און קלאפט אן אויף די טיר, מ'עפנט אים אויף און וואס זעהט ער פאר זיינע אויגן? נישט מער און נישט ווייניגער, ווי די שטענדיגע מתמידים זיצן און שפילן.
דער ערל -וואס האט געהאלטן ביי זיך די תלמידי הישיבה, ווייל ער האט עס געהאלטן פאר א זכי'- רעגט זיך אויף, און שרייט אויס צו זיי "איך בין בשו"א נישט מסכים צו פארוואנדלען מיין הויז אין קאסינא"...
אינעם צווייטן ניטל, האבן שוין די בחורים געוואוסט אז מ'דארף שפילן מיט א גמרא ניגון...


נו, וואס גיימער שפילן. שאך אדער טשעקערס? (נאר ווער ס'האלט מיט דעם שיעור יעדע וואך, איז ערלויבט מיטצושפילן...).

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג דעצמבער 31, 2010 8:11 am

א גוט מארגן.
גיימער היינט אנהייבן א נייעם סימן מיט א התחדשות!

אין די פרעשבורגער ישיבה, ווען דער רב און ראש ישיבה האט געגעבן דעם שיעור –יעדע פערדע וואך- איז עס געווען ווי א יו"ט פאר די גאנצע שטאט. און יעדער תלמיד חכם אין שטאט איז געקומען מיטהאלטן, און אזוי אויך זיך מתוכח זיין ווי דער שטייגער.
איז געווען דארט א געוויסע בעה"ב וואס האט געהייסן ר' אלי' געבער, און ער פלעגט קומען צום שיעור אנגעטוהן מיט יו"ט'דיגע קליידער, און אויך האט ער געטראגן מיט זיך א קליין בענקעלע.
און די אורזאך דערפאר איז געווען, ווייל דער רב ביים פארלערנען דעם שיעור, פלעגט זיצן אויף אזא פלאטפארמע. און ר' אלי' וואס איז געווען אביסל נידריג אין געוואוקס, האט זיך גע'טענה'ט און געשריגן אומזיסט... ווייל מ'האט אים נישט געזעהן און געהערט. דעריבער האט ער זיך אויפגעשטעלט אויף דאס בענקל וואס ער האט געברענגט, און אזוי האט מען אים געהערט.
ער איז געווען א גרויסער ת"ח, אבער אויך א "ערל שפתיים". און אנשטאט א שי"ן, פלעגט ער זאגן א שי"ן שמאלית. איינמאל האט ער זיך אנגערופן "רבי, איך האב אן אייזערנע קאסע" [קשיא]... האט אים דער רבי -וואס האט געהאט א שטריך פון הומאר – אויף דעם געענטפערט "לייגען זי אריין געלט..."


סימן רמ"ה

ישראל ועכו"ם שותפין, איך יתנהגו בשבת

ובו ו' סעיפים


זאגט דער הייליגער מחבר סעיף א' ישראל ועכו"ם שיש להם שדה או תנור או מרחץ או רחיים של מים צו מאלן ווייץ בשותפות, או שהן שותפין בחנות בסחורה, ווענדט זיך: אם התנו מתחלה בשעה שבאו להשתתף, שיהי' שכר השבת לעכו"ם לבדו נישט קיין חילוק אם מעט ואם הרבה, ושכר יום אחד אינמיטן די וואך כנגד דעם יום השבת -וואס איז געגאנגען פארן גוי- וועט גיין לישראל לבדו, מותר.
ואם לא התנו בתחלה פארן ווערן שותפים, דעמאלטס כשיבאו לחלק אין ענדע וואך אדער חודש, דאן פסקענט דער הייליגער רמב"ם אז נוטל עכו"ם די גאנצע שכר השבתות, והשאר פון די גאנצע וואך חולקים אותו צווישן זיך.
ואם לא הי' שכר השבת ידוע למשל אז ער מאכט נישט קיין ס"ה יעדן סוף טאג, יטול העכו"ם לבדו שביעית השכר, וחולקים השאר.

זאגט דער באה"ט סק"א בשותפות. דע זייט וויסן, אז ההיתר גמור הוא נאר באם הישראל שיש לו שדה בשותפות עם הנכרי, שיתנו מתחלה קודם שלוקחין השותפות: טול אתה בשבת, ואני בחול. אם רב או מעט. ובשעת חלוקה יטול הנכרי שכר שבת, וישראל יטול יום א' כנגדו, הן רב או מעט. אבל אם לא התנו מתחלה, ובשעת חלוקה אומר: טול בשבת, ואני בחול. זהו ודאי אסור.
ואם לא התנו מתחלה, ובשעת החלוקה לקח העכו"ם דאס וואס מ'האט פארדינט בשבת, אבער ער האט דאס געטוהן מדעת עצמו בלא אמירת ישראל, זהו נקרא "לא התנו וחלקו סתם". ובעיא היא בגמרא אין מס' ע"ז ולא איפשטא. ופסק הרא"ש לקולא, והרמב"ם לחומרא, דפירש בגמרא דאסור. ווייל ער האלט אז דאס וואס די גמ' זאגט "ואם באו לחשבון אסור" זה קאי אַלא התנו וחלקו סתם.
אבל אם התנו
בעפאר די שותפות ובשעת חלוקה חולקין בשוה, כמ"ש בסעיף ב', זה וודאי מותר אף להרמב"ם. דאל"כ וועט אויסקומען אז מ'וועט דארפן ליפרש הרמב"ם אז די גמ' "ואם באו לחשבון איז אסור" אפי' אם התנו, רק דחלקו בשוה און דאס איז נישט מסתבר, אלא ודאי דמותר.
ברענגט ער צו דעם טו"ז ס"ק א' און לפ"ז, אם אומר דער גוי בשעת חלוקה: שקילנא בשבת נו"ן זוזי, ואת בחד בשבת ק' זוזי מלא לי, וואס כתב ב"י בשם הגאונים דאסור. זאגט ער אבער אז ס'מותר ווייל דהרמב"ם לא ס"ל הכי, אלא בכל צד יש היתר אחר שהתנו, ורש"י ג"כ כהרמב"ם ס"ל, אזוי זאגט דער הייליגער ט"ז.
ומ"א בס"ק ב' לא כ"כ, נאר ער שרייבט אז ס'איז "אסור לחשוב עמו ולומר אתה נטלת בשבת מרובה, ואני מועט נחלק המותר. כמ"ש הראב"ד וב"י בשם תשובת הגאונים", ועיין ב"ח וואס זאגט אז לדינא מודה רש"י להראב"ד; דהכי מסתבר, וביד אהרן.
זאגט דער באה"ט ווייטער אם הם אין עושין כלום, רק שהעכו"ם איז אזוי ווי דער מענדזשער, ער איז מסיק התנור, ואופין בו, ונותנין שכירות פאר די ארבעטער אא"וו, אע"ג דהישראל אסור לקבל השכירות משום שכר שבת, מ"מ רשאי לחלוק סתם בהבלעה אזוי זאגט דער מ"א, ע"ש. (ויש שם טעות סופר במ"א, שכתוב אפי' התנור ליתסר. וצ"ל אפי' התנו ולא התנו, ע"ש. ובא"ר במה שהשיג על מ"א במה שכ' דאיירי בהבלעה).

הגה זאגט דער הייליגער רמ"א ויש מתירין השכר בדעבד וחלקו סתם [הרא"ש פרק קמא דע"א, ור' ירוחם חי"ב]. ונ"ל דבהפסד גדול יש לסמוך עלייהו.
וי"א שכל זה לא מיירי אלא בשותפות שכל א' עוסק ביומו אין זיין באשטימטן טאג. ד"ה איין טאג ער, און איין טאג דער גוי [ב"י]. אבל כששניהם עוסקים ביחד כל ימי החול, ובשבת עוסק העכו"ם לבדו, איז מותר לחלוק עמו כל השכר. דעכו"ם אדעתיה דנפשיה קא עביד, ואין הישראל נהנה במלאכתו בשבת כיון שאין המלאכה מוטלת עליו לעשות. ומ"מ, לא יטול שכר שבת אלא בהבלעה עם שאר הימים [ר"ן פ"ק דשבת, ס"פ כ"כ, ופ"ק דע"א].

זאגט דער באה"ט סק"ב ביומו. כיון דהישראל עושה אינדערוואכן נגד מה שעשה העכו"ם בשבת, הו"ל העכו"ם אזוי ווי שלוחו ווייל ער ארבעט אנשטאט אים. וה"ה כשישראל מחויב לעסוק הכל, והעכו"ם מתעסק בשבת.
כתב ב"י בשם רי"ו, ואם אין לאופה נכרי חלק בגוף התנור, רק שישראל אומר לו מתחלה: טול אתה לעצמך כך וכך ימים שבת כדי שתסיקנו גם בחול, דמותר ג"כ בהתנו. וכתב אויף דעם המ"א, דדוקא לומר לאופה ב' אדער ג' ימים דהוי שכר שבת בהבלעה, זהו מותר בהתנו. אבל לומר: טול אתה נאר בשבת כדי שתסיקנו בחול, אסור אפי' בהתנו. דהוי כמשכיר תנורו בשבת, ונוטל שכר שבת ע"מ שתסיקנו בחול. דלא דמי כשיש לנכרי חלק בו, ווייל דעמאלטס הו"ל שלו לגמרי, עמ"א.

סעיף ב'

זאגט דער הייליגער מחבר דער פסק פון מהר"י אבוהב היכא שהתנו בתחלה אז ער וועט נעמען די שכר שבת, אבער אם אח"כ ווען ס'איז בשעת החלוקה, נתרצה העכו"ם לחלוק בשוה, איז מותר עס צו נעמען.

מיר האבן שוין אביסל געזעהן אינעם פריערדיגן באה"ט וועגן דעם, ועיין בא"ר וואס שמועסט שיין אויס וויאזוי דער מחבר רעדט לויטן מ"א, און ווי אזוי לויטן טו"ז. וגם עיין בשו"ע הרב ס"ו עיי"ש.

ואם שגיתי השם הטוב יכפר. והשם יעמידנו על האמת, על דבר כבוד שמו.

א לוסטיגן פרייליכן שבת לנו ולכל ישראל.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג ינואר 21, 2011 10:56 am

יעצט אז מ'ווייסט שוין וועלכע קרוין מנשה גייט באקומען, קען מען שוין גיין לערנען...

דער עלסטער בחור אין די בארימטע פרעשבורגער ישיבה, איז געווען ר' לייב גראס, אן אלטער בחור וואס האט קיינמאל נישט חתונה געהאט. ער האט אנגעפירט די קאסע פון "חברה מזונות". און ער איז געווען א גרויסער חריף, און פלעגט זיך אסאך מפלפל זיין בים שיעור. איינמאל ווען האט ער פרובירט צו זאגן א גוטן תירוץ אויף תוס' קשיא, האבן עטליכע בחורים אויפאמאל זיך אנגערופן "גענוי דאס זאגט דאך דער מהרש"א"... האט דער שבט סופר זיך אנגערופן צו זיי שטילערהייט "לאזט אים רעדן, ער איז דאך עלטער ווי דער מהרש"א"...
אלענפאלס דער ר' לייב איז אויך געווען א ווערטל-זאגער, און זיינע געשמאקע ווערטלעך זענען כסדר ארומגעגאנגען פון מויל צו אויער צווישן די בחורים, און דער עולם האט זיך פארסמאקעוועט דערמיט.
און די קומענדיגע עטליכע וואכן וועלן מיר ברענגען אביסל פון זיינע ווערטלעך.

אין פרעשבורג איז געווען א איד מיטן נאמען לייב קאסנער, ער איז געווען א גרויסע עי"ן ה"א, וואס האט זיך געהאלטן פאר א תלמוד חכם, ער האט פראדוצירט אייגענע הלכות מדעת עצמו, און נאכגעזאגט פסוקים נישט ריכטיג, און שטענדיג פלעגט ער פארמישן די יוצרות.
ר' לייב גראס האט אויף אים "תולה" געווען טייל פון זיינע ווערטלעך.
אמאל האט ער געזאגט פאר זיינע בחורים אז ר' לייב האט אויסגעטראפן א נייעם דין, נעמליך אז פסח טאר מען נישט זאגן "שלום עליכם", (אויפן אונגארישן אקצענט הערט זיך עס א-לחם..., פאר ווער ס'פארשטייט) נאר מען ברויך זאגן "שלום מצה"...


סעיף ג'


אין פאריגן סעיף האבן מיר געלערנט אז אויב מען וויל אז די שכר שבת זאל גיין פארן גוי, און קעגן דעם וועט גיין איין טאג פארן איד, דארף מען זיך אויסנעמען פון פארדעם.
וואס טוט זיך אויב מ'האט זיך נישט אויסגענומען?

זאגט דער הייליגער מחבר היכא שלא התנו בתחלה, יש תיקון ע"י שיחזור המוכר להם פאר די שותפים דמי הקרקע או ימכרוהו לאיש אחר און נאכדעם ויחזרו ויקנוהו בשותפות ויתנו בשעת הקניה. און דאס זעלבע איז ואם נשתתפו בתנות ולא התנו, יחזור כל אחד ויטול חלקו ויבטלו השותפות, ואח"כ יחזרו להשתתף ויתנו בתחלה. אזוי אויך ביי קרקע ואם קבל הקרקע לעשות בו מלאכה בשותפות, יבטלו השיתוף וימחלו זה לזה, ואח"כ יחזרו להשתתף ויתנו בתחלה.

הגה זאגט דער הייליגער רמ"א ואם ירצה להשכיר לעכו"ם חלקו בשבת או לשכרו בקבולת שרי . וכמו שיתבאר (לכאורה צ"ל ש'נ'תבאר) לעיל ס"ס רמ"ד לענין מכס ומטבע דשרי, וכ"ש כאן דשרי עם שותפות עכו"ם.

זאגט דער באה"ט סק"ג, דער רמ"א האט געזאגט אז בשבת קען מען פארדינגען לעכו"ם אדער מאכן א שותפות בקבולת. דער ט"ז איז חולק, וכ' שאין לסמוך על היתר זה להשכיר לו לשבתות לחוד שלא בהבלעה, דהיתר זה לא מצינו רק במכס דלעיל מטעם פסידא כמש"ל, ע"ש. ועמ"א וואס זאגט אז לכתחילה רעדט דער רמ"א דוקא מעיקרא קודם שקבלוהו דעמאלטס רשאי לומר תן לי כך וכך מעות, וטול אתה לבדך בשבת. אבל לאחר שקבלוהו אסור, אא"כ א"א בע"א דאז שרי מטעם פסידא. און דא וויל ער ענטפערן אויפן ט"ז'ס קשיא וכן לשכרו בקיבולת, נ"ל דבמקום שאין עושין בעצמן מלאכה ד"ה דער גוי\שותף טוט נישט אליינס די מלאכות, רק שגובין פון אנדערע שכר התנור ורחיים, כיוצא בהן שרי. ובמקום שעושין בעצמן מלאכה, כגון שהן מסיקין, דארט איז טאקע יא אסור לשכור עכו"ם אפי' בקבולת, דהוי כמעמיד פועל. אלא היכא דאי אפשר בענין אחר כגון: שאי אפשר להם לבטל השיתוף, אז שרי משום פסידא.
אבער למעשה פירט ער אויס אבל מל' רמ"א משמע דבכל ענין שרי אפי' ווען ס'איז נישט קיין פסידא, וועגן דעם זאגט ער אז וצ"ל דכיון שיש לעכו"ם חלק בו לא חיישינן למראית עין, ולכן איז דא מותר להשכירו לעכו"ם בהבלעה.


סעיף ד'


די פאלגענדע הלכה איז אפשר נישט אזוי שייך היינט, ווייל די סטאק מארקעט איז געשלאסן אום שבת.

זאגט דער הייליגער מחבר יכול ישראל ליתן לעכו"ם מעות להתעסק בהם למשל אין די סטאקס ואף ע"פ שהעכו"ם נושא ונותן בהם בשבת חולק עמו כל השכר בשוה, מפני שאין מלאכה זו מוטלת על ישראל לעשותה שנא': העכו"ם עושה שליחותו. וכן אין העסק ניכר ממי הוא.

הגה זאגט דער רמ"א ודוקא בכה"ג שהעכו"ם נושא ונותן א גאנצע וואך, נאר ער לחוד עם המעות דאן איז מותר מטעמים הנ"ל, אבל אם כ"א עוסק ביומו, וישראל צריך לעסוק נגד מה שעסק העכו"ם בשב' אסור [ב"י בשם גאון].
וישראל שיש לו משכון מן העכו"ם ע' לקמן סי' שכ"ה סעיף ב' וג' וואו דער מחבר פסק'עט "מותר להחליף משכון בשבת אם הוא מלבוש" וכו'.

זאגט דער באה"ט ס"ד מעות. ואם העכו"ם נותן מעות לישראל להתעסק בהם און א גאנצע וואך האנדלט דער איד דערמיט, אבער אויף שבת וויל ער עס גיבן פר א גוי ועוסק הגוי בשבת ודאי אסור, כיון דהמלאכ' זו של שבת היתה מוטלת על ישראל לעשותה, הרי זה הגוי שליחותיה קא עביד, שכנה"ג ע"כ.

דער לבוש לייגט צו ואם הכותי רק משגיח, ורואה בשבת אם עדיין הסחורה והמעות במלואה. ובדרך אגב האט ער בזמן שעסק בה מכר קצת מסחורה, מותר ליטל חלקו. וטוב להתנות מתחלה על הכל.

זאגט דער באה"ט ווייטער כשיש יום השוק בשבת אסור ליתן לגוי מעות מע"ש לקנות לו בשבת כמ"ש סי' ש"ז ס"ג ע"ש. ודלא כמו שעושין הסוחרים בספינה שמוסרים הפשתן שלהם כשבאים לאיזה מקום לערלים למכור בשבת, וזה איסור גמור.

ס'איז אינטרעסאנט צוצוגעבן, אז אין צוואת ר' יהודה החסיד זאגט ער איז עיר שיומא דשוקא בשבת, דריה עשירים.
ואפ"ל שהוא שכר ע"מ שעומדים בנסיון ומקיימים מצות שבת כהלכתו, ופשוט.

א לעכטיגן שבת.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג פאברואר 04, 2011 7:03 am

א גוט מארגן טייערע אידן. עס ווערט גע'פסק'עט משנכנס אדר מרבין בשמחה, און מען פסק'עט דאך אויך אז אין בין אדר ראשון לאדר שני אלא וכו'. און איר געדענקט אוודאי וואס די מלמדים פלעגן זאגן אין חדר ווען דער עולם איז געווארן אביסעלע צולאזט: אין שמחה אלא תורה.
אלזא לאמיר גיין לערנען און פארגעסט נישט צו זאגן ברכת התורה.



נאך האט ר' לייב גראס געזאגט אויף ר' לייב קאסנער, אז ער האט געהאט א ערנסטע שאלה צו ער מעג וואוינען מיט זיין ווייב אין פסח.
וואס האט פאסירט? זיין כתובה האט זיך צוריסן, און זיין ווייב האט עס צוגעקלעבט מיט א געוויסע סארט קלעב וואס מען מאכט פון מעל...

אן אנדערס מאל האט פאסירט ווען א מגיד האט געזאגט אין א דרשה אז מען דארף שטענדיג גיין בדרך הממוצע. האט ר' לייב אריינגעהאקט און אויסגערופן אז ס'איז נישט ריכטיג. ווייל עס איז דא איין כלל, מענטשן גייען אין די זייט פון די גאס און די בהמות (פערד און וועגענער) גייען אינדערמיט...

ווען זיין פאטער איז נפטר געווארן, האט אים ר' לייב מספיד געווען ווי פאלגענד:
מיין טאטע איז געווען א גרויסער תלמוד תורה, א טייערער איד און א נשמה יתירה...




סעיף ה'


זאגט דער הייליגער מחבר מותר לישראל ליתן סחורה לעכו"ם למכור, אם קצץ לו שכר. ובלבד שלא יאמר לו בפירוש מכור בשבת .
תנור שלקחו ישראל משכון מעכו"ם, וקבל עליו העכו"ם שמה שיעלה שכר התנור יתן לישראל ברבית מעותיו, מותר ליטול שכר שבת
וואס דער גוי פארדינט פונעם אויוון. און די הסבר איז, ווייל לפי שהוא ברשות העכו"ם ואין לישראל חלק בו, וגם אין הישראל אומר לו לעסוק בשבת, ועכו"ם כי טרח בנפשיה טרח לקיים תנאו. און ווי דער ב"ח פירט אויס דאי לא קיים תנאו חייב למלא לו מה שחסר צו ארבעטן אום שבת.



סעיף ו'


זאגט דער הייליגער מחבר אם אפו עכו"ם בתנורו של ישראל בשבת על כרחו, ונתנו לו פת בשכר התנור, אסור ליהנות ממנו.
און דער תניא לייגט צו עולמית, בין לו בין לאחרים, מפני שהוא שכר שבת.

דער מחצה"ק צייכנט צו צום א"ר וואס זאגט אז ס'איז משמע פון לבוש אז דוקא ווען ער גיבט אים "פת" איז אסור. אבער ער קריגט, ווייל דער מקור פון דעם דין - וואס דער ב"י ברענגט - איז דער מרדכי און במרדכי גופיה מוכח להדיא דגם כשנותנים מעות אסור. אלא פארוואס דען זאגט ער "פת" דהמעשה כך היה בפת. ואי היה מותר, היה מותר נמי בפת. וכן מבואר באגודה פרק קמא דשבת שלא הזכיר פת, עיי"ש.

הגאון ר' חיים צאנזער זאגט אז דער איסור דא איז ווייל דהוי שלא בהבלעה ממילא איז אסור אף לדעת הר"ן שבהג"ה ס"א.
און לויט דעם וועט אויסקומען אז אם אפו ב' או ג' ימים, מותר ליקח אף שכר שבת לדעת רמ"א בהג"ה. ודו"ק.

א :lol: פרייליכן :grin: לעכטיגן :smile: שמחה'דיגן :P חודש ;l;p-

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג פאברואר 11, 2011 8:21 am

א גוט מארגן טייערע אידן.
ס'איז דער לעצטער פרייטאג פון שובבי"ם ת"ת, אל תחמיצו את הזמן! לאמיר אויסנוצן די צייט!

לכבוד די יארצייט פונעם הייליגן קאליווער, וועלן מיר היינט אנהייבן דעם שיעור מיט א ניגון פון אים.
איך ווייס נישט וויפל אידן דא קענען אונגאריש, דעריבער וועט מען זינגען דעם באקאנטן אידישן גלות ניגון.

פארשריבן האט געשריבן:הרב יקותיאל יהודה גרינוואלד שרייבט אין זיין ספר "טויזנט יאר אידיש לעבן אין אונגארן" וז"ל:

דאס וואלד-לידל, וואס די פאסטוכער האבן געזינגען צו א מיידל מיטן נאמען ראָזע אויפן פאלגנדן נוסח:

וואַלד, וואַלד, ווי גרויס ביסטו.
ראָזאָ, ראָזאָ, ווי ווייט ביסטו?
וואָלט דער וואַלד ניט גרויס געווען,
וואָלט דאך מיין ראָזאָ נענטער געווען;
וואָלט מען מיך פון וואַלד ארויסגענומען,
וואָלטן מיר זיך ביידע צוזאַמענגעקומען.

דער קאליווער האט פון דעם ליד דעם שיר געמאכט:

גלות, גלות, ווי גרויס ביסטו.
שכינה, שכינה, ווי ווייט ביסטו?
וואלט דער גלות ניט גרויס געווען,
וואלט דאך דער שכינה נענטער געווען;
וואלט מען מיך פון גלות ארויסגענומען,
וואָלטן מיר זיך ביידע צוזאַמענגעקומען.



ר' לייב גראס האט אמאל געזעהן אין ביהמ"ד ווי איד, א קנאפער תנא קמא, ציעט זיך אריבער דעם טלית אויפן שטערן ווי דער שטייגער פון ת"ח און חשובע אידן. איז ער צו אים צוגעגאנגען און געזאגט (האלטס קאפ) "פון דעם אז דו ציעסט אריבער דעם טלית איבערן קאפ, ווייזט זיך אויס אז דו ביסט א ת"ח. און אז דו ביסט א ת"ח דארפסטו דאך צו וויסן אז אן ע"ה ציעט זיך נישט אריבער דעם טלית"...

הרב ד"ר שמואל ראזענבלאט, א זון פונעם בארימטן חזן ר' יאסעלע ז"ל דערציילט אויף דעם: "אבא הי' פורץ בצחוק כל אימת שהי' חוזר ומספר מעשה זה, שכן לא הי' דבר שגרם לו הנאה יותר ממתן לקח הגון למי שראוי לו.



סימן רמ"ו

דיני השאלה והשכרה לעכו"ם בשבת

ובו ה' סעיפים



זאגט דער הייליגער מחבר סעיף א' מותר להשאיל ולהשכיר כליו לעכו"ם. ואע"פ שהוא עושה בהם מלאכה בשבת איז דאך מותר מפני שאין אנו מצווים על שביתת פון אונזערע כלים.
וי"א און דער הייליגער רא"ש זאגט אבער דכלים וואס ס'איז זיכער שעושין בהם מלאכה, כגון: מחרישה וכיוצא בה וואס מען קען נישט נוצן סתם אזוי, אסור להשכיר לעכו"ם בע"ש.
אבער וביום הה' איז יא מות' להשכיר לו, ובלבד שלא יטול שכר שבת אלא בהבלעה. כגון: שישכיר לו לחדש או לשבוע.
ולהשאיל לו: מותר אפי' בערב שבת.

הגה זאגט דער הייליגער רמ"א וכן עיקר כסברא האחרונה.
ומותר להשאיל לו בערב שבת (טור וסמ"ג וסמ"ק ותו' פ"ק דשבת), אע"ג שמתנה שהעכו"ם יחזור וישאיל לו עפעס אנדערש אנשטאט דעם, דאך לא אמרינן בכי האי גוונא דהוי כשכירות ווי לאנג ער גיבט נישט קיין געלט אדער עפעס אנדערש בפועל (הגהות מיי' פ"ז).

זאגט דער באה"ט סק"א בהבלעה. אבל ליטול שכר שבת לחוד, אפי' בכלי שאין עושין בו מלאכה, אפי' נישט בחדר לדור בו, אסור. כמ"ש סימן ש"ו ס"ד אזוי זאגט דער מ"א.


סעיף ב'



זאגט דער הייליגער מחבר אסור להשאיל שום כלי אפי' אותן שאין עושין בו מלאכה לעכו"ם בשבת.
ואפילו נאר בערב שבת, אם הוא סמוך לחשיכה כל שאין שהות להוציאו מפחת ביתו של דעם איד המשאיל קודם חשיכה איז אויך אסור. מפני שהרואה סבור שישראל צוהו להוציאו.

זאגט דער באה"ט סק"ב להוציאו. ואם העיר מוקפת חומה דמותר פארן איד לטלטל בכולה, יש להקל בעת הצורך. עמ"א וט"ז.

דער מג"א וויל טאקע נישט געהעריג מקיל זיין נאר בעת הצורך, ווייל דער רמב"ם ברענגט נאך א טעם אויף דעם איסור צוליב מראית העין. ווייל כשיצא מפתח ביתו בשבת, יראה כמי שלוה לעכו"ם או משכנו או פסק עמו או מכר לו בשבת (כאטש דער ב"י ברענגט נישט דעם טעם).
אבער דער טו"ז איז יא אינגאנצן מקיל און זאגט אם העכו"ם דר בתוך המקום שאין איסור להוליך שם, "ודאי מותר".

און אזוי פסק'עט אויך דער הייליגער תניא אבל בעיר המעורבת שמותר לטלטל בתוכה, מותר להשאילו אפי' בשבת אם הנכרי דר במקום המעורב שמותר לטלטל בו.
און ער לייגט צו א געוואלדיגער חידוש או אפי' דר במקום שאינו מעורב, אלא בענין שאין לחוש למראית העין של הרואה אותו יוצא מביתו של ישראל (כגון שביתו של ישראל רחוק כ"כ ממקום שאינו מעורב, בענין שהרואה אותו יוצא מביתו של ישראל אינו רואה כשהוא יוצא למקום שאינו מעורב).
פירט ער אבער אויס ומ"מ אם ידוע לו שהנכרי יוליכנו היום חוץ לתחום, אסור להשאילו בשבת וכו' עיי"ש.

א גוט שבת און א פרייליכן חודש. נישט פארגעסן צו זינגען שושנת יעקב ביי ש"ש...

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג מארטש 04, 2011 6:57 am

א גוט מארגן נישט פארגעסן צו זאגן ברכת התורה מיט א ברען.


ר' לייב גראס האט געזאגט אז די רעפארמיסטישע רע-בנים ווילן מבטל זיין צו זאגן דעם "הרי את" בשעת די חופה, ווייל ווי קען מען דען זאגן "כדת משה וישראל" ווען זיי צילן דאס אויסצורייסן?...
ממילא האבן זיי געטראפן א פאסיגער פסוק וואס מען זאל זאגן אנשטאט, נעמליך "אני לדודי ודודי לי".
און וואס וועט מען זאגן ביי א גט? האט ר' לייב געפרעגט. "ברח דודי"! איז געווען זיין ענטפער...


סעיף ג'



(צוליב געוויסע סיבות קען איך נישט דעי וואך פארלערנען פון אינעווייניג. אלזא וועלן מיר אויסשמועסן דעם קומענדיגן סעיף אין קורצן אויף אויסעווייניג, און קומענדיגע וואך וועט מען פארלערנען אינעווייניג מחבר, רמ"א און באה"ט כרגיל).

אינעם פאריגן שיעור האבן מיר געלערנט וואס טוט זיך מיטן פארדינגען\בארגן כלים פאר א גוי. אין די פאלגענדע סעיפים וועט מען לערנען די הלכה פון פארדינגען\בארגן א בהמה וואס געהערט פאר א איד.

דער הייליגער באשעפער האט אונז באפוילן אין די תוה"ק: "למען ינוח אתה ובהמתך". דאס איז דער ציווי אויף "שביתת בהמתו" וואס איז אסור מדאורייתא. וואס טוט זיך פארדינגען פאר א גוי? וועט זיך ווענדן אין די באקאנטע פראגע צו "שכירות קניא" אדער נישט.
ווייל אויב האלט איך אז עס איז יא קניא, איז עס דאך נישט דעם איד'ס. ממילא איז ער בכלל נישט מצווה אויף זיין שביתה כאטש עס הייסט למעשה דעם איד'ס. ווידעראום זאג איך לא קניא, קומט אויס אז עס איז נאכאלץ דעם איד'ס. ממילא אויב דער בהמה טוט א מלאכה אום שבת, מעג עס זיין מיילן ווייט פון וואו ער איז, און אפי' ער ווייסט נישט דערפון דאך איז ער עובר יעדע רגע אויפן לאוו פון "שביתת בהמה".

וועגן דעם טאר מען נישט פארדינגען א בהמה פאר א גוי אינדערוואכן נאר אויב ער נעמט זיך אויס אז ער וועט עס אים צוריקגעבן בעפאר שבת, ווייל א גוי איז נישט באגלייבט צו פארשפרעכן אז ער וועט נישט ארבעטן דערמיט אום שבת.

וואס טוט זיך אויב עס קומט אן שבת און דער גוי האט עס נאכנישט צוריקגעברענגט, קען ער דען זיך גיין שלאגן יעצט מיטן גוי? ער וועט דאך עובר זיין יעדע רגע אויפן איסור שביתת בהמתו.
איז דא אן עצה אז ער זאל מקנה זיין די בהמה פארן גוי, אזוי אז עס איז נישט זיינס איז ער נישט עובר ווען דער גוי ארבעט דערויף.

פון מחבר איז משמע אז ער דארף עס נישט זאגן פארן גוי פערזענליך נאר עס איז גענוג אז ער זאגט "בהמתי קנוי' לעכו"ם". אבער דער מ"א קריגט און זאגט אז מען מוז דייקא יא זאגן פארן גוי "בהמתי קנוי' לך".

נאך אן עצה איז דא, אז ער קען עס מפקיר זיין פאר דריי מענטשן. און אז ס'איז הפקר איז עס שוין נישט זיינס ממילא איז ער נישט עובר.
און דער ב"ח האלט אז מען מעג לכתחילה עס גיין פארדינגען פארן גוי מיטן חשבון עס צו מפקיר זיין אום שבת.

דאס איז אויסגעשמועס עטליכע ענינים פון דעם סעיף גאר אין קורצן ממש אויפן שפיץ גאפל.
אי"ה קומענדיגן שיעור וועט מען לערנען דעם גאנצן סעיף אינעווייניג (אין א"י מיט משיח צדקנו פארשטייט זיך).

א גוט שבת און א לעכטיגן תמיד.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג מארטש 25, 2011 9:43 am

אזוי ווי מיר שטייען אצינד אין די דריי טעג פון די יארצייט פונעם רבן של ישראל דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע, וועלן מיר אנהייבן דעם שיעור מיט א ניגון וואס ווי דער בעל מכון "שירי דוד" האט אונז מגלה געווען, האט דאס דער רבי ר' אלימלך מחבר געווען.

דער ניגון ווערט געזינגען אין די וועלט אום מוצ"ש ביים סוף פונעם פיוט אליהו הנביא אויף די ווערטער "ככתוב".
און ווי דער רב הנ"ל זאגט, פארמאגט דער ניגון א ערשטער פאל וואס דער עולם קען נישט. וחבל על זה.

נו, לאמיר זינגען לעבעדיג מיט התלהבות... איי די דא דאם, יא די דא דיי דא דאם, אהא אהא היי איי איי אוי אוי אוי אוי אוי יאם.
אוי די דא דאם, יא דא דא דיי דא דאם, טרי טרא רא רא רא אוי אוי אוי יאם אוי אוי אוי אוי אוי יאם. וחוזר חלילה.



אין פרעשבורג איז אויך געווען א איד - א גרויסער ת"ח - ער האט געהייסן ר' לייב כהן. און ער איז געווען א קבצן גדול, קיינמאל האט ער נישט געהאט קיין פרנסה ווי געהעריג, אבער עכ"ז איז ער שטענדיג ארומגעגאנגען פרייליך.

דער אויבענדערמאנטער ר' לייב גראס פלעגט נאכפארציילן ווערטלעך און מעשה'לעך אין זיין נאמען.
אט איז צוויי עפיזאדן וואס ער האט פארציילט.

אין פרעשבורג איז געווען א חבורה וואס זייער ציל איז געווען ארויסצוהעלפן תלמידי חכמים מיט שטיצע. און כדי דאס צו באקומען האט מען געדארפט ערשיינען איינמאל א חודש ביי א זיצונג פון די הנהלה אויף א כמו-פארהער, וואו ער האט געדארפט זאגן עפעס א חידוש, און פארשטייט זיך אז זיי -וואס זענען אויך געוועזן ת"ח - האבן עס פרובירט אפצואווענדן, און ער האט געדארפט ענטפערן דערויף וכו'.
ווען דער ר' לייב איז אריינגעקומען, האט מען אים געפרעגט: "וועלכע סוגיא האלט איר יעצט?"
האט ער געענטפעט אז ער האלט ביי די סוגיא פון "דריסה" אין מס' חולין, און ביי "ארי שנכנס בין השוורים"...

נאך האט ער פארציילט, אז איינמאל האט ר' לייב געוואלט געבן א גט פאר זיין ווייב אין די בי"ד פונעם כתב סופר.
די פארהאנדלונגען און פארברייטונגען האבן זיך פארצויגן ביז נאכמיטאג, ווען מ'האט געמאכט א הפסקה.
און דער רב האט איינגעלאדענט ר' לייב זאל קומען עסן מיטאג ביי אים אינדערהיים.
ווען מ'האט געענדיגט עסן, פארן בענטשן, רופט זיך ר' לייב אן צום רב:
"רבי, איך האב א גרויסע שאלה, צו דארף איך זאגן ביים בענטשן 'הרחמן הוא יברך את אשתי' אדער נישט?"
איז געווארן א גרויסער ויכוח אין די סוגיא פון "כיון שנתן עניו לגרשה שוב אין לו פירות", וואס האט זיך פארצויגן ביז פארנאכטס. ממילא האט מען אפגעשטיפט דאס געבן דעם גט אויף דעם אנדערן טאג. אבער... אינצווישן האט ר' לייב שלום געמאכט מיט זיין פרוי...



אינעם פאריגן שיעור האבן מיר שוין געגעבן א כמו-הקדמה אויף דעם סעיף. אצינד וועלן מיר לערנען אינעווייניג. און ווי ווייט מעגליך מסביר בלויז וואס עס פעלט זיך אויס, און נישט ארומרעדן איבריגע זאכן. ווייל דער עולם ווערט נערוועז.


זאגט דער הייליגער מחבר אסור להשכיר או להשאיל בהמתו לעכו"ם אפי' נאר פון אנהייב וואך, וואס אזוי ארום וועט אויסקומען אז ס'וועט זיין כדי שיעשה בה מלאכה בשבת, שאדם מצווה על שביתת בהמתו.

דער גר"א דא אויפן פלאץ איז גורס שמא יעשה בה מלאכה, וואס שטימט בעסער.

הגה זאגט דער הייליגער רמ"א אבל יכול להשכירה או להשאילה אינמיטן די וואך ולהתנות שיחזירנו לו קודם השבת.
אבל לא מהני אם מתנה עם העכו"ם שתנוח בשבת, כי אין העכו"ם נאמן על כך אז ער וועט טאקע נישט ארבעטן [סמ"ג וסה"ת ומרדכי פ"ק דשבת].


זאגט דער באה"ט סק"ג מלאכה בשבת. דזהו אסור מדאורייתא דקי"ל שכירות לא קניא.
ודוקא מלאכה אבל לרכוב נכרי על בהמת ישראל אין להקפיד, דחי נושא את עצמו כמ"ש סי' ש"ה סעיף כ"ב ע"ש.
ואם הישראל שכר מעכו"ם בהמה מצווה על שביתתה דשכירות קניא לחומרא. ואם חזר והשכירה לעכו"ם שרי ממ"נ, מ"א.


און דער מחצית השקל איז מסביר וואס איז דער ממ"נ דאי שכירות לא קניא, א"כ עדיין מקרי בהמת גוי הראשון דלא קנה ישראל השוכר. ואי שכירות קניא, וקנאה ישראל השוכר, ממ"מ כיון שהשכירה שוב לגוי א"כ גם גוי שני קנאה ומקרי בהמת גוי אויף וואס ער איז נישט מצווה.

דער פמ"ג אין א"א זאגט אז דאס איז נאר ביי שכירות, אבער ביי בארגן וואס דער איד איז מחוייב באונסין ממילא קען מען זאגן אז ער איז עס טאקע קונה און עס ווערט זיינס, משא"כ דער גוי פארוועם ער פארדינגט עס ווייטער. ממילא איז נישטא קיין ממ"נ ביי א פאל פון שאלה.


באה"ט סק"ד על כך. ואין בכלל זה מה שמוסרין בהמה לרועה דמירתת להשתמש בהן כמ"ש סי' ש"ה סכ"ג.

גראדע דער מחבר דארט פסק'עט אז עס איז מותר צוליב אן אנדערן טעם.
לאמיר זעהן דעם לשון מותר למכור סוס או פרד או חמור לרועה עכו"ם. ואע"פ שהעכו"ם משתמש בהם בשבת אין בכך כלום, כיון דשלא מדעת ישראל הוא עושה, ואינו ממתין שכירות ממנו. וצ"ב.


זאגט דער מחבר ווייטער ואם השאילה או השכירה לעכו"ם, והתנה עמו להחזירה לו קוד' השבת, אבער למעשה ועיכבה דער גוי בשבת, וואס טוט מען ער זאל נישט עובר זיין אויפן איסור שביתת בהמה? איז דא צוויי עצות אדער יפקירנה בינו לבין עצמו קודם השבת או יאמר בהמתי קנויה לעכו"ם, כדי שינצל מאיסורא דאורייתא.

הגה זאגט דער רמ"א ואם רוצה יכול להפקירה בפני ג' בני אדם כדין שאר הפקר.
ואפי' הכי אין שום אדם יכול לזכות בה אפי' אין שבת, דודאי אין כוונתו רק כדי להפקיע מעליו איסור שבת (טור).
ודוקא בשבת, אבל ביום טוב אין אדם מצווה על שביתת בהמתו ביום טוב (ב"י סי' ש"ח בשם שיבולי הלקט).


באה"ט סק"ה יפקירנה. דד"ת הפקר בפ"ע הוי הפקר.
אבל לכתחלה אסור להשכיר ע"ד שיפקירנה בשבת.
וגם במכירה אין היתר אלא כשמוכר כל ימי השבת ולא בשבת לחוד
, ווייל אז נישט איז דאך עס שכר שבת, עיי' תשובת צמח צדק.
וב"ח מתיר לכתחלה להפקיר בפני ג'. וט"ז כתב דאפי' דיפקיר בפני ג' אין היתר בזה ברור לכתחלה אלא יש היתר לפי הדרכים שזכר בסעיף ה'.
באה"ט סק"ו בהמתי. ודוקא בפניו צריך לומר כדי שיתכוין לקנות, מג"א.
[ובס' אליה רבה פסק דאפילו בינו לבין עצמו מהני כדעת
פשטות לשון השו"ע, בדיעבד עכ"פ].

באה"ט סק"ז לזכות בה. כתב ט"ז: שמעתי בשם רב א' שסמך ע"ז להתיר להלוות ברבית על משכון דרך מכירה אע"פ שאינה מכירה ממש כגון: שחייב להחזיר לו, אפ"ה מותר, שלא עשה מכירה זו אלא כדי להפקיע איסור רבית, כדרך שאמרינן כאן לענין שבת.
ואני אומר חלילה לעשות כן בישראל! דכל שאין כאן מכירה הוי שם הלואה עליו ואסור. וכאן הוי הפקר כראוי, רק שלזמן הוא. דהיינו: ביום השבת. ובשבת עצמו הוי הפקר גמור. משא"כ במשכון הנ"ל שגוף הענין צריך להיות נמכר שיעשה הלוקח בו מה שלבו חפץ, וזה אינו שם עיי"ש.


סק"ח מצווה. וביש"ש פ"ה דביצה חולק ואוסר ויש להחמיר כדבריו, מג"א.
און ס'איז א גרויסע מחלוקת הפוסקים איבער דעם ואין כאן מקומו להאריך.

א גוט שבת.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג אפריל 29, 2011 9:04 am

ביי די בחורים איז נאך טאקע ביהזמ"נ, אבער האפענטליך דרייען זיך נישט דא קיין סאך פון דעם מין, און ביי אונז האט זיך דאך שוין דער זמן אנגעהויבן תיכף נאך יו"ט. אלזא צוריק צו די גמרא... כ'מיין שו"ע.

און בתור "פתיחה" וויל איך זאגן עטליכע דיבורים פארן ציבור מבקשי השיעור.
מיר געפינען זיך דא אינעם פרעכטיגן היכל "בית יאנאש", וואס מען האט -ווי איך פארשטיי- איר אויפגעשטעלט פאר איין צוועק נעמליך פארצולערנען דעם אזויגערופענעם "שיעור הקהילה", וואו עטליכע פון די מנהלים - ס'פעלט נישט אויס צו דערמאנען קיין נעמען, יעדער ווייסט פון וועמען מ'רעדט - האבן פארגעלערנט דעם "קיצור" על הסדר בטוב טעם ודעת. אויך איז נישט קיין סוד אז דעם פארגאנגענעם יום א' צו, ז' אדר ב', תשע"א לפ"ק האט מען מסיים געווען ברוב פאר והדר דעם גאנצן ספר.
און אצינד האלט מען שוין סוף חודש ניסן און ליידער לדאובונינו בעוה"ר האט מען זיך נאכנישט צוריקגענומען פארלערנען ווייטער.
יא, מיר פארשטייען, מען דארף א בראך (ברעיק בלע"ז) פאר א קורצע וויילע. ווי משה רבינו ע"ה האט שוין געזאגט "ליתן ריוח בין פרשה לפרשה".
ווי אויך איז געווען פארשידענע מיינונגס פארשידענהייטן וואס מען זאל לערנען. צב"ש אנכי הקטן שטיץ שטארק "דרך החיים" על הסדר, ווידער אנדערע ווילן דעם "שלחן ערוך הרב". אבער יעדנפאלס דארף מען פאסן דעם באשלוס ווי פריער. ס'איז נישט פאסיג פאר אזא חשובער מקום תורה ווי "בית יאנאש" אז זי זאל שטיין אזוי לאנג אן א שיעור.
און וויבאלד דברי תורה איז דאך איינע פון די זאכן הצריכים חיזוק, ממילא ווילן מיר טאקע מחזק זיין די מנהלים און פארלערנער'ס שליט"א: תחזקנה ידיכם! און מיינט נישט ח"ו אז אייער ארבעט איז לריק. איך מיין אז איר וועט מסכים זיין אז אפי' בלויז נאר איין איד האלט עס מיט לוינט אויך די טירחא, כ"ש וכ"ש צו מזכה זיין צענדליגער אידן מיט לימוד התורה איז דאך זיכער א גרויסער זכות בזה ובבא.
וכל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו, און דאס וועט אייך זיכער צוהעלפן אנצופירן די קרעטשמע מיט יושר און אחריות כראוי וכיאות.


מיר שטייען אצינד אין די יומא דהילולא פון האי צדיק גאון וקדוש, ציס"ע רשכבה"ג רבינו הקדוש מצאנז זצוקללה"ה.
"צאנז"! פריערדיגע חסידים האבן געכאפט א ציטער נאר ארויסזאגנדיג דעם נאמען פון די הייליגע שטאט וואו דער הייליגער צדיק האט געדינט דעם בוכ"ע מיט מסי"נ. מיר פערזענליך זענען שטארק מקושר צום הייליגן רב אשר כל בית ישראל נשען עליו, און מיר האבן געהאט שטארק חשק צו זיין אויפן ציון הק' ביום היארצייט. אבער דער מסבב כל הסיבות האט אנדערש געוואלט, ממילא זענען מיר עס מקבל באהבה. אבער וויסן דארף מען אז א מקום ודבר רוחני פארנעמט נישט קיין פלאץ, ס'איז למעלה מן המקום ומן הזמן. ממילא וואו מען זאל נאר זיין קען מען זיך מקשר זיין מיט די אלפי ישראל וואס פארן אהין ביומא דהילולא איינצורייסן פאר כלל ישראל בכל מקום שהם אז עס זאל שוין נעמען אן עק צו אידישע צרות און אזוי ווי דער הייליגער צדיק האט געדינט השי"ת ביי זיין לעבן בכל לבבו ונפשו למעלה מהשגת אנוש און אזוי ארום משפיע געווען מהוד קדושתו אויפן גאנצן ארום, זאל ער היינט אויך אראפקוקן אויף אונזער עולם השפל, אונז אנקוקן ווי אזוי מיר זעהן נעבעך אויס, ווי אידישע קינדער דראפען זיך אויף די גראדע ווענט זיך צו האלטן ביי אידישקייט, צו מקיים זיין תורה און מצוות, צו זיין ערליך און אפגעהיטן, צו מגדל זיין די קינדער על דרך התורה המסורה לנו. ווי אידישע קינדער מוטשען זיך אויף פרנסה, זיי האבן נישט קיין טאג און קיין נאכט בלויז צוליב די זינדיגע פרנסה. און זאל בעטן ביי כביכול זאל זיך שוין מרחם זיין אויף די הייפעלע אידעלעך אז זיי זאלן זיך קענען דערהאלטן אין די לעצט פארבליבענע מינוטן און שעה'ן וואס זענען אונז נאך פארבליבן אין דעם ביטערן גלות. דער הייליגער רב איז דאך געווען אזא געוואלדיגער גאון אין מדת הצדקה, ער האט ממש אלעס אוועקגעגעבן פאר א צווייטן איד, זאל ער אראפקוקן אויף אונזער שפל'דיגן דור און זעהן ווי אידן טוען היינט-צו-טאג חסד אויף אזא מאסשטאבליכן פארנעם (מער ווי אין אלע דורות פריער) אזש ס'איז צום באוואונדערן. און זאל ער איינרייסן אז עס זאל שוין מקויים ווערן "בך" מיט די מידה פון אאע"ה דהיינו מדת החסד, "חותמין" זאל מען שוין ענדליך חתמ'נען דעם ביטערן גלות און מיר זאלן שוין זוכה זיין ווי אמשנעלסטן צו ביאת ינון במהרה דידן אמן.
זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן.


אזוי ווי מיר האבן שוין געמאלדן אין א פריערדיגן שיעור, האבן מיר שוין ב"ה א מונדליכן שיעור יעדן ליל שישי אינדערפרי. ממילא קענען מיר נישט פארלערנען בקביעות יעדע וואך אן אויסנאם. (עס האט געווענליך צו טוהן ווען איך בין גרייט צום דאווענען).
און מאנכע האבן זיך דעריבער אפגערעדט אז זיי ווייסן נישט אריינצוקומען דא ווען מיר לערנען פאר.
אלזא ווער עס וויל זאל מיר שיקן א פריוואטע מעלדונג, און איך וועל אים צולייגן צו די ליסטע וואס איך וועל אי"ה גלייך נאכן שיעור ארויסשיקן א מודעה מיט די פריידיגע מעלדונג אז מען האט בעזר הוי"ה פארגעלערנט דעם שיעור.
ווי אויך אויב עמיצער קען אויפסעטן א "טוויטער" אקאונט, און זיך אונטער נעמען עס אנצופירן, אשרי לו ואשרי חלקו. (בשו"א נישט "פעיסבוק" ח"ו)


איך אנטשולדיג זיך אז די וואך האבן מיר נישט קיין מילתא דבידוחתא, דער וואס שטעלט עס צו געווענליך איז געווען זייער פארנומען. אבער איר קענט איבער'חזר'ן איינס פון די פריערדיגע וואכן, עס האט נאכנישט עקספייערט...

גיימער לערנען מיט א חיות און א ברען!


סעיף ד'



זאגט דער הייליגער מחבר ישראל שהשכיר שוורים לעכו"ם לחרוש בהם, וחורש בהם איז דאך דא א פראבלעם מיט שביתת בהמה ווי מיר האבן געלערנט אינעם פריערדיגן סעיף, איז יש מתירים עס צו טאן בתנאי אז אם קבל עליו העכו"ם אחריות מיתה וגזילה ויוקרא וזולא, וואס אזוי ארום ווערט דער גוי פאררעכנט ווי א בעה"ב כאטש ער קען עס נישט פארקויפן.
וי"א דכיון למעשה איז דער מציאות שאין העכו"ם יכול למכרה אם ירצה דעריבער נקראת בהמת ישראל.
[ועיין למטה בסימן זה] ווי עס ווערט אויסגעשמועסט בפרטיות אלע אויפני ההיתר שותפות בבהמה.

זאגט דער באה"ט סק"ט בהמת ישראל. ישראל שיש לו סוס, ובא המושל המכירו להשאילו או להשכירו, והוא אינו יכול למאן כנגדו מפני איבה און עס קען דאך דורכדעם קומען צו סכנת נפשות, דאן זאל ער טוהן די פאלגנדע עצה ימכרנו לו בדבר מועט, ואז יכול המושל לעשות בו כרצונו וויבאלד ער האט עס דאך "פארקויפט". ואם אח"כ וועט דער מושל יחזור ויתן לו הסוס וגם השכירות, מתנה בעלמא יהיב ווייל דער עיקר איז אז למעשה ווען ער האט עס געהאט איז עס נישט געווען דעם איד'ס. אזוי שטייט אין תשובת שבות יעקב ח"ב סי' ל"ט עיי"ש.
והמחבר ספר יד אהרן חולק עליו, וכתב (ווי דער י"א פונעם מחבר) וז"ל: ול"נ שאם הגוי יכול למכרו אף שמכרו לו בדבר מועט, מותר. ואם אינו יכול למכרו, אסור. שנקראת בהמת ישראל בכל מקום. וכ"כ בתשובת צמח צדק עיי"ש.
און דער באה"ט פירט אויס והיותר טוב שיפקירנה.

דער "שערי תשובה" דא אויפן פלאץ ברענגט [ווי זיין שטייגער] צו דעם באה"ט וואס ברענגט דעם מחלוקת צווישן דעם שבו"י און דעם יד אהרן מיטן צ"צ, און פירט אויס ולענ"ד נראה עיקר כהשבות יעקב, דהני טעמי דהצמח צדק וואס רעדט פון מקנה זיין פערד צו ארבעטן מיט זיי אויף א טאג צוויי לא שייכי בזה עיי"ש.


דער זכות פונעם הייליגן רב זי"ע זאל מגין זיין אויף אונז און אויף אלע מקשיבי השיעור אז מיר זאלן נאך קענען זוכה זיין צו לערנען אינאיינעם לאנגע יארן מיט געזונט פרנסה און נחת, מתוך אושר ועושר געזונטערהייט און פרייליכערהייט עד ביאת משיח צדקנו בב"א

א גוט שבת.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג מאי 20, 2011 8:03 am

א גוט מארגן, בעזהשי"ת גייען מיר היינט פארענדיגן דעם סימן בשטו"מ.


דער אויבנדערמאנטער ר' לייב האט פארציילט אויף א געוויסן עושר א ת"ח וואס האט געשיקט זיין זוהן אין ישיבה לערנען, אבער ער האט נישט געהאלטן דערביי און איז צוריקגעקומען ליידיג אויסנוצנדיג די גאנצע געלט וואס ער האט באקומען אויף שוואויל-טאג און הולטייען.
האט דער פאטער געשריבן צו א חבר זיינער מיט ווייטאג אזוי: איך האב געשיקט מיין זוהן אין ישיבה מיט "כסף משנה", כדי ער זאל ווערן א "מגיד משנה" און אהיימקומען ווי א "משנה למלך" (מאן מלכי רבנן).
אבער ביז דערווייל האט ער די "כסף משנה" אויסגעגעבן אויף "לחם משנה", ער האט דארט געלעבט ווי א "משנה למלך", און איז אהיימגעקומען ניטאמאל זייענדיג א "מגיד משנה"...


סעיף ה'



זאגט דער הייליגער מחבר אם ישראל ועכו"ם שותפין בבהמה, מותר לעשות בה עכו"ם מלאכות בשבת ע"י שיתנה עם העכו"ם בתחלה כשקנו אות' שיטול העכו"ם בשבת וישראל ביום חול. ואם לא התנו מתחלה אסור אע"פ שהתנו אח"כ.
ואם ילוה אותה לעכו"ם בהלואה גמורה
דאס הייסט אז: שיהא רשות בידו להוציאה אם ירצה שלא ברשות ישראל, ויזקוף הדמי' על העכו"ם, ואחריות השוורים על העכו"ם דאן איז מותר.
ויש מתירים אפי' לא יהא רשות ביד העכו"ם להוציאם על ידי שיזקוף הדמים על העכו"ם במלוה נאר ויחזור העכו"ם ויעשם אפותיקי (פירוש אפו תהא קאי כלומר לא יהי' לך פרעון אלא מזה) לישראל או יהרהנם [פירוש משכון בלשון ישמעאל רהן] אצלו ובלבד שלא יאמר לו מעכשיו.
ויש מתירים
דער ב"י בשם דער מהר"י בי רב איז מתיר ע"י שיזהיר ישראל את העכו"ם שלא יעשה בה מלאכה בשבת, ואם יעבור ויעשה תהי' אחריות עליו אפילו מהאונסים.
ויכתוב כן בערכאותיהם, דהשתא אם בא לעשות בו מלאכה בשבת אינה בהמת ישראל שהרי קנא' העכו"ם להתחייב באונסיה.


הגה זאגט דער הייליגער רמ"א וכל צדדי היתירים אלו הלכתא נינהו, ויכול לעשות לכתחילה איזה מהן שירצה.
און דא גייט ער קריגן אויפן מחבר ואפי' אם הבהמות "כולה" של ישראל, דינו כאלו היתה בשותפות עם העכו"ם. רק שיפרסם שעשה דרך היתר.

זאגט דער באה"ט סק"י עם הגוי וכו'. ואז מותרין אח"כ לחלוק בשוה, כמ"ש סימן רמ"ה ס"ק א'. ועיי' מ"א.

סקי"א בערכאותיהם. ברענגט ער נאך פונעם מ"א אז דאס איז לפרסומי מלתא.

דער מחצית השקל זאגט אז מ'דארף עס אויך נאטירייזן כדי לצאת ידי האומרים דהפקר בינו לבין עצמו לא מהני ,משא"כ אויבן ווען מען האט געזאגט אז מען מעג איז דאס נאר געווען בדיעבד ווען מען האט נישט קיין ברירה, אבער לכתחילה טאר מען נישט.
נאך א טעם זאגט ער אז מען ברויך דאס כדי לזכות את הישראל שלא יוכל הגוי להכחיש כשיארע אונס.

זאגט דער באה"ט סקי"ב ישראל. אם הסוסים של ישראל, וגם העכו"ם הוא עבדו ומוליך סחורתו אין היתר במכירה. דהרי אסור להניח לו לעשות מלאכתו. אא"כ הוא מושכר לו רק ליסע עס הסוסים, אז שרי להרמב"ם כמ"ש סי' רמ"ד ס"ה. ועכ"פ דאס איז זיכער אז אסור לו' לך בשבת כמ"ש סי' רנ"ב.

כתב הב"ח: ואלו שיש להם סוסים ועגלות ומוליכין משאות בשבת בשכר, ומוכרין בכוונה לעכו"ם כדי להפקיע איסור שבת, עוברים על דברי חכמים וראוי לקונסם עיין צמח צדק סימן ל"ה. אבל לדבר מצוה
למשל להוליך אתרוגים איז מותר מיט א היתר מכירה (שע"ת).

האבן מיר בעזהשי"ת געענדיגט הל' שכירות וקבלנות, און אי"ה אינעם קומענדיגן שיעור וועט מען שוין לערנען ענינים וואס זענען מער נוגע היינטיגע צייטן.

צום סיום פון הלכות "שביתת בהמה", וואלט אינטרעסאנט געווען צו ברענגען די פאלגנדע מעשה וועלכע איז געווען געדרוקט אין מעלות (אדר תשע"א), וואס רביצין פעלמאן ע"ה (נפטרה ה' אדר תשס"ד) פון א"י - וועלכע האט אין איר יוגנט געוואוינט אין באראנאוויטש און איז געווען א נאנטער שכן צו הרה"ג ר' אלחנן וואסערמאן זצ"ל - האט דערציילט.
רבי אלחנן פלעגט יעדן ערב שבת גיין אין שוהל שוין ביי פלג המנחה. איינמאל, ווען ער האט אנגעהויבן שפאנען אינעם ריכטונג פון שוהל האט ער געזעהן ווי א איד שטייט פארלוירן נעבן זיין פערדל וואס האט זיך אראפגעזעצט אינמיטן וועג.
זעענדיג דעם ראש ישיבה שוין אין שבת'דיגע קליידער, האט דער איד גענומען קלאגן "באלד איז שוין שבת און דער פערד רירט זיך נישט! איך דארף נאך אנקומען צו מיר אין שטוב".
רבי אלחנן האט זיך צוגעבויגן און איינגערוימט אין אויער פונעם פערד "באלד איז שבת און דער מענטש דארף אנקומען אהיים!"
דער פערד האט זיך גלייך אויפגעשטעלט און פארגעזעצט זיין וועג ווי קיינמאל גארנישט...

פון וואס דערמאנט עס אייך? יא! גם אני בחלומי.
די באקאנטע מעשה פון מדרש מיט א חסיד וואס האט פארקויפט זיין בהמה פאר א גוי...



דעם קומענדיגן זונטאג איז די יארצייט פון התנא האלקי רבן שמעון בר יוחאי זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל.
ס'איז איבעריג צו זאגן וואס די יארצייט מיינט פאר כלל ישראל. יעדער קוקט ארויס אויף דעם טאג ווען דער הייליגער תנא וואס די גמרא איז מעיד אויף אים "כדאי הוא ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק". און ווי איז נאך דא אזא שעת הדחק = א געענגטע צייט; ווי אינעם היינטיגן דור וואס איז "עקבתא דמשיחא" לכל הדיעות.
זאל ער טאקע משפיע זיין אז זיין פסק פון "ח"ו שלא תשתכח תורה מישראל" זאל מקויים ווערן אויף גאנץ כלל ישראל, עס שטייט דאך אז "כדאי הוא לסמוך עליו בין בפניו ובין שלא בפניו" ממילא קען ער משפיע זיין אפי' מיר זענען נישט דארט.
און אלע אידן וואס פארן צום הייליגן ציון זאלן פועל'ן אלעס גוטס פאר גאנץ כלל ישראל, און אהיימקומען למקום מגוריהם שלם בגופם, שלם בממונם ובתורתם.
און מיר זאלן שוין אלע אויסבעטן די לאנג ערווארטעטע ישועה אויף וואס כלל ישראל ווארט, בעט און האפט שוין אזויפיל יארן, ויצמח פורקני' ויקרב משיחי' במהרה דידן אמן.

ל"ג בעומר איז אויך די יארצייט פונעם הייליגן רמ"א זי"ע. "ובני ישראל יוצאים" אידישע קינדער גייען ארויס פון אלע צרות "ביד רמ"א" מיטן כוח אין זכות פונעם הייליגן צדיק ר' משה איסערליש זי"ע.
אין זכות פונעם לערנען זיינע הייליגע ווערטער און פסקים, און פארשטייט זיך אויך עס איינהאלטן, וועט ער זיכער משפיע זיין ישועות ורפואות פאר גאנץ כלל ישראל, אמן.

א לעכטיגן שבת.

נ. ב. נישט פארגעסן צו זינגען דעם שיר "בר יוחאי" בעפאר כגוונא.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג אוגוסט 05, 2011 7:44 am

א גוט מארגן טייערע אידן. מיר האבן שוין ליידער נישט געלערנט צוזאמען פאר א לענגערע צייט, אבער מיר האפן פון איצט און ווייטער זיך אנצושטרענגען און פארלערנען כסדר אן קיין הפסקות וויבאלד איין געוויסע מניעה איז שוין ב"ה פארשוואונדן.


און אלס פארגיטיגונג וועלן מיר אייך היינט ברענגען עטליכע בדיחותא'ס...

דער פרעשבורגער שמש פלעגט זאגן: אמאל האבן געברענט אין ביהמ"ד בלויז עטליכע וואקסענע ליכט, אבער דאך האבן די בע"ב געטראפן די אורחים און מען האט זיי איינגעלאנדענט צו די סעודות שבת.
און היינט... היינט ברענט אין ביהמ"ד שטארקע עלעקטערישע לעמפ, עס איז לעכטיג אין גרויסן און מיט דעם אלעם טרעפן זיי עפעס נישט די קבצנים...

נאך האט ער געזאגט: אמאל האבן די ארימעלייט פארמאגט צעריסענע קליידער ווייל אסאך בע"ב האבן זיך ארומגעקריגט איבער איינעם ווער עס זאל האבן די זכי' אים צו האבן אלץ גאסט.
און היינט... היינט איז פארקערט. די ארימעלייט שלאגן זיך ארום איבער די בע"ב און דערפאר זענען די קליידער פון די בעלי בתים צעריסן...

אויך האט ר' לייב געזאגט: אמאל פלעגן די רבנים שרייבן בעפאר זייער נאמען "הקטן", אבער מען האט זיי נישט געגלייבט נאר מ'האט זיי געהאלטן פאר גרויסע לייט.
און היינט... היינט שרייבן זיי זיך אונטער מיטן טיטול "הרב" און מ'גלייבט זיי אויך נישט...



מיר הייבן בעזהשי"ת אן סימן רמ"ז, וואס פון דא ביז שהייה והטמנה זענען דא גאנץ וויכטיגע הלכות וואס קענען נוגע זיין פאר יעדן איינעם.
אלזא לאמיר גיין לערנען מיט א פרישקייט!

סימן רמז


דין עכו"ם המביאים כתבים בשבת

ובו ו' סעיפים



זאגט דער הייליגער מחבר שולח אדם אגרת ביד עכו"ם ואפי' בע"ש עם חשיכה, והוא שקוצץ לו דמים ער באשטימט א פרייז פון פאראויס.

זאגט דער באה"ט סק"א שקצץ. דאז בדידי' קא טרח ולא בשביל ישראל. וה"ה בכל מלאכות בענין קצץ כמ"ש סי' רנ"ב.
ובס' אליה רבה השיג על מ"א בזה, והעלה
דבכתב עכו"ם או כלי ומעות אפי' בלא קצץ, מותר. כיון דל"ל ר"ה בזמן הזה, ע"ש.

זאגט דער מחבר ווייטער ובלבד שלא יאמר לו שילך בשבת.

זאגט דער באה"ט שילך בשבת. גם צריך שיוציאו מפתח ביתו של ישראל קודם חשכה.
ואסור לומר ראה שתהא שם ביום א' או ב', וידוע שא"א להיות שם אא"כ שילך בשבת.

ואפי' אין פאל פון קצץ איז אסור דאס צו זאגן, מ"א.

זאגט דער מחבר ווייטער ואם לא קצב, ווענדט זיך: אי לא קביע בי דואר (פי' איש ידוע שכל כתב אליו יובל והוא משלחם למי ששלוח אליו) במתא, אסור לשלוח אפילו מיום ראשון דאס הייסט אין אנדערע ווערטער: קיינמאל.
אבער ואי קביע בי דואר במתא, משלחין אפי' בע"ש. והוא שיהא גענוג שהות אין טאג כדי שיוכל להגיע לבית הסמוך לחומה פון די שטאט וואו ער צילט אנצוקומען.

זאגט דער באה"ט סק"ג בי דואר. פי' שכל שאין בי דואר אלא צריך שיגיע הכתב אל ידי עצמו של מי שנשלח לו, יש לחוש שמא הוא אינו בביתו און דעריבער וועט אויסקומען אז וילך אחריו בשבת כדי צו ערפילן זיין פערזענליכע שליחות. אבל הבי דואר הוא עצמו קבוע תמיד למלאכ' זו ממילא וועט ער נישט נאכגיין צום ציל כדי צו ערלעדיגן דעם שליחות נאר ער וועט ווארטן ביז ער קומט צוריק.
וזהו שקורין פאס"ט מיינשט"ר.

באה"ט סק"ד לחומה. לעיר שנשתלח שם. כלומר: לבית ראשון פון שטאט, אזוי פסקע'ן די ב"ח און מ"א אנדערש ווי דער ב"י.

הגה זאגט דער רמ"א ויש מתירין אפי' לא קצץ, ואפילו לא קביע בי דואר במתא - אם משלחו ביום ה' או קודם לכן.
ויש לסמוך עלייהו אם צריכין לכך
.

זאגט דער באה"ט סק"ה עס איז געשטאנען אין רמ"א ביום ה'. ואפי' יודע שלא יוכל הגוי להגיע לשם קודם שבת.
ונ"ל דאף לסברא ראשונ' ד"ה דער פסק פון מחבר אז ס'איז אסור ביי אינו קצץ, איז אבער אם הדרך איז קרוב צום שטאט פון וואו ער שיקט אים ארויס. כגון: עס איז א מהלך יום אחד, ומשלחו ביום ב' או ג', שרי. שאף שלא ימצאנו בביתו, יש לו שהות הרבה ללכת צום ציל ביז שבת, אזוי זאגט דער מ"א.

ויה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה במהרה דידן.

מען האלט שוין אט אט דארט... לאמיר אריינכאפן צו דינען השי"ת אינעם ביטערן גלות.

א גוט שבת.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2011 10:57 pm

א גוט יאר טייערע אידן.

אויפן פארלאנג פון עטליכע משתתפי השיעור וועלן מיר פון היינט אן און ווייטער בעזהשי"ת שמו ויתעלה ונצח נצחים, פארלערנען אנהויב נאכט. האפנטליך וועט דאס מרבה זיין ספסלי ביהמ"ד און גלייכצייטיג ערמעגליכן אז דער שיעור זאל ווערן פארגעלערנט מיט מער קביעות לשביעות רצון כל המשתתפים.

איך וויל דא אויסדרוקן אן עפנטליכן דאנק פאר דעם יעניגן וואס האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אז איך האב אינעם פאריגן שיעור געלערנט אנדערש ווי א מחה"ש.
יהא זכות הרבים תלוי בו וממנו ילמדו וכן יעשו.


אין די שטאט בריסק איז אמאל אנגעקומען א בארימטער מגיד, נישט קיין גרויסער ירא שמים, און געבעטן ערלויבעניש צו האלטן א דרשה אין שול. אבער הגאון ר' חיים האט אים נישט געגעבן די ערלויבעניש.
איז ער געגאנגען צו אים מיט טענות "ס'טייטש רבי? הלמאי איר לאזט מיר נישט רעדן, איך זאג דאך נישט קיין אייגנס, איך ברענג בלויז ציטאטן פון דברי חז"ל: תורה, משנה און גמרא אא"וו".
ענטפערט אים ר' חיים מיט א שמייכל: "פלייש וואס מען האט געשאכטן מיט אלע הידורים, מ'האט עס בודק געווען און געזאלצן אלעס מיט די גרעסטע חמרות. פונדעסטוועגן אויב האט מען עס געקאכט אין א נישט-כשר'ע כלי איז עס טריפה לכל הדיעות...



אין פריערדיגן סעיף האבן מיר געלערנט אז דער מחבר האלט אז אויב מען האט נישט באשטימט א פרייז מיטן גוי טאר מען נישט שיקן מיט אים א בריוו. יעצט גייט ער אביסל אויסשמועסן עטליכע פרטים אין די הלכה פון קצץ.


סעיף ב'



ברענגט דער הייליגער מחבר דעם פסק פונעם הייליגן רשב"א ואם התנה עמו שיתן לו שכרו, אף על פי שלא פירש פונקטליך כמה יתן לו ,מיט דעם אלעם איז דינו כקוצץ. דסמכיה דעתיה דעכו"ם, ובדידה קא טרח.
אבל בסתם ד"ה אז ער האט אים אינגאנצן נישט געזאגט אז ער גייט אים בכלל באצאלן, אע"פ שיש בדעתו שיתן לו שכר דאך איז אסור. דלא סמכיה דעתיה אויף די געצאלט וואס ער וועט אפשר באקומען, דעריבער קומט אויס אז ובישראל קא טרח:

דער מ"א סק"ה זאגט אז פון דא זעהט מען אז כ"ש ווען ער ערווארט בכלל נישט קיין באצאלט איז זיכער אסור. און דערפאר לאזט אונז דער מחבר הערן א רבותא אז אפי' ער ערווארט יא א באצאלט, נאר מ'האט אים עס נישט קלאר ארויסגעזאגט איז אויך אסור.
דער א"ר לערנט אבער פשט אינעם רמ"א לויטן ב"י (ווייל ווי געלערנט אינעם פריערדיגן סעיף, דער רמ"א זעלבסט האלט דאך אז עס איז אייביג מותר), אז אויב דער איד זאגט אים קלאר אז ער גייט אים נישט באצאלן און דער גוי איז מסכים איז בעסער ווי ווען ער האט אינזין אים צו באצאלן אבער זאגט אים גארנישט.


סעיף ג'


זאגט דער הייליגער מחבר אם שכרו לימים, דבר קצוב בכל יום וואס ער באקומט פארן ארבעטן בהליכתו ובחזרתו, אלא שאינו מקפיד עמו מתי ילך: אם הוא בע"ש, אסור. דכשיוצא בשבת נראה פאר די מענטשן אין גאס כאלו התנה עמו כך: כאטש עס איז נישט אזוי.


היינט געפאלט אויס די צוויי און דרייסיגסטער יארצייט פון האי צדיק וקדוש סאטמארער רב הגה"צ רבי יואל טייטלבוים זצוק"ל.
זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל אמן. און השי"ת זאל העלפן אז אלע אידן וואס פארן צום ציון הק' מתפלל זיין, זאלן זיך אויסבעטן אלעס גוטס בכלליות ובפרטיות אמן ואמן.

לכבוד די יארצייט וועלן מיר נאכברענגען א עובדא פונעם רבין וואס שייכות צו די הלכות אמירה לעכו"ם אין וואס מיר זענען יעצט דא עוסק.
פארשטייט זיך אז מ'זאל זיך נישט פארלאזן אויף דעם "מעשה רב" נישט לחומרא און נישט לקולא, מיר ברענגען בלויז נאך דעם לשון כמות שהוא אינעם ביכל "איבער בערג און ימ'ען" (איבערלעבענישן פון הרה"ח ר' חיים מרדכי שטיינבערג ז"ל).

שמיני עצרת אינדערפרי איז אנגעקומען א בריוו צו ר' חיים מרדכי'ן אויף דער פאסט.
"אימיגרעישן דעפארטמענט", האט ר' חיים מרדכי געליינט די געדרייטע בוכשטאבן אויפן קאנווערט.
דאס הארץ האט אים גענומען ווילד קלאפן. אפשר איז דא גוטע נייעס?
מיט איין אטעם איז ער אריבערגעלאפן צום רבין, און געפרעגט ווי אזוי ער קען עפענען דעם בריוו אום יו"ט. דער צושטאנד אין א"י האט זיך פארערגערט פון טאג צו טאג; עס האט אים געברענט ארויסצובאקומען זיין ווייב פון די נאכאנאנדיגע קאמפן און באמבאדירונגען.
דורך א גוי מעגסטו עס עפענען האט דער רבי גע'פסק'נט. אבער נאר א שווארצער. אן אנדערער קען אויסזעהן ווי א גוי, אין דער צייט וואס ער איז באמת א אידיש קינד.


דעם שבת גייט מען שוין זאגן ר"ח א-ל-ו-ל יהי' ביום... מען דערמאנט זיך ווי אונזערע זיידעס האט געכאפט א ציטער ווען מ'האט געהערט די ווערטער. מיר זענען ליידער ווייט נישט אויף די מדרגה, אבער כאטש עפעס לאמיר פראבירן צו טוהן צו ווערן נענטער צו השי"ת.
זיין ערנסטער, ערליכער און פרייליכער אז מיר זענען אידן און האבן א תורה ומצוות מקיים צו זיין.
השי"ת זאל העלפן אז מ'זאל האבן שכל ווי אזוי אויסצונוצן די דאזיגע געהויבענע טעג און מיר זאלן אלע האבן א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר לנו ולכל ישראל, זאגטס אלע אמן.

א גוטע נאכט און א גוט שבת.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2011 9:51 pm

הגאון ר' שלמה קלוגער איז אמאל געגאנגען מבקר חולה זיין איינע פון די חשובי הקהל, און עס איז גראדע געווען דעמאלט ר"ח. אריינקומענדיג, האט ער באמערקט ווי אויפן טיש ליגט א ספר און א טריפה'נער בוך להבדיל.
רופט ער זיך אן צום חולה: "איך קלער אז איר וואלט נישט געדארפט זאגן היינט קיין הלל".
און אויפן לעצטן'ס וואונדער האט ער מסביר געווען: "אום ר"ה זאגן מיר נישט קיין הלל ווייל 'עס זענען ספרי חיים וספרי מתים פתוחים לפניו', און דא זעה איך דאס זעלבע, ממילא וואלט איר אפשר מן הדין נישט געדארפט זאגן"...



סעיף ד'



זאגט דער הייליגער מחבר (אם) העכו"ם מוליך הכתב בחנם, אפילו נתנה לו בע"ש מותר. שהרי העכו"ם מאליו הוא עוש' זה.
ואינו אלא להחזיק טובה לישראל, מפני מה שקיבל ממנו. והו"ל כאילו קצץ:

דער מ"א לערנט פשט אין מחבר, אז פונעם לשון "מאליו הוא עושה" זעהט מען דוקא ווען דער גוי טראגט זיך אן עס צו טראגן, דאן איז מותר.
אבער אין א פאל וואס דער איד בעט אים, אפי' ער איז גערן מסכים וועט מען שוין נישט טארן.
אבער ער פירט אויס אז מען זעהט אז דער רמ"א האט יא געלערנט פשט אין ב"י אז אייביג ווען דער גוי איז מסכים, איז מותר.

הגה זאגט דער רמ"א ויש חולקים וסבירא להו דכל שעושה בחנם אסור, וטוב להחמיר.
אבל במקום שהעכו"ם מתחיל עם הישראל לומר שילך לו בחנם, ודאי דעתו על הטובה שקיבל ממנו ושרי (ב"י):

זאגט דער באה"ט סק"ו אין רמ"א איז געשטאנען אסור. ט"ז חולק ע"ז, ע"ש. (ובס' אלי' רבה פסק לאיסור, ע"ש):

א גוט שבת.


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט