שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

"פארמעסטן צווישן די אייוועלט שרייבער"

אחראי: אחראי

וואס איז אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל? אינהאלט | שפראך | אווער אלל רעיטינג

די וואלן האבן זיך פארמאכט דינסטאג יוני 23, 2020 4:08 pm

1
1%
★★
2
1%
★★★
8
5%
★★★★
14
9%
★★★★★
29
18%
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★
3
2%
★★★
11
7%
★★★★
16
10%
★★★★★
24
15%
1
1%
★★
1
1%
★★★
11
7%
★★★★
18
11%
★★★★★
23
14%
 
סך הכול שטימען: 162

אוועטאר
פויליש פארווע
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: ביים פויליש פארווע סינק

שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

תגובהדורך פויליש פארווע » דינסטאג יוני 09, 2020 4:08 pm

בילד

די קול תורה הילכט אפ אין ישיבת תורה הקדושה, די בחורים זיצן איבערגעבויגן איבער'ן גמרא און הארעווען מיט א ברען, עס איז דאך שובבי''ם און מען האלט יעצט אין סאמע ברען פון די שעות רצופות פראגראם. דער שואל ומשיב זיצט ביים פאדערשטן טישל מיט'ן פארקנייטשטן שטערן ווען צו זיין זייט זענען אויפגעהויפנט אפאר אפענע ספרים איינס אויפן אנדערן. פארנט פון אים איז דא א שורה פון מצוינים וואס שטייען ארום ווארטענדיג צו פרעגן זייערע באמבע קשיות. דער ראש ישיבה איז פארטון אין א העפטיגע שמועס מיט די מגידי שיעורים איבער די לעצטיגע פארשפרייטונג פון די נייע כלים, נעמליך די ריקארדערס וואס מען קען אין זיי אריינלייגן א קליין קארטעלע וואס קען פארנעמען אסאך טעיפס, און מען קען אריבער פירן פון איין קארטל צום צווייטן מוזיק וואס פאסט נישט פאר א בחור וואס לערנט אין ישבת תורה הקדושה.

אין א געווענליכע טאג וואלט שוין יעצט געווען הפסקה, אבער היינט צוליב די שעות רצופות פראגראם האט מען אריין געברענגט פרוכט און מזונות אין ביהמ''ד כדי מען זאל נישט דארפן מפסיק זיין אינמיטן לערנען. ווייניג בחורים האבן בכלל באמערקט אז עס איז שוין צייט צו נעמען עפעס עסן, זייענדיגט פארטיפט אין די גמרא.

רוב בחורים זיצן טאקע און לערנען פלייסיג, אבער נישט יענקי, ער איז דאך קוים אויפגעשטאנען און די באקן זענען אים נאך רויט פונעם קושן. מיט א גוטן בליק קען מען דערקענען אז זיין רעכטע באקן איז טאקע נאך רויט פונעם קושן, אבער אויף די לינקע באק איז אויך דא פינגער אפדריקן וואס ווייזט אז ער האט נארוואס באקומען א מתנת יד פונעם ראש הישיבה.

בלית ברירה זעצט ער זיך אויף די לעצטע באנק און ער אויף מישט די גמרא. ווי נאר ער זעהט אז די ראש הישיבה האט שוין אראפגענומען זיינע בליקן פון אים. לייגט ער פלינק אריין די הענט אין זיין בוזעם טאש און שלעפט ארויס זיין מ. פ 3 פלעיער מיט די עיר פאונס, ער צינדט אהן די מוזיק און די עיר פאונס שטופט ער אדורך זיין רעכטע ארבל, וואס דאס ערמעגליכט אים צו קענען הערן מוזיק אומבאמערקט דורכ'ן צובייגן זיין האנט צום אויער. פון צייט צו צייט ווען ער זעהט אז עס איז א שעת הכושר כאפט ער א שמועס מיט זיינע צוויי חברים, יואלי און שמואלי, אזוי איז ער געזעצן און דורך געשטיפט דעם טאג.

ווי נאר די בעל האט געקלינגען איז ער מיט איין אימפעט אראפגעלאפן די שטיגן צום לאנטש רום, וואו עס האט אים אפגעווארט פאר נאכטמאל שניצל און קנישעס. די שניצל האט ער נאכ'ן ערשטן ביס איינגעזעהן אז עס איז געווען א מקח טעות און ער האט שנעל עס אריינגעשליידערט אינעם מיסט קאסטן און האט זיך געמוזט באגענוגן מיט די קנישעס.

ווי נאר יאנקי האט געענדיגט עסן, האט ער געריכטעט זיינע טריט צום דערנעבענדיגע דארמעטארי, ער געבט א שלעפ דעם טיר, אבער אויפס! עס איז פארמאכט. ער פרובירט צו עפענען די טיר מיט די שליסל וואס ער האט ארויסדערווישט אפאר וואכן צוריק ווען די משגיח האט בטעות איבערגעלאזט די שליסלעך אין דארמעטארי, אבער די שלאס רירט זיך נישט פון פלאץ, זעהט אויס אז די הנהלה ווייסט שוין פון די שליסלעך וואס דרייען זיך ארום צווישן די בחורים און זיי האבן באשלאסן צו טוישן די שלעסער.

ער האט זיך נישט פארלוירן, אז נישט פונעם טיר וועט זיין פונעם פענסטער, די פענסטער פונעם צווייטן שטאק בלייבט דאך געווענליך אפן. ווי א מומחה קריכט ער קודם ארויף אופ'ן עיר קאנדישן פונעם ערשטן שטאק. דערנאך כאפט ער אן איינע פון די פייפס פונעם צווייטן שטאק וואס שטעקן זיך ארויס, און מיט א גוטן שפרינג דערזעהט ער זיך אינעם הערמאטיש פארשלאסענעם דארמעטארי, ער האפט נאר אז די משגיח האט נישט באמערקט זיין געזיכט אויף די נארוואס געקויפטע אויגעלעך וואס די ישיבה האט געלאזט אינסטאלירן.

ווי נאר ער איז אריין אין צימער איז ער תיכף אריינגעפאלן אין בעט א אויסגעמאטערטער, די שעות רצופות האט אים ארויסגענומען פון די כלים, ער וואלט גערן געקענט באשטיין צו מאכן יעצט א בייגל אבער עס האט אים פלוצלינג אנגעכאפט א הונגער (זעהט אויס די פאר קנישעס וואס ער האט געהאט היינט פאר נאכטמאל איז ווייט נישט געווען גענוג פאר יענקי דער ברייט ביינדערדיגן און פעשליכער בחור). ער איז שנעל אויפגעשטאנען און צוריק ארויסגעקראכן פון פענסטער. ווי נאר ער קומט אראפ טרעפט ער זיך שטיין פנים אל פנים אקעגן די שארפע בליקן פונעם משגיח, די בליקן האבן גערעדט מער ווי טויזענט ווערטער. נאכ'ן צוזאגן אז דאס גייט מער נישט פאסירן, איז ער אפגעקומען מיט א קליינעם קנס.

ווען מיר רעדן פון דער משגיח ר' זלמן, איז וויכטיג צו באטאנען אז ר' זלמן איז נישט געווען סתם א אינגערמאן וואס האט געזוכט א דזשאב און אז ער האט נישט געטראפן האט ער געמוזט אננעמען די ארבעט אלס משגיח, נאר ער איז געווען א דורך געווייקטער חסידישע איד, ער איז געווען אויסגעקאכט אין יעדן חסידיש'ן ספר. זעענדיג וויפיל מען קען אויפטון זייענדיג א משגיח אין ישיבה, האט ער זיך אריינגעווארפן מיט'ן גאנצן אייפער זיך אפצוגעבן מיט יעדע בחור באזונדער אויף זיין שטאפל. נישט ווייניג מאל האט ער אוועק געגעבן פון זיין אייגענע מיטאג פאר בחורים וואס זענען געקומען פון צובראכענע שטובער און האבן נישט באקומען קיין פעקלעך פון די עלטערן, ער איז ממש געווען ווי א טאטע און מאמע פאר די דאזיגע בחורים. און ווען עס האט זיך געמאכט אז ער האט יא געדארפט שטראפן איז אים עס אנגעקומען זייער שווער, אבער ער האט געוואוסט אז מיט'ן נישט שטראפן ווען עס פעלט זיך אויס, קען עס גורם זיין אז די בחור זאל נאך פאלן טיפער אינעם בלאטע, און אמאל כדי צו צוריק לייגן די באן אויף די רעלסן האט ער זיך געדארפט באנוצן מיט א קנס, אבער די בחורים האבן פארשטאנען אז ער טוט עס נאר פאר זייער טובה, ממילא איז ער געווען שטארק געשעצט סיי ביי די בחורים, און אפגערעדט ביי די עלטערן.

יעצט לאמיר צוריק גיין צו אונזער יענקי, ער האט אפגעמאכט ביי זיך, אז א יהיה מה שיהיה הונגעריג וועט ער נישט גיין שלאפן. ער גייט אריין אין בית המדרש, און ער טרעפט זיינע צוויי חברים יואלי און שמואלי נאך א קורצע שמועס טיילט ער זיי מיט מיט זיינע פלענער. די פלאן איז ווי פאלגענד, היינט נאך נאכט סדר גייט מען זיך ארויסכאפן צום רעסטוראנט איך גיי לאזן מיין צווייטע הוט אויף מיין בעט לערבב את השטן (לייגער) און מען גייט זיך ארויסלאזן אויפן וועג. איך וועל קודם אריינגיין אינעם רעסטוראנט, צו זעהן אויב מען קען נאך כאפן א טיש וואס איז נישט קעגן דער פענסטער. אויב וועט נישט זיין עוועילעבל א טיש, וועט מען עסן אין בעק פון די רעסטעראנט.

יואלי און שמואלי האבן נאך געקווענקלט, עס ליגט זיי נאך אין די ביינער די מוסר שמועס פונעם ראש ישיבה פאריגע מאל נאכ'ן זיי כאפן רויטהאנטיג אינמיטן עסן. וואו ער האט ארויסגעברענגט אז א אינג ביימל קען מען נאך בייגן, און בעצם וואלט ער געדארפט זיי שטארק מעניש זיין דערויף, זיי זאלן נישט אויסוואקסן קרום, אבער ער וועט זיי נאך געבן איין שאנס, און ער וועט זיי דאסמאל נישט שטראפן... דאן האט זיך דער ראש ישיבה אויסגעטוהן די ברילן און אויפגעהויבן זיין קול: וויסן זאלט עטס, אז עטס האטס א גרויסע אחריות, ענק הייסן גוטע בחורים און אנדערע קענען זיך נאך אפלערנען פון ענק און אויב עס וועט נאכאמאל פאסירן וועל איך ענק דארפן מעניש זיין אויך אויף דעם מאל.

זיי האבן שוין געוואלט אפזאגן יענקי, אבער יענקי האט זיך נישט פארלוירן, ער זאגט אז עטס קומטס, וועל איך באצאלן אויך ענקער פארציע. אזא אפפער האבן זיי נישט געקענט אפזאגן און זיי האבן מסכים געווען מיטצוקומען.

פארשטייט זיך ביי נאכט סדר האבן זיי זיך אנגעשטרעגט צו לערנען פלייסיג כדי נישט צו ציען אויפמערקזאמקייט פונעם משגיח, קיין שום בחור וויל דאך נישט איבערציען דעם שטריקל.
תיכף נאך נאכט סדר האב זיך דריי כאלעטלעך מיט אראפגעבויגענע היטן (אקעגן עין הרע) ארויסגעכאפט פונעם אונטערשטן טיר פון ישיבה, מאכענדיג זייער וועג צום באקאנטן פליישיגן רעסטעראנט. יעדע מאל זיי האבן נאר געזעהן די זעלבע מאדל קאר וואס די משגיח דרייווט, האבן זיי זיך שנעל פארשטעלט צווישן אנדערע קארן ווי געשולטע נעווי סיעלס.

די שפייאכטס רינט שוין פון די מויל, די מאגן דריקט, ווי צו מרמז זיין אז ער ווייסט וואס עס קומט באלד ביז ענדליך זעהן זיי זיך שוין ביים רעסטוראנט. יענקי שפאנט אריין פארזיכטיג נאכ'ן קוקן אויף אלע ריכטונגען צו עס דרייט זיך נישט קיינער וואס קען אים איבער געבן פאר'ן ישיבה, ער האט געוואלט באשטעלן די עסן וואס ער האט ליב, אבער היות עס איז שוין געווען אביסל שפעט איז שוין נישט געווען קיין גרויסע אויסוואל, ווי אויך איז נאר געווען עוועילבל טישן וואס זענען קעגן די פענסטער, בלית ברירה האבן זיי באשטעלט א מאכל וואס לכתחילה וואלטן זיי נישט גענומען, קיין סייד דישעס איז שוין כמעט נישט געווען, וואו צו זיצן האבן זיי אויך נישט געהאט נישט וועלנדיג זיצן ביים פענסטער וואו איינער פון די איינגעשטעלטע פון ישיבה קען זיי נאך ח''ו באמערקן. זענען זיי ארויס עסן אין בעק פונעם רעסטעראנט.

די ווינט האט געבלאזן מיט א פעסטקייט, עס איז געווען ביטער קאלט, די מאנטל האבן זיי דאך נישט געקענט נעמען אויס מורא אז מען וועט באמערקן ביים צוריק קומען אז זיי קומען פון ערגעץ, די עסן איז שנעל געווארן אויסגעקילט, די הענט זענען געווען געפרוירן, אבער די טעם וואס זיי האבן געשפירט אינעם עסן איז געווען אין לשער, יעדע ביס האט זיך געשפירט ממש ווי טעם גן עדן. אפילו יארן שפעטער שוין נאכ'ן חתונה ווען זיי זענען צוריק געקומען צום זעלבן רעסטוראנט, און געגעסן דער זעלבער מאכל וואס זיי האבן דעמאלטס געגעסן, האבן זיי נישט געשפירט די זעלבע טעם ווי אמאל...

ווי נאר האבן געענדיגט עסן זענען זיי צוריק אריין אין רעסטוראנט נעמען א קען סאודע. ווי געוויסע בחורים האבן זיי אויך געהאט א געשמאק צו טרינקען פונעם קען דירעקט אהן א גלעזל דערביי האלטענדיג די הוט שיעף ביים שפיץ קאפ און די ציגרעטל אינעם צווייטען האנט, זיי האבן זיך געפילט ווי די גרעסטע רייסערס פון שטאט. א עלעטערע איד איז צוגעקומען זיי אויפמערקזאם מאכן אז עס איז דא גלעזלעך און שטרויס, און מען דארף נישט עקסטער צאלן דערפאר. (וואס פארשטייט א עלטערטע איד צו בחור'ישע תאוות)

בלית ברירה זענען זיי אלע געגאנגען נעמען א שטרוי, די שטרוי'ס זענען אבער געווען פלאצירט נעבן די פענסטער, און גייענדיג נעמען די שטרוי, איז נישט מער און נישט ווייניגער, פונקט פארביי געגאנגען נעבן די פענסטער דער משגיח'ס בחור'ל וואס לערנט אין א צווייטע ישיבה און אריינגעבליקט אינעם רעסטעראנט דירעקט צו זייער ריכטונג (זעהט אויס ער פלאנט אויך צו ווערן א משגיח אויפ'ן עלטער), זיי האבן געהאפט אז ער האט זיי נישט באמערקט, און אפילו אויב יא, האבן זיי געטראכט אז ער ווייסט מן הסתם נישט אז זיי לערנען אין זיין טאטעס ישיבה. זיי האבן שנעל באצאלט און אפגעטראגן פון שטח.

די וועג צוריק צו ישיבה איז געווען גאנץ גוט, אבער ווען זיי זענען אנגעקומען צוריק צו די ישיבה, איז די לייגער פונקט געשטאנען אינדערויסן פון דארמעטרי און אריינגעגעבן א מוסר פארציע פאר איינע פון די בחורים. זיי האבן צוגעווארט פון דערווייטענס אז די שמועס זאל זיך ענדיגן, און גלייך ווען די לייגער האט אוועק שפאצירט, זענען זיי שנעל אריינגעלאפן אין דארמעטארי האפענדיג אז מען האט זיי נישט באמערקט.

די קומענדיגע אינדערפרי ביים דאווענען האט אלעס אויסגעזעהן בסדר, אבער ביי פארמיטאג סדר האט עפעס די משגיח צופיל געקוקט אויף יענקי. זיינע חבירים האבן געהאפט אז עס האט גארנישט מיט זיי, נאר עס האט מיט יענקי'ס נעכטיגע אריינקריכן אין דארמעטארי.

אבער ווי נאר די פארמיטאג סדר האט זיך געענדיגט האט די משגיח שטיל געמאכט און געזאגט אז ער וויל רעדן אפאר ווערטער.

ער האט איבערגע'חזר'ט דאס וואס ער זאגט געווענליך אז אדם ניכר בכיסו בכוסו ובכעסו. ווען ער וויל זעהן ווי א בחור האלט, צו ער שטייגט, צו ח''ו פארקערט, זעצט ער זיך אריין אין עס זאל און באטראכט וויאזוי דער בחור עסט, און מען קען טאקע זעהן אז א איידעלע בחור עסט אינגאנצן אנדערש ווי א פראסטאק, אנגעהויבן ביים ברכה, מאכט ער מיט א הוט ארויסזאגנדיג קלאר און הויך יעדע ווארט, און ביים עסן עסט ער איידל און האט אינזין צו האבן כח צום לערנען. אבער דער פראסטאק מורמלט שנעל אפ די ברכה, עסט נאר וואס עס געפעלט אים, און איז נישט מקפיד צו עסן מיט א הוט, א.א.וו,

אבער לעצטענס איז די פראסטקייט געגאנגען א שטאפל ווייטער, בחורים זענען נישט צופרידן מיטן עסן, און מען גייט ארויס עסן צו א רעסטוראנט וואו די כשרות איז בכלל נישט אויף די זעלבע סטאנדארט ווי אין ישיבה, מען עסט זיך אהן מיט אלע סארטן פרעסעריי, און דערנאך וואונדערט מען זיך ווי אזוי עס קען זיין אז ווען עס קומט צום לערנען איז די קאפ פארשטאפט, און מען קען נישט מיטהאלטן וואס מען לערנט.

עס האט געהערשט א שטילקייט אין בית המדרש, יעדער האט זיך ארומגעקומט און נישט געוואוסט פון וועם מען רעדט, חוץ יענקי, שמואלי און שלומי, וואס זענען געזעצן מיט אראפגעבויגענע קעפ. די ווערטער פונעם משגיח האבן געשניטן שטיקער, זיי האבן זיך שוין פארגעשטעלט ווי זייער טאטע באקומט א טעלפאון קאל פון די ישיבה אז זיין בחור דרייט זיך אין רעסטוראנטן. ווען ביז יעצט האבן זיך זייערע טאטעס איינגערעדט אז זיי לערנען פלייסיג אין אויסלאנד.

די משגיח האט פארגעזעצט זאגענדיג: אז ער גייט זיי נישט שטראפן וויבאלד זיי האבן זיך שוין אליין געשטראפט דרוכ'ן עסן אין די קעלט. נאר ער וויל נאר זיי געבן א געלעגענהייט צו איבערטראכטן וואס זיי האבן געטוהן, און ווי נער'יש עס איז געווען צו צאלן געלט און זיך שלעפן אין די קעלט זיך צו נאכגעבן די תאוות, ווען זיי וואלטן געקענט עסן ווי אלע אנדערע בחורים אין א ווארימע עס זאל.

די משגיח האט אויסגעפירט: איך וועל זיי ענדערשט געבן א געלעגנהייט אנצוהייבן א נייע בלעטל און אויפהערן מיט די נערישקייטן און זיך זעצן לערנען.

די דברים היוצאים מין הלב זענען געווען נכנסים אל הלב, די קלוגע וועג וואס די משגיח האט געהאנדעלט, האט זיך אויסגעצאלט, און די קומענדיגע טאג האבן זיי זיך געזעצט צוזאמען לערנען בחברותא מיט א קאך און א ברען.

נאך היינט צוטאגס ווען זיי טרעפן די משגיח זענען זיי אים שטארק מכיר טובה אז אנשטאט זיי ארויסווארפן פון ישיבה אדער פארציילן פאר זייערע עלטערן, האט ער מיט קלוגשאפט זיי געפנט די אויגן און זיי געגעבן א שאנס אנצוהייבן פון פריש א פרישע בלאט, און זיך זעצן לערנען ווי עס דארף צו זיין. איבריג צו זאגן אז איינמאל זיי האבן זיך געזעצט לערנען פלייסיג, האבן זיי שוין נישט געהאט קיין פראבלעם מיט וועלכע עסן די קעכער האט געקאכט פאר נאכטמאל, ווייל זיי האבן פארשטאנען אז די ריכטיגע סיפוק ליגט אין א שטיקל גמרא תוספות, און נישט אין קיין שווארמא.

א יאר צוויי איז אדורך, און האבן אלע געטון א גוטן שידוך. יענקי איז אויסגעוואקסן א שואל ומשיב, אין דער זעלבער ישיבה וואו ער האט געלערנט, נאכדעם וואס דער די פריערדיגע שואל ומשיב איז עלטער געווארן, און עס איז אים שוין געווען שווער צו אריינקומען א גאנצן טאג.

יואלי און שמואלי זענען אויסגעוואקסן ערליכע בעלי בתים וואס טראץ זייערע ברייט פארצווייגטע געשעפטן, מאכן זיי זיכער נישט צו אויסלאזן א טאג אן לערנען א שעה צופרי און ביינאכט.
און פאר די משגיח ר' זלמן האט די געשיכטע געדינט אלס א באווייז אז מיט'ן האנדלען ריכטיג און דורכגעטראכט, קען מען צומאל ממש ראטעווען דורות.

נ.ב. די מעשה איז באזירט אויף אמת'ע פאקטן.


דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.
לעצט פאראכטן דורך בלעכענער פנים אום דינסטאג יוני 16, 2020 3:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א קרעכטס ברעגט א קרעכטס און א דאנק ברענגט א דאנק. (קרעדיט: מיכאל שניצלער)

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

תגובהדורך דייקן » דינסטאג יוני 09, 2020 6:11 pm

זייער א ריכטיגע פוינט.
מען דארף אפשר געבען די ארטיקל (אדער א אנדערע ארטיקל וואס ברענגט ארויס די זעלבע פוינט) פאר יעדע משגיח פאר'ן ווערען א משגיח.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג יוני 09, 2020 9:43 pm

דייקן האט געשריבן:זייער א ריכטיגע פוינט.
מען דארף אפשר געבען די ארטיקל (אדער א אנדערע ארטיקל וואס ברענגט ארויס די זעלבע פוינט) פאר יעדע משגיח פאר'ן ווערען א משגיח.

;l;p-

תוכן איז A1, גאנץ גוטע שפראך, אוועראלל 4 סטאר.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך יוני 10, 2020 7:44 am

זייער שיין.
ווי צדיקים האבן מליץ יושר געווען, אז די עבירה אליינס און די נידריגקייט וואס מען שפירט דערפון איז שוין די גרעסטע שטראף. א מחנך וואס קען דאס געבן צו פארשטיין און דערהערן פאר זיינע תלמידים (אריינגערעכנט עלטערן פאר זייערע קינדער), קען טאקע באמת בויען דורות.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

תגובהדורך מארגן » מיטוואך יוני 10, 2020 10:02 am

זייער שיין
אלע משגיחים קענען זיך לערנען פון דעם

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9053
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יוני 10, 2020 12:05 pm

א פיינער שרייבער דער.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ב שולם
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

תגובהדורך ב שולם » מיטוואך יוני 10, 2020 2:16 pm

א מורא'דיגע מורא'דיגע ארטיקל! תוכן איז A1, זייער א גוטע שפראך
האמנתי כי אדבר - און אויב נישט וועל איך עס זאגן נאכאמאל ביז איך וועל גלייבן!

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

תגובהדורך זאג א גוטס » מיטוואך יוני 10, 2020 3:20 pm

זייער גוט געשריבן! אקטועלע טעמע גוט צעלייגט, פליסיגע געשמאקע שפראך!

דערמאנט פון די אחדות גליון. (אגב, איך פלעג אלס זיך וואונדערן פארוואס נאר 'דארט' איז דא די סארט משגיח וואס באגלייט און איז מחזק..)
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: בלומען טאפ

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

תגובהדורך קלמן יאסעלע » מיטוואך יוני 10, 2020 6:30 pm

היות די טעמע איז מיר שוין לאנג נישט, און דערווייל נאכנישט יעצט נוגע האבן מיר געשטימט 3 אויפן טאפיק, אבער די שפראך איז פייוו סטאר, זייער זייער גוט ארויסגעברענגט!
ייש"כ!
האסט א מיינונג? נישקשה, גיב נאר אכט עס זאל נישט ווערן א שטעלונג!

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5827
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

תגובהדורך נשמה » מיטוואך יוני 10, 2020 8:07 pm

בס"ד

דער שרייבער האט גאר א גוטער פאטענציאל אלץ שרייבער. אדער איז ער טאקע א שרייבער. דער ארטיקל איז גוט געשריבן אזוי אז ס'פיהלט זיך נישט אז מ'ליינט. ער ברענגט זייער גוט אריין דעם ליינער אינעם ארטיקל.

איך מיין אז בעסער ווי דעם וואלט ער נישט געקענט מאכן דעם ארטיקל. אבער איך טראכט מהלכים וויאזוי איך וואלט עס געמאכט אינטערעסאנטער.

אויב דער ארטיקל איז נאר באזירט אויף אמת'ע פאקטן, וואלט ער געקענט אריינלייגן מער קאנפליקט. ער וואלט געקענט שרייבן ווי שטארק יאנקי וויל זיין א וואוילע בחור, און ער איז נישט זיכער צו ער האט געוואלט אויפשטיין שפעט, צו נישט.

די לעבן פון יאנקי ווערט קיינמאל נישט צו שטארק צושאקלט, אזוי אז ער זאל זוכן עצות "ווי אונטערן בעט" אז ער זאל זיך קענען ארויסדרייען פון דעם אז די משגיח איז פון דעם געוואויר געווארן. אלעס פארט אים צו גוט. אויב די מעשה איז אמת, איז עס אמת. אבער אויב ס'איז נאר באזירט אויף אמת'ע פאקטן איז עס ווארשיינליך געווען סך שווערער פאר יאנקי.

א בחור אין ישיבה וואס איז שלעכט, און ער שטייט אויף שפעט, האט דען נישט אינערליכע קאנפליקט. ער וויל מצליח זיין! אזוי הייבט זיך עס אן. נאכדעם קומט דער יצר הרע אין פארעם פון... און מאכט אז ער זיך וואקלן. און נאכדעם טוט מען בלית ברירה א נארישקייט נאר דעם איינמאל. און נאכדעם, אוי. וואס טוט מען יעצט?

דער סאמע פונקט פונעם געשיכטע איז, די רגע פון די מוסר שמועס ווען יאנקי ווייסט נישט וואס ס'גייט זיין. ס'דויערט נאר א רגע, אבער יענע רגע קען מען שאפן אז ס'זאל זיין ווי א אייביגקייט אינעם ליינערס מח. וויאזוי? ברענג אריין דעם טאטע און דעם מאמעס וואונטשן. ברענג אריין זיין אייגענע רצון צו זיין גוט. און דא אהה.

די ליינערס האבן זיך געדארפט מער קאנעקטן צו יאנקי. מער מיטגעפיל. מער עמפאטיע. מער וועלן אז יאנקי זאל עס געלונגען און עס זאל שוין זיין גוט פאר אים.

דו שרייבסט: בלית ברירה זעצט ער זיך אראפ אויף די לעצטע באנק און ער מישט אויף די גמרא. האסט גארנישט געשריבן די ליידן פון יאנקי. עכט. וויפיל ליידט א בחור'ל וואס קען נישט מיטהאלטן אין ישיבה? אפילו ער איז שלעכט, וויל ער דען? וויל ער דען נישט זיין וואויל? ער וויל דען ארויסשלעפן זיין מ.פ.3? ער וויל נישט.

ער האט צער פון דורכשטופן דעם טאג. צער פון וואס טאטי און מאמי זאגן. צער פון זיין אזוי. ווער וויל אריינקומען אינמיטן א סדר מיט א קישן אויפן פנים? לייג אריין מער קאנפליקט.

נישט לייג אריין, ווייז וואס עס איז עכט פארגעקומען אין זיין צעמישטע נפש. האסט געדארפט שרייבן פארוואס ער האט נישט מצליח געווען.

דו האסט אלץ שרייבער א גוטן פאטענציאל און א רייכן פעדער. און די אופן וויאזוי יאנקי דערשלייכט זיך אין זיין דארמיטארי שטובל איז יוכיח אז דו קענסט עס מאכן.

טראכט איך אז דיין מעשה איז וועגן א משגיח וואס האט געראטעוועט בחורים? איז דא שייך קאנפליקט? יא.

אמת טאקע אז נישט יעדע זאך דארף האבן אין זיך אלע אופנים וויאזוי צו שאפן א אינטערעסאנטע ציענדע ליינבארער זאך. אבער עכט, לאמיר אריינקוקן אין א משגיח'ס הארץ. האט דען נישט דער משגיח געהאט א אינערליכער מלחמה וויאזוי צו האנדלן מיט די נישט וואוילע בחורים? איז ער דען געווען איבערצייגט אז זיין וועג איז זיכער גוט. איך מיין אז ער האט זיך דאס איבערצייגט נאר שפעטער ווען זיי האבן זיך באדאנקט, ערשט דאן האט ער געכאפט, קוק ווי קלוג איך האב געהאנדלט.

גראדע לייגסטו אריין אביסל קאנפליקט אין ר' זלמנ'ן, אבער די גאנצע ארטיקל האט זיך - אפשר, איך קלער נאר - געדארפט בויען אזוי ווי מ'זעהט וישמע משה ויפל על פניו. "אוי, וואס טו איך יעצט מיט דיר, אזאנס האסטו געטון און איך זאל דיר נאך פארגיטיגן, - האט איין זייט אין אים געשוימט - נישט נאר דאס אז דו לערנסט נישט, נאר וכו' וכו'

די קווענקלנישן פון יואלי און שמואלי איז מורא'דיג און זייער וויכטיג.

אבער איך מיין אז דו האסט געדארפט שרייבן אלץ א באזונדערע פאראגראף

אבער יואלי און שמואלי האבן געקווענקלט.

ווייל דאס מאכט שטערקער די עוולה וואס יאנקי גייט טון, און נאכדעם ווערט מיט דעם שטערקער די אינערליכער מלחמה פונעם משגיח וואס פאר א שריט אנצונעמען. און דער ליינער איז נייגעריג וואס דער משגיח גייט טון, און...

אונטערשטער שורה. דער ארטיקל איז גוטע סחורה און עס ווייזט אויף דיין פאטענציאל. והא ראי' די אופן וויאזוי זיי האבן זיך פארשאפט די עסן אינעם רעסטוראנט. ווי שווער דאס איז געווען.

דו שרייבסט: זיי האבן געהאפט אז ער האט זיי נישט באמערקט, און אפילו אויב יא, האבן זיי געטראכט אז ער ווייסט מן הסתם נישט אז זיי לערנען אין זיין טאטענ'ס ישיבה. ניין.

אפשר זענען די אמת'ע פאקטן געווען, נאך די ווערטער צו זייער ריכטונג: א ציטער האט זיי דורכגענומען די ביינער, וואוסנדיג וואס פאר א עוולה דאס איז. און זיי האבן זיך נאר פרובירט צו בארואיגן מיט...

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11968
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך יוני 10, 2020 8:13 pm

זייער זייער גוט געשריבן. איך האב געגליכן די ספייסעס פון די סוספענס חלק וואס האט מיך ממש צוריק געווארפן צו די בחורישע יארן ווען מ׳האט געמאכט טראבל...
מענטשען זאלן זיך אבער נישט איינרעדן אז יעדע מעשה האט אזא גוטע ענדינג...

אוועטאר
איינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6325
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

תגובהדורך איינס » מיטוואך יוני 10, 2020 10:11 pm

נשמה אזוי ווי אייביג גוט צולייגט.
אין מה להוסיף.

אבער די זכרונות וואס סאיז מיר ארויף געקומען פון ישיבה יארן... אוי איז געווען צייטן...
מלאך דערתציילט אז א געוויסע ישיבה האט אויפגעמאכט א רעסטעראונט קעגן איבער די ישיבה און יעדע נאכט אהין געטראגן אלע עסן וואס איז געבליבן, אוי האבן די בחורים זיך באלקקעט מיט די עסן, אבער די עסן אין ישיבה איז דאך נישט אין מויל צונעמען..
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13929
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג יוני 11, 2020 12:22 am

א פיינע עפיזאד, זייער זייער גוט אפגעשריבן

(אמר המגיה: אויף איין ארט שטייט שמואלי און שלומי אנשטאט יואלי און שמואלי)
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2331
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג יוני 11, 2020 12:36 am

לכאורה האט געשריבן:(אמר המגיה: אויף איין ארט שטייט שמואלי און שלומי אנשטאט יואלי און שמואלי)

לכאורה (נדנ) האט ער עס געטון דווקא, וועלנדיג געבן א ישיבה אטמאספערע.
דהיינו?
מיין מגי"ש פלעגט אייביג נוצן אלס משל גימפל און זרח, און במשך דעם שיעור פלעגן זיי פארוואנדלט ווערן אין געציל מיט ברוך...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

תגובהדורך בלעכענער פנים » דאנארשטאג יוני 11, 2020 7:25 pm

זייער א וויכטיגע מעסעזש, און א גוטע שריפט.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר תשעת אלפים
תגובות: 9073
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג יוני 14, 2020 3:19 am

א שעהנע טאפיק שעהן באשריבן
די דיטעלס קען יאזן א אפגרעט
5 4 5
פארוואס זאל מען זיך קריגן? זאל זיין אזויווי איך זאג און שלום על ישראל!

אנערקען דעם פרייליכן מציאות! כאניש איז ראשעקאאל!


@הודו, וואס נאך ערלויבסטו צו לייגן אינעם חת-י-מה?

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

תגובהדורך מחשב » זונטאג יוני 14, 2020 2:34 pm

דאס איז א מעשה פון די ביכלעך... כ'האב נישט געקלערט אז ס'פאסירט בפועל.

זייער פיין געשריבן, ס'ליינט זיך זייער פליסיג.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

תגובהדורך שמארטיקל » זונטאג יוני 14, 2020 3:07 pm

זייער זייער הנאה געהאט צו ליינען, געפארן געשליפן אן קיין אפשטעל. א געלוגענע שרייבער, גוטע טאפיק, זאפטיג ארויסגעברענגט, אייזן!

יישר כח
לאכן לאכט דער לעצטער - דער וואס האט די לעצטע געכאפט די דשאוק

שמארטיקל'ס מחשבות

זעירא
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

תגובהדורך זעירא » זונטאג יוני 14, 2020 3:22 pm

זייער שיין,
אוי איז דאס אמת!

Haklal
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

תגובהדורך Haklal » פרייטאג יוני 19, 2020 1:08 am

זייער שיין, סאיז מיר נאר געווען אינטערעסאנט אז יענקי איז ארויפגעקראכן 2 שטאק, געגעבן א שפרונג אויף די פייפס ווען אין די נעקסטע פערעגרעף שטייט אז יענקי איז געווען ברייטביינערדיג אין פעש, א שטיקל סתירה אין מיין קאפ

אוועטאר
אוראייניקל
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

תגובהדורך אוראייניקל » פרייטאג יוני 19, 2020 9:02 am

Haklal האט געשריבן:זייער שיין, סאיז מיר נאר געווען אינטערעסאנט אז יענקי איז ארויפגעקראכן 2 שטאק, געגעבן א שפרונג אויף די פייפס ווען אין די נעקסטע פערעגרעף שטייט אז יענקי איז געווען ברייטביינערדיג אין פעש, א שטיקל סתירה אין מיין קאפ

א קשיא אויף א מעשה...

אוועטאר
קרעפלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2020 2:01 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #12 - דער ריכטיגער צוגאנג בויעט דורות

תגובהדורך קרעפלעך » זונטאג יוני 21, 2020 12:12 pm

אוי די ישיבה יארן! ער ברענגט צוריק די צייטן לייו! איך האב אבער געפילט א שטיקל לעטדאון סוף פונעם מעשה, איז עס א מוירעדיגע חידוש אז א משגיח ניצט אזא טאקטיק? אז א בחור נעמט זיך? (נאר איך פיל אזוי?)
עס איז זיכער אז די צוגאנג בויעט דורות!


צוריק צו “פארמעסטן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט