שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

"פארמעסטן צווישן די אייוועלט שרייבער"

אחראי: אחראי

וואס איז אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל? אינהאלט | שפראך | אווער אלל רעיטינג

די וואלן האבן זיך פארמאכט דינסטאג יוני 23, 2020 3:55 pm

3
1%
★★
9
3%
★★★
17
5%
★★★★
30
10%
★★★★★
47
15%
2
1%
★★
6
2%
★★★
17
5%
★★★★
33
11%
★★★★★
45
15%
2
1%
★★
9
3%
★★★
25
8%
★★★★
23
7%
★★★★★
42
14%
 
סך הכול שטימען: 310

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך נשמה » דינסטאג יוני 09, 2020 3:55 pm

בילד

"חזקאל? וועלכע חזקאל?" שרינקט משה איין זיינע אויגן פרובירנדיג זיך צו דערמאנען.

"געדענקסט מיר נישט? איך האב געלערנט מיט דיר אין איין כולל."

"חזקאל? מיט מיר אין איין כולל? אה, עפעס דערמאנסטו מיר."

און משה דערמאנט זיך טאקע.

א אומאנגענעמקייט באפאלט אים. "הלוואי שטעלט זיך דאס ארויס ווי א בייזער חלום".

*
צעהן יאר פריער.

"זעהסט דעם יונגערמאן דארט" ווייזט שמואל יאנקל פאר זיין חברותא יחזקאל. "ער קען דיך העלפן טרעפן א גוטע פרנסה"

"אה, ער יאגט זיך ארויס ערגעץ," טראכט יחזקאל שוין יאגנדיג זיינע טריט. "לאמיר אים כאפן"

די טיר פונעם היכל הכולל פארמאכט זיך שטאטלעך נאכן דורכלאזן דעם ארויסגייענדיגן משה וואס שפאנט מיט שנעלע טריט צום קאווע שטובל, איבערלאזנדיג זיין היט אויפ'ן גמרא.

"פאר א קאווע מעג איך מפסיק זיין. יא? נאך דערצו אויב איך מאך עס שנעל אן פארברענגען צייט." טראכט משה.

געשיקט קלאפט ער דעם אפענעם שאכטל קאווע ארויף און אראפ, באפרייענדיג אביסל פון אירע צאמגעהאלטענע איינוואוינער אריינשיקנדיג זיי אינעם פאום קאפ.

שנעל עסק'נען זיינע צוויי הענט צאמצושטעלן די גענויע מאס פון די געפאדערטע עלעמענטן צופרידן צו שטעלן זיינע געברויכן און אפיאגן מיט'ן פארטיגן קאווע.

"נאך אביסל און איך בין שוין צוריק ביים לערנען"

טריט הערט זיך, יחזקאל איז דא.

משה מאכט אפ, נאך אן אינערליכן געשלעג, אז ס'איז יעצט בעסער אז ער מאכט זיך ווי ער באמערקט אים נישט, אבער צו זיין באדויערן קומט יחזקאל נענטער און נענטער.

משה האט מיט יחזקאל נאר פון זיך טרעפן ביים מקווה טויער יעדן צופרי אבער גארנישט מער ווי דעם. ער האט נישט קיין אהנונג וואו ער וואוינט, ווער זיין טאטע איז, ווער זיין שווער איז, גארנישט. איין זאך וואס ער ווייסט איז אז ער הייסט יחזקאל. ווייל אזוי רופט מען אים דא אין כולל. און אויך אז ער האט א הויעכע ביבער היט מיט רינדיגע גלעזער, און אז ער איז א פארטראכטער. ער האט שוין פיל מאל געוואלט פרעגן מער פרטים, אבער די בושה האט אים צוריקגעהאלטן.

"א גוטן משה" הערט זיך אין יחזקאל'ס שטומע ווי ער קווענקלט צו ער זאל בכלל אנהייבן דעם שמועס וואס איז אים אזוי וויכטיג.

משה הייבט אויף זיינע אויגן צו אים, מאכנדיג זיכער אז יחזקאל זאל זעהן אין זיי ווי טרוד ער איז יעצט מיט'ן האלטן די קאווע גלייך אז ס'זאל זיך נישט איבערדרייען. און ווי שטארק ער וויל שוין גיין ווייטער פון דא.

"ביסט פארנומען?" דערוואגט זיך יחזקאל אפצוהאלטן משה'ס געלויף, כאטש זיין קלאפעדיג הארץ צו טון אזוי.

"מאך עס שנעל" שטופט משה ארויס א טרוקענער אנטווארט. בשעת ער דירעקטירט בכוונה זיינע אויגן אויף אנדערע אביעקטן.

יחזקאל לאזט ארויס אן אטעם, און פרעגט מיט א געמאכטע שטאנדהאפטיגקייט. "וואס טוט זיך?"

"ב"ה דער אייבערשטער זאל העלפן אויף ווייטער" מאכט ער ווידעראמאל זיכער אז יחזקאל זאל דאס מאל שארף באמערקן ווי ער דרייט זיך מכלומר'שט אוועק צו זוכן עפעס וויכטיג. טראץ דעם וואס פון איין זייט וואלט ער יא געוואלט כאפן א שמועס, נאר ער מוז זיך דאך צוריקזעהן צום לערנען ווי שנעלער.

"משה, איך זוך ארבעט. אפשר ווייסטו פון עפעס. האסט עפעס אן ארבעט פאר מיר?" זעצט יחזקאל פאר אנצוהאלטן די קייטן מיט וואס ער האט יעצט איינגעקלאמערט דעם משה.

משה זעהט אז ער מוז זאגן אפאר דיבורים צו שטעלן דעם טאן פונעם מצב "איך האב נישט קיין ביזנעס, איך זוך נישט קיין ארבעטער, איך האב נישט קיין אהנונג" און דערביי הייבט ער אן צו שטעלן טריט אוועקצוגיין. מיט א רחמנות אויף דעם יונגערמאן וואס מיינט אז ער קען אים העלפן.

"אפשר דאך העלפסטו מיר" פרובירט יחזקאל זיין מזל. מיט דעם אלעם וואס ער האט שוין געשפירט אז ער זאל יעצט אפלאזן דעם שמועס.

"קאל מיך ביינאכט" אטעמט משה אפ טרעפנדיג א פתח פון וואו זיך ארויסצוגליטשן.

אבער די קומענדיגע מחשבה איז געווען "ווער ווייסט וואס ער וויל פון מיר, און וויאזוי איך גיי אים דארפן העלפן".

*
טרררררר...

משה'ס האנט פליהט צו זיין קלינגעדיגן סעלפאון. כאפט עס פלינקערהייט ארויס פון טאש, א בליק אויפן סקרין, "ער?! אוי. זאל איך אויפהייבן?"

'האלאו'? שטופט ער ארויס דאס ווארט מיט די כח פון דאס לעצט ביסל איבערגעבליבענע ברעקלעך געדולד וואס ער האט געקענט טרעפן אין זיך...

"משה, געדענקסט האסט מיר היינט געזאגט אז איך זאל דיר קאלן ביינאכט. האסט מיר א דשאב, איך זוך ארבעט"

"מיט וואס ווילסטו ארבעטן?"

דאס האט משה געפרעגט כדי צו טון חסד. אבער געטראכט האט ער "איך זאל דיר יעצט טרעפן אן ארבעט? פון וואו? זייט ווען בין איך דער וואס קען צושטעלן ארבעט? פארוואס האסטו פונקט מיר געטראפן?"

"איך וויל עפענען א ביזנעס, עה איך זוך ארבעט"

'"מיט וואס ווילסטו ארבעטן" פרובירט משה אויסצוקלארן. און וואונדערט זיך וויאזוי ער איז פון איין מינוט אויפן צווייטן געווארן אן ארבעט צושטעלער אָן האבן דאס מינדעסטע אהנונג וויאזוי מ'מאכט עס.

"וואס איך וויל?" הערט זיך די אומזיכערקייט אין יחזקאל'ס שטומע.

יא, וואס האסטו ליב צו טון, וואו וואלסטו דיך געוואלט זעהן ארבעטן?" שטארקט זיך משה פארצוזעצן דעם שמועס, טראץ וואס זיין געדולד רינט אים ארויס מער און מער.

"ליב ? איך ווייס נישט."

"דעמאלטס קאל מיך צוריק ווען דו וועסט וויסן" ריקט זיך משה'ס פינגער צום 'ענד' קנעפל. אבער... רוקט זיך צוריק, א מילי סקונדע פאר די ווארט "זיי מיר געזונט, א גוטע נאכט" האט זיך ארויסגעגליטשט פונעם שפיץ צינג.

"אז דו ווייסט נישט, פון וואו קען איך וויסן. ווער געוואויר וואס דו האסט ליב און נאכדעם קאל מיך צוריק און אפשר וועט עפעס ווערן" פרובירט משה צו ענדיגן דעם שמועס אויף א פרידליכן אופן. ווען אינעווייניג קלערט ער פון חרטה האבן פאר'ן נישט זאגן אז ער קען נישט, און שוין.

"אקעי! א גוטע נאכט" הערט זיך פון חזקאל'ן

משה שפירט דערמיט א צייכן פון "ביסט באפרייט" הגם נאר אויף צייטווייליג.

*
עס איז יעצט א מיטוואך נאכמיטאג. משה זיצט אינדרויסן נאכן זיין ביי א געוויסן דאקטאר אין גאר אן אנדערער געגנט ווארטנדיג אויף א טעקסי, זיך פרייענדיג מיט די געלעגנהייט וואס ער האט יעצט דורכצוטראכטן געוויסע פלענער זיינע, ווען זיין סעלפאון צעקלינגט זיך נאכאמאל דורך דעם קוים באקאנטן יחזקאל.

"אך, וואס וויל ער פון מיר? וויאזוי דארף איך אים העלפן?" קומט אים נאכאמאל ארויף זיין אומ'חשק צום גאנצן באגעגעניש.

משה וויל יעצט ענדערש צוריקגיין צו די זוהן שטראלן וואס האלטן אים אינמיטן העלפן אויסבאקן זיינע פלענער, ווי איידער זיך אריינלאזן אין א חסד וואס ער ווייסט אפילו נישט צו ער קען.

"משה איך מיין אז איך ווייס שוין בערך וואס איך וואלט געוואלט" הערט זיך די פרייד אין יחזקאל'ס שטומע, וואס מאכט משה'ן בכלל נישט אזוי פרייליך, וויסנדיג ביי זיך זיין קענטעניס אין צושטעלן ארבעט. און זיין געדולד צו די גאנצע זאך.

"נו, וואס וואלסטו געוואלט?"

"איך האב אלעמאל ליב געהאט צו בויען עמודים, מאכן ספרים שענק, ווייסט וואס איך מיין?" וואונדערט זיך יחזקאל צו ער ווערט נענטער דורכדעם צו זיין ישועה, און צו וועט משה זיין די געטליכער שליח זיינע.

משה רוקט זיינע אויגן אהער און אהין ווי ערגעץ וואו ארום אים איז פארהאנען אן איידיע גרייט צו אפליינען, איבערגעבן, און פטור ווערן. און אויך זיין דער גוטער העלפער.

פלוצלינג דערמאנט ער זיך שטארק אז מ'קען אראפלייגן דעם סעלפאון און ווערן פטור. ס'ווערט אפגעהאקט און שוין. אבער אויף עפעס אן אופן געלונגט אים צו זיין שיין "איך וועל מיך נאכפרעגן אויב איך ווייס פון אזא ביזנעס וואס זוכט אן ארבעטער. גוט?"

"אקעי, ש'כח" הערט זיך די אומזיכערקייט אין זיך אליין, און דאנקבארקייט צו משה.

די דאנקבארקייט וואס משה האט געהערט אין יחזקאל'ס ש'כח האט אים נישט געמאכט באקוועם. ער שפירט אז ער גייט אים נישט קענען צופרידן שטעלן.

נאך א פאר מינוט זיך גליען אין די הייסע זוהן שטראלן, קומט זיך אריינצופארן א טראק געדרייווד דורך, נאכן באמערקן דעם בלויען כזית קאפל, עפעס א יוד, מיט די אויפשריפט 'פיינסטע פורניטשור' און א נומער דערנעבן.

משה רופט צוריק יחזקאל און זאגט אים אזוי: "איך האב נישט יעצט צופיל צייט צו רעדן. "קאל 695-632-6325" זיי זענען א פורניטשור ביזנעס. א גוטן טאג". און ער לייגט אראפ.

ביינאכט. משה פארט אריין אונטערן דאכענע, און א חרטה ווארעמעל הייבט אן גריבלן אין אים "פארוואס האב איך אים געגעבן א נומער פון עפעס א טראק אין אבי עפעס א געגנט, אָן זיך אפילו נאכפרעגן ווער דאס איז, און צו זיי דארפן טאקע אן ארבעטער. פארוואס האב איך מיך אזוי אויפגעפירט צו אים?"

דעם אנדערן טאג אינדערפרי. שמואל יאנקל פרעגט פון זיין חברותא יחזקאל "האסט גערעדט צו יאנקי לעווי וועגן דיין ארבעט?"

"יאנקי לעווי? האסט מיר געוויזן אויף 'משה', משה קליינמאן?"

ביי מיטאג קלינגט דער טעלעפאון, יחזקאל רופט. משה קען נישט פועל'ן ביי זיך אויפצוהייבן דעם נומער. "פארגעס פון מיר! איך וויל דיך מער נישט קענען!" אין כולל האט אים משה מער נישט געטראפן. און אויך נישט אין ערגעץ. און געהאפט אז מיט דעם האט זיך עס געענדיגט.

אבער נישט אזוי לייכט און נישט אזוי שנעל. אין משה קומט ארויף פון צייט צו צייט א נאגנדער געפיל "קאל אים, און גראד אויס די זאך. פארוואס דארף יענער בלייבן מיט א שווער הארץ אויף דיר" אבער משה האט נישט גענוג שטארקייט צו דרוקן די פאר נומערן וואס ער האט נאך אין זיין סעלפאון.

*
קודם איז עס געווען פיל טעג וואס זענען דורכגעלאפן אן הערן עפעס פון יחזקאל. און נאכדעם איז עס געווארן אסאך וואכן און ענדליך חדשים אן אים אפילו זעהן. משה האט קיינמאל מער נישט באקומען א טעלעפאון קאל פון יחזקאל. משה האט זיך ווייטער געלערנט אין כולל זיינע שיעורים ביז די גאנצע זאך איז אים צוביסלעך ארויס פון קאפ.

משה איז שוין יעצט א זיבן יאר זייט זיין חתונה. די גמרא האט ער נאך אלץ זייער ליב, אבער די מצב אין שטוב פאדערט געלט. און בלית ברירה הייבט ער אן טראכטן פון ארויפשארצן זיין ארבעל און זיך נעמען עפעס טון פאר פרנסה.

נישט אויף צולאנג קען משה בלייבן ביים טראכטן. אין א טאג זעהט ער אן אנאנס אין א נייעס בראשור "ווערט געזוכט אן ענערגישער ארבעטער פאר א גראסערי, גוט באצאלט”. משה ווייסט אז ער קען אפילו נישט טראכטן ביז צוויי, רופט ער אן דעם אנגעגעבענעם נומער, דעם אנדערן אינדערפרי טרעפט זיך משה לערננדיג אויף די אייגענע ביינער וויאזוי צו רעכענען קאסטומערס.

צוביסלעך הייבט ער אן כאפן אז ארבעטן אין א גראסערי מיט זיינע כשרונות שטומען בכלל נישט. אבער וויבאלד ער איז געווען איינגעוואוינט צו ארבעטן אויף זיינע מידות, קלערט ער אויס האפענונג אז עס וועט זיך שוין צופאסן, "איך דארף עס נאר געבן צייט, און איך וועל עס אי"ה באווייזן". אבער נאך א דריי פערטל יאר און די ווידערווילן צום גראסערי איז שוין אזוי שטארק אז ס'באזיגט זיין רצון פארצוזעצן דערמיט, און מ'קען שוין זעהן ווי משה זיצט און דרייווט א קאר סערוויס און מאכט לאנג דיסטענס טריפס.

ווייטער שפירט זיך משה נישט אין פלאץ. די ארבעט פאדערט פון אים גאנץ אנדערע כוחות פון וועלכע ער פארמאגט גענוג און נאך. ער שפירט אז דאס ריכטיגע קומט נישט ארויס פון אים. אבער ער זעצט דאך פאר מיט די טריפס.

נאך איין יאר און א פאר חדשים מאכן טריפס, וואונדערט ער זיך צי אויב ער טרעפט עפעס בעסער ווי דריקן דעם גאז פעדל אגאנצן טאג מצאת החמה עד צאת הנשמה, צי ער זאל דארט אהין לויפן. "עס זאל נאר זיין א גוטע באלבאס, און א ארבעט וואס איך האב ליב".

משה טרעפט זיך מיט אן אינטערעסאנטע אויפגאבע. יעדער יונגערמאן וואס ווערט געטראגן דורך אים, ווערט אריינגעשלעפט אין א שמועס וואס פירט צום נקודה פון "וואס ארבעטסטו". און "צו האסטו ליב דיין ארבעט". ער האפט צו באקומען דורכדעם א בעסערע בליק איבער ארבעט און ארבערטערס.

אין איינע פון די טעג, א רעגן גיסט, די ווייפערס ארבעטן די שנעלסטע מעגליך, און א שמועס הייבט זיך אן צו אנטוויקלן צווישן די צוויי, דער דרייווער און דער מיטפארנדער, און משה ווייסט וואו דער שמועס ריכטעט

"און וואו ארבעטסטו?"

"אין א ספרים סטאר" איז דער רייזנדער משלים אלץ ענטפער.

וועלכע ספרים סטאר?

דער מיטפארער זאגט אים וואו דאס איז.

"ס'איז געשמאק צו ארבעטן דארט?"

יא. אזוי ווי יעדע ארבעט. יעדער האט זיך ליב זיין ארבעט.

*
צוועלף אזייגער און משה שלעפט די טיר פונעם ספרים געשעפט. "אויסשפיאנירן מיינט נאכנישט אז איך גיי דא ארבעטן". פון א ווינקל פון זיין אויג פרובירט ער צו דערשנאפן די אטמאספער פון א ספרים סטאר, און בפרט די ארבעט וואס די ארבערטערס לייגן אריין. "אפשר וועל איך ליב האבן צו ארבעטן אויף אזא פלאץ?".

"דא איז נישט אזוי ווי א גראסערי" טראכט ער צו זיך. "ס'טאקע דא צייטן ווען ס'איז פולער מיט מענטשן, אבער רוב יאר איז דא גאנץ שטיל און אנגענעם. זאל איך פרובירן?"

"אויפגעבן מיין לאנג דיסטענס, אלעס כדי צו פרובירן א ספרים סטאר? ס'לוינט זיך מיר?"

למעשה טרעפט זיך משה שטיין אינעם ספרים סטאר.

ווייטער שפירט ער אז ער נוצט מער זיין "לינקע האנט" ווי זיין "רעכטע האנט". עפעס שפירט זיך אים נישט באקוועם די גאנצע זאך. ער האט שוין חרטה פאר'ן אויפגעבן זיינע לאנג דיסטענס טריפס. די זיץ מיט'ן רעדל איז אים שוין געווען לייכטער.

"נאך אלץ נישט געטראפן די זאך וואס איך האב ליב".

ויהי היום, משה האלט אינמיטן אריינלייגן די המיועד ליהיות טלית און תפילין בייטלעך אין אירע שעלווס, ווען אין זיין קאפ שפילט די ווערטער וואס זיין חבר האט אים נארוואס געזאגט "דו ביסט שעפעריש, אפשר דארפסטו ארבעטן אויף א פלאץ וואו ס'פאדערט שעפערישקייט" און א געדאנק בליצט אויף אין אים "אפשר עפן איך א ביזנעס פון תפילין בייטלעך, טלית בייטלעך וכדומה? אדער כאטש ארבעטן אויף אזא פלאץ".

גאנץ שנעל טרעפט זיך משה צווישן בר מצווה בחור'ליך און אשת חיל'ס וואס קומען זוכן זייער ליבליכן דיזיין. דער פלאץ שמעקט שוין אביסל מער פאר משה'ן, כאטש ער האט נישט אזוי אינגאנצן ליב צו סערווירן קאסטומערס, האט ער אבער גאנץ ליב צו העלפן פאר א יונגעל טרעפן וועלכע דיזיין ער האט באמת ליב.

אין א פייכטן דאנערשטאג פארוואנדלט זיך א שמועס צווישן אן אלטן חבר זיינעם וואס איז געקומען בעצה יחד מיט זיין בר מצווה יונגל וועלן א דיזיין.

"אפשר לערנסטו מיט אים דאס פשט'ל, איך ווייס דאך יא ווי גוט דו קענסט די מלאכה" זאגט אים דער חבר.

"ווען האב איך צייט? רוב טאג בין איך דא. און ביינאכט בין איך אויסגעמוטשעט" זאגט אים משה צוריק.

"ביינאכט, אין דעם בית מדרש פון מיין געגענט, פאר גוט באצאלט?" פרובירט דער חבר אז ס'זאל זיך ענדיגן וויאזוי עס לוינט אים.

"ביינאכט, פאר גוט באצאלט, קען איך אפשר יא. גייסט מיר צאלן?" קען זיך משה נישט גלייבן אז ער גייט מאכן עפעס געלט.

*
אין א זייטיג שטובל פון א ביהמ"ד, אין א גאנץ ווייטער געגענט פון וואו ער וואוינט זיצט משה און טובל'ט זיך אין הנאה אויסלערנענדיג דעם יונגעל זיין פשט'ל.

"פרעגט דער שאגת ארי'..."

"משה? משה קליינמאן?" הערט ער פון איינעם וואס איז קענטיג יעצט אריינגעקומען.

משה דרייט זיך אויס צום ריכטיג פון וואו דער קול דערגרייכט זיינע אויערן פויקלעך.

"יא. איך הייס משה קליינמאן, און ווער ביסטו, דו קענסט מיך?"

"דערקענסט מיר נישט? איך בין חזקאל."

אט שטייט פאר אים דער נעבעכדיגער חזקאל וואס ווייסט קוים מיט וואס ער וויל ארבעטן. "אוי, איך מיין אז איך דארף אים איבערבעטן. איך האב אים געגעבן א נומבער פון אבי עפעס א פורניטשער געשעפט. אָן מאכן זיכער ווער זיי זענען, און צו זיי דארפן טאקע אן ארבעטער. ער האט זיך נעבעך געפריידט צו מיין טובה. ווער ווייסט וואס די אויספיר איז געווען... און איך האב אים נישט אויפגעהויבן דעם טעלעפון אויך נישט..."

משה לאזט אראפ די אויגן, "זיי געזונט, א גוטע נאכט" זאגט ער פאר'ן יונגעל וואס קען קוים כאפן וואס דא געשעהט. און כמעט פון זיך אליין הייבט ער אן גיין צום טיר, "איך עפן דעם טיר און איך בין מער נישטא". אבער אן אנדערע שטומע זאגט אים "אפשר טרעפסטו נישט א פרנסה וואס דו האסט ליב, ווייל דו האסט אים נעבעך אזוי געטשעפעט. בעהט אים איבער"

און אט הערט משה ווי יחזקאל רופט אים צוריק "וואו לויפסטו, א דאנק דיר בין איך היינט די באלבאס פון א ריזן ביזנעס. קום אריין אינעווייניג אינעם היכל. וועסטו זעהן די ארון קודש, מיט די באלעמער, די שענק, דאס איז מיין קאמפעני." ענדיגט יחזקאל מיט ריזיגע צועפנטע אויגן פון גליק און שטאלץ.

ווי נאר משה קומט אריין אינעם היכל הביהמ"ד, בלייבט ער שטיין פארגאפט. ער איז ווי איינגעזינקען אין די ראמענטישע אטמאספערע פון רייכע געשניצטע האלץ וואס קוקן צו אים ארויס פון אלע זייטן, ווי ער איז ערגעץ אין די אמאליגע בתי כנסיות אין דער אלטער היים.

"אזוי שיין, הערליך" קען ער נישט איינהאלטן זיין התפעלות פון אנקומען צו זיינע שטום בענדער.

"ווייסט ווי סך איך טראכט פון דיר" קוועלט ארויס חזקאל'ס הכרת הטוב, "איך בין דיר דאך שולדיג מיין הצלחה. אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייל איך האב געארבעט ביי יענע קאמפעני וואס דו האסט מיר געגעבן די נומבער. איך וויל דיר מיט עפעס באצאלן."

"ניין, ס'גוט, ש'כח". וויל משה פטור ווערן פון די המשכה פון יענעם באגעגעניש.

"אפשר קומסטו כאטש אפשטאטן א באזוך אין מיין אפיס. איך מוז דיר ווייזן וואס דו האסט מיר אלץ געטון"

גייענדיג אהין טראכט משה "איך געטון? איך האב שוין געוואלט לויז ווערן דערפון, האב איך אים געגעבן די נומבער"

זיך אריינזעצנדיג אין די באקוועמע לעדערנעם בענקל אקעגן איבער יחזקאל'ן, קען משה קוים אויפהייבן זיינע אויגן צו אים. בעת יחזקאל מוטיגט אים אריינצוגיין אין א שמועס. "און וואס טוסטו פאר פרנסה" ווארפט חזקאל די נקודת הלב פראגע.

משה פארציילט אים די אלע ארבעט וואס ער האט שוין פרובירט, "אבער נאך אלץ קען איך נישט טרעפן א זאך וואס זאל זיין די שעפער פון מיין אינערליכן קוואל. ארויסצוגעבן מיינע כוחות וואס איך האב יא."

"וואס האסטו ליב צו טון" פרעגט אים יחזקאל.

"איך ווייס נישט באמת. איך בין זייער אנטציקט געווארן פון די שיינע דיזיין פון דיין ארון הקודש און באלעמער, און איך האב דעמאלטס געטראכט, אפשר פארשטיי איך אויך דערצו." זאגט משה מיט קווענקלניש.

"און אפשר טאקע." מוטיגט אים יחזקאל.

"און אויב דו ווייסט אז איך בין גוט דערין, וואס קענסטו מיך העלפן?" פרעגט אים משה מיט ביטערניש.

"גראדע זוך איך פונקט אזא איינעם ווי דו, אפשר קומסטו ארבעטן ביי מיר מאכנדיג מיינע דיזיינס, איך וועל דיר גאר גוט באצאלן. און איך בין דיר אפילו גרייט אויסצוצאלן אז דו זאלסט דיך עס אויסלערנען. "

משה'ס אויגן עפענען זיך פון איבערראשונג, און בלייבט קוקן פארקלאצט. נישט קעננדיג גלייבן אז זיין ישועה איז געקומען פון הימעל דוקא דורך אזא אופן.

אז ס'איז באשערט גוט'ס, האט עס נישט צופיל מיט דיין כוונה.


דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.
לעצט פאראכטן דורך בלעכענער פנים אום דינסטאג יוני 16, 2020 3:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9030
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג יוני 09, 2020 5:03 pm

זייער שרייבעריש!
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

שבת פארטי
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 11:47 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך שבת פארטי » דינסטאג יוני 09, 2020 8:10 pm

זייער פראפעסיאנאל געשריבן און שיין געשילדערט. די מעשה איז אבער ארעם. אויך ליידט עס פון בעט צו בעט נאראטיוו ביי געוויסע חלקים ( וואס האט אויסגעפעלט אז משה זאל האבן געארבעט אין א גראסערי?) און ביי געוויסע פלעצער איז די דיאלאג אויסמוטשענד.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11968
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג יוני 09, 2020 8:21 pm

זייער גוט געשריבן. אביסל געשפירט לאנגווייליג מיט די בעק-ענד-פארט ווי מ׳רופט עס. די מוסר השכל איז גאנץ גוט די טאפיק איז נישט שלעכט
טו סאמערייז: א פעדער האסטו א זייער א פיינע. ס׳איז זייער גוט און שרייבעריש געשריבן. די תוכן און די דעליווערי דארף א שטיקל פאליש

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך נשמה » דינסטאג יוני 09, 2020 8:38 pm

בס"ד

פון דעם ארטיקל פעלט פליסיגקייט און קשר פון איין זאץ צום צווייטן. דער שרייבער זעהט אויס ליידט פון א קאנצענטראציע פראבלעם, וואס עס ווערט אפגעהאקט די פלוס פון איין זאץ צום צווייטן. די עצה פארדעם איז צו שרייבן אויף איינמאל. און נישט שרייבן אזאך ווי דיין אטענשאן פליהט אוועק אינמיטן שרייבן. שרייבן דארף זיין ווי איין שטיק. עס דארף קומען פון איין און די זעלבע פלאץ אויפאיינמאל.

כדי צו קענען וואס דער שרייבער קען, דארפסטו זיין אנטוזיאסטיש איבער די וועלט. און אירע געשעענישן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
איינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך איינס » דינסטאג יוני 09, 2020 8:46 pm

די שרייבעריי איז 5 נישטא וואס צו רעדן, די שפראך איז מוראדיג רייך און שרייבעריש. (אויסער איין ווארט וואס איז לכאורה נישט אויפן פלאץ אבער דאס קען מיטגיין).

די תוכן איז דאך מלא מלא, נאכן ליינען טראכט איך צו מיר, וואס איז די מעסעדזש און סקומט מיר ארויף אן א שיעור מוסר השכלס: שלח לחמך על פני המים, חובת ההשתדלות און מנגד דאס אז דו העלפסט יענעם דאנט ווארי זיין ישועה וועט אנקומען אבער די טוה וואס דו קענסט, און נאך.
אבער קוקנדיג אויפן קעפל טראכט איך צו מיר, פארוואס נעמען אזא גוטן ארטיקל אין איהם באגרעניצן אין איין קליינע נעגעטיווע מעסעדזש.

אבער דא פעלט עפעס, איך ווייס נישט וואס אבער עפעס עפעס קיצלט מיר...
אה דאס איז דאס, מהאט איהם באגרעניצט צו א מאס קערעקטערס און ער האט געמיזט ציען דעם ארטיקל, און מקייט און קייט אז פארנדיג מיינסטו אז דא קומט אזוינס אין אזעלכעס אבער צום סוף איז דער מעסעדזש נישט אזא באמבע פאר די ערווארטונג.
דא איז דא נאך א נקודה, פון זיין שפראך זעהט אויס אז די מעשה איז פריש און סגייט נאך א רויעך און דאס נעמט היבש אוועק פון דעם מעסעדזש, אויב איז דאס יא א העכטע מעשה איז די מעסדזש סאך שטערקער. מצד שני אלץ א שרייבער דיקא א געבאקענע מעשה ווייזט אויף שעפערישקייט און אויפקומען מיט איידיעס.


דער שרייבער האט א פיינעם פאטענטשל ווייל זיין שפראך איז גוט געבויעט, אויב איז די מעשה אליינס אויפגעמאכט האט ער אויך א גוטן חוש הדמיון.

סא פארן שפראך אין אינהאלט האב איך געוואוט 5 פאר אווער אלל ווייניגער.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דינסטאג יוני 09, 2020 10:27 pm

די שפראך איז גאר שטארק.. אראפגעמאלן יעדע דעטאל ביזן קלענסטן פרט..
כ'האלט דווקא אז יעדע פרט געט צי צום מעשה אבער דאס מקצר זיין למשל ביי זיין ארבעט אין גראסערי ברענגט נישט גענוג קלאר ארויס וואס ס'געבט צי.. ס'געט צי דאס פארדרייען דער אויסגאנג כאילו די עיקר נקודה איז זיין שלימזלות.. און גראדע איז עס אויך א ריכטיגע נקודה...
אויב איז די מעשה פיקטיוו, וואלט איך געקענט באשטיין א מעכטיגערע מעשה..
און אויב די מעשה איז אמת (אזוי ווי ס'ליינט זיך!) איז דער ארטיקל געוואלדיג מהחל עד כלה!

תוכן 4. שפראך 5. א"א 5.
לעצט פאראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום מאנטאג ינואר 12, 2028 3:27 pm, פאראכטן געווארן 986 מאל סך הכל.

אוועטאר
איינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך איינס » דינסטאג יוני 09, 2020 10:33 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:תוכן 4.

מיר אינטערסאנט פארוואס פאר תוכן געבסטו ווייניגער פון 5
וועלכע תוכן וואלט ער געקנט מער אריינלייגן
סאיז גוט, אמונהדיג, בטחוןדיג, און וואס נישט.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דינסטאג יוני 09, 2020 10:38 pm

איינס האט געשריבן:סטאאוו מיר אינטערסאנט פארוואס פאר תוכן געבסטו ווייניגער פון 5
וועלכע תוכן וואלט ער געקנט מער אריינלייגן
סאיז גוט, אמונהדיג, בטחוןדיג, און וואס נישט.

וויבאלד די מעשה איז פיקטיוו - וואלט געדארפט די מעשה זיין שטערקער. ווי אויך די וויכטיגע פרטים וואלט געדארפט שטערקער ווערן ארויסגעברענגט. דער תוכן איז 5 טאקע אבער די אינהאלט וואס איז כולל די נקודות וואס כ'האב אנגעמערקט איז 4 וואס איז אויך א שטארקע רעיטינג
לעצט פאראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום מאנטאג ינואר 12, 2028 3:27 pm, פאראכטן געווארן 986 מאל סך הכל.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג יוני 09, 2020 10:42 pm

@איינס, פיר איז זייער א שטארקע רעיטינג.





סטאוו האקט..
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
איינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך איינס » דינסטאג יוני 09, 2020 10:43 pm

4 איז שטארק
נאר ווי סטאוו האט געשריבן ביי איהם מיינט תוכן אביסל ברייטער פון וואס איך קוק אן.

וואס זאגן ענק צום קעפל האסט אויך באמערקט אז סאיז נישט צו די פוינט און וואלט געקענט זיין סאך שטערקער?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2661
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך טשאלענט » דינסטאג יוני 09, 2020 10:47 pm

איינס האט געשריבן:וואס זאגן ענק צום קעפל האסט אויך באמערקט אז סאיז נישט צו די פוינט און וואלט געקענט זיין סאך שטערקער?

א קעפל איז זייער א שווערע זאך צו קלויבן, און צו יעדן קאנעקט עפעס אנדערש
טשאלענט גמ"ח
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13911
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג יוני 09, 2020 10:57 pm

אלס קעפל וואלט איך געשריבן "שלח לחמך" וגו' (ווי 'איינס')

געגעבן 4 שטערנס ביי אלע 3 פראגעס

דער רעיון איז פיין, דער שפראך פליסיג, און דער שרייבער איז א גוטער שרייבער
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2331
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג יוני 09, 2020 11:29 pm

הערליך און זאכליך! זייער הנאה געהאט צו לייענען!

ברעננג אונז נאך אזעלכע!!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5061
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג יוני 09, 2020 11:39 pm

שלח לחמך וואלט אפשר געווען די נקודה ווען ס'וואלט געווען א מעשה שהיה, אבער דאס שיינט צו זיין פיקטיוו. די נקודה וואס דער שרייבער האט געוואלט ארויסברענגען איז טאקע דאס וואס איז אינעם קעפל, ס'איז אבער נישט גענוג קלאר.

די דעליווערי איז באמת ספעציעל! (אפשר נישט אזוי פראפעשענאל.)

3
5
4

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך שמארטיקל » מיטוואך יוני 10, 2020 12:04 am

זייער שיין געשריבן. די תוכן איז זייער גוט!
אזוי אויך ליגט היבש אסאך קריעטיוועטי אין די ווערטער. פינעף שטערן'ס פאר קריעטיוועטי! (וואלט געמעגט זיין אזא אפשען)

עניוועי, יישר כח פארן מהנה זיין!
לאכן לאכט דער לעצטער - דער וואס האט די לעצטע געכאפט די דשאוק

שמארטיקל'ס מחשבות

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך שטומפיג » מיטוואך יוני 10, 2020 12:07 am

אקעי, איך האב מיך שוין ענדליך צאמגעקראצט אפצוליינען ארטיקל נאמבער איינס. איך האב זייער הנאה געהאט! ס'גוט און געשמאק! א פיינעם ארבעט געמאכט דער שרייבער'ל!

איז אזוי, די תוכן איז גאנץ גוט, ברענגט א פוינט, אבער נישט ממש א באמבע. אויך פרעפער איך ענדערש א ארטיקל וואס מ'קען נישט חלומ'ן די סוף פון די געשיכטע, ווס. דא וואו איך האב מיך שוין בערך געקענט פארשטעלן די סוף. נאך א אישו וואס איינער האט שוין געשריבן אז פאר א פיקטיווע מעשה איז עס נישט גענוג שארף.
אלזא האב איך געלייגט 2 שטערנדלעך אויף "אינהאלט".

די שפראך איז אייזן גוט, הומאריסטיש און גוט אריינגעלייגט מיט פאקטישע מחשבות\זאצן וואס קומען ארויף אין דעי מצבים, אסאך שורות ליינען זיך אויף די וועג וואס מ'זאגט זיי.
ער נוצט נישט איבער קיין ווערטער נאר טרעפט אסאך אייגנארטיגע שרייבערישע ווערטער, הגם די שקלא וטריא טראגט זיך אין געוויסע פאראגראפן מער אייוועלטיש ווי פראפעסיאנעל (איך האב ליב ביידע).
אלזא האב איך באקרוינט "שפראך" מיט 5 שטערנס.

די אוועראלל רעיטינג האב איך געלייגט אויף 2, ווייל אין דעם פאל איז די חסרון וואס ליגט אין די תוכן מער ווי די מעלה אין שרייבעריי - אין מיינע אויגן.

קומזשע ביטע צוריק מיט נאך געשמאקע זאפטיגע סחורה וואס דיין פעדער קען באווייזן!

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך בערל קראקאווער » מיטוואך יוני 10, 2020 10:33 am

געליינט און הנאה געהאט..

ספעציעל ממש מיטגעלעבט משה׳ס קאווע.

אהה פיין געווען.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך מארגן » מיטוואך יוני 10, 2020 10:44 am

זייער גוט

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מיטוואך יוני 10, 2020 9:28 pm

ב"ה אנגעהויבן ליינען די ארטיקלען... די ערשטע ארטיקל איז די ריכטיגע טריט אריין מיט די רעכטע פיס צום פארמעסט. דאס איז עפעס נורא נוראות!

די שפראך איז ריזיג, די געדאנק איז זייער א גוטע, כ'האב הנאה געהאט ווי ס'איז נישט די טיפיקל געדאנק פון 'געב אכטונג ווייל מיט א נישט-גוטע ווארט מאכסטו יענעם שאדן, דאס איז שוין אויסגעדראשן... דאס איז עפעס א פרישקייט, געוואלט פטור ווערן און צום סוף איז יענער גאר געווארן דערפון גאר געהאלפן! און נישט נאר דאס, דער וואס האט אפגעטוען דרייט זיך ארום מיט שווערע געפילן...

ביז... ביז... די זיסע ענדע פון די מעשה. א הערליכע ארבעט. מיר דארפן נאך דערפון.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

זעירא
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך זעירא » דאנארשטאג יוני 11, 2020 7:23 am

מארגן האט געשריבן:זייער גוט

אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך אברהם בן ארי' » דאנארשטאג יוני 11, 2020 2:13 pm

זייער גוט געשריבן. א גוטע געדאנק, גוטע שפראך, און גוט אראפגעלייגט.

די געדאנק אז דו דרייסטעך ארום מיט געוויסנביסן פאר לאנגע יארן, און צום סוף ווערסטו געוואר אז דו ביזט גאר געווען יענעם'ס מלאך המושיע איז געוואלדיג!

א געשמאק געווען צו ליינען, שכח!

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך יהודי » דאנארשטאג יוני 11, 2020 10:54 pm

געליינט און שטארק הנאה געהאט. ישר כח.
א פשוטע איד.

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2030
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך אחת ואחת » פרייטאג יוני 12, 2020 9:52 am

די קעפל האט נישט אזוי צו טוען מיט די מעשה, אבער סאיז זייער בא'טעמ'ט.
איך האב גלייך געהאט די געפיל אז דאס גייט געשען, אז ער האט יא געמאכט די פאון קאלל און מצליח געווען.

5, 4, 4
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
j718
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #1 - נישט אלעמאל טוט מען אפ

תגובהדורך j718 » פרייטאג יוני 12, 2020 10:12 am

זייער שיין אין גיט אראפ געשריבן די פאנט אז נישט אלעמאל טוט מען אפ.
די קעפל איז פיין צום פאנט(דיסעגרי מיט @אחת ואחת)
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!
דאן רופט זיך אן דא: אנקעטע:
א דאנק קנעפל אנקעטע


צוריק צו “פארמעסטן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט