האלט! איידער איר סיינט זיך איין

אויפנאמס צימער

אחראי: אחראי

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

האלט! איידער איר סיינט זיך איין

תגובהדורך איך_הער » זונטאג מארטש 16, 2008 11:50 pm

איך וויל בעטן די מנהלים, זאלן עס דביק'ן, אפשר וועט עס העלפן.

איך בעט דעם עולם זאל זיך דא נישט צו שרייבן, דאס איז א מעלדונג פאר די נייע מעמבער'ס וואס ווילן זיך איינסיינען דא.

אז איינער פון די מנהלים אדער אחראים, שפירט אז ער וויל עפעס צולייגן, זייער גערן.

שלום עליכם אייך טייערער גאסט, מיר האבן הנאה אייך צו טרעפן דא, ווי ס'זעט אויס האט איר דא אריין שפאצירט, געציילטע מינוטן איידערן זיך אריין סיינען, וויל איך אייך בעטן בשם די הנהלה, און בשם די חברים דא, טראכט איין מינוט פאר איר גיט א דרוק דעם לעצטן קנעפל, וואס דערציילט פארן עולם אז איר האט זיך איינגעסיינט, און מאכט זיכער, אז ס'שטימט מיט די כללים.

1) א ניק וואס איז געמישט מיט, פאליטיק, חסידות, ניבול, וועט דא נישט ווערן אקצעפטירט, סאו פארוואס זאלט איר זיך מוטשענען אומזיסט.
2) א ניק וואס פארשעמט אן אנדערן ניק, אדער סיי וואספארא מענטש בפרטיות, וועט נישט ווערן אנגענומען, סאו פארוואס וכו'.
3) א ניק וואס איז ענליך צו אן אנדערן איינגעסיינטע ניק, וועט נישט ווערן אנגענומען, פזמון.
4) א ניק מיט א פרוי'אישע נאמען, וועט נישט ווערן אנגענומען. וכו'.
5) א ניק וואס איר טראכט, אז אויב איינער זאל אייך אזוי אנרופן אין אייער פערזענליך לעבן, וועט אייך באדערן, פארוואס זאלט איר דאס ניצן דא?
6) ביטע נישט טראכטן, אז קודם וועט איר זיך איינסיינען, און אז ס'וועט נישט שמעקן, וועט מען שוין בעטן ביי די הנהלה, זיי זאלן עס טוישן, פארוואס זאלט איר נישט טראכטן איין מינוט פריער, און נישט נאכדעם דארפן באדערן די הנהלה, וואס ארבעטן דא לשם מצוה?


און אויב נאכן דורך ליינען, האט איר נאך אלס דיסיידעט זיך איינצושרייבן, זאלעס זיין מיט ביידע הענט, און מיט די רעכטע פיס, להנאתכם ולהנאת הקרעטשמע.

מיט דאנק פון פאראויס.

ההנהלה.

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דינסטאג יולי 01, 2008 1:41 pm

לחיים לחיים !!!

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2548
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג יולי 21, 2008 7:49 pm

אויפ'ן פארלאנג פון די וואס ווילן זעהן די תקנות הפורום, האט איר דא דער לינק דערצו:
http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=1199

אליהו
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

תגובהדורך אליהו » מיטוואך מארטש 11, 2009 5:24 am

איך_הער האט געשריבן:1) א ניק וואס איז געמישט מיט, פאליטיק, חסידות,
און אויב נאכן דורך ליינען, האט איר נאך אלס דיסיידעט זיך איינצושרייבן,
ההנהלה.


וואס מיינט איהר "חסידות" דער עולם דא איז כמעט אינגאנצען "חסידים".
"דיסיידעט" DECIDED
איהר קענט נישט קיין אידיש ווארט פאר דעם?
אפשר באשלאסען?
אפשר באשטעטיגט?
מסתמא איז דא א פאסגער ווארט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מארטש 11, 2009 3:43 pm

א ניק וואס איז געמישט מיט 'חסידות' מיינט אז מען האט אויסגעקליבן א ניק פון א ווארט וואס דייט אן אויף א געוויסע קאנטראווערסיע אינערהאלב איינע פון די חסידות'ן.

דיסיידעט איז טאקע ענגליש, אידיש איז 'באשלאסן'.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 4:31 pm

דאס דארף לכאורה שטיין אויפן בלעטל ווען מען דריקט "איינשרייבן". איך קלער אז עס וואלט פארמיטן מיספארשטענדענישן.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 5:08 pm

ג״א מצטרף לווינקל
+1

ShimyPollak
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 18, 2010 6:02 am
לאקאציע: brooklyn north, Williamsburg

תגובהדורך ShimyPollak » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 7:56 pm

ווינקל האט געשריבן:דאס דארף לכאורה שטיין אויפן בלעטל ווען מען דריקט "איינשרייבן". איך קלער אז עס וואלט פארמיטן מיספארשטענדענישן.

i think so too

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2014 11:29 am

איך_הער האט געשריבן:איך וויל בעטן די מנהלים, זאלן עס דביק'ן, אפשר וועט עס העלפן.

איך בעט דעם עולם זאל זיך דא נישט צו שרייבן, דאס איז א מעלדונג פאר די נייע מעמבער'ס וואס ווילן זיך איינסיינען דא.

3) א ניק וואס איז ענליך צו אן אנדערן איינגעסיינטע ניק, וועט נישט ווערן אנגענומען, פזמון.


מיט דאנק פון פאראויס.

ההנהלה.


איינער וואס האט נישט דא קיין ניק האט נישט קיין מעגליכקייט צו זען א ליסטע פון אלע ניקים, טא וואס זאל ער טון? ער טראכט פון א ניק און ער סיינט זיך אריין, ס'גייט אדורך א וואך צייט און מ'לאזט אים וויסען "סארי ס'איז ענליך צו א צווייטע ניק" און ער טרייט א צווייט'ס אזוי קען עס גיין חוזר חלילה פאר ווער ווייסט ווי לאנג.

איך האלט אז ס'וואלט געווען א געדאנק צו לאזן יעדעם זען די ליסטע פון אלע ניקים.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 11:02 am

מיטן זעהן די ליסטע איז מען נאך נישט קיין געהאלפענער, ס'איז עטליכע טויזענט ניקס גיי קוק אלעס דורך פארן אויפסיינען, ס'איז שוין פארגעשלאגן געווארן עטליכע עצות פאר דעם פראבלעם איינס דערפון אז מען זאל באקומען אן אימעיל אבער ביזדערווייל איז נאכנישט אריין אין קראפט קיין אלטערנאטיוו.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 11:39 am

אי"ה אין די נייע קרעטשמע...
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...


צוריק צו “ברוכים הבאים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט