שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

"פארמעסטן צווישן די אייוועלט שרייבער"

אחראי: אחראי

וואס איז אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל? אינהאלט | שפראך | אווער אלל רעיטינג

די וואלן האבן זיך פארמאכט דינסטאג יוני 23, 2020 4:15 pm

7
4%
★★
3
2%
★★★
9
5%
★★★★
6
3%
★★★★★
37
20%
4
2%
★★
6
3%
★★★
5
3%
★★★★
12
7%
★★★★★
35
19%
5
3%
★★
4
2%
★★★
5
3%
★★★★
9
5%
★★★★★
36
20%
 
סך הכול שטימען: 183

נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2116
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג יוני 09, 2020 4:15 pm

בילד

געווען איז עס א הייסער זומער אווענט, ענדע אויגוסט 1939. אלבערט אנאסטאזיע איז ארויס פון זיין דירה אויף 101-טירד סטריט אין ברוקלין, און האט געוואנדן זיינע טריט צו זיין פארקירטער אויטא. אנאסטאזיע האט זיך פלינק אריינגעזעצט אין אויטא, און געשווינד זיך ארויסגעלאזט איבער די ברוקלינער גאסן, גאלאפירענדיג אריבער דעם מאנהאטען בריק אויפן ריכטונג קיין מאנהאטען.

אנאסטאזיע איז צוגעפארן צו די פיפציגער גאסן אין דעם דריטן עוועניו, און האט אנגעהויבן פארן פאמעליכער. ער האט פארזיכטיג ארויסגעקוקט, באטראכטענדיג דעם ארום. ביים 54'סטער גאס האבן זיינע אנגעשפיצטע אויגן באמערקט א פארקירטער קאר, און נאכן זיך גוט איינקוקן אין די לייסענס פלעיטס, האט ער אנגעהויבן אראפגעדריקן דעם סטאפ ברעיק.

"דאס איז עס, לואי." האט ער זיך אנגערופן צום מאן וואס איז געזיצן צוזאמען מיט אים אין נעקסטן זיץ, און האט האסטיג אפגעשטעלט דעם אויטא.

לואיס, דארטשיק און מיטלגעוויקסיג, אבער גאר איינפאך געקליידעט, איז ארויס פון אויטא. ער האט נישט געזאגט א ווארט צו זיין פרוי, וואס איז געזיצן אין די אינטערשטע זיץ, און האט ניטאמאל געווארפן א בליק אויף דער קליינטשיג קינד, וואס זי האט געהאלטן אויף איר שויס. בלויז א קורצער דאנק פארן דרייווער; "סא לאנג, פעל, טענקס". אנאסטאזיע׳ס קורצע ענטפער האט נישט פארפעלט צו קומען; "גוד לאק לואיס".

מיט די ווערטער איז לואיס צוגעגאנגען צום פארקירטן אויטא, אין וועלכער עס איז געזיצן א צווייטער מאן, מיט עטוואס א פולערן פנים ווי אים. "העללא וואלטער", האט ער אים געגריסט, עפענענדיג די טיר, און האט זיך באקוועם אריינגעזעצט אינעווענדיג.

א סעקונדע נאך לואיס האט זיך אריינגעזעצט אין די אויטא פון וואלטער ווינטשעל, האט זיך דער טיר פריש צועפנט. עס האט זיך באוויזן א געבויטער מאן מיט ברייטע אקסלען, וואס האט אקורשט אהין שפאצירט פונעם קארנער, און האט זיך אריינגעזעצט אינעם זעלבן אויטא.

"עדגאר, דאס איז לואיס בוכהאלטער, און לואיס, דאס איז עדגאר האווער", האט וואלטער זיי פארגעשטעלט איינע צום צווייטן.

נאך א קורצע שמועס אויסטויש, האט האווער איינגעמאלדן פאר בוכהאלטער: "דער איז נא דיעל!״

בילד
דער קאלאמניסט וואלטער ווינטשעל, וואס האט אראנדזשירט דעם ארעסט, פון לואיס לעפקע בוכהאלטער


די קורצע ווערטער האט געלאנדעט אויף לואיס ווי א בארג שטיינער.

לואיס האט אראפ געשמיסן זיינע ברילן צום ערד. ער האט געפילט ווי ער פאלט צוזאם. לואיס האט פרובירט געשווינד ארויסצוטאנצן, אבער האט תיקף איינגעזען אז עס איז דערנאך.


אט אזוי, מיט דער הילף פונעם קאלאמניסט וואלטער ווינטשעל, האט דער לעגענדארער עף בי איי דירעקטאר דזשעי עדגאר האווער, געלייגט זיין האנט אויף לואיס לעפקע בוכהאלטער, דער אידישער גענגסטער, וואס האט באוויזן אריין צו ווארפן גאנץ ניו יארק אין גרויס שרעק. לעפקע בוכהאלטער, דער מענטש וועלכער האווער האט געהאט באצייכנט אלץ, "דער געפערליכסטער פארברעכער אין גאנץ אמעריקא".

בילד
לעפקע בוכהאלטער געזוכט דורך די FBI


לואיס איז געבוירן געווארן אלץ לעפקע אדער ווי זיין מאמע פלעגט אים רופן; לעפקעלע בוכהאלטער. לואיס איז געבוירן אן יאר 1897 אין וויליאמסבורג און פון גאר קליין פלעגט ער מיט גיין מיט זיין טאטע אריבער די וויליאמסבורג בריק ארויס העלפן זיין פאטער אין זיין געשעפטל אין די לאוער איסט סייד.

געציילטע יאר שפעטער איז זיין טאטע נפטר געווארן אין דער אינגער לעפקעלע האט זיך גאנץ שנעל געטראפן וואנדערן איבער די גאסן זוכן פאר פרנסה. לואיס האט אנגעהויבן זיין קאריערע אלץ קליינער גנב. לעפקע פלעגט לקח'נען פון די פושקארט סוחרים און פון די פעדלערס.

עס האט נישט גענומען לאנג ביז לעפקע'ס נאמען האט דערגרייכט צו ארנאלד ראטשטיין. ראטשטיין ווערט באצייכנט לויט אסאך היסטאריקער אלץ דער גרעסטער אידישער גענגסטער אין די אמעריקאנער היסטאריע.

ראטשטיין האט אויפגענומען לעפקע בוכהאלטער זאל ארבעטן ביי אים. פון דא און ווייטער האט לעפקע זיך גענומען פארברייטערן זיינע קרימינאלע אקטיוועטעטן אויף אן אבנערמאלער פארנעם. מיט די צייט האט לעפקע אויפגעשטעלט זיין אייגן מאפיע גרופע גערופן "מערדער אינקארפארעיטעד" א גרופע וואס איז שולדיג אין די טויט פון שווערע צענדליגער אויב נישט הונדערטער אומשילדיגע מענטשן.

טויט איז געווען דער איינציגסטער און ערשטער ענטפער פארן זינד פון נישט מסכים זיין צו צאלן די שטייער לעפקע האט פארלאנגט פונעם געשעפטס אייגענטומער.

נאכן טעראריזירן די ניו יארקער געמיינדע פאר צענדליגער יארן, האט די עף בי איי ענדליך באוויזן צו לייגן א האנט אויף לעפקע בוכהאלטער און אראפנעמען דעם שלאנג פון די ניו יארקער גאסן.

*
געווען איז עס נאך א היציגער וואל טאג אין ניו יארק. טאמעני האלל, (דער פאליטישער מאשין פון די דעמאקראטישער פארטיי אין ניו יארק), האט געארבעט איבערמידלעך צו פארזיכערן א געוואונס אין די וואלן. האלל האט פארארבעט א פייער-שטילשטאנד צווישן די "פינעוו פוינט גענג" און די "איסטמאן גענג", אויף כאטש 1 טאג. זיי האבן געדינגען ביידע גרופעס ארויס צו העלפן די דעמאקראטישע פארטיי געוואונען די וואלן, מיט גוטן אדער בייזן.

די ״הילף״ פלעגט געווענליך נישט קומען דורך געלט, אדער פאליטישע עדווייס. די צוויי גרופעס האבן זיך אויסגעצייכנט מיטן העלפן באשאפן פאלשע שטומעס, שטעלענדיג זיך איין מאל, און נאכאמאל, אין די רייעס צו וויילן. זיי פלעגן באראבעווען די שטים קעסטלעך, און פלעגן אפט אנברעכן די ביינער פון די מענטשן וואס האבן זיך דערוואגט צו שטימען פאר די אנדערע קאנדידאטן.

בילד
די שטעגן אויף מאלבעררי סטריט, וואו די פינעוו פוינטערס גענג פלעגן ברוטאל קאמאנדעווען


דער נאכט פון סעפטעמבער 15, 1903, איז שוין צוגעפאלן. ווי עס פארשטייט זיך, האבן די דעמאקראטישער קאנדידאטן באשיצט דורך די ׳5 פוינטס/איסטמאן גענג׳ געוואונען.

א גרופע פון די אויסגעמוטשעטע איסטמאן אינגאטשעס, אידישע בויעס פון די איסט סייד, זענען אריין אין א שענק אויף ערשטע עוועניו קארנער ערשטע סטריט, כאפן א טרינק נאך א פולער טאג ארבעט. ביז מינוטן האט א געשלעג אויסגעבראכן.

די 40 ׳איסטמאן שטארקערס׳ (אזוי האט מען גערופן די אידישע שלעגערס), האבן זיך געטראפן מיט א חברה פון די ׳5 פוינטס גענג׳. אויפן פלאץ, האט א רונדע קוילן דורכגעשמיסן אין די לופטן. א שטויס קוילן האט אנגעטראפן אנטען בערענהאוער, און די ציינער זענען אים אלע ארויסגעפלויגן פון מויל, בשעת׳ן לויפן פון דארט קיין בעלוויא האספיטאל.

די געשלעג האט זיך פארשפרייט ארויס אויף די גאסן. מער און מער שלעגערס פון ביידע גרופעס זענען אנגעקומען צום סצענע, און האבן אויסגעטוישט הייס פייער.

ארום עלעווע צייט איז דער געשלעג ארויף א שטאפל, ווען א גרופע פון 6 ׳איסטמאן גענגסטערס׳, האבן אנגעטראפן עטליכע גענגסטערס פון די ׳פינעוו פוינט באנדע׳, וועלכע האבן זיך געגרייט צו באראבעווען א פויקער קארטל שפיל, אונטער די אללען סטריט סאבוועי, וואס איז געווארן קאנטראלירט דורך די איסטמאן באנדע.

דאס ערגסטע איז הערשט געקומען עטליכע שעה שפעטער, נאך האלב נאכט.

בילד
עללען סטריט באן שינעס


עללען סטריט האט געהייסן דאן "דער טונקעלער גאס", נישט נאר צוליב די געדעכטקייט און טונקעלער שאטן וואס די רעילראודס האבן געשאפן, נאר אויך צוליב די טונקעלע געשעפטן אירע, וועלכע פלעגן דארט פארקומען.

אוועק נעמען טעריטאריע פון א צווייטע גרופע, האט געמיינט פייער און פארניכטונג. טויט אן קיין פראגעס.

די רגע די צוויי גרופעס האבן זיך באגעגנט האט אנגעהויבן שפריצן פייער. ביידע זייטן האבן ארויסגעשלעפט די פיסטאלעטן, און האבן אנגעהויבן שיסן אויף רעכטס און אויף לינקס.

די איסטמאנס האבן אראפ געקנוילט איינע פון די פינעוו פוינטערס, און האבן פארוואונדעט נאך א פארשוין.

די גרופעס האבן ביידע ארויסגעשיקט א רוף פאר הילף, און פרישע קרעפטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען. פון ביידע זייטן זענען אנגעקומען נייע כוחות, וואס האבן זיך גלייך געשטעלט אויפן פראנט.

ביז די ערשטע פאליציי זענען אנגעקומען צום סצענע, אונטער די באן שינעס אויף עללען און ריווינגטאן סטריט, זענען שוין ארום 50 מענטשן געווען פארמישט אין די העפטיגע שיסערייען. די שיסערייען האבן פאר א רגע נישט גענומען קיין אפשטעל, מיט איין אויסנאם: ווען ביידע גרופעס האבן אויסגעדרייט די געווער, און באשאסן די ערשטע צוויי פאליציאנטן.

בילד
מאנק איסטמאן, פירער פון די איסטמאן באנדע


די איירישע גענגסטערס פון די פינעוו פוינט גענג, און די אידישע אינגאטשעס פון די איסטמאן גרופע, האבן געשווינד ארויסגעדרייט די באלבס פון די שטאנג לאמפען. אין די טיפע נאכט טינקלקייט, האבן זיי זיך פריש פאבריקארדירט אין בעסערע פאזיציעס, נעמענדיג שוץ אינטער די אייזערנע באן שטאנגען.

די איינציגסטער ליכטיגקייט וואס האט זיך באוויזן, איז געווען די נאכאנאנדע פייער פונקען, וועלכע האבן געשפריצט אויף די באן שינעס פון די פליענדע קוילן.

פאליציי איז צוריק געקומען מיט א פארשטערקערטע קראפט, אבער האבן בליץ שנעל געמאכט א ריקצוג, קומענדיג אונטער א פלייץ פון הייס פייער.

מיטלנאכט, זענען שוין געווען איבער א הונדערט שלעגער וואס האבן זיך געראנגלט אונטער די באן שינעס, און זיך פארצויגן אויך אויף די ארומיגע גאסן. ערגעץ אינמיטן, האט מאנק איסטמאן אליינס, דער פירער פון די איסטמאן גרופע- וואס האט אריינגעווארפן די לאוער איסט סייד אין א שרעק- זיך באוויזן.

איסטמאן איז געקומען צו לויפן ציפיסנס פון זיין העדקווארטער אויף קריסטי סטריט, און האט זיך אריינגערוקט ביז אינדערמיט, און אזויווי א גענעראל דירעקטירט; וואו, און אויף וועם, צו שיסן.

די לאוער איסד סייד האט געדינערט פון קוילן. א יעדע מינוט זענען גלאז און שויבן געבראכן געווארן, פון די פארבייפליענדע קוילן. די דערשראקענע איינוואוינער האבן זיך פארשלאסן אינדערהיים, און די געשעפטן אייגענטומער האבן זיך אלע אראפגעלייגט אויף דער ערד.

די דערשראקענע פאליציאנטן וואס זענען פריער אנטלאפן פאר זייער לעבנס, זענען צוריק געקומען מיט אן ארמיי פון פאליציאנטן. מען האט צוזאם געשלעפט פאליצייאישע קרעפטן פון אלע ארומיגע סטאנציעס.

די פאליציי האט געשטורעמט ריווינגטאן סטריט. פאר גאנצע 15 מינוט, האט מען נישט געהערט עפעס אנדערש ווי רונדעס קוילן וואס זענען געפלויגן אנע אפשטעל, פון די דריי קעגנערישע גרופעס, די איסטמאנס, די פינעוו פוינטערס, און די פאליציי.

ווי נאר די פאליציאנטן האבן זיך איינגערוקט נענטער, האבן אנגעהויבן פליען שטיקער ציגל פון די דעכער, אין זייער ריכטונג.

בילד
ריווינגטאן סטריט, ווי קוילן זענען געפלויגן פון איין זייט צו די אנדערע


צוביסלעכווייז זענען די שלעגערס זיך צולאפן. זיי זענען אנטרינען צווישן די שמאלע דורכגענג, און שטעגן אין די איסט סייד געסלעך, צוריק צו זייערע מאמעס, אדער היימקווארטירן. די פאליציי האט באוויזן צו ארעסטירן 20 חברה, צווישן זיי דער פירער מאנק איסטמאן.

אין די טיפע נאכט שעות ווען די שטילקייט האט זיך ענדליך צוריק געקערט, האבן די פאליציי הערשט דאן געקענט אפיר זוכן די טויטע און פארוואנדעטע. די לייכט פארוואונדעטע, האבן די גענגסטערס מיטגעשלעפט מיט זיך ביים אנטלויפן, אבער די ערנסט צומזיק׳טע און טויטע, זענען געבליבן ליגן אויפן גאס פאר לאנגע שעות.

איסטמאן האט געלייקנט שטיין און ביין, אז נישט ער איז מאנק איסטמאן דער קעניג פון די איסט סייד. "איך הייס יוסל מארריס, איך בין פשוט דורכגעגאנגען און זיך אפגעשטעלט זעהן וואס גייט פאר", האט מאנק ערקלערט פאר די פאליציי די מיספארשטענדעניש...

דער קומענדיגער אינדערפרי, איז איסטמאן ערשינען פאר א ריכטער. די טאמעני האלל אדוואקאטן האבן ערקלערט די אומשולד פון איסטמאן, און ביז עטליכע שעה איז מאנק איסטמאן געווען צוריק אויף די פריי.

די ריווינגטאן סטריט געשלעג איז באקאנט געווארן, אלץ דער גרעסטער געשלעג צווישן צוויי קאנקורירנדיקע גרופעס, אין די היסטאריע פון די אמעריקאנער אונטערוועלט.

איסטמאן מיט זיין באנדע, זענען געווען די איינציגסטער אנדערע גרופע, וואס האט באוויזן צו קאנקורירן מיט די איירישע "5 פוינט גענג" אין ניו יארק. די 5 פוינט גענג, איז געווען די מאכטפולסטער גרופע יענע יארן אין ניו יארק. זיי זענען באשטאנען בעיקר פון איירישע גענגסטערס, אבער האבן אויך פארמאגט א טייל איטאליענישער, און אידישע מעמבערס. א טייל פון זיי זענען געווען, על קאפאון, מאיר לאנסקי, און באגסי סיגעל.

מאנק איסטמאן, מיט זיין אידישע ארמיי פון 1500 באנדיטן, איז מיט רעכט דערקלערט געווארן, אלץ "דער קעניג פון דער ניו יארקער אונטערוועלט".

בילד
די לוויה פון מאנק איסטמאן

*
עס דרייען זיך פילע לעגענדעס פון די אונטערוועלט, און כאטש זייערע כוחות זענען שוין היפש שוואכער היינט צוטאגס, זענען פארהאן מעשים נוראים איבער זייערע לאנגע הענט, און בארבארישע מיטלען, מיט וואס זיי באנוצן זיך אפצורעכענען אויף זייערע קרבנות.

די מערסט באקאנטע זענען פון די איטאליענישע מאפיע, און די רוסישע מאפיע.

בילד
א צעמענטענע פאס, וואו דער ערמארדעטער פלעגט זינקען צו די טיפענישן פונעם האדסאן

דא אין אמעריקא, האט אויך עקזיסטירט "די אידישע מאפיא".

צווישן די 1890'ער יארן אין די 1950'ער יארן, זענען געווען צענדליגער אידישע גענגס וואס האבן אפערירט איבער פולע שטעט אין אמעריקא. צווישן די אידישע באנדעס זענען געווען אזאנע מאכטפולע פירער, אזש גאנץ ניו יארק האט געטרייסלט אין שרעק, בלויז פון הערן זייערע נעמען.

אנגעהויבן פון ארנאלד ראטשטיין, דער גרעסטער אידישער מאפיאנער אין אמעריקאנער היסטאריע- בעסער באקאנט אלץ דער מח. מאיר לאנסקי, לעפקע בוכהאלטער (ווי געשילדערט אנהייב ארטיקל), אבנר זאווילמאן, זעליג לעפקאוויטש, העררי לוי האראוויץ, ארטער פלעגנהיימער- "דער קעניג פון הארלעם", טשארלס סאלאמאן- דער גרעסטער פון באסטאן, דער שומר שבת- שמואל לעווין דער רויטער, (ער פלעגט נישט דורכפירן קיין שום מארדן אום שבת), יענקל שאפירא, און נאך.

א חלק אידישע גענגסטערס האבן געארבעט פאר אנדערע גרופעס, און א חלק האבן געהאט זייערע אייגענע אידישע באנדעס.

די אידישע אונטערוועלט איז געווען אן אינטעגראלער טייל פון די פארברעכערישע גייסט, וואס האט דאן געהערשט אין די לאוער איסט סייד.

הונדערטע טויזנטער אידישע אימיגראנטן האבן געשטראמט קיין אמעריקע, אנטלויפנדיג פון די בלוטיגער פאגראמען אין אייראפע. די אורחים מיט זייער קאלירפולע טרוימען, רייך צו ווערן פון די גאלד-אויסגעפלאסטערטע שאסייען אין אמעריקא, האבן גאנץ שנעל איינגעזען אז מען עסט שטרוי פאר א יעדן פענני, און גאל פאר א יעדן דאללער, ביז מען האט ענדליך דערווארבן א חיונה-קוואל, אלץ פעדלער, שניידער, אדער קוילן גרעבער.

אינגע קינדער אימיגראנטן, אדער קינדער פון אימיגראנטן, האבן קיין נארמאלער עדיוקאציע נישט באקומען. ברויט אין שטוב איז נישט געווען. מען האט זיך געהאלטן פארנומען, דורך באגנב׳ענען צוויי עפל און דריי פעטרישקעס, צו עטליכע שמאנצקעס פון די פושקארט סוחרים אויף די געסלעך. פון דארט ביזן ווערן אריינגעדרייט אלץ א גענג מעמבער, איז נישט געווען זייער ווייט.


אינעם ווייטערדיגן פארזעצונג, וועלן מיר אויסברייטערן איבער די אידישע אונטערוועלט גרופעס.

צווישן זיי ציילט זיך; די "אידישע שווארצע האנט", געפירט דורך יענקל לעווינסקי, און יוסל טאפלינסיקי (מער באקאנט אלץ יאסקי ניגער), "די פורפעל גענג" דורך די פיר בערענשטיין ברודער, "די קאשער נאסטרא", "די איסטמאן גענג" געפירט דורך מאנק איסטמאן, "אונדזער שטיק", "די קארנער לענאקס גרופע", און די אויפשטייג און אונטערגאנג פון "מערדער אינקארפארעיטעד", דורך לעפקע בוכהאלטער און יענקל שאפירא.



דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.
לעצט פאראכטן דורך בלעכענער פנים אום דינסטאג יוני 16, 2020 3:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך קענטאקי » דינסטאג יוני 09, 2020 5:41 pm

העכסט אינטערעסאנט!
קעמיר קוים ווארטן פאר'ן פארזעצונג

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך באקסער בוים » דינסטאג יוני 09, 2020 6:00 pm

זייער הנאה געהאט!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

פרישע קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך פרישע קוגל » דינסטאג יוני 09, 2020 6:17 pm

מהאט געדארפט ווארטן ביז בלעכי האט געמאכט א פארמעסט צו קענען ליינען אזא אינטערעסאנטע ארטיקל? ווי וואנט מאר...
איך פלעג אויך צומאכן שטייט די פריזשערעטער צו זען ווען די לייט לעשט זיך אויס...

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך טראמבאן » דינסטאג יוני 09, 2020 7:03 pm

זייער אינטערסאנט קיינמאל געוויסט וואסארא מאכטפולע אידישע מאפיע באנדעס האבן געהערשט דא

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך דייקן » דינסטאג יוני 09, 2020 7:44 pm

זייער אינטרעסאנטע, און גענצליך אומבאקאנטע (פאר מיר), (אידישע?) היסטאריע, באשריבען גאר פראפעסיאנאל (מען קען אבער דערקענען אז עס איז אויסגעשניטען פון א פיל לענגערע ארטיקעל וואס דער שרייבער האט פארשריבען אדער כאטש די סקריפט פון דעם).

אגב, איז עס א שטיקעל אקטועל, מען זעט אז אויך דעמאלטס זענען די דעמאקראטען געגאנגען מיט די פארברעכער, און פראבירט דורך זיי צו געווינען די וואלען.

אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: בלומען טאפ

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך קלמן יאסעלע » דינסטאג יוני 09, 2020 9:55 pm

אט אזוי!
א קאפיטל אינטרעסאנטע היסטאריע גאר גוט אראפגעלייגט [הגם נישט אזוי פראפעסיאנאל] אבער דער עיקר אז ס'דא עפעס גוט צו ליינען!
ייש"כ!
האסט א מיינונג? נישקשה, גיב נאר אכט עס זאל נישט ווערן א שטעלונג!

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך מחשב » דינסטאג יוני 09, 2020 10:37 pm

דער איז א געוואלדיגער שרייבער! ער האט די זאך אין די האנט.

ס'איז שפאנענד געשריבן, שרייבעריש, און ער האט גוט אויסגעארבעט די נושא פארן זיך זעצן שרייבן, וואס דאס איז זייער א וויכטיגע זאך וואס א שרייבער דארף קענען.

עטליכע מאל האב איך געשפירט אז עס איז אביסל קורץ געשריבן, און קען ווען זיין אביסל לענגער, עס פעלט א געוויסע פלאו אריינצושלעפן די ליינער אין די מעשה. אנפאנג שפירט זיך עס אביסל אומקלאר, כ'האב געדארפט איבערליינען צוויי מאל צו כאפן וואס דא טוט זיך, ס'האט א מעלה צו געבן א געוויסע אומקלארקייט, אבער דא האב איך געשפירט אז עס איז געווען טאָ מאָטש...

סך הכל, דער איז א גוטער שרייבער, און אז ער איז מחולק מיט מיינע הערות, קען גאָר זיין אז ער איז גערעכט...
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2626
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג יוני 09, 2020 11:07 pm

זייער הנאה געהאט צו ליינען

אבער דער איד אינדערצווישן שטעכט....

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2331
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג יוני 09, 2020 11:25 pm

מלא חידושים, ומלא תוכן. קלארע און פליסיגע שפראך!
א געשמאק געווען צו לייענען!

א באזונדערן דאנק פאר די בילדער וואס האסט אהערגעשטעלט.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג יוני 09, 2020 11:41 pm

זייער גוט געשריבען
בד"וו מאנק איסטמאן, איז געווען א גוי. לויט פארשער
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר תשעת אלפים
תגובות: 9073
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך יוני 10, 2020 12:33 am

שיינע שריפט, אינטערעסאנטע טאפיק, אבער די אינהטלט איז 2 זאכן, 1 ס'שמעקט מיר נישט צו הערן אז ס'געווען אזא זאך ווי א יודישע מאפיא, סוי כ'קעניש צו שטארק הנאה האבן, אבער ס'איז מיין פראבלעם..
2 אטראפ צו דראמאטיש געוויסע פונקטן
פארוואס זאל מען זיך קריגן? זאל זיין אזויווי איך זאג און שלום על ישראל!

אנערקען דעם פרייליכן מציאות! כאניש איז ראשעקאאל!


@הודו, וואס נאך ערלויבסטו צו לייגן אינעם חת-י-מה?

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך יוני 10, 2020 12:58 am

וואס קען איך שרייבען?
פון איין זייט א גוטע שטיקל היסטאריע, פון די אנדערע זייט זייער אומקלאר.

ער וואלט ענדערש געדארפט באשרייבען נאר איין (אדער צוויי) גענג(ס), אבער סאאך מער באריכות קלארער מ'זאל קענען בעסער פארשטייען.

אינהאלט איז גוט אבער נישט גוט, ד.ה. די טאפיק איז א גוטע אבער ס'נישט גענוג גוט באשריבען, געב איך עס א דריי.
שריפט איז א צוויי.
אוועראלל איז א דריי.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2946
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך יוני 10, 2020 1:16 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:וואס קען איך שרייבען?
פון איין זייט א גוטע שטיקל היסטאריע, פון די אנדערע זייט זייער אומקלאר.

ער וואלט ענדערש געדארפט באשרייבען נאר איין (אדער צוויי) גענג(ס), אבער סאאך מער באריכות קלארער מ'זאל קענען בעסער פארשטייען.

אינהאלט איז גוט אבער נישט גוט, ד.ה. די טאפיק איז א גוטע אבער ס'נישט גענוג גוט באשריבען, געב איך עס א דריי.
שריפט איז א צוויי.
אוועראלל איז א דריי.

זייער א שיינע שפראך. זייער אינטערעסאנט בכלל. איך מיין עס דעזערווט העכער. דער שרייבער האט קענטיג אזוי פיל ידיעות וואס ער פראבירט צו מיטטיילן אין די ראמען פון אזא קורצן ארטיקל
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1289
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך א נייער » מיטוואך יוני 10, 2020 10:19 am

שטארק הנאה געהאט, ווארט מיר אויף די פארזעצונגען.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך מארגן » מיטוואך יוני 10, 2020 10:23 am

זייער אינטערעסאנט ווארט מיר אויף די פארזעצונגען

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך ארחיקה נדד » מיטוואך יוני 10, 2020 10:56 am

שטארק הנאה געהאט.
אודאי וואלט מיר ענדערש געשמעקט מ'זאל רעדן פון גוים, אבער דאן וואלט עס מער געווען אזא שפאקטיוו ארטיקל
אקעי! נאך עפעס?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11968
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך יוני 10, 2020 8:00 pm

אן אינטערעסאנטע און מערסטענס או באקאנטע נושא. א געזונטע פעדער און א זאפטיגע שפראך.
זיך באלעקט

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13930
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג יוני 11, 2020 1:49 am

זייער אינטערעסאנט, היסטאריש, און גוט געשריבן. דער פיינער שרייבער מאכט דער ליינער זאל הונגערן פאר נאך.
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג יוני 11, 2020 8:27 am

וואלט ווען געדארפט זיין באזונדערע וואלן פאר די וואס ווייסן שוין פון די נושא, און שטימען בלויז אויפן שרייבארבעט...

נישט אז עס איז שלעכט געשריבן בכלל. אבער דל מהכא די אינטערעסאנטע טאפיק און גראפישע סצענעס, פאר די וואס האבן שוין געוואוסט דערפון צייגן זיך צופיל לויזע פעדימער. (וואס הייסט "דער איז נא דיעל"? וועלכע דיעל וואלט געדארפט זיין? וואו קומט אריין דאס גרויסע געשלעג אינעם גרעסערן בילד פון אידישע מאפיא? אא"וו). דאס, צוזאמען מיט די פילע גראמאטיק טעותים (מאנהאטען, תיקף, איבערמידלעך, און נאך), צייגט אז די אינטערעסאנטע טאפיק האט גוט געכאפט דעם עולם.

נאכאמאל, דער איז א פיינער שרייבער, דאס פעדערל שטייט אים גוט צווישן די פינגערס, און ער האט גוט דורכגעטון וואס ער שרייבט. אז ער וועט זיך נאר אביסעלע צולערנען נישט צו לאזן אזויפיל זאכן אומפארענדיגט און ארויס פון קאנטעקסט, אביסעלע מער צורייבן אין גראמאטיק, וועט עס זיין א דבר השלם.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג יוני 11, 2020 11:40 am

Yang2020 האט געשריבן:צייגן זיך צופיל לויזע פעדימער. (וואס הייסט "דער איז נא דיעל"? וועלכע דיעל וואלט געדארפט זיין?

מיר האט דאס אויך געבאדערט. נארמאל וואלט געקומען נאכדעם אזא צוריק-דריי מיט עטליכע וואכן, חדשים אדער יארן, דורך וועלכע ער וואלט אונז אריינגעפירט צעביסלעך אין דמעשה ביז'ן צוריקקומען - מיט פארשטענדענישט - צו דעם "דער איז נאו דיעל" פראזע.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6303
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג יוני 11, 2020 1:51 pm

ווי איינער האט שוין אנגעמערקט, און ווי דער שרייבער אליינס איז לכאורה מרמז ביים סוף איז דאס איין קאפיטל אין די 'אידישע אונטערוועלט' בוך.

אלענפאלס; כ'האב שוין דא דארט געהערט פון אזא פענאמען אבער דער האט מיר גוט אריין געשלעפט אין די דראמאטישע געפעכטן און קלענערע דעטאלן איבער די באנדעס. פיינע דזשאב! פינף שטערנדלעך פון מיר.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך בלעכענער פנים » פרייטאג יוני 12, 2020 10:20 am

זייער אינטערסאנט, קיינמאל געהערט פון דעם, און ווי אנדערע האבן שוין ערווענט מ'קען זעהן אז דאס איז נאר א חלק פון א לענגערע ארטיקל, כ'ווארט מיט שפאנונג פאר די פארזעצאנג.

אוועטאר
איינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6325
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך איינס » זונטאג יוני 14, 2020 12:30 am

געליינט שבת נאכן טשולנט...
געווענליך אין אזא מצב ווען דער שרייבער איז נישט צו גוט טרעף איך מיר נאכמיטאג אז איך האלט נאכן שלאף און נישט געענדיגט די ארטיקל...
דאסמאל האב איך מיר געטראפן ביים סוף ארטיקל, און יא ער איז געווען שטערקער. סא קודם זעה איך אז ער שרייבט גוט, ער האלט דיר מיט איהם אויפן גאנצן וועג, כאטש וואס איך האב נישט געפילט אז סאיז עפעס עקסטער א אינטערסאנטע נושא, אבער זעהט נישט אויס אז ער זאל האבן א פראבלעם צו אראפלייגן עני אנדער היסטארישע נישט באוויסטע שטיקל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #18 - דער אידישער אונטערוועלט

תגובהדורך שמארטיקל » דינסטאג יוני 16, 2020 6:25 pm

זייער הנאה געהאט! זייער איטערסאנט, קיינמאל נישט געוויסט וויפיל די אידן האבן אלס געבונטעוועט דא,

יישר כח!
לאכן לאכט דער לעצטער - דער וואס האט די לעצטע געכאפט די דשאוק

שמארטיקל'ס מחשבות


צוריק צו “פארמעסטן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט