די זוך האט געפונען 139 רעזולטאטן

דורך טוב ה' לכל
דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 5:41 pm
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל
תגובות: 221
געזעהן: 19008

יהושע ג'

שטארקע שטאט יריחו און מיט עי, און א פחד און שרעק איז זיי באפאלן, און זיי האבן אלע אינאיינעם באשלאסן זיך נישט צו לאזן פון דעם פיינט און פרעמדע אינוואדירער, נאר אינאיינעם וועלן זיי מלחמה האלטן קעגן כלל ישראל. חוץ איין פאלק וואס האט באשלאסן זיך צו מכניע זיין צו יהושע דורך א שפיצל, דאס זענען די גבעונים....
דורך טוב ה' לכל
דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 5:40 pm
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל
תגובות: 221
געזעהן: 19008

יישר כח

יישר כח נו גוט נו שוין, געוואלדיג, הר גריזים, פארן מיר באדאנקען!! עמער טאקע ווייטער ממשיך זיין אי''ה.
דורך טוב ה' לכל
דינסטאג דעצמבער 03, 2019 5:34 pm
פארום: היימישע קרעטשמע
אשכול: אשרי מי שחלם שראה פניו
תגובות: 218
געזעהן: 32708

אשרי מי שחלם שראה פניו

לגבי דער בעל החלומות, וועל איך שרייבן בערך זיין היסטאריע, לויט זיינע ספרים. ער איז געבוירן אין רוסלאנד תר''ל, שוין פון די דרייצן געווען א שניידער. א שרעקליכע בעל יסורים אלע זיינע יארן אויף אלע איברים ממש. לכאורה האט ער געהאט א שייכות מיט די קוידינובער גזע אין רוסלאנד. ביי די 36, אין יאר תרס'ו, האט ע...
דורך טוב ה' לכל
דינסטאג דעצמבער 03, 2019 5:33 pm
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל
תגובות: 221
געזעהן: 19008

והושע ב'

בעפאר איינעמען יריחו איז מען געווען אין גלגל, ווי מען האט געריט, און דארט האט מען געמאכט דעם פסח, און דארט האט מען די ערשטע מאל געגעסן פון תבואות הארץ נאך וואס די מן האט זיך גענדיגט. גלגל, שטייט אין פסוק, איז ערגעץ נאנט צו יריחו. די חוקרים ווייסן נישט היינט ווי דאס געפינט זיך. איין חוקר האט עפעס יא ...
דורך טוב ה' לכל
זונטאג דעצמבער 01, 2019 6:54 pm
פארום: היימישע קרעטשמע
אשכול: מילתא דבדיחותא
תגובות: 10243
געזעהן: 1195947

מילתא דבדיחותא

וואס איז די חילוק פון סאטמאר אין ליבאוויטש ? ביי חב"ד איז יעדע שייגץ א צדיק. ביי סאטמאר איז יעדע צדיק א שייגעץ וואס איז דע חילוק פון ברסלב און ליובאוויטש? ביי ברסלב: אין ייעדע ייוד איז דא א פינטל. ביי ליובאוויטש: אין ייעדע פינקטל איז דא א ייוד לובאוויטש איז א קאמפליצירטע דרך פאר פשוטע מענטשן א...
דורך טוב ה' לכל
זונטאג דעצמבער 01, 2019 6:30 pm
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל
תגובות: 221
געזעהן: 19008

יישר כח

יישר כח פאר הרב קרייסלער און מצב כללי פארן באדאנקען!! און צו הרב אור אייניקל, די נושא פון בית קל איז גאר פארפלאנטערט און די האסט גוט מעיר געווען. יעדעס מאל דארף מען וויסן צו עס מיינט בית קל אין בנימין, צו אין אפרים, צו די בית קל פון לוז, צו ירושלים, צו שילה, וויבאלד עס קען באדייטן 'דעם אייבערשטנס הו...
דורך טוב ה' לכל
זונטאג דעצמבער 01, 2019 6:28 pm
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל
תגובות: 221
געזעהן: 19008

יהושע א'

מיר וועלן אנהייבן בעזהשי''ת אויך צו רעדן איבער נ''ך, מיהושע ואילך. פארשטייט זיך אז עס איז כדאי צו לערנען די פסוקים, און דערנאך ליינען די געשריבענע, און בכלל איז עס כדאי וויבאלד עס איז די באשעפער'ס תורה!! נמוגו כל יושבי כנען די פסוק אין יהושע הייבט אן אונז צו דערציילן איבער דעם אז אין כנען האט געהערש...
דורך טוב ה' לכל
פרייטאג נובעמבער 29, 2019 3:20 pm
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל
תגובות: 221
געזעהן: 19008

געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל

יישר כח פאר הרבנים: איינס, נו גוט נו שוין און אור אייניקל פארן מיר באדאנקען און מודיע זיין אז מען האלט מיט און מען האט הנאה.

צו הרב גיב א שמייכל: עס איז שוין גארנישט קיין שמייכל, עיין בההודעה החדשה.
דורך טוב ה' לכל
פרייטאג נובעמבער 29, 2019 3:18 pm
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל
תגובות: 221
געזעהן: 19008

ויצא א'

יעקב אבינו גייט ארויס פון באר שבע, ויצא יעקב מבאר שבע, אויפן וועג קיין חרן. שטייט אין די תורה קדושה אז ער האט דערגרייכט א 'מקום' און זיך געלייגט דארט שלאפן, און דארט זעט ער א חלום, און ווען ער וועקט זיך פון שלאף בויט ער דארט א מזבח און רופט דעם מקום 'בית קל', וואס דארט איז בעפאר דעם געווען לוז. ווי ...
דורך טוב ה' לכל
מיטוואך נובעמבער 27, 2019 5:23 pm
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל
תגובות: 221
געזעהן: 19008

תולדות א'

האלטן מיר ביי פרשת תולדות. די תורה הקדושה דערציילט אונז אז יצחק אבינו איז געגאנגען קיין גרר נאך וואס עס איז געווען א הונגער אין לאנד. די חוקרים זענען אין א גרויסע צומישעניש איבער דאס ריכטיגע ארט פון די אלטע גרר. לויט ווי עס קוקט אויס פון די פסוקים דארף דאס אוודאי זיין גאר א גרויסע שטאט, די הויפט שטא...
דורך טוב ה' לכל
דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 7:35 pm
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל
תגובות: 221
געזעהן: 19008

חיי שרה ב'

עטליכע הוספות בענין מערת המכפלה: מע דארף אוודאי דערמאנען אז כלב בן יפונה האט באזוכט אויף קברי אבות, בשעת די מעשה מיט די מרגלים. אויך איז כדי צו דערמאנען דאס וואס די גמרא דערציילט אונז אז ר' בנאה די אמורא האט געמאכט סימנים צו וויסן ווי די אבות ליגן, לגבי די כהנים בעניני טומאה. בבא בתרא דף נח. דאס מאכ...
דורך טוב ה' לכל
דינסטאג נובעמבער 19, 2019 6:53 pm
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל
תגובות: 221
געזעהן: 19008

חיי שרה א'

האלטן מיר ביי פרשת חיי שרה. אברהם אבינו איז אין באר שבע, און יעצט קומט ער קיין חברון, קרית ארבע, ווי שרה איז אוועק, איר צו מספיד זיין. למעשה דארף ער האבן פאר איר א מקום קבורה, און ער דארף דוקא דעם טייל פון עפרון בן צוחר, וואס דארט געפינט זיך דאס קבר פון די ערשטע מענטש אין די וועלט, אדם הראשון אין א ...
דורך טוב ה' לכל
דינסטאג נובעמבער 19, 2019 6:26 pm
פארום: היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער
אשכול: א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער
תגובות: 93
געזעהן: 6139

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער

די היינטיגע שמועס פון פנחס איז ספעציעל פאר אים, אין מיטל מזרח נייעס איז ער ממש אן עקספערט און גאר קלאר. איך האלט אז עס דארף זיין אדער ער אדער ער, אדער יעדער א באזונדערע שמועס און יעדער וועט קענען הערן וואס ער וויל, רעכט אדער לינק. צאמשטעלן די ביידע האט נישט קיין פשט. נאכדערצו ווען דער רעדט און דער ה...
דורך טוב ה' לכל
דינסטאג נובעמבער 19, 2019 6:19 pm
פארום: היימישע קרעטשמע
אשכול: UFO'ס
תגובות: 390
געזעהן: 45226

UFO'ס

לעצטנס האט קול מבשר געמאלדן איבער דעם אז די פענטאגאן האט באשטעטיגט די אמת'דיגקייט פון די קליפס וואס די סאלדאטן האבן געכאפט פון יו. עף. אוס. אין די נעוואדא מדבר.
דורך טוב ה' לכל
דינסטאג נובעמבער 19, 2019 6:11 pm
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל
תגובות: 221
געזעהן: 19008

יישר כח

יישר כח מים חיים, אור אייניקל, חלהדעקל, אברהם בן ארי', געוואלדיג, איינס, אביונה, פארן מיר מחזק זיין צו גיין ווייטער. ע''פ רוב אלטע ידידים...

בקרוב וועט אי''ה נאכפאלגן.
דורך טוב ה' לכל
דינסטאג נובעמבער 12, 2019 7:16 pm
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל
תגובות: 221
געזעהן: 19008

געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל

עס איז איינעם אינטערעסאנט אזא זאך, זאל איך ממשיך זיין?
דריי תשובות אויף יא איז מיר גענוג.
דורך טוב ה' לכל
מאנטאג נובעמבער 11, 2019 9:23 pm
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל
תגובות: 221
געזעהן: 19008

המשך

בעפאר מיר גייען אוועק פון עי און בית קל, עמער מוסיף זיין בדרך אפשר: די אייבערשטער זאגט דארט פאר אברהם 'תראה מן המקום אשר אתה שם' די גאנצע לאנד פון אלע פיר זייטן. פון צווישן בית קל און עי קען מען דאס נישט זען, אבער ממש דארט איז דא א בארג, גערופן היינט 'בעל חצור', וואס דאס איז די העכסטע בארג אין די גא...
דורך טוב ה' לכל
מאנטאג נובעמבער 11, 2019 8:17 pm
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל
תגובות: 221
געזעהן: 19008

געאגראפיע און ארכיאלאגיע פון די פרשה

איך וועל בקיצור רעדן איבער די ערטער וואס ווערן דערמאנט אין די תורה אין די יעצטיגע סדרות. ממש בקיצור. אברהם אבינו איז געקומען פון אויבן, חרן, וואס איז ביים גרעניץ פון סיריע און טערקיי, דא איז קלאר. און אדורך רוב לאנד ביז נעבן שכם אין אלון מורה. היינט האבן די מתנחלים דארט א געגענט מיטן נאמען אלון מורה...
דורך טוב ה' לכל
מאנטאג נובעמבער 04, 2019 6:21 pm
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: געשיכטע פון ר' יוסף זוהר
תגובות: 77
געזעהן: 6615

התחזקות בעבודת ה'

איך האב יעצט געליינט די גאנצע נושא דא, איך וויל צולייגן מיינע דיבורים. מיר זענען געוואוינט צו לעבן מיט א סארט לעבן פון אדער אלעס אדער גארנישט! אדער זענען מיר צדיק הדור און ר''ר זושא אליינס, אדער זענען מיר גארנישט, און די עיקר איז אז דאס לעבן פארט על מי מנוחות און שוין. שטענדיג ווען מיר ווילן אנהייבן...
דורך טוב ה' לכל
דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 6:25 pm
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל
תגובות: 221
געזעהן: 19008

געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל

א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס האבן מיר באדאנקט. איך האב יעצט געליינט אלע יישר כח'ס און עס האט מיר ממש מחיה געווען! יישר כח איינס פארן צוברענגן. למעשה בין איך לעצטנס גאר ענג אין צייט, און פינף און ניינציג פראצענט האב איך שוין גענדיגט דעם גאנצן צפון, פון נהריה ביז מעלות, צפת, קרית שמונה, מטולה, חצור, ...
דורך טוב ה' לכל
דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 7:25 pm
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל
תגובות: 221
געזעהן: 19008

גולן

פארן מיר אויפן 767. צום ערשט האבן מיר א אידישע ישוב 'שדמות דבורה'. דערנאך די טשערקאסישע ישוב 'כפר כמא', מיט וועמען מיר האבן זיך שוין באקאנט אפאר וואכן צוריק אין 'ריחאניה' דארט הויעך אויבן ארויף. דערנאך פארן מיר אריבער דעם אידישן ישוב 'שרונה'. יעצט פארן מיר דא אריין אין א שיינעם טאל, 'בקעת יבנאל', וו...
דורך טוב ה' לכל
דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 6:44 pm
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל
תגובות: 221
געזעהן: 19008

הגולן

פארן מיר אויפן 767. צום ערשט האבן מיר א אידישע ישוב 'שדמות דבורה'. דערנאך די טשערקאסישע ישוב 'כפר כמא', מיט וועמען מיר האבן זיך שוין באקאנט אפאר וואכן צוריק אין 'ריחאניה' דארט הויעך אויבן ארויף. דערנאך פארן מיר אריבער דעם אידישן ישוב 'שרונה'. יעצט פארן מיר דא אריין אין א שיינעם טאל, 'בקעת יבנאל', וו...
דורך טוב ה' לכל
מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 2:23 pm
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל
תגובות: 221
געזעהן: 19008

עעמק יזרעאל

פארן מיר אראפ דעם 722, מיר גרייכן דעם 66 און מאכן א לינקס דערויף. פארן מיר אריבער פון אינטער די שטאט יוקנעם. א שיינער שטאט אויף א בערגל צווישן די הרי כרמל און עמק יזרעאל. אויפן 66 האלטן מיר זיך א לענגערע צייט. מיר פארן נעבן די שיין באוואקסענע בערגלעך פון רמת מנשה, ווי עס געפינען זיך באהאלטן מערערע פ...
דורך טוב ה' לכל
זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:49 pm
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל
תגובות: 221
געזעהן: 19008

ציפורי ב

די שאלה איבער די קבר פון רבינו הקדוש איז אזוי: אין די גמרא אין כתובות איז משמע כמעט בפירוש אז ער ליגט אין בית שערים. אבער די שיטה מקובצת פארענטפערט עס. אבער אין ירושלמי און אין מדרש קהלת שטייט קלאר ארויס אז מען האט אים באערדיגט אין בית שערים, און דארט קען מען שוין נישט פארענטפערן. למעשה זענען דא ווא...
דורך טוב ה' לכל
מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 6:35 pm
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל
תגובות: 221
געזעהן: 19008

געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל

מיר וועלן יעצט אביסעלע צורק פארן אויפן 77, ביז מיר גרייכן די 754, וואס פירט אונז אריין אין אן אראבישן דארף מיטן נאמען 'כפר כנא', צווישן די הייזער און גאסן. דא אין דעם ריזיגן דארף האבן מיר די קבר פון ר' שמעון בן גמליאל, פון די עשרה הרוגי מלכות. עס געפינט זיך אין א מערה מיט א בנין איבער דעם, מערערע מא...

גיי צו פארגעשריטענע זוכעניש