שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

"פארמעסטן צווישן די אייוועלט שרייבער"

אחראי: אחראי

וואס איז אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל? אינהאלט | שפראך | אווער אלל רעיטינג

די וואלן האבן זיך פארמאכט דינסטאג יוני 23, 2020 4:14 pm

3
2%
★★
6
3%
★★★
2
1%
★★★★
13
7%
★★★★★
39
21%
3
2%
★★
1
1%
★★★
4
2%
★★★★
9
5%
★★★★★
43
23%
4
2%
★★
2
1%
★★★
4
2%
★★★★
12
6%
★★★★★
42
22%
 
סך הכול שטימען: 187

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2248
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך פלטיאל » דינסטאג יוני 09, 2020 4:14 pm

בילד

פארכמורעטע וואלקענעס האבן באצירט די עטוואס פארטונקלטע הימל, אייז-קאלטע ווינטן האבן געיומערט דורכשניידנדיג די ליידיגע גאסן מיט א ווייעדיגן פייף, פון צווישן די פארהאקטע לאדנס האט ארויסגעשפארט א אומעטיגע ליכטיגקייט פון פרימיטיווע נאפט-אייוועלעך וואס האבן געצאנקעט דעם ארום מיט א אומהיימליכן שיין, דערווארעמענדיג אירע פארקלאמערטע איינוואוינער וואס האבן זיך דערקוויקט מיט א ווארימע טיי.

פון צייט צו צייט האבן די טונקעלע וואלקענעס ארויסגעלאזט א הילכיגן ברום, אנזאגנדיג אירע צוהערער איבער א ווינטערדיגע רעגן וואס איז אין וועג צו באטרעפן דאס שטעטל, אט האט זיך ווידער געהערט א גערויש פון אינדרויסן, די איינוואוינער האבן זיך איינגעצויגן די גלידער ערווארטנדיג דעם הילכיגן זעץ פונעם נאכפאלגנדיגע דינער, דאסמאל אבער איז עס נישט געקומען, אנשטאט איז די גערויש געווארן העכער און אט האט זיך דערזען א לאנגע קאראוואן פון טונקל-שווארצע לימוזינען וואס האט זיך געשלענגלט איבער די שטילע גאסן, אין א טאקטישן ליניע.

די קאראוואן האט דורכגעשניטן דעם שטעטעלע און געצויגן אירע פיסטריט צום האטעל דע בילדערבערג וואס איז געווען פלאצירט איבער א ריזן שטיק לאנד, פארמויערט מיט הויך מאנסטערישע ביימער וואס האבן געווארפן זייערע פארצווייגטע שאטנס איבער א גרינע מאסע פון נאטור פארשטעלנדיג זייער עקזיסטענץ פון נייגעריגע אויגן.

די שטילע איינוואוינער פונעם קליינטשיג האלאנדישן שטעטל אוסטערביק - וואס א גרויסע מערהייט פון זיי זענען געווען איינוואוינער אין די עלטערע יארן, האבן ארויסגעבליקט פון די פארהאקטע שויבן שפאלטענעס און באטראכט די פרעמדע אינוואדירער מיט פארדאכט, איינס נאך איינס זענען די לימוזינען פארשוואנדן געווארן פון האריזאנט ווערנדיג איינגעשלינגן אין דעם נאטור-באזירטע ביימער מויער, איבערלאזנדיג די לאקירער מיט אן אומגעשטילטע נייגער.

אומגעפער פינף שעה שפעטער, זענען די לימוזינען געווען אויפן וועג פארלאזנדיג דעם האטעל פארנדיג אויפן זעלבן ליניע, איינע אונטערן צווייטן, די רייזענדע אינערהאלב די לימוזינען זענען געזעסן אונטער טונקל-באדעקטע פענסטער באדעקט מיט געוועבטע פירהאנג וואס האט אוממעגליך געמאכט זיי צו אידענטיפיצירן פון אינדרויסן, די קאראוואן האט זיך ארויסגעשיילט פונעם האטעל – וואס האט שפעטער באקומען דעם כבוד צו טראגן דעם נאמען פון דעם שוין היינט באקאנטע - דאן געהיימע גרופע, די בילדערבערג גרופע.

די בילדערבערג גרופע איז פאר יארן לאנג געווען א לעגענדע, וואס האט צירקולירט פון מויל צו אויער, די לעגענדע האט געוואוסט צו פארציילן איבער א געהיימע מאכטפולע גרופע פון די וועלטס-עליטע וואס קומען זיך צוזאם צו דיסקוסירן די וועלטס פראבלעמען און אירע לייזונגען, די גרופע איז באשטאנען פון א געמיש פון פערזאנען פון פארשידענע לענדער און קאנטינענטן און צווישן אירע מיטגלידער האבן זיך געציילט די מערסט מאכטפולע און איינפלוסרייכע פיגורן וואס דער וועלט האט פארמאגט.

זעלבסט פארשטענדליך אז דאס איז אלעס איז קאטעגאריש פארלייקנט געווארן דורך אירע אנגעבליכע מיטגלידער, אפווארפנדיג יעדע סארט באשולדיגונג איבער אזא גרופע און פארלייקנדיג איר עקזיסטענץ.

די בילדערבערג גרופע איז געווען דער סאמע צענטערפונקט פון פיל קאנספיראציעס און טעאריעס, פארשידענע פאלקס מעשיות האבן צירקולירט צווישן די מאסן איבער עפעס זייער געהיים און מאכטפול וואס שפילט זיך אפ אינערהאלב די גרופע, די סודות'פילע באנעמונג און נאכאנאנדע פארלייקענונג האט בלויז צוגעלייגט אויל צום פייער, געבנדיג דעם געפיל אז עפעס גאר געהיים באהאלט זיך דערונטער.

און נישט אומזיסט.

ליינט איבער די פאנטאסטישע אבער אומ-באקאנטע געשיכטע פון דען מיגעלס, א געשיכטע וואס איז לעצטנס אנטדעקט דורך די באקאנטע וויקיליעקס גרופע אין א סעריע פון האר-אויפשטעלנדע געשיכטעס וואס טוט אונטערשטיצן פארשידענע "קאנספיראציעס", בעסער געזאגט – וואס איז געווען אנגענומען אלס "קאנספיראציעס" ביז די באווייזן זענען געווארן אויפגעדעקט און געפונען זיך אפן פאר די וועלט, פאר ווער עס וויל זיך איבערצייגן.

דען מיגעלס איז געווען א פאפולערע דזשורנאליסט וואס האט געדינט אין די ניו יארק טיימס, מיגעלס האט גענומען אויף זיך א לעבנס מיסיע און פערזענליכע אוואנטורע צו דערגיין די אינערליכע סודות וואס שפילט זיך אפ אינערהאלב די בילדערבערג גרופע און אויפדעקן אירע געהיימעניסן, די מיסטעריעזע נאטור ארום די גרופע האט נאר גרעסער געמאכט זיין רייץ שטאפל צו דערגיין אירע סודות און לייזן די מיסטעריע דערונטער, מיגעלס איז געווען אנטשלאסן צו אויפדעקן די עקזיסטענץ און מאטיוון פון די גרופע, און האט זיך נישט אפגעהאלטן פון גארנישט.

מיגעלס האט באוויזן צו אנקניפן באציאונגען מיט א געוועזענער בילדערבערג מיטגליד, איינער וואס איז אנטשלאסן צו בלייבן אין געהיים און וויל בלייבן אנאנים, דער יעניגער האט מיטגעטיילט פאר מיגעלס האר-אויפשטעלנדע פאקטן איבער די גרופע און זייער איינפלוס איבער די וועלט.

צווישן די טעמעס וואס מען האט ארויפגעברענגט אויפן טיש זענען געווען וואס מען האט געקענט אנרופן און באצייכענען אלס פאנטאסטיש, שאקירנד אדער אומגלויבליך, מען האט גערעדט פון נוקלאערע באנוץ פון פארשידענע לענדער, די איינפלוס פון בילדערבערג איבער גלאבאלע האנדל, די ראלע פון די אמעריקאנע גאווערמענט אין די מייקראסאפט פירמע, די נוצן וואס בילדערבערג האט פון צפון קארעא און נאך.

עס האט גענומען לאנגע יארן אבער מיגעלס איז געזיצן און אפירגעקראצט שטיקל נאך שטיקל, באווייז נאך באווייז ביז ער האט באוויזן צו אהערשטעלן א עטוואס פולקאם בילד איבער די גרופע און אירע געהיימע אקטיוויטעטן.

געווען איז עס א געוויסע מאנטאג אינדערפרי, ווען מיגעלס האט ערהאלטן א אנאנימע אימעיל פון א פארשוין וואס האט זיך אידענטיפיצירט מיטן נאמען הערי, ווען מיגעלס האט געעפנט דעם אימעיל האט ער פארפעלט א הארץ קלאפ.

דער אימעיל שיקער האט זיך אנגעגעבן אלס איינער וואס האט געדינט אין "דער קלאב" - דאס איז געווען דער צונאמען פאר א גרופע עליטע פראגראמירער וואס האבן געארבעט פאר די קאמפעני מייקראסאפט, (די באקאנטמאכונג פון "דער קלאב" איז אויך צו פארדאנקן "וויקיליעקס").

"דער קלאב" זענען געווען די וואס האבן געשריבן און קאדירט די "ווינדאוס" פראגראם פאר מייקראסאפט.
וואס ווייניג האבן אבער געוואוסט, איז אז מיטגלידער פון "דער קלאב" זענען באשטאנען פון געוועזענע איינגעשטעלטע ביי די אמעריקאנע ענ-עס-עי, פון די בעסטע מוחות וואס די אמעריקאנע גאווערמענט האט פארמאגט.

אינעם אימעיל וואס "הערי" האט געשריבן פאר דען, האט ער געמאלדן זיין פרייוויליגקייט צו "רעדן" איבער "דער קלאב", און דער פארבינדונג פון די אמעריקאנע גאווערמענט צו דער בילדערבערג גרופע אין וועלכער "ביל געיטס" האט זיך גערעכנט אלס מיטגליד.

צו איבערצייגן אז ער ווייסט וואס ער רעדט האט ער מיטגעשיקט א מעמאו וואס האט אנטהאלטן א גענויע בלו-פרינט פון א אנגעבליכע "טרעקינג סיסטעם" וואס איז אנגעבליך געוארן אריינגעבויעט אינעם ווינדאוס סאפטוועיר, וואס האט געזאלט האלטן קאנטראל אויף יעדעס קאמפיוטער און אירע באנוצער.

לויט "הערי" איז די טרעקינג סיסטעם אראנדזשירט געווארן דורך די ענ-עס-עי!

מיגעלס האט זיך געציפט צו ער לעבט, די האראוואניע פון יארן האט זיך אנגעהויבן צו אויסצאלן. דער פארשוין האט אנגעוויזן זיין גרייטקייט זיך צו טרעפן פערזענליך צו מיטטיילן מער דעטאלן און ארויסהעלפן מיט פארשידענע אינפארמאציע אנבאלאנגט בילדערבערג, מען האט אפגעשמועסט א באגעגעניש אויף די קומענדיגע וואך מיטוואך אין דעם "בענדערס טעווערן" רעסטוראנט אין קענטאן אהייאו.

מיגעלס איז געווען היבש נערוועז צום באזוך, נישט וואסנדיג וואס צו ערווארטן דארט, א שטילע פארגעפיל האט אים פאראויסגעזאגט אז עפעס טויג נישט דא, אבער איז געווען גרייט צו איינשטעלן.

ער האט איבערגעגעבן פאר זיין ווייב די לאקאציע פונעם באזוך און איר געמאלדן אז אויב ער רופט נישט אהיים ביז עלף אזייגער זאל זי גלייך רופן די פאליציי, ער האט איבערגעגעבן פאר זיין ווייב א קאפי פון זיינע ארכיוון און איר געמאלדן אז אויב עפעס פאסירט זאל זי עס איבערגעבן פאר זיין קאלעגע מיטארבעטער, וויליאם רעיט.

מיטוואך אינדערפרי איז געווען א זוניגער טאג, מיגעלס האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אין זיין זילבערנע ביואיק, באגלייט מיט א רעקארדער און א נאטיץ בוך, אויפן וועג האט ער באקומען א אימעיל פון "הערי" אז עס האט זיך געמאכט א קליינע פארשפעטיגונג און ער וועט זיין א שעה שפעט.

מיגעלס האט אנגערופן זיין ווייב זאגנדיג אז עס וועט זיך פארציען שפעטער ווי געפלאנט און זי זאל נישט זארגן, דאס איז געווען די לעצטע מאל וואס זי האט געהערט זיין שטימע.

א טראגישע עקסידענט האט פארשניטן זיין אינגן לעבן.

ווען די פאליציי איז אנגעקומען צום סצענע האבן זיי געפונען א מעטאל-פאררייכערטע סטרוקטור אין די פארעם פון א צוקאליטשטע קאר , און זיי האבן בלויז געקענט באשטעטיגן דעם אומקום פונעם דרייווער וועמענס קערפער איז קיינמאל נישט אידענטיפיצירט געווארן און איז פארשוואונדן געווארן צוזאמען מיט די אפגעשריבענע מעמוארן און נאטיצן וואס האט זיך געפונען ביי אים אין טאש.

זיין ווייב איז געווען צושוידערט.

זי האט גוט געדענקט איר מאנ'ס לעצטע ווערטער, און האט זיך באלד פארבינדן מיט רעיט און אים איבערגעגעבן וואס דא האט פאסירט, רעיט איז פון אנהייב געווען סקעפטיש, אבער ווען זי האט אים געוויזן די מעמוארן און ארכיוון וואס איר מאן האט פארמאגט אין זיין באזיס האט זיך די בילד געטוישט.

רעיט האט איבערגענומען דעם אוצר און זיך געזעצט שטודירן אלע אפענע פיילס, דער בילד איז געווען זייער קלאר.

רעיט, וואס האט געדינט אלס קא-עדיטאר פון די טיימס האט זיך אראפגעזצט שרייבן א ארטיקל איבער זיינע אנגעבליכע געפונסן און די פארדעכטיגטע אומשטענדן און וואס מיגעלס איז געשטארבן - וואס לויט רעיט'ס ווערטער איז דאס געווען א "אויסגערעכנטע מארד" פון געוויסע "זייער מאכטפול" - רעיט האט אראפ געשריבן אלע דעטאלן און אינפארמאציע און דאס אריינגעשיקט צו זיין אויבערהאר.

דער ארטיקל האט געדארפט ערשיינען דעם קומענדיגן זונטאג, צוויי טאג דערויף איז רעיט אריינגעפאלן אין בעט מיט א שווערע פיבער וואס האט נאכגעפאלגט מיט א מח אומבאלאנס, רעיט איז קורצליך דיאגנאזירט געווארן מיט א מיסטעריעזע גייסטישע מחלה ל"ע וואס האט פאראליזירט זיין גאנצע קערפער און געפונט זיך היינט אין א גייסטישן אנשטאלט שוועבנדיג ערגעצוואו.

אה, און פארגעסן צו דערמאנען, דער ארטיקל האט קיינמאל נישט געזען די שיין פונעם זון.

איינער "זייער מאכטפול" ווי רעיט וואלט אים באצייכנט האט זיך געזארגט אז די אינפארמאציע זאל ווערן פארווישט און פארשווינדן ווערן פון די ארענע.

די פונקטליכע פרטים פון מיגעל'ס אנפלעקונג וועט לכאורה בלייבן א געהיימעניס אויף שטענדיג, עס בלייבט אונז נאר איבער צו שפעקולירן וואס אזאנס ער האט אנטדעקט אין וואס מאנכע זענען געווען אויסן צו פארדעקן.

די געשיכטע זעט אפשר אויס ווי א קאנספיראציע, אבער ווי אומגלויבליך עס הערט זיך איז עס ווייט פון א קאנספיראציע, די בילדערבערג גרופע עקזיסטירט ווירקליך, און צווישן אירע מיטגלידער ציילן זיך אזעלכע מאכטפולע פיגורן ווי די קלינטאן פאמיליע, ביל געיטס, די בוש פאמיליע און נאך.

א קליינע פראבלעם נאר, אחוץ אז עס איז ווירקליך פארהאן א גרופע וואס רופט זיך "די בילדערבערג גרופע" איז די איבריגע טייל פון די געשיכטע מיט אלע דעטאלן ארום א פשוטע פאבריקאציע פאנטיזירט אינעם מח פונעם שרייבער, עס האט קיינמאל נישט פאסירט.

ברוכים הבאים צו די וועלט פון קאנספיראציעס, א וועלט וואו זאכן ברויכן נישט באמת פארקומען, א וועלט ווי פאנטאזיעס, פאבריקאציעס און טעאריעס זענען פאקטן, און פאקטישע מציאת איז קיין ארטיקל.

פארשער האבן זיך לאנג געמוטשעט צו פארשטיין וואס ליגט אונטער א קאנספיראציע טעאריע, וואס מאכט מענטשן האבן א נייגונג צו גלייבן איבער עפעס מאכטפול און געהיים, עפעס מער טיפער ווי דאס וואס דער פליישיגער אויג זעט. נאך פארשידענע שטודיעס זיי זענען געקומען צו די מיינונג אז מענטשן וואס גלייבן קאנספיראציעס און גלייבן אייביג אז עס ליגט עפעס "טיפער", זענען אזעלכע וואס האבן א נייגונג צו זיין "ספעציעל" און "אנדערש" ווי דער פשוטער המון עם.

די זענען מענטשן וואס האבן ליב ווען זיי ווערן אנערקענט אלס "מער ווי נארם" און "קלוגער" ווי זייערע ארומיגע, די סארט מענטשן וועלן געווענליך אויך זיין אפגעזונדערט פון מענטשן און לעבן אין זייער אייגן געזעלשאפט ווי דארט הערשט עפעס מער געהיים און טיפער ווי דער ווירקליכקייט.

אלזא, קומענדיגע מאל איר גלייבט אין א "קאנספיראציע" טראכט ווי גרינג עס איז צו פאבריצירן איינס, איר ברויכט נאר האבן צוויי דריי אמת'ע פאקטן - און צומאל דאס אויך נישט, און איר זענט גוט צו גיין.


דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.
לעצט פאראכטן דורך בלעכענער פנים אום דינסטאג יוני 16, 2020 3:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך דייקן » דינסטאג יוני 09, 2020 7:25 pm

בלעכענער פנים האט געשריבן:פארשער האבן זיך לאנג געמוטשעט צו פארשטיין וואס ליגט אונטער א קאנספיראציע טעאריע, וואס מאכט מענטשן האבן א נייגונג צו גלייבן איבער עפעס מאכטפול און געהיים, עפעס מער טיפער ווי דאס וואס דער פליישיגער אויג זעט. נאך פארשידענע שטודיעס זיי זענען געקומען צו די מיינונג אז מענטשן וואס גלייבן קאנספיראציעס און גלייבן אייביג אז עס ליגט עפעס "טיפער", זענען אזעלכע וואס האבן א נייגונג צו זיין "ספעציעל" און "אנדערש" ווי דער פשוטער המון עם.

די זענען מענטשן וואס האבן ליב ווען זיי ווערן אנערקענט אלס "מער ווי נארם" און "קלוגער" ווי זייערע ארומיגע, די סארט מענטשן וועלן געווענליך אויך זיין אפגעזונדערט פון מענטשן און לעבן אין זייער אייגן געזעלשאפט ווי דארט הערשט עפעס מער געהיים און טיפער ווי דער ווירקליכקייט.

אלזא, קומענדיגע מאל איר גלייבט אין א "קאנספיראציע" טראכט ווי גרינג עס איז צו פאבריצירן איינס, איר ברויכט נאר האבן צוויי דריי אמת'ע פאקטן - און צומאל דאס אויך נישט, און איר זענט גוט צו גיין.


דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.


די גאנצע ארטיקל איז זייער שיין און פאכמאניש געשריבען, די עיקר איז -לדעתי- די לעצטע 3 פאראגראפען (אפשר זאל דער ניק וואס זיין חתימה איז אז קאנספעראציעס איז צו פארשטיין דבר מתוך דבר, טוישען זיין חתימה צו די לעצטע פאר שורות דא).

פרישע קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך פרישע קוגל » דינסטאג יוני 09, 2020 8:17 pm

א מין זאפטיגע שפראך.... כ'הבאב מורא אז כ'ווייס ווער ס'איז...
ממש געוואלדיג!
איך פלעג אויך צומאכן שטייט די פריזשערעטער צו זען ווען די לייט לעשט זיך אויס...

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך נשמה » דינסטאג יוני 09, 2020 8:57 pm

ניין טאטע ניין, ניין פאטער ניין. אוי איז דעס א גוטע ארטיקל. אוי די אייז קאלטע ווינטן, אוי די פארהאקטע לאדנס איי איי די ווייעדיגע פייף. איי און ווען זיי ציען זיך איין די גלידער, ציה איך עס איין צוזאמען מיט זיי.

אוי, נו, נו.

ס'דא ווען א קאראווען פארט ארויס פונעם האטעל. נאכדעם איז דא ווען א קאראוואן שיילט זיך ארויס פונעם האטעל.

:lol: איך לאך פון די פאבריקאציע. איך האב עכט געמיינט אז ס'איז א עכטע געשיכטע.

יעצט געענדיגט. גיימיר עס נאכאמאל אנאליזירן.

כדי צו קענען שרייבן דאס וואס דער שרייבער קען, דארפסטו זייער אסאך שרייבן דו דארפסט פשוט נעמען א געשיכטע, דמיון אדער עכט, און זיך נעמען שרייבן. דער שרייבער האט א מורא'דיגער שפראך. זעהט אויס אז ער האט זיך דאס געלערנט פון אסאך אסאך ליינען, און שרייבן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך simcha » דינסטאג יוני 09, 2020 11:37 pm

גוט גוט...

איך גלייב דיר ניטאמאל אז עס איז נישט אמת, דאס איז א קאנספיראציע אז עס איז נישט אמת, איך לאז מיך נישט אזוי שנעל אינטערקויפן אז עס איז נאר א קאנספיראציע...

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך יוני 10, 2020 12:16 am

אוי ביסטו גוט.....

פיינע סורפרייז.
קודם געווען שאקירט פאר א סעקונדע, און נאכדעם זיך פיין אונטערגעשמייכלט.
אחוץ דעם פיינעם ארטיקל, האט עס א פאוערפול מעסעזש, "נישט אלעס דארף עפעס האבן טיפער אינטערדעם".

555
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך באקסער בוים » מיטוואך יוני 10, 2020 12:24 am

שוין, באלד העסטו מיר נאך אויך לייקענען אז ס׳עקזיסטירט נישט קיין דיעפ סטעיט..

זייער שטארק הנאה געהאט, שכח פארן שרייבער, זייער אינטערעסאנט און ליינט זיך גאר פליסיג.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2331
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך יוני 10, 2020 12:25 am

האסט מיר גענומען אויף א פיינעם 'רייד'!

הערליך און צוקער זיסער ארויסגעברענגט דיין 'פוינט'! זייער קרעאטיוו!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1934

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך אביסל טיפער » מיטוואך יוני 10, 2020 12:30 am

עס איז נישט דא וואס צו שרייבן נאר
געוואלדיג
א פינף שטערן פאר אלעס!
ספענט 30$ און באקומט צוריק 30$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך יוני 10, 2020 12:36 am

אויב 'קריעטיוויטי' וואלט געווען א שאלה, וואלט דאס (לכאורה) געווען די נאמבער 1 ביי מיר.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

קהילת יקנה''ז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am
לאקאציע: פאליש

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך קהילת יקנה''ז » מיטוואך יוני 10, 2020 2:20 am

אביסל טיפער האט געשריבן:עס איז נישט דא וואס צו שרייבן נאר
געוואלדיג
א פינף שטערן פאר אלעס!
כאפ אפ, שרייב אראפ, למען ידעו,
באוויינט נישט שפעטער!
שיקט אלטע בילדער צו
OldpicturesMonroe@gmail.com

אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך מארגן » מיטוואך יוני 10, 2020 2:29 am

געוואלדיג

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9058
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יוני 10, 2020 12:17 pm

דער איז א ריכטיגער שרייבער, זייער א פראפעסיאנאלע שפראך.

אגב, צום שרייבער: ליין די 'אידישע אונטערוועלט' ארטיקל און זאג מיר צו עס זענען נישט פארהאן קיין קאנספיראציעס...
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
ארלאנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 09, 2020 8:47 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך ארלאנדא » מיטוואך יוני 10, 2020 10:51 pm

זייער שיין אין אינטערעסאנט
שאד סעאיז נישט אמת
NNM

נייע ניקס מעטטער

הק' אלי' ראובן לאנדא

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11968
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך יוני 10, 2020 11:17 pm

זייער שטארק הנאה געהאט
א נעכטיגע שרייבער גענומען אויף א גוטע רייד. איך האב שוין אינמיטן געכאפט אז עס שטימט נישט אבער עס האט דאך נישט אוועק גענומען די געשמאקייט פון ענדיגן.
די נושא איז גוט, געשריבן איז עס גאר גוט, בלייבט נאר איבער צו לויפן רעיטן

אוועטאר
איינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6325
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך איינס » מיטוואך יוני 10, 2020 11:44 pm

איינס און אזעלכעס!

ברענג נאך אויך נאכן פארמעסט.
נישט קאנספיראציעס, נאר נאך פון די סחורה...

נישטא וואס צו צולייגן, עני ווארט וועט איבערדרייען דעם ארטיקל צו א קאנספעראציע.

שפראך אינהאלט און אווער אלל
5 5 5
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13931
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג יוני 11, 2020 1:30 am

גוט גוט, האסט עס פיין געמאכט מיט מיר, ווי אנדערע רופן עס 'גענומען אויף א רייד'
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך שמחת עולם » דאנארשטאג יוני 11, 2020 6:26 am

יא, נישט דא וואס צו רעדן, דאס איז א געוואלדיגע ארטיקל, א הערליכע שריפט און מיך געהאלטן געשפאנט ביז צום סוף.
בעפאר דו גייסט נעמען סיי וועלכע שריט לויט די ראַט פון א חבר,
טראכט גוט אריין!
האט ער דיך גע׳עצה׳ט אדער גע׳העצ׳ט ? ? ?
__________
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג יוני 11, 2020 3:16 pm

זייער א פיינער שרייבער. א גוטער תוכן, און א פליסיגע און רייכע שפראך. מצוין!

נאר איין פראבלעם, אז היות די ארטיקל איז ווארשיינלעך געשריבן געווארן "לאור המצב" ברענגט עס מיר כמעט שוים אויף די ליפן פון כעס, אנשטאט בלויז זיך אונטערהאלטן אויף די חשבון פון (קלוגע-אייגענארטיגע-ייחודיות'דיגע) קאנספיראטארן.

שוין.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: בלומען טאפ

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך קלמן יאסעלע » דאנארשטאג יוני 11, 2020 3:28 pm

פון די געווינער ארטיקלען!!!!!!!
די שרייבער מאכט חוזק פון דעם לייענער...
שלעפט דיך אריין מיט אפאר וויקליכקייטן ווי למשל וויקיליעקס, היימישע נעמען, און דאן אומבאמערקט אריין אין פיקציע, און ביים שלוס פלוצלינג און ציניש..

"ברוכים הבאים צו די וועלט פון קאנספיראציעס, א וועלט וואו זאכן ברויכן נישט באמת פארקומען, א וועלט ווי פאנטאזיעס, פאבריקאציעס און טעאריעס זענען פאקטן, און פאקטישע מציאת איז קיין ארטיקל."

און דאן אביסל באפעלעריש...

"אלזא, קומענדיגע מאל איר גלייבט אין א "קאנספיראציע" טראכט ווי גרינג עס איז צו פאבריצירן איינס, איר ברויכט נאר האבן צוויי דריי אמת'ע פאקטן - און צומאל דאס אויך נישט, און איר זענט גוט צו גיין."

אבער גאר גאר גוט!
ייש"כ
האסט א מיינונג? נישקשה, גיב נאר אכט עס זאל נישט ווערן א שטעלונג!

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך שטומפיג » דאנארשטאג יוני 11, 2020 4:27 pm

אייגנארטיגע איידיע, גוט אראפגעלייגט.
סופער ארטיקל.

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך בלעכענער פנים » פרייטאג יוני 12, 2020 10:26 am

האסט מער טאקע גענומען אויף א רייד, אבער איך ווער משוגע פאר אזאנע ריידס... קיפ איט אפ!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5974
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך ענדע צדיק! » פרייטאג יוני 12, 2020 10:30 am

מחשב האט געשריבן:זייער א פיינער שרייבער. א גוטער תוכן, און א פליסיגע און רייכע שפראך. מצוין!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

נשמת השכל
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך נשמת השכל » מוצ"ש יוני 13, 2020 11:54 pm

פעיק נוז האט געשריבן:אגב, צום שרייבער: ליין די 'אידישע אונטערוועלט' ארטיקל און זאג מיר צו עס זענען נישט פארהאן קיין קאנספיראציעס...

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7#p1363907
איך בין אזוי "שטארק" אז איך האב אפילו נישט קיין פראבלעם צו זיין "שוואך"...

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

אוועטאר
אויף געבלאזן
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 8:58 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #17 - די בילדערבערג געהיימניס

תגובהדורך אויף געבלאזן » זונטאג יוני 14, 2020 12:02 am

קלמן יאסעלע האט געשריבן:פון די געווינער ארטיקלען!!!!!!!
די שרייבער מאכט חוזק פון דעם לייענער...
שלעפט דיך אריין מיט אפאר וויקליכקייטן ווי למשל וויקיליעקס, היימישע נעמען, און דאן אומבאמערקט אריין אין פיקציע, און ביים שלוס פלוצלינג און ציניש..

"ברוכים הבאים צו די וועלט פון קאנספיראציעס, א וועלט וואו זאכן ברויכן נישט באמת פארקומען, א וועלט ווי פאנטאזיעס, פאבריקאציעס און טעאריעס זענען פאקטן, און פאקטישע מציאת איז קיין ארטיקל."

און דאן אביסל באפעלעריש...

"אלזא, קומענדיגע מאל איר גלייבט אין א "קאנספיראציע" טראכט ווי גרינג עס איז צו פאבריצירן איינס, איר ברויכט נאר האבן צוויי דריי אמת'ע פאקטן - און צומאל דאס אויך נישט, און איר זענט גוט צו גיין."

אבער גאר גאר גוט!
ייש"כ

א חשד מעג מען האבן אז עפעס ליגט דא טיפער
מען מעג האבן א חשד אויף געוויסע מיט חשבונות נישט אייביג דארף מען זיי גלייבן וויאזוי זיי זאגען עס און וואס זיי זאגען (און וואס נישט) די חשד איז א בחינה פון סוואלט געקענט זיין אמת דעיס אדער עפעס ענדליך צו דעם

אגב איך האב זייער הנאה געהאט פונעם באשרייבונג אבער די נקודה דיס עגרי עך
אויף געבלאזן


צוריק צו “פארמעסטן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט