תקנות גדולות/קבועות שנו כאן

אויפנאמס צימער

אחראי: אחראי

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 299
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

תקנות גדולות/קבועות שנו כאן

תגובהדורך קרעטשמער » מיטוואך אפריל 18, 2018 7:56 pm

אכטונג און אויפמערקזאמקייט‎

היימישע קרעטשמע איז געגרינדעט און געבויעט געווארן שוין מער ווי א דעקעט, און די הויפט פרינציפ איז געווען און איז נאך היינט איינער דעם אנדערן זאגן א גוט ווארט, און ארויפברענגן א שמייכל אויף די לעפצן פון א איד.
מיט דעם באשעפער'ס הילף האבן מיר זיך צוברייטערט ימה וקדמה צפונה ונגבה, פון גוטע ווערטליך האט זיך אנגעהויבן געשמאקע ארטיקלעך, פון געשמאקע ארטיקלעך צו איש את רעהו יעזורו, פון איש את רעהו יעזורו צו נייעס, פון נייעס צו בית המדרש דקהלתינו, פון בית המדרש צו זכור ימות עולם, ועוד ועוד, אלע אפטיילונגען האבן זיך פארמערט און צושפרייט אויף כל מיני אופנים לטובה ולברכה.‎

מיר די הנהלה און אחראים זענען דא גרייט געווען, און נאך אלץ גרייט צו העלפן אז די זאך זאל ווייטער בליען אויף דעם זעלבן אופן, און זאל זיך אויסשפרייטן אויף נאך זאכן און איידיעס וואס איז אלץ מעגליך.‎

אבל דא עקא, מיר זענען לעצטענס באוואוסטזיניג אז תקנה נומער צוויי וואס לייענט זיך ווי פאלגענד: "סיי וואספארא זאך וואס גרעניצט זיך אפילו ברמז רמיזה מיט לשון הרע ומחלוקת וועט נישט טאלערירט ווערן." איז לעצטענס פארלעצט געווארן אויף א שווערע אופן.‎ און לאמיר זיך אויסשמועסן און מסביר'ן...

מתחילה... דעבאטעס איז פון אייביג אן געווען א שטארקע מאטיוו אין היימישע קרעטשמע און אין די אנדערע אייוועלט פארומס. מיר זענען געוואוינט געווען צו ליינען און הנאה האבן וויאזוי צוויי צדדים - צי זאל עס זיין גוי'אישע פאליטיק, צי סתם נייעס, און צומאל אפילו א אידישע שערורי' - ברענגט יעדער ארויס זיין צד אויפן שטארקסטן אופן מעגליך, און דער צווייטער פרעגט דאס אפ דורכאויס, און שטעלט אהער זיין צד מיט געשמאק. עס פלעגט זיין פיל מיט הומאר, און געשמאקע ווערטליך אינדערמיט. עס האט זיך כמעט נישט געמאכט אז מ'זאל דארפן מעקן א תגובה צוליב וואס איינער זאל האבן געפליקט דעם צווייטן. און אפילו ווען יא, איז עס געווען כשגגה היוצא, און נאר כדי זיך צו האלטן צו די תקנות האט מען דאס עורך געווען אדער פארמעקט. דאס איז אמאל זיכער געווען, אז דעם וואס מ'האט זיין תגובה עורך געווען אדער פארמעקט, האט דאס פארשטאנען ביים שרייבן אז עס איז מעגליך אז עס וועט פאסירן. און איז נישט געקומען מיט א פני תם מיט טענות צו די הנהלה אדער אחראים, נאר זיך אפגעווישט ס'נאניע, און געגאנען ווייטער.‎

ועכשיו... זינט דער טראמפ יר"ה, איז ארויף אויפן טראן, און נאך אביסל פארדעם ווען דער מלך הראשון אובאמא איז געזעסן על כסא ממלכתו אין ווייסן הויז, האט זיך אנגעהויבן א טויש אין די אופן וויאזוי די דעבאטעס ווערן געפירט. ס'האט זיך אויפגעהערט די מי מנוחות ינהלנו תגובות. באניצערס האבן אנגעהויבן צו נעמען די טענות מורא'דיגע פערזענליך. אויב האט מען געשריבן א תגובה, און דער צווייטער צד האט געזאגט עפעס אנדערש, איז מען געווארן הערצליך געטשעפעט. און פארשטייצעך, מה יעשה הבן החכם? מדווח זיין?! נע, זאל יעדער זען וואס כ'קען, און ער האט גענומען זיינע צען פינגערס, און אן טראכטן צוויי, צוריקגעפליקט אחת דתו אין זיבעטן ריפ אריין, און דער צד שכנגד האט תיכף ומיד ביים זען דעם פליק, געגעבן א מכה כדי להמית אויף צוריק, און דאן א פליק און טשעפע פון די אנדערע זייט. און אזוי פאלג מיר א גאנג פארשמירט און פאר'חזר'ט דעם אשכול פון אינדערמיט ביז אינדערמיט, ביז איינער האט זיך מרחם געווען און גע'אישית'ט אדער געטעקסט אן הנהלה/אחראי מיטגליד, און מאיז געקומען מעקן מיט גרויסן מעקער על ראשון וראשון ועל אחרון שנית. פארשטייט זיך כיון שניתן רשות, אינו מבחין, און עס האט זיכער מיטגעשלעפט אינטערסאנטע נייעס אדער וויכטיגע תגובות וואס באלאנגן אויך אינעם שמועס אז מ'זאל קענען פארשטיין דעם המשך הדברים. אבער וואס גייט דאס דען אן פאר איינעם פון די צדדים? דער עיקר איז, אז יענער צד האט געכאפט דעם פליק אין די ציינער אריין.

קען זיין אז די הנהגה האט צוטון מיט'ן טשענדזש וואס אובאמא האט אזוי געגארט און פרובירט ארייצוברענגן צום ציבור, אבער מיר דא אין די הנהלה האבן באקומען א נייעם דזשאב. (שוין, דזשאב'ס האט זיך יא געהעכערט) קודם כל, מעקן די אלע געפליקעכטס. יעדער וויל אז די איי-וועלט זאל זיין א געשמאק פלאץ, איי ווענד זיך צו איינער פון די מנהלים אדער אחראים?! ניין!!! רבי, ער האט מיך געטשעפעט, האב איך געדארפט ענפערן. אחראים און מנהלים זענען נאר גוט צו קענען זיך אפרעדן און זיי באשמוצן. דערויף איז אונזער ארבעט, זיך פארענפערן פאר יעדן פון די אנדערע צד פארוואס מ'האט נאר געמעקט זיין צד, און נישט די אנדערע. איי מ'האט נאר געמעקט אפענע טשעפערייען, ווי נישט ווי זעמיר נישט געבענטשט מיט רוח הקודש ממש, קען מען דאך נישט אויפכאפן יעדעס ווארט וואס יענער האט געוואלט און געמיינט, איי וואס פונקטליך ווילסטו זאל ער טון ווערן ער זעט א כאאטישער אשכול פאר זיינע אויגן, איי פארוואס קענסטו נישט מדוח זיין? אבער דאס איז דאך שוין אונזער פראבלעם. אונז דארפן זיך פארענפערן, און בתקוה להבנה אז יענער וועט מיט זיין פארשטענדעניש כאפן אז מ'האט אים גארנישט געמיינט פערזענליך.‎ און אויב פארשטייט ער נישט, בלאזט ער בשופר גדול, און עפענט אן אשכול, הא, די הנהלה האט שוין ווידער ארויפגעלייגט די לאפעס אויפ'ן ציבור...

איז אזוי, דאס גאנצע סומאטוכע, איז קינדיש, און פאסט אפילו נישט ארויפצוברענגן עלי דף וכתב. עס איז א בושה וחרפה אז בעלי בתים חשובים, וואס מוטשען זיך על המחי' ועל הכלכלה, און קומען כאפן א גלעזל שנאפס, זאלן זיך ארומרייסן וועגן די אדער די אנדערע פארטיי כאילו מ'רעדט פון זיין משפחה אדער חסידות (וואס דאס דארף אויך אריינגיין אין א פראפארץ ביי יעדן רעכטדענקענדיגער פערזאן). און דערנאך, ווען מ'מעקט שוין יא, דארף מען זיך פארענפערן און אויפהאלטן דעם מנהל'ס אדער אחראי'ס צייט פאר נאך אן האלבע שעה מיט איבער שמועסן, און איבער פרעגן, און זיך פארענפערן וכו' וכו'.... פיל אין די בלענקס.‎

נאר צוליב די ערשטע סיבה, וואלטן מיר זיך נישט געקימערט אזוי שטארק, זאל זיך יעדער אנכאפן אין זיין פארטיי, און נישט אויפגעבן כל עוד נשמתו בו, ביז ער באשליסט צו טוישן פארטיי... אבער די ארבעט דא אין אפיס, איז ארויפגעגאנען אויף אן אומדערטרעגליכע פארנעם, סיי צוליב דאס מעקן, און סיי דאס וואס מיר דארפן זיך ספראווענען דערנאך מיט יעדן ניק באזונדער. בנוסף לזה איז צוגעקומען נאך א פראבלעם וואס מ'רופט אויף די געוועב, טראלן. מ'זעצט זיך אריין אין א נייעס אשכול פון א צווייטן צד, און מ'הויבט אן טרייבן ליצנות און פארדרייען דעם אשכול מיט נארישקייטן און דעמאגאגיע, אזש ס'זאל זיך דעם צווייטן צד נישט באקומען דער טאג וואס מ'איז אויפגעשטאנען. און דער אנדערער צד בלייבט טאקען נישט שולדיג, און צאלט צוריק מיט ריבית, און כנ"ל, מ'פאר'חזר'ט אשכולות, אז די אפעטיט צו ליינען און שרייבן פארגייט. און כנ"ל זענען די מנהלים און אחראים פארנומען צו מעקן זיך פארענפערן וכו' וכו'

אז מ'רעדט שוין, שפירן מיר א חוב און מיר ווילן זיך באדאנקן פאר די פארשטענדליכע ניקס וואס האבן יא מיטגעארבייט, און זענען יא מדווח, און פארשטייען אז ווען זיי האבן זיך צעלאזט האט מען זיי געמעקט, אפילו אויב יענער האט אנגעהויבן. תבוא עליהם שכרם. אבער רבותי ס'איז זייער א קליינע פראצענט, און מיר קענען נישט ווייטער אזוי!!!

אלזא נאך לענגערע באראטונגען אין אפיס, זענען מיר געקומען צו אט די החלטה:
ביי סיי וועלכע דעבאטע, פון סיי וועלכע פארטיי, אויב וועט ווערן געשריבן סיי וואס פאר א פערזענליכע פליק פון איין ניק צו די אנדערע, אדער אויב זעען מיר איין אז עמיציר פרובירט צו טראלן אין אן אשכול.

1) וועט מען מעקן און שיקן אן אפיציעלע ווארענונג נישט אין אישי.

2) קיין שום טענה'רייען וועלן נישט גענפערט ווערן, חוץ אויב מיר וועלן איינזען אז עס איז געווען א טעות מצדינו.

3) נאך דריי ווארענונגען ווערט מען נחסם אויף צוויי וואכן.

4) נאכ'ן צוריקומען אויב טוט מען דאס נאך איין מאל, קריגט מען א פרייע חסימה אויף א יאר. נאך א יאר קען מען בעטן אויף צוריק עפענען.


ווי אויבנדערמאנט, איז א בושה ארויסצושטעלן אזעלכע תקנות, מיר זענען נישט קיין חדר רביס, און אויך נישט קיין חדר מנהלים, נישטאמאל אין ישיבה. אבער ההכרח לא יגונה, מיר האבן נישט קיין ברירה, מיר קענען זיך נישט אפגעבן מיט אזויפיל תגובות אין איין טאג, די זאך איז ליידער ארויס פון יעדן פראפארץ.‎

און צו די טייערע באניצערס, ביטע אונז מוחל זיין אויב שפירט איר זיך געטשעפעט, און אויב נישט ה' הטוב יכפר, דער באשעפער ווייסט אונזער מאטיוו, און ווייסט אונזער הארץ. ‎

מהודענא להשקיט ריבי ומשטיני, אין די הנהלה איז דא סיי אזעלכע וואס ווילן אז טראמפ זאל זיין פרעזידענט, און סיי וואס ווילן אז ער זאל נישט זיין פרעזידענט. אויך האבן מיר אזעלכע וואס עס אינטערסירט זיי נישט קיין איין צד.‎

הק' אלי' מקוה יוד
הק' גבאי שני.
הק׳ געלעגער
הק' למעלה משבעים
הק' מאניש
הק' נייגעריג
הק' סאכדעס
הק' קרעטשמער

אחראי
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2011 2:51 pm

תגובהדורך אחראי » פרייטאג אפריל 20, 2018 10:46 am

שא! שא! סברי מרנן ורבנן
ביטע לעזן וואס די הנהלה טוט מאנען
זיך צו דעם האלטן און עגריען
נישט אז תגובות זאלן מוזן פליען.

בכבוד והוקרה
דער אונטער שמש.


צוריק צו “ברוכים הבאים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נודה לך און 2 געסט