שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

"פארמעסטן צווישן די אייוועלט שרייבער"

אחראי: אחראי

וואס איז אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל? אינהאלט | שפראך | אווער אלל רעיטינג

די וואלן האבן זיך פארמאכט דינסטאג יוני 23, 2020 4:10 pm

8
3%
★★
5
2%
★★★
11
4%
★★★★
14
5%
★★★★★
65
21%
7
2%
★★
4
1%
★★★
5
2%
★★★★
13
4%
★★★★★
74
24%
6
2%
★★
1
0%
★★★
11
4%
★★★★
15
5%
★★★★★
71
23%
 
סך הכול שטימען: 310

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך שמארטיקל » דינסטאג יוני 09, 2020 4:10 pm

בילד

מיט צוקנייטשטע פיאות, אפענע כאלעטל, וואנצעס אין פיסק, פארכמארערט געזיכט, האנטוך אויפן פלייצע, שיך אין די שטיינער, אויפן מאראסיגן וועג און שטעג אין קאנטרע יצ''ו, מאך איך מיין וועג צום מקוה---

אה, שוין, א מקוה ארטיקל.. כאילו ס'נישט דא גענוג דא אויפן עולם'ל. ווער ס'האט נאר הענט און א קוה בארדע (מיט א מקוה קארטל) האט שוין געשריבן איבער מקוואות. מיינסט טאקע אז דו גייסט געוואונען די פאר מ'עסט מיט א מקוה ארטיקל?? אבער ניין טייערע ליינער, איך גיי נישט רעדן פון מקוה'ס און אויך נישט פון קאנטרי, ווארטס מיט געדולד...

לאמיר זיך אומקערן צו אינזער שפאציר. איך קום שוין אט אן צום מקוה, ווען פלוצלינג, אוט אוו די גלו, ווי א דינער אינמיטן העלן טאג, ווי א פליג ביי קידוש, ווי א באמפ בשעת'ן דרייווען אויף אכציג, שפיר איך א געזינטע זעץ אין ריקן!!

מארגן! סירצעך?!

מיט נישט ווייניג אנגסט דריי איך מיך אויס. אהה, קול דודי דופק, מיין חבר אידא, מיט א פריינטליכע קלאפ אין רוקן... אבער פאר כ'האב געהאט א געלעגענהייט צו ענטפערן זיין פראגע, איז זיין שמייכל באדעקטע פנים איבערגעקערט געווארן צו א פארווייטאגטע מינע אויפן געזיכט, שאקלענדיג זיין האנט מיט א קענטיגע ווייטאג ווי א פישל אויפן הוק... נאכן זיך צוזאמקלויבן פונעם קלאפ, פרעגט ער מיט בייז וואונדער, האלאו!! פארוואס איז דיין כאלאט דורכגעווייגט נאס???

א מיסטריעזע שמייכל שפרייט זיך שטייטעלעך אויס אויף מיין פארשלאפן פרצוף... אהא! זאג איך איהם, האסט נישט געוואלט קומען נעכטן מיט אונז, יעצט האסטו נישט קיין אהנונג וואס דו האסט פארפאסט!!

וואס איז געווען נעכטן?

די פראבלעם איז, אז כ'האב אויך נישט קיין אהנונג וואס איך האב פארפאסט...

לאמיר אייך מיר נישט באלמיטשענען מיט הקדמות נאר ליבערשט שניידן צו די נאכיאגן. (cut to the chase)
אלעס האט זיך אנגעהויבן מיט איינעם פון אינזער סטעף, נחום. פארוואס רוף איך איהם נחום? ווייל אזוי הייסט ער...
ניין, ער הייסט נישט נחום, כ'רוף איהם נחום ווייל נחום גראמט מיט חכם. העסטע אוודאי מיינען אז נחום איז א חכם, זאג איך דיר ניין, נחום האלט אז ער איז א חכם, און ער פגר'ט אז יעדער זאל אויך האלטן אזוי, אבער דערווייל האלט די עולם אביסל אנדערש...

וואס קען מען טוהן אז נחום ווייסט נישט פונעם סייג לחכמה, נחום האט אפילו נישט די קאמאן סענס פון א סקאנק... אויב א מח וואלט ווען געווען געמאכט פון לעדער וואלט ער נישט געהאט גענוג צו מאכן א פאסיק פאר א סאלעמענדער... פארהאן א קארפעט ערגעץ וואו אין כעלעם'ער קאנטרי, מיט א העכערע IQ ווי זיינע... אבער ער מעג דאך האלטן אנדערש, דאס מאכט נאכנישט אויס זיין טעאריע אז ער איז שלמה המלך בדורינו... ווי זאגט די וועלט? דארט ווי די עולם הערט אויס...

אקעי גענוג געטריבן שפאס פונעם נחום עדוף מחמי, לאמיר צוגיין צו מנין...

דאס יאר האט זיך נחום ערקלערט אלס שטערן זעהר... יא, קוק מיר נישט אן אזוי ווי כ'בין אראפ פונעם לבנה, ווייל נחום האלט אז ס'איז פעיק נוז, א מענטש איז נאך קיינמאל נישט געווען אויפן לבנה טענה'ט ער...ענעוועי, נחום האט זיך פעסט אריינגעלייגט אין אסטראנאמיע.. ער קען זיך אויס מיט די כוכבים אין ש'מזלות... ער איז אן אסטראנאמיסט!

איין טאג פרעגט נחום, ווער עס וויל קומען זעהן א שורינג סטאַר. וואסי דאס?? א שטערן וואס פליהט!!! יא, ס'פאלט שטיקער פון א אנדערע פלאנעט, א כוכב נופל רופט ער עס מיט לומדות, מ'קען עס זעהן אינמיטן די נאכט נאר ווען ס'איז זייער טינקל בערך יעדע צען מינוט... פרעגטס מיך נישט איבער רבותי, ער האט עס געסטאָדיד נישט איך...

אני הקליינער בין אייביג רעדי פאר חדשות, יענע נאכט צווי דרייcig האמיר זיך ביידע אויסגעשטרעקט בפישוט רדים ויגלים אויפן פרייען פעלד, די אויגן געוואנדן צום הימל, נישטערנדיג פאר די שוטינג סטאר...

ליגענדיג אזוי אינעם אנגענעמען וועטער, אויפן באקוועמען גראז, קוקענדיג אויף די פינקעלדיגע שטערן'ס, איז מיין מח אוועקגעפלויגן ווייט ווייט ווייט, צו גאר אנדערע שטערן'ס וואס איך פלעג זען אינמיטן סאמען טאג...

איך בין אוועקגעפלויגן ווי מיט א ראקעט, כמעט צו אן אנדערע פלאנעט, א קנאפע 20 יאר צירוק, אין כתה ה'. איך האב דאס יאר געלערענט ביי די שטרענגסטע רבי אינעם בנין. שוין א יאר פריער האבן מיר מיינע ברודער געווארנט אז רבי שיינער (פיקטיווע נאמען) "האט ליב צו שלאגן" גשוט און פראט, ער האט ליב צו שלאגן... ער שלאגט אפילו וואוילע קינדער זאגן זיי, אין מיין אינגע 9-8 יאהריג מח'ל בין איך געווען זיכער אז זיי טרייבן איבער משטיינס געזאגט, א שטייגער ווי ווען זיי האבן מיך איינגערעדט אז ס'פארהאן א ריז וואס וואוינט היינט צוטאגס אין בארא פארק... א מעשה פאר זיך...

אבער שוין דעם ערשטן טאג האב איך איינגעזען אז זיי האבן בכלל נישט איבערגעטריבן, אפשר אינטערגעטריבן... די מנהל האט אינז אריינגעברענגט צו די נייע חדר, די רבי האט געקוקט שטרענג אויף יעדעם. שוין, די ערשטע טאג איז יעדע רבי שטרענג, האב איך מיך געטרייסט. אבער ס'האט נישט גענומען לאנג...

די קינדער האבן זיך אומגעקוקט איינער אויפן צווייטן, ווי די סדר איז ווען מ'קומט אן צו א נייע פלאץ. איין אינגל האט געשמייכלט פונדערווייטענס צו זיין חבר... די רבי רופט איהם צו;

א קלינגעדיגע פראסק!!! ס'האט עכט געקלינגען... אן גארנישט זאגן, א פראסק!

א שטילקייט האט זיך אראפגעלאזט אין חדר. אלעמען'ס הערצער האבן גענומען קלאפן ווי מיט העק... ס'האט געהערשט א שרעליכע פחד אינעם צוממער וואס האט זיך נישט פארלאשן ביזן טאג וואס מיר זענען ארויף צו כתה ו'.

גיי אויפן פלאץ, זאגט די רבי באבלאזן. דאס נעבאכדיג קינד גייט צוריק צו זיין פלאץ, אינגאנצן צומישט... אויפן וועג צוריק פרובירט ער אנצוטוהן א שמייכל אויף זיין פרי-געוויין פנים'ל,

דריי דיך אויס!! דינערט רבי שיינער'ס שטומע אינעם חדר.

דאס קינד דריידט זיך אויס, נישט האבענדיג שכל גענוג שנעל אויסצומעקן די חוצפה'דיגע שמייכל... דו לאכסט!!! איך וויל דיך לערנען! דא וועסטו האבן דרך ארץ!

א קלינגעדיגע פראסק!!!

אויב האב איך געמיינט אז ס'קען נישט ווערן שטילער האב איך מיך יעצט איבערצייגט ס'פארקערטע. די שפאנונג אין חדר איז געווען אויפן העכסטן גראד. קיינער האט זיך נישט גערירט קיין מוקסל. אלע 9 יעהריגע חושים זענען געווארן אנגעשפיצט אויפן שטערקסטן פארנעם. די הארץ האט געבאכעט! ציטערענדיג די רבי זאל עס נישט הערן קלאפן... א שרעק האט אלעמען באנומען נישט וואוסענדיג פינקטלעך וואס מען טאר נישט טוהן דא אין חדר, א שרעק נישט צו זיין נעקסט וואס וועט זיך דרייען ביי ריסעס מיט פינגער אפדריקן פון די רבי'ס גראבע פינגערס אויפן אימשילדיגן צארטן פנים. א שרעק און פרעשור וואס האט אנגעהאלטן א גאנצע לערן יאר.

די רבי האט זיך שטרענג אומגעקוקט מיט קאלטע בליקן אויפן יעדער אינגל עקסטער. א שוידער איז דורך אין אלע ביינער ווען די רבי האט אריינגעקוקט טיף טיף אין די אויגן... אזוי האט די טאטאל שטילקייט אנגעהאלטן פאר בערך צען מינוט! ווען די גאנצע צייט זיצן מיר ווי געלעמט. דערנאך האט די רבי געפרעגט די ערשטע אינגל וויאזוי ער הייסט, ווען די אינגל האט געענפערט האט איהם די רבי גערופן פאר א פראסק. די רעדסט אזוי הויעך! אהן קיין דרך ארץ?! מען רעדט שטיל צו א רבי, מיט הכנאה...

פון יענעם טאג און ווייטער האט זיך אנגעהויבן א יאר פון רבי שיינר'ס רעזשים במלוא מובן השטילע... מען האט אייביג געמיזט רעדן שטיל.

אפילו שרייבענדיג יעצט קומט מיר אהן שווער... מיר זענען געהעריג געווען קנעכט פארן דיקטאטור'ס משוגתן א גאנצע יאר. ביינאכט פלעג איך נישט קענען איינשלאפן פאר שרעק פון רבי שיינר. איך וועל פרובירן צו שרייבן אביסל פון די שווערע פיינונגען וואס מיר האבן מיטגעמאכט אינטערן רעזשים. ס'נישט גרינג צו מסביר זיין וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן פאר איינעם וואס האט עס נישט מיטגעמאכט.

די רבי איז נישט געווען קיין כעס'ן, ער האט זיך זעלטן גערעגט. ער האט אבער הנאה געהאט ווען מען האט געציטערט פון איהם. אלעס אין חדר, אפילו ביי ריסעס אין ביי לאנטש, האט זיך געדרייט ארום די פחד פונעם רבי'ן. ער האט עס פשוט אינדשויט. כ'געדענק איינמאל זענען עטליכע אינגלעך - איך צווישן זיי, געקומען שפעט, האט ער אינז געהייסן ווארטן אינדרויסן און אפשמועסן צווישן זיך וואספארא שטראף די רבי זאל טוהן צו אינז... אויב זענט איהר נישט איינער פון יענע פיהר קינדער, וועט איהר קיינמאל נישט פארשטיין וואס יסורי נפש דאס איז... ער האט געפירט זיין מלוכה מיט אן אייזענעם פויסט. ער האט קלאר געזאגט, אפען און גראב, אז ער פריידט זיך צו שלאגן. איינמאל ווען ער האט געטראפן א נייע שטעקן האט ער עס געוויזן פאר אלע קינדער מיט גרויס שמחה...

נאך א געפערליכע זאך וואס מיר קינדער האבן זייער גוט געזען. ס'געווען קינדער וועם ער האט קיינמאל נישט געשלאגן אדער דערנידערט. דאס זענען געווען קינדער פון בעסערע שטיבער, וואס די רבי האט מורה געהאט פון די עלטערן. די קינדער וואס ער האט די מערסטע גערודפט זענען געווען פון אזעלעכע שטיבער ווי איך, עלטערן פונעם פאריגן דור, ווי מיר האבן נישט געפילט באקוועם אהיימצוקומען זאגן, די רבי האט מיך היינט געשלאגן. די רבי האט דאס זייער גוט געוויסט... איך פלעג האבן איין קוואדער אין טאש אהיימצורופען. ווען די רבי האט מיך ענג געמאכט האב איך אריינגעשטעקט די הענט אין טאש, טראכטענדיג אז איך גיי אהיימרופן דערציילן, איך האב אזוי שטארק אנגעכאפט די קוואדער אז אפילו די אדלער האט געקוויטשעט פאר יסורים... כ'האב עס למעשה קיינמאל נישט גענוצט...

נאך א קרישקעלע דערמאן איך זיך יעצט בשעת'ן טייפן. ביי ענגליש האבן מיר געליינט א רידינג בוק. דארט איז געשטאנען א פיקטיווע מעשה, כאולי יעדער מענטש קען איינמאל אין לעבן טראכטן אז עפעס זאל געשען (א wish), און ס'וועט מקיום ווערן, אבער מען קען נאר איינמאל אין לעבן עס טוהן, דערפאר זאל מען עס נישט אויסנוצן ווען מ'איז נאך אינג. עפעס אזוי... פלעג איך אייביג האפן אז ס'זאל זיך עפענען א לאך ביזן תהום אונטערן רבין'ס בענקל אינמיטן מיך אנשרייען... פארשטייסט, דאס האט האט זיך געדרייט אין מיין אינגע מח'ל בשעת'ן פארלערנען...

(איך מיז ארויסברענגען אז איך פרוביר נישט דא אראפצורייסן מלמדים, איך האב געהאט אסאך גוטע געטרייע מלמדים וואס איך געדענק נאך צום גוטן עד היום, און איך בין זיי שטארק מכיר טובה. אבער די אמת דארף מען וויסן אז ס'איז דא שלעכטע אויך. און אז א קינד קאמפלעינט דארף מען נאכקוקען אם יש דברים בגוי גמור...)

ובזה אתחיל,

איין אינגל, די בעסטע אינגל פון די גאנצע חדר. א מתמיד, א גוט קעפל, געקענט לערנען די בעסטע. און מער פון אלעם, א גוט הארץ. פלעגט לערנען מיט שוואכערע קינדער (וגם אני בתוכם... ששש). די רבי האט איהם נישט געקענט דערליידן, ער האט איהם גערופען ''די בית גימל'', ערקלערענדיג מיט טעם אז ב' ג' איז די ר''ת פון בעל גאוה. פשוט און גראד, א גאנץ יאר האט ער דעם אומשילדיג קינד גערופען ב' ג', ער האט איהם צוקלאפט אויף שטיקלעך שארבן, דערנידערט און פארשעמט און יעדע געלעגענהייט. איבריג צו זאגן וואס פאר אן אימפעקט דאס האט געהאט אויפן אימשילדיגן נשמה, ער האט זיך פארלאשן ווי א ליכט, מיט ניסי נסים האט ער איבערגעלעבט די יאר... (ווען איך וואלט געוואלט איבערטרייבן וואלט איך געשריבן אז ער איז אויסגעשטיגן א באם, יצא לתרבות וכו', אבער האמת אגיד, דער איז היינט גאר א חשובע אינגערמאן א היפשע תלמוד חכם, ב''ה. א נקמה אין די רבי...)

איינס פון די הארבסטע זאכן איז געווען אראפווארפן גארבידש אויף דער ערד. ווי די געזעץ האט געלויטעט, ''שמיץ פאר שמוץ'' און ס'פלעגט שטרענג פאסירט ווערן (כ'האף עטס לאכטס... אך און וויי אויב איינער האט נישט געלאכט פון די רבי'ס דשאוקס... ער האלטס זיך קליגער פון די הויעכגעשעצטע רבי, ב' ג'.. וכו')

די סדר איז געווען ווען די רבי איז אריינגעקומען נאך ריסעס און געזען א שאלאכטס אדער רעפפער אדער ליידיגע בעג אויפן פלאר, האט די רבי געהייסן די אינגל וואס האט עס אראפגעווארפן זאל עס זיי מוחל קומען אויפהייבן און לייגן אין גארבידש. נישט מער ווי גערעכט, ניין? ווי איהר פארשטייט אבער, האט זיך עס נישט געענדיגט מיט דעם... ווי נאר די אינגל איז געקומען עס אויפהייבן האט די רבי אנגעטרעטן די בעג מיט זיין גרויסע שיך. דאס קינד האט זיך אראפגעבויגן אויפצוהייבן די בעג, דאן האט די רבי'ס שטעקן זיך א לאז געטאן אויפן אינגל (כמה פעמים אני הקטן...), אריינשמייסענדיג שבע למטה, הייב עס אויף!! הייב עס אויף!! פארלאנגט די בארבארישע קאפאו מיט קענטיגע הנאה, בשעת אלע אינגלעך לאכן פון די גוטס און דאס רחמניות'דיגער שעפעלע וואס פרובירט נעבעך אויפצוהייבן די בעג אן ערפאלג ווערט נאר רויטער און טויטער...

איינמאל, האב איך אראפגעווארפן א פאטעטא טשיפ בעג אויף די ערד נאכן עסן. (ווי איז געווען מיין שכל?) ווען די רבי איז אריינגעקומען האט ער גלייך געזען די בעג, ער האט זיך געפריידט דערצו כמוצא שלל רב... קיין פרייליכערס פון איהם איז נישט געווען. וועמען'ס איז דעי בעג?! האט ער געפרעגט מיט אן אומבאהאלטענעם פרייד. דא האב איך געמאכט דעם דריסליכן טעות און באשלאסן צו מאכן א שווייג... אבער רבי שיינער האט באשלאסן צו ווייזן פאר יעדן אז מ'קען גארנישט באהאלטן פונעם טיראן, אלעס וועט ער געוואויר ווערן. נאך חקירות ודרישות האט איינער א וואוילע צדיק'ל אויסגעזאגט ווער דער שילדיגער איז... (מסור קעצי איינער!)

די רבי האט מיך גערופען צו זיין טיש.

הענט און פיס האבן זיך מיר געווארפן... מיט ציטערדיגע טריט האב איך געשפאנט צום רבין'ס טראן, ווען אלע קינדער זיצן שטיל און האלטן מיט די סירקוס... די רבי רופט מיך ארויף אויפן סטעידש. אויוויי ס'מיר גוט, ס'לעצטע מאל די רבי האט ארויפגערופן איינער אויפן סטעידש איז יענער געווען געצווינגען צו שטיין אויף די רבי'ס בענקל (וואס האט געהאט רעדער...) אז יעדער זאל זעהן די שלעכטע אינגל פון וועם קיינער טאר זיך נישט אפלערנען...

כ'קום ארויף אויפן שטיהל, כ'האב מיך געווארפן ווי א בלעטל אין הערבסט. איך האב געפילט מיין הארץ זעצן ביז מיין קאפ... די רבי שלעפט מיך צו נענטער צו זיך, פה אל פה אדבר בו, קוקט מיר אריין אין די אויגן, און זאגט מיט א רואיגקייט, ליגנט און חוצפה איז ביי מיר דאס ארגסטע. דו גייסט יעצט זיין א סעמפל פאר די גאנצע חדר...

און דאן איז עס געשען...

אימיטן די גאנצע דראמא איז די רבי'ס פרישטיג אומגערישט ארויפגעקומען אויף די אויבערפלאך... בשעת ווען איך שטיי אינטשעס אפגעריקט פונעם וואלקעאנישן ארויסשיס... די ריח רע וואס האט זיך פון דארט דערטראגן איז געווען איום ונורא, כ'האב געוויסט אז שניידן צוויבל קען מאכן רינען טרערן, יעצט בין איך געוואויר געווארן אז די גראך פון צוויבל קען אויך מאכן וויינען... מיין אינגע אימיון סיסטעם האט עס נישט געקענט פארטראגן... אינסינקטלי, האביך געגעבן א בעק צוריק...

וואס האט דאס געמיינט???!!! דינערט די באסיווע שטימע נאכן צוריקשיקן די אומגערופענע טונא נ'צוויבל... פארוואס האסטו צוריקגעטרעטן אהן רשות? שרייט דער בהמה מעלה גירה, כאולי איך בין דער וואס האט געטוהן אן עולה דא...

און איך שוטה האב געענפערט תמימות'דיג מיט א שטילע שטימע: גארנישט... ס'האצעך גענומען שטינקן דא...

פראסק!!! פראסק!!! פראסק!!! פראסק!!! פראסק!!! פראסק!!!

ק/פ נאך עטליכע מאל... איך האב געזען שטערן'ס פינקלען פון אלע זייטן... עכט.

איין גוטע זאך איז ארויסגעקומען דערפון, זעהט אויס אין גרויס כעס האט ער פארגעסן פון די סיבה וואס ער האט מיך לכתחילה געריפן, נעמליך די ארגסטע זאך, ליגנט.

מיטן לעצטן פראסק האט ער מיין אינגן קערפער אראפגעשליידערט פון סטעידש... אן אפגעפאטשטער בין איך צוריק געגאנגען צו מיין פלאץ. ב''ה די בעלל האט זיך באצייטענס צוקלינגען. די רבי האט ארויסגעשטורמט פון קלאס, מסתמא קעיר צו נעמען פון די איבריגע חלק פרישטאג...

איך וויל ענדיגן מיט נאך איין זייער ווייטאגליכע זאך וואס איז פארגעקומען בין כותלי החדר, דאס איז געווען די חרם טיש... יא יא, ס'איז געווען א טיש ביים ווינקל פון חדר ווי דארט האט מען אהינגעשטעלט א קינד וואס האט זיך פארזינדיגט קעגן די קעניגרייך. מען האט נישט געטארט רעדן צו איהם, נישט ביי ריסעס, נישט ביי לאנטש, נישט אין חדר, נישט אינדרויסן פון חדר. מען האט נישט געמעגט האבן קיין שום שייכות מיט איהם, געהעריג חרם. און דער סאדיסט האט אונז אנגעזאגט אז מיר זאלן נישט אויסזאגן פאר קיינעם, אויך נישט פאר די עלטערן! ווייל דער אינגל קען זיך פארשעמען...

ב''ה איך בין קיינמאל נישט אנגעקומען אהין. איך געדענק איין אינגל איז דארט געזעצן גאנצע צוויי וואכן! קיינער האט נישט גערעדט צו איהם, ער האט נישט געמעגט מיט שפילן מיט די גאנצע חדר ביי לאנטש, ער איז געשטאנען אין די זייט ביי וואן טו טרי גלחים לויף, ביי פאליס גנבים, ביי מלך שני וכו', מיר זענען געווארן אנגעזאגט איהם נישט צו לאזן שפילן. ביים חזר'ן האט ער נישט געהאט קיין חברותא, די רבי האט נישט געקוקט אויף איהם, ווען די רבי האט עפעס אויסגעטיילט האט ער איהם אויסגעלאזט, וכו' וכו' רשעות עד לב השמים. איך ווייס נישט וויאזוי דער קינד איז נאך געקומען אין חדר יעדן טאג.

אריבער איז א וואך אויפן פארפיינונגט קינד, איז ער געגאנגען און געשריבן א בריוו פארן הויעכגעשעצטע רבי'ן, ווי ער ברענגט ארויס אז ער זעהט איין זיין טעות (כ'געדענק שוין אפילו נישט וואס זיין זינד איז געווען...) ער טוט תשובה און נעמט זיך פאר ס'וועט מער נישט פאסירן, אנכי עפר ואפר... בלא בלא בלא. און ער בעט זיך בתחנונים אז די רבי זאל איהם באפרייען פונעם שרעקליכן חרם דרבינו...

שטייטעלעך, מיט אראפגעלאזטע אויגן, פארפלאמטע פנים, וואקעלדיגע טריט, גייט דאס צובראכן קינד צו צום רבין'ס טיש און לייגט אראפ די בריוו. די רבי האט א קאלטע בליק געטוהן אויפן איינגעקנייטשטן לוסליוו פאפיר, און כלאחר יד מיטן עלענבויגן האט ער געגעבן א שאַר אריין דאס טרערן פארפלעקטע בריוועלע אין גארבידש!
די רבי האט נישט געוואלט צורירן די צעטיל ווארום דאס קינד איז דאך אין חרם... דאס בארבארישקייט איז נישט צום באגרייפן, די בישה פונעם קינד איז נישט צום באשרייבן, די געשיכטע איז נישט צום גלויבן, ווען איך וואלט עס ווען נישט געזען מיט מיינע אייגענע אויגן, צוזאמען מיט נאך פיר און צוואנציג פאָר 9 יעהריגע אויגן, וואלט עס מיר אויך געווען שווער צו גלייבן.

פלוצלינג, אזוי אומגערישט, האט א געשריי איבערגעריסן די טויט שטילקייט וואס האט דארט געהערשט;

דארט!!! דארט!!!

וואס?! וואו?!

די שורינג סטאר!!! ס'יעצט אריבער געפלויגן!!
שוין, האסט עס שוין ווייטער פארפאסט, יעצט דארף מען ווארטן נאך 10 מינוט!

ניין חבר מיינער, איך האב עס יא געזען, מער פון איינס...


דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.
לעצט פאראכטן דורך בלעכענער פנים אום דינסטאג יוני 16, 2020 3:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
לאכן לאכט דער לעצטער - דער וואס האט די לעצטע געכאפט די דשאוק

שמארטיקל'ס מחשבות

פרישע קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך פרישע קוגל » דינסטאג יוני 09, 2020 4:24 pm

פיינע נייעס!!! די מעשה די שפראך און די ענדינג
אבער דעם רבי'ן וואלט איך גענומען און צפליקט אויף שטיקער
איך פלעג אויך צומאכן שטייט די פריזשערעטער צו זען ווען די לייט לעשט זיך אויס...

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5801
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך נשמה » דינסטאג יוני 09, 2020 5:25 pm

ב"ה

דער שרייבער פון דעם ארטיקל האט די מעגליכקייט צו נעמען די עקספיריענס וואס ער האט אליין מיטגעלעבט אלץ קינד, און עס שרייבן מיט ווערטער. נישט יעדער קען דאס. ס'דא ביי וועם ס'בלייבט רוי, און זיי קענען עס נישט אראפשרייבן. ס'דא ווייל זיי קענען נישט מחמת זיי דארפן זיך נאך קונה זיין דעם כשרון, און ס'דא נעבעך פון טראמא.

דער שרייבער האט די מעגליכקייט צו נעמען א רויע עקספיריענס פון ליידעניש אין א כיתה, און דורך געוויסע זאצן עס מאכן פאר ריעל.

אויך איז מיר געפאלן דעם אויסדרוק: איך האב אזוי שטארק אנגעכאפט די קוואדער אז אפילו די אדלער האט געקוויטשעט פאר יסורים.

א נוצבארער זאך זיך אפצולערנען איז, צו מאכן א דראמאטישע שטיקל פאר א באזונדערע פאראגראף.

און דאן איז עס געשעהן...

א קלינגעדיגע פראסק!!!

דאס מאכט עס דראמאטיש.

כדי צו קענען טון וואס ער קען, דארף מען האבן א גוטן גראפישן זכרון וואס מ'קען איבערטייטשן מיט ווערטער. און אויך דארף מען האבן א כראנאלאגישן זכרון. ס'דא - עכ"פ ביי מיר - ווען אלעס ווערט איין צעמישעניש. דער שרייבער האט אלעס אין א כראנאלאגישן סדר: עס איז געווען אזוי, און נאכדעם איז געווען אזוי, און נאכדעם אזוי. און נאכדעם?

א קלינגעדיגע פראסק. נישט סתם, נאר אזאנס!!!
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך כתמר יפרח » דינסטאג יוני 09, 2020 5:33 pm

גוט צאם געלאכט פין די אויסדריקן, אבער ליידער קומט אויכט צו וויינען ווען ליידער האט דאס פאסירט פאר אסאך אחינו כל בית ישראל, טאקע נישט מיט קייין צוויבל אין טונא, אבער סימילער.
געוואלדיג!
א מתנגיד צו טראמפ, מיינט נישט א חסיד פין ביידען!

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך דייקן » דינסטאג יוני 09, 2020 8:12 pm

רחמנא ליצלן!
דער ארטיקעל דארף ווערען אריינגעשיקט צו יעדע מנהל, אז ער איז מנהל דארף ער וויסען וועלכע מלמדים ער האט אונטער זיך, אז נישט איז ער ח"ו עתיד ליתן את הדין כמי שיש בידו למחות ולא מיחה.
און אז מען ווייסט פון א מלמד (אויך מיר א מלמד) וואס איז אפילו נאר אביסעל דומה צו די שוידערליכע דעסקריפשין וואס ווערט דא געשילדערט, ברויך מען נעמען זאפארטע שריט, אויך אויב עס מיינט אנקומען צו די הויכע פענסטער פון דער מוסד (ובשעת הצורך, ע"פ הוראת חכם, להזהיר המלמד או המנהל (גם בעילום שם) ממסירה לרשויות, אם לא יפוטר האכזר).

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג יוני 09, 2020 10:19 pm

אוי האב איך צאמגעלאכט...

אבער נאר ביז די מלמד חלק, דארט איז נישטא קיין פלאץ צו לאכן, דאן ווערט עס עמאשענעל, די קאשמארן קומען צוביסלעך ארויף.

פייוו סטאר ביי אלעס.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג יוני 09, 2020 10:23 pm

דייקן האט געשריבן:רחמנא ליצלן!
דער ארטיקעל דארף ווערען אריינגעשיקט צו יעדע מנהל, אז ער איז מנהל דארף ער וויסען וועלכע מלמדים ער האט אונטער זיך, אז נישט איז ער ח"ו עתיד ליתן את הדין כמי שיש בידו למחות ולא מיחה.
און אז מען ווייסט פון א מלמד (אויך מיר א מלמד) וואס איז אפילו נאר אביסעל דומה צו די שוידערליכע דעסקריפשין וואס ווערט דא געשילדערט, ברויך מען נעמען זאפארטע שריט, אויך אויב עס מיינט אנקומען צו די הויכע פענסטער פון דער מוסד (ובשעת הצורך, ע"פ הוראת חכם, להזהיר המלמד או המנהל (גם בעילום שם) ממסירה לרשויות, אם לא יפוטר האכזר).

גוט מארגן...

ווי למשל מ'האט עפעס געקענט טוען...
[size=] די מנהלים זענען נישט אייביג געווען בעסער.... [/size]


היינט איז שוין נישטא עכט אזאלכע מעשיות.
א גוטע נקודה פונעם ארטיקל וואס איז אייביג נוגע, אויב א קינד טוט איינמאל און נאכאמאל זיך אפרעדן, איז נישט קיין מצווה זעך צו פארשטאפען די אויערן און האלטן פונעם מלמד בלינדערהייט ודו"ק..
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג יוני 09, 2020 10:25 pm

ווער איז דער וואס האט געוועלט איין סטאר, דער מלמד אליין?.....
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3007
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג יוני 09, 2020 11:38 pm

דאס הייסט א ארטיקל - סמאטינג סמאטינג

גם אני בחלומי בין איך אדורך געגאנגען ביי איין אזא מין מענטש א אוישוויץ ...
we make ivelt great again

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך שטומפיג » מיטוואך יוני 10, 2020 2:20 am

ב"ה נישט מיטגעלעבט ביי קיינעם פון מיינע מלמדים, אבער איך האב עס מיטגעלעבט יעצט מיט דיר שרייבער.
די העפי ענדינג פון די מעשה איז, אז דו האסט למעשה אויסגעשארפט דיין כאראקטער און דו ברענגסט פיין ארויס דיינע געשמאקע כשרונות להחיות בהם נפש כל חי.

אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך מארגן » מיטוואך יוני 10, 2020 2:34 am

פייוו סטאר אויף אלע

פארשיקט
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך פארשיקט » מיטוואך יוני 10, 2020 8:22 am

די ארטיקל איז גוטע נייעס.
האלא, ביסט נארמאל?

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך יוני 10, 2020 9:31 am

זייער פיינע שפראך, אבער די צוטיילטע מעשה (שטערענס / רבי) האט מיר אביסל געבאדערט.

איך האב גראדע געהאט איין רבי וואס איז עס קען קאנעקטען מיט אים, נאך היינט ווען איך זע אים פונדערווייטענס קראס איך אריבער די גאס (שוין כמה פעמים פאסירט) נישט אויס מורא נאר פון עקל.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך דייקן » מיטוואך יוני 10, 2020 10:04 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:רחמנא ליצלן!
דער ארטיקעל דארף ווערען אריינגעשיקט צו יעדע מנהל, אז ער איז מנהל דארף ער וויסען וועלכע מלמדים ער האט אונטער זיך, אז נישט איז ער ח"ו עתיד ליתן את הדין כמי שיש בידו למחות ולא מיחה.
און אז מען ווייסט פון א מלמד (אויך מיר א מלמד) וואס איז אפילו נאר אביסעל דומה צו די שוידערליכע דעסקריפשין וואס ווערט דא געשילדערט, ברויך מען נעמען זאפארטע שריט, אויך אויב עס מיינט אנקומען צו די הויכע פענסטער פון דער מוסד (ובשעת הצורך, ע"פ הוראת חכם, להזהיר המלמד או המנהל (גם בעילום שם) ממסירה לרשויות, אם לא יפוטר האכזר).

היינט איז שוין נישטא עכט אזאלכע מעשיות.
א גוטע נקודה פונעם ארטיקל וואס איז אייביג נוגע, אויב א קינד טוט איינמאל און נאכאמאל זיך אפרעדן, איז נישט קיין מצווה זעך צו פארשטאפען די אויערן און האלטן פונעם מלמד בלינדערהייט ודו"ק..


נו נו, לאמיר האפען ביזסט גערעכט, דערווייל זע איך אז נאך צוויי ניקס האבען געשריבען אז אויך זיי האבען געהאט כעין אזא מלמד, ווי אויך האב איך געהערט בערך 10 יאר צוריק פון א יונגע בחור (נישט א אויסווארף ח"ו) אז ער האט געהאט כעין אזא מלמד עטליכע יאר פריער (נאר דעמאלטס האב איך עם נישט געגלייבט און געווען זיכער אז ער איז מגזים אין גרויסען).

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך דייקן » מיטוואך יוני 10, 2020 10:04 am

viewtopic.php?f=3&t=18251
געטס א קוק אין דער אשכול, און מאכטס זיכער אז אייערע קינדער האבען ח"ו נישט אזעלכע סארט מלמדים, און אויב ווייסט איר אז יא דאן טוטס די שארפסטע שריט וואס נאר מעגליך (נאכען דורכרעדען מיט א פארשטענדליכע קלוגע רב וואס טוט אין חינוך) צו ארויסווארפען דער אכזר דמיתקרי מלמד, ויפה שעה אחת קודם.
לעצט פאראכטן דורך דייקן אום מיטוואך יוני 10, 2020 11:39 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך שיעלע בהמה » מיטוואך יוני 10, 2020 10:32 am

קודם א ריזיגן דאנק, דאס איז מעגא..

גם אני בחלומי, איך האב אויכעט געהאט 3 אזאלעכע מלמדים (ביי איינעם האב איך געלערנט בלויז אפאר וואכן, א דאנק מיינע חשובע עלטערן).

מיין כיתה ב' מלמד האט פארגעלערנט הלכות מלקות (די איינציגסטע מאל כהאב עס געלערנט) און ער האט אליינס געהאט א קאנטשיק (כלשונו. סאיז געווען 1 אינטש דיק, 3 אינטשעס ברייט און 9 אינטשעס לאנג) מיט וואס ער איז ארומגעלאפן (בלי גוזמה) טעגליך און געטיילט מכות רצח (א לשון פון מיינע קינדער יארן מלמדים - איך האב מיט מיין קינדערישן שכל עס גערופן מכות רעיטעך) רעכטס און לינקס פאר פיצי קינדער וואס האבן נאך בלויז איין יאר פארדעם געשפילט לעגאוס אין חדר... ער איז אזוי ארומגעלאפן בשעת ווען ער האט געשאקלט דעם קאנטשיק ארויף און אראפ ווי א פיש אויפן האק...

די ערשטע טאג וואס די קליינטשיגע עופו'לעך שלא טעמו טעם חטא זענען צום ערשטן מאל אין לעבן זיך געגאנגען וואשן על נטילת ידים איז דער סקיצאפרעניק אראפגעקומען אין לאנטש-רום מיטן קאנטשיק צאמגעדרייט אינעם חאלאט-טאש, פארשטייט זיך אז פארדעם איז געקומען א שטרענגן דעטאלירטן שיעור כללי איבער הלכות נטילת ידים מיט אלע חומרות.. אזויווי אויף די פיקשטערס פון הגאון הרב ר' יעקב אליעזר הערצאג שליט"א.. פונקטליך וויאזוי מדרייט די הענט האלבוועגס בשעת מגיסט די וואסער און דערצו איז געקומען א שטרענגע ווארענונג אז השמר והיזהר ווער סוועט פארפעלן עפעס פון די משפטים וחוקים וואס די רעבע האט היינט צום ערשטן מאל פארגעלערנט (!!!)

יענע יאר האמיר געלערנט הלכות בית הכסא און הלכות מלקות און שער הגהינום פונעם ראשית חכמה... דוכט זיך אויכעט אז מהאמיר געלערנט יענע יאר די דיקדוקים אין קריאת שמע וועלכע ווערטער חלילה נישט צו צאמכאפן.

ווען די כיתה האט געמופט צו א נייע בנין האבן די נדבנים מנדב געווען א סידור פאר יעדעס קינד, פארשטייט זיך אז דאס איז געקומען מיט א שטרענגע ווארענונג אז וועלכעס קינד סוועט ווערן געכאפט מיט דאס מינדעסטע קנייטש אויפן סידור איז אחת דתו להמית.

"איבערלייגן" (איינער ווייסט וואס דאס מיינט?) איז געווען א פראקטעצירנדען פראצעדור.

ווען סאיז געקומען א סאבסיטוט האט זיך דער רעבע געווערטלט בדרך צחות (ככככ..) ווער סוועט זיין "שלעכט" וועט באקומען "שלעק" - ס'גראמט! ניין??
בכלל איז ער געווען זייער פאסציאנירט פונעם נאמען "שלעק"...

די רעבע האט אפיציעל צוגעשפארט די טיר פון קלאס ביי לאנטש און ער איז געבליבן אינעווייניג שלאפן, אמאל אמאל האבן די וואוילע קינדער געמעגט דארט זיין (פארשטייט זיך מיט א צוגעשפארטע טיר און אויסגעלאשענע לעקטער און מיטן זיין שטיל ווי א פליג..) ער האט פארמאגט א עקסטערע שאנק אין וואס עס איז געליגן א צאמלייג בעט.


כקען ווען שרייבן אסאך מער נאר דאס ליגט מיר יעצט אויפן געדאנק פון מיין כיתה ב' מלמד.

יעדעס ווארט וואס כהאב דא געשריבן איז אמת ויציב, עיני ראו ולא זר!!
לעצט פאראכטן דורך שיעלע בהמה אום מיטוואך יוני 10, 2020 10:43 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך יוני 10, 2020 10:38 am

סופער-ספעשל!!
צום לאכן און צום וויינען - בבחינת לאכעלע-וויינעלע.

די פעדער!!! וואו קויפט מען אזא געשליפנס?? רעדט פון און צום הארץ! 'מאסיוו' איז אן אונטערשאצונג!!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך מארגן » מיטוואך יוני 10, 2020 10:40 am

קודם א גרויסן שכח
איך האב געהאט איין מלמד אביסל אזוי

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך יוני 10, 2020 11:19 am

איך האב ב"ה נישט געהאט אזאנע מלמדים (אפשר אביסל כעין), אבער דער שרייבער האט מיך אריינגענומען אין זיין 9 יעריגע מוח'ל און איך האב געהאט די איבערלעבעניש ממש יעצט, אאך די עקל פון די טונע-צוויבל, פע... האסט געמוזט זעהן די גרימאסן וואס איך האב געמאכט בשעת'ן ליינען.. דער איז גוט.

555#

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8945
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יוני 10, 2020 12:19 pm

WOW WOW! דער האט שפראך... א שטיק יומער, עס גיסט זיך, אוי לייגט ער גוט אראפ דעם רעבי'ן מיט זיין גאנצע אינערליכע גאוה.

דאס מערסטע איז מיר געפאלן די קריעטיוויטי ווי אזוי דער שרייבער האט דעם נחום דא אין די מעשה, א שטיק קריעיטיוויטי!


אגב, דער רבי לעבט נאך? איך וואלט אים געוואלט טרעפן, און נישט אזעלכע גוטע טערמינען...
לעצט פאראכטן דורך פעיק ניוז אום מיטוואך יוני 10, 2020 8:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8945
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יוני 10, 2020 12:20 pm

אגב, אויף דעם ארטיקל האב איך אויך עטליכע חשדות אויף דעם שרייבער...
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11523
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך יוני 10, 2020 1:08 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:אוי האב איך צאמגעלאכט...

אבער נאר ביז די מלמד חלק, דארט איז נישטא קיין פלאץ צו לאכן, דאן ווערט עס עמאשענעל, די קאשמארן קומען צוביסלעך ארויף.

פייוו סטאר ביי אלעס.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8945
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יוני 10, 2020 8:42 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:קודם א ריזיגן דאנק, דאס איז מעגא..

גם אני בחלומי, איך האב אויכעט געהאט 3 אזאלעכע מלמדים (ביי איינעם האב איך געלערנט בלויז אפאר וואכן, א דאנק מיינע חשובע עלטערן).

מיין כיתה ב' מלמד האט פארגעלערנט הלכות מלקות (די איינציגסטע מאל כהאב עס געלערנט) און ער האט אליינס געהאט א קאנטשיק (כלשונו. סאיז געווען 1 אינטש דיק, 3 אינטשעס ברייט און 9 אינטשעס לאנג) מיט וואס ער איז ארומגעלאפן (בלי גוזמה) טעגליך און געטיילט מכות רצח (א לשון פון מיינע קינדער יארן מלמדים - איך האב מיט מיין קינדערישן שכל עס גערופן מכות רעיטעך) רעכטס און לינקס פאר פיצי קינדער וואס האבן נאך בלויז איין יאר פארדעם געשפילט לעגאוס אין חדר... ער איז אזוי ארומגעלאפן בשעת ווען ער האט געשאקלט דעם קאנטשיק ארויף און אראפ ווי א פיש אויפן האק...

די ערשטע טאג וואס די קליינטשיגע עופו'לעך שלא טעמו טעם חטא זענען צום ערשטן מאל אין לעבן זיך געגאנגען וואשן על נטילת ידים איז דער סקיצאפרעניק אראפגעקומען אין לאנטש-רום מיטן קאנטשיק צאמגעדרייט אינעם חאלאט-טאש, פארשטייט זיך אז פארדעם איז געקומען א שטרענגן דעטאלירטן שיעור כללי איבער הלכות נטילת ידים מיט אלע חומרות.. אזויווי אויף די פיקשטערס פון הגאון הרב ר' יעקב אליעזר הערצאג שליט"א.. פונקטליך וויאזוי מדרייט די הענט האלבוועגס בשעת מגיסט די וואסער און דערצו איז געקומען א שטרענגע ווארענונג אז השמר והיזהר ווער סוועט פארפעלן עפעס פון די משפטים וחוקים וואס די רעבע האט היינט צום ערשטן מאל פארגעלערנט (!!!)

יענע יאר האמיר געלערנט הלכות בית הכסא און הלכות מלקות און שער הגהינום פונעם ראשית חכמה... דוכט זיך אויכעט אז מהאמיר געלערנט יענע יאר די דיקדוקים אין קריאת שמע וועלכע ווערטער חלילה נישט צו צאמכאפן.

ווען די כיתה האט געמופט צו א נייע בנין האבן די נדבנים מנדב געווען א סידור פאר יעדעס קינד, פארשטייט זיך אז דאס איז געקומען מיט א שטרענגע ווארענונג אז וועלכעס קינד סוועט ווערן געכאפט מיט דאס מינדעסטע קנייטש אויפן סידור איז אחת דתו להמית.

"איבערלייגן" (איינער ווייסט וואס דאס מיינט?) איז געווען א פראקטעצירנדען פראצעדור.

ווען סאיז געקומען א סאבסיטוט האט זיך דער רעבע געווערטלט בדרך צחות (ככככ..) ווער סוועט זיין "שלעכט" וועט באקומען "שלעק" - ס'גראמט! ניין??
בכלל איז ער געווען זייער פאסציאנירט פונעם נאמען "שלעק"...

די רעבע האט אפיציעל צוגעשפארט די טיר פון קלאס ביי לאנטש און ער איז געבליבן אינעווייניג שלאפן, אמאל אמאל האבן די וואוילע קינדער געמעגט דארט זיין (פארשטייט זיך מיט א צוגעשפארטע טיר און אויסגעלאשענע לעקטער און מיטן זיין שטיל ווי א פליג..) ער האט פארמאגט א עקסטערע שאנק אין וואס עס איז געליגן א צאמלייג בעט.


כקען ווען שרייבן אסאך מער נאר דאס ליגט מיר יעצט אויפן געדאנק פון מיין כיתה ב' מלמד.

יעדעס ווארט וואס כהאב דא געשריבן איז אמת ויציב, עיני ראו ולא זר!!

אה דיין ארטיקל דארף מען עקסטער רעיטן. נאדיר א פינווער!!

אגב, איך האב אויך געהאט מלמדים פון דעם סארט למחצה לשליש ולרביע..
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך ארחיקה נדד » מיטוואך יוני 10, 2020 10:00 pm

פשוט מיטגעוויינט מיטן קינד...
זאפטיג אראפגעלייגט!
אָעוּפָה אֶשְׁכֹּנָה וְאַרְחִיקָה נְדֹד / בַּמִּדְבָּר אָלִינָה וְאוּלַי אֶמְצָא דּוֹד

יש מנהיג לבירה!

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

תגובהדורך בלא בלא בלא » מיטוואך יוני 10, 2020 10:16 pm

סארא שרייבער! זא ארטיקל!!!!!!!!!!


משוגע צו ווערן
לעצט פאראכטן דורך בלא בלא בלא אום מיטוואך יוני 10, 2020 11:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
העלא?


צוריק צו “פארמעסטן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט