מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:31 pm

איך מיין אז עס פארדינט זיך אן עקסטער עשקויל

4 חדשים נאך וואס דער צווייטער וויירוס כוואליע האט זיך אנעהויבן, און נאכ'ן ערלויבן במשך די צייט מאסן פראטעסטן פון טויזענטער פרייע יונגאטשען, הונדערטער זיך צעזאם קומען ביי צערעמאניע'ס, אפענע רעסטוראנטען און מאול'ס, האט די מדינה געטראפן די מקור פון די קאראנע, די אמת'ע סכנה איז די הייליגע טעג, די ימים נוראים...

גאנץ זוממער איז אלעס געווען אפען, ווייל עס קען שאטן עקענאמיש צי פארשפארן, אבער חודש תשרי, עס איז די פארנומענסטע טעג פאר כלל ישראל, who care?

די מדינה קאבינעט האט באשטעטיגט א פלאן פון א טאטאלער לאקדאון וואס גייט זיין נאך שטרענגער פון די פסח, א באגרעניצונג פון 500 מעטער פון שטוב, פארשליסונג פון אלע געשעפטן, און פון די בתי חינוך, פון ערב ר"ה במשך צוויי וואכן.

דאס קומט נאך וואס עס האט זיך אנגעזעהן א אויפשטייג אין די צאל וויירוס פאזיטיוו געטעסטע, מיט אריבער 4000 פעלער נעכטן, דאס איז גראדע נאך וואס די טעסט'ס האט זיך אויך דראמאטיש געהעכערט צי ארום 45000 טעסט'ס טעגליך - אין די וואקאציע סעזאן איז געווען בערך 25000 טעגליך.

מדינת ישראל איז די פון די העכסטע אין די וועלט אין די צאל וויירוס טעסטינג, מער אפילו פון אמעריקא.

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך אחד הרבנים » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:36 pm

גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:
מדינת ישראל איז די פון די העכסטע אין די וועלט אין די צאל וויירוס טעסטינג, מער אפילו פון אמעריקא.

אין ניו יארק אליינס טעסט מען ארום 75,000 א טאג. אין אמעריקא איז דער ציפער פי כמה

אור
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך אור » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:37 pm

ראש השנה גייט מען נישט טארן ארויסגיין?! :evil:

אוועטאר
מומחה יוחס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:39 pm

מען דארף פייפן אויף די ציונים מיט א פייפער - אין אנו מכירים...............
we make ivelt great again


די אויסגעוועלטע ראש הקהל דאייוועלט

הרב_שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8093
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך הרב_שלום » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:39 pm

עס וועט ארום פארן א טראק און פייפען ווי א שופר
Ecco Men's Melbourne Slip On Slip-On Loafer $65
https://amzn.to/34zrfdT

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:39 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:
מדינת ישראל איז די פון די העכסטע אין די וועלט אין די צאל וויירוס טעסטינג, מער אפילו פון אמעריקא.

אין ניו יארק אליינס טעסט מען ארום 75,000 א טאג. אין אמעריקא איז דער ציפער פי כמה

מסתמא מיינט ער פרעצענטואל קעגן די באפעלקערונג
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך פרוביר אויך » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:40 pm

א סעמפעל פון א דורעכפאל דארט האלט מען שוין ביי גל השלישי,
מען האט שוין פינעף מאל געזאגט אז גאנץ בני ברק אדער אלע חרדים זענען אנגעשטעקט,
אבער די רעירונג שפארט אויף און מאכט צי יעדען טאג
אז יענער קען קענסטו אויך

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:41 pm

אור האט געשריבן:ראש השנה גייט מען נישט טארן ארויסגיין?! :evil:

א וואך צוריק האט נאך ביבי געזאגט אז מ׳גייט זיכער מאכן אז ווער ס׳וויל גיין אין שול וועט קענען גיין אין שול, קען זיין ס׳האט זיך שוין געטוישט..
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:42 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:
מדינת ישראל איז די פון די העכסטע אין די וועלט אין די צאל וויירוס טעסטינג, מער אפילו פון אמעריקא.

אין ניו יארק אליינס טעסט מען ארום 75,000 א טאג. אין אמעריקא איז דער ציפער פי כמה

איך רעדט פער מיליאן מענטשן, טשעק ווארלד מיטער

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:47 pm

גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:דאס קומט נאך וואס עס האט זיך אנגעזעהן א אויפשטייג אין די צאל וויירוס פאזיטיוו געטעסטע, מיט אריבער 4000 פעלער נעכטן, דאס איז גראדע נאך וואס די טעסט'ס האט זיך אויך דראמאטיש געהעכערט צי ארום 45000 טעסט'ס טעגליך - אין די וואקאציע סעזאן איז געווען בערך 25000 טעגליך.

כ׳האב פארשטאנען אז די סיבה איז אויך צוליב די ריזיגע % טעסטס וואס קומען צוריק פאזיטיוו.

געזען ערגעץ לעצטענס אז די מעיארס פון די פרומע שטעט האבן געשטופט דעם עולם צו גיין ווי מער זיך טעסטן כדי אראפצוברענגן די % טעסטס וואס קומען צוריק פאזיטיוו.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

מיסתפינא
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:24 pm

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך מיסתפינא » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:58 pm

זעהט אויס די שטן פארלייגט עפעס עקסטער כוחות באחרית הימים מען זאל איהם נישט פארמישען.

חיימאוויטש
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך חיימאוויטש » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:59 pm

די מצב פון שנאת חרדים איז ביטער ווי א זית, און ער כאפט אריין פון אלע זיינע קעגנער פארן זיין דער חרד'ישער פאפעט... סאו, אויב פארן מאכן באשלוסן ארום די וויירוס גייט מען אים באשולדיגן אלץ שונא חרדים איז עס אין מיינע אויגן א אוי ואבוי.

בארעכטיגט מיר צו בא'נעבעך'ן

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2556
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 6:01 pm

לכאורה קומט גרויסע מלחמות אין ארץ ישראל. דער היימישער ציבור - נישט נאר די מאה שערים - זענען אנגעגעסן ביז איבער'ן קאפ פון די ממשלה, מען גלייבט זיי נישט און מען טראסט זיי נישט קיין ווארט, אלע וועלן ווייטער גיין דאווענען אין בית המדרש ברוב עם און השי"ת זאל העלפן אז די ציונים זאלן נישט צעשטערן די הייליגע טעג.

אזויפיל יא, אז די טויזנטער פרייע אידן וואס זייער איינציגע שייכות מיט אידישקייט איז דאס דאווענען אין שול ראש השנה און יוה"כ וועלן היי יאר דאס נישט האבן.

מיסתפינא
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:24 pm

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך מיסתפינא » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 6:26 pm

באקסער בוים האט געשריבן:
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:דאס קומט נאך וואס עס האט זיך אנגעזעהן א אויפשטייג אין די צאל וויירוס פאזיטיוו געטעסטע, מיט אריבער 4000 פעלער נעכטן, דאס איז גראדע נאך וואס די טעסט'ס האט זיך אויך דראמאטיש געהעכערט צי ארום 45000 טעסט'ס טעגליך - אין די וואקאציע סעזאן איז געווען בערך 25000 טעגליך.

כ׳האב פארשטאנען אז די סיבה איז אויך צוליב די ריזיגע % טעסטס וואס קומען צוריק פאזיטיוו.

געזען ערגעץ לעצטענס אז די מעיארס פון די פרומע שטעט האבן געשטופט דעם עולם צו גיין ווי מער זיך טעסטן כדי אראפצוברענגן די % טעסטס וואס קומען צוריק פאזיטיוו.

בערך 9 פראצענט
דאס איז שוין געווען ביז יעצט א סך, דאס איז מער ווייניגער געווען די עוורידזש ביז א עטליכע וואכן צוריק

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 6:46 pm

ווען עס קומט צו קורונה בין איך שטיל
צד אחד איז זייער גרינג צו שרייען אנטי חרדים מצד שני איז דא דארט די לעצטע פאהר וואכן א שטארקע אויפשטייג פון קעיעס און ליידער אויך טויטע ל״ע

נישט פארגעסן , די ניו יורקער אידן האבן געצאלט א טייער פרייז פארן אנגיין אום יו״ט פורים געהעריג
ווען מען וואלט געוויזט דאן וואס מען ווייסט איצט , וואלט מען געבליבן אינדערהיים פארשפארט אין געציטערט פארי לעבן
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3243
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 6:47 pm

ווענד זיך ווער
יש מנהיג לבירה = איך טראסט מיין בעל הבית, ער ווייסט וואס ער טוט!

איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

מיסתפינא
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:24 pm

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך מיסתפינא » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 7:05 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:ווען עס קומט צו קורונה בין איך שטיל
צד אחד איז זייער גרינג צו שרייען אנטי חרדים מצד שני איז דא דארט די לעצטע פאהר וואכן א שטארקע אויפשטייג פון קעיעס און ליידער אויך טויטע ל״ע

נישט פארגעסן , די ניו יורקער אידן האבן געצאלט א טייער פרייז פארן אנגיין אום יו״ט פורים געהעריג
ווען מען וואלט געוויזט דאן וואס מען ווייסט איצט , וואלט מען געבליבן אינדערהיים פארשפארט אין געציטערט פארי לעבן

די טענה איז פארוואס האסטו נישט געמאכט די לאקדאון פאר א חודש צוריק.
נאר דעמאלטס איז געווען וויכטיג פאר זיי נישט צי צעשטערן די וואקאציע, אבער די ימים נוראים איז דיר נישט וויכטיג.מען שמועסט שוין דא אז די עיקר אויפשטייג איז אין די טעסט'ס.

די וואך איז געווען באריכטעט אז די מדינה איז זיייער מחמיר אין די בדיקות, און טעסט'ס וואס אין די וועלט איז עס נעגאטיוו, וועט עס אין די מדינה זיין פאררעכענט פאזעטיוו.

לגבי ציטערען, די פאקטן ווייזען אז מענטשן וואס ציטערען און פאניקען, ווערן שווערער באטראפען ל"ע ווי רואיגערע מענטשן.

אהבת ישראל
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך אהבת ישראל » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 7:48 pm

אין אמעריקע איז דא די רעכטע רויטע רעפאבליקאנע וואס פייטן פאר "אינדעווידזעל פרידאם '', אין א"י איז נאך אביסל קומיניסטיש און ראסיסטיש.
מדארף אריינברעגע די מושג פון "פרייקייט" און פייטן פאר די אייגענע רעכטן אין דארטן...ספעשילי מרעדט פון אזא גרויסע פראצענט פון די מדינה וואס קענען אימפעקטן די פאליטיק, עקאנימי, און וואס נישט...

לשם ייחוד
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 18, 2020 10:49 pm

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך לשם ייחוד » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 8:19 pm

אויב איר געדענקט, איז געווען א סגר מלא ביי יום העצמאות אויכעט, וואס איז די סאמע גרעסטע חאגע פאר די פרייע אין מדינת ישראל.

אוועטאר
אל תדאג
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: בין קודש לחול, ווייל די ביסט דער אדון הכל..

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך אל תדאג » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 8:29 pm

נישט קיין פארגלייך איין טאג צו א גאנצע חודש.
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] ,AhrefsBot ,DotBot ,SemrushBo ,PetalBot

יצחק ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך יצחק ברוך » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 8:32 pm

דעמאלטס איז געווען נאך מער אין ברען פון די זאך משא''כ יעצט

לשם ייחוד
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 18, 2020 10:49 pm

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך לשם ייחוד » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 8:34 pm

יצחק ברוך האט געשריבן:דעמאלטס איז געווען נאך מער אין ברען פון די זאך משא''כ יעצט

יעצט איז ערגער די מצב דארט ווי דעמאלטס

אוועטאר
אל תדאג
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: בין קודש לחול, ווייל די ביסט דער אדון הכל..

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך אל תדאג » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 8:39 pm

וויאזוי זאגט ער נאר: די מדינה איז די איינציגסטע פלאץ וואו מען פארשפארט ביי 300 אנגעשטעקטע, און מען עפענט ביי 2000...
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] ,AhrefsBot ,DotBot ,SemrushBo ,PetalBot

אוועטאר
א צווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך א צווייטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 10:45 pm

על השם ועל משיחו‎
גרויס אויפברויז הערשט נאכדעם וואס פראפעסאר רוני גאמזו - פון די הויעכ-ראנגיגע באאמטע אין מדינת ישראל באאמטע - האט זיך געלאזט הערן מיט פרעכע חוצפה קעגן הגאון האדיר רבי חיים קנייבסקי שליט"א. מיט עטליכע טעג צוריק האט הגאון האדיר רבי חיים קנייבסקי שליט"א ארויסגעגעבן די הוראה, אז טראצדעם וואס די רעגירונג פארלאנגט אז יעדע בירגער דארף אדורכגיין א וויירוס-טעסט, זאלן די בחורים פון ישיבה גדולה בחורים נישט נעמען דעם טעסט, וויבאלד ס'איז גורם צו ביטול תורה אין די צייט וואס זיי זענען סיי ווי פארשפארט אין קפסולות. ווען גאמזו האט זיך דערוואוסט איבער די הוראה פונעם גאון, האט ער זיך אויסגעדרוקט פאר די פרעסע מיט זינדלאזע דברי דופי זאגענדיג: "די מעלדונג פון הרב קנייבסקי איז געזאגט געווארן אן קיין אחריות און טוט אריינלייגן דעם ציבור אין א סכנה פון ווערן אנגעשטעקט מיט די וויירוס". אין די זעלבע צייט האט הגאון ר' בנציון באראן שליט"א מגדולי חכמי הספרדים געזאגט, אז די טעסט ברענגט נישט קיין שום תועלת און עס איז נאר גורם ביטול תורה.
עס איז וויכטיג אנצומערקן אז פראפעסער גאמזו איז דער וואס שטייט אין שפיץ פון די שוועריקייטן וואס זענען געמאכט געווארן קעגן חסידי ברסלב, אריינצוקומען קיין אומאן אויף ראש השנה.

קרעדיט RDN
אז נישט איך, זאל זיין א צווייטער...

אהבת ישראל
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

תגובהדורך אהבת ישראל » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:34 am

;l;p-
לעצט פאראכטן דורך אהבת ישראל אום פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:43 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט