די זוך האט געפונען 178 רעזולטאטן

דורך קרעטשמער
דאנארשטאג ינואר 14, 2021 7:24 pm
פארום: נייעס קאך לעפל
אשכול: ברוכים הבאים צום קאך לעפל
תגובות: 33
געזעהן: 979

ברוכים הבאים צום קאך לעפל

ברוך הבא טייערער מעמעבער שיחי'! מיט א פרייליכע געמיט טוען מיר מעלדן דעם נייעם פארום! נאך א שנירל אין אונזער וועלטל וואס איז א חומה בצורה אינעם רוישיגען אינטערוועלט פאר יעדן איד וואס וויל זיך האלטן ערליך אינעם דרך המסורה לנו מדור דור ביז ווען מיר זענען געשטאנען אינאיינעם ביים בארג סיני מקבל זיין די ת...
דורך קרעטשמער
דינסטאג נובעמבער 24, 2020 2:20 pm
פארום: ישוב העולם - דירות און ישובים
אשכול: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי
תגובות: 2784
געזעהן: 392597

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

ווארנונג: דער אשכול שטייט אויפ'ן שוועל פון ווערן אוועקגעפירט לעולם ועד, צוליב בלעקמעילינג און דראאונגען וואס טייל שרייבער האבן באקומען צוליב זייערע תגובות דא מיר גלייבן אז דאס אוועקפירן וועט זיין א פארלוסט פאר'ן ישוב און אירע איינוואוינער, על כן געבן מיר נאך א שאנס זיך צו פירן דא מענטשליך און ערוואקסן
דורך קרעטשמער
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 4:22 am
פארום: היימישע פארברענגן
אשכול: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט
תגובות: 5498
געזעהן: 408849

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2363978#p2363978 ווען איך האב באטיטלט ליבעראלע פאליטיקאנטן מיט צונעמען (וואס רוב עולם האלט אז סקומט זיך זיי) האאב איך באקומען א ווארענונג פון די מנהלים. וויל איך פארשטיין מאי שנא? https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2363978#p2363978 http://www.ive...
דורך קרעטשמער
דינסטאג יולי 14, 2020 11:06 pm
פארום: שטים בודקע
אשכול: ענדגילטיגע ליסטע פון ראש הקהל קאנדידאטן
תגובות: 51
געזעהן: 2720

ענדגילטיגע ליסטע פון ראש הקהל קאנדידאטן

די קאנדידאטן פאר'ן היי יעריגן וואל סעזאן זענען ווי פאלגנד:

כאניש וואס צו טון

סטיטשינער/(סטאוו יא פיטא איז אומקוואליפיצירט לויט די קאנסטיטוציע)

מומחה יוחס

בלא בלא בלא

טעם וריח

אסדר לסעודתא

אזוי גאר!

טשאדעלע באדעלע

---
אויב איינער באמערקט א טעות, זאל מען ביטע מעלדן אין דעם אשכול.
דורך קרעטשמער
דינסטאג יולי 14, 2020 8:35 pm
פארום: שטים בודקע
אשכול: ברעיקינג: ענדליך פרישע וואלן פאר ראש הקהל אינערהאלב אייוועלט!
תגובות: 544
געזעהן: 10553

Re: ברעיקינג: ענדליך פרישע וואלן פאר ראש הקהל אינערהאלב אייוועלט!

דער פעריאד פון זיך מעלדן צו לויפן, קומט יעצט צו אן ענדע. דער אשכול ווערט פארשלאסן, און דער סעקרעטאר וועט איבערקוקן אלע נעמען פון קאנדידאטן וואס האבן זיך איינגעמאלדן במשך די לעצטע וואך, און צי זיי קוואליפיצירן דערפאר.
דורך קרעטשמער
דינסטאג יולי 07, 2020 2:46 pm
פארום: שטים בודקע
אשכול: ברעיקינג: ענדליך פרישע וואלן פאר ראש הקהל אינערהאלב אייוועלט!
תגובות: 544
געזעהן: 10553

ברעיקינג: ענדליך פרישע וואלן פאר ראש הקהל אינערהאלב אייוועלט!

מיט גרויס פרייד און פאטאס, אנטריסונג און פאראכט (וועא"מ), מעלדן מיר בשער בת רבינו די גרויסע נייעס, אז נאכדעם וואס תש"פ האט געבראכן אלע רעקארדס, מיט א צושפליטערטע בד"ה אשכול (רח"ל), מערסטע צאל באנוצער, פרישע פארומס פאר אנקעטעס און נאך, אפשר א לייק קנעפל (מ'ארבעט דערויף), א מעכטיגע...
דורך קרעטשמער
מאנטאג יוני 01, 2020 12:53 pm
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)
תגובות: 1487
געזעהן: 162285

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער - נייעס און בילדער

~~ וויכטיגע באמערקונג ~~
דער קעפל פון אשכול לויטעט זייער קלאר "נייעס און בילדער"
ביטע זיך האלטן דערצו, אלע אנדערע תגובות ווערן פארמעקט
דורך קרעטשמער
דינסטאג מאי 19, 2020 12:47 am
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין
תגובות: 93
געזעהן: 7283

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

אויב איר זוכט אייער תגובה און איר טרעפט עס נישט, פרובירט קומענדיגע מאל אויסצולאזן די טויטע קללות

אויב איר זוכט אייער ניק און איר טרעפט עס נישט, פרובירט זיך צו האלטן צו די תקנות
דורך קרעטשמער
מאנטאג מאי 11, 2020 3:41 pm
פארום: היימישע פארברענגן
אשכול: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט
תגובות: 5498
געזעהן: 408849

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

ווען איר זעהט א תגובה וואס באלאנגט נישט ביי אונז, ביטע זייט מדווח

ווען איר זענט מדווח, איז גענוג מדווח צו זיין די ערשטע תגובה וואס טויגט נישט, מיר וועלן שוין האלטן אן אויג אויב די נאכפאלגנדע תגובות דארפן מיטפליען (מדווח זיין צופיל תגובות נאכאנאנד, פארשטייטערט אונזער ארבעט)
דורך קרעטשמער
מאנטאג מאי 11, 2020 12:35 pm
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן
תגובות: 2211
געזעהן: 377118

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

טייערע אידן, דער טעמע פון עירוב אין ברוקלין איז שנוי במחלוקת ותלוי באשלי רברבי, און דערפאר איז אונזער פאלעסי מעולם געווען נישט צו ערלויבן דאס געשפרעך דערוועגן. ווי עס קוקט אויס קומט יעצט די שערוריא קיין לאנדאן, און דערפאר טוען מיר מעלדן אונזער פאלעסי אז אייוועלט איז נישט דער פלאץ אויסצושמועסן די עני...
דורך קרעטשמער
פרייטאג מאי 01, 2020 3:09 pm
פארום: אקטועלע נייעס
אשכול: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס
תגובות: 192
געזעהן: 25198

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

פרישע דערמאנונג: דער אשכול רעדט פון איין ספעציפישע זאך, פארקריכן פונעם נושא - בפרט מיט אומפאסיגע תגובות - וועט בלויז גורם זיין עס זאל נאכאמאל אפגעשלאסן ווערן פאר רייניגונג.
דורך קרעטשמער
פרייטאג מאי 01, 2020 3:07 pm
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)
תגובות: 8942
געזעהן: 1528246

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

דערמאנונג: דער בד"ה אשכול איז זייער האקעל, ביטע נישט פירקלן. הערצער פלאטערן יעדע מאל דער אשכול קומט צום אויבערפלאך, ביטע האלטן די תגובות צו א מינימום.
דורך קרעטשמער
מיטוואך אפריל 29, 2020 8:20 pm
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: שעת חירום מעלדונג פון די הנהלה
תגובות: 195
געזעהן: 18162

Re: שעת חירום מעלדונג פון די הנהלה

קרישקעלע:
דער שעת חירום איז בתוקפו, אין לך יום כמעט שאין בו ניק נחסם
שומר פיו ולשונו שומר מצרות נפשו

אגב, ווען איר קומט צוריק מיט אייער אנדערע ניק, מאכט זיכער נישט צו שרייבן די זעלבע סארט תגובות, ווייל דאס קען מיטטיילן דעם זעלבן גורל
דורך קרעטשמער
דאנארשטאג מארטש 19, 2020 7:41 pm
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
תגובות: 9000
געזעהן: 671634

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

דער עולם פארשטייט נישט קיין אידיש סטאטיסטיקס צייגן אז ארום האלב תגובות פון דעם אשכול האבן נישט קיין זכות קיום ביטע פארשפארט אונזער צייט, אייער צייט, און די צייט פון אלע הונדערטער אייוועלט ליינער, און שרייבט נישט קיין נארישע, אומנוצליכע, קארני תגובות אין דעם וויכטיגן אשכול מ'האט שוין פארשפארט ניקס, א...
דורך קרעטשמער
דינסטאג מארטש 17, 2020 6:41 pm
פארום: קאראנא וויירוס
אשכול: שעת חירום מעלדונג פון די הנהלה
תגובות: 195
געזעהן: 18162

שעת חירום מעלדונג פון די הנהלה

אזוי ווי די תגובות פלייץ איז אומגעהויער, און די מנהלים/אחראים קענען נישט געהעריג אניאגן צו האלטן א וואכזאם אויג אויף זאכן וואס זענען קעגן די דיני התורה אדער להבדיל תקנות המקום, זענען מיר געצווינגען צו אינפארסירן אן "עמערדזשענסי צושטאנד". מיר אפעלירן צו אלע שרייבער: ביטע, נישט אנזייען קיין ...
דורך קרעטשמער
זונטאג פאברואר 02, 2020 1:22 pm
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: אפיציעל: הכל הבל געקרוינט אלס וואשינגטאן קארעספאנדאנט
תגובות: 78
געזעהן: 4253

אפיציעל: הכל הבל געקרוינט אלס וואשינגטאן קארעספאנדאנט

מיט אן איינשטימיגע באשלוס ווערט אויפגענומען מיט פרייד דער פרישסטער אפיציעלער קארעספאנדאנט פאר די קרעטשמע נייעס אגענטור, הלא הוא ידידינו וידיד כל תושבי אייוועלט, וואס זינט זיין אריינקום האט ער שוין אזויפיל צייט און מיה אוועקגעגעבן פאר אונזער טובה, ברענגענדיג כסדר'דיגע נייעס און אפדעיטס, בעיקר אויף טע...
דורך קרעטשמער
דינסטאג ינואר 14, 2020 5:22 pm
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
תגובות: 9909
געזעהן: 1471420

דערמאנונג!
פאר צוריקשטעלן א געמעקטע תגובה קען מען קריגן א חסימה
דורך קרעטשמער
דינסטאג פאברואר 12, 2019 2:25 pm
פארום: הילף - און וויכטיגע מודעות
אשכול: בשורה טובה - נייע מנהל
תגובות: 38
געזעהן: 13462

בשורה טובה - נייע מנהל

בס"ד טייערע חברים! ב"ה מיר בלייבן נישט שטיין, און מען האלט אין איין מטכס עצה זיין וויאזוי צו פארבעסערן אונזער/אייער באליבטע פארום. אין איינע פון די לעצטערע שריט האבן מיר באשלאסן צו העכערן אין ראנק איינעם פון די טייערע אחראים, א ניק וואס יעדער קען אלס פיינער און בא'טעמ'טער אינגערמאן וואס אי...
דורך קרעטשמער
מאנטאג מאי 28, 2018 1:05 am
פארום: ברוכים הבאים
אשכול: בשורה טובה: נייע אחראי!
תגובות: 37
געזעהן: 18762

בשורה טובה: נייע אחראי!

טייערע חברים! מיר האבן פאר אייך גוטע נייעס: מיר האבן צוגענומען הילף צו די הנהלה, אויפנעמנדיג איינעם פון די בארימטע מיטגלידער וואס אלע שעצן און אנערקענען אלס זעלבסטשטענדיגער טראכטער און יושר'דיגער מענטש, ה"ה ידידינו ר' "לאז געמאכט", מותיקי כותבי בית מזיגתינו, צוצולייגן א פלייצע צו די ע...
דורך קרעטשמער
פרייטאג מאי 04, 2018 11:18 am
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
תגובות: 21227
געזעהן: 1906933

טייערע מיטגלידער, מיר האבן דערגרייכט א מצב וואס די טעגליכע נייעס באריכטן זענען פארוויקלט מיט זאכן וואס פאסן נישט איבערגעשמועסט צו ווערן אויף אונזערע שפאלטענעס, על כן ווילן מיר מעלדן אז מיר וועלן פארמעקן יעדע תגובה וואס רעדט איבער די סארט סקאנדאלן וואס באלאנגען נישט בתוכינו. ביטע גיבט אונז נישט קיין...
דורך קרעטשמער
דאנארשטאג אפריל 19, 2018 11:31 pm
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: בוך: א העכערע געטריישאפט - דשעימס קאומי
תגובות: 216
געזעהן: 20462

מיר שטעלן דא א לינק צום אשכול אין פאל איר זענט נישט אנגעקומען דערצו viewtopic.php?f=1&t=36692
דורך קרעטשמער
מיטוואך אפריל 18, 2018 7:56 pm
פארום: ברוכים הבאים
אשכול: תקנות גדולות/קבועות שנו כאן
תגובות: 1
געזעהן: 129540

תקנות גדולות/קבועות שנו כאן

אכטונג און אויפמערקזאמקייט‎ היימישע קרעטשמע איז געגרינדעט און געבויעט געווארן שוין מער ווי א דעקעט, און די הויפט פרינציפ איז געווען און איז נאך היינט איינער דעם אנדערן זאגן א גוט ווארט, און ארויפברענגן א שמייכל אויף די לעפצן פון א איד. מיט דעם באשעפער'ס הילף האבן מיר זיך צוברייטערט ימה וקדמה צפונה ...
דורך קרעטשמער
דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:07 am
פארום: אקטועלע נייעס
אשכול: ברוך דיין האמת - הגאון הרב שטיינמאן זצ״ל
תגובות: 214
געזעהן: 43641

מורי ורבותי, טיייערע קאלעגעס פון אונזער זייטל איי-וועלט, מלפנים היימישע קרעטשמע. ווי יעדער זעט איז געקומען די שמועה לא טובה, איבער די פטירה פון הרב שטיינמאן פון בני ברק. היות דער מענטש איז - טראץ זיין גרויסקייט בתורה ויראה - זייער א קאנטערווערסיאלער פיגור אין דעם עולם היהדות, און אז עס זענען דא ווא...
דורך קרעטשמער
זונטאג אוקטובער 22, 2017 7:04 pm
פארום: על הצדיקים ועל החסידים
אשכול: רבי יואל מארגענשטערן משארמאש זצ"ל - כ' תשרי תשע"ח
תגובות: 520
געזעהן: 86559

מיר בעטן אלע שרייבערס פון אייוועלט, נישט צו נעמען קיין שום שטעלונג (דא אינעם אשכול, כמובן) אין קיין שום פאליטיק בנוגע די שארמאש'ער רבנות אין וויליאמסבורג. עס איז דא קיינעם נישט נוגע. די אשכול איז נאר פאר טרוקענע נייעס און פאקטן וואס איז נוגע די איציטגע פטירה פון הגה"צ משארמאש זצ"ל. אלע אנ...
דורך קרעטשמער
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 1:51 am
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: הרה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א פארט קיין אומאן אויף ראש השנה תשע"ח
תגובות: 325
געזעהן: 59783

ביטע זיך האלטן צו די תקנות הפארום, און נאר שרייבן אנעקדאטן בנוגע זיין פארן, נישט קיין רמזים, און אוודאי נישט קיין אפענע פאליטיק זאכן.

ענד אין עי סייד נאוט: עס איז היבש אבסורד צו מאכן ליצנות פון אזא נייעס, וואס יעדער אין די גאס איז אויף מיט דעם.

גיי צו פארגעשריטענע זוכעניש