שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #20 - ציגן און קיהען, קאראנא און ראיאטן!...

"פארמעסטן צווישן די אייוועלט שרייבער"

אחראי: אחראי

וואס איז אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל? אינהאלט | שפראך | אווער אלל רעיטינג

די וואלן האבן זיך פארמאכט דינסטאג יוני 23, 2020 4:18 pm

4
2%
★★
2
1%
★★★
6
4%
★★★★
16
10%
★★★★★
27
16%
4
2%
★★
5
3%
★★★
2
1%
★★★★
13
8%
★★★★★
31
19%
4
2%
★★
5
3%
★★★
5
3%
★★★★
16
10%
★★★★★
25
15%
 
סך הכול שטימען: 165

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #20 - ציגן און קיהען, קאראנא און ראיאטן!...

תגובהדורך יאסעלע » דינסטאג יוני 09, 2020 4:18 pm

בילד

דער רייע ביים רבי'ן שלענגלט זיך, איינער נאכן צווייטן שטייען אין די רייע און גייען אריין מיטן איינגעקנייטשטן קוויטל ‏און פדיון, ווען דער גבאי פירט אריין איינער נאכן צווייטן, ברצותו מרחיק וברצותו מקרב.‏

אט שטייט חיים ברוך מיט זיין שטרויענעם היטל, ער איז ווי אייביג איינגעבויגן מיט א גרויסן פיקל וואס שלעפט זיך פון ‏העכער זיין רוקן, דער שטיקל שטריק וואס דינט אלס גארטל הענגט אזוי נעבעכדיג אויף זיין אויסגעדארטן ‏קערפער, און פון זיינע שטיוול וואס האבן פארמאגט מער לעכער ווי שטיקל לעדער, האט מען געזען אז ער קומט א ‏לאנגע וועג.‏

דער גבאי האט אים לכתחלה געקלערט צו אריינשיקן דער לעצטער, אבער ווייזט אויס אז ער האט שוין זייער לאנג ‏נישט גענומען א נארמאלער שטיקל מרחץ, און ווי עס שיינט האט ער בלויז איין פאר וועש וואס האט שוין לאנג נישט ‏געכאפט א טבילה, נישט וועלנדיג האבן אומאנגענעמליכקייטן, האט אים דער גבאי אריינגעשיקט צום רבי'ן גראד ‏נאך גדלי' דער פרנס.‏

ער קומט אריין צום רבי'ן און ברעכט אויס אין א יאמערליכן געוויין. א געוויין וואס טרייסלט אויף יעדע איינע פון זיינע ‏גלידער, א געוויין וואס שאקלט די ווענט און מאכט די געשריי ביזן דאך ארויף.‏

דער רבי קוקט אים אן מיט זייער א רחמנות'דיגער בליק, ער בארואיגט אים מיט א ווארימער קלאפ אויפן פלייצע, און ‏פרעגט: "ר' חיים ברוך, וואס איז געשען? חס ושלום א טראגעדיע אין שטוב"?‏

‏"יא רבי, דער שטוב איז א טראגעדיע"...‏

‏"וואס איז געשען, דער שלום בית הינקעט?"‏

‏"הממ... ניין, נישט דער סארט שטוב מיין איך רבי, איך רעד פון מיין שטוב, די עכטע שטוב"...‏

‏"וואס האט פאסירט? האט א פייער חלילה אויסגעבראכן און עס פארברענט?"‏

‏"ניין רבי, דער שטוב איז גאנץ, אבער איך האב געהאט יעצט ב"ה מיין ניינטער קינד"...‏

‏"מזל טוב! מזל טוב! אסאך אידיש נחת! איז וואס איז דיין פראבלעם אצינד?"‏

‏"אז מיין דירה האט בלויז דריי צימערן, היכן יכנס כל הפשתן הזה? איך האב נישט קיין ברעקל פלאץ אין שטוב, און ‏איך האב נישט קיין איבעריגן דאלער פאר א נייע דירה, איך ווייס נישט וואס צו טון, אוי רבי, מאין יבוא עזרי? איך ‏דארף הילף, וואס וועל איך יעצט טון? וואו וועל איך פלאצירן דאס נייע עופה'לע מיינע?"‏

דער רבי פארטראכט זיך פאר א מינוט – וועלכע האט אויסגעזען פאר חיים ברוך ווי עטליכע שמיטות – און דאן ‏ווענדט ער זיך מיט א פראגע:‏

‏"ר' חיים ברוך, איר האט אפשר א שטאל?"‏

‏"יא רבי, א קליינע שטאל מיט זעקס ציגן און צוויי קיעהן, וואס פון זייער מילך ציה איך מיין ארימע פרנסה".‏

‏"אויב אזוי הער מיר אויס, פאר די קומענדיגע צוויי וואכן, ליידיג אויס דעם שטאל, און ברענג אריין די ציגן און די קיעהן ‏צו דיר אין שטוב. צוויי וואכן ארום וועלן מיר זיך נאכאמאל זען, און דאן וועט קומען דיין ישועה!"‏

חיים ברוך וואלט געווען פיל ווייניגער שאקירט צו זען ווי דער הימל שפאלט זיך און פרוכט נעמט זיך רעגענען... ער ‏קומט דא צום רבי'ן וויינען אז ער האט שוין נישט קיין פלאץ, און דא באקומט ער פרישע איינוואוינער?...‏

אבער ווי א ריכטיגער חסיד, האט ער א קוש געטון דעם רבי'ן אין האנט, און איז ארויס מיט אמונת צדיקים און אמונה ‏פשוטה, אז יהיה מה שיהיה, אויב דער רבי זאגט צו א ישועה ווייסט ער וואס ער רעדט, און ער וועט פאלגן דעם ‏רבי'ן רויט אדער טויט.‏

*‏
חיים ברוך קומט אהיים און ווערט אויפגענומען דורך זיין רביצין, די יולדות. "נו, וואס האט דער רבי געזאגט?"...‏

אנשטאט צו ענטפערן, איז ער אריין אין שטאל און אריינגעברענגט אין שטוב די זעקס ציגן און צוויי קיעהן. די קינדער ‏האבן געקוקט מיט קעלבערנע אויגן, און די ציגן האבן צוריקגעקוקט אין זייערע אויגן אריין... דער טאטע האט ‏איינגעמאלדן קליפ און קלאר, אז די קומענדיגע צוויי וואכן דארף מען מאכן הכנסת אורחים, און אריינלאזן די אכט ‏געסט אין שטוב...‏

און דאן האט זיך אנגעהויבן די פריוואטע ימים טובים... יעדע פינף מינוט איז פארגעקומען פרישע איבערקערענישן... ‏אנגעהויבן האט זיך עס ווען דער גרויסער גרשי האט געמאכט זיין אייערשפייז, און ער איז געגאנגען ברענגען אביסל ‏ציבעלע אריינצולייגן, אבער דאן האט ער געזען אז א ציג האט שוין געענדיגט אפלעקן זיין טעלער...‏

א מינוט שפעטער האט יענקי אנגעהויבן פארפירן אז דער קוה האט איבערגעטרויטן זיין היטל ע"ה, און אט אט וועט ‏פארקומען זיין גרויסע לויה, ווייל דער הוט האט נישט איבערגעלעבט די ביטערע אטאקע...‏

ווען ברכי האט געוואלט אריינגיין אין בעט האט זי גאנץ שנעל איינגעזען אז היינט וועט דאס נישט געשען, דער ‏ציגעלע מיטן לאנגן ציגעלע בארד האט אויסגענוצט דער געלעגנהייט און געכאפט א טיפן דרימל דארט, נישט ‏וועלנדיג אפילו קלערן פון מאכן פלאץ פאר נאך איינעם...‏

צומארגנ'ס איז דער שלום בית ביי משפחת קיעהלע נישט געווען אין ארדענונג, די צוויי קיען האבן זיך פארמאסטן אין ‏א קריג פון פייער און צארן, און ווען עס איז ענדליך איינגעשטילט געווארן איז שוין נישט געווען קיין איין גאנצע ‏פענסטער צו באקומען אין דעם דירה...‏

אזוי איז אדורך איין טאג, א צווייטע טאג, און נאכדעם א דריטע טאג, די קינדער האבן געמיינט אז זיי גייען אראפ פון ‏זינען... ווער רעדט נאך פון די עלטערן... דער חורבן און שמוץ אין וואס דער שטוב האט געטונקען איז געווארן ‏ערגער און ערגער מיט יעדע פארבייגייענדע מינוט, און עס האט נישט אויסגעזען ווי עס וועלן זיין עפעס ‏איבערלעבער...‏

עס איז אדורך דער ערשטער וואך, און די גאנצע דירה איז געווען א שטיק תוהו ובוהו. עס איז נישט געווען קיין איין ‏בענקל מיט פיר פיסלעך, די ווענט האבן געהאט לעכער, דער ערד איז געווען פארשמירט, די פורהענג אין מיסט, די ‏בעטן צופאלן, און די גאנצער שטוב איין גרויסער באלאגאן.‏

‏*‏
ווען מ'איז אריינגעטרעטן אין א פרישע וואך, האט זיך אנגעהויבן צו באווייזן אז די ביז יעצטיגע פראבלעמען זענען ‏קוים געווען פראבלעמען... מ'האט מער נישט געקענט אריינגיין אינדערהיים צוליב די שווערע גערוך וואס האט זיך ‏פארשפרייט איבעראל, און די משפחה איז שוין נישט געשלאפן געהעריג די לעצטע וואך.‏

אויב האט נאך עפעס אויסגעפעלט איז נישט געווען וואס צו נעמען אין מויל, די בהמות האבן אלעס אויפגעגעסן אנע ‏אפצוגעבן קיין דין וחשבון פאר קיינעם. וואו דער אויג האט נאר געלאנדעט האט מען באגעגנט א ציג אדער א קוה, ‏און דער מצב איז געווען שרעקלעך, אזש מ'האט שוין געוואלט פשוט אפלאזן דעם דירה, און זיך אריינציעהן אין ‏שטאל אריין...‏

עס גייט שוין אריבער נאך צוויי טעג, מ'ציילט שוין ווען די צוויי וואכן קומען שוין צו איר ענדע, און ב"ה, דער גליקליכער ‏טאג איז אנגעקומען, די קינדער גרייטן זיך שוין, דער טאטע גייט פארן צום רבי'ן און אצינד וועט קומען די ישועה.‏


אויב האט פאריגע מאל דער גבאי אריינגעלאזט דעם חיים ברוך צום רבין ערשט צוליב זיין גערוך, שטעלט אייך ‏פאר וואס איז יעצט פארגעקומען... ער האט ניטאמאל געהאט צייט צו שרייבן א קוויטל, ער איז שוין אריינגעשיקט ‏געווארן צום רבי'ן אין חדר הפנימי...

ער גייט אריין צום רבי'ן, דער רבי באטראכט אים און זאגט: "ר' חיים ברוך, יעצט איז געקומען דער צייט אז דו ‏זאלסט האבן א גרויסע דירה... גיי אהיים, און נעם ארויס די ציגן און קיעהן פון שטוב, רוים דאס אויף אזש ס'זאל ‏גלאנצן ווי בדיקת חמץ אויפדערנאכט, און דאן וועסטו זען אז דער דירה איז גענוג גרויס צו קענען אקאמאדירן די ‏גאנצע משפחה, מיט אלע צען נפשות"...‏

ער פרעגט נישט קיין קשיות, ווי א געטרייער חסיד לויפט ער אהיים און טרייבט ארויס די בהמות צוריק אין שטאל, ‏מ'מאכט ריין די הויז, און... אהההה... כי עתה הרחיב השם לנו, ס'איז דא ברייט פלאץ פאר יעדעם איינעם, און דער ‏דארפסמאן מיטן שטרויענעם היטל איז געווען אויסער זיך פון די געוואלדיגער מופת וואס ער האט נארוואס ‏מיטגעלעבט...‏

*
כלפי מה דברים אמורים?!

מיר זענען אלע יעצט אין גאר א שווערע מצב. מחוץ תשכל חרב ומחדרים אימה; פון אינדערויסן האט מען מורא צו זיין ווייל עס זענען דא געוויסע פון די באשעפער'ס ברואים וואס פארשטייען אז בלויז זיי מעגן לעבן און א צווייטער נישט. און וויבאלד דאס איז זייער מהלך המחשבה, האלטן זיי אז אלע אנדערע האלטן פונקט אזוי אויף זיי, און זייער לעבן מאכט נישט אויס קיין "קוה"-הוא-זה, נאר ווארפן א "ציגעלע" נאך א ציגעלע אויף געשעפטן.

אידישע פרנסות בלוטיגן, מען איז אריבער גאר א שווערע זמן, שרעקליכע טעג, אידן האבן פארמאכט זייערע געשעפטן ליידער און נישט געהאט מיט וואס אריינצוברענגען דעם פסח, מען האט ארויסגעקוקט מיט שרעק און צאפל וויאזוי די הארעוואניע פון לאנגע יארן צערינט זיך צווישן די פינגערס.

ווער רעדט פון די צובראכענע און צעשאסענע פאמיליעס וואס האבן אזוי קאלטבלוטיגערהייט פארלוירן זייערע באליבטע און נאנטע קרובים, וואס זענען בייזוויליג אומגעקומען אין די שפיטעלער פאר נארישע פאליטישע חשבונות; נישטא קיין שטיקל פאדעם וואס קען פארנייען די שרעקליכע ריס אין הארצן, נישטא קיין ווארט וואס קען בארואיגן די טיפע ווייטאג און צער, די שווערע עגמת נפש, פון דעם באליבטן וועמען מען האט נעבעך פארלוירן איינזאם, און אפילו זיך געהעריג געזעגענען איז נישט געווען קיין נארמאלע געלעגנהייט.

מיר קענען נישט פארשטיין דרכי שמים, און עס וועט נעמען צייט ביז מיר וועלן עס פארשטיין, די מעשה פון נס פורים האט אויך גענומען יארן צו פארשטיין, אבער אויף דערווייל זענען מיר ווייט פון גליקליך, ווייט פון רואיג, מען האט געמיינט אז דאס ארגסטע האט פאסירט אין דזשורסי סיטי; אין פארשעי; ביי קאראנע; ביי פלאויד, אבער מיר זעען אז מיר ווייסן נישט גארנישט.

טאטע אין הימל, מיר פרעגן נישט קיין קשיות, מיר פארלאנגען נישט פון דיר קיין רעפארט, מיר בעטן דיר נישט קיין דין וחשבון פארוואס דאס אלעס פאסירט.

אבער, מיט דעם אלעם, לאמיר זיך מחזק זיין, יעצט איז שווער און ביטער, נישטא קיין טרייסט, נישטא קיין מנוחה, אבער עס קומען לעכטיגע טעג. יעצט איז טאקע ליידער פול מיט שוועריקייטן, אז נישט ציגן איז עס אנדערע זאכן, אבער אט אט וועלן זיי נעלם ווערן, לאמיר נאך אויסהאלטן אביסעלע, ביז מיר וועלן זיך אליינס איבערצייגן אז אלעס איז לטובה, און קענען מיט לויב זאגן דעם כי עתה הרחיב השם לנו.

*
אבער נאך א נקודה האב איך מיר געלערנט אין די יעצטיגע טעג, וואס ברענגט ארויס אז ווילאנג מיר זענען פארנומען מיט ציגן און קיעהן, האבן מיר נישט קיין צייט צו אטעמען, אבער איינמאל זיי זענען שוין אינדערויסן איז שוין רואיג און באקוועם, מען פארגעסט שנעל פון וואו מען קומט...

וואו מען גייט און וואו מען שטייט, טרויער און פיין. די גאנצע שטאט, אנשים נשים וטף, זקנים ונערים, זענען פולקאם איינגעהילט אין א טיפע ווייטאג, עס זעהט נישט אויס אז די טאג-טעגליכער הלוך-ילך וועט אזוי שנעל צוריקגיין צום געווענליכן ריטעם, יעדער וויל נאר וויינען און שרייען און זיך רייסן די האר פון קאפ.

ר' שרגא רייכמאן, דער באליבסטער איד פון שטעטל, דער נגיד און חסיד, נדיב און תומך, חבר און ידיד צו יעדן באזונדער, פונקט ער, ער האט געמוזט אוועקגעריסן ווערן, נסתלק ווערן פון די וועלט רח"ל, און אין אזא בליענדע תקופה, נישטאמאל קיין 30 יאר אלט געוועזן, מען האט אויף אים געזאגט עתידות'דיגע גדלות אן א שיעור, עס איז קיין ספק נישט געווען ביי קיינעם אז איין טאג ווערט שרגא ראש הקהל, און דאן וועט זיין גוטע צייטן, אזוינע זאטע יארן אויף די קהילה ערווארט אונז, ווי קיינמאל בעפאר.

דער רב האט זיך געטשאשטקעט מיט אים אויף א זעלטענע פארנעם, די לומדים האבן זיך גע'טענה'ט מיט אים אין לערנען, די בעלי בתים גע'מסחר'ט אין ביזנעס, די כולל אינגעלייט זענען געקומען צו אים נאך א נדבה, די עמך עולם סתם אזוי פארברענגט געשמאק. אקיצור, א איד מלא מעלות טובות, גאר א בא'חנ'טער און ארויפגעקוקטער, און אים האט מען אוועקגענומען פון אויבן, ואיננו כי לקח אותו אלוקים.

א שרעקליכע צער פאר די גאנצע סביבה, אבער אסאך טיפער און פערזענליכער פאר זיין נארוואס אויפגעבויטע משפחה'לע, זיין ווייב און 3 קינדערלעך, דער עלטסטער משה'לע, 6 יאר אלט, אוי א בראך און א פראסק, וואס גייט דא זיין? אוי טאטע, אזוי אראפגעטראסקעט, מאיגרא רמה, אצינד נעבעכ'דיגע יתומים'לעך, אן א טאטע, דער קרוין פון שטוב, וואס טוט מען דא, איז עס דען שייך צו פארהיילן?

אבער עס איז נישט קיין תכלית צו בלייבן מוטלאז און אנידערגעשמאכטעט, די טעטיגע פון שטאט האבן צוביסלעך גענומען די לייצעס אין די הענט אריין, פרובירט צו טרייסטן דעם אלעגעמיינעם עולם, צוריקשיקן צו די טעגליכע פונקציעס, צוריקשטעלן די קהילה אין פלאץ, עס איז נישט קיין טובה פאר קיינעם זיך צו פייניגן אן א שיעור, מען דארף ווערן צוריק מענטשן, און פארשטייט זיך אז ביי די משפחה און ביי די נאנטע ידידים האבן זיי געהאט א גאר שווערע ארבעט.

עס איז נישט גרינג געגאנגען, עס האט אויסגעקוקט ווי די מצב איז האפענונגס-לאז, מער וועלן זיי צוזיך נישט קומען, אבער למעשה, א טאג ברענגט א טאג און א וואך א וואך, ביז א חודש, און נאך א חודש, און די גאר נאנטע האבן זיך אנגעהויבן אריענטירן, זיכער מאכן אז זאכן גייען צוריק אין פלאץ, עס איז ווייטער דא געלט און עסן ביי די אלמנה אינדערהיים, און אלעס ארום.

א פארצווייגטע פעקעדשינ"ג פירמע האט ר' שרגא פארמאגט, פון די גאנצע וועלט האט מען זיך געוואנדן צו אים צוליב זיינע מולטי-מאשינעריי און גיגאנטישע כלים, מיוחד פאר דעם צוועק פון פעקעדש"ן אויף א אסטראנאמישן פארנעם.

טעכניש איז די ביזנעס געפאלן בירושה צום קליינעם משה'לע, הגם ער האט א השגה אין ביזנעס ווי א מויקאש צו גלעזער סטיילס, אבער פארט איז עס דאך זיינס, האט מען אריענטירט אז דער קליינער נארוואס פאר'יתומ'דיגט קינד זאל קומען זעהן פון דער נאנט זיין אייגענטום, ער איז אנגקומען צום קאמפלעקס, באוואונדערט די מיילן גרויסע שטחים פון בנינים, און זיך אנגעהויבן ארומקוקן אין פעקטארי זעלבסט.

פון די ערשטע מינוט איז אים זייער געפאלן די דרייענדיגע מאשינען וואס פירן די חפצים רינגס און ארום, אים האט דאס ליבערשט געצייגט ווי א פלעיגראונד, נאך עטליכע מינוט באטראכטן דעם ריזיגן ראד, פרעגט ער פון זיינע באגלייטער, "ווען קען איך ברענגען מיין חדר זיך שפילן אויף די מעכטיגע ריידס?"

*
ווען אונז פארגעס מיר זיך און באטראכטן די בריאה פונעם אויבערשטען ווי פשוט'ע ענדשוימענ"ט און פא"ן, ווי מען קען בעסער האקן א לעבן און זיך אויסהוצקען, נישט נעמענדיג אין באטראכט, אז וויאזוי קען זיין אז דער אויבערשטער זאל באשאפן אזא פולע וועלט מיט אזויפיל דעטאלן און פיטשעווקעס, נאר פאר שטותים און נארישקייטן, זעען מיר נישט אויס צופיל בעסער.

יעדע שטיק צייט איז דא פרישע סחורה אין די נייעס, בלויז יעצט האבן מיר געהאט צוויי שטורעמישע געשעענישן וואס האבן געמאכט מענטשן זיין מיט אפענע מיילער, אזש האסט געקענט אריינווארפן א דזשעלי בין אינעווייניג... די גאנצע וועלט איז באזארגט און געשפאנט, אלעס איז געפארן אויף רעדער, איבעראל איז עס דיסקוטירט געווארן אויף אלע באקן, מ'האט געשריבן און זיך מתוכח געווען, קלוגער געווארן און הנאה געהאט, אבער, עס האט געפעלט א מינוט מחשבה.

דאס ערשטע איז געווען די גרויסע קאראנע וויירוס. מ'האט זיך געהאלטן פארנומען, מיט נייעס און נאטיצן, קרישקעלעך און בילדער, דן געווען איבער די שפיטעלער ארויף און אראפ, יא סאשעל דיסטענט אדער נישט, יא מאסקעס אדער נישט, דער זאגט אזוי און יענער אזי, ווער איז שולדיג כינע אדער טראמפ... ווי ערווענט אידן האבן געבלוטיגט סיי פיזיש און סיי גייסטיש און ווער רעדט פינאנציעל.

שפעטער איז געקומען די ראיאטן, וואס האט נאכמער דערשראקן דאס מענטשהייט, די גאס האט איבערגעגעבן דאס מלוכה פאר ראיאטירער און פלינדערער, און אזוי איז געגאנגען די זאך ווייטער און ווייטער, כאטש עס איז ווייט פון פארטיג.

המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית, כאמור לעושה אורים גדולים כי לעולם חסדו.

מיר מעגן זיך מתבונן זיין אין די נקודה, אז דאס וואס יעדן טאג וועלכע גייט פארביי פאסירט נישט די אלע אינצידענטן, און ווען יא ברענגט עס איבעראשונג און איבערקערענישן, ווייזט נאכאמאל און נאכאמאל אז יש מנהיג לבירה, איינער פירט די וועלט, און אנשטאט מיר זאלן זוכן ווער עס קען קומען אויף א רייד מיט אונז, דארפן מיר פשוט באטראכטן דעם ענין מיט אן אביעקטיוון בליק.

איך רעד צו מיר אליין, אבער ס'שטערט מיר נישט אז די פארמעסט לייענער וועלן זיך אביסעלע אונטערהערן...


דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.
לעצט פאראכטן דורך בלעכענער פנים אום דינסטאג יוני 16, 2020 3:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11967
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #20 - ציגן און קיהען, קאראנא און ראיאטן!...

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג יוני 09, 2020 7:48 pm

אנגעפאנגען פון אונטען ארויף.
אויסנאם זיס צולייגט און זייער זייער גוט געשריבן.
גיימיר טיילן סטארס

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #20 - ציגן און קיהען, קאראנא און ראיאטן!...

תגובהדורך דייקן » דינסטאג יוני 09, 2020 7:53 pm

זייער ריכטיגע נקודות, זייער שיין פארשריבען!

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #20 - ציגן און קיהען, קאראנא און ראיאטן!...

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך יוני 10, 2020 1:16 am

דער אינהאלט איז ריכטיגער פון 5 שטערנס.
די שפראך איז זיס ווי ציקער, ספעציעל אז איך בין דער חיים ברוך געווענליך... שפראך 4
א"א 4, אין שרייבעריי פארמעסט ערווארט איך מען זאל מיר מער אריינשלעפן אינעם שרייבן שטרום
ווער ברויך א אינטערשריפט?

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #20 - ציגן און קיהען, קאראנא און ראיאטן!...

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך יוני 10, 2020 1:22 am

מוראדיג, איך פיל אבער די דרוק פון מקצר זיין און ענדיגן ביים סוף....לייג אויך ארויף די פארברייטערטע אלס נישט פארמעסט ארטיקל אונז צו מהנה זיין
שויתי ה' לנגדי תמיד

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #20 - ציגן און קיהען, קאראנא און ראיאטן!...

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך יוני 10, 2020 1:34 am

אינהאלט-5
שפראך-4
אווער אלל-4
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5009
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #20 - ציגן און קיהען, קאראנא און ראיאטן!...

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך יוני 10, 2020 2:24 am

שיינע געדאנק, אבער נישט קיין באמבע.

4 | 4 | 4

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8945
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #20 - ציגן און קיהען, קאראנא און ראיאטן!...

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יוני 10, 2020 12:11 pm

פיינע משל, פיינע נמשל, גוט אראפגעשריבן.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1803
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #20 - ציגן און קיהען, קאראנא און ראיאטן!...

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך יוני 10, 2020 12:17 pm

די משל איז געווען בעסער ווי די נמשל
זייער גוט אראפגעלייגט מיט קאטשעניו
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #20 - ציגן און קיהען, קאראנא און ראיאטן!...

תגובהדורך מארגן » מיטוואך יוני 10, 2020 12:19 pm

פיינע געדאנק גוט אראגעשריבן

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6303
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #20 - ציגן און קיהען, קאראנא און ראיאטן!...

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך יוני 10, 2020 10:13 pm

געמאכט מטעמים פונעם וועלטס לעגענדע מיט די ציגעלעך.. זיס

א שטארקע מעסעדזש גאר גוט צעלייגט! אסאך שטערנדלעך וועל איך דארפן ספענדן דא.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #20 - ציגן און קיהען, קאראנא און ראיאטן!...

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג יוני 11, 2020 2:10 am

ווידער די ק. ווארט
מאכט מיך קלערן אז די אנפירער פונעם פארמעסט - יזכרו לטובה ר' בלעכענער פנים און ר' קלאצקאפ - האבן דאס דירעקט געשטעלט אלס סאמע לעצטע, וויבאלד עס איז מעיקרא אויסגענומען געווארן אז די ארטיקלן דארפן זיין געטעסט נעגאטיוו פאר די ק. ווירוס...

אבער... עס איז א פיינע ארטיקל, גוטע געדאנקן און רייך אפגעשריבן.
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 992
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #20 - ציגן און קיהען, קאראנא און ראיאטן!...

תגובהדורך בלעכענער פנים » דאנארשטאג יוני 11, 2020 7:37 pm

גענומען א באוויסטע מעשה, פיין אראפגעלייגט, מיט א גוטע מוסר השכל!

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #20 - ציגן און קיהען, קאראנא און ראיאטן!...

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג יוני 11, 2020 10:10 pm

זייער שיין,
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
איינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6080
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #20 - ציגן און קיהען, קאראנא און ראיאטן!...

תגובהדורך איינס » פרייטאג יוני 12, 2020 4:11 pm

בלעכענער פנים האט געשריבן:גענומען א באוויסטע מעשה, פיין אראפגעלייגט, מיט א גוטע מוסר השכל!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

בליץ
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #20 - ציגן און קיהען, קאראנא און ראיאטן!...

תגובהדורך בליץ » זונטאג יוני 14, 2020 1:50 am

5 פאר די שפראך, עס ליינט זיך געשמאק און גרינג און שנעל, א פלעשור צו ליינען

4 פאר אינהאלט ווייל עס האט מיר דערמאנט פון אלץ קינד ווען איך פלעג ליינען משלי חכמים אדער פרקי אבות, איך פלעג ליינען די משל אבער צו די נמשל האב איך שוין נישט קיין נערוון, צו ווייל מען דארף שוין צו לייגן קאפ אדער ווייל איך זיך נישט קיין מוסר בחינות אין א געשמאקע ארטיקעל.

אבער באמת א געשמאק געווען צו ליינען

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #20 - ציגן און קיהען, קאראנא און ראיאטן!...

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג יוני 18, 2020 4:25 pm

בליץ, כהאב עס יעצט איבערגעליינט. שטעלט זיך ארויס אז דער נמשל איז גארנישט אזוי באורינג אראפגעלייגט.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #20 - ציגן און קיהען, קאראנא און ראיאטן!...

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דאנארשטאג יוני 18, 2020 4:29 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:בליץ, כהאב עס יעצט איבערגעליינט. שטעלט זיך ארויס אז דער נמשל איז גארנישט אזוי באורינג אראפגעלייגט.

Wהאא דו האסט שוין געענדיגט די צוואנציגסטע צים צווייטן מאל?!
ווער ברויך א אינטערשריפט?


צוריק צו “פארמעסטן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט