די זוך האט געפונען 138 רעזולטאטן

דורך ODOM
מאנטאג נובעמבער 20, 2017 2:00 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק
תגובות: 725
געזעהן: 76809

אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

קוראים אל ה', דער רי"ש איז מיט א חירי"ק, און דער אל"ף איז באהאלטן, ס'הערט זיך אזוי ווי "קורים".
יראו את ה' קדושיו, דער יו"ד איז מיט א שו"א-נע, און דער מלאפו"ם איז אויף דעם ר', ווי ס'וואלט געשטאנען "ירו".
דורך ODOM
מאנטאג נובעמבער 20, 2017 1:51 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק
תגובות: 725
געזעהן: 76809

אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

ס'איז דאס סידורים ווי ס'שטייט די ה"א מיט א חט"ף סגו"ל,דער שו"א איז א נח , די חילוק למעשה אין הברה איז גאר גאר א קליינער. מיינסט צו זאגן נע ? טאמער איז עס א נח זאגט מען דאך עס נישט ארויס די אותיות א'ה'ח'ע' קומען קיינמאל נישט מיט א שו"א נע, דאס ווערט א חט"ף, אויב מען זאג...
דורך ODOM
מאנטאג נובעמבער 20, 2017 8:43 am
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק
תגובות: 725
געזעהן: 76809

אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:איר קענט דעם ניגון?
וביום השבת - שבת קודש - שישו ושמחו...
שטייט ״ביום״ נישט ״וביום״.

צו באמערקן: דער זמר "כל מקדש" איז אויסגעשטעלט ע"פ סדר הא"ב, ביום השבת איז אות ב'.


כ'מיין דער גרייז נעמט זיך פון דעם פסוק"וביום השבת שני כבשים וגו'"
דורך ODOM
זונטאג נובעמבער 19, 2017 4:00 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: ילקוט מליצות לכתיבה
תגובות: 279
געזעהן: 51773

ילקוט מליצות לכתיבה

איך האב א מאל געזען א קליין ביכעל מיט דעם נאמען "אוסם בושם", מיט פיעל מליצות, איך גדיינק איינציגע: א גאסט אין האטעל איז געביסען געווארין, זאגט ער: לנכרי תשיך. דער מגיד זאגט א דרשה און מיינט געלט: דורש דמים. דער ראביי וואס מיינט געלט: עבודת הקודש עליהם בכס"ף ישאו. שוין לאנג נישט געזען ...
דורך ODOM
פרייטאג נובעמבער 10, 2017 4:42 am
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: ברוך דיין האמת
תגובות: 23454
געזעהן: 3518383

ברוך דיין האמת

אין ארץ ישראל איז בעווה"ר נפטר געווארן הגה"צ זקן המשגיחים ומגדולי בעלי המוסר ר' דוב יפה זצוק"ל, משגיח ישיבת כנסת חזקיהו ברכסים, חבר מועצגה"ת. דער משגיח איז געבוירען געווארן בשנת תרפ"ט אין ווילנא לאביו מגזע בעלי הלבושים זי"ע, און אין יאר תרצ"ה איז ער מיט זיין משפחה...
דורך ODOM
דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 12:26 am
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: האריקעין הארווי פארפלייצט היוסטאן און מזרח טעקסאס
תגובות: 470
געזעהן: 56734

האריקעין הארווי פארפלייצט היוסטאן און מזרח טעקסאס

חז"ל לערנען אונז: חמה לוקה סימן רע לאומות העולם, שהם מונין לחמה.
אט זעהן מיר, גלייך נאך דעם ליקוי חמה, איז געקומען דער האריקעין.
דורך ODOM
דינסטאג אוגוסט 22, 2017 11:20 am
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: ארימאן אדער ארעמאן
תגובות: 25
געזעהן: 5829

ארימאן אדער ארעמאן

איך האב א מאהל גיזוכט אין 'צאנה ראנה' פון עטליכע דרוקן, און איינער איז גיווען אנדערש ווי דער אנדערער אין אסאך זאכין.
דורך ODOM
מאנטאג אוגוסט 21, 2017 8:17 am
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: ליקוי החמה מאנטאג שופטים כ"ט אב תשע"ז
תגובות: 609
געזעהן: 77105

ליקוי החמה מאנטאג שופטים כ"ט אב תשע"ז

ווער ס'וויל זעהן די רעזולטאטין פון ליקוי אהן קוקן אויף די זוהן אליין. מען נעמט א פאפיר און מען מאכט אין עם א קליין לאך א רונדיכיגע - אין גאנצין קיילכדיק, און מען שטעלט דאס ביי די זון, ס'זאל מאכין א שאטין או דין זוהן זאל דורכגיין דעם לאך. ווען ס'איז דער ליקוי וועט די זוהן אין מיטן דעם שאטין נישט זיין...
דורך ODOM
מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:16 am
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: ברוך דיין האמת
תגובות: 23454
געזעהן: 3518383

ברוך דיין האמת

אבן יקרה האט געשריבן:שוועסטער פון הגאון הגדול ר"ח גריינמאן זצ"ל

וואס דארט איז אויך דא היינט נאכט א חתונה פון א אייניקל, א זוהן פון בנו ממלא מקומו הרב אי"ש שליט"א.

פון ביידע חתונות פארט מען ארויס גלייך צום לויה...


דוכט זיך מיך אז ס'איז א טאכטער!
דורך ODOM
מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:12 am
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: ליקוי החמה מאנטאג שופטים כ"ט אב תשע"ז
תגובות: 609
געזעהן: 77105

ליקוי החמה מאנטאג שופטים כ"ט אב תשע"ז

וויאזוי מ'קען מאכן דאס גענאר פון א וועלט מיט מענטשן... די גאנצע ליקוי חמה איז סתם א האוקס... ס'איז סוף חודש עס איז דאך נישטא קיין לבנה. עס קען נאר פארקומען אין א ערב ראש חודש. ליקוי חמה קומט פאר ביי דעם מולד הלבנה. און דער פונקטליכער מולד ("מולד האמיתי") איז ביי דעם ליקוי. ליקוי לבנה קומט...
דורך ODOM
מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:09 am
פארום: אקטועלע נייעס
אשכול: חתימת הרי"צ דושינסקי - תש"ח
תגובות: 30
געזעהן: 8559

חתימת הרי"צ דושינסקי - תש"ח

גערעכט!
איך האב נישט גוט גלייענט דעם גיטייפטין דעקאמענט...
אבער, נאך אלעס, די וואס זענען נישט קיין בני ישיבות, האט מען נישט ג'אסר'ט גיין אין מיליטער.
היינט בעשרייבטמען אז ס'איז "יהרג ולא יעבור".
דורך ODOM
זונטאג אוגוסט 20, 2017 8:55 am
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: גרויסע לאטעריס אין די היסטאריע
תגובות: 689
געזעהן: 83083

גרויסע לאטעריס אין די היסטאריע

האט דען עמיצער גיפארשט וואס בלייבט 10 יאהר נאך דעם געווינס פון דעם געווינער?
איז דאס נישט קיין "עושר שמור לבעליו לרעתו"?
דורך ODOM
דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 5:09 am
פארום: אקטועלע נייעס
אשכול: חתימת הרי"צ דושינסקי - תש"ח
תגובות: 30
געזעהן: 8559

חתימת הרי"צ דושינסקי - תש"ח

אנטשולדיקט מיר. איך בין דא א גרינער, א נייער, און איך ערלויב זיך זאגין א פאהר ווערטער. באלד זיבעציג יאהר וואס די טמא'נע מיליטער דינט און שלעפט נשמות צום אפגרונד. א ודאי איז א חיוב אויף יעדער איד נישט אריין טרעטין צווישן זיי. און איך מיין נישט קאלט מאכן גאר נישט אין דעם ענין. אבער דיא געשראיי אז דער ...

גיי צו פארגעשריטענע זוכעניש